עונג שבת פרשת ויצא תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת ויצא תש"ע

גוט שבת אלע אידן.

די הייליגע תורה דערציילט די וואך ווי יעקב אבינו ע"ה איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג קיין חרן צו טרעפן זיין שידוך. עס שטייט אין פסוק וישא יעקב רגליו וילך... - און יעקב האט אויפגעהויבן זיינע פיס און ער איז געגאנגען. עס איז אפשר מרומז אין פסוק א וויכטיגע יסוד אין חסידות און אין עבודת השם. וישא יעקב רגליו קען מען טייטשען אז יעקב האט געטאנצט אויפן וועג צו טון א מצוה. עס איז אפשר א רמז צו דעם יסוד אז מען מוז טון מצוות בשמחה, ד"ה עבדו את ה' בשמחה.

ביי די קללות אין פרשת כי תבוא שטייט אז די סיבה פון אלע שרעקליכע שטראפן איז תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה - ווייל מען האט נישט געדינט דעם אייבערשטען מתוך שמחה. זאגט דער של"ה הקדוש אז פון דעם פסוק זעט מען אז מען דארף טון מצוות בשמחה. (מסכת שבועות פרק תורה אור קכ"ח) עס קומט אויס לויט די אלע מקורות אז מען מוז טון מצוות מיט שמחה. די פאלגענדע מעשה ווייזט ווי טון מצוות בשמחה איז גורם אז אנדערע וועלן אויך דינען דעם אייבערשטער מתוך שמחה.

די מעשה איז געשען מיט א בר מצוה בחור וואס האט געהייסן דזשאנאטהאן וואקסמאן (נישט זיין עכטע נאמען.) די בר מצוה אין געווען אין תשט"ז אין דעם שטאט פלינט וואס איז אין דעם סטעיט (שטאַט) מישיגאן, וואס געפינט זיך אין דעם צפון מיטל חלק פון אמעריקע. דזשאנאטהאנ'ס בר מצוה וואלט נישט געווען קיין חידוש, טאמער ער איז אויפגעוואקסן אין א ריכטיגע אידישע שטוב. אבער ליידער, האט דזשאנאטהאן געוואוינט אין א געגענט פון אמעריקע וואס דעמאלט, כמעט 50 יאר צוריק, האט נישט געהאט קיין גרויסע ערליכע קהילות.

פארשטייט זיך אז דזשאנאטהאנ'ס משפחה אליינס איז נישט געווען קיין פרומע משפחה. אבער, ב"ה אז דער אייבערשטער האט עס צוגעפירט פון הימעל אז דזשאנאטהאן זאל כאטש האבן דעם געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע תורה אין א ישיבה. עס איז געווען א זעלטענע געלעגענהייט פאר פרייע יונגלעך און בחורים אין די יארן.

ביי די צוועלף יאר איז דזשאנאטהאן געגאנגען לערנען אין ישיבת בית יהודה אין דעטרויט, וואס געפינט זיך אויך אין מישיגאן. א יאר שפּעטער, זענען צוזאמענגעקומען משפחה מיט חברים זיך צו נעמען אן אנטייל אין דזשאנאטהאנ'ס בר מצוה. דזשאנאטהאן איז אהיימגעקומען פון ישיבה פאר א שטיק צייט פאר זיין בר מצוה. דזשאנאטהאנ'ס רביס אין ישיבה האבן געהייסן ר' שלמה גאלדשטיין מיט ר' אברהם אבא פרידמאן ע"ה. זיי זענען געווען תלמידים פון ר' שרגא פייוועל מענדעלאוויטש ז"ל און ר' שרגא פייוועל האט זיי געשיקט קיין דעטרויט אויפצובויען אידישקייט דארט.

ווען זיי האבן געהערט וועגן דזשאנאטהאנ'ס בר מצוה האבן זיי זיך מיישב געווען אז זיי מוזן פארן פון דעטרויט צו דער שמחה אין שטאט פלינט כדי צו משמח זיין דעם בר מצוה בחור, כאטש עס איז געווען א נסיעה פון דריי שעה. אסאך פון זייערע תלמידים זענען געווען אין דעם זעלבן מצב ווי דזשאנאטהאן. ד"ה, זיי זענען נישט געקומען פון די פרומסטע משפחות. וועגן דעם האבן די צוויי רביס אייביג פּראבירט ארויסצוברענגען דעם שמחת החיים פון טאן מצוות און זיין ערליך. דורך דעם האבן זיי געהאפט צו מקרב זיין די בחורים. אין חודש אייר זענען די צוויי רביס ארויסגעפארן קיין פלינט זיך צו פרייען מיט דעם בחור און זיין משפחה און חברים. זיי זענען אריינגעקומען אין דעם קליינעם זאל אזוי ווי א הוריקאן, טאנצענדיג און זינגענדיג און מאכן לעבעדיק. דער עולם האט אנגעקוקט די צוויי רביס מיט ערשטוינונג, ווייל זיי זענען נישט געווען צוגעוואוינט צו זען חרדישע רבנים.

נאכדעם וואס זיי האבן געטאנצט גאר א לאנגע צייט, האבן זיי איינס נאכן אנדערען, זיך אויפגעשטעלט צו רעדן דברי חיזוק און התעוררות לרגל דעם גרויסן שמחה פון דזשאנאטהאנ'ס בר מצוה. זיי האבן געלויבט דזשאנאטהאן זייער שטארק, זאגענדיק אז ער איז א יונגער תלמיד חכם און ער גייט מוראדיג מצליח זיין אין לעבן, מיט דעם אייבערשטענ'ס העלף.

די ווארעמע דברי תורה און טאנצען און לעבעדיק מאכן האבן געמאכט א מוראדיגע רושם אויף די אנדערע בחורים וועלכע זענען צוזאמענגעקומען ביי דער בר מצוה, בפרט אויף איין בחור וואס האט געהייסן מיכאל לערמאן (נישט זיין עכטע נאמען). מיכאל, וואס איז נישט געקומען פון קיין פרומע משפחה, האט אביסל מקנא געווען דזשאנאטהאן. ער האט געזען ווי די צוויי רביס האבן אזוי שטארק מכבד געווען און פריילעך געמאכט דעם בר מצוה בחור מיט לעבעדיגע טאנצען פרייליכערהייט. מיכאל האט קיינמאל נישט געזען אזא שמחה. ער האט נישט געוואוסט אז אידישקייט איז אזוי פריילעך. בשעת די צוויי רביס האבן געטאנצט מיט דעם בר מצוה בחור, האט מיכאל פאנטאזירט וועגן גיין לערנען אין א ישיבה, כדי ער אויך זאל קענען אריינכאפן דעם שמחת החיים פון זיין פרום. נאך די בר מצוה סעודה זענען די צוויי רביס אהיימגעפארן. זיי אליינס האבן זיך געפרייט מתוך שמחה של מצוה, צוליב דעם וואס זיי האבן מקרב געווען דזשאנאטהאן.

דורך דעם גאנצן זומער האט דער בחור מיכאל נישט אויפגעהערט צו רעדן וועגן דעם שמחה פון זיין חבר דזשאנאטהאנ'ס בר מצוה. יענע זומער זענען געקומען צוויי אנדערע רבנים קיין פלינט, דער שטאט וואו מיכאל האט געוואוינט, כדי צוזאמענצונעמען געלט און צו מקרב זיין בחורים צו קומען לערנען אין ישיבת היכל התורה אין ניו יארק. די צווי רבנים האבן געהערט אז מיכאל האט געהאלטן ביים אינטערעסירן זיך אין אידישקייט. זיי האבן געטראפן מיכאל, און זיי האבן אים צוגערעדט אז ער זאל קומען קיין ניו יארק. מיכאל האט מסכים געווען און ער איז ערשט געפארן קיין ניו יארק צו א אידישע קעמפּ. ער האט ב"ה זייער ליב געהאט דעם אידישען קעמפּ.

ווען ער איז אהיימגעקומען קיין פלינט, האט ער אליינס צוגערעדט זיין עלטערן אז זיי זאלן אים לאזן גיין לערנען אלול זמן אין ישיבת היכל התורה אין ניו יארק. זיין עלטערן האבן ב"ה מסכים געווען, און מיכאל איז גלייך צוריקגעפארן קיין ניו יארק. מיכאל האט זייער מצליח געווען אין יענע ישיבה. אפּאר יאר שפּעטער איז ער געגאנגען לערנען אין בית מדרש גבוהה אין לעיקוואוד. אביסל נאכדעם האט ער חתונה געהאט. מיט די יארן איז ער געווארן אן עכטער בן תורה. היינט וואוינט ער נאכאלץ אין לעיקוואוד מיט זיין קינדער און אייניקלעך. ער איז א גרויסער תלמיד חכם און ער שטיצט מוסדות התורה.

ליידער איז מיכאל'ס חבר דזשאנאטהאן נישט צוריקגעגאנגען צו דער ישיבה די נעקסטע יאר. די צוויי רביס ר' גאלדשטיין מיט ר' פרידמאן וואס זענען ספעציעל געפארן 3 שעה פרייליך צו מאכן דעם בר מצוה בחור, זענען לכאורה צובראכן געווארן וועגן דזשאנאטהאן. זיי האבן אפשר קיינמאל נישט געוואוסט וואס זיי האבן אויפגעטאן מיט מיכאל. אבער, זייער שכר איז זייער גרויס. מיט דעם וואס זיי האבן זיך געפרייט אן עכטע שמחה של מצוה, האט עס משפיע געווען אויף דורי דורות דורך מיכאל'ס ווערן פרום. ווער ווייסט וואס איז געווארן מיט די אנדערע בחורים וואס זענען געווען דארט ביי דער בר מצוה?

גוט שבת אלע אידן.