עונג שבת פרשת כי תשא פורים תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

אמאל זענען צוזאמענגעקומען דער כתב סופר זי"ע מיט אנדערע תלמידי חכמים צו עסן א געוויסע סעודת מצוה. ווען עס איז געקומען די צייט פאר דער כתב סופר זצ"ל צו רעדן, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און דער עולם איז געווארן שטיל צו הערן די הייליגע ווערטער פון דעם רב פון פרעשבורג. דער רב האט אנגעהויבן צו רעדן זאגענדיק פאר די חשוב'ע פארזאמעלטע רבנים און תלמידי חכמים, אז ער האט היינט מיטגעברענגט א חשוב'ע זאך וואס ער האט געוואלט ווייזן פארן עולם, פארן ערשטן מאל.

יעדער איינער האט אנגעקוקט מיט גרויס פארוואונדערונג צו זען ווי דער כתב סופר נעמט ארויס פון זיין טאש אן אלטע מטבע. דער מטבע איז געווען אן עכטע מחצית השקל פון די צייטן פון דער צווייטער בית המקדש. די מטבע איז געווען בערך 2000 יאר אלט! דאן האט דער צדיק אנגעהויבן צו רעדן וועגן עניינים פון געבן דעם מחצית השקל. דער עולם האט ארומגעשיקט די מטבע כדי יעדער איינער זאל קענען עס געבן א קוק. דער עולם האט געוואלט אנרירן דעם אלטען מטבע. דער מטבע איז געווען א קליינער זיכרון פון די דערהויבענע טעג פונעם בית המקדש. יעדער איינער האט געוואלט האבן א שייכות מיט דער הייליגער עבודה פון געבן דעם מחצית השקל.

אביסל נאכדעם האט דער כתב סופר זצ"ל געענדיגט רעדן. אין צווישן, האט דער עולם ארומגעשיקט די מטבע. שפעטער אין דעם אווענט האט דער כתב סופר זצ"ל געבעטן אז מען זאל אים צוריקגעבן די מטבע, ווייל עס איז שוין געווען א לאנגע צייט זייט ער האט עס געזען. דער צדיק האט געפרעגט מענטשן אויף זיין רעכטע זייט און זיי האבן עס נישט געהאט. דאן האט ער געפרעגט מענטשן אויף זיין לינקע זייט און זיי האבן עס אויך נישט געהאט. יעדער איינער האט אנגעהויבן צו זוכן די מטבע. באלד איז עס קלאר געווארן אז די אלטע מטבע איז נישט געווען צו טרעפן. א אומבאקוועמליכע שטילקייט האט גערוהט אין דעם שטוב.

איינער פון די רבנים האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט, "רבותי... עס איז גאנץ פשוט אז קיינער קען נישט פארלאזן דעם שטוב ביז מען גייט טרעפן די טייערע מטבע. אפשר זאל יעדער איינער אויסליידיקן זיין טאשן. ווער ווייסט? אפשר האט איינער דא בטעות אריינגעלייגט דעם מחצית השקל אין זיין טאש צוזאמען מיט זיין אייגענע געלט?!?"

דער עולם איז געבליבן שטיל. קיינער האט נישט געוואלט חושד זיין בכשרים צו מיינען אז איינער האט גענומען די מטבע. אבער, ווי נישט ווי, האט מען געדארפט טרעפן די מטבע ערגעץ. צווישן די חשובע רבנים ביי יענע סעודת מצוה איז געווען דער באקאנטער גדול בישראל הרה"צ רב יהודה אסאד זצ"ל, דער רב פון אדזשאד, אונגארן. דער רב אסאד זי"ע איז דעמאלט געווען אביסל עלטער ווי די אנדער פארזאמעלטע. ווען ער האט געהערט די רייד פונעם מענטש וואס האט געהייסן אז מען זאל אויסליידיקן דעם טאשן, איז זיין פנים געווארן ווייס. שטאטליך, האט ער זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ, אזוי ווי ער האט געוואלט עפעס זאגן פארן עולם. דער עולם איז געווארן שטיל.

"רבותי," האט דער עלטערער רב אנגעהויבן צו זאגן, "עס איז אמת... די עצה פון אויסליידיגן די טאשן איז טאקע א גוטע עצה. אבער, איך מוז אייך בעטן, אז מיר זאלן ווארטן צוואנציג מינוט פאר מען גייט בודק זיין די טאשן."

די אויגן וואס האבן פריער ארויפגעקוקט אויף דעם רב מיט יראת הכבוד, האבן יעצט געוויזן ערשטוינונג. נישט אז זיי האבן אים ח"ו חושד געווען, נאר ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען פארוואס ער האט געהייסן צו ווארטן. אבער וויבאלד ער איז געווען א חשובער רב, האט דער עולם אים געפאלגט. נאך צוואנציג מינוט, ווען מען האט נאך נישט געטראפן די מטבע, האט רב יהודה זיך אויפגעשטעלט און געבעטן אז דער עולם זאל האבן סבלנות כאטש נאך צען מינוט. נאכדעם וועט ער נישט בעטן מער צייט. זיי האבן נאכאמאל מסכים געווען דערצו.

אפאר מינוט שפעטער, האט דער טיר פונעם קאך זיך געעפענט מיט א בהלה, און א באדינער איז אריינגעלאפן האלטענדיג די מטבע! ער האט עס געטראפן צווישן די עסצייג און טעלערס בשעת'ן ריינען. לכאורה האט איינער עס געלייגט אויפן טיש און איינער פון די באדינערס האט עס אוועקגענומען מיט די שמוציגע כלים. דער עולם האט געלאכט און יעדער איינער איז געווארן בשמחה. זיי האבן שטארק באדאנקט דעם באדינער, און דער כתב סופר זצ"ל האט געשמייכעלט בשעת ער האט צוריקגענומען זיין טייערען זיכרון פון דעם צווייטען בית המקדש.

דערנאך האט מען געפרעגט רב יהודה מיט גרויס נייגעריגקייט ווי אזוי האט ער געוואוסט צו ווארטן. "רבותי," האט דער עלטערער רב אנגעהויבן צו זאגן, "עס איז זיכער נישט געווען מיין כוונה צו אנטפלעקן צו אייך וואס איך מוז יעצט אנטפלעקן. אבער ווי פארשטייט זיך, מוז איך עס יעצט טון..." מיט די ווערטער האט ער ארויסגענומען פון טאש אן עכטע מחצית השקל!

דער עולם האט גענומען א טיפן אטעם. "אזוי ווי איר זעט, האב איך אויך א מחצית השקל. ווען איך האב געזען וויפיל שמחה דער פרעשבורגער רב (דער כתב סופר) האט געהאט מיט ווייזן די מטבע פארן עולם, האב איך נישט געוואלט ווייזן מיינס, כדי נישט ממעט צו זיין די הנאה וואס דער רב וועט האבן צו זיין דער איינציגסטער מענטש צו האבן אזא מטבע. אבער, דער כתב סופר'ס מטבע איז נעלם געווארן. און מען האט געגעבן די עצה צו אויסליידיקן די טאשן. און דורך דעם וועט מען טרעפן מיין מחצית השקל, און עס וואלט געווען כמעט אוממעגליך מסביר צו זיין אז איך האב געהאט די מטבע פאר איך בין געקומען דא. (ווייל די מטבעות זענען גאר זעלטן.) האב איך געבעטן אביסל מער צייט. און איך האב געדאווענט אז מען וועט ערגעץ וואו טרעפן די מטבע און דורך דעם וועט עס מיך ראטעווען פון דעם צער און עגמת נפש פון דארפן מסביר זיין א זאך וואס וואלט געווען אזוי שווער צו גלייבן!"

מיר ליינען די וואך וועגן די מצוה פון געבן די מחצית השקל. עס איז דא א שיינע ווארט וועגן דעם מחצית השקל וואס איז שייך צו אונזערע טאג טעגליכע לעבן. פארוואס איז די נדבה דווקא געווען א האלבע שקל, און נישט א גאנצע? ווייל די מצוה קומט אונז צו לערנען די חשיבות פון אחדות. איין איד גיבט זיין האלב און אן אנדערער איד גיבט זיין האלב, און צוזאמען האבן זיי א גאנצע שקל, ד"ה, צוויי אידן קומען צוזאמען צו מאכן אחדות.

אויף דעם ענין פון אחדות זאגט דער הייליגער רש"י אין פרשת שלח "וגמירי, טונא דמידלי אינש על כתפיה, אינו אלא שליש משאוי ממשאוי שמסייעין אותו להרים" ד"ה, דאס וואס א מענטש איז מסוגל צו אויפהייבן אליינס איז א דריטל פון דעם וואג וואס ער קען אויפהייבן מיט א צווייטן. דרך דרש קען מען זאגן, אז אידן טראגן נעבאך אזעלכע גרויסע פעקלעך צרות אויף זייער אקסעלן. ווי גרויס א מצוה איז עס דאן צו מחזק זיין אידן ווי מער עס איז שייך. עס איז נכלל אין דעם די מצוה צו מאכן שלום צווישן אידן. אזוי ווי מען האט געזען פון דעם מעשה ווי איין איד האט אלעס געטון נאר אז עס זאל זיין שלום, אחדות און רעות צווישן אידן. דורך מאכן שלום צווישן אידן און העלפן א צווייטן, קען מען ממעט זיין דעם וואג פון דעם שווערן פעקל וואס יענער טראגט. דאס איז די כח פון צדקה.

גוט שבת אלע אידן