עונג שבת פרשת ויגש תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

די טעלעפאן האט זיך געקלינגען דריי אזייגער ביי נאכט ביי די פאסקאוויץ משפחה. די פלוצלינגע קלינגען האט אויפגעוועקט רב משה פאסקאוויץ פון טיפען שלאף. רב פאסקאוויץ, דער רב פון דעם תורה סענטער אין הילקרעסט קווינס, ניו יארק, איז שנעל אויפגעשטאנען פון בעט כדי צו גיין ענטפערן דעם טעלעפאן. זיין הארץ האט געציטערט טראכטענדיג וואס קען זיין אזוי וויכטיג צו רופן אזוי שפעט ביי נאכט. ער האט מורא געהאט אויפצוהייבן דעם טעלעפאן, אבער ער האט עס ב"ה געענטפערט פאר עס האט זיך אויפגעהערט צו קלינגען.

"איר זענט ראביי פאסקאוויץ?" האט אן עלטערער קול געפרעגט אויף דעם טעלעפאן. יא, האט דער רב געענטפערט, און ווער ביסטו? איז אלעס אין ארדנונג? האט דער רב געפרעגט דעם קול.

ראביי, אנטשולדיגט מיר ביטע, פארן רופן אין מיטן די נאכט, אבער איך האב אייך געזוכט פאר די לעצטע דריי שעה. איך ווייס נישט אויב איר געדענקט מיר. איך הייס מר. ווארטהענטאן פון קאנארסי.

רב פאסקאוויץ האט געטראכט ווי שנעל עס איז געווען מעגליך דריי אזייגער אין מיטן די נאכט. ער האט געוואוינט אין קאנארסי אסאך יארן פריער. וועגן דעם האט ער זיך געדארפט אנשטרענגען צו געדענקן דעם נאמען וואס ער האט יעצט געהערט אויפן טעלעפאן. צו זיין אייגענעם ערשטוינונג, האט ער פלוצלינג געדענקט א געשעניש וואס ער האט נישט געטראכט דערפון אסאך יארן. זענט איר דער מענטש צו וועמען איך האב געגעבן א "היטש" בערך 15 יאר צוריק? יא, איך בין דער מענטש! האט דער מענטש געזאגט.

ווי אזוי האט רב פאסקאוויץ געקענט עס פארגעסן? עס איז געווען א נאכמיטאג אין דעם ווינטער פון תשמ"ו. ער איז געפארן אויף ראלף אוו. אין ברוקלין. יענע טאג איז געווען מוראדיגע שווערע וועטער, עס האט גערעגענט פארפרוירענע רעגען און עס האט געבלאזן א שטארקע ווינט. טוילען זיך אינטער דעם איבערהאנג פון א כשרע גראסערי איז געווען א מיטעלע עלטער מענטש. דער מענטש האט געהאלטן זעקלעך פול מיט זאכן וואס ער האט לכאורה געקויפט ביי דעם געשעפט. רב פאסקאוויץ האט געזען ווי דער מענטש האט נישט געהאט קיין שירעם, און וועגן דעם האט דער מענטש מורא געהאט ארויסצוגיין אויף דעם גאס, ארויס פון דעם געשעפט.

רב פאסקאוויץ האט געטראכט אז ער איז מחויב צו העלפן יענעם איד. ער האט אפגעשטעלט זיין קאר צו געבן א רייד פאר דעם איד. ער האט געעפענט זיין פענסטער און ער האט געזאגט דורך דעם רעגן און ווינט, האלו! איך בין ראביי פאסקאוויץ פון דעם יאונג איזריעל. איך קען אייך אפשר געבן א רייד?

"'דאס וואלט געווען שיין, האט דער מענטש געזאגט, אבער איך בין נישט קיין איד. אפשר ווילסטו מיך נישט נעמען?

איך בין א ראביי, האט רב פאסקאוויץ געזאגט פאר דעם מענטש. איך בין גרייט צו העלפן יעדען איינעם. רב פאסקאוויץ האט זיך פארגעשטעלט אז עס איז שוין געווען צו שפעט אויסדרייען פון נעמען דעם מענטש אפילו ער איז געווען א גוי, ווייל ער האט נישט געוואלט מאכן קיין חילול השם.

רב פאסקאוויץ האט געהאלפן דעם מענטש אריינפאקן אלע פעקלעך אין דעם קאר, דאן האט דער גוי גענומען זיין פלאץ אין דעם קאר. דער גוי האט געזאגט פאר רב פאסקאוויץ וואו ער וואוינט, און רב פאסקאוויץ האט אנגעהויבן צו פארן צו יענע גאס. רב פאסקאוויץ האט געפרעגט דעם גוי מיט א נייגעריגקייט, זאג מיר, אויב דו ביסט נישט אידיש, פארוואס קויפסטו ביי די כשרע גראסערי?

דאס עסן איז נישט פאר מיך, האט דער גוי געזאגט. איך וואוין אין א דירה, און עס וואוינט אן עלטערע אידישע מאן און פרוי אויף מיין שטאק. ביידע פון די אידן זענען צו שוואך ארויסצוגיין פונעם הויז. זיי קענען אפילו נישט גיין קויפן עסן. וועגן דעם גיי איך איינמאל א וואך צו קויפן וואס זיי דארפן. איך ווייס אז זיי עסן נאר כשר, וועגן דעם קויף איך נאר וואו אלעס איז כשר.

הערענדיג די ווערטער האט רב פאסקאוויץ זיך געפרייט א גרויסע שמחה אז ער האט געקענט טון א טובה פאר דעם מענטש, אפילו ער איז געווען א גוי. ער האט אים אהיימגעפירט און ער האט אים אפילו געהאלפן ארויסנעמען אלע פעקלעך. ער האט געלויבט דעם גוי פאר די טובה וואס ער טוט פאר די עלטערע אידן.

יעצט, 15 יאר שפעטער האט רב פאסקאוויץ צוגעהערט דעם גוי'ס קול אויף דעם טעלעפאן. ראביי, האט דער גוי מר. ווארטהענטאן געזאגט צוריקהאלטענדיג טרערן, דער איד וואס איך פלעג ברענגען אלע כשרע עסן פאר אים אזוי סאך יארן, איז אוועק נעכטען, און עס איז נישט דא קיינער אים צו באגראבן! ער האט נישט קיין קינדער און זיין פרוי אליינס איז אוועק עטליכע יארן צוריק. איך האב געדענקט אז איר זענט געווען פון דעם סיניגאג (שול) אין קאנארסי, און האב גענומען די לעצטע צוויי דריי שעה פרובירן אייך צו געפינען. עס האט גענומען א שטיק צייט, ביז איך האב געטראפן איינעם וואס האט מיך געזאגט אז איר זענט געגאנגען וואוינען אין קווינס. איך האב יעצט געקריגט דיין נאמבער פון דעם אפעראטור, אנטשולדיגט מיר פארן רופן אזוי שפעט. איר זענט דער איינציגסטער ראביי וואס איך קען... טאמער איר גייט נישט עפעס טון, גייט די שטאט באגראבן דעם אלטען איד אין פאטטערס פעלד! (א פעלד וואו מען באגראבט ארעמע גוים). איך ווייס אז ער וואלט געוואלט ווערן באגראבט אין א אידישע בית הקברות (בית החיים). מיינט איר אז איר קענט עפעס טון צו העלפן?" האט דער גוי געענדיגט זאגן פאר רב פאסקאוויץ.

רב פאסקאוויץ האט באדאנקט דעם גוי, אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און גלייך אנגעהויבן שתדלנות פאר דעם מת מצוה. ב"ה אז ער האט געקענט ערלעדיגען די קבורה. ער האט אבער נישט געקענט ערלעדיגען א מנין ביי דער לוויה. וועגן דעם איז נאר ער אליינס געווען דארט אין די בית חיים. ער האט מספיד געווען דעם איד שטילערהייט זאגנדיג, איר האט געדארפט זיין אן אדם כשר, ווייל אין די זכות פון היטן כשרות, האט איר זוכה געווען צו קבורת ישראל.

זאגט די הייליגע תורה ...כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים. ווען מען קוקט אויף די צאל פון נעמען וואס די תורה רעכענט אויס, זעט מען אז אס זענען געווען נאר 69 מענטשן וואס זענען געקומען קיין מצרים. זאגט די מדרש אז די שכינה אליינס איז באטראכט געווארן פאר איינע פון די זיבציג בני משפחה וואס זענען אריינגעגאנגען אין מצרים. (מדה"ג מו,ד) ווייזט מען אז גלות מצרים איז א דוגמה פון אלע אנדערע גליות. וועגן דעם, קען מען אפשר זאגן אז פונקט אזוי ווי די שכינה האט באגלייט די אידן אין די מצרישע גלות, טוט די הייליגע שכינה באגלייטן אונז אויך אין דעם היינטיגען גלות, עס זאל שוין זיין די גאולה. מען זעט דעם ענין אין דעם מעשה וואס מען האט יעצט דערציילט.

דאס איז א מוראדיגע חיזוק פאר אונז אידן וואס ווארטן שוין אויף די גאולה בכל יום עטליכע צוויי טויזענט יאר. דער אייבערשטער זאגט אונז אז מען זאל זיך נישט מייאש זיין, ווייל די שכינה באגלייט אונז אין גלות אויך. ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כלכם היום. גוט שבת אלע אידן.

גוט שבת אלע אידן