צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

די פאלגענדע מעשה איז פארציילט געווארן דורך דעם משגיח פון בית מדרש גבוהה ר' נתן מאיר וואכטפאגל ז"ל, וואס האט עס געהערט פון דעם חפץ חיימ'ס גבאי. דער חפץ חיים זצ"ל איז באקאנט געווארן פאר זיין אויסטערלישע אהבת ישראל וואס ער האט געהאט פאר יעדען איד וואס ער האט געטראפן.

אמאל זענען דער חפץ חיים מיט זיין גבאי געפארן קיין ביאליסטאק צו צוזאמענקלייבן געלט פאר א געוויסע צוועק. איין טאג, ווען זיי זענען געווען אין ביאליסטאק האבן זיי געקלאפט אויף די טיר פון א פשוטען איד. די פרוי וואס האט געעפענט די טיר איז איבעראשט געווארן צו זען דעם הייליגן חפץ חיים. "איך מעג אפשר רעדן מיט דיין מאן?" האט דער חפץ חיים געבעטן.

איך האב שטארק געוואלט אז דער רבי וואלט געקענט רעדן מיט אים... אבער ער איז ליידער נישט געזונט... האט זי געזאגט, ער איז פּאראליזירט שוין עטליכע יארן... האט זי געענטפערט שטילעהייט. דאן, איז עס נאך מער וויכטיג אז איך זאל אים באזוכן, דאס איז די מצוה פון ביקור חולים! האט דער חפץ חיים געזאגט. די פרוי האט געוויזן פאר דעם חפץ חיים און זיין גבאי דעם שטוב פון איר מאן וואס איז געווען אויפן צווייטען שטאק פונעם הויז.

זיי האבן גלייך געזען ווי דער מענטש איז נעבאך געליגן אינגאנצען שטיל ווי א שטיין אין זיין בעט, ל"ע. דער איד איז איבעראשט געווארן צו זען אז אזא חשובער רב ווי דער חפץ חיים איז געקומען צו אים אינדערהיים! ער האט געעפענט זיין אויגן ווייט ווען ער האט געזען דעם ליכטיגקייט פון דעם שיין פון דעם חפץ חיימ'ס צורה.

א גוטען אווענד רבי, האט ער געמורמעלט אזוי ווי ער האט גערעדט מיט זיין לעצטע כוחות. דער רבי האט געטון א גרויסע חסד מיר צו קומען באזוכן. איך האב געוואלט אויפשטייען פארן רבי'ן, ביטע זייט מוחל אז איך קען נישט...

עס איז מיין גרעסטע כבוד דיר צו קענען באזוכן. האט דער ח"ח געענפערט מיט א ווארעמקייט. ביטע לאז מיך געבען מיין האנד צו דיר. האט דער ח"ח געזאגט איבערגעבענדיק זיין האנד פאר דעם צובראכענעם איד.

דער איד האט זיך געשעמט ווייל ער האט נישט געקענט אפילו רוקען זיין האנד. ער האט אראפּגעקוקט און געזאגט אז עס איז שוין געווען עטליכע יארן זייט ער האט געהאלטן אפילו א גלאס וואסער איז זיין הענט. דער ח"ח האט אים געזאגט אז ער זאל פּרובירן. געב מיר דיין האנד. האט דער ח"ח געזאגט.

דער איד האט זיך אנגעשטרענגט צו רוקן זיין האנד אבער ער האט נישט מצליח געווען. פּרוביר נאכאמאל. האט דער ח"ח געזאגט צו אים. דער איד האט נאכאמאל פּרובירט צו ריקן זיין האנד, ניצענדיק אלע כוחות.

הפלא ופלא! דער איד האט געקענט ריקען זיין האנד. דער ח"ח האט גענומען זיין האנט און ער האט עס געשאקעלט מיט א ווארעמקייט. דער גבאי האט אלעס אנגעקוקט מיט א ערשטוינקייט. פארשטייט זיך אז דער איד מיט זיין פרוי זענען געווארן מורא'דיג בשמחה.

ווי קען איך באדאנקען אייך, האט דער איד געזאגט מיט זיין פנים נאס פון טרערן פון התרגשות. איר האט געהיילט מיין האנד! דאן האט דער ח"ח געהייסן אז זיין גבאי זאל אים העלפן אויפזעצן דעם איד אין דעם בעט. דער ח"ח און זיין גבאי האבן טאקע אויפגעזעצט דעם איד אין בעט. אביסל נאכדעם האט דער ח"ח אפילו אויפגעשטעלט דעם איד אויף זיין פיס!

דער איד און זיין רביצן האבן שטארק באדאנקט דעם ח"ח, וואס האט פארלאזט דעם הויז מיט זיין גבאי א שטיק צייט שפּעטער. אפּאר טעג שפּעטער האט דער איד געקענט גייען אליינס, אן איינעם זאל אים העלפן. דער איד, מיט זיין רביצן און דער גבאי אויך, האבן געזען דעם אפענע נס וואס דער חפץ חיים האט געפועלט.

דער משגיח רב וואכטפאגל האט געהערט דעם מעשה פונעם ח"ח'ס גבאי וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. רב וואכטפאגל האט געקלערט אויב עס איז טאקע געווען א נס אדער אפשר האט דער ח"ח אפּגעלערנט פון די הייליגע חכמים וואס צו טון אין אזא מצב. אזוי ווי די גמרא פארציילט: רבי חייא בר אבא חלש, על לגביה רבי יוחנן. אמר ליה: חביבין עליך יסורין? אמר ליה: לא הן ולא שכרן. אמר ליה: הב לי ידך יהב ליה ידיה ואוקמיה. (ברכות ה:) - רבי חייא איז געווארן נישט געזונט. רבי יוחנן איז געקומען צו אים. רבי יוחנן האט געגעבן זיין האנד פאר רבי חייא און רבי חייא איז אויפגעשטאנען געזונטעהייט.

פאר מיר גיין פארציילן נאך אן אינטערעסאנטען מעשה וואס איז ענדליך צו דעם ערשטען מעשה, לאמיר אביסל רעדן פון עניינים פון דעם מעשה וואס האבן א שייכות צו דער פרשה. די מעשה ווייזט אויף די מוראדיגע כח פון צדיקים. די ענין איז אפשר מרומז אין די וואכעדיגע סדרה. דער אויבערשטער באפעלט די וואך אהרן הכהן אנצוצינדען די מנורה. רש"י הקדוש איז מסביר אז בהעלותך איז א לשון פון ארויפגיין, אז אהרן הכהן דארף אנצינדן דעם לעכט ביז דער פלאם וועט ארויפגיין פון זיך אליינס.

די הייליגע תורה איז אפשר מרמז אויף א טיפערער ענין. ד"ה וואס שלמה המלך ע"ה זאגט אז נר ד' נשמת אדם (משלי כ' כ"ז) ד"ה, די נשמה ווערט אנגערופן א נר - א לעכט. אויב אזוי, קען מען אפשר טייטשן דעם פסוק אזוי: בהעלותך את הנרות מיינט אז ווען מען צינד אן די נשמה מיט רוחניותדיגע פייער, איז נישט גענוג סתם אנצוצינדען מיט אביסל רוחניות, נאר מען דארף מאכן זיכער אז די נשמה ברענט מיט א הויכען פייער פון רוחניות. עס קומט אויס אז דער אויבערשטער כביכול באפעלט דעם צדיק אהרן הכהן אנצוצינדען די נשמות פון כלל ישראל.

וויבאלד אז די תורה איז נצחיות, קומט אפשר די הייליגע תורה אונז צו לערנען אז צדיקים אין יעדען דור מוזן אויפהייבן אידישע נשמות. יעצט לאמיר פארציילן א לעצטיגע מעשה וואס איז א פלאדיגע מעשה ממש. אין טבת-שבת תשס"ב איז דער הייליגער רבי שליט"א געפארן קיין א"י. איין טאג ווען די רבי שליט"א איז געווען אין טבריה ביים רמב"ם זצ"ל קבר'ס, איז געשען די מעשה. ווען דער רבי שליט"א איז געווען אויפן וועג ארויס פון דעם פּלאץ פונעם קבר, איז געקומען צום רבין א ספרדישער איד וואס האט געגעבן שלום צום רבין.

אביסל נאכדעם האט דער ספרדישער איד געזאגט צו איינעם פון די חסידים אז דער רבי איז א צדיק, דאן האט דער ספרדישער איד אנגעהויבן צו פארציילן וואס איז געשען דעמאלט ווען ער האט געגעבן שלום. דער ספרדי האט דערציילט אז ער איז א גבאי אין א שול אין טבריה, און ליידער איז עס שווער צוזאמענצושטעלן א מנין אין יענע שול ווייל דאס אידישקייט איז נישט אזוי שטארק אין שטאט טבריה. דער איד האט געזען דעם רבין שליט"א ביים רמב"ם זצ"ל קבר'ס, און עס האט אים איינגעפאלן צו בעטן א ברכה פונעם רבין שליט"א אז ער זאל האבן א מנין אין זיין שול ביז משיח וועט קומען. דערפאר איז דער איד צוגעגאנגען צום רבין שליט"א צו בעטן א ברכה. דער איד איז נעבאך געווען פאראליזירט אין דעם רעכטען האלב פון זיין קערפּער און ער האט געליטן פון שטארקע יסורים זייט זעקס חדשים פריער. צוליב דעם האט דער איד געגעבן זיין לינקע האנד צום רבין שליט"א. מען ווייסט אז דער רבי שליט"א נעמט נישט קיין לינקע האנד. וועגן דעם האט דער רבי שליט"א אנגעכאפּט דעם אידס רעכטע האנד, וואס דער איד האט שוין לאנג נישט געשפירט. דאן איז א מוראדיגע זאך געשען. דער איד פארציילט אז ווען דער רבי שליט"א האט גענומען זיין פּאראליזירט האנט, האט ער געשפּירט אזוי ווי א לעקטרישע זעצט אין זיין האנד, און דאן האט ער עס געקענט עס שפּירן נאכאמאל און די יסורים זענען אוועקגעגאנגען!

פון דא זעט מען דעם כח פון צדיקים אין יעדן דור אנצוצינדען די נרות, ד"ה די נשמות פון יעדן איד.

גוט שבת אלע אידן