עונג שבת פרשת ואתחנן תשס"ט

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת ואתחנן תשס"ט

גוט שבת אלע אידן.

צוויי וואכן צוריק האט מען דערציילט דעם אנהייב פונעם אינטערעסאנטן מעשה פון ר' מאיר יוידייקען, א איד וואס האט דורכגעלעבט לאנגע שווערע יארן אונטער די קאמוניסטישע רשעים ימ"ש. אלץ בחור און יינגערמאן האט מאיר אסאך געהאלפן די לומדי תורה פון דער מירער ישיבה. ווען בחורים פון דער ישיבה זענען געקומען קיין פאלטאווע, האט מאיר געגעבן פאר זיי ברויט יעדן טאג פון דעם בעקעריי וואו ער האט געארבעט.

אין יענע טעג נאך די ערשטע וועלט מלחמה זענען מענטשן ממש געשטארבן פון הונגער אין רוסלאנד. דורך מאיר, האבן די בחורים געקענט זיצן און לערנען.

מאיר איז געבליבן אין רוסלאנד דורך די שווערע טעג פון דער צווייטער וועלט מלחמה. דורך נסים האט ער דורכגעלעבט דעם קריג. אין תשל"ח, נאך מער ווי פינף און זיבעציג יאר פון וואוינען אין דעם פארשאלטענעם לאנד רוסלאנד, האט מאיר באקומען רשות צו עולה זיין קיין ארץ ישראל.

ווען מאיר איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווען אלט און שוואך און ער האט געהאלטן ביים פארלירן די ראיה צוליב א געוויסע מחלה, ל"ע. דאקטוירים אין ארץ ישראל האבן אים געזאגט אז ער מוז האבן אן אפעראציע כדי ער זאל נישט ווערן אינגאנצן בלינד, ל"ע. מאיר האט געציטערט ווען ער האט געטראכט וועגן די אפעראציע. כאטש ער איז "אהיימגעקומען" איז ער נאכאלץ געווען אין א פרעמדען לאנד און ער האט קיינעם נישט געקענט. ער האט אנגעהויבן צו טראכטן אז אפשר וועט ער קענען טרעפן אין ארץ ישראל חברים פון די ישיבה טעג, 60 יאר צוריק אין פאלטאווע.

מאיר האט אביסל געפרעגט מענטשן און ער איז געוואויר געווארן אז עס איז דא א ישיבה אין ירושלים מיט דעם זעלבן נאמען ווי די ישיבה אינדערהיים, ד"ה די "מירער" ישיבה. ער האט גענומען דעם באס קיין ירושלים. ער איז אראפגעקומען פונעם באס און ער האט אפגעשטעלט דעם ערשטען חרדישן איד וואס ער האט געזען. מאיר האט אים געפרעגט אויב ער ווייסט אפשר וואו עס איז די ישיבה וואס הייסט "מיר." יענער איד וואס האט געהייסן ר' יוסף גריווער (זיין עכטע נאמען), האט גאנץ גוט גוואוסט וואו די מירער ישיבה איז, ווייל ער איז געווען א גוטער ידיד פון איינעם פון די ראשי הישיבה, רב יצחק אזרחי (זיין עכטע נאמען).

ר' יוסף האט באגלייט ר' מאיר צום בית ישראל געגענט פון ירושלים וואו די מירער ישיבה איז. מאיר איז איבערגענומען געווארן ווען ער איז אריינגעקומען צו דער ישיבה וואו ער האט געזען הונדערטע ישיבה בחורים לערנען מיט הויכע קולות. נאך אזוי פיל יארן וואוינען אין דעם וויסטן רוסישן גיהינום, האט ער שוין לאנג נישט געזען אזא זאך. ער האט געקוועלט פון נחת צו זען אז די ישיבה האט נאך געהאט א קיום.

"ער געדענקט נאך די מירער ישיבה אין פאלטאווע," האט ר' יוסף געזאגט ווען ער האט פארגעשטעלט ר' מאיר פארן ראש הישיבה רב אזרחי.

"איז רב לייזער יודל פינקעל נאך דא?" האט מאיר געפרעגט וועגן דעם מירער ראש ישיבה פונדערהיים. רב אזרחי האט פארשטאנען אז ר' מאיר איז געווען פון די מיליונים רוסישע אידן וואס האבן גארנישט געוואוסט וואס טוט זיך אין די אידישע וועלט פאר אפאר דורות. "איך דארף דיר ליידער לאזן וויסן אז דער ראש ישיבה איז אוועק אסאך יארן צוריק." מאיר האט געכאפט א ציטער אין זיין אלטע ביינער. "און ר' חיים שמואלעוויץ? איך געדענק אים, איז ער דא היינט?" רב אזרחי'ס פנים האט געוויזן א טרויעגקייט. "ר' חיים איז נסתלק געווארן ליידער נאר אפאר וואכן צוריק..."

"וואס איז וועגן ר' לייזער יודל'ס טאכטער, לעבט זי נאך...?" (זי איז געווען ר' חיים שמואלעוויץ ז"ל'ס רביצן). "יא, זי איז מיין שוויגער," האט רב אזרחי געזאגט פריילעך, אז עס האט נאך געלעבט א איד וואס ר' מאיר האט געקענט פונדערהיים. "זאג איר אז מאיר דעם בעקער איז דא!"

רב אזרחי איז טאקע געגאנגען צו זיין שוויגער צו זאגן אז א געוויסע מאיר דער בעקער איז דא." "אוי," האט די רבצין געזאגט, "ער האט אונז געראטאוועט אין פאלטאווע! ער האט אונז געברענגט ברויט יעדן טאג, וואלט ער אונז נישט געהאלפן, וואלטן מיר געהונגערט. דער רבונו של עולם זאל אים בענטשן!" די רביצן האט געהייסן אז איר איידעם רב אזרחי זאל העלפן מאיר מיט זיין אפעראציע וויפיל עס איז געווען שייך ווייל זי האט געשפירט א שטארקע הכרת הטוב פאר מאיר.

רב אזרחי האט געברענגט מאיר צו דעם שערי צדק שפיטאל. א באקאנטער אויגן דאקטאר איז "פונקט" געווען אין ירושלים אויף א באזוך. יענער דאקטאר איז געווען א מומחה מיט די געוויסע מין אפעראציע, און ער האט מסכים געווען צו טון עס פאר מאיר אומזיסט. בחורים האבן באזוכט ר' מאיר אין שפיטאל יעדן טאג נאך די אפעראציע. די אפעראציע האט ב"ה מצליח געווען און ער האט געקענט זעהן געהעריג.

שפעטער איז ר' מאיר געקומען צום מירער בית מדרש צו קענען לערנען די הייליגע תורה צווישן די בחורים. ר' מאיר איז געווארן מלא שמחה צו קענען ליינען הויך פאר רב אזרחי די קליינע אותיות פון דער הקדמה צו תשובות ר' עקיבא אייגער זצ"ל, נישט נאר צו ווייזן אז דער אייבערשטער האט אים צוריקגעשיקט די ראיה, נאר אויך צו ווייזן אז ער האט נאכאלץ געקענט לערנען נאך אזוי וויל יארן. אין דעם קומענדיגע שמחת תורה האט יעדער איינער געפרייט צו זען ווי ר' מאיר האלט א ספר תורה און טאנצט מיט רב אזרחי זינגענדיג "והאר עינינו בתורתך!"

ווען די בית המקדש איז געשטאנען האבן אידן געקענט באקומען א כפרה דורך ברענגען א קרבן. היינט אז מען האט נישט קיין בית המקדש, וואס קען מען טון יעצט פאר א כפרה? זאגט רבא, "כל העוסק בתורה, אינו צריך לא עולה ולא חטאת ולא מנחה ולא אשם." (מנחות קי.) יעצט אז די בית המקדש איז חרוב געווארן קען מען באקומען א כפרה דורך לערנען די הייליגע תורה. יעצט אז מיר האבן ב"ה געענדיגט ט' באב, לאמיר אביסל מתבונן זיין אויף דעם ענין פון לימוד התורה אנשטאט קרבנות.

דער מהר"ל זי"ע איז מסביר דעם ענין אזוי: "וכאשר עוסק בתורת חטאת יש לו אותו התקרבות עצמו אשר היה קונה על ידי קרבן החטאת ולכך העוסק בתורת חטאת כאלו הקריב חטאת." ד"ה, אן עבירה איז מרחק א איד פונעם אייבערשטן. אבער דורך עוסק זיין אין תורה באקומט מען דעם זעלבן התקרבות וואס דער קרבן האט אמאל אויפגעטון. (תפארת ישראל עמוד ריט - פרק ע).

יעצט אז מען זעט דעם כח פון לימוד התורה פון די ווערטער פון דעם מהר"ל, דארפן מיר עס נעמען אין הארץ אריין און משתדל זיין למעשה צו מרבה זיין אין לימוד התורה. דורך דעם וועלן מיר אלע זוכה זיין אי"ה צו "ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים."

גוט שבת אלע אידן.