עונג שבת פרשת בהעלותך תשס"ט
עונג שבת פרשת בהעלותך תשס"ט
גוט שבת אלע אידן
אין די וואכעדיגע סדרה באפעלט דער אייבערשטער פאר אהרן הכהן אנצוצינדען די מנורה אין דעם משכן. די הייליגע תורה ניצט די אינטערעסאנטע לשון פון בהעלותך. לכאורה האט די תורה געקענט ניצן דאס ווארט בהדלקתך. פארוואס האט די תורה געניצט בהעלותך? איז רש"י מסביר אז דער שורש פון דעם ווארט בהעלותך איז פון עלה – ארויפגיין, זאגט רש"י בהעלותך איז א לשון פון ארויפגיין אז ער דארף אנצינדן ביז דער פלאם וועט ארויפגיין פון זיך אליינס.
דאס ווארט בהעלותך איז אפשר מרמז אויף א טיפערער ענין וואס איז נוגע אין אונזער טאג-טעגליכע לעבן. שלמה המלך ע"ה זאגט נר ה' נשמת אדם וכו' (משלי כ, כז) ד"ה, די נשמה ווערט אנגערופן א נר - א לעכט. אויב אזוי, קען מען אפשר טייטשן דעם פסוק אזוי: ...בהעלותך את הנרות וכו' מיינט אז ווען מען צינד אן די נשמה, איז נישט גענוג סתם אנצוצינדען, נאר מ'דארף מאכן זיכער אז די נשמה זאל ברענען פון זיך אליינס.
סטיוו מיללער (נישט זיין עכטע נאמען) איז געווען א פרייער איד וואס איז אויפגעוואקסן אין דעם סטעיט מאסעטשוסעטס. זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט שיקן זייער זוהן סטיוו צו לערנען אין פאבליק סקול. אבער ליידער די איינציגסטע פריוואטע סקול אין די געגענט איז געווען א קאטוילישע סקול. פאר די פרייע מיללער משפחה איז עס נישט געווען קיין נפקא מינה אז דער סקול איז געווען א קאטוילישע סקול, נאר אז עס זאל נישט זיין אין א פאבליק סקול.
סטיוו האט געלערנט אין די קאטוילישע סקול א גוטע פאר יארן. זיינע טיטשערס זענען געווען גלחים. סטיוו האט געוואוסט אז ער איז א איד, נאר, ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין חינוך צו וויסן וואס עס מיינט צו זיין א איד.
איין טאג, אין זיין לעצטע יאר אין סקול, ווען ער איז געווען בערך 17 יאר אלט, האט סטיוו געדארפט שרייבן פאר די סקול א לאנגע באשרייבונג אויף עפעס א באקאנטע מענטש אין די היסטאריע פון די וועלט. סטיוו איז געגאנגן זוכען א מענטש אויף וואס צו שרייבען. ער האט דורך געקוקט א סאך ביכער, אבער ער האט גאר נישט געטראפן עפעס אינטערעסאנט צו שרייבן. פלוצלינג האט ער געזעהן א ביכעל וועגן דעם רמב"ם. סטיוו האט קיינמאל נישט געהערט פון דעם רמב"ם. ער האט דורכגעקוקט דעם ביכל און ער איז מוראדיק נתפעל געווארן פון דעם רמב"ם. האט ער מחליט געווען צו באשרייבן דעם רמב"ם זי"ע. א שטיק צייט שפעטער האט ער געענדיגט דעם באשרייבונג און ער האט עס אריין געגעבן צו דעם גלח. דעם נעקסטען טאג, האט דער גלח אריין גערופן סטיוו צו רעדען מיט איהם. דער גלח האט איהם געפרעגט: איך זעה אז דו האסט געמאכט דיין באשרייבונג אויפן רמב"ם. פארוואס האסטו אויסגעוועלט דעם רמב"ם?'
איך ווייס נישט, האט סטיוו אנגעהויבען צו זאגן. אבער, עס קען זיין ווייל איך בין א איד. דער גלח איז געווען איבעראשט. דו ביסט א איד? איך האב קיינמאל נישט געוואוסט! פארוואס ביסטו געקומען לערנען דא אין א קאטוילישע סקול אויב דו ביסט א איד? האט דער גלח געפרעגט.
סטיוו האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, דערפאר האט ער גאר נישט געזאגט פארן גלח. אבער, ער האט געטראכט, אויב איך בין א איד, פארוואס טאקע בין איך געקומען לערנען דא אין א גוי'שע סקול? סטיוו האט זיך מתבונן געווען אויף די שאלה א פאר חדשים ביז ער האט געענדיגט סקול. זיינע עלטערן האבן געוואלט געבן סטיוו א מתנה ווייל ער האט געענדיגט סקול. זיין טאטע האט איהם געזאגט אז ער מעג אויסקלויבן א טיקעט צו פארען וואו ער וויל.
די עלטערן זענען געווען אביסל איבעראשט צו הערן אז סטיוו האט געוואלט פארען קיין ארץ ישראל. סטיוו האט געוואלט פארן קיין א"י ווייל די שאלה פון די גלח האט איהם געשטערט. אויב איך בין א איד, וואס טוה איך אויף די וועלט? האט סטיוו געטראכט. ער האט געוואוסט אז ארץ ישראל איז א באזונדערע פלאץ פאר אידן. פאר ער איז אוועק געפארן קיין א"י, איז סטיוו געגאנגען זיך געזעגענען פון דעם גלח. דער גלח האט סטיוו אנגעוואונטשן אלעס גוט און ער האט סטיוו געגעבן א קליינע שטיקל פאפיר מיט א טעלעפאן נאמבער. דער גלח האט געזאגט פאר סטיוו: ווען דו גייסט זיין אין ירושלים, רוף די נאמבער. סטיוו האט נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער ער האט גענומען די פאפיר.
א שטיק צייט שפעטער איז סטיוו אנגעקומען קיין א"י. ער האט גלייך געשפירט א התעוררות ווען ער איז אראפגעגאנגען פונעם עראפלאן. באלד דערנאך, איז ער געפארען קיין ירושלים עיר הקודש. די התעוררות איז געווען נאך גרעסער אין די הייליגע שטאט, בפרט ביים כותל. נאך א פאר טעג אין ירושלים האט סטיוו גערופען דער נאמבער וואס דער גלח האט איהם געגעבן.
די נאמבער האט געקלינגען ביי א ישיבה פאר בעלי תשובות. סטיוו האט נישט געוויסט אפילו וואס א ישיבה איז! דער מענטש אויפן טעלעפאן האט איינגעלאדענט סטיוו צו קומען באזוכן די ישיבה. סטיוו איז געווען נייגעריג, דערפאר האט ער מסכים געווען צו קומען באזוכן אין די ישיבה.
די רבנים אין די ישיבה האבן גערעדט אביסל מיט סטיוו. סטיוו האט דערציילט ווי איבערגענומען ער איז געווען צו זיין אין ארץ ישראל. די רבנים האבן געלייגט סטיוו אין א שיעור פאר מתחילים. סטיוו האט קיינמאל נישט געלערנט קיין תורה. אבער, צוביסלעך איז ער געווען מער און מער איבערגענומען פון די הייליגע שיעורי תורה וועלכע ער האט געהערט אין ישיבה. באלד דערנאך האט ער אנגערופן זיין טאטע צו דערציילן אז ער גייט בלייבן אין א"י כדי צו לערנען אין ישיבה.
סטיוו איז געבליבן עטליכע חדשים אין ישיבה וואו ער האט אויף זיך מקבל געווען שמירת שבת, תפילין, ציצית, און כשרות, וכו'. ווען סטיוו איז שוין געווען א געהעריגער בעל תשובה, איז ער אהיים געפארן צו זיינע עלטערן. אינדערהיים, איז ער געגאנגען באזוכען דעם גלח. ער האט געוואלט וויסן פארוואס דער גלח האט איהם געשיקט צו די ישיבה.
דער גלח האט איהם דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה. ווען דער גלח האט געלערנט אין מאנאסטיר, האט ער געדארפט פארן ארום דער וועלט צו זעהן אלע פלעצער פון יעדע רעליגיע. ווען ער איז געווען אין ירושלים, ער איז איין טאג געגאנגען אויפן גאס ווען א רב האט איהם אפגעשטעלט. דער רב האט געמיינט אז דער יונגער גלח סטודענט איז געווען א פרייער איד פון אמעריקע, ווייל דער גלח האט אויסגעקוקט ווי אן אמעריקאנער.
דער רב האט איינגעלאנדענט דעם יונגען גלח סטודענט צו קומען לערנען אין ישיבה. דער גלח האט מסכים געווען און ער האט אנגעהויבן צו לערנען אין יענע בעל תשובה ישיבה. דער גלח איז געווארן איבערגענומען פון די אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט געלערנט אין ישיבה. אבער, נאך צוויי וואכן האט ער מחליט געווען צו פארלאזן די ישיבה, ווייל ער האט נישט גוט געפילט אז זיי האבן געמיינט אז ער איז א איד. דער גלח האט אבער געשפירט א הכרת הטוב פאר די ישיבה. דערפאר, האט ער געוואלט צוריקבאצאלן פאר די צוויי וואכן וואס ער האט געלערנט דארט. דער גלח האט נאר געהאט די געלעגענהייט צו צוריקבאצאלן אסאך יארן שפעטער ווען ער איז געוואויר געווארען אז סטיוו איז א איד! יש הרבה שלוחים למקום! לאמיר געדענקן די מעשה און אייביג פרובירן צו שטייגן העכער.
גוט שבת אלע אידן.