עונג שבת פרשת חוקת בלק תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת חוקת בלק תשס"ט

גוט שבת אלע יידן: דוב פלענדער (נישט זיין עכטע נאמען) איז א מאל געווען א גרויסער גביר, אבער ליידער האט ער צוביסלעך פארלוירן זיין גאנצע פארמעגן. פארשטייט זיך אז דאס האט אים גורם געווען ר"ל צו זיין נישט אזוי שטארק בשמחה.

זייענדיק דער גרויסער מאמין וואס ער איז, האט ער געגלייבט אז אלעס איז פון הימל, און לכאורה האט ער געדארפט עפעס מתקן זיין אין לעבן. איין טאג, א פאר יאר צוריק, האט דוב געהערט וועגן א נסיעה מיט חסידים קיין אונגארן צו קברי צדיקים. דוב אליין האט געשטאמפט פון אונגארן. וועגן דעם האט ער געשפירט אז ער וויל פארן אויף די רייזע צו קענען גיין צו קברים פון זיין זיידן. און אפשר דורך דעם וועט זיך נעמען חיזוק אין לעבן און ער וועט קענען מעורר זיין די זכות אבות וכו'.

פאר ער איז ארויסגעפארן קיין אונגארן, האט ער גערופן זיי באבע וואס האט נאך געלעבט אין ארץ ישראל. דוב האט געפרעגט זיין באבע צי זי געקענקט וואו אירע עלטערן ליגן אין דעם בית החיים אין מאקאווע, א שטעטל דורך וואס די גרופע האט געדארפט אדורכפארן. דוב'ס באבע האט אים געזאגט: אויב איך געדענק גוט, מיין טאטע ליגט אין פראנט פון די גאלדענבערג ברידער ז"ל אים דעם בית החיים אין מאקאווע.

סוף כל סוף איז די גרופע חסידים אנגעקומען קיין מאקאווע און אונגארן וואו זיין זיידע האבן אמאל געלעבט. דוב האט אפגעטיילט פון דער גרופע כדי צו קענען באזוכן דעם בית החיים פון זיין זיידן. קודם האט ער באזוכט ביי אלטן שול דארט אין מאקאווע און נאכדעם האט ער געטראפן דעם וועג צו דער בית החיים.

עס איז געווען דארט אן אלטער ייד וואס איז געווען דעם שמש פונעם בית החיים. צוזאמען מיט דער שמש איז דוב ארומגעגאנגען זוכן דעם קבר פון זיין עלטער זיידן. אבער ווי מער זיי האבן געזוכט, האבן זיי נישט געקענט טרעפן דעם קבר. נאכדעם ווען זיי האבן באקוקט כמעט יעדן קבר אין דעם בית החיים, האט דוב זיך אויפגעהויבן זיינע אויגן צו הימל און ער האט געזאגט: "רבונו של עולם, איך בין געפארן כמעט פינף טויזנט מייל נאר צו דאווענען ביי מיין זיידענס קבר, ביטע העלף מיר עס צו טרעפן!"

פונק דעמאלט איז געקומען לעבן דוב'ס פון א קעצעלע. דוב האט אוועקגשטופט דאס קעצעלע, אבער דאס קעצעלע איז צוריקגעקומען נאכאמאל און נאכאמאל. מאכן זיך נישט וויסענדיק פון דעם קעצעלע, האט דוב גערופן זיין באבע אין ארץ ישראל צו פרען איר מער אינפארמאציע וועגן אירע טאטענס קבר. אבער זיין באבע האט נישט אויפגעהובן דעם טעלעפאן.

נאכדעם האט דוב נאכאמאל אויפגעהויבן זיינע אויגן צו הימל און געדאווענט א תחינה: "השם ביטע העלפט מיר טרעפן מיין זיידענס קבר!" פלוצלינג איז דאס קעצעלע געקומען צו דוב נאכאמאל און זי האט אנגעהויבן צו שלעפן זיין פוס.

דוב האט אראפגעקוקט אויף דעם קעצעלע מיט גרויס וואונדער: "וואס ווילסטו פון מיר קעצעלע?" דאס קעצעלע איז געווארן שטיל און זי האט אנגעפאנגען צו גיין אויפן וועג אין דער בית החיים צווישן די קברים. דוב איז נאכגעגאנגען דאס קעצעלע מיט דער עלטערע שמש וואס האט אלעס אנגעקוקט מיט א שמייכל אויף זיין פנים. נאכדעם וואס דאס קעצעלע האט געפירט זיי דורך די גאנצע בית החיים, האט ער זיך אראפגעזעצט אויף א געוויסע קבר. פלא פלאים! דוב האט געליינט די אותיות אויף דעם קבר, און דאס איז געווען זיין זיידע'ס קבר. לעבן דעם זיינען געווען טאקע די גאלדבערגער ברידער. דוב האט גענומען זאגן תהילים מיט א ברען אויף דעם קבר.

נאך א האלבע שעה פון זאגן די "קאפיטלעך", האט דוב גערופן זיין באבע נאכאמאל. דאס מאל האט זי אויפגעהויבן דעם טעלעפאן, און זי האט געבעטן אז דוב זאל לייגן דעם טעלעפאן לעבן דעם קבר כדי זי זאל קענען אויך "דאווענען" אביסל דארט. דאן האט דוב דערציילט צו זיין באבע די גאנצע מעשה מיט דעם קעצעלע.


נאכדעם האט דאס קעצעלע זיך אויפגעשטעלט און האט אנגעפאנגען צו גיין ווייטער צווישן די קברים. דוב איז נאכגעגאנגען דעם קעצעלע צו זען וואו עס גייט. דאס קעצעלע אז אריינגעגאנגען אין דעם אהל פון א געוויסער צדיק, הרה"צ משה פארהאנד, דער מאקאווער רב זצ"ל, דער בעל "אהל משה" (נפטר י"ז סיון תש"ד). דאס קעצעלע האט אנגעפאנגען צו וויינען שטארק, און דוב געזען א צעטל לעבן דעם קבר, וואס אויף דעם איז געשריבן, אז דער וואס דאווענט ביי דעם קבר וועט געהאלפן ווערן. דוב האט גלייך אנגעהויבן צו זאגן תהילים.

ווען דוב האט געענדיקט דאווענען האט ער געשפירט א רוחניותדיקע עליה, און ער איז נתחזק געווארן צו זין די מוראדיקע סייעתא דשמיא וואס ער האט זוכה געווען דורך די קליינע חיה. ער האט ארויסגענומען זיי "קאמערע" צו נעמען א בילד פון דעם קעצעלע, אבער הפלא ופלא... די באטעריי פונעם קאמערע איז אויסגעגאנגען, אפילו עס איז געווען אינגאנצן פריש. דוס איז צוריקגעפארן צו די גרופע חסידים מיט וועמען ער איז געקומען קיין אונגארן. ער האט ב"ה באקומען די חיזוק וואס ער האט געדארפט, און דערנאך האט ער דערזען מער און מער הצלחה און השגחה פרטית און זיין לעבן. און צוביסלעך האט ער ב"ה געזען הצלחה מיט פרנסה אויך.

עס שטייט אין פסוק אין דער וואכעדיקע סדרה "הן עם לבדד ישכן ובגוים לא יתחשב". מיר זיינען דער אייבערשטערס באליבטן פאלק, און מיר ווערן נישט באטראכט אזוי ווי די גויים, און דער אייבערשטער פירט אונז מיט א השגחה פרטית. טייטשט דער מדרש אויף דעם פסוק, "אומה זו יש לה לבלות את כל האומות והן לבדן יירשו את העולם". דאס יידישע פאלק וועט כאילו אראפשלונגען אלע פעלקער, און דאס יידישע פאלק וועט אליין ירשענען די גאנצע וועלט. מען זעט דעם ענין אין דעם מעשה וואס מען האט דערציילט, די זאך. מיר זיינען יידן זיינען זוכה צו זען מוראדיקע השגחה פרטית אין לעבן, מיט לייענען אזעלכע מעשיות קענען מיר אלע נתחזק ווערן אין פריילעך זיין צו וויסן אז מיר זיינען דעם אייבערשטער'ס עם סגולה.

גוט שבת אלע יידן.