געזונגען דורך יום טוב עהרליך


סור מרע, א מעשה פון יעדען איינעם

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טו נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך אים

1

די גאנצע וועלט, איז איינגעשטעלט
יעדער טוט וואס איהם געפעלט
וואו מען שטייט, וואו מען גייט
נישטא קיין גליק נישט קיין פרייד

וואו א לאנד, איז צו שאנד
נישטא קיין געפילן ניטא קיין פארשטאנד
אויפן וועג, איז א שרעק
חוצפה פריצות גאר אן א עק

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
טייערער איד, זארג זיך ניט
דער באשעפער זעט דער באשעפער היט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
דער באשעפער זעט, דער באשעפער בעט,
און א עצה גיט, גוט פאר יעדן איד
און א עצה גיט, גוט פאר יעדן איד

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טו נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך אים

2

וואס גייט דיר אן, וואס יענער קאן
ווי ער לעבט און גייט אנגעטאן
דו ביזט א איד, וואס מצות היט
און ער איז פלייש וואס ווייסט גארניט

דו האסט א האר, וואס צאלט דערפאר
פאר יעדע מצוה גיט ער שכר
און עס שטייט, אנגעגרייט
נאך א לעבן פול מיט פרייד

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
די וועלט נעבעך זי פאלט, זי גייט אונטער באלד
בלייבן וועט דער איד, וואס די תורה היט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
דער באשעפער היט, דערווייטערט קיינעם ניט
נאר איין קליינע זאך בעט ער ביי דעם איד
נאר איין קליינע זאך בעט ער ביי דעם איד

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טו נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך אים

3

די וועלט איז שלעכט, דו זיי פארקערט
די וועלט איז ווילד, דו זיי מילד
די וועלט איז געמיין, דו זיי שיין
די וועלט זאגט פריינט, דו זאג איר פיינט

די וועלט זאגט ס'איז זיס, זאג איר ס'איז מיאוס
די וועלט זאגט ס'איז וואויל, זאג איר ס'איז פויל
די וועלט זאגט ס'איז פוץ, זאג איר ס'שמוץ
די וועלט זאגט זי וועט שטיין, זאג איר אז ניין

אוי אוי אוי אוי אוי אוי די מלחמה גרוי
ס, אין יעדן אידיש הויז
דער יצר הרע שטייט, איינשלינגען דיר גרייט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
ער טרעפט דיר אויפן גאס, ער טרעפט דיר אין דיין הויז
באגעגן איהם מיט האס, ווארף אים שנעל ארויס
זאג איהם דו פאלגסט נאר דעם באשעפער בלויז
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
געדולד אביסל נאר, אפשר נאך דעם יאר
משיח קומט צו גיין, און אלץ וועט ווערן שיין
מען דארף ווערן גוט, מען דארף ווערן ריין

סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפיהו
טרעט אפ פון שלעכטס און טו נאר גוטס
זוך דעם שלום און יאג זיך נאך אים