עונג שבת חג השבועות תש"ע

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט יום טוב אלע אידן.

זאגט די הייליגע משנה א געוואלדיגע זאך: ממזר תלמיד חכם קודם לכהן גדול עם הארץ. (הוריות ג, ח) ד"ה א תלמיד חכם וואס האט נישט קיין גוטע יחוס האט א זכות קדימה, א פאררעכט קודם א כהן גדול - א גרויסער יחסן. עס מיינט צו זאגן אז לגבי געוויסע הלכות איז דער אייבערשטער מער מחשיב א תלמיד חכם ווי אלע אנדערע מענטשן. פון דא זעט מען וויפיל מען מוז מכבד זיין א תלמוד תורה.

דער הייליגער מאור עינים זי"ע ברענגט אז ווען מען מאכט א שחיינו אים יום טוב ווייזט מען אויף די בחינה אז די השפעות פון יענעם יום טוב זענען נתחדש יעדעס יאר אין יענעם יום טוב. אויב אזוי מוז מען אין זין האבן ביים שחיינו אז מען וויל מקבל זיין די תורה די יאר. ווי אזוי איז מען מקבל זיין די תורה? מען איז קובע עתים בתורה. אויב מען שטעלט אוועק צייט יעדן טאג צו לערנען, ווייזט מען אז מען וויל מקבל זיין די תורה. די פאלגענדע מעשה ווייזט אויף א מוראדיגע אויפן דעם חשיבות פון לימוד התורה.

איינער פון די רייכסטער אידן אין די אידישע היסטאריע איז געווען ר' משה חיים מאנטעפיורי ע"ה (תקפ"ד – תרפ"ה). הער מאנטעפיורי איז געווען א גרויסער עסקן און א בעל צדקה. ער האט געגרינדעט אסאך מוסדות התורה וועלכע שטייען נאך עד היום הזה. אלץ אינגערמאן, האט ער געמאכט אסאך געלט, און איז שוין געווען אויסגעשיידט ביי די 40 יאר. די קומענדיגע 60 יאר האט ער עוסק געווען אין אידישע צוועקן ארום דעם וועלט. אמאל, האט הער מאנטעפיורי געדונגען א מלמד מיטן נאמען ר' יצחק פון פולין צו לערנען מיט אים אין ענגלאנד, וואו ער האט געוואוינט. פארשטייט זיך, אז הער מאנטעפיורי האט געשיקט זיין פריוואטע פערד און וואגן מיט זיין משרת אים אפצונעמען פון די שיף.

ר' יצחק איז געווארן זייער איבעראשט ווען ער האט געזען די טייערע פערד און וואגן פונעם גרויסען גביר מאנטעפיורי. ווייל דער איד ר' יצחק איז געווען א פשוט'ער איד וואס האט געוואוינט אין א קליינע הויז מיט צוויי שטיבער און זיין גרויסע משפחה. געווען איז ער א תלמיד חכם אבער ער האט קיינמאל נישט געהאט שייכות מיט קיין גבירים. ביים אריין גיין אין דעם וואגן האט ער געשפירט נאך מער אומבאקוועם, ווייל דער וואגן האט געהאט בענקלעך געדעקט מיט פלוש און אלעס איז געווען געדעקט מיט גאלד און זילבער.

נאך א קורצע נסיעה, איז דער וואגן אנגעקומען צו א גרויסע פלאץ פול מיט פעלדער און פרוכט ביימער מיט א שיינע ריזיגע גארטן. האט דער מלמד ר' יצחק געפרעגט הער מאנטעפיורי'ס משרת וועמען'ס גערטנער זענען דאס. דער משרת האט געענפערט ר' יצחק: אלעס באלאנגט צו מיין הער ר' משה מאנטעפיורי ר' יצחק דער פשוט'ער פולישער מלמד איז געווארן נאך מער אומבאקוועם. ער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן אז אלעס קען געהערן צו איין מענטש.

א פאר מינוט שפעטער זענען זיי אנגעקומען צו די גרויסע טירען פון מאנטעפיורי'ס פאלאץ. ר' יצחק האט געשפירט אז ער האלט ביים חלש'ן. בשעת די צוויי משרתים האבן געעפענט די גרויסע טירען, האט דער פשוט'ער מלמד מורא געהאט אז זיינע פיס וועלען איהם נישט האלטן! ר' יצחק איז אריינגעגאנגען מיט איינעם פון די משרתים אין דעם גרויסען זאל וואס איז געווען באצירט מיט אלע מיני טייערע זאכן. נאך דעם גרויסען זאל זענען זיי אדורך געגאנגן נאך דריי קלענערע זאלן, דער משרת האט געזאגט צו ר' יצחק אז זיי גייען באלד אריין גיין אין הער מאנטעפיורי'ס פריוואטע שטוב. ר' יצחק'ס קניען האבן זיך געווארפן פון ציטער. דער משרת האט פלוצלינג געעפענט די גרויסע האלצענע טירען. אינעווייניג, האט ר' יצחק געזעהן א איד וואס איז געזעצן ביי א ריזיגע טיש מיט צוויי גמרא'ס. ר' יצחק האט זיך געזעצט ביים טיש און געעפענט די גמרא. דער פולישער מלמד האט געדארפט אנהאלטן דעם טיש מיט זיין הענט, ווייל זיין גאנצע גוף האט זיך געשאקעלט.

באלד דערנאך האט ר' יצחק אנגעהויבן צו פארלערנען די גמרא: אמר רב הונא: חופה קונה מקל וחומר וכו' צוביסלעך איז ר' יצחק'ס קול געווארן שטערקער רש"י זאגט אזוי אבער תוספות זאגט אנדערש און דער מהרש"א זאגט אזא פשט אין תוספות, להלכה האלט דער רמב"ם אז די הלכה איז אזוי וכו' ער האט געלערנט מיט א ברען, מיט אזא קאך! די גאנצע צייט איז הער מאנטעפיורי געווען שטיל. ר' יצחק האט אפגעשטעלט דאס לערנען אויף א פאר סעקונדעס און ער האט געקוקט אויף הער מאנטעפיורי. דער גרויסע גביר האט אנגעהאלטן דעם טיש מיט א פעסטקייט ווייל זיין גאנצע גוף האט געציטערט! יעצט האט ר' יצחק זיך געפילט היימיש ווען דער גרויסע גביר הער מאנטעפיורי איז געווען אומרוהיג! (געהערט פון הרה"ג אפרים וואקסמאן שליט"א)

ר' משה חיים מאנטעפיורי ע"ה האט געלעבט בערך 101 יאר. די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן איז ער געווען אין זיין היים אין שטאט קענט אין זיין פריוואטע בית מדרש מיט צען תלמידי חכמים וואס זענען כסדר געווען גרייט צו לערנען מיט אים 24 שעה! מען זעהט פון דעם מעשה אז כאטש מאנטעפיורי האט געהאט אסאך געלט, אן תורה איז אלעס גאר נישט ווערט געווען פאר איהם. דערפאר, האט ער בסוף ימיו נאר געלערנט די הייליגער תורה. ער האט מקיים געווען די ווערטער פון דוד המלך ע"ה טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף (תהילים קיט, עב) הער מאנטעפיורי האט פארשטאנען אז תורה איז די בעסטע סחורה. אזוי ווי שלמה המלך האט געזאגט: כי טוב סחרה [של חכמה] מסחר כסף ומחרוץ תבואתה: (משלי ג, יד) ער האט גוט פארשטאנען די ווערטער פון די הייליגע משנה: בשעת פטירתו של אדם - ווען א מענטש איז נפטר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב ולא אבנים טובות ומרגליות זילבער און גאלד אין טייערע שטיינער און פערל באגלייטן אים נישט, אלא תורה ומעשים טובים בלבד - נאר זיין לימוד התורה און מעשים טובים באגלייטן אים אויף יענע וועלט. (אבות ו, ט) וויבאלד אז מיר גרייטן זיך יעצט מקבל צו זיין די הייליגע תורה אין דעם הייליגען יום טוב שבועות איז לאמיר א ביסל זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון די חשיבות פון לימוד התורה.

מען דארף זיך מתבונן זיין אין די מאמר חז"ל וואס מען זאגט יעדן טאג אינדערפרי: אלו דברים שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא, אלו הן:... ותלמוד תורה כנגד כולם (שבת קכז.) דאס איז גאנץ פשוט, לימוד התורה איז די גרעסטע מצוה. יעצט מוז יעדער איינער באשליסן אז ער וויל מקבל זיין די תורה.

גוט יום טוב אלע אידן.