ערבֿ יום-כּיפּור פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

ערבֿ יום-כּיפּור, שוין טריבלעך אין גאַס,
די זון רויט פֿון בושה, צי אפֿשר פֿון כּעס
אַראָפּ ערגעץ נידערט -
דעם מערבֿ-זײַט הימל צעברענט.
ס´איז ערבֿ יום-כּיפּור, נאָך מנחה פֿאַרנאַכט,
און דאָ שטייען שולן, ווי תּפיסות פֿאַרמאַכט,
אויף זייערע טויערן
די שלעסער ווי קייטן אויף הענט.

ערבֿ יום-כּיפּור, שוין מערבֿדיק נאַכט,
די ײִדישע געסלעך פֿון שׂונא באַוואַכט,
ווי קינדער פֿאַרשעמטע
פֿאַרחידושטע שטייען אַצינד,
– געוווֹינט איצט פֿון שולן צו הערן געזאַנג -
דערהערן פֿון זעלנערישע שטיוול דעם גאַנג,
דאָס קנאַלן פֿון ביקסן,
דאָס סקאַמלען פֿון היימלאָזע הינט.

ערבֿ יום-כּיפּור - ווי לאַנג נאָך, ווי לאַנג?
אין ײִדישע גאַסן אַ טומל, אַ דראַנג
פֿון אַלע זיַיטן, ראָגן,
דער עולם צום דאַווענען שפּאַנט,
די בענק און די שטענדערס אין שולן באַזעצט -
הײַנט שטייען זיי ליידיק, פֿאַרשעמט און פֿאַרלעצט
זינט הונדערטער יאָרן
דאָס ערשטע מאָל הײַנט אַזאַ שאַנד.

ערבֿ יום-כּיפּור ! אַ מנין די צאָל
פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטוב ווי אין שפּאַניע אַמאָל,
געהילט אין טליתים -
אין דרויסן שטייט איינער און היט.
בײַם שיַין פֿון אַ יאָרציַיט, וואָס ברענט אויף דער שאַנק,
דערהערט זיך אַ קול, אַזאַ טרויעריק געזאַנג,
דערהערט זיך דאָס ליד,
דאָס אַלטע מאַראַנישע ליד,
אוי, אוי-אוי, אוי-אוי, וויי ! אוי, וויי
כּל-נדרי !