עונג שבת פרשת שופטים תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת שופטים תשס"ט

גוט שבת אלע אידן.

דער מעשה איז געשען אין די שווערע טעג פון די צווייטע וועלט מלחמה. צוויי ברידער משה און חיים לעטשאוויטץ זענען פלוצלונג געווארן יתומים ווען די דייטשע רשעים ימ"ש זענען אריינגעקומען אין זייער שטעטל. די צוויי בחורים זענען ב"ה אנטלאפן פונעם שטעטל יענע טאג. אזוי שנעל זענען זיי ארויסגעלאפן פונעם שטעטל אז זיי האבן נישט מיטגעברענגט קיין עסן. אבער, איין זאך האבן זיי יא מיטגעברענגט, זייער תפילין.

זיי האבן געוואוסט אז זיי האבן נעבאך פארלוירן זייערע משפחות און חברים, אבער יעצט, בשעת זיי האבן זיך געאיילט ווייט אוועק פונעם שטעטל אינעם וואלד אריין, האבן זיי נאר געטראכט וועגן זיך ראטעווען זייער לעבן. זיי זענען געלאפן און געלאפן. נאך 5 מייל, האבן זיי זיך סוף כל סוף אפגעשטעלט נעמען דעם אטעם. עס איז געווען שטיל. זיי זענען געווען אין מיטן א גרויסן וואלד. נאר דעמאלט האבן זיי געקענט טראכטן וועגן יענע טאגס שרעקליכע פאסירונגען. די צוויי ברידער זענען געווארן איבערגענומען מיט התרגשות צוליב דעם גרויסן טראגעדיע וואס איז נעבעך געשען צו זיי. זיי האבן געהאלטן איינער דעם צווייטן, צוויי ברידער אליינס אויפן וועלט. אין עטליכע צוויי שעה איז געטוישט געווארן זייער גאנצע לעבן.

פלוצלינג האבן זיי געהערט א טומל. זיי זענען געשטאנען אינגאנצן שטיל ווי שטיינער, צוהערנדיג דעם רעש. עס האט אויסגעהערט ווי א גרופע מענער אזוי ווי סאלדאטן זענען געווען אין די געגענט. משה מיט חיים האבן זיך געשאקעלט פון פחד און זיי האבן אנגעהויבן צו זאגן תהלים שטילערהייט.

די גרופע מענער האבן זיך דערנענטערט. די ברידער האבן געהערט שיסן. יעצט זענען זיי פארזיכערט געווארן אז עס איז א גרופע סאלדאטן. משה האט געקוקט דורך די ווילדגראז און ער האט געזען סאלדאטן וואס האבן נישט אויסגעקוקט ווי דייטשע סאלדאטן. די סאלדאטן זענען נישט געווען נארמאלע סאלדאטן, נאר, זיי זענען געווען פארטיזאנערס (גויאישע פליטים וואס זענען צוזאמענגעקומען צו קעמפען קעגן די דייטשע).

משה מיט חיים זענען ארויסגעקומען מיט זייער הענט הויך, ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט געבן קיין עצה קעגן די מענטשן. ב"ה, אז די פארטיזאנערס האבן גלייך געזען אז משה און חיים זענען נישט קיין דייטשע סאלדאטן. די אידישע ברידער האבן מזל געהאט, ווייל נישט אלע פארטיזאנערס זענען געווען פריינדלעך צו די אידן. יענע פארטיזאנערס האבן אפילו פארגעשלאגען פאר משה און חיים אז זיי מעגן זיך פארבינדען מיט זיי צו קעמפען קעגן די דייטשע.

משה און חיים האבן עס דורכגעשמועסט. זיי זענען נישט געווען קיין סאלדאטן! ווי אזוי וועלן זיי קענען ווערן פלוצלינג סאלדאטן! אבער צום סוף, האבן זיי זיך מיישב געווען אז זיי האבן נישט קיין ברירה. און כאטש די פארטיזאנערס זענען געווען פראסטע גוים, האבן זיי געטראכט אז עס וועט זיין בעסער נישט צו זיין אליינס אין דעם וואלד, אן עסן, אן גארנישט. וועגן דעם האבן זיי זיך פארבינדן מיט די פארטיזאנערס.

יעדן טאג צופרי זענען זיי אויפגעשטאנען פריער ווי די אנדערע כדי צו לייגן תפילין. זיי האבן געדאווענט אויסערווענדיג וויפיל זיי האבן געקענט. די תפילין מיט דעם דאווענען האט זיי געהאלפן דורכלעבן יענע שווערע טעג. די גויאישע פארטיזאנערס האבן אלעס אנגעקוקט מיט גרויס וואונדער. די גוים האבן נישט פארשטאנען פארוואס די צווי ברידער זענען בכלל אינטערעסירט געווען אין רעליגיע. די נאטור פון א גוי איז אז ווען עס גייט אים שווער אין לעבן, לאזט ער גלייך אויף אלע גלויבן אין רעליגיע. פאר משה און חיים איז עס געווען פונקט פארקערט, אפילו די מצב איז געווען מוראדיג שווער, האבן זיי געגלייבט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן.

איין טאג אינדערפרי, ווען משה און חיים האבן געהאלטן ביים לייגן תפילין, האבן זיי געהערט א רעש לעבן דעם פארטיזאנערס לאגער. משה און חיים האבן גלייך אויפגעוועקט די פארטיזאנערס צוליב די גרויסע סכנה. זיי האבן פארשטאנען אז די רעש וואס זיי האבן געהערט איז געווען דייטשע סאלדאטן, צוליב דעם האבן זיי שנעל מחליט געווען אז זיי מוזן אנטלויפן פון דארט.

משה און חיים זענען געלאפן מיט די פארטיזאנערס דורך זומפ און וואלד פאר עטליכע דריי מייל פאר זיי האבן געטראפן א גוטע פלאץ זיך אפצושטעלן. ווען משה און חיים האבן זיך אראפגעזעצט האבן זיי באמערקט אז זיי האבן איבערגעלאזט זייער תפילין! זיי זענען געווארן שטארק צובראכן. די תפילין זענען געווען זייער איין איינציקסטע שייכות צו אידישקייט וואס זיי האבן געהאט. אן תפילין, ווי אזוי וועלן זיי קענען אויסהאלטן!

זיי האבן געוויזן אזא שטארקע מסירות נפש פאר די מצוה פון תפילין. וועגן דעם האבן זיי נישט פארשטאנען פארוואס די מצוה איז פלוצלינג אוועקגענומען געווארן פון זיי. מיט די תפילין האבן זיי געקענט זען א ליכטיגקייט אין לעבן, אפילו עס איז געווען אזא שטארקע פינסטערניש.

משה און חיים האבן געזאגט פאר די פארטיזאנערס אז זיי גיין צוריק צו זוכן זייער תפילין. די פארטיזאנערס האבן חוזק געמאכט פון זיי. נישט נאר דאס, אבער די פארטיזאנערס האבן זיי אנגעווארענט אז זיי גיין נישט ווארטן אויף זיי. דאך האבן די צוויי ברידער פארלאזט די פארטיזאנערס, כדי צוריקצוגיין זוכן זייער תפילין.

זיי האבן געדארפט גיין דריי מייל צוריק צו וואו זיי זענען געווען אינדערפרי. כאטש אפילו זיי האבן שטארק מחשיב געווען די מצוה פון תפילין, האבן זיי נאך אלס געהאט ספיקות אויב עס איז געווען ריכטיג זיך אפצוטיילן פון די פארטיזאנערס. צום סוף זענען זיי געקומען צו די הכרה אז זייער בטחון ליגט אין דעם אייבערשטען, נישט אין די גויאישע פארטיזאנערס. (להלכה איז זעכער א שאלה צו מען מעג טון וואס זיי האבן געטון, צוליב דער גרויסע סכנה).

פאר מיר גיין ענדיגן די מעשה, לאמיר אביסל רעדן פון עניינים פון דעם מעשה וואס האבן א שייכות צו דער וואכעדיגער סדרה. זאגט די הייליגע תורה "כי ה' אלקיכם ההלך עמכם להלחם לכם עם איביכם להושיע אתכם." זאגט די ספרי אויפן פסוק, "מי שהיה עמכם במדבר הוא יהי' עמכם בעת צרה" (ספרי פרשת שופטים פיסקא נ) ד"ה דער אייבערשטער וואס איז געווען מיט אונז אין דעם מדבר, וועט זיין מיט אונז און יעדן שווערען מצב. מען זעט פון דא אז דער עיקר בטחון אין לעבן דארף זיין אין דעם אייבערשטען, נישט אין גשמיותדיגע השתדלות.

לאמיר יעצט ענדיגען דעם מעשה. סוף כל סוף זענען די צוויי ברידער אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו זיי זענען געווען פריער אינעם טאג. זיי האבן ב"ה גלייך געטראפן זייער תפילין. יעצט האבן זיי געדארפט אבער צוריקגיין אויף א לאנגע וועג צו זוכן די גרופע פארטיזאנערס.

ווען זיי זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו זיי האבן פארלאזט די פארטיזאנערס עטליכע שעה פריער, האבן זיי געטראפן א מוראדיגע זאך. די אלע פארטיזאנערס זענען אויסגעהרגט געווארן! לכאורה האבן די דייטשע געמאכט א פאסטקע פאר זיי!

יעצט האבן זיי פארשטאנען פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז זיי זאלן פארגעסן די תפילין. זיי האבן נישט געהאט צייט צו טראכטן וועגן וואס איז געשען ווייל עס איז געווען באלד פאר די שקיעה און זיי האבן נאך נישט געלייגט קיין תפילין! זייער אמונה איז געווארן מוראדיג פעסט, און די אמונה האט זיי געהאלפן איבערלעבן די מלחמה.

אזוי אויך קען יעדער איד געהאלפן ווערן אין א שווערע מצב, דורך האבן שטארקע אמונה אין דעם אייבערשטען. גוט שבת אלע אידן.


גוט שבת אלע אידן.