עונג שבת פרשת האזינו שבת תשובה תש"ע
עונג שבת פרשת האזינו שבת תשובה תש"ע
גוט שבת אלע אידן.
המשך פון ראש השנה... "ווען איך בין געווען 13 יאר אלט, זענען מיינע עלטערן געקומען וואוינען אין ווילנע. מיר זענען גליקלעך געווען צו וואוינען לעבן דעם גאון, זי"ע. יעדן טאג ווען דער ווילנער גאון פלעג לערנען, איז עס געווען אזוי ווי מוזיק פאר אונזער אויערן.
איין נאכט, ווען מיין טאטע איז אהיימגעקומען פון א שווערן טאג ארבעט איין זיין געשעפט, האט מיין טאטע געהערט דער גאון זאגן, "מניחין חיי עולם ועוסקים בחיי שעה" - זיי לאזן אפ דעם נצחיותדיגן לעבן, ד"ה עולם הבא, דורך נישט עוסק זיין אין רוחניות און זיי זענען פארנומען מיט עולם הזה. (שבת י.) דער גאון האט דעם חז"ל געזאגט עטליכע מאל. די שטארקייט מיט וואס דער גאון האט געזאגט די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל האט געמאכט אזא מוראדיגן רושם אויף מיין טאטן, אז דעם נעקסטען טאג האט ער געזאגט פאר מיין מאמע אז ער מוז פארלאזן זיין געשעפט און גיין נאר לערנען די הייליגע תורה! און אזוי האט מיין טאטע טאקע געטאן.
ער האט זיך פארשפארט אין א שטוב וואו ער האט געלערנט תורה, און קיינער איז נישט דערלויבט געווען אים צו שטערן. ער האט געהאלטן אז ער איז עוסק געווען אין דעם ציל פון זיין לעבן. דורך דעם האט מיין טאטע געלאזט מיין מאמע נעמען אחריות פאר געבן צו עסן פאר די ניין קינדער. זי האט נישט געקענט פארוואלטן (מאנאדגשען) מיין טאטענס געשעפט, וועגן דעם האבן מיר געדארפט עס פארקויפן. ווען דאס געלט איז אויסגענוצט געווארן, האט זי געדארפט זוכן אנדערע וועגן צו מפרנס זיין די משפחה. די איינציגסטע וועג ווי זי האט דעמאלט געקענט מפרנס זיין די משפחה איז געווען דורך פארקויפן ברויט און פוצן אנדערע מענטשנס הייזער. כאטש עס איז געווען א מוראדיגע בושה פאר איר, האט זי געטאן עס כדי מיין טאטע זאל קענען לערנען טאג און נאכט.
איין טאג, האט מיין מאמע צוזאמענגערופן די גאנצע משפחה ארום איר, און זי האט געזאגט, 'מיינע טייערע קינדער, איך קען מער נישט געבן צו עסן פאר אייך אלע צוויי מאל א טאג, איר דארף מסתפק זיין מיט איין סעודה א טאג, דעם מיטאג, (די נאכמיטאג סעודה - ד"ה לאנטש.) מיר האבן נישט געקענט אויסהאלטן. דאס הונגער איז געווען שטארק. די ביסל וואס מיין מאמא האט יא אהיימגעברענגט האט זי געדארפט צעטיילן צווישן 11. איך האב געטראכט אז אויב איך גיי נישט נעמען מיין פארציע, וועט עס זיין אביסל מער עסן פאר מיינע ברידער און שוועסטערס. וועגן דעם האב איך אויסגעטראכט א מעשה און עס דערציילט פאר מיין מאמע אז אין מיין חדר האט מען אנגעהויבן צו געבן מיטאג פאר אלע יונגלעך.
פאר צוויי יאר האב איך דערציילט די ליגענט יעדעס מאל ווען מיין מאמע האט מיך געפרעגט אויב איך האב געגעסן מיטאג דעם טאג. באמת האב איך נאר געגעסן די שיירים וואס די אנדערע קינדער האבן איבערגעלאזט. איך בעט יעצט מחילה פונעם אייבערשטן ווייל איך האב געזאגט ליגענט פאר מיין מאמע דורך די צוויי יארן."
דער יינגערמאן האט געענדיגט זיין רייד און די אנדערע האבן אים אנגעקוקט מיט גרויס יראת הכבוד. זיי האבן נישט געוואוסט פון דעם יונגן תלמידס גדלות. וועגן דעם זענען זיי געווען איבערגענומען מיט גרויס התרגשות ווען ער האט געענדיגט רעדן.
ר' ישראל האט געקוקט אויבן און ער האט געזאגט, "גאט אין הימל, אין די ערשטע סליחות פאר ראש השנה זאגן מיר 'פנה נא על התלאות ואל לחטאות' מיר בעטן פון דיר אז דו זאלסט קוקן אויף די שוועריגקייטן וואס מען האט דורכגעלעבט די פארגאנגענע יאר און נישט קוקן אויף אונזערע חטאים. מיר בעטן אז די שוועריגקייטן אליינס זאלן מכפר זיין אויף אונזערע זינד. יעצט בעט איך דיר רבונו של עולם, קוק אויף אונזער זינד! קוק אויף וואס דער יינגערמאן רופט א זינד. די זענען די חטאים פון דיינע קינדער! אין זיין זכות זאלסטו כביכול רחמנות האבן אויף אונז אלע!"
ר' ישראל האט קוים געענדיגט זיינע ווערטער ווען דאס רעגן האט זיך געענדיגט. א שטיק צייט שפעטער האבן די וואלקענעס געעפענט אביסל און שטראלן פון דעם זון האבן דורכגעשיינט אויפן ים. דאן צוביסלעך האט דאס ווינט אוועקגעבלאזן אלע וואלקענעס און דער ים איז געווארן רוהיג. די גרופע אידן אויף די שיף איז געווארן בארוהיגט פאר דעם ערשטן מאל אין עטליכע טעג. ר' ישראל האט געהייסן אז דער עולם זאל זאגן צוזאמען קאפיטל ק' "מזמור לתודה" צו באדאנקן דעם אייבערשטן פאר די נס האט ער האט געטאן פאר זיי. דער קאפיטאן אן אלע מאטראזן (סעילארס) וואס אלע פון זיי זענען געווען גוים, זענען געשטאנען מיט גרויס כבוד קוקן אויף דעם רב מיט זיין הייליגן פאלק. עס איז געווען אן אמתן קידוש ה'. פון דעמאלט ביז זיי זענען אנגעקומען קיין א"י עטליכע וואכן שפעטער, איז די נסיעה געגאנגען גלייך, אן קיין שווערן וועטער.
ווען דער סאטמאר רב זצ"ל האט געהערט די מעשה האט ער געזאגט "דאס איז וואס משה רבינו האט געטאן." די ירושלמי דערציילט אז ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ע"ה אז וידוי אין יום כיפור וועט מכפר זיין אויף די זינד פון כלל ישראל, האט משה געענפערט מיט זאגן קפיטל ק', צוליב דעם הכרת הטוב וואס ער האט געהאט אז דער אייבערשטער וועט זיי מוחל זיין. (שבועות ו:) וידוי איז א חלק פון טון תשובה. לויט דעם של"ה הקדוש, מיינט וידוי: "לפני ה' ישפוך שיחו, ויפרט חטאיו בהכנעה באימה וביראה ברתת וזיע וכו' לבקש מחילה וסליחה וכפרה ממלך מוחל וסולח ברוך הוא." (מסכת יומא – הלכות תשובה יז) ד"ה וידוי דארף מען טון מיט אן ערנסטקייט. זאגט דער של"ה ווייטער "וזהו פירוש מה שאומרים בנוסח על חטא, על חטא שחטאנו לפניך בוידוי פה, רוצה לומר שהוידוי לא היה אלא בפה ולא בלב." ד"ה וידוי דארף מען טאן מיט דעם הארץ, אין זין האבן וואס מען זאגט. יעצט אין די טעג פאר יום הקדוש, קענען מיר אלע זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה דורך טאן תשובה מיט דעם גאנצן הארץ.
גוט שבת אלע אידן.