עונג שבת פרשת וישלח תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

אלון לוי (נישט זיין עכטע נאמען) איז א איד וואס איז אויפגעוואקסן פריי אין ארץ ישראל אויף א קיבוץ. ער איז ליידער פון די מיליונים אידן וואס האבן נישט געהאט קיין ריכטיגע אידישע חינוך אין א"י, ווייל די חילונ'ישע מדינה האט פשוט אלעס געטאן אז פרייע אידישע קינדער זאלן נישט וויסן פון אידישקייט.

נאכדעם וואס אלון האט געענדיגט דינען אין מיליטער האט ער גענומען פארן צום מזרח הרחוק דהיינו אינדיע און טשיינע וואו אסאך יוגענט פון ארץ ישראל פארן דארט נעבאך. פאר בערך זעקס חדשים איז אלון ארומגעפארן אין דעם געגענט מיט א חבר.

אלון האט כסדר אהיימגערופן צו פרעגן וואס טוט זיך אינדערהיים מיט זיין עלטערן. איין טאג האט אלון געהערט אז זיין שוועסטער וואס וואוינט אין קאנאדא האט געפלאנט אהיימצופארן קיין ארץ ישראל צו באזוכן דעם עלטערן. אלון האט שוין לאנג נישט געזען זיין שוועסטער און עלטערן. צוליב דעם, האבן זיין עלטערן געוואלט אז אלון זאל אהיימפארן קיין ארץ ישראל זיך צו טרעפן צוזאמען.

דערפאר האבן זיין עלטערן געקויפט א טיקעט פאר אלון אהיימצוקומען צו זיין צוזאמען מיט'ן גאנצע משפחה.

אלון'ס חבר איז געבליבן אין טיילאנד און זיי האבן אפגעמאכט זיך צו טרעפן און ווייטער ארומפארן צוזאמען ווען אלון וועט צוריקקומען דארט.

בקיצור, אלון האט שטארק הנאה געהאט צו זיין מיט זיין עלטערן און משפחה נאכדעם וואס ער האט זיי פאר א לאנגע צייט נישט געזען. זיי האבן פארברענגט צוויי וואכן צוזאמען און נאכדעם איז אלון צוריקגעפארן קיין טיילאנד. ווען אלון איז אראפגעקומען פונעם עירפלאנן האט ער גערופן אהיים צו זאגן אז ער איז אנגעקומען לשלום.

איבעראשט איז ער אבער געווארן צו הערן זיין מאמע'ס קול ווען זי האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און זי האט געזאגט מיט טרערן אין אירע שטימע אז דער טאטע איז נעבאך אוועק פון א הארץ אטאקע באלד נאכדעם וואס אלון איז ארויף אויפן פליגער, און די לוויה קומט פאר באלד.

פארשטייט זיך אז אלון איז געווען אין שוק. ער האט אבער גלייך געכאפט דעם מוראדיגען השגחה פרטית אין דעם וואס ער איז יעצט געקומען פון באזוכן זיין טאטן, און דורך דעם האט ער געקענט זיך געזעגענען פון אים. אלון האט נעבעך נישט געהאט קיין שייכות צו דעם מושג פון אבילות. וועגן דעם האט ער נישט געחלומ'ט פון צוריקפארן אהיים צו זיין מיט דער משפחה פאר די שבעה ווייל די משפחה אליינס האט נישט געזיצן שבעה, און בכלל האבן זיי נישט געוואוסט וואס עס איז ליידער.

בקיצור, האט אלון זיך געטראפן מיט זיין חבר און זיי זענען ווייטער ארומגעפארן. אבער, אלון איז געווען זייער שטארק צעבראכן ווייל ער איז קיינמאל נישט געטרייסט געווארן. זענדיק ווי שטארק צובראכן אלון איז געווען, האט זיין חבר אנגעטראגן אן עצה צו אלון. דער חבר האט געהערט פון א פלאץ אין אינדיע וואו עס איז געווען א געוויסער מסית ומדיח וואס איז געווען א בקי אין א מין מעדיטאציע וואס הייסט יוגא.

אלון האט איין מאל אין זיין לעבן באזוכט דעם בית חב"ד אין באנגקוק טיילאנד, פאר זיין טאטע איז אוועק. דעמאלט, איז אלון אריינגעגאנגען צו חב"ד סתם אזוי. דעמאלט בשעת מעשה, האט דער חבר געווארט אינדרויסן נישט וועלענדיג אריינגיין אפילו. ווען אלון איז אריינגעגאנגען דעם ערשטען מאל צו חב"ד, האט ער געקוקט אויפן ספרים שאפער און געבעטן פונעם רב דארט צו לערנען א ספר אויף אידישקייט. דער רב דארט, רב נחמיה ווילהעלם שליט"א, האט אראפגענומען א חומש בראשית און געפרעגט אלון צי ער וויל עס לערנען. צוליב זיין גרויס עם הארצות, האט אלון אפילו געפרעגט דעם רב אויב ספר בראשית הייסט א אידישע ספר!... דאס איז געווען אלון'ס ערשטע שייכות מיט אידישקייט.

יעצט, אפאר חדשים נאכדעם, ווען אלון'ס חבר האט אים געפרעגט וועגן פארן קיין אינדיע צו מאכן יוגא, האט אלון זיך דערמאנט וועגן דעם רוחניות וואס ער האט געשפירט ביי חב"ד להבדיל. און צוליב דעם וואס אלון האט געשפירט א טראפ ווארעמקייט צו חב"ד, האט ער ב"ה אפגעזאגט זיין חבר, זאגענדיק אז ער האט בעסער געוואלט לערנען אביסל מער וועגן אידישקייט און נישט פון יענע מעדיטאציע, להבדיל.

זי צוויי האבן זיך צוטיילט, דער חבר איז געפארן קיין אינדיע, און אלון איז געגאנגען להבדיל, צום בית חב"ד אין באנגקוק. ווען אלון איז אנגעקומען דארט, האט דער חב"ד שליח רב ווילהעלם שליט"א אים זייער שטארק אויפגענומען. אלון האט דערציילט צו רב ווילהעלם וועגן זיין טאטנ'ס פטירה און אלון האט אים געזאגט אז ער איז געקומען צו לערנען מער וועגן אידישקייט. רב ווילהעלם האט גלייך פארגעשלאגען צו אלון אז ער זאל לייגן תפילין. אלון האט אבער נישט מסכים געווען, זאגנדיג אז ער איז געקומען נאר צו לערנען תורה, אבער נישט צו טון קיין מצוות, רח"ל.

ב"ה, אז אלון האט זייער שטארק ליב געהאט צו לערנען תורה מיט רב ווילהעלם שליט"א. איין טאג דערנאך איז אלון אריינגעקומען צו רב ווילהעלם און ער האט געזאגט אז ער וויל לייגן תפילין. עס איז געווען א פלא אין רב ווילהעלמ'ס אויגן ווייל נאר אפאר טעג פריער האט אלון אזוי שטארק געוואלט עס נישט טון. וואס איז געשען אז פלוצלינג אלון האט געוואלט מקיים זיין די מצוה פון תפילין?

דאן האט אלון אנגעהויבן צו דערציילן אן אינטערעסאנטע מעשה וואס זיין מאמע האט אליינס דערציילט דעם פאריגען נאכט, ווען אלון האט גערופן אהיים קיין א"י. אויפן טעלעפאן האט אלון געזאגט צו זיין מאטער אז ער לערנט ביי חב"ד, און זי האט גענומען וויינען. די מאמע האט דערציילט אז אלונ'ס טאטע ע"ה איז ארויסגעקומען פון רוסלאנד יארן פריער דורך דעם הילף פון חב"ד. און כאטש אפילו אז אלונ'ס טאטע איז געווען אינגאנצען פריי, האט ער איין מצוה יא מקיים געווען זיין גאנצע לעבן לכבוד חב"ד, ד"ה די מצוה פון תפילין. וויבאלד אז זיי האבן געוואוינט אויף די קיבוץ אלע יארן, האט דער טאטע געלייגט דעם תפילין, ביז זיין לעצטע טאג אויף די וועלט, באהאלטענערהייט אין בית כסא, רח"ל! אזוי גרויס איז געווען די שנאה קעגען אידישקייט אויף די קיבוץ!

ב"ה אז אלון האט געלערנט און געלערנט אין דעם חב"ד הויז, ביז זיין חבר איז צוריקגעקומען פון לערנען אין אינדיע, להבדיל. דער חבר, איז נעבאך געווען אינטער דער שלעכטע השפעה פון אינדיע און ער האט נאכאלץ נישט געוואלט אפילו אריינטרעטן אין דעם בית חב"ד. באלד דערנאך זענען די צוויי ווייטער ארויסגעפארן אויף זייער טיול. דער חבר האט באמערקט א שינוי אין אלון. אלון איז געווען אסאך מער בארוהיגט ווי פריער.

בערך א יאר שפעטער איז רב ווילהעלם געווען אין צפת אויף א באזוך, וואו ער האט געגעבן א דרשה אין א געוויסע ישיבה. ווען רב ווילהעלם איז אריינגעקומען אין דעם בנין איז א בחור מיט א בארד אריבערגעלאפן צו אים שרייענדיק "רב ווילהעלם, רב ווילהעלם!" עס איז געווען אלון! ער איז געווארן א בעל תשובה! נישט נאר דעם, אבער אלון האט דערציילט ווי זיין חבר איז אויך געווארן א בעל תשובה דורך אים, און ער לערנט אין א ישיבה. און זייער קיבוץ איז געווען ברוגז אויף חב"ד וועגן דעם! באלד דערנאך, האט רב ווילהעלם באקומען א חתונה בריוו פון אלון. היינט ארבעט אלון און זיין בני בית צוזאמען מיט חב"ד צו מקרב זיין אידן צו אביהם שבשמים.

אין די היינטיגע פרשה ליינט מען ווי יעקב אבינו ע"ה האט באקומען דעם נאמען ישראל. מען זאגט נאך פון די ספרים הקדושים אז ישראל איז טייטש ישר קל. ד"ה אידן האבן א דירעקט קשר צום אייבערשטען ,מען זעט דעם ענין אין דעם מעשה וואס מען האט דערציילט. יעדער איד, אפילו ער איז ווייט פון אידישקייט, קענט זיך דערנענטערן צום אייבערשטען.

גוט שבת אלע אידן