צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת נח תש"ע

גוט שבת אלע אידן.

לעצטע וואך האט מען דערציילט דעם אנהייב פון דעם מוראדיקן השגחה פרטית בעל תשובה מעשה. בקיצור, מען האט דערציילט וועגן דעם היימישן איד משה וואס האט געטראפן א מוהל יצחק אין א שול אין גיבראלטאר משה האט יצחק גענומען צו א ברית איבערן גרעניץ אין שפאניע. ווען די צוויי זענען אנגעקומען צו דעם הויז, האט דער מוהל יצחק אנגעהויבן צו לאכן און וויינען ווען ער האט דערזען דעם אבי הבן. נאכדעם האט יצחק דערציילט צו משה פארוואס ער האט געלאכט. און אויך האט ער דערציילט דעם מעשה ווי אזוי ער איז געווארן א בעל תשובה: עטלעכע יארן פריער, איז יצחק געווען א סאלדאט. ער האט נעבעך געהרגעט א איד בשוגג, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. איין טאג איז ער געווען אין אן אראבישער געגענט וואו זיי האבן געזוכט טעראריסטן. ער האט אריינגעקוקט אין זיין קוקער אויף דעם געווער און ער האט געזען אן אראבער, אבער דער ערשטער אראבער איז נישט געווען דעם וואס זיי האבן געזוכט. דאן האט ער געקוקט אויפן צווייטן אראבער וואס האט יא אויסגעקוקט ווי דער טעראריסט און יצחק האט אים טאקע געשאסן. ליידער איז עס אויסגעקומען אז יענער "אראבער" איז באמת געווען א איד, א פארשטעלטע ארץ ישראלדיגע סאלדאט.

פארוואס דעמאלט, האט יצחק געלאכט און געוויינט ווען ער האט געזען דעם פנים פון דעם בעל שמחה? ווייל דער אבי הבן איז געווען דער ערשטער "אראבער" וואס איז געשטאנען לעבן דעם איד וואס יצחק האט נעבעך געשאסן! עס קומט אויס אז יצחק האט געהרגעט דעם חבר פון דעם בעל ברית.

שפעטער איז אויסגעקומען דער מעשה ווי אזוי יענער איד, לאמיר אים רופן "שלמה," איז אנגעקומען קיין שפאניע. נאך שלמה'ס חבר דעם סאלדאט איז געהרגעט געווארן, איז עס אויסגעקומען אז א איד האט עס געטאן. פארשטייט זיך אז שלמה איז געווארן מוראדיג צעבראכן. ער איז אנטלאפן פונעם מיליטער. ער האט חתונה געהאט אבער ער האט נאך נישט געקענט זיך בארוהיקן.

איין טאג האבן ער מיט זיין בני בית פארלאזט ארץ ישראל און זיי זענען ארומגעפארן די וועלט ווייל שלמה האט געוואלט פארגעסן פון דעם טרויעריגע געשעניש. איין טאג זענען זיי אנגעקומען קיין שפאניע. נישט לאנג דערנאך האט שלמה זוכה געווען צו האבן א קינד. אפילו זיי זענען געווען אינגאנצן "פריי" האט שלמה געוואלט אריינברענגען זיין זון אין דער ברית פון אברהם אבינו ע"ה. ער האט געזוכט א מוהל אין שפאניע, אבער עס איז געווען זייער שווער צו טרעפן איינעם. צום סוף האט ער גערופן זיין משפחה אין א"י, און זיי האבן געטראפן אן ארגאניזאציע וואס ערלעדיגט (= ארגאניזירט) בריתן איבעראל אין די וועלט. די ארגאניזאציע האט געשיקט יצחק צו מאכן די ברית.

שלמה, דער בעל שמחה, איז מוראדיג נתפעל געווארן צו הערן דעם מוראדיגן השגחה פרטית מעשה מיט יצחק. ער האט עס דורכגעשמועסט מיט יצחק און די צוויי האבן געוויינט צוזאמען צוליב דעם התרגשות.

א טאג נאך די ברית, איז יצחק אהיימגעפארן קיין א"י. משה, דער היימישער איד וואס האט געפירט יצחק צו דער ברית האט געהאלטן א קשר מיט שלמה, דער אבי הבן. משה האט מקרב געווען שלמה און יעצט קומט שלמה מיט אנדערע פרייע ארץ ישראלדיגע חברה קיין גיבראלטאר צו דעם שול וואו זיי הערן שיעורים וכו'. עס זעט אויס אז שלמה גייט ווערן א ריכטיקער שומר שבת איד!

די מדרש דערציילט אז נח האט גענומען 120 יאר צו בויען די תיבה. ער האט איינגעפלאנצן ביימער, ער האט געווארט ביז זיי זענען געווען גענוג גרויס און נאכדעם האט ער די ביימער אראפגעשניטן און ער האט געבויט די תיבה מיט די העלצער. פארוואס האט נח גענומען אזוי לאנגע צו בויען די תיבה? דער אייבערשטער האט געוואלט געבן דעם דור דעם געלעגענהייט תשובה צו טון.

זאגט די הייליקע גמרא אז "שהיה נח הצדיק מוכיח אותם, ואמר להם דברים שהם קשים כלפידים, והיו מבזין אותו, אמרו לו: זקן תיבה זו למה? אמר להם: הקדוש ברוך הוא מביא עליכם את המבול." - נח הצדיק האט געגעבן מוסר פאר זיין דור, און ער פלעגט זיי מוכיח זיין מיט שארפן רייד, אבער זיין דור פלעגט אים שפעטן, און זיי פלעגן זאגן צו אים, "דו אלטער מענטש... וואס איז די תיבה וואס דו בויסט?" און נח האט זיי געענטפערט אז דער אייבערשטער גייט ברענגען אויף זיי א מבול. (סנהדרין קח:) נח איז געווען איינער פון די ערשטע בעלי תשובה מאכער'ס אין די היסטאריע פון דער וועלט. אפילו נח'ס דור האט נישט תשובה געטאן, לערנט מען אפ פון דער פרשה ווי וויכטיק עס איז צו מקרב זיין אידן וואס גיין נישט אויף דעם ריכטיגען וועג.

דער ענין האט מען געזען אין דעם מעשה וואס מען האט דערציילט. דער שכר פון דעם איד משה און דער איד וואס האט מקרב געווען יצחק ווען ער איז נאך פריי געווען, זענען מוראדיג גרויס. חז"ל זאגן "גדול המעשה יותר מהעושה", ד"ה דער וואס מאכט אן אנדער טאן א מצוה האט א גרעסערער שכר ווי דער מענטש אליינס וואס טוט די מצוה. מען ווייסט אויך אז איינער וואס איז מחזיר יענעם בתשובה, באקומט שכר אויף מצוות וואס דער בעל תשובה טוט וועגן אים. למשל, יעדן טאג וואס א בעל תשובה לייגט תפילין, באקומט דער מחזיר בתשובה שכר דערפון. טאמער דער בעל תשובה האט ערלעכע קינדער און אייניקלעך דעמאלט באקומט דער מחזיר בתשובה שכר פאר אלע זייערע מצוות אויך, פאר אלע דורות, נאך מער שכר ווי דער בעל תשובה אליין!

יעדער איינער קען מקרב זיין אידן אפילו מיט נאר זאגן א גוט ווארט. דורך דעם וועלן מיר אלע זוכה זיין צו חיי נצח.

גוט שבת אלע אידן.