עונג שבת פרשת קרח תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת קרח תשס"ט

גוט שבת אלע אידן. זאגט די גמרא: - בזמן שהצדיקים בדור - צדיקים נתפסים על הדור..(שבת לג:) דאס מיינט צו זאגן אז צדיקים ווערן געשטראפט וועגן די עבירות פון דעם דור. ליידער ווייסט מען אז כלל ישראל האט פארלוירן אסאך הייליגע צדיקים אין די מלחמה יארן. עס זענען געווען ב"ה צדיקים וועלכע האבן זוכה געווען צו דורכלעבן די מלחמה. די צדיקים האבן צוריקאויפגעבויט אידישקייט אין א"י און אין אמעריקע. איינער פון די צדיקים איז געווען הרה"ק רבי אליעזר זוסיא פורטיגאל זצ"ל, דער סקולענער רבי זי"ע. כאטש אפילו דער סקולענער רבי זצ"ל האט דורכגעלעבט די מלחמה, איז ער געבליבן אין רומעניע נאך די מלחמה. דעמאלט האבן די קומאניסטן ימ"ש שולט געווען איבער רומעניע, און זיי האבן געמאכט דעם לעבן גאר שווער פאר אידן, בפרט פאר פרומע אידן. אסאך יארן האבן די חסידים פרובירט אויסצולייזן דעם סקולענער רבי זצ"ל פון דעם קומאניסטישען תפיסה. יעצט לאמיר ליינען א מעשה ווי אזוי דער סקולענער רבי זצ"ל איז באפרייט געווארן. די מעשה איז דערציילט געווארן דורך א סקולענער חסיד.

איינע פון די וויכטיגע קאנטאקטן וואס מען האט געשאפן אין יענע תקופה (ווען דער סקולענער רבי זצ"ל איז געווען אין רומעניע) אין צוזאמענהאנג מיט די גאר שווערע שתדלנות צו באפרייען דעם רבי'ן, איז געווען דאס וואס מען האט באוויזן צו אריינמישן אין די קעיס דעם גענעראל סעקראטאר פון די "יוניטעד נעישאנס" (דער יו. ען.) מר. דאג האמערשילד, וועלכער איז געווען דער העכסטער "קאפ" פון די וועלטליכע יו. ען. אין יענע צייט, און מען קען זאגן אז אייגענטליך איז זיין פערזענליכקייט געווען דער שטארקסטער מכה בפטיש, פאר וועלכען רומעניע האט זיך אביסל דערשראקן.

ווען עס האט זיך אנגעפאנגען די ערשטע שליסלען צו עפענען דעם פארשלאסענעם טויער פון די קומאניסטישע רומעניע, וועלכע איז דעמאלט געווען אפגעזונדערט פון מערב וועלט, האט יעדע דיפלאמאטיעשער קאפ פארשטאנען אז דער וויכטיגסטער שליסלפונקט וועט זיין דורך די יו. ען., וואס דארט זענען אפילו די יעניגע מדינות געווען געהעריג רעפרזענטירט. עס האט זיך נאר געפאדערט דער גענוג שטארקער דיפלאמאטישער שטארקייט, וואס זאל האבן דעם נויטיגן צוטריט דארט וואו מען דארף. און דאס איז געווען מר. האמערשילד. מר. האמערשילד. איז געווען א שוועדישער דיפלאמאט, וואס האט געדינט אלס גענעראל סעקראטאר פון די יו. ען. און מיט דעם דאזיגן אויטאריטעט האט ער געהאט דעם נאנסטען צוטריט צו אלע מדינות, וועלכע האבן זיך גערעכנט מיט זיין מעכטיגן און וואגיק ווארט.

עס איז געווען גענוג א שווערע אונטערנעמונג צו שאפן די דאזיגע קאנטאקטן און פאראינטרעסירן אזא הויכראנגיקען אינטערנאציאנאלן דיפלאמאט ווי מר. האמערשילד. פון די בארימטסע שתדלנים אין די פרשה פון דעם סקולענער רבי'ס באפרייאונג איז געווען הרב אהרן גודמאן פון לאנדאן, וואס זיינע הייסע אידישע געפילן האבן געשטורעמט אויף דעם מצב פון סקולענער רבי'ן און ער האט אויסגענוצט אלע זיינע קאנטאקטן פאר דעם צוועק. ווי אזוי איז הרב גודמאן געווארן אריין געמישט אין די פרשה?

עטליכע יאר איידער מען האט ארעסטירט דעם רבי'ן, ווען די קומאניסטישע רעגירונג אין רומעניע, האט געזוכט זיך פארצושטעלן פאר די וועלט אלס א פריינטליכע רעגירונג וועלכע טוט טאלערירען אידישקייט. און דערפאר האט די רעגירונג פון צייט צו צייט איינגעלאדענט פארשידענע פאלעטישענס פון די דרויסענדיגע וועלט, זיי זאלן באזוכן רומעניע און זיך איבערצייגן אין דער צופרידענהייט פון דעם אידישן ציבור. נאר פארשטייט זיך, אז זיי האבן שוין מסדר געווען, אז זיי זאלן נאר זען און נאר הערן, דאס וואס די רעגירונג האט געוואלט זיי זאלן זען און הערן.

פאר דעם זעלבן צוועק האבן זיי אין שנת תשי"ד אויפגעפאדערט פון דעם רומענישן הויפט רב, הרב משה דוד ראזן ע"ה, ער זאל איינלאדענען אויף אן אפיצעלן באזוך, דעם הויפט רב פון שוועדן ראביי קורט ווילהעלם, וואס כאטש ער איז טאקע געווען אן ארטאדאקישער רב, איז ער אבער דאך געווען א שטארק מאדערנער מענטש, און די קאמוניסטישע רעגירונג פון רומעניע האט געהאלטן אז ער וועט נישט קוקן אויף זיי מיט קיין שלעכט אויג, און זיי האבן געהאפט אז ער וועט ארויסקומען אויף דער פרייער וועלט מיט א גוטן איינדרוק פון זיי.

די רעגירונג האט לכבוד דעם שוועדישן ראביי ווילהעלם איינגעלאדענט אין בוקארעסט א פייערליכע קבלת פנים איין מוצאי שבת קודש. און צו דעם קבלת פנים האט מען איינגעלאדענט אלע רבנים וואס האבן נאך דאן געוואוינט נעבאך אין רומעניע.

אין ראמעניע האבן נאר געוואוינט א צאל אידישע און היימישע רבנים, פארשטייט זיך אז צו א מלוה מלכה וואס די רעגירונג ארדענט איין און רופט האבן אלע רבנים געמוזט קומען. דער סקולענער רבי זצ"ל, האט כדרכו בקודש, מאריך געווען ביי שלוש סעודות, און וועגן דעם איז ער ערשט צווי שעה שפעטער אנגעקומען צו דער מלוה מלכה.

ווער דער רבי איז אריינגעקומען, איז אין זאל געווארן שטיל, אלע רבנים האבן זיך אויפגעשטעלט מיט א געוואלדיגע יראת הכבוד, ביז מען האט דעם רבי'ן ארויפגעפירט גאנץ אויבן, און מען האט אים געזעצט נעבן דעם רב ראזן. דער רב ראזן האט זייער מכבד געווען דעם סקולענער רבי'ן. דער שוועדישער הויפט ראבינער וועלכער איז געווען גאר ווייט פון חסידות, האט זיך צוגעקוקט אויפ'ן רבי'ן, און ער האט נישט משיג געווען פארוואס יעדער האט אזא ביטול פאר דעם נידעריג געוואקסענער צובראכענער מענטש, מיט דעם אלטן האלב צוריסענער שטריימל...

דורך דעם מלוה מלכה, האבן זיי אויפגעשטעלט יעדער איינער צו רעדן א פאר ווערטער לכבוד די מסיבה. יעדער האט גערעדט אין דעם זעלבן גייסט, ווי גוט ס'איז פאר אידן אין רומעניע, א דאנק די פיינקייט פון די קאמוניסטישע ראמענישע רעגירונג. און פארשטענדליך אז זיי האבן זיך נישט דערלויבט מיט איין ווארט צו דערמאנען די ביטערע אומשטענדן פון יענע תקופה, ווען צענדליגער אידן האבן געשמאכטעט אין די שווערע קאמוניסטישע תפיסות. ווען אלע האבן געענדיגט צו רעדן, האבן זיי מכבד געווען דעם סקולענער רבי'ן צו רעדען. ווען דער רבי איז געקומען צום מייקרעפאן, האט ער זיך אנטשולדיגט, אז ער איז נישט דער בעסטער רעדנער, דערפאר וועט ער אנטשטאט האלטן א רעדע, זינגען א ניגון, וואס איז ספעציעל געמאכט לכבוד דעם גאסט דער הויפט ראביי פון שוועדן.

אלע האבן אויפגעשטעלט מויל און אוירען, און זער רבי האט דאן געזונגען פאר זיי דעם באוואוסטן השתפכות הנפש'דיגן ניגון, אויף די פסוקים אין תהילים: "יודע בגויים לענינו נקמת דם עבדיך השפוך, תבא לפניך אנקת אסיר, כגודל זרועך הותר בני תמותה, והשב לשכנינו שבעתיים אל חיקם, חרפתם אשר חרפוך ה" (עט י-יב)

דער ניגון, וואס דער רבי האט געזונגען מיט זיין צובראכענעם און דביקות'דיגע שטימע, דאן האט ער ארויסגעברענגט פאר דעם שוועדישן ראביי מער פון וואס אלע רעדנערס האבן גערעדט... ער האט פון דעם ניגון שוין אלעס פארשטאנען! און ווי דער שוועדישן ראביי האט זיך אליין שפעטער אויסגעדריקט פאר הרב ראזן, האט ער דערהערט פון רבינ'ס ניגון דעם ריכטיגען מצב פון אידישן לעבן אין רומעניע. המשך יבא...

פון דא זעט מען דעם גדלות פון צדיקים, וואס זיי זענען זיך משתתף אין די צרות פון אידן, רח"ל. און נאך מער, די צדיקים זענען סניגורים פאר אידן אין שווערע מצבים, ל"ע. מען זעט אפשר דעם ענין אין די וואכעדיגע סדרה. נאך די מעשה פון קרח, האבן די בני ישראל גע'טענה'ט קעגן משה און אהרן אז זיי האבן גע'הרג'ט אידן. דאן האט זיך אנגעהויבן א מגיפה און טויזענטע אידן זענען געשטארבן. אפילו די אידן וואס האבן גע'טענה'ט קעגן משה און אהרן זענען נישט געווען גערעכט, האט משה רחמנות געהאט אויף זיי און ער האט געהייסן אהרן "קח את המחתה" וגו' (במדבר יז,יא) ד"ה מען זאל שנעל ברענגען קטרת כדי צו מכפר זיין אויף די אידן. דורך זיין דבוק צו א צדיק קענען מיר האבן א טייל אין דעם הייליגן צדיק'ס עבודת ה'. גוט שבת אלע אידן.

גוט שבת אלע אידן.