עונג שבת פרשת יתרו תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

מיר האבן געענדיגט לעצטע וואך אינמיטן דעם מעשה ווען איך און וועלוול זענען געשטאנען דארט ווארטענדיג ארויפצוגיין אויפן פליגער אין רוים און עס איז שוין געווען נאנט צו האלב נאך צוועלף לויטן זייגער פון ארץ ישראל און ליכט צינדען איז געווען בערך צען מינוט נאך פיר. ב"ה אז באלד דערנאך האט מען אויסגערופן אז יעדער איינער מעג ארויפגיין אן מען זאל דארפן קוקן אויפן פאספורט. מיר האבן זיך געפרייט צו הערן די בשורה טובה...

אבער, ביז מען האט זיך אלע אראפגעזעצט אויפן פליגער איז עס שוין געווען האלב נאך צוועלף לויטן זייגער פון ארץ ישראל. עס איז נישט געווען צו פארשטיין וואס נעמט אזוי לאנג. מיר זענען געזיצן אויפן פליגער ווארטענדיג עס זאל שוין ארויפגיין. דעמאלט האט מען אונז געלאזט וויסן וואס האט גורם געווען אז מיר זאלן דארפן לאנדען אין רוים. עס איז ארויסגעקומען רויך פונעם "ווידאו סיסטעם." לכאורה צוליב די פייער פון גיהינום וואס יענע ווידאו האט גורם רח"ל!

נאכדעם האבן זיי אויסגערופן אז מען גייט באלד ארויספארן און מען גייט אנגעקומען קיין א"י באלד פאר די זמן. זיי האבן אויך געזאגט אז יעדער איינער וואס האט מורא פון נישט אנקומען פאר שבת זאל יעצט אראפּגיין אין רוים. אבער, זיי האבן געזאגט אז זיי נעמען נישט קיין אחריות פאר אידן וואס גיין בלייבן אין רוים. דעמאלט האבן מיר געמאכט א חשבון. עס איז געווען נאנט צו חצות און רוים, און נאנט צו איינס אזייגער אין א"י. אין רוים האט מען נישט געהאט וואו צו גיין, און דער עירפארט וואו מיר זענען געווען איז נאך געווען בערך א שעה אוועק פון שטאט רוים, און מיר האבן נישט געקענט די וועג, און נישט די שפּראך. איך האב זיך דערמאנט אז מיר גיין קענען פארן מיט א גוי פונעם עירפארט אין א"י אויב עס פעלט אויס. בקיצור, אלע פרומע אידן זענען געבליבן אויפן פליגער. עס איז געווען דאך א מזל, ווייל טאמער איינער וואלט געוואלט אראפּגיין פונעם פליגער אין רוים, וואלט מען געדארפט אראפּנעמען יענעמ'ס רענצלעך, ווייל צוליב סעקוריטי, מעג מען נישט לאזן א רענצל פון איינעם אויף א פליגער אויב ער פליעט נישט מיט.

בקיצור, איז עס שוין געווען איינס אזייגער לויטן זייגער אין א"י, און דער פליגער איז ב"ה סוף כל סוף ארויפגעגאנגען. דער פליגער האט געלאנדעט אפאר מינוט פאר לעכט צינדען. בשעת מיר האבן געווארט ביז די פליגער וועט זיך אפּשטעלן, האב איך אנגעצינדען מיין סעלפון און גערופן א חבר אין אשדוד, מיינענדיג אז אפשר מיט א גוי וועט מען קענען נאך ארויספארן און נאך אנקומען גענוג נאנט צו קענען גיין צו אים צו פיס. ב"ה אז מיין חבר האט נישט אויפגעהויבן, ווייל אשדוד איז צו ווייט אוועק פונעם עירפארט צו קענען אנקומען באצייטענס. נאכדעם האב איך גערופן איינעם אין ירושלים און זיין פרוי האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און זי האט געזאגט אז זי האלט די פייער אין האנט גרייט צו צינדען לעכט! און דעמאלט זענען מיר געווען נאך שטייענדיק אויפן פליגער! )(אין ארץ ישראל און בפרט אין ירושלים צינד מען ליכט פריער, למשל אין ירושלים צינד מען 40 מינוט פאר די שקיעה.

יענע האט מיר געזאגט אז מיר זאלן בעסער פארן קיין בני ברק (שפּעטער זענען מיר געוואר אז עס זענען אנדער פּלעצער וואס זענען נאך נענטער, אבער בני ברק איז זיכער גרעסער און מער "היימיש" וואו זיי.) בקיצור, זיי האבן אויסגערופן אויפן פליגער אז מען זאל לאזן די שומרי שבת אראפּ גיין ערשט, דאס איז טאקע געווען א שיינע זאך. רוב פרייע אידן האבן זיי געפאלגט, און איך מיט וועלוול זענען שנעל אראפּגעגאנגען פונעם פליגער. ווען די סעקוריטי חברה האבן מיך זענען אראפּקומען לויפענדיגערהייט פונעם פליגער, האבן זיי זיך אוועקגעריגט אזוי ווי קריעת ים סוף. דער וואס קענט דעם נייען עירפּארט אין ארץ ישראל ווייסט אז עס איז דארט א לאנגע וועג צו גיין אראפּ צום פּלאץ וואו מען באקוקט די פּאספּארטען.

מיר האבן גענומען לויפן דעם גאנצע וועג. מיין קליינע רענצל איז געווען א שווערע פּעקל, לויפענדיג אזוי. צווישן די טרערן און דעם שווערן אטעמען פון לויפן אזוי שנעל האב איך געזאגט שטילערהייט צו זיך "שבת קודש... ש ב ת ק ו ד ש... די הייליגע שבת!" איך האב זיך ארומגעדרייט צו זען וואו וועלוול איז, און איך האב אים נישט געזען. איך בין שנעל אנגעקומען צו דעם בּוטקע וואו מען באקוקט די פּאסען, און איך האב געדארפט ווארטן דארט אויף די שורה. וועלוול איז אנגעקומען באלד דערנאך. און מיר זענען געגאנגן לעבן דעם בּוטקע. איך האב געזאגט צו וועלוול אז מיר מוזן לאזן די רענצלעך דארט. ער האט נישט געהאט קיין שבתדיגע מלבושים וואס צו טראגן אבער איך האב אים געזאגט אז דאס איז אונזער קלענסטע דאגה.

מיר זענען ארויסגעלאפן אויפן גאס צו זיכן א טעקסי. עס איז געווען א גרופּע מענטשן דארט ווארטן אויף טעקסי אין א שורה. איך בין גלייך געלויפן צו דער ערשטע ליידיגע טעקסי, אבער ער האט אונז נישט געוואלט נעמען, א מזל ווייל ער איז געווען א איד. מיר האבן געהאט סייעתא דשמיא און פון אלע טעקסיס האבן מיר געטראפן די איינציגסטע אראבישער טעקסי דרייווער, פּונקט וואס מען האט געדארפט האבן דעמאלט! איך מיט וועלוול מיט א פאר אידן פון לעיקוואוד זענען אריינגעשפּרינגען אינעם טעקסי, אבער, הפלא ופלא, דער אראבער האט אונז נישט געוואלט נעמען ווייל מיר האבן נישט געווארט אויף די שורה! אזא חוצפה איז עס געווען! אבער, ב"ה דער אייבערשטער האט געהאלפן און עס איז געווען דארט א פּאליצאנט וואס האט געכאפט וואס גייט פאר, אז עס איז געווען באלד פאר שבת. דערפאר האט דער פּאליצאנט געהייסן דער אראבער זאל אונז נעמען.

אויפן וועג קיין בני ברק האט דער דרייווער געפארן ממש אזוי ווי א מטורף ב"ה. גוט אז ער האט געהאט אפאר לויערס אינעם קאר! ווען עס איז געווען באלד פאר די שקיעה האט מען גערעדט מיט דעם דרייווער וועגן צאלן. דעמאלט האט דער ערב'ער געזאגט אז ער וויל נישט נעמען קיין דאלארס! אוי וויי! וואס וועט מען טון? ווען דער גוי האט געזען אז ער וועט נישט באקומען קיין אנדערע געלט, האט ער מסכים געווען צו נעמען דאלארס. דאס איז אויך א מזל געווען, ווייל דער ישמעאל האט געקענט אפּשטעלן זיין קאר אינמיטן וועג, און מיר וואלטן גארנישט געקענט טון!

ווען מיר זענען אנגעקומען קיין בני ברק איז דער הויפּט גאס שוין געווען פארשפארט און דער אראבער האט נישט געוואלט אריינפארן. מיר זענען ב"ה אנגעקומען ממש די לעצטע מינוט. עס האט גענומען בלויז 34 מינוט פונעם רגע וואס דער פליגער האט זיך געלאנדעט ביז מיר זענען אנגעקומען קיין בני ברק! ער האט אונז אראפּגעלאזט אונטער דער בריק לעבען דעם הייוועי קעגען איבער דעם "קוקה קולה פאבריק," און מיר זענען שנעל ארויפגעגאנגען אויפן בריק אריין אין בני ברק. די גאסן זענען פיל געווען מיט מענטשן. און יעדער איינער האט אונז אנגעקוקט אביסל אנדערש זעענדיק אז מען טראגט רענצלעך וכו'. די צוויי אידן פון לעיקוואוד האבן אונז געזאגט אז זיי גיין קענען ערלעדיגען אן אכסניה פאר אונז מיט זייערע ידידים אין וויזניץ, וואס איז געווען נאך א שטיקל מהלך פון דארט. פּלוצלינג אויפן גאס האט איינער באגריסט וועלוול און מיך און יענער האט אונז געפרעגט אויב מיר האבן א פּלאץ וואו איינצושטייען.

מיר האבן געזאגט ניין, און ער האט אונז צוויי איינגעלאדענט צו קומען צו אים. מיר זענען אנגעקומען דארט צו זיין בנין און איך האב גלייך געוואלט אראפּלייגן מיין מוקצה זאכן. איך האב אויך געדארפט בארגען א בעקישע פון איינעם. איך בין גלייך אריינגעגאנגען אין א שכן'ס דירה צו בארגען א בעקישע (אונזער בעל-אכסניה האט נישט געטראגן קיין בעקישע). איך בין גלייך אריינגעגאנגען אין דעם שכנ'ס ספרים שטוב וואו איך האב געטון דארט "שפיכות דמים" אויסליידיגן א גרויסע סכום געלט אויפ'ן פלאר פון איינעם וואס איך האב נישט געקענט אפילו! נאכדעם האב איך אנגעטון זיין בעקישע, וואס האט זיך מער או וועניגער געפאסט פאר מיך.

נאך א מזל אז אונזער בעל הבית איז נישט געווען א חסידישער איד, ווייל וועלוול האט געקענט בארגען פון אים א סויט. א פלא איז עס אויך געווען אז אפילו דער בעל בית'ס שיך זענען געווען פונקט וועלוול'ס מאס! מיר זענען גלייך געגאנגען צו דער מקוה אויף רחוב מעלצר, און ב"ה מיר האבן אריינגעכאפט א מקוה יענע טאג! נאכדעם האט מען געכאפּט מנחה און קבלת שבת אין דעם סאטמאר שול.

ב"ה אז מיר האבן אריינגעכאפּט א שיינע שבת אין בני ברק! מיר זענען אפילו געגאנגען צו א פאר טישן. מוצאי שבת, זענען מיר געפארן צום עירפארט צו נעמען די רענצלעך. איך האב געדארפט לאזן דעם געבארגטע בעקישע אין בני ברק און דערפאר האב איך געטראגן מיין שטריימל און שטיוועל מיט א רעקל, אבער קיינער אין די עירפארט האט נישט באמערקט. די רענצלעך האבן געווארט אויף אונז פּונקט אינעם פֱלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען אויפן זאך וואס דרייט זיך ארום. גלייך דערנאך זענען מיר ארויסגעפארן אויפן וועג קיין ירושלים, מיר האבן געקענט ב"ה אריינכאפּן א מלוה מלכה אין ירושלים. וועלוול איז נתפעל געווען פונעם נדיבת הלב פון אונזער גאסט געבער.

ב"ה אז ביים ענד פונעם נסיעה אין א"י האט וועלוול שוין נישט געוואלט אזוי שנעל אויסטון דעם קאפּעל דעם טלית קטן! עפּעס האט מען אויפגעטון! עס איז געווען א דערהויבענע נסיעה וואס מען גייט קיינמאל נישט פארגעסן. אינטערעסאנט איז עס צו דערציילן אז ווען וועלוול האט געזאגט צו איינעם אז ער פארט דאנערשטאג קיין ארץ ישראל, און יענער האט געפרעגט וועלוול צי ער האט נישט מורא צו פארן אזוי נאנט צו שבת, האט וועלוול נישט געהאט וואס צו ענטפערן. דעמאלט האט יענער זיך אנגערופן און געזאגט, "דו פארסט מיט א חסיד (מיך) ער האט בטחון, עס וועט זיין בסדר!"

מיר האפן אז דורך דערציילן דעם מעשה וועט יעדער איינער זיך אפֱלערנען פון עס, און טראכטן צוויי מאל פאר מען פּלאנט ארויסצופארן אויף אזא לאנגע וועג פאר שבת. דרך אגב, 9 אידן האבן געווארט אויף די רענצלעך ארויסצוקומען, און דערפאר זענען זיי געבליבן אין עירפארט, וואו זיי האבן געגעסן פונעם "כשר'ע" קאך דארט. באפוילט אונז דער באשעפער, "זכור את יום השבת לקדשו." (שמות כ, ח') זאגט דער הייליגער רמב"ן אין די נאמען פון דער מכילתא, וועגן די מצוה פון "זכור," "שהיא מצוה שנזכור תמיד בכל יום את השבת שלא נשכחהו..." עס איז א מצוה צו געדענקען אייביג די טאג פון שבת. אזוי ווי דער אור החיים זי"ע ברענגט פון דעם רמב"ן זי"ע, "זכור" מיינט "שבכל יום יאמר היום יום אחד בשבת וכו', פירוש ובזה יקדשו." ד"ה, דורך דערמאנען שבת קודש יעדן טאג אין די וואך, ווערט די שבת געהייליגט. ווען מען פּלאנט ארויסצופארן בעפאר שבת, מוז מען געדענקען די מצוה פון "זכור את יום השבת לקדשו."

יעצט אז מיר שטייען "לבוד" צום יערליכען דינער פון אונזערע חשובען מוסד "מרכז הכוללים" איז כדאי דא צו זאגן אפּאר ווערטער צו מחזק זיין דעם טייערען ציבור אין דעם עניין. פאר אלע וואס האבן אזוי ווארעם אנגערופן, קומט זיי א "יישר כחכם," און פאר די פּאר אידן וואס האבן נאך נישט געגעבן, עס קומט זיי יעצט א דערמאנונג וועגן דעם וויכטיגקייט פונעם צוועק. עס שטייט: "אם אין תורה, אין קמח" זאגט דער הייליגער מהר"ל זי"ע אז תורה איז די פרנסה פון דער נפש, און טאמער עס פעלט תורה ח"ו, דעמאלט וועט אלע "קמח"-ד"ה געלט נישט העלפן... דער מענטש וועט נישט זיין א גאנץ! איז טאמער מען וויל זיין א "מושלם" מוז מען "משלם!"

גוט שבת אלע אידן