עונג שבת פרשת עקב תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת עקב תשס"ט

גוט שבת אלע אידן.

אין די וואכעדיגע סדרה רעדט די הייליגע תורה וועגן די חיוב פון דאווענען יעדן טאג מיטן גאנצע הארץ. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "ואתו תעבד..." - און איר זאלט אים (דעם באשעפער) באדינען (ו,יג) ליידער, איז תפילה איינע פון די "דברים שעומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהן וכו" (ברכות ו:) - ד"ה חז"ל זאגן אז תפילה דארפט אייביג א חיזוק.

מיט תפילה קען מען דאך אלעס העלפן אין לעבן. וועגן דעם דארפן מיר ארבייטן אייביג צו האבן בעסער כוונה ביים דאווענען. מען רעדט נישט פון טיפע כוונות אין א שמונה עשרה, דאס וואלט ודאי געווען לכתחילה! נאר מען רעדט פשוט פון אכטונג געבן צו זאגן יעדע ווארט קלאר און צו פארשטיין וואס מען זאגט. דער אייבערשטער פירט די וועלט "מידה כנגד מידה" אז טאמער מיר אליינס געבן נישט אכטונג אויף אונזערע תפילות, פאר וואס זאל דער אייבערשטער געבן אכטונג אויף אונזערע תפילות, ח"ו!

לאמיר יעצט דערציילן די פאלגענדע מעשיות פון צדיקים. דורך ליינען די מעשיות וועלן מיר זיך מתחזק זיין אין תפילה. א משכיל אין די שטאט בארדיטשוב פלעגט חוזק מאכן פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע. איינמאל האט איינער פון די חסידים געטראפן דעם משכיל אויף דער גאס און ער האט געזאגט צו אים אז עס איז כדאי צו זען ווי דער קדושת לוי דאווענט. "אויב דו וועסט זען ווי אונזערע הייליגער רבי דאווענט, וועסטו אויך תשובה טון", האט דער חסיד געזאגט פאר דעם משכיל.

דער משכיל האט געלאכט און ער האט דעם חסיד געענטפערט: "איך בין מסכים מיטצוקומען, נאר כדי צו ווייזן דיך אז דער רביס דאווענען וועט נישט משפיע זיין אויף מיך". באלד דערנאך איז דער משכיל געקומען אין שול מיט דעם חסיד כדי צו זעהן ווי דער רבי דאווענט.

דער משכיל איז געווען אין שול פון אנהייב שחרית. נאך חזרת הש"ץ, האט דער משכיל געלאכט און ער האט געזאגט צו דעם חסיד אז דער רביס דאווענען האט בכלל נישט משפיע געווען אויף אים. אבער, א פאר מינוט שפעטער ווען דער הייליגער קדושת לוי איז אנגעקומען צו "ובא לציון גואל ולשבי פשע ביעקב...", האט דער צדיק געזאגט די ווערטער מיט אזא ברען אז די ווערטער האבן דורך געברענט די קליפות אריין אין די נשמה פון דעם משכיל. דער משכיל האט שוין נישט געקענט זיך צוריקהאלטן. ער איז געווארן א בעל תשובה אויפן פלאץ.

דער חוזה פון לובלין האט אמאל געפרעגט זיין תלמיד דער "איד הקדוש" פון פרשיסחא, "מיין טיירע איד, פארוואס כאפסטו אזוי שנעל די ווערטער פון דאווענען"? דער איד הקדוש האט געענטפערט זיין רבי: "די ווערטער זענען אזוי געשמאק, אז איך וויל זיי אראפשלינגען שנעל".

"און וואס איז מיט מיר"? האט דער חוזה געפרעגט זיין תלמיד, "איך דאווען נישט אזוי שנעל, דו מיינסט צו זאגן אז די ווערטער זענען נישט געשמאק פאר מיך"?

"רבי", האט דער איד הקדוש געזאגט, "די ווערטער פון אייער תפילה זענען פלאם פייער ממש, וועגן דעם זענען די ווערטער שווער צו אראפשלינגען אזוי שנעל"!

דעם איד הקדוש האט מען אמאל געפרעגט פון הימל אויב ער איז גרייט צו מקבל זיין יסורים. דער איד הקדוש האט געענטפערט אז ער איז גרייט צו מקבל זיין יסורים פאר איין שעה. פלוצלינג האט ער געהאט גרויסע יסורים. די יסורים, ל"ע זענען געווען אזוי שרעקלעך אז ער האט געמיינט אז ער גייט נישט אדורך לעבן די שעה. אבער ער האט געזאגט פאר זיך אז "יעצט איז א גוטע צייט צו דאווענען", ווייל ער האט זיך דערמאנט אז תפילה איז אן בחינה פון התפשטות הגשמיות, וואס מען שפירט נישט דעם גוף. דעמאלטס איז געווען מנחה צייט. דערפאר האט ער אנגעפאנגען צו דאווענען מנחה מיט אזא ברען אז ער האט נישט געשפירט די יסורים! (שם)

רב ישראל פון רוזין זי"ע פלעגט דאווענען לאנגזאם, און רב שלום פון בעלז זי"ע פלעגט דאווענען שנעל. איינער פון זייערע חסידים האט געזאגט זיין פשט אויף די התנהגות אין דאווענען פון די צוויי גרויסע רבי'ס. ער האט געזאגט אזוי: ביידע רבי'ס האבן געשפירט א מוראדיגע טעם אין דעם דאווענען. דער חילוק איז נאר געווען אזוי: דער רוזינער האט געדאווענט לאנגזאם ווייל ער האט אזוי ליב געהאט די ווערטער פון תפילה אז ער האט זיך נישט געקענט אוועקנעמען פון דעם דאווענען. וועגן דעם בעלזער רב, האט דער חסיד מסביר געווען, אז ער דאווענט אזוי שנעל ווייל ער האט אזוי ליב געהאט די ווערטער פון תפילה אז ער האט נישט געקענט זיך צוריקהאלטן פון זאגן די ווערטער ווי שנעלער! (שם)

רבי דוד לעלעווער זי"ע איז געפארן מיט זיין חסיד רבי יצחק פון ווארקע זי"ע צו א געוויסע שטאט ווייל עס איז געווען אין יענע שטאט א גרויסע מחלוקת צווישן אידן. גלייך ווען זיי זענען אנגעקומען, האבן זיי געדאווענט. באלד נאכן ענדיגן דאווענען האט רבי דוד לעלעווער זי"ע געהייסן אז דער בעל עגלה זאל צוגערייטן די פערד כדי זיי זאלן קענן שוין אהיים פארן.

"רבי", האט ר' יצחק ווארקע געזאגט. "זענען מיר נישט געקומען דא אין שטעטל צו ברענגן שלום צווישן די אידן? פארוואס פארן מיר אהיים יעצט, מיר האבן נישט גערעדט מיט קיינעם דא?"

"אין דעם דאווענען", האט דער לעלעווער רבי געזאגט, "האב איך געזאגט עושה שלום במרומיו דער וואס מאכט שלום אין די הימלען, זאל מאכן שלום פאר אונז און פאר אלע אידן. די ווערטער זענען גענוג געווען צו ברענגען שלום צווישן די אידן דא. דערפאר, קענען מיר שוין אהיים פארן".

עס ווערט געברענגט אז מען מוז זאגן "פסוקי דזמרה" אזוי שטאט ווי מען ציילט געלט. היינט צאלט מען מער מיט א קרעדיט קארד (אדער מיט דער פוד סטאמפס קארטל) און דערפאר גייט אלעס שנעלער. אויב אזוי איז עס אפשר א לימוד זכות אויף די אידן וואס זאגן "פסוקי דזמרה" היינטיגע טעג אזוי שנעל.

איינער איז אמאל געקומען צום פאנעוויצער רב און אים געזאגט אז ער דאווענט, אבער דער אייבערשטער ענטפערט נישט. האט דער ראש ישיבה געזאגט: "דער אייבערשטער ענטפערט: 'נישט'," ד"ה נישט אלעס וואס מען בעט איז אייביג גוט פאר אונז און מען דארף זיך פארלאזן אויף אונזער טאטן אין הימל, און ער ווייסט בעסער וואס איז טאקע גוט פאר אונז.

גוט שבת אלע אידן.