עונג שבת פרשת לך לך תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

אפאר יאר צוריק איז פארגעגאנגען א גרויסע מחלוקת וועגן א געוויסע פרט אין די מצוה פון ברית מילה אין נין יארק. ב"ה אז די רבנים שליט"א און עסקנים האבן געפועלט אז מיר זאלן קענען ווייטער מקיים זיין די מצוה כהלכה. דאס אלעס איז אבער גארנישט קעגען די שוועריגקייטן וואס אידן האבן געהאט אין רוסלאנד אינטער די קומאניסטן ימ"ש.

אין די בערך 80 יאר וואס די רשעים האבן קאנטראלירט רוסלאנד, האבן זיי כמעט אינגאנצען גע'אסור'ט די מצוה פון מילה. איינעם וואס איז געכאפט געווארן מאכן א ברית איז אפגעזאגט געווארן פונעם ארבעט, און רוב מאל איז ער אויך איינגעשפארט געווארן אין תפיסה. די רוסישע רשעים ימ"ש האבן פארשטאנען די וויכטיגקייט פון דער מצוה פון מילה, פונקט אזוי ווי די יוונים האבן דאס גע'אסור'ט בערך צוויי טויזענט יאר פריער. ווייל די יוונים און די רוסען ימ"ש האבן פארשטאנען גאנץ גוט אז קדושת ישראל איז תלוי אויף דער מצוה פון ברית מילה.

אברהם אבינו ע"ה האט מקיים געווען די מצוה פון ברית מילה מיט מסירות נפש ממש. איז לאמיר דערציילן א מעשה וואס דער קאליווער רבי שליט"א האט דערציילט וועגן איין איד'ס מסירות נפש פאר די מצוה פון מילה... אזוי ווי מען האט פריער דערמאנט, עס איז געווען א גרויסע סכנה צו מאכן ברית'ן אין רוסלאנד. צוליב דעם האבן דעמאלט רוב פון די יונגערע דור אין רוסלאנד נעבעך נישט מקיים געווען די מצוה פון ברית מילה.

אבער, אפילו עס איז געווען פארהאן אין דעם א גרויסע סכנה, האבן אסאך אידן פרובירט צו מקיים זיין די מצוה נאכאלץ. אזוי ווי עס איז באוואוסט, לכתחילה איז מען מקיים די מצוה פון מילה אין דעם אכטען טאג פון דעם לעבן פונעם קינד. אבער אין רוסלאנד, האבן די עלטערן אסאך מאל געדארפט ווארטן וואכן, עטליכע חדשים אדער אפילו א גאנצע יאר בעפאר זיי האבן געקענט מקיים זיין די מצוה פון מילה.

דאס יונגסטע קינד פונעם שליידער משפחה איז געווען כמעט איין יאר אלט, אבער די עלטערן האבן נאך נישט געקענט מאכן זיין ברית. סוף כל סוף, איין טאג האבן זיי געקענט מאכן דער ברית. שטילערהייט האט מען מודיע געווען פאר די קרובים און ידידים אז מען מאכט א ברית! זיי האבן גערופן דעם מוהל און די אורחים וואס זענען צוזאמען געקומען אין דעם קעללער פונעם אפארטמענט בנין וואו זיי האבן געוואוינט.

דער מוהל האט זיך שנעל גענומען צום ארבעט און די גאנצע זאך האט ממש גענומען אפאר מינוט. יעדער איינער האט אנגעוואונטשן דעם צווייטן א הארציגע "מזל טוב." דאן האט איינער פון די פרויען געברענגט דעם קינד צו דער מאמע וואו האט געווארט אין א שטוב לעבען דעם. פלוצלינג האט מען געהערט א גרויסע רעש אזוי ווי איינער איז אראפגעפאלן. זיי זענען אריינגעלאפן צום שטוב צו זען וואס איז פארגעגאנגען. זיי האבן געזען ווי די מאמע ליגט אויפן פלאר בשעת זי האט געהאלטן דעם קינד.

ווען די מאמע איז געקומען צו זיך, האט זי אנגעפאנגען צו דערציילן אירע מוראדיגע מעשה. די מוטער פונעם קינד האט דערציילט אז ווען דער יונגעל איז געבוירן, האט זי מורא געהאט אז זי וועט נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון ברית מילה אויף אים צוליב דער גרויסע סכנה. זי האט זיך אבער אפגעמאכט אז זי וועט עפעס אונטערנעמען כדי זי זאל נישט צוריקהאלטן פון מאכן דער ברית אפילו עס איז געווען א סכנה. זי האט זיך מנדר געווען אז זי וועט נישט קושן אירע בעבי ביז ער וועט האבן זיין ברית! פאר כמעט א יאר האט זי זיך צוריקהאלטן פון קושן דעם קינד! וועגן דעם האט זי שוין נישט געקענט זיך אויסהאלטן ווען זי האט סוף כל סוף גענומען דעם קינד, דעם "רך הנימול" און אים געקישט דעם ערשטען מאל כמעט א יאר נאכדעם וואס ער איז געבוירן געווארן. עס האט איבערגעגאסן די הרגשים ביי איר און זי האט זיך געחלשט!

זאגט דער מדרש: "ודבר גדול ברית מילה וחביבה לפני הקב"ה וכל בריות העולם בין אדם בין בהמה בין חיות ועופות ורמש כלן מפחדים מישראל שהוא מהול..." די מצוה פון ברית מילה איז א גרויסע זאך, און עס איז זייער באליבט ביים אייבערשטען, און אלע בריות, סיי בהמות, זיי חיות, זיי פייגעלעך און שרצים האבן מורא פון א איד וואס האט מקיים געווען די מצוה פון ברית מילה. (תנחומא ויקרא צו, יד)

ב"ה אז מיר האבן נישט די שוועריגקייטן צו מקיים זיין די מצוה פון ברית מילה ווי עס דארף צו זיין. אבער, עס איז נישט אזוי שווער משיג צו זיין, ווייל מיר אליינס האבן אביסל טועם געווען וואס עס מיינט א מלחמת מצוה אויף איין פרט פון מילה דא אין ניו יארק אפאר יאר צוריק. עס זענן אויך היינט לענדער אין אייראפע וואס וועלן אסור'ן מילה בכלל. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אייביג קענען מקיים זיין די חשובה מצוה פון מילה ווי עס דארף צו זיין. און דורך דעם וועלן מיר אלע זוכה זיין צו ברכות וואס דער אייבערשטער האט צוגעזאגט צו אברהם אבינו ע"ה "ונתתי לך ולזרעך אחריך את ארץ מגריך את כל ארץ כנען לאחזת עולם..." (בראשית יז, ח) ד"ה דורך מקיים זיין ברית מילה וועלן מיר אלע זוכה זיין צום הייליגען לאנד פון ארץ ישראל במהירה בימינו אמן.

גוט שבת אלע אידן