עונג שבת פרשת כי תצא תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת כי תצא תשס"ט

גוט שבת אלע אידן.

יוסף ג. (נישט זיין גאנצע נאמען) איז געווען א בחור אין א געוויסע ישיבה. יוסף האט שוין געלערנט אין די ישיבה א פאר יאר, ווען א נייע יונגער בחור מענדל איז געקומען לערנען דארט. יוסף האט געדענקט דעם אומבאקוועמליכקייט וואס ער האט געשפירט אלס נייער בחור אין ישיבה, ווען ער איז ערשט געקומען לערנען דארט. וועגן דעם, האט יוסף שטארק מקרב געווען מענדל.

חוץ דעם וואס יוסף האט געלערנט מיט מענדל, האט יוסף אויך מחזק געווען מענדל אין ענייני התמדה און יראת שמים, די צוויי עיקר מידות וואס א בחור דארף האבן. עס איז געווען אבער איין מצוה, וועגן וואס יוסף האט ספעציעל פרובירט צו מחזק זיין מענדל. די מצוה איז געווען די מצוה פון "חלב ישראל." יוסף האט אסאך גערעדט מיט מענדל וועגן דעם וויכטיגקייט פון עסן נאר חלב ישראל. למשל, אז חלב ישראל האט א כח צו אוועקנעמען דעם טמטום הלב, וכו'. אבער, יוספ'ס רייד האט גארנישט אויפגעטון. ווייל מענדל איז נישט געווארן מקפיד אויף חלב ישראל. כאטש יוסף האט אסאך געמוטשעט מענדל וועגן חלב ישראל, זענען די צוויי געבליבן נאנטע חברים.

פאר מיר גיין ענדיגען די אינטערסאנטע מעשה, לאמיר אביסל רעדן פון דעם ענין פון חלב ישראל. די מצוה פון חלב ישראל איז א זאך וואס איז איינגעבאקן ביי אונז חסידישע אידן, אבער, אין אסאך נישט היימישע קרייזן, זענען אידן ליידער נישט אזוי מקפיד אויף דעם.

דער עניין פון חלב ישראל איז אפשר אביסל מרומז איז די וואכעדיגע סדרה. רש"י הקדוש זאגט אויפ'ן פסוק 'כי תצא למלחמה וגו' "במלחמת הרשות הכתוב מדבר." די חסידישע ספרים טייטשן "מלחמת הרשות" צו מיינען אז די עיקר מלחמה אין לעבן איז קעגן די גשמיות'דיגע תאוות. אזוי ווי חז"ל זאגן "קדש עצמך במותר לך" (יבמות כ.) ד"ה, א איד זאל זיך צוריקהאלטן פון נאכלויפן זיין גשמיות'דיגע תאוות. ווייל דער אייבערשטער האט אונז געגעבן גשמיות'דיגע זאכן נאר צו נוצן פאר עבודת ה', נישט וועגן תאוות הגוף.

דער מהר"ל זי"ע זאגט אויף דעם מאמר חז"ל "קדש עצמך במותר לך" אז "...וזה שמקבל עליו מצות שאינם מן התורה נקרא קדוש". (באר הגולה עמוד יח הבאר הראשון) ד"ה, א איד ווערט הייליג ווען ער איז מקבל אויף זיך אלע תקנות און גזירות וואס די חכמים האבן מתקן געווען כדי צו זיין אפגעהיטן פון עבירות. חלב ישראל איז א מצוה וואס אפשר סימבאלאזירט זהירות אין מצוות דרבנן, ווייל חלב ישראל איז א גזירה. איז לאמיר ענדיגען די מעשה, וואס רעדט וועגן דעם מצוה פון חלב ישראל.

...א יאר אדער צוויי שפעטער, האט יוסף חתונה געהאט. ער איז געגאנגען וואוינען אין אן אנדערע שטאט, וואו ער איז געווארן א רבי אין א ישיבה. מענדל איז געבליבן אין יענע ישיבה, ביז ער אליינס האט חתונה געהאט אפאר יאר שפעטער. די צוויי חברים האבן נישט געהאלטן דעם קשר איינער מיט דעם צווייטן.

עטליכע יארן שפעטער האבן די צוויי חברים זיך געטראפן ביי א חתונה. יוסף איז געווארן שטארק נתרגש ווען ער האט געזען מענדל. יוסף האט געציטערט ווען ער האט געזען אז זיין חבר מענדל איז געזעסן אנגעליינט אויף ספעציעלע קושן, קושן וועלכע זענען געמאכט פאר נישט געזונטע מענטשן ל"ע. עס האט אויסגעקוקט פאר יוסף אז מענדל איז געווען שטארק נישט געזונט.

יוסף האט פרובירט צו באהאלטן זיינען ערשטוינקייט וועגן מענדל'ס שוואכן מצב, און ער האט געזאגט א ווארעמען "שלום עליכם" פאר מענדל. די צוויי חברים האבן געשמועסט אביסל וועגן די חתונה וואו זיי האבן זיך געפינען. מענדל איז געקומען צו דער חתונה ווייל ער האט געמאכט די חתן און כלה פאר בעלי תשובות. יוסף איז געקומען צו דער חתונה ווייל דער חתן איז געווען איינער פון זיינע תלמידים אין ישיבה.

"הער צו," האט מענדל געזאגט פלוצלינג פאר יוסף. "דו געדענקסט ווי דו האסט מיך געמוטשעט וועגן חלב ישראל? "אוודאי געדענק איך, פאר וואס...?" האט יוסף געזאגט. "איך בין יעצט שטארק מקפיד אויף חלב ישראל. איך גיי דיר יעצט דערציילן ווי אזוי איך בין געווארן אזוי מקפיד אויף דעם." דאן האט מענדל אנגעהויבן צו דערציילן זיינע מורא'דיג אינטערעסאנטע מעשה.

איין טאג, איז מענדל געווארן שרעקלעך נישט געזונט, ל"ע. ער איז אריינגעגאנגען אין שפיטאל און זיי האבן גלייך מחליט געווען צו מאכן אן אפעראציע, ווייל דער מצב איז געווארן מער און מער ערנסט מיט יעדע שעה. די דאקטוירים האבן געגעבן פאר מענדל א טשענס צו דורכלעבן די אפעראציע. באלד פאר די אפעראציע, האט זיין סורדזשען, א קאטולישער גוי, געזאגט פאר מענדל, אז מענדל זאל זיך געזעגענען פון זיין משפחה, צוליב דער גרויסער סכנה פון דער אפעראציע. מענדל איז געליגן אין זיין בעט אין שפיטאל, זיין קאפ איז געווען צומישט פון הויכע היץ. מענדל'ס משפחה איז צוזאמענגעקומען ארום דעם בעט, און זיי האבן זיך אלע געזעגענט פון מענדל. פארשטייט זיך אז דאס איז געווען די שווערסטע מאמענט אין מענדל'ס לעבן.

ענדלעך איז די משפחה ארויסגעגאנגען פונעם שטוב, און זיי האבן אנגעהויבן צו זאגן תהלים מיט טרערן, אז מענדל זאל האבן א רפואה שלימה.

באלד נאכדעם וואס זיי זענען ארויסגעגאנגען פון דעם שטוב, האט דער דאקטור אויפגעהויבן דעם נידל, גרייטנדיק צו געבן מענדל דעם שטארק מעדיצינען, כדי מענדל זאל גארנישט שפירן בשעת דעם סכנה‡דיגע אפעראציע. פלוצלינג, האט דער טעלעפאן געקלינגען. מיט די ביסל כח וואס איז געבליבן אין מענדל, האט ער דערגרייכען צו דעם טעלעפאן, און ער האט עס אויפגעהויבן. "האלו?" האט מענדל געזאגט מיט א שוואכקייט.

"דער רבי וויל רעדען מיט אייך..." האט א קול וואס מענדל האט נישט דערקענט, געזאגט אויפ'ן טעלעפאן. "דער רבי... וועלכער רבי?" האט מענדל געפרעגט מיט א וואונדערקייט. "דער רבי פון טאש פון מאנטרעאל." (הרה"צ רבי משולם פייש סיגל שליט"א) "ווער איז דאס? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים." האט מענדל געזאגט צו דעם מענטש אויפ'ן טעלעפאן. דאן האט דער רבי אליינס גערעדט אויפ'ן טעלעפאן. "וויין נישט, וויין נישט. אלעס וועט זיין גוט." נאך די פאר ווערטער, האט דער טאשער רבי אראפגעלייגט דעם טעלעפאן.

"ווער איז דאס געווען?" האט דער גוי'עשער דאקטאר געפרעגט מענדל. "א ראביי פון מאנטרעאל," האט מענדל אים געענפערט. "ווער... דער טאשער?" האט דער דאקטור געפרעגט. מענדל איז געווארן איבעראשט, און ער האט געענפערט דעם דאקטאר: "יא... איר קענט אים?"

"יא, איך קען אים. איך פאר צו אים איינמאל א יאר צו באקומען א ברכה פון אים. נו, וואס האט דער טאשער ראביי געזאגט פאר דיך?" "ער האט מיך געזאגט אז איך זאל נישט וויינען, ווייל אלעס וועט זיין גוט."

"אויב אזוי, פארוואס זאלסטו זארגן, דער ראביי האט געזאגט אז עס וועט זיין גוט!" און מיט די ווערטער איז מענדל איינגעשלאפן פון דעם שטארקען מעדיצינען וואס דער דאקטור האט אים געגעבן מיט א נידל. דאן האט די דאקטוירים אנגעהויבן די אפעראציע. המשך יבא...

גוט שבת אלע אידן.