עונג שבת פרשת חיי שרה תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת חיי שרה תש"ע

גוט שבת אלע אידן.

רב אריה זאב גינזבערג שליט"א איז א רב פון דער חפץ חיים תורה סענטער אין סידערהירסט, ניו יארק. רב גינזבערג האט געהאט א נאנטען שייכות מיט'ן גאון הרב ר' אלעזר מנחם ש"ך זצ"ל, דער ראש הישיבה פון פאנעוויץ אין בני ברק. איין טאג אין חודש כסלו אין די יאר תשל"ו, איז רב גינזבערג געפארן קיין א"י צו באזוכן זיין רבי הרב ש"ך זצ"ל. ווען רב גינזבערג איז אנגעקומען צו רב ש"ך'ס הויז, האבן דער רב'ס שמשים געזאגט אז קיינער קען נישט אריין קומען צום ראש ישיבה. "אפילו איר קענט נישט אריינקומען..." האט איינער פון רב ש"ך'ס אייניקלעך געזאגט פאר רב גינזבערג. (רב גינזבערג איז באקאנט געווארן צו האבן א נאנטן שייכות מיט'ן ראש ישיבה.) רב גינזבערג איז געווארן איבעראשט. "איז אלעס אין ארדנונג? דער ראש ישיבה פילט זיך בסדר?" האט רב גינזבערג געפרעגט.

"ער רוהט זיך אפּ פון נעכטען. נעכטען איז געווען א שווערע טאג פאר דעם זיידע. היינט מוז ער זיך אפרוהען." האט דער אייניקל געענפערט רב גינזבערג. דאן האט דער אייניקל אנגעהויבן צו דערציילן דעם אינטערעסאנטען מעשה פון דעם נעכטיגען טאג.

דאס וועטער פונעם נעכטיגען טאג איז געווען קאלט, מיט א רעגן און א שטארקע ווינט. דער עלטערער ראש ישיבה איז געפארן צו א לוויה פון א געוויסע פרוי אין א שטאט לעבן חיפה.

דער אייניקל איז געפארן מיט זיין זיידן צו דער לוויה. דער וועג האט גענומען איבער צוויי שעה. דער אייניקל האט זיך פארגעשטעלט אז עס וועט זיין א ריזיגע עולם אין דעם בית החיים, ווייל טאמער דער זיידע האט זיך מטריח געווען צו קומען צו דער לוויה, איז לכאורה די נפטרת געווען א חשוב'ע פרוי. אבער, ווען דער אייניקל איז אנגעקומען מיט דעם זיידן, האט ער געזען א קליינעם עולם ביי דער לוויה. עס איז קוים געווען א מנין! נאך די קורצע לוויה האט דער רב ש"ך אליינס געזאגט קדיש. און דאן זענען רב שך און זיין אייניקל צוריקגעגאנגען צו דעם קאר. אויפ'ן וועג צו דעם קאר, האט רב ש"ך זיך פלוצלינג אפּגעשטעלט, און ער האט אפּגעלאזט זיין אייניקעל'ס האנט, און ער האט צוגעמאכט זיינע אויגן. עס איז געווען גאר קאלט און עס האט גערעגענט. דער אייניקל האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך. ער האט געוויזן פאר זיין זיידן אז זיי זאלן שוין צוריקגיין צו דעם קאר, ווייל עס איז געווען אזוי קאלט, און רב ש"ך איז געווען שוין אן עלטערער איד. אבער, רב ש"ך איז געבליבן שטייענדיק אליינס אין דעם קעלט, פאר א פאר מינוט, פאר ער איז סוף כל סוף צוריקגעקומען צו דעם קאר. אויפ'ן וועג אהיים קיין בני ברק, האט רב שך דערציילט פאר זיין אייניקל ווער די פרוי איז געווען.

ווען רב שך איז געווען א יונעל פון 12 יאר אלט, האט מען מודיע געווען אז מען עפענט א ישיבה פאר עילוים. פארשטייט זיך אז דער ראש ישיבה פון די נייע ישיבה פאר עילוים האט פארהערט אלע בחורים פאר ער האט זיי אריינגעלאזט אין די ישיבה. איינער פון די בחורים וואס ער האט אריינגעלאזט איז געווען אלעזר מנחם ש"ך, וואס איז דעמאלט געווען 12 יאר אלט.

די בחורים וואס האבן געהאט גענוג געלט האבן געדינגען שטובער ביי די בעלי בתים אין יענע שטעטל. אבער, די ארעמע בחורים, אזוי ווי דער יונגער אלעזר מנחם, האבן געדארפט שלאפן אין די ישיבה אויף די בענקלעך אדער אויפ'ן ערד! עס איז געווען גאר שווער פאר די בחורים אין ווינטער צייט, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין הייצונג אין ישיבה. די בחורים האבן אויך געליטן פון הונגער, ווייל די ישיבה האט נישט געגעבן צו עסן געהעריגע עסן. עס איז געווען שווער פאר דער צוועלף יעריגער יונגעל אלעזר מנחם צו לערנען אין אזא פּלאץ.

איין טאג אין א מיטוואך, האט אלעזר מנחם באקומען א בריוו פון זיין פעטער, וואס איז געווען א שמידט. דער פעטער האט פארגעשטעלט פאר אלעזר מנחם אז ער זאל קומען ארבעטן פאר אים, ווייל דארט וועט ער קענען מאכן גוט געלט, און וועט ער נישט דארפן ליידען פון קעלט און הונגער.

פאר איין טאג האט אלעזר מנחם געטראכט וועגן פארלאזן די ישיבה און גייען ארבעטן פאר זיין פעטער. עס איז געווען שווער פאר אים אין ישיבה, ווייל ער איז נישט געווען צוגעוואוינט צו דעם שווערן קעלט און הונגער, וכו'. דאנערשטאג נאכט האט ער זיך מיישב געווען אז ער וויל יא פארלאזן די ישיבה און גיין צו זיין פעטער. ער האט געפּלאנט צו אוועקגיין צו זיין פעטער מוצש"ק באלד נאך הבדלה.

יענע ערב שבת אינדערפרי, בעפאר אלעזר מנחם האט געדארפט פארלאזן די ישיבה, איז געקומען א פרוי צו די ישיבה. די פרוי האט דערציילט פאר'ן ראש ישיבה איז זי איז יעצט אויפגעשטאנען פון די שבעה, ל"ע, פאר איר מאן וואס איז נפטר געווארן ווען זיין וואגן האט זיך איבערגעדרייט אויף אים, דער אייבערשטער זאל אפּהיטן. דער מאן פון יענע פרוי האט פארקויפט פארשידענע זאכן. איינע פון די זאכן וואס ער האט פארקויפט איז געווען ווארעמע דיקע רוסישע דאכענעס. זי האט מנדב געווען עטליכע דאכענעס פון איר מאנ'ס סחורה צו די ישיבה. דער ראש ישיבה האט געגעבן איינס צו אלעזר מנחם. דעם ליל שבת האט אלעזר מנחם גוט געשלאפן מיט די ווארעמע דאכענע. ווען ער איז אויפגעשטאנען שבת אינדערפרי, האט ער זיך מיישב געווען אז מיט די דאכענע וועט ער יא קענען בלייבן אין ישיבה! זייט דעמאלט און ווייטער פאר נאך עטליכע 90 יאר, האט ער זיך נישט געקענט אוועקרייזן פון דעם לערנען, און ער איז געווארן איינער פון די גרעסטע תלמידי חכמים פונעם דור!

יענע פרוי וואס האט מנדב געווען די דאכענעס, איז געווען ליידער א צובראכענע פרוי וואס האט נישט נאכאמאל חתונה געהאט. שפעטער, איז זי געגאנגען וואוינען אין א"י. ווען רב ש"ך האט געהערט אז זי איז נפטר געווארן, האט ער זיך גע'עקש'נט צו גייען צו די לוויה, צו ווייזן זיין הכרת הטוב.

רב ש"ך האט ווייטער דערציילט פאר זיין אייניקל פארוואס ער איז געשטאנען אין די קעלט אזוי לאנג. ער האט געוואלט שפירן דעם קעלט, כדי זיך צו דערמאנען דעם גרויסן חסד וואס די פרוי האט געטאן פאר אים דעמאלט, אזוי סאך יארן פריער.

איינע פון די זאכן וואס מען זעט פון דער מעשה איז אז אידן ווערן דערקענט דורך די מידה פון חסד. די צובראכענע פרוי האט געטאן א געוואלדיגע חסד דורך דעם וואס זי האט מנדב געווען די דאכענעס צו די ישיבה. מען קען זיך נישט פארשטעלן דעם שכר וואס ווארט אויף איר אין עולם הבא.

מען זעט דעם חשיבות פון דער מידה פון חסד אין די וואכעדיגע סדרה. אברהם אבינו ע"ה האט געהייסן אז אליעזר זאל זוכן א שידוך פאר יצחק. אליעזר האט געזוכט א בעלת חסד. פון דא זעט מען אז חסד איז איינע פון די חשוב'סטע מידות וואס א איד קען האבן. אזוי ווי חז"ל זאגן, אז איינע פון די דריי מידות פון אידן איז "גומלי חסדים." (יבמות עט.) איז לאמיר געדענקען דעם מעשה. און לאמיר אויך געדענקען די דוגמא פון רבקה אמנו, וואס איז געווארן איינע פון די אימהות דורך אירע מידה פון חסד.

גוט שבת אלע אידן.