עונג שבת פרשת פנחס תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת פנחס תשס"ט

גוט שבת אלע אידן. בערך 60 יאר צוריק איז ר' שלמה שפירא ע"ה געווען דעם "טשאפלין" "רב" אין א שפיטאל פאר גאר קראנקע מענטשן אין ברוקלין. ער האט געהאט דעם שווערן ארבעט אין דעם שפיטאל פון העלפן די צעבראכענע משפחות פון קראנקע מענטשן. פארשטייט זיך אז ער האט זייער א גוטע שפראך מיט מענטשן. אפילו אין שווערסטע צייטן האט ער געקענט בארוהיקן יענעם. איין טאג האט ר' שלמה באקומען א קאל (= רוף) פון דעם מנהל פון יענע שפיטאל וואו ר' שלמה האט געארבעט. דער מנהל'ס ברודער איז נעבאך געווען אין א שרעקליכע קאר (= מאשין) עקצידענט און ער איז אריין אין א קומא, דער אייבערשטער זאל אפהיטן.

חוץ דעם וואס ער האט שטארק מתפלל געווען אויף זיין ברודער, האט דער מנהל געזארגט אויף זיין עלטערען טאטן. ווי אזוי וועט מען איבערגעבען די שלעכטע בשורה אז זיין זון איז אריין אין א קומא? וועגן דעם האט דער מנהל גערופן ר' שלמה, ווייל, אזוי ווי מען האט פריער דערמאנט, ער האט געהאט א כח הדיבור.

דער מנהל'ס טאטע ר' יוסף חיים איז געווען אין די הויכע אכציגע יארן. ער איז געווען א תלמיד חכם און ער פלעגט געבן שיעורים פאר די קראנקע מענטשן אין דעם שפיטאל וואו זיין זון ר' שלמה האט געארבעט. בקיצור, איז ר' שלמה געגאנגען צו ר' יוסף חיים'ס הויז, וואו ער האט אים געטראפן זיצן ביי די גמרא.

"ר' יוסף חיים," האט ר' שלמה אנגעפאנגען, "איך האב געוואלט אייך נעמען ערגעץ." דער עלטערער איד האט מסכים געווען און דערנאך זענען די צוויי געפארן צום מאונט סייניי שפיטאל.

אויפן וועג, האט ר' שלמה מיט גרויס איידלקייט אנגעהויבן צו דערציילן וועגן דעם עקצידענט מיט ר' יוסף חיים'ס זון. ר' יוסף חיים איז געזיצן שטיל אין דעם קאר (= מאשין) און ער האט נישט געוויזן גארנישט אויף זיין פנים, אפילו מען האט אים יעצט דערציילט אז זיין זון איז אריינגעגאנגען אין א קומא. ער האט נאר געזאגט, "מיט דעם אייבערשטענ'ס העלף וועט ער זיין געזונט". דאן האט ער אנגעהויבן צו רעדן וועגן א געוויסע שטיקל גמרא מסכת פסחים וואס ער האט דעמאלט געלערנט מיט די נישט געזונטע מענטשן אין דעם שפיטאל.

ר' שלמה האט געטראכט אז עס איז געווען אביסל אינטערעסאנט אז ר' יוסף חיים האט נישט אויסגעקוקט געשטערט וועגן די נישט גוטע בשורה. אבער מיט דרך ארץ האט ער צוגעהערט ר' יוסף חיים'ס מסביר זיין יענע סוגיה פון דער גמרא. ר' יוסף חיים האט מסביר געווען ווי ער האט געלערנט חלקים פון מסכת פסחים מיט דעם חפץ חיים זצ"ל, וועמען ר' יוסף חיים פלעגט רופן זיין "חברותא." ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צום שפיטאל, האט ר' שלמה געטראכט אז עס איז כדאי געווען צו זאגן פאר ר' יוסף חיים וואס ער זאל דערווארטן אין שפיטאל, ד"ה ווי הארב דער מצב איז דעמאלט געווען. "עס איז געווען א שווערע עקצידענט..." אבער, ר' יוסף חיים האט גארנישט געענפערט, ער איז געזיצן שטיל און דעם קאר.

דער חולה איז געווען אין א פריוואטע שטוב. ער איז געליגן מיט אסאך טובס ארויסקומען פון זיין גוף. די משפחה איז ארומגעשטאנען מיט טרויעריגע פנימער. ר' יוסף חיים איז געשטאנען לעבן זיין זון. "זיי נישט באזארגט," האט ער געזאגט צו אלע, "ער וועט זיין בסדר."

זיי האבן אלע רחמנות געהאט אויפן עלטערען איד, ווייל זיי האבן געמיינט אז ער טראכט שוין נישט מיט קלארן שכל. די דאקטוירים האבן געגעבן דעם חולה אפאר שעה מער צו לעבן. מען האט נישט געדארפט זיין א גרויסער מומחה צו זען ווי ערנסט די מצב איז געווען. "וואס פארשטיין די יונגע דאקטוירים בעסער ווי דער חפץ חיים? ער האט געוואוסט מער ווי זיי גיין וויסן אין זייערע גאנצע לעבן... לאמיר אהיים גיין." האט ר' יוסף חיים געזאגט.

באמערקענדיק אז יעדער איינער האט אים אנגעקוקט מיט א ערשטוינונג, האט ער אנגעהויבן צו דערציילן א מעשה פון דעם חפץ חיים, זצ"ל. פאר מיר גיין דערציילן דעם מעשה, לאמיר אביסל רעדן וועגן אמונת צדיקים, אן עניין וואס ווערט דערמאנט אין די פרשה. משה רבינו ע"ה ווערט באפוילן אין די פרשה די וואך, "שאו את ראש כל עדת בני ישראל." "שאו" איז א לשון פון אויפהייבן. אין פסוק איז אפשר מרומז דעם כח וואס דער אייבערשטער גיבט צו צדיקים אין יעדן דור צו קענען אויפהייבן אידן. ווי מער מען האט שייכות צום צדיק, קענען מיר זוכה זיין צו ווערן אויפגעהויבן דורך אים.

"ווען איך בין געווען א יינגערמאן," האט ר' יוסף חיים אנגעפאנגען צו דערציילן, "האט דער חפץ חיים געשריבן זיין 'משנה ברורה.' דער צדיק האט געוואלט אז פשוטע אידן זאלן דורכליינען זיין ספר בעפאר ער וועט עס דריקן, צו מאכן זיכער אז דער עולם וועט פארשטיין וואס ער שרייבט. איך בין געווען איינער פון זיין באליבטע ליינערס. און איך בין דורכגעגאנגען א גוטע חלק פון די משנה ברורה. יארן שפעטער ווען איך בין געווען אויפן וועג קיין אמעריקע, בין איך געגאנגען צו אים פאר א ברכה. דער ח"ח האט מיך געזאגט אזוי, "טאמער דו גייסט ווייטער לערנען תורה און בלייבן שומר שבת, דעמאלט וועסטו האבן אריכות ימים און דו וועסט קיינמאל נישט פארלירן קיין קינדער אין דיין לעבן." אויב אזוי, וואס ווייסן די דאקטוירים!" ר' שלמה און די אנדערע זענען איבערראשט געווארן צו זען ר' יוסף חיים'ס דרגה פון אמונת צדיקים. זיי האבן אהיימגעברענגט ר' יוסף חיים. דעם נעקסטען טאג האט מען גערופן פון שפיטאל צו זאגן אז דער חולה האט אביסל געריקט זיין פיס און ער האט ב"ה געעפענט זיין אויגן. מיט אפאר וואכן איז ער פאלקאם געזונט געווארן און ער איז אהיימגעגאנגען.

דעמאלט איז ר' יוסף חיים געווען ניין און אכציג יאר אלט. ער האט געלעבט ביז זעקס און ניינציג יאר אלט און ער האט ב"ה נישט פארלוירן קיינע קינדער און נישט קיין אייניקלעך אין זיין לעבן. לאמיר אלע זוכן צו האבן ווי מער שייכות צו צדיקים דורך דעם וועט זוכה זיין צו אן עליה אין רוחניות און אין גשמיות.

גוט שבת אלע אידן