עונג שבת פרשת ויחי תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

די וואכעדיגע סדרה רעדט פון דעם הסתלקות פונעם צדיק יעקב אבינו ע"ה. זאגט די הייליגע גמרא יעקב אבינו לא מת. יעקב אבינו איז נישט געשטארבן. (תענית ה:) איינע פון די פשוטים פון דעם איז אזוי: א מענטש האט א רוחניותדיגע המשך דורך זיין קינדער. אז אפילו איינער איז שוין נישט דא אויף די וועלט, האט ער א קיום דורך זיין קינדער וואס פירן זיך אויף ערליך. דער פאלגענדער מעשה ווייזט אויף די בחינה.

דאס יאר איז געווען תרס"ו ווען די שובארט משפחת איז געקומען וואוינען אין אמעריקע. דאס לעבן איז געווען שווער פאר אידן אין אמעריקע. אפילו מען האט עס גערופן די גאלדענע מדינה, האבן אסאך אידן נעבאך געהונגערט אין די ערשטע יארן. איינע פון די שווערסטע זאכן איז געווען דאס וואס די גויאישע וועלט האט געארבעט זיבן טעג א וואך. פיל אידן האבן נעבאך נישט בייגעשטאנען דעם נסיון, און זיי האבן נעבאך געארבעט שבת. דער טאטע פון דער שובארט משפחה האט זיך אבער געהאלטן פעסט. יעדער פרייטאג איז ער אהיימגעקומען און ער האט איבערגעגעבן פאר זיין בני בית אז ער איז אפּגעזאגט געווארן פונעם ארבעט, ווייל ער איז נישט מסכים געווען אריינצוקומען שבת.

עס האט נישט געמאכט קיין חילוק אז די שובארט משפחה האט נישט געהאט קיין סאך געלט, האבן זיי סיי ווי סיי מהדר געווען די הייליגע שבת מיט אלע מיני מטעמים. די מסירת נפש פאר שבת וואס דער טאטע פון דער משפחה האט געהאט איז געווען מוראדיג.

איין שבת איז געשען אבער א שרעקליכען אומגליק אין דעם שובארט היים. יעקב דוד שובארט איז דעמאלט געווען 5 יאר אלט. בשעת ער איז געגאנגען לעבן דעם טיש וואו די שבת ליכט זענען געווען, האט ער בטעות געריקט דעם טיש און די ליכט זענען געפאלן אויף אים און זיי האבן אנגעצינדען זיין קליידונג, השם ישמרנו. זיין מאמע האט פרובירט אויסצולעשן דעם פייער אבער דאס קינד איז נעבאך זייער שטארק אפּגעבריט געווארן. ב"ה אז מען האט געראטאוועט דעם קליינעם קינד יעקב דוד'ס לעבן, אבער ער איז פארברענט געווארן איבער א דריטל פון זיין קערפער. דאס פייער האט געמאכט אסאך שנארן (צייכנס פון א פארהיילטער וואונד) איבער זיין גוף. ווען ער איז געווארן עלטער האט ער זיך אבער נישט געשעמט פון דעם. אדרבה, ער האט עס גערופן זיין שבת ליכט.

אזוי ווי מען האט געזאגט, איז יעקב דוד אויפגעוואקסן אין שווערע צייטן אין אמעריקע. דעמאלט זענען נישט געווען קיין סאך תלמוד תורה'ס און ישיבות. דאס גויאישע גאס האט אים נעבאך זייער שטארק געצויגן.

מיט די יארן איז ער ליידער געווארן וועניגער און וועניגער פרום. יעקב דוד האט שוין געהייסן דזשעק און ער האט נעבאך נישט געלעבט ווי א איד. אבער, אפילו ער האט זיך דערווייטערט פון אידישקייט, האט ער זיך אייביג שטאלצירט מיט דעם רושם אויף זיין גוף וואו די הייליגע שבת ליכט האבן אים פארברענט. אפילו ער האט ליידער נישט געהיטן קיין שבת, האט ער געוואוסט אז שבת איז דער אייבערשטער'ס מתנה צו זיין באליבטען פאלק.

אפּאר יאר שפּעטער האט דזשעק חתונה געהאט. ערשט האט ער געוואוינט אין די בראנקס. נאכדעם איז ער געגאנגען וואוינען אין ניו דזשערסי וואו זיי האבן געהאט זייערע ערשטען קינד וואס זיי האבן גערופן פייטל אדער פיליפ. איין טאג איז עס געשען אז פיליפ האט געזען די צייכענס פון דעם פייער אויף זיין טאטען'ס גוף. פיליפ איז געווארן זייער דערשראקן צו זען עס אויף זיין טאטען.

אבער זיין טאטע האט אים בארוהיגט און אים מסביר געווען ווי אזוי ער איז אפּגעבריט געווארן אלס קינד. אפילו ער איז געווען זייער יונג, האט דער משעה געמאכט זייער א שטארקען איינדרוק אויף פיליפ. פיליפ האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס מיינט שבת, אבער זיין הארץ האט אים געזאגט אז ער מוז זיך אינטערעסירן אין שבת ווען ער וועט ווערן עלטער.

פיליפ האט קיינמאל נישט פארגעסן דעם טאג וואס זיין טאטע האט אים דערציילט דעם מעשה וועגן די שבת ליכט. דורך די יארן האט ער געווארט אויף דעם געלעגענהייט צו געוואויר ווערן וואס מיינט שבת. איין טאג, ווען פיליפ איז געווארן אביסל עלטער, האט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט. עס האבן געוואוינט דארט עטליכע שומר שבת משפחות אין דעם געגענט.

אמאל האט א אידישע משפחה איינגעלאדענט פיליפ צו קומען אויף א שבת סעודה. ער האט נישט געוואוסט וואס שבת איז, אבער ער האט געוואלט וויסן. ער איז אריינגעקומען צו יענער משפחה'ס הויז פרייטאג צו נאכטס און ער איז נתפעל געווארן צו זען די צוויי שבת ליכט צום ערשטען מאל אין זיין לעבן. ער האט זיך דערמאנט פון זיין טאטען'ס שבת ליכט. ער האט אבער קיינמאל געזען עכטע שבת ליכט! דעמאלט האט ער אנגעהויבן זיך צו אינטערעסירן אין אידישקייט. צוביסלעך איז ער ב"ה געווארן אינגאנצען שומר תורה און מצוות. והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם! דורך דעם האבן די נשמות פון זיין זיידע און טאטע געהאט א חיות!

היינט, ניין און דרייסיג (ל"ט כנגד די ל"ט מלאכות) יאר נאך זיין ערשטע שבת, הייסט פיליפ שוין ר' פייטל. ער איז א חשובער איד און ער איז משפיע אויף אסאך אנדערע אידן. דורך די יארן האט ער שוין אויסגעלערנט הונדערטע תלמידים וועגן דעם שיינקייט פון תורה און וועגן דעם הייליגקייט פון שבת קודש, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן געזונטערהייט. גוט שבת אלע אידן.


גוט שבת אלע אידן