צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

דער מעשה איז דערציילט געווארן דורך רב יוסף חיים זונענפעלד זצ"ל. עס איז א מעשה וואס איז געשען אין פרעשבורג אין די צייטן פון דעם צדיק דעם כתב סופר זצ"ל בערך 145 יאר צוריק. עס איז געווען א חשובה פרוי אין פרעשבורג וואס האט געהייסן הדסה. די פרוי און איר מאן האבן געפירט א געשעפט וואס האט ב"ה זייער מצליח געווען. די פרוי איז געווען אן עסקנית, זי האט גענומען אויף זיך צו טרעפן אידן צו זאגן קדיש פאר מענטשן וואס האבן נעבאך נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, ל"ע. זי פלעג מנדב זיין אסאך געלט צום כתב סופר'ס ישיבה און מיט דעם געלט האט מען געדינגען בחורים צו זאגן קדיש לע"נ די נשמות.

ליידער איז די פרוי'ס מאן איין טאג פלוצלינג אוועק. פירען דעם געשעפט איז שוין געווארן א שווערן עסק פאר די פרוי, און זי האט שוין נישט געהאט אזוי סאך געלט ווי אמאל. זי איז אויך געבליבן ל"ע, מיט עטליכע יתומות חתונה צו מאכן. די זאך וואס האט אבער געארט די פרוי די מערסטע איז געווען דאס וואס זי האט נישט געהאט קיין געלט צו דינגען בחורים צו זאגן קדיש.

זי איז געגאנגען צום ראש ישיבה בעטן אז מען זאל ווייטער זאגן קדיש פאר די מענטשן, אפילו זי קען נישט יעצט באצאלן. זי האט געוויזן א שטארקען צובראכענקייט פארן ראש ישיבה, צוליב דעם וואס זי האט שוין נישט געקענט שטיצן די געוואלדיגע מצוה. די אמת'ע ווערטער פון דער פרוי האט געמאכט א שטארקע רושם אויפן ראש ישיבה און ער האט גלייך מסכים געווען אז די בחורים זאלן ווייטער זאגן קדיש, אן קיין גשמיות'דיגע באלוינונג. די פרוי איז געווארן בשמחה צו וויסן אז די ריזיגע חסד של אמת וועט ווייטער מקוים ווערן. אבער זי האט נאך אלס געהאט גרויסע דאגות וועגן אירע יתומות.

אויפן וועג אהיים האט זי געטראפן אן אלטען מענטש מיט א לאנגע ווייסע בארד גיין אויפן גאס. דער מענטש האט אויסגעזען ווי איינער וואס האט געקענט איר העלפן מיט איר שווערן מצב. זי האט אנגעהויבן צו דערציילן צו אים וועגן איר זיין אן אלמנה מיט יתומות אינדערהיים.

ער האט זי געפרעגט וויפיל געלט זי דארף צו קענען חתונה מאכן אלע קינדער. זי האט אויסגערעכענט א געוויסן סכום. מיט ערשטוינונג האט זי אנגעקוקט ווי דער איד נעמט ארויס א טשעק און שרייבט עס פארן גאנצן סכום. וויבאלד אז עס איז געווען א גרויסע סכום האט דער מענטש געזאגט אז עס וואלט געווען כדאי צו האבן צוויי עדים צו אינטערשרייבן אז זיי האבן געזען ווי ער שרייבט דעם טשעק. די פרוי האט געטראפן צוויי בחורים צו זיין עדים.

די נעקסטע טאג איז זי אריין צום באנק מיטן טשעק אין האנט. ווען דער מנהל פונעם באנק האט געזען דעם טשעק האט ער געחלשט! ווען דער מנהל פונעם באנק איז צוריקגעקומען צו זיך, האט ער איר געפרעגט מיט א שאקלדיגע קול, פון וואו האסטו דעם טשעק!?!

אן עלטערער חשובער מענטש האט מיר עס געגעבן נעכטן אויפן גאס. איך האב צוויי עדים, זיי האבן געזען ווי ער חתמ'ט אויף דעם טשעק. איר קענט זיי אליינס פרעגן! האט די פרוי געזאגט מיט א נערוועזקייט.

דו וואלטס געקענט דערקענען דעם מענטש טאמער איך וואלט דיך געוויזן א בילד פון אים? דאן האט ער געוויזן פאר איר א בילד, און זי האט אים געזאגט אז דאס איז טאקע דער מענטש.

דער מנהל פונעם באנק האט ארויסגעלאזט א טיפן קרעכטץ, דאן האט ער אנגעהויבן צו דערציילן אן אינטרעסאנטן מעשה: דער עלטערער איד וואס האט געשריבן דעם טשעק איז נישט וועניגער ווי מיין טאטע, ע"ה וואס איז אוועק צען יאר צוריק! ער איז געקומען צו מיר אין חלום נעכטן נאכט און ער האט מיך געזאגט, דו זאלסט וויסן אז זייט דו ביסט אראפ פון אידישן וועג, און אפגעלאזט די מסורת האבות, און זייט דו האסט אויפגעהערט צו זאגן קדיש פאר מיך, האט מיין נשמה נישט קיין מנוחה. דאס איז אלעס ביז איין פרוי האט ערלעדיגט צו זאגן קדיש פאר אלע נשמות וואס האבן נישט וועמען צו זאגן קדיש פאר זיי. די פרוי וועט אריינקומען צו דיין באנק מארגען און זי וועט אריינברענגען א טשעק וואס איך האב געהאט איר געגעבן צו קענען דעקן אירע טעכטער'ס חתונות. מיט דעם האט דער מנהל געענדיגט נאכזאגן זיין טאטע'ס ווערטער פונעם חלום.

ווען איך בין אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי, האט דער מנהל געזאגט, האב איך דערציילט דעם חלום פאר מיין פרוי אבער זי האט עס אוועקגעמאכט זאגענדיק אז עס איז שטותים. אבער ווען די פרוי איז טאקע אריינגעקומען היינט צום באנק, האב איך געוואוסט אז דער חלום איז אמת. רעדענדיק צו דער פרוי הדסה, האט דער מנהל פונעם באנק געזאגט, איך בין דיך זייער שטארק מכיר טוב פאר אלעס וואס דו טוסט פאר מיין טאטן. קום צוריק מארגען, און דעמאלט קען מען רעדן וועגן דעם געלט. (ווייל די טשעק איז געמאכט געווארן פון אן עכטע אקוינט פונעם נפטר וואס מען האט לכאורה ביז דעמאלט נישט געוואוסט דערפון)...

דער מנהל פונעם באנק האט זיך אונטערגענומען צו זאגן קדיש פאר זיין טאטן אין די יארצייט. דורך דעם האט ער צוביסלעך אנגעהויבן צו גיין דאווענען בקביעות אין די ישיבה. און ער איז געווארן אן עכטער בעל תשובה. זיין פרוי האט זיך מגייר געווען און איז געווארן אן עכטע צדיקת. מיט דעם האבן זיי געגעבן נחת צו דער נשמה פון זיין טאטען. רב יוסף חיים זונענפעלד זצ"ל פלעגט ענדיגען דערציילן דעם מעשה מיט פרעגן די צוהערערס, און ווער זענען געווען יענע בחורים [די עדים?]... ר' יהודה גרינוואלד, אב בית דין סאטמאר, און איך!

די עיקר פון דער פרשה די וואך איז די קרבנות. דער ציל פון א קרבן איז צו מקרב זיין א איד צום אייבערשטען, אזוי ווי עס איז מרומז אין דעם ווארט קרבן וואס האט אין זיך דאס ווארט קרוב - נאנט. דער מעשה ווייזט אויף א מורא'דיגע אופן ווי איין איד איז מקורב געווארן צום רבונו של עולם. דורך ליינען דעם מעשה קענען מיר אויך מתקרב זיין צום אייבערשטען, ווייל דער מעשה ווייזט ווי ווייט מיר דארפן גלייבן אין השגחה פרטית.

גוט שבת אלע אידן