צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

ר' משה לאנדינסקי איז א רב וואס פארט אסאך מאל קיין קאליפארניע אויף מצוה צוועקן. ר' משה איז אסאך מאל איינגעשטאנען דארט ביי א געוויסע ספרדישע משפחה וואס הייסט די "טורגעמאן" משפחה (נישט זייער עכטע נאמען). איין שבת, איז פונקט אויסגעקומען אז ר' משה זאל זיין ביי די טורגעמאנס, בשעת זיי האבן פארברענגט צוזאמען א שמחה אין די משפחה. דער דריי און אכציג יעריגער זיידע פון דער משפחה, ר' יעקב טורגעמאן איז אויך געקומען צו דער שמחה. אין מיטן דעם סעודה, האט דער זיידע ר' יעקב געפרעגט ר' משה, האב איך אמאל דערציילט צו דיר דעם מעשה פון מיין ציין? ניין, איך גלייב אז נישט... האט ר' משה געענפערט דעם עלטערן איד. וואס איז מיט דיין ציין? האט ר' משה אים געפרעגט.

דאן האט ר' יעקב געעפענט ברייט זיין מויל צו ווייזן וואו עטליכע ציין פעלן. נו, האט ר' יעקב אנגעהויבן צו דערציילן, עס איז געווען אדר תש"ד...

אסאך מענטשן ווייסן נישט אז די דייטשע רשעים ימ"ש זענען אנגעקומען ביז גריכנלאנד. ר' יעקב טורגעמאן מיט זיין משפחה זענען געווען פון די אידן וואס זענען ליידער אריינגעכאפט געווארן אין דעם געפערליכען נעץ וואס די דייטשע האבן געשפרייט איבער גריכנלאנד. מען ווייסט אז רוב אידן וואס זענען אומגעקומען עק"ה זענען געווען פון אשכנזישע לענדער. אבער באמת זענען אסאך ספרדישע אידן אויך גע'רודפ'ט און גע'הרג'ט געווארן אין די מלחמה. עס איז מעגליך צו זאגן אז רוב פון די ספרדישע אידן וואס זענען אומגעקומען אין די מלחמה זענען געקומען פון א געגענט און גריכנלאנד וואס הייסט סאלוניקא.

יעקב מיט זיין משפחה זענען געווען צווישן די אידן וואס די חיות האבן ליידער געפירט דעם גאנצען וועג פון סאלוניקא ביז אוישוויטץ. אסאך פון די אידן וואס יעקב האט געטראפן אין לאגער האבן זיך שוין נעבאך מייאש געווען וועגן דורכלעבן דעם שווערן מצב. יעקב האט נאכאלץ געהאפט אבער אז ער וועט מיט דעם אייבערשטענ'ס העלף געראטעוועט ווערן פון דער סכנה.

די אידן וואס מען האט נישט גלייך געשיקט צו די קאמערן, האט מען זיי געגעבן צוויי פשוטע כלים פאר עסן, א לעפעל מיט א טיפע טעלער. די צוויי זאכן זענען געווען גאר וויכטיג צו קענען דורכלעבן דעם לאגער. ווייל אן די צוויי כלים, האט מען נישט געקענט עסן די הייסע וואסער וואס מען האט גערופן זיפ, וואס מען האט געגעבן צו עסן פאר די אידן. כדי צו טון די שווערע ארבעט וואס מען האט פארלאנגט פון די אידן אין לאגער, האט מען געמוזט עסן. וועגן דעם האט יעקב באקומען דעם לעפעל און טעלער און ער האט זיי זייער שטארק געהיטן. עס איז געווען פאר פסח, און יעקב האט געטראכט פון וואו וועלן זיי באקומען מצות אין פסח? יעקב מיט זיין חברים האט מען געשטעלט ארבעטן אויף א באן. עס איז געווען מוראדיג שווער ארבעט, אויפהייבן שווערע העלצער מיט אייזען, וכו'. אבער איין גוטע זאך איז יא געווען, דורך ארבעטן אויפן באן וואס איז געווען אין דרויסן פונעם לאגער, האבן די אידן געקענט מאכן קאנטאקט מיט די גויאישע איינוואוינער פון שטעטל. דורך דעם האבן די אידן געקענט פארשאפן זאכן וואס אין די לאגער זענען געווען אונמעגליך צו באקומען.

איין טאג האבן יעקב מיט זיינע חברים געטראפן א פוילישע גוי וואס איז גרייט געווען צו פארשאפן צוויי מצות פאר זיי. יעקב איז געווארן איבערגענומען מיט שמחה ווען ער האט געטראכט אז ער וועט אפשר קענען מקיים זיין די מצוה פון מצות אין דעם פארשאלטענע לאגער. עס איז אבער געבליבן איין פראבלעם, פון וואו וועט מען פארשאפן דעם געלט פאר די מצות? ווייל דער גוי האט געבעטן א טייערן פרייז.

יעקב איז געבליבן שטיל א לאנגע צייט בשעת די גרופע אידן האבן געשמועסט וועגן די מצות. יעקב האט זיך נישט געקענט בארוהיגן ביז ער האט געטראכט וועגן א וועג צו קויפן די מצות. זיי זענען אזוי נאנט געווען צו פארשאפן מצות אין אזא שווערן מצב, עס האט זיכער געדארפט זיין א וועג! האט יעקב געטראכט.

דאן פלוצלינג איז עס געקומען צו אים. איך האב עס! האט יעקב געשריגן. די גרופע האט אנגעקוקט מיט גרויס נייגעריגקייט צו זען וואס פאר א פלאן האט יעקב געהאט צו קענען קויפן די מצות. יעקב האט ארויסגענומען זיין לעפעל פון זיין טאש און ער האט עס אויפגעהויבן פאר אלע צו זען. א לעפעל... דער פוילישער וועט נישט טוישן מצה פאר א קליינע לעפעל! האט מען אים געזאגט. ניין, ניין... קוק אן... האט יעקב געזאגט.

דער עולם האט אים אנגעקוקט וואו יעקב האט געלייגט זיין חשובן לעפעל אויפן באן ליניע (די אייזענע חלק אויף וואס דער באן פארט.) נישט לאנג דערנאך איז טאקע געקומען א באן. דער שווערע באן האט געמאכט דעם לעפעל פאר א לאנגע שארפע דינע כלי.

און יעצט, האט יעקב געזאגט פארן עולם האלטן דעם כלי אין זיין האנט, גיין מיר נוצן דעם כלי צו ארויסנעמען אונזער גאלדענע ציין!

שטאטליך, און מיט גרויס וויי טאג, האט יעקב ארויסגענומען אלע פון זיינע גאלדענע ציין. דאן האבן אלע זיינע חברים געטון דעם זעלבן זאך. זיי האבן געגעבן דעם פוילישען גוי דעם גאלד און ער האט זיי געגעבן צוויי רינדיקע מצות. (פון וואו דער גוי האט געהאט די מצות ווייסט מען גראדע נישט.) מיר האבן נישט געהאט גענוג מצה כדי יעדער איינער זאל האבן דעם שיעור, האט ר' יעקב אויסגעפירט זיין מעשה, אבער, מיר האבן געהאט כאטש דעם טעם פון חירות! ר' משה איז געזיצן מיט אן אפענע מויל, איבערגענומען מיט וואונדער וועגן דעם מסירות נפש פון ר' יעקב און זיין חברים.

יעצט אז מיר גיין אריין אין דעם הייליגן יום טוב פון פסח, לאמיר אלע באדאנקען דעם באשעפער אז מיר האבן אלע גשמיות וואס מען דארף האבן צו קענען מקיים זיין די מצוה פון מצות אין פסח. מען דארף נאר סייעתא דשמיא צו קענען מכוון זיין ווי עס דארף צו זיין ביים עסן דעם הייליגען מאכל פון מצות. גוט שבת אלע אידן.

גוט שבת אלע אידן