עונג שבת פרשת וארא תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

המשך פון פאריגע וואך... צום סוף, האבן די בחורים חרטה געהאט וועגן נישט העלפן דעם בעל עגלה. און זיי האבן זיך מיישב געווען אז זיי דארפן ארויסגיין אין די קעלט כדי אים ארויסצוהעלפן.

זיי זענען געגאנגען אויפן וועג פון וואו זיי האבן געמיינט אז דער בעל עגלה איז געקומען. אבער, דער איד מיט זיין פערד און וואגן זענען פשוט נעלם געווארן! זיי זענען געגאנגען אין די קעלט אויפ'ן וועג עטליכע 20 מינוט ווען זיי האבן פּלוצלונג געהערט וויינען.

ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו די קולות האבן זיי געזען ווי דער בעל עגלה וויינט און זיצט לעבן זיין געשטארבענער פערד אויפן זייט פונעם וועג. יחזקאל און די אנדערע בחורים זענען געווארן צעבראכן ווען זיי האבן געזען וואס איז געשען. זיי האבן פּרובירט צו איבערבעטן דעם בעל עגלה און נאכדעם זענען זיי צוריקגעגאנגען צו דער ישיבה, פיל מיט בושה און חרטה. בערך א האלבע יאר שפּעטער, ווען דער 15 יאר אלט יחזקאל (איינער פון די בחורים) האט געלערנט ביי די גמרא, איז געקומען צו אים יצחק דער שיכור. איך מעג רעדן א ווארט מיט דיר? האט יצחק געפרעגט. יא, וואס איז? האט יחזקאל געענטפערט.

יחזקאל, איך האב געוואלט בעטן א טובה פון דיר. היינט נאכט גיי איך פארלאזן די וועלט. איך האב געוואלט אז דו זאלסט זיין מיט מיר אין מיין שטוב בשעת מיין פטירה.

זיי נישט נעראיש! האט יחזקאל געזאגט מיט א ערשטוינקייט. דו האסט געהאט צו פיעל צו טרינקען!

יצחק האט אריינגעקוקט אין יחזקאל'ס אויגן און ער האט געזאגט שטילעהייט, יחזקאל, דאס איז נישט קיין וויטץ. איך דארף דיך אין מיין שטוב היינט נאכט, ווייל היינט איז מיין לעצטע נאכט אויף די וועלט. יחזקאל האט געקוקט אין יצחק דער שיכור'ס אויגן. יצחק האט אויסגעקוקט ערנסט. איך בין מסכים, האט יחזקאל געזאגט, איך גיי קומען... נאר זאגט מיר ביטע וואו זאל איך גיין און ווען זאל איך קומען? האלב נאך עלף, האט יצחק געזאגט, און נאכדעם האט ער מסביר געווען פאר יחזקאל דעם וועג צו זיין הויז.

די נאכט, איז יחזקאל געגאנגען צו יצחק'ס הויז. יצחק האט געוואוינט אין א אלטע שמוציגע הויז. יחזקאל איז ארויפגעגאנגען עטליכע טרעפן און ער איז אריינגעגאנגען צו יצחק'ס שטוב. אין זיין קליינע שטוב האט ער נאר געהאט איין בענקל, א טיש און א לעכט. יצחק האט שוין נישט אויסגעקוקט ווי יצחק דער שיכור.

יחזקאל האט געזען אז יצחק ליגט שוין אויף זיין בעט. יישר כחך פארן קומען, האט יצחק געזאגט. זעץ זיך אראפּ. יחזקאל האט געציטערט פון פחד. ער האט געזען אז עס איז טאקע נישט קיין וויטץ.

יחזקאל, אין א פאר מינוט גיי איך פארלאזן די וועלט, און איך וויל בעטן א טובה פון דיר. יא זיכער, ר' יצחק. האט דער דערשראקענער בחור יחזקאל געענטפערט. יעצט האט יחזקאל אים שוין גערופן ר' יצחק. איך האב געוואלט... האט ר' יצחק אנגעהויבן צו זאגן, צו ווערן באגראבן לעבן דעם צדיק אין די אלטע בית החיים.

אבער, האט יחזקאל אריינגעהאקט, יעדער איינער ווייסט אז עס איז נישט דא קיין איין פּלאץ אין די אלטע בית החיים. מיר נוצן שוין לאנג די נייע בית החיים. אויסערדעם, איר דארפט זיין אביסל מער מודה על האמת ר' יצחק, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט געלאזט דיך באגראבן ווערן דארט לעבן דעם צדיק, ווייל איר ווייסט וועלכע נאמען איר האט אין שטעטל. האט יחזקאל געזאגט מיט גרויס דרך ארץ.

זארג נישט, בחור'ל האט ר' יצחק געזאגט, ס'וועט זיין א פּלאץ פאר מיך. נישט נאר דאס, אבער איך מיין אז די זאכן, האט ער געזאגט האלטענדיג עטליכע פּאפּירען אין זיין הענט, וועלן מיך העלפן צו קענען באגראבן ווערן דארט לעבן דעם צדיק. ברענג די פּאפּירען צו דעם רב פון שטעטל. האט ר' יצחק געזאגט פאר יחזקאל, איבערגעבענדיק א קערבל פיל מיט פּאפּירען.

ליגענדיק אויף די פּאפּירען האט יחזקאל געזען א הערליכע פאר תפילין און א שיינע טלית. יחזקאל איז געווארן איבעראשט, ווייל יעדער איינער איז געווען צוגעוואוינט צו זען יצחק אנגעטון מיט אן אלטע צוריסענע טלית. עס איז געווען קלאר צו יחזקאל, אז יצחק דער שיכור איז נישט געווען קיין פּשוטער איד. דאן האט יחזקאל צוגעזאגט פאר יצחק אז ער וועט אים פאלגן, ד"ה ער וועט אלעס טראגען צו דעם רב פון שטעטל און אים בעטן וועגן דעם בית החיים וכו'. דאן האט ר' יצחק געזאגט שטילעהייט שמע ישראל וגו' און נאכדעם האט ער צוגעמאכט די אויגן פאר די לעצטע מאל.

האלטענדיג די פּאפּירען פעסט אין זיין הענט, איז יחזקאל ארויסגעלאפן פון דעם שטוב און איז ארויסגעגאנגען אויפן גאס. (ער האט געדארפט פארלאזן דעם נפטר אליינס, ווייל טאמער נישט, וועט קיינער נישט וויסן אז ער איז דארט.) ווען יחזקאל איז ארויסגעגאנגען אויפן גאס האט ער אנגעהויבן צו שרייען א צדיק איז נפטר געווארן! א צדיק איז נפטר געווארן! ער איז געלאפן שנעל צו דעם רב און ער האט אים אלעס דערציילט. דער רב האט גלייך דורכגעקוקט די פּאפּירען און ער האט געזען אז זיי זענען קבלה זאכן. דער רב איז געווארן ערשטוינט. דער מענטש וואס דער גאנצער עולם האט געלאכט פון אים און גערופן א שיכור, איז געווען א באהאלטענער צדיק, אפשר איינער פון די ל"ו צדיקים וואס לעבן אין יעדען דור!

דער רב האט גערופן די חברה קדישה. זיי האבן צוגעהערט דעם רב וועגן יצחק'ס בקשה און זיי האבן אנגעקוקט דעם רב מיט אן ערשטוינקייט. זיי האבן אים געזאגט אז עס איז נישט געווען קיין פּלאץ אין די אלטע בית החיים שוין מער ווי 30 יאר! לאמיר כאטש זען אויב ס'איז דא אפשר פּלאץ... האט דער רב געהייסן.

יחזקאל מיט די חברה קדישה זענען געגאנגען צו דער בית החיים דעם נעקסטען טאג אינדערפרי. צו זייערע איבעראשקייט, האבן זיי טאקע געטראפן א ליידיגע פּלאץ אין די בית החיים לעבן דעם צדיק, פונקט אזוי ווי ר' יצחק האט געזאגט.

ביז מיטאג, איז די מעשה פון דעם באהאלטענער צדיק מפורסם געווארן אין שטעטל. און דערפאר, איז צוזאמענגעקומען א ריזיגע עולם פון שטאטסלייט צו די לוויה פון ר' יצחק. בשעת זיי האבן געטראגן דעם ארון פון דעם הלווית המת שול צו דער בית החיים, האט יעדער איינער איבערגעבעטן ר' יצחק, פאר אלעס וואס זיי האבן אים באליידיגט דורך די יארן...

ר' שלום שוואדרון ז"ל האט דערציילט די מעשה וואס ער האט געהערט פון יחזקאל אליינס. יחזקאל איז געווארן א גרויסער תלמיד חכם. ער איז געווען א תלמיד פון ר' לייב חסמאן ז"ל. שפּעטער, איז יחזקאל געגאנגען וואוינען אין ארץ ישראל, וואו ער איז געווען א מלמד אין די חיי עולם ישיבה אין ירושלים. נאך שפּעטער האט ער געעפענט א ישיבה אין חיפה, וואו ער האט געוואוינט ביז סוף ימיו. ר' יחזקאל האט אסאך געליטן פון יסורים אין זיין לעבן, און ער האט נעבאך פארלוירן איין פוס. די דאקטוירים האבן מורא געהאט אז ער וועט פארלירען דעם אנדערען פוס. וועגן דעם, האט ער זיך מיישב געווען אז ער וויל מפרסם זיין די אויבערדערמאנטע מעשה, כדי עס זאל זיין א זכות פאר אים.

ער האט דערציילט די מעשה פאר די ערשטע מאל ווען ער האט עס געגראמט ביי זיין זונס שבע ברכות. ב"ה אז ער האט נישט פארלוירן זיין צווייטן פוס, אפילו ר' יצחק דער שיכור האט אים אזוי געשאלטן אין אנהייב פון דער מעשה, ווען יחזקאל און די אנדערע בחורים האבן נישט געוואלט העלפן דעם בעל עגלה. (יש אומרים ששם הבעל מעשה היה "חייקל")

מיר קענען ארויסלערנען אסאך וויכטיגע נקודות פון די מורא'דיגע מעשה. אבער, עס איז דא איין ענין פון דער מעשה וואס איז אן ענין וואס דארף אייביג חיזוק. די ענין איז די מצוה פון ליב האבן יענעם. מען זעט די ענין אין די מעשה ווי די בחורים האבן נישט געהאלפן דעם בעל עגלה, ווייל זיי האבן מורא געהאט וועגן ביטול תורה. זאגן חז"ל: "אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש במעשיו... פשפש ולא מצא יתלה בבטול תורה וכו'." (ברכות ה.) איינער פון די חסידישע רביס האט געטייטשט די חז"ל צו מיינען אז יסורים קומען צו א איד ל"ע ווייל ער האט נישט מבטל געווען לימוד תורה, ווען ער האט געדארפט העלפן א צווייטן. אוודאי אוודאי קען מען נישט אליינס פסקנען ווען עס קומט צו א שאלה אויב מען זאל מבטל זיין תורה צו העלפן א צווייטן. נאר, מען זאל פרעגן א מורה הוראה וואס צו טון. אבער, עס ליגט אין דעם ווארט א טיפע ענין. ד"ה, יענעמס צער דארף זיין די אייגענע צער.

מען זעט זעם ענין אין די וואכעדיגע סדרה. עס שטייט אין פסוק: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל וכו' זאגט דער חתם סופר זי"ע, אז ווען דער פסוק זאגט וגם מיינט עס אז נישט נאר דער אייבערשטער האט געהערט די געשריי פון די בני ישראל, נאר די בני ישראל האבן אליינס געהערט די געשריי פון זייערע חברים. אפילו אלע פון די בני ישראל זענען געווען קנעכט פון פרעה, און זיי האבן געליטן דערפון, האבן זיי נישט פארגעסן אינזין צו האבן א צווייטען.

דורך געדענקען די פלאדיגע מעשה מיט דעם הייליגען ווארט פונעם חתם סופר זצ"ל, קענען מיר אלע זיך מעורר ווערן צו זוכן נאר ווי אזוי צו קענען העלפן אידן, בפרט ווען יענער איד געפינט זיך אין אן עת צרה.

גוט שבת אלע אידן