צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת מקץ דער צווייטער שבת פון חנוכה תש"ע

גוט שבת און א פרייליכען חנוכה אלע אידן.

עס זענען דא אסאך פשטים אויף דאס וואס מען רופט דעם יום טוב חנוכה. פשטות, קומט דאס ווארט חנוכה פון דעם לשון פון צוריקבויען און מאכן ניי. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק מזמור שיר חנכת הבית וגו' (תהילים ל א) די יוונים האבן מטמא געווען דעם בית המקדש, ברענגענדיק א חזיר אויפ'ן מזבח רח"ל. די חשמונאים האבן נאכדעם גערייניגט דעם בית המקדש. פון דא זעט מען אז דער יום טוב ווערט אנגערופן חנוכה ווייל מען פרייט זיך אז די חשמונאים האבן מטהר געווען דעם בית המקדש.

עס ליגט אבער אין דעם ווארט חנוכה אפשר א טיפערער כוונה. דער אייבערשטער האט אונז באפוילן: ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. (שמות כה ח) לכאורה האט די פסוק געדארפט שטייען בתוכה. זאגן די ספרים הקדושים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. מיינט אז מיר זאלן זיך מאכן ראוי צו השראת השכינה, ווייל בתוכם באציט זיך אויף די בני ישראל.

וויבאלד חנוכה איז א זמן פון וטהרו את מקדשך... אן אזוי ווי מען האט יעצט געזאגט אז יעדער איד איז דער אייבערשטער'ס מקדש, עס קומט אויס אז יעדער איד האט א געוואלדיגע געלעגענהייט חנוכה זיך צו מטהר זיין און תשובה צו טון. אפילו מיר האלטן יעצט אין די לעצטע שעות פון חנוכה, קענען מיר זיך נאך אלץ יעצט מחזק זיין, ווייל יעצט איז די נעילת החג פון חנוכה, ווען אלע השפעות פון דעם גאנצן חנוכה קומען אראפ.

איז לאמיר יעצט דערציילן אן אינטערסאנטע מעשה וואס ווייזט אויף די כח פון חנוכה צו מעורר זיין הרהורי תשובה אין א איד. מער ווי 100 יאר צוריק, האט געלעבט א רב אין ירושלים וואס האט געהייסן ר' ליפּא קאלאשעפסקי (נישט זיין עכטע נאמען). איין טאג, איז ר' ליפא געפארן קיין אייראפא כדי צוזאמענצונעמען געלט פאר א מצוה צוועק. ער איז אנגעקומען קיין מילאן, איטאליע, איין ערב שבת קודש אינדערפרי. ער האט נישט געקענט קיינעם אין שטאט מילאן, און ער האט נישט געוואוסט וואס ער וועט טון וועגן דאווענען און עסן די שבת סעודות וכו'. ר' ליפּא איז ארומגעגאנגען אין די שטאט זוכענדיג די אידישע געגענט אין די שטאט.

פּלוצלינג, ווען ר' ליפא איז געגאנגען אויף די גאס, איז געפארן לעבן אים א גרויסע שיינע וואגן. דער וואגן האט זיך אפּגעשטעלט און א מענטש אין דעם וואגן האט גערופן צו ר' ליפּא זאגענדיק שלום עליכם ר' איד, וואס טוט אזא חשוב'ער איד ווי אייך דא אין אונזער שטאט מילאן? ר' ליפּא האט ארויפגעקוקט אויף דעם מענטש מיט איבעראשקייט און ער האט געזאגט, איך בין דא פון ירושלים, און איך זוך די אידישע קהילה.

"דו האסט מזל געהאט!" האט דער רייכער איד געזאגט בשעת ער איז אראפּגעקומען פון דעם וואגן, גרוסענדיק דעם איד מיט א ווארעמע האנט-שאקעל. דער רייכער איד האט געהייסן מר. הילוויכט (נישט זיין עכטע נאמען) דאן האט מר. הילוויכט איינגעלאדענט ר' ליפּא צו זיין ביי אים אויף שבת. ר' ליפּא האט גלייך מסכים געווען.

עטליכע שעות שפּעטער, איז ר' ליפּא געזעצן ביי דעם שיינען שבת טיש פון דער הילוויכט משפחה. עס זענען געווען אלע מיני תענוגי שבת אויפ'ן טיש, ר' ליפּא האט קיינמאל נישט געזען אזא שיינע שבת טיש. די שטוב איז געווען פול מיט טייערע זילבענע און קריסטאל כלים אויפן טיש און אין די ספרים שראנק. צווישן די שיינע זאכן, האט ר' ליפא באמערקט א צובראכענע גלאזענע קריגל.

די צובראכענע קריגל האט נישט באלאנגט אין די שראנק צווישן די שיינע זילבענע און קריסטאל עסצייג און כלים וכו'. ר' ליפּא איז געווארן נייגעריג וועגן דעם. און ער האט געפרעגט מר. הילוויכט וואס עס איז. דאן האט מר. הילוויכט אנגעהויבן צו דערציילן די פאלגענדע מורא'דיגע מעשה וועגן די צובראכענע קריגל.

מר. הילוויכט איז געבוירן געווארן צו א פרומע משפחה אין שטאט אמסטערדאם אין הולאנד. ווען ער איז געווען 18 יאר אלט, איז ער געפארן קיין איטאליע כדי ארויסצוהעלפן זיין זיידן מיט זיין געשעפט. זיין זיידע איז שוין געווען אלט און שוואך און ער האט געליטן פון קרענק ל"ע. באלד נאך דעם וואס ער איז אנגעקומען קיין איטאליע, איז זיין זיידע נסתלק געווארן. זיינע עלטערן האבן געוואלט אז ער זאל פארקויפן דעם געשעפט און נאכדעם גלייך אהיימקומען. אבער, דער יונגער מר. הילוויכט האט שוין טועם געווען דעם טעם פון פירן א געשעפט, און ער האט געוואלט בלייבן אין איטאליע צו ווערן א ביזנעס מענטש. ער איז טאקע געבליבן אין איטאליע און דער געשעפט איז געווארן זייער מצליח.

באלד דערנאך האט מר. הילוויכט אפילו געעפענט א צווייטן געשעפט. איין טאג, איז מר. הילוויכט געווען זייער פארנומען מיט זיין געשעפט. עס איז געקומען די צייט צו גייען דאווענען מנחה. מר. הילוויכט איז געווען אזוי פארנומען אז ער האט געטראכט אז ער קען נישט פארלאזן דעם ארבעט צו גייען דאווענען. ער האט זיך מיישב געווען אז ער גייט דאווענען מנחה שפּּעטער ביחידות. אבער, ער איז געווארן אזוי פארנומען אז צום סוף האט ער אינגאנצן פארגעסן צו דאווענען, אפילו ביחידות. דעמאלט האט ער אנגעהויבן צוביסלעך אוועקצוגליטשען פון אידישן וועג, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. נאך א יאר צוויי האט ער אלעס פארלוירן, און איז געווארן א פרייער איד, רח"ל. דורך די יארן איז ער געווארן א רייכער מענטש און ער האט שפּעטער חתונה געהאט. ער האט געהאט א שיינע הויז מיט אידישע קינדער, אבער, אידישקייט האט ער ליידער נישט געהאט.

איין טאג, אין ווינטער צייט, איז ער געגאנגען אויפ'ן גאס ווען ער האט געזען קליינע אידישע קינדער שפילן צוזאמען. אלע קינדער האבן אויסגעקוקט פריילעך, חוץ פון איין יונגל וואס האט געוויינט און געזאגט אפאר מאל, וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטען, וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטען?!?

מר. הילוויכט איז געווארן נייגעריג. ער האט זיך אפּגעשטעלט צו פרעגן דעם קינד וואס איז געשען. דאס קינד וואס האט געוויינט, האט דערציילט פאר מר. הילוויכט אז זיין טאטע האט אים געגעבן געלט צו קויפן א קריגל אויל פאר חנוכה לעכט. אויף זיין וועג אהיים, איז די קריגל אראפּגעפאלן פון דעם קינד'ס הענט. די קריגל איז צובראכן געווארן און דאס אויל איז אויסגעגאסן געווארן אויפ'ן גאס.

מר. הילוויכט האט רחמנות געהאט אויף דעם קינד. ער איז צוריקגעגאנגען צו יענע געשעפט, וואו ער האט געקויפט פאר דעם קינד אסאך גרעסערער קריגל פון אויל. דאס קינד האט באדאנקט מר. הילוויכט און ער איז אהיימגעגאנגען מיט דעם אויל, פרייליכעהייט.

דאן איז מר. הילוויכט אהיימגעגאנגען. בשעת ער איז געגאנגען אויפ'ן גאס, האבן די ווערטער פון דעם קינד געקלינגען אין זיין אויערן. וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטען, וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטען?!? טאקע, האט מר. הילוויכט געטראכט, וואס וועל איך זאגן פאר מיין טאטען אין הימעל. ער איז זייער נתרגש געווארן. מר. הילוויכט האט אינגאנצען פארגעסן פון חנוכה! וועלכע תירוץ וועל איך קענען זאגן פאר מיין טאטען ביי מיין משפט אין הימעל? האט ער געטראכט.

מר. הילוויכט איז צוריקגעגאנגען צו דעם פלאץ וואו די קינדער האבן געשפילט. ער האט צוזאמענגענומען די שטיקלעך פון דער צובראכענער קריגל. יענע נאכט, צו דעם ערשטוינקייט פון זיין ווייב און קינדער, האט מר. הילוויכט אנגעצינדען חנוכה לעכט פאר דעם ערשטען מאל אין אסאך יארן. ער האט אנגעקוקט די לעכט און ער האט אנגעהויבן צו געדענקען די היים, וואו ער האט געלעבט ווי אן ערליכער איד. פּלוצלינג האט ער געשפּירט ווי ווייט ער האט אוועקגעגליטשט פון אידישן וועג. חנוכה איז געווען דאס אנפאנג פון מר. הילוויכט'ס צוריקומען צום אידישקייט. מיט די צייט, איז ער און זיין גאנצע משפחה געווארן עכטע בעלי תשובה, ב"ה.

וועגן דעם, האט מר. הילוויכט געהאלטן די שטיקלעך פון דער צובראכענער קריגל צווישן זיינע טייערע כלים, כדי צו געדענקען אז זיין ווערן א בעל תשובה איז די טייערסטע זאך וואס ער האט אין לעבן.

גוט שבת און א פרייליכען חנוכה אלע אידן.