עונג יום טוב שמיני עצרת תש"ע
עונג יום טוב שמיני עצרת תש"ע
גוט שבת גוט יום טוב אלע אידן.
"פרענק זילבער" (נישט זיין עכטע נאמען) איז געווען א פרייער איד וואס האט געהאט א יונגל. דער טאטע האט געוואלט אז דער יונגל זאל קענען א ביסל אידישקייט. דערפאר, האט דער טאטע געשיקט דעם יונגל צו לערנען אין חדר. איין טאג, ווען דער יונגל "משה" איז געווען בערך 9 יאר אלט, איז ער אהיים געקומען טראגענדיג א טלית קטן. ווען דער טאטע האט געזען די ציצית איז ער געווארן איבעראשט, ווייל ער איז געווען פריי. ער האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט אז זיין יונגל וועט ווערן אזוי פרום! דער טאטע האט געזאגט פאר זיין זון, אז ער מעג נישט אריין קומען אין דער היים אנגעטאן מיט ציצית, ה' ירחם!
דער יונגל איז געווארן זייער צומישט, ווייל זיין רבי האט אים מסביר געווען די גרויסקייט פון די מצוה פון ציצית און ער האט געקויפט פאר אים זיין ערשטע פאר ציצית. משה איז אהיים געקומען אזוי פריילעך מיט זיין נייע ציצית. אבער, זיין טאטע האט אים יעצט געהייסן אז ער זאל עס אויסטאן. מיט נאסע אויגן פול מיט טרערען האט ער אויסגעטאן זיין טלית קטן פאר ער איז אריין געקומען אין דער הויז.
דער נעקסטע טאג, האט משה געוויינט צו זיין רבי אין חדר און ער האט אים דערציילט די נעכטיגע פאסירונג. זיין רבי האט אים געזאגט אז ער זאל נאכאמאל אהיים גיין טראגענדיג זיין טלית קטן. יענעם טאג איז משה אהיים געקומען נאך אמאל מיט ציצית. ער האט געעפענט די טיר פון זיין הויז מיט גרויס פחד. זיין טאטע האט אים אנגעקוקט מיט א שטרענגע בליק. זיין טאטע האט געשאקעלט זיין קאפ און געזאגט: "אויב דו ווילסט טאן אזוי מעגסט דו טאן אזוי, ווייל עס אין דיין לעבן, און איך גיי דיך נישט שטערען".
משה האט ווייטער געלערנט אין חדר און נאך דעם אין ישיבה. דער זון משה איז ב"ה אויסגעוואקסן א תלמיד חכם. נאכדעם, האט משה חתונה געהאט און איז ער געפארן לערנען אין כולל אין ארץ ישראל. זיין טאטע איז אבער ליידער פארבליבן פריי.
משה פלעג שיקען פאר זיין טאטע תורה'ס אויף ענגליש יעדער וואך. איין וואך, האט זיין טאטע געליינט אז דער חפץ חיים האט געזאגט אז א איד זאל נישט אוועק גייען פון די וועלט פאר ער לערנט א בלאט גמרא. משה'ס טאטע איז געווארן איבעראשט. ער איז געווען אין די זעכציגער יארן און ער האט קיין מאל נישט געלערנט קיין גמרא. ער האט אפילו נישט געקענט די "אלף-בית."
דער טאטע האט אנגערופן זיין זון אין א"י, און ער האט אים געזאגט אז ער האט געליינט די ווערטער פון דעם חפץ חיים זי"ע, און ער האט געוואלט לערנען גמרא. משה האט זיך דערפרייט אז זיין טאטע אינטערעסירט זיך אין אידישקייט. אבער משה האט געוואוסט אז זיין טאטע איז געווען א "תינוק שנשבה" וואס האט קיין אידיש ווארט קיינמאל נישט געלערנט. דערפאר, האט משה געזאגט צו זיין טאטע: "כדאי אפשר צו אנהייבן מיט לערנען חומש." דער טאטע איז האט זיך אויפגערעגט אויף זיין זון, ווייל ער האט געוואלט טאן פונקט ווי די ווערטער פונעם חפץ חיים זי"ע. דערפאר האט ער שנעל אראפגעלייגט דעם טעלעפאן אינמיטן רעדן מיט זיין זון משה.
די נעקסטע טאג, איז דער טאטע מר. זילבער געגאנגען צו די שטאטישע ישיבה און ער האט געבעטן אז זיי זאל אים אריין לאזן אין ישיבה. דער מנהל האט נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן צו א איד אין די זעכציגער יארן וואס האט אפילו נישט געקענט די אלף בית!
פארשטייט זיך, אז דער מנהל האט געזאגט "ניין." אבער, מר. זילבער איז נישט געווען גרייט צו הערן דעם ווארט "ניין." ער האט זיך פארעקשנט אז די ישיבה זאל אים יא אריין לאזן. האט ער געזאגט פארן מנהל: "ס'איז נישט דא אזא זאך אז א איד מעג נישט לערנען קיין תורה. איך דארף קענען לערנען מיין דף גמרא."
און נאך אסאך מוטשענען האט דער מנהל אים געזאגט: "דו האלטס נאך ביים מדרגה פון חדר. גיי לערנען אין חדר."
אזוי האט טאקע מר. זילבער געטאן. ער איז געגאנגען אין חדר בעטן אז זיי זאלן אים אריין נעמען לערנען מיט די קינדער. ווען דער מנהל פון דעם חדר האט אויפגעהערט צו לאכן האט ער געזען אז מר. זילבער לאכט אבער נישט. דערנאך האט דער מנהל אויסגעהערט מר. זילבער'ס סיפור וועגן דעם חפץ חיים, וכו', אבער ער האט אים נאך אלץ נישט מסכים געווען אריין צו נעמען.
די משנה זאגט "ולא הביישן למד." (אבות ב ח) האט מר. זילבער געזאגט ער וועט נישט פארלאזן דער מנהל'ס אפיס ביז ער וועט אים אריין נעמען אין חדר. צום סוף, האט דער מנהל געזען ווי שטארק זיין תשוקה איז געווען צו לערנען די הייליקע תורה, האט ער מסכים געווען אים אריין צו נעמען, ווייל ער האט געטראכט אז מר. זילבער איז א "תינוק שנשבה," וועגן דעם קען ער לערנען מיט די "תינוקות של בית רבן." באלד דערנאך, האט מר. זילבער גענומען זיין פלאץ צווישן די קינדער. דער מנהל האט געזאגט פאר די עלטערן אז מר. זילבער איז געקומען פון די "דעפארטמענט אוו עדיוקאישען" צו קוקן אויפן סדר הלימוד.
צוביסלעך האט מר. זילבער געשטיגן. דריי יאר שפעטער האט ער געהאלטן ביים מסיים זיין, זיין ערשטע בלאט גמרא. פארשטייט זיך אז עס איז געווען א גרויסע שמחה פאר אים. ער האט גערופן אסאך רבנים צו זיין "סיום." הרה"ג ר' משה פיינשטיין זצ"ל וואס איז שוין געווען אלט און נישט געזונט, ל"ע, האט געהערט פון דעם סיום, ער איז געפארן 6 שעה אין אן עראפלאנען צו זיין ביים סיום.
די נאכט פון דעם סיום איז געווען א דערהויבענע נאכט מיט שמחה. אויך איז מר. זילבער'ס זוהן משה געקומען פון ארץ ישראל. אלע חשוב'ע רבנים האבן גערעדט, און מר. זילבער האט מסיים געווען זיין בלאט גמרא. יענע נאכט האט זיך מר. זילבער געלייגט שלאפן און צוגעמאכט זיין אויגן פארן לעצטע מאל. זיין לוויה איז געווען דעם נעקסטע טאג. ער האט מקיים געווען די ווערטער פון דעם חפץ חיים, זי"ע. (געהערט פון הרב אמנון יצחק שליט"א).
די מעשה טוהט אונז מחזק זיין אין דעם ענין פון לימוד התורה בפרט אין די יום טוב פון שמחת תורה, ווען מען פריידט זיך מיט דער הייליגער תורה. מ'זעהט וויפיל איין איד האט אריין געלייגט אין לערנען און וויפיל ער האט זיך געמוטשעט מיט איין דף גמרא!
יעדער איינער דארף קובע עתים לתורה זיין לויט זיין מעגליכקייט. חז"ל זאגן אז ווען א איד קומט ארויף צו בית דין של מעלה פרעגט מען אים: "קבעת עתים לתורה?" (שבת לא.) דער של"ה הקדוש ברענגט אז איינער וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה (פרנסה) דארף לערנען תורה "בכל העיתות שהוא פנוי מעסקיו וצרכיו." יעדע רגע וואס ער איז נישט עוסק אין פרנסה. (מסכת שבועות – פרק נר מצוה יא).
איינע פון די בעסטע צייטן צו לערנען איז נאכן דאווענען אינדערפרי. אזוי ווי דער מחבר ברענגט אז: "אחר שיצא מבהכ"נ ילך לבהמ"ד ויקבע עת ללמוד וצריך שאותו עת יהיה קבוע שלא יעבירנו אף אם הוא סבור להרויח הרבה:" (שלחן ערוך אורח חיים סימן קנה) דער משנה ברורה זאגט אויפן פלאץ: "היוצא מביהכ"נ ונכנס לבהמ"ד ועוסק בתורה זוכה ומקבל פני השכינה שנאמר ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון." (משנה ברורה סימן קנה:ב)
דער משנה ברורה ברענגט ווייטער אז אפילו איינער איז אין גאנצן טרוד און ער קען נישט לערנען בקביעות נאכן דאווענען, זאל ער כאטש לערנען עפעס. ("אם אירע לו אונס שלא יוכל ללמוד בקביעות ילמוד עכ"פ פסוק אחד או הלכה אחת." מ.ב קנה:ד) דער "דגל" ברענגט אויך אויפן פסוק "אלא פקודי המשכן משכן העדות וכו'" (שמות לח:כא) אז "סגולה גדולה לחברה (לתפילה) בדברי תורה ותיכף אחר התפילה ילמוד אף דבר מועט." ס'איז א גרויסע סגולה צו לערנען נאכן דאווענען אפילו א קליינע שטיקל תורה. אפילו מ'לערנט נאר איין משנה אין פרקי אבות, וואס מ'טרעפט אין יעדן סידור, איז מען אויך יוצא. הרה"ג ר' משה פיינשטיין זצ"ל פלעג מסיים זיין משניות יעדן יאר נאר פון די משניות וואס ער האט געלערנט ווען ער האט צוזאמענגעלייגט זיין טלית און תפילין!
גוט שבת גוט יום טוב אלע אידן.