עונג שבת פרשת תצוה פורים תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת און א פרייליכען פורים אלע אידן.

ר' ישראל שטערן (זיין עכטע נאמען) מיט זיין רביצן האבן חתונה געהאט זעקס יאר און זיי זענען ליידער נישט געבענטשט געווארן מיט קינדער. ר' ישראל, וואס איז געווען א מוהל, האט מתפלל געווען ביי יעדער ברית אז ער אליינס זאל זוכה זיין צו קינדער. זיין טאטע ר' שלמה איז אויך געווען א מוהל וואס פלעג מאכן ברית'ן איבעראל אין אייראפע נאך די מלחמה. באלד נאך חנוכה אין די יאר תשט"ז, האט דער מוהל ר' שלמה געטראפן ביי א ברית דעם באקאנטען צדיק הרה"צ איציקל געווירצמאן זצ"ל. רב איציקל איז געווען א הייליגער צדיק צו וועמען אסאך אידן פלעגן קומען צו בעטן ברכות.

ר' שלמה איז צוגעגאנגען צום רב איציקל'ן און ער האט דעם צדיק געזאגט, מיין זון ישראל דארף א ישועה. ער האט חתונה געהאט זעקס יאר און ער האט נישט קיין קינדער! רב איציקל האט געטראכט א שטיק צייט, און נאכדעם האט ער געזאגט: מיין עלטער זיידע ר' נפתלי פון ליזענסק זי"ע איז געווען גאר א הייליגער איד, און זיין ברכות זענען אייביג מקוים געווארן. ער האט כמעט נישט געבענטשט קיין מענטשן דורכן גאנצן יאר, נאר אין פורים. ער פלעג זאגן, פורים איז א צייט ווען מענטשן פארשטעלן זיך, אויב אזוי קען איך אויך זיך פארשטעלן אלס עכטער רבי!

יעצט, האט ר' איציקל געזאגט ווייטער, איך ווייס אז איך בין נישט דער הייליגער איד וואס מיין זיידע ר' נפתלי זי"ע איז געווען, אבער אויב [דיין זון] ישראל וועט קומען צו מיר פורים, וועט מען זען וואס מען קען טון!

ר' שלמה איז צוריקגעפארן קיין ענגלאנד און ער האט דערציילט דעם שמועס צו זיין זון ישראל. די זעלבע טאג, האט ישראל שטילערהייט געמאכט פּלענער צו זיין פורים אין אנטווערפן מיט רב איציקל'ן. אין אמת'ן אריין האט ר' ישראל שוין געקענט רב איציקל'ן אמאל ביי א חתונה וואו ר' ישראל האט משמח געווען די חתן און כלה מיט זיין בדחנות. רב איציקל האט אויך הנאה געהאט פון ר' ישראל'ס בדחנות. יעצט האט ר' ישראל אבער געוואלט פארן צום צדיק מיט דעם צוועק פון בעטן א ישועה.

אין די טאג פון פּורים האט ר' ישראל געליינט די מגילה אין א שול אין סטאמפארד היל. נאכדעם איז ער געפארן קיין אנטווערפן. ער איז אריינגעקומען אין מיטן דעם סעודה אין רב איציקל'ס הויז. פאר ער איז אריינגעגאנגען האט ער זיך פארשטעלט מיט א קאסטיום. ער האט אנגעטאן א שטריימל און א זיידענע בעקאישע, מיט א לאנגע ווייסע בארד און ער האט אנגעשמירט זיין פנים מיט פארבן, כדי ער זאל אויסזען ווי א חשובער רבי.

קיינער, אפילו זיין חברים וואס זענען געזיצן דארט ביים סעודה, האט אים נישט דערקענט ווען ער איז אריינגעקומען טראגענדיג די אלע זאכן. ר' ישראל האט זיך אראפּגעזעצט אויבן אן לעבן רב איציקל'ן און לעבן רב איציקל'ס איידם, הרה"צ רק יעקב לייזער זצ"ל. ווען ר' ישראל האט אנגעהויבן צו רעדן אין פלעמיש (די שפראך פון אנטווערפן) האט יעדער איינער פארשטאנען אז ר' ישראל איז דער פורים רבי. ער האט מהנה געווען דעם עולם מיט שיינע דברי תורה, ניגונים, און גראמען. אלעס האט ער געזאגט אין עטליכע שפּראכן למשל אידיש, דייטש, און ענגליש.

שפּעטער אין מיטן דעם סעודה האט מען ארויסגעברענגט א גרויסע קוגל פאר רב איציקל'ן. ווען דער צדיק האט אנגעהויבן צו שניידן דעם קוגל צו געבן שריים פארן עולם, האט ר' ישראל אים געפרעגט, איר זענט אויך א פורים רבי? רב איציקל האט געשמייכעלט און געשאקעלט "יא" מיט זיין קאפּ.

"אויב אזוי," האט ר' ישראל געזאגט ווייטער, לאמיר מאכן א הסכם... איך גיי דיר צוזאגן וואס איר ווילט, און איר וועט מיר צוזאגן וואס איך וויל! רב איציקל האט מסכים געווען דערצו. ר' ישראל האט ארויסגענומען א קוויטל פון טאש און ער האט עס געגעבן צו רב איציקל'ן. רב איציקל האט עס געליינט און ער איז געווארן איבערראשט צו געוואר ווערן ווער דער פּורים רבי טאקע איז. דו ביסט דאס!?! האט רב איציקל געזאגט צום ר' ישראל'ן.

ר' ישראל האט אראפּגענומען זיין בארד און דאן האט רב איציקל געזען אז עס איז טאקע ר' ישראל, וועמען ער האט געהייסן קומען צו אים אין פורים צו בעטן א ברכה. דער צדיק האט אריינגעקוקט אין דעם קוויטל מיט אן ערנסטע פנים, אבער ער האט גארנישט אנגעוואונטשן. באלד דערנאך האבן זיי געבענטשט און געדאווענט מעריב. דאן איז רב איציקל געגאנגען אויף א שפּאציער מיט ר' ישראל.

בשעת זיי זענען געגאנגען צוזאמען אויפן גאס, האט רב איציקל געזאגט פּלוצלינג צו ר' ישראל'ן, זאג מיר צו אז איך גיי זיין דעם סנדק ביי דער ברית! ר' ישראל האט געגעבן זיין האנט צו רב איציקל'ן צו ווייזן אז ער איז מסכים.

א פאר חדשים שפּעטער האט ר' ישראל גערופן רב איציקל צו איבערגעבן די בשורה טובה, אז זיי דערווארטן אויף שמחות. אפּאר וואכן נאכדעם איז דער צדיק רב איציקל געפארן קיין ענגלאנד וואו ער האט געטראפן ר' שלמה, ר' ישראל'ס טאטע. מיר האפן אז דער רבי גייט האבן דעם געלעגענהייט צו קומען נאכאמאל קיין ענגלאנד פאר א שמחה! האט ר' שלמה געזאגט פארן רבי'ן אזוי ווי צו מרמז זיין אז דער רבי וועט באקומען דעם כבוד פון סנדקאות ביי דער ברית. איינער האט געהערט וואס ר' שלמה האט געזאגט און ער האט אים געפרעגט, אבער, עס קען זיין א מיידל!

רעדט נישט קיין נעראישקייטן, האט רב איציקל געזאגט, אויב איך האב זיין זון צוגעזאגט א יונגל, אזוי וועט עס זיין! און אזוי איז טאקע געווארן, ר' ישראל האט געהאט א יונגל דעם נעקסטען פּורים, פּונקט א יאר נאך דעם סעודה ווען ר' ישראל איז געווען דער פּורים רבי. רב איציקל איז טאקע געווען דער סנדק ביי דער ברית, און פארשטייט זיך איז ר' ישראל געווען דער מוהל.

אויפן וועג צום עירפארט אהיימצופארן נאך די ברית, האט רב איציקל געזאגט צו רב ישראל'ן, דער אייבערשטער וועט העלפן, עס וועלן זיין יונגלעך און מיידלעך! און אזוי איז טאקע געשען, ר' ישראל איז זוכה געווען צו האבן נאך קינדער, דורך די ברכה פון רב איציקל'ן!

דער הייליגער אור החיים זי"ע און דער קדושת לוי זי"ע ברענגען אז איינע פון די עיקרים פון פורים איז אמונת צדיקים. מרדכי הצדיק זי"ע האט מהפך געווען די גזירה קעגען די אידן. פון דעם זעט מען דעם כח פון א צדיק, דער כח פון "צדיק גוזר והקב"ה מקיים". (עיין מדרש תנחומא (וורשא) וארא פרק ג') דורך ארויסלערנען דעם לימוד אז מען דארף גלייבן אין דעם כח פון צדיקים, וועלן מיר אלע לעבן מער שמחהדיגע לעבן.

גוט שבת און א פרייליכען פורים אלע אידן.