עונג שבת פרשת משפטים תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

גוט שבת אלע אידן. עס שטייט אין די הייליגע תורה די וואך "ועבדתם את ה' אלקיכם וגו'" (שמות כג, כה). זאגט דער רמב"ם זי"ע וועגן די פסוק, אז עס איז א "מצות עשה להתפלל בכל יום וכו'." (הלכות תפלה א, א) ד"ה עס איז א מצוה פון דער תורה צו דאווענען צו ה' יתברך יעדן טאג.

חז"ל רופן אן תפילה "עבודה שהיא בלב." (תענית ב.) לויט דעם וואס די תורה האט גענוצט דעם לשון פון "עבודה" לגבי תפילה, איז די תורה מרמז אויף דעם וואס תפילה מוז זיין מיט א "ברען." אזוי ווי מען לייגט אריין אלע כוחות אין דער ארבעט כדי צו פארדינען ווי מער געלט, דארף מען אזוי פיל אריינלעגן אין דער תפילה.

די מציאות איז אבער אז, עס קען זיין אביסל שווער צו דאווענען מיט א ברען יעדען טאג. די פאלגענדע אמת'ע מעשה וועט אונז מעורר ווערן צו האבן מער כוונה אין דאווענען.

משה (נישט זיין עכטע נאמען) איז אן אלטער איד וואס לעבט היינט לכאורה אין ארץ ישראל. ליידער האט משה אסאך געליטן אין זיין לעבן. ער האט דורכגעלעבט זיין יונגערע יארן אין א רוסישע ארבעטסלאגער אין סיביר.

יעצט, אסאך יארן נאכדעם וואס משה איז ארויסגעקומען פון רוסלאנד, זיצט ער צוזאמען אסאך מאל מיט א גרופּע אידן וואס האבן אויך דורכגעלעבט די לאגערן אין רוסלאנד און אין מזרח אייראפא אין די מלחמה יארן. די אידן אין יענע חברה דערציילן מעשיות פון די לאגערן, ווייל עס ברענגט א געוויסע נחמה פאר זיי.

פארשטייט זיך אז האלטן אידישקייט אין סיביר איז געווען מוראדיג שווער ווייל די רוסישע האבן נישט געלאזט אידן טון מצוות אין דעם לאגער. איין מאל האט משה דערציילט א מוראדיגע מעשה פון זיין טעג אין די רוסישע לאגרן - עס איז א מעשה וואס ווייזט אויף משה'ס מוראדיג מסירות נפש צו האלטן די תורה ווי מער עס איז געווען שייך אין שווערע מצבים. איז לאמיר יעצט ליינען די מעשה אזוי ווי משה דערציילט עס אין זיין אייגענע ווערטער.

"אזוי ווי אלע איינגעשפּארטע מענטשן אין סיביר, זענען אונז אויך געצוואונגען געווארן צו ארבעטן ביטער שווער ארבּעט. מיר האבן נישט געהאט קיין סאך גשמיות אין לאגער. אונזער מצב איז געווען אזוי שווער אז רייכערען איז געווען איינע פון די זאכן וואס האט געקענט אונז בארוהיגען. ליידער, וועגן דעם האב איך און אסאך אנדערע אידן אין לאגער גערייכערט. (דעמאלט האבן זיי נישט געוואוסט אז רייכערען איז נישט געזונט. וועגן דעם איז רייכערען דעמאלט נישט געווען אזא שלעכטע זאך ווי היינט.) טאבאק איז געווען גרינג צו טרעפן אין דעם לאגער, אבער עס איז שווער געווען דעמאלט צו טרעפן דארט פּאפּער צו מאכן סיגערעטלעך. איך האב כסדר געזוכט פּאפּיר כדי צו קענען רייכערען.

איין טאג, ווען מיר האבן געארבעט אין א פּלאץ לעבן דעם לאגער, איז געקומען צו מיר אן אלטער רוסישער גוי פון דעם שטעטל. ער האט דערציילט אז ער זוכט איינער וואס קען גוט ליינען רוסיש. ווייל זיין זון האט אים געשיקט א בריוו, אבער ער קען בכלל נישט ליינען. דער אלטער גוי האט פארגעשטעלט פאר מיך אז טאמער איך בין מסכים צו ליינען דעם בריוו פאר אים, וועט דער גוי מיר געבן דעם קאנווערט פון דעם בריוו כדי איך זאל קענען מאכן סיגערעטלעך מיט דעם פּאפּיר.

איך האב מסכים געווען און איך האב געליינט דעם בריוו פארן גוי. נאכדעם בין איך צוריקגעגאנגען צו אונזער שטוב אין דעם לאגער. דאן האב איך ארויסגענומען דעם טאבאק גרייטנדיק צו מאכן די סיגערעטלעך מיט דעם פּאפּיר פון דעם קאנווערט. איך האב אלעס מסדר געווען אויפן ערד, ווייל איך האב נישט געהאט קיין טיש דארט. איך האב כמעט אריינגעלעגט דעם טאבאק אין דעם פּאפּיר ווען עפּעס האט געכאפּט מיין אויג. איך האב נישט געגלייבט וואס איך האב געזען! איך האב געמיינט אז איך בין געווען אין א חלום. דעם קאנווערט איז געמאכט געווארן פון א פּאפּיר מיט אידישע אותיות אויף עס! איך האב דערקענט אז דעם דף איז ארויסגענומען געווארן פון א סידור. עס איז נישט געווען גענוג פאר די רוסישע ימ"ש צו הרג'נען דעם אידישען גוף און די אידישע נשמה, נאר, זיי האבן אויך גענוצט אידישע ספרים פאר א תשמיש בזוי!

איך האב שוין נישט געדאווענט פאר אסאך יארן, אבער איך האב נאך אלס געקענט ליינען לשון קודש. (די רוסען האבן אלעס געטון נאר אז אידישע קינדער זאלן נישט באקומען א ריכטיגע תורה חינוך.) איך האב אויפגעהויבן דעם פּאפּיר פונעם ערד און איך האב עס געקושט און נאכדעם אריינגעלעגט אין מיין טאש. דאן בין איך געגאנגען צו א איד אין לאגער וואס מען האט גערופן "רבי'לע," נישט ווייל ער איז געווען א רבי, נאר ווייל ער איז געווען דעם נענסטע זאך צו א רבי וואס מען האט געהאט אין לאגער, ווייל ער האט געהאלטן חשבון פון די ימים טובים און ער האט געוואוסט מער פון אידישקייט ווי אלע אנדערע אידן אין לאגער.

ווען איך האב אים געוויזן דעם פּאפּיר, איז ער געווארן איבעראשט און איבערגענומען מיט שמחה. מיר האבן יעצט געוואוסט אז דער אייבערשטער האט נישט פארגעסן פון אונז. די גאנצע חברה איז נתעורר געווארן דורך דעם איין שטיקל פּאפּיר פון א סידור און מיר האבן אונטערגענומען צו מאכן טעגליכע מניינים. ליידער האבן די קומאניסטן ימ"ש אזוי ווייט מצליח געווען אויסצומעקן אידישקייט, אז איך און די אנדערע אידן אין לאגער האבן נישט געוואוסט ווי א איד דאווענט. וועגן דעם, האט דער "שליח ציבור" ביי יעדער תפילה געליינט פון דעם דף פונעם סידור. עס איז נישט געווען קיין חילוק צווישען שחרית, מנחה, מעריב, מוסף, שבת אדער יום טוב, ווייל דער "שליח ציבור" האט געליינט פון דעם זעלבן פּאפּיר!

די אידן אין לאגער וואס זענען פריער געווען אזוי צובראכן האבן באקומען א גרויסע חיזוק דורך צוזאמענקומען דריי מאל א טאג צו "דאווענען" פון דעם פּאפּיר. איך האב געזען ווי די אידן האבן געקענט אסאך בעסער פארנעמען דעם שווערן מצב אין לאגער, דורך אונזער "דאווענען." דאן האב איך פארשטאנען דעם כח פון תפילה, וואס דורך דעם א איד קען זיך מתקשר זיין צום באשעפער אין הימעל.

אפשר דאס מערסט אינטערעסאנטע נקודה צו דערמאנען וועגן דעם פּאפּיר איז געווען די תפילה וואס איז געשטאנען אויף עס. יעדע דף פון א סידור האט חשיבות, אבער צו באקומען יענע דף וואס מיר האבן באקומען האט אונז געוויזן דעם פונקליכע השגחה פרטיות מיט וואס דער אייבערשטער פירט דעם וועלט. די תפילה איז געווען פונקט וואס מיר האבן געדארפט האבן דעמאלט אין די שווערע צייטן. דעם דף האט זיך אנגעהויבן מיט די ווערטער "ה' ימלך לעלם ועד )(שמות טו, יח) פון דער פרק פון "אז ישיר..." און דער דף איז געגאנגען ביז די ווערטער "אבינו אב הרחמן המרחם, רחם עלינו." (פון "אהבה רבה") ליידער זענען אסאך פון די אידן אין די רוסישע לאגערן נישט אהיימגעקומען. אבער, אין די שווערסטע צייטן האבן די אידן אין אונזער לאגער באקומען א גרויסע חיזוק דורך דאווענען. מיט דעם האט משה געענדיגט דערציילן זיין מעשה. די צוהערערס האבן געווישט די אויגן פון טרערן.

לאמיר נתעורר ווערן דורך די מעשה צו דאווענען מיט מער כוונה. ב"ה אז מיר קענען האלטן א גאנצע סידור אין אונזער הענט - דאס אליינס, זאל אונז העלפן צו האבן מער כוונה. דורך דעם זאל דער אייבערשטער העלפן אז אונזערע תפילות זאלן נתקבל ווערן.

גוט שבת אלע אידן