נטרונא בליצן סיון ג תשס"ט
העצערייען און אָפּשפּעטונגען פון פּרעזידענט אָבאַמאַ פאַרשוואַרצט און שטעלט אַריין ערליכע אידענטום אין גרויסע סכנה ה"י
נטרונא שיקט אָפענער בריוו צום פּרעזידענט אַז ערליכע אידן זענען קעגן די העצערייען; 'הנותן תשועה' פאַרשפּרייטונג דעמאָנסטרירט אַז ערליכע אידן זענען לאָיאַלע בירגער
ניו יאָרק – די עקסטרעמע גרופּעס אין ארץ ישראל האָבן אין די לעצטע וואָכן גאָר שטאַרק אַרויפגעצויגן די טענער פון זייערע העצערייען קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַ, וואָס ווערט ליידער געדעקט אין די וועלט פּרעסע אַז עס ווערט דורכגעפירט דורך 'חרדים' און אולטראַ- אָרטאָדאָקסן. דאָס פאַרשוואַרצט ליידער דעם פנים פון ערליכע אידן, אַז זיי זענען די עקסטרעמסטע צרה-לייט וועלכע זענען שולדיג אין די מיטל מזרח פּראָבלעמען, און עס שטעלט אַריין ערליכע אידן איבער די וועלט אין אַ געפערליכע סכנה פון נקמות חלילה.
אָפּצושלאָגן דעם שלעכטן אימעזש וואָס ערליכע אידן באַקומען, האָט נטרונא פאָריגע וואָך פאַרשפּרייט אַ הערליך געדרוקטע 'הנותן תשועה' אויסגעשטעלט פאַר אַ טאָוועל, באַגלייט מיט אַן איבערטייטשונג אין ענגליש. עס קומט אויך מיט אַ רוף צו ערליכע אידן איבער די וועלט מתפלל צו זיין בשלומה של מלכות, פאַר די אַמעריקאַנער רעגירונג און פּרעזידענט אָבאַמאַ וועלכער שטייט אין שפּיץ פון די מלכות של חסד.
דער רוף איז ב"ה גאָר שטאַרק פּובליצירט געוואָרן, און איז אָנגעקומען צו די סאמע העכסטע אינסטאַנצן, און האָט געברענגט אַ שטאַרקן קידוש השם, צייגנדיג אַז ערליכע אידן זענען לאָיאַלע בירגער און זענען מכיר טובה פאַר זייער מלכות של חסד, און האָבן נישט קיין שייכות מיט די אַלע ווילדע פראות'דיגע העצערייען. ווי באַוויסט האָט דער פּרעזידענט מיט צוויי וואָכן צוריק אָפּגעשטאַט אַ באַזוך אין עגיפּטן, האַלטנדיג אַ וויכטיגע רעדע דורך וועלכע ער האָפט צו פאַרבעסערן דעם אימעזש פון די פאַראייניגטע שטאַטן אין די אַראַבישע וועלט.
אין פאָרברייטונג צו די רעדע – וועלכע איז געזען געוואָרן אין מדינת ישראל אַלס צייכן אַז דער פּרעזידענט זוכט נאָנטשאַפט מיט די אַראַבישע וועלט אויפן חשבון פון איזראַעל, וואָס וועט ענדיגן די ביז איצטיגע בלינדע פריינטשאַפט פון אַמעריקע צו איזראַעל – און אין אָנבליק פון וואַשינגטאָן'ס רוף גענצליך אָפּצושטעלן די אויסברייטערונג פון די מתנחל'ישע זידלונגען, זענען געהאָנגען געוואָרן פּלאָקאַטן אין ארץ ישראל אין וועלכע פּרעזידענט אָבאַמאַ ווערט געזען אין אַן אַראַבישע קאַפיאַ, און ער ווערט באַצייכנט - אויף ענגליש און היברעאיש - אַלס אַנטיסעמיט און אידן האַסער.
די בילדער פון די פּלאָקאַטן אויף די גאַסן זענען שטאַרק געדעקט געוואָרן אין די וועלט מידיאַ, און אין זייער אַסאַך ערטער האָט מען עס געזען אינאיינעם מיט חרד'ישע אידן מיט לאַנגע פיאות. די פּלאָקאַטן זענען אויך פאַרשפּרייט געוואָרן דורך עקסטרעמיסטן אין אַמעריקע, דורך פאַרשידענע פאָרומס, אַרויסרופנדיג אַ שרעקליכן חילול השם.
די מסוכן'דיגע דעקלעראַציעס האָבן אויך שטיצע פון אָפיציעלע מענטשן, און איז נישט בלויז די אַרבעט פון ווילדע יונגאַטשען. אין די נייעס איז געווען געדעקט אַז אַ חבר הכנסת קאַצעלע, האָט באַצייכנט אָבאַמאַ'ס רופונגען אָפּצושטעלן די אויסברייטערונג פון זידלונגען אַלס "אַנטיסעמיטיזם." ער האָט באַשולדיגט אָבאַמאַ אין "צוריקברענגן די מיטל-אַלטע יאָרן, מיט אידן וואָס שטייען אויס דיסקרימינאַציע איינפאַך ווייל זיי זענען אידן." דער חבר הכנסת האָט דערפאַר גערופן אַמעריקאַנער אויפצושטיין אין קעמפן פאַרן "תנ"ך פאָלק און די תנ"ך לאַנד."
אין די פּרעסע איז אויך געווען באַריכטעט אַז אַ געוויסער מזרחי'סטשער רב, שלמה אבינר, האָט גערופן דעם ראש הממשלה נתניה צו האַנדלען מיט אָבאַמאַ אַזוי ווי מרדכי מיט המן, ד.ה. ער זאָל מקיים זיין דעם לא יכרע ולא ישתחוה.
צוזאַמענשטעלן די מרידה במלכות שמים און התגרות באומות מיט מרדכי הצדיק'ס מסירת נפש זיך נישט צו בוקן צו עבודה זרה, איז אַ הימל שרייענדער אַבסורד, אָבער דאָס וואָס איז אונז זעלבסט- פאַרשטענדליך, איז ליידער אומפאַרשטענדליך צו די אַלגעמיינע גאַס. זיי נעמען אַרויס פון אַזאַ נייעס אַז די רעליגיעזע שטערן די פאַרהאַנדלונגען, צוליב רעליגיעזע מאָטיוון, און דאָס ברענגט אַ געוואַלדיגן חילול השם און שנאה קען פרומע אידן ל"ע.
אגב, איז מאָדנע אַז אין די זעלבע נייעס ווערט באַריכטעט אַז דער זעלבער ראַבינער האָט איצט גערופן אַז איזראַעל זאָל נישט נעמען קיין פינאַציעלע הילף פון אַמעריקע, זאָגנדיג אַז אין די גמרא שטייט אַז ווער עס נעמט צדקה פון אַ גוי איז עס כאילו חירוף וגידוף... זיי פאַרשטייען אויך אַז ס'איז דאָ אַמאָל וואָס געלט נעמען איז אַן עבירה, אָבער נישט פון די מלכות המינות. עס איז איראניש אז לשיטת המזרחי רעדט די גמרא נאר פון אזא גוי וועלכער איז נישט איינשטימיג מיט די מתנחלי'שע עקסטרעמיזם.
און אויב איז נישט גענוג די איזראַעלישע נייעס, האָט די אָ.יו. אויך געמוזט אַריינשפּרינגען און מישן די קאַשע אין די אינטערנאַציאָנאַלע געשעענישן. אין אַ בריוו צו אָבאַמאַ שרייבן זיי אַז זיי זענען "טיף געשטערט" פון זיין צוגאַנג צו איזראַעל'ס פּאַליסיס איבער ישובים.
ליינער אין די וועלט פּרעסע באַקומען אויך דעם איינדרוק אַז פרומע אידן זענען אפילו עקסטרעמער ווי דעם האַרטן איזראַעלישן ראש הכופרים נתניה.
די וואָך, צום ביישפּיל, איז געווען באַריכטעט אַז ווען נתניה האָט געהאַלטן אַ הויפּט רעדע, וואָס איז געזען געוואָרן אַלס ענטפער צו אָבאַמאַ'ס רעדע אין קאיראָ, האָבן "אַ קליינע גרופּע פון חרדי'שע פּראָטעסטירער וועלכע האָבן אָנגעהאַט געלע שטערנס )לאַטעס( דעמאָנסטרירט" אינדרויסן. די גרופּע האָט אויך געטראָגן די אָבאַמאַ קאַפיאַ פּלאָקאַטן, וועלכע האָבן אויך געהאַט ספּעציעל אונטערגעשטראָכן דעם פּרעזידענט'ס מיטלסטע נאָמען, כוסעין.
דאָס זענען בלויז עטליכע ביישפּילן ווי אַזוי ערליכע אידן ווערן אָפּגעמאָלן אַלס די וואָס שטערן סיי וועלכע שלום אויסזיכטן אינעם מיטל מזרח, און זיי אַרבעטן צו פאַרהאַרטעווען די אַזוי אויך האַרטע ליניע פון די איצטיגע איזראַעלישע רעגירונג.
צו באַקעמפן דעם שלעכטן איינדרוק - וואָס איז גורם אַ שרעקליכער חילול השם, ווען די אַלע ראַדיקאַלן פאַררופן זיך בשם התורה, און די וועלט זאָגט כמה מגונים מעשיהם, און איז אַ סכנה פאַר כלל ישראל צוליב די האַס און אויפברויז וואָס עס ברענגט קעגן ערליכע אידן, איבערהויפּט די צאָרן וואָס מען קוקט אן אידען ווי פאררעטער, אז זיי זענען גרייט מבזה צוזיין זייער אייגענעם פרעזידענט צוליב די אינטערעססען פון א פרעמד לאנד – האָט נטרונא געשיקט אַן בריוו צו פּרעזידענט אָבאַמאַ אליין אים צו דערקלערן די רעספּעקט פון ערליכע אידן צו אים.
דער בריוו – וועלכע איז געשריבן זייער אויסגערעכנט און געמאָסטן – האָט ב"ה דערגרייכט צו די העכסטע פענסטער, און האָט שטאַרק געהאָלפן אַרויסברענגן דעם מעסעדזש אַז ערליכע אידן זענען נישט פאַרבינדן מיט די וויסטע העצערייען, נאָר רעספּעקטירן זייערע רעגירונג פירער.
דער בריוו רופט אויך דעם פּרעזידענט זיך נישט צו באַציען צו די מדינה אַלס "אידישע לאַנד," נאָר אַלס אַ "ציונ'יסטישע לאַנד," אַרויסברענגנדיג אַז ערליכע אידן ליידן געפאַרן צוליב דעם צוזאַמענשטעל וואָס ווערט געמאַכט צווישן אידן און – להבדיל – ציונים. דער בריוו שטרייכט אויך אונטער אַז די אַלע ווילדע דעקלעראַציעס פון ציונ'יסטן זענען אַראָגאַנט און דאַרפן איגנאָרירט ווערן, און עס ענדיגט זיך אַז "מיר שטייען צו דיין זייט אין דיין בענקעניש פאַר פרידן פאַר אַלע מענטשן אינעם מיטל מזרח..."
אגב, איז זייער אינטרעסאַנט אַז פאָריגע וואָך האָט אָבאַמאַ'ס געוועזענער גלח דזשערעמיי רייט זיך אַנטשולדיגט פאַרן צוזאַמענשטעלן אידן מיט ציונים. רייט – פון וועמען אָבאַמאַ האָט זיך געמוזט אָפּטרייסלן נאָך וואָס דעם גלח'ס העסליכע רעדעס זענען אַרויסגעקומען – האָט מיטוואָך געזאָגט אַז "די אידן" לאָזן אים נישט צו, צו אָבאַמאַ, אָבער אַ טאָג דערויף האָט ער זיך אַנטשולדיגט פאַר זיך שלעכט אויסדרוקן. "איך רעד נישט וועגן אַלע אידן, אַלע מענטשן פון די אידישע גלויבן, איך רעד וועגן ציונ'יסטן." ער האָט אָנגעוויזן אַלס ביישפּיל אויף די פּאָליטיש מאַכטפולע ציונ'יסטישע לאַבי.
עס איז זייער מערקווידיג אַז זיין צוריקציאונג איז געקומען אין די זעלבע וואָך ווען נטרונא האָט פאַרשפּרייט דעם בריוו צום פּרעזידענט, אַרויסברענגנדיג דעם צווישנשייד צווישן אידן און ציונים, און אין זיינע ווערטער האט ער נאכגעזאגט ווי ממש ווארט ביי ווארט פון נטרונא'ס ארכיווען, די נייעס מיט רייט האָט באַקומען מאַסיווע דעקונג, און האָט גאָר שטאַרק אַרויסגעברענגט אַז נישט אַלע אידן זענען ציונים. (עס איז כדאי צו אנמערקען אז אפילו נניח דער גלח דזשערעמיי רייט איז א פאלנער שונא ישראל סתם אזוי, איז אויך א געווינס אז ער דרייט זיך, זאגענדיג אז ער האט נישט געמיינט אידן, דאס איז קלאר ממעט דעם געפאר).
אין אַנדערע נייעס, האָט 'נטרונא' אויך ערהאַלטן ווענדונגען פון אַ וויכטיגן פיגור אין די רעפּובליקאַנער עקזוקעטיווע קאָמיטע, וועלכער האָט אויסגעדרוקט שטארקע אינטרעסע צו העלפן נטרונא'ס מעסעדזש זאל פארשפרייט ווערן נאָכן זען דעם בריוו.
די עסקנים פון נטרונא זיצן מיט פּובליק רילעישאָנס סטראַטעגיסטן אַרבעטנדיג אויף נאָך מיטלען שטערקער צו פאַרשפּרייטן די שטעלונג פון ערליכע אידן, און אָפּצושלאָגן די חילול השם וואָס די אומפאַראַנטוואָרטליכע עקסטרעמיסטן זייען אָן בשם התורה ל"ע.
ובשם ה' נעשה ונצליח, לקדש שם שמים.
א אפענער בריוו
צו פרעזידענט אבאמא
א אפענער בריוו צום פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא
לכבוד דעם חשוב'ן פרעזידענט אבאמא:
די תקופה צווישן מעמאריעל טאג און דער פערטער פון יולי איז א צייט פון באדייט אין התבוננות פאר אלע אמעריקאנער. אין דעם גייסט, דריקן מיר אויס אונזער דאנקבארקייט פאר דיין טיפע זארג פאר די ליידן פון די מענטשן פון מיטל מזרח.
פרעזידענט אבאמא, דו האסט קענטיג געהאט די פריווילעגיע זוכה צו זיין צו סייעתא דשמיא דורך די האנט פון אויבערשטן, מיט פארשטאנד און קלארקייט האסטו געווינען די הערצער פון יחידים איבער די גאנצע וועלט. דורך איבערגעבן די אמעריקאנער אידעלאגיע האסטו פארוואנדעלט געוועזענע פיינט צו פריינט פון די פאראייניגטע שטאטן.
דער זעלבער צוגאנג פון אפענקייט און קלארקייט וואלט געווען געוואלדיג נוצליך פאר דיינע אידישע בירגער אויב די ריכטיגע אידישע פיליזאפיע – די יעניגע וועלכע אקצעפטירט נישט ציונית – וואלט פובליצירט און אנגענומען געווארן, וואלטן די אלוועלטליכע סכנות וועלכע זענען געשאפן געווארן דורך די ציונים, איינפאך פארשוואונדן געווארן. ווען די וועלט וועט אנערקענען דעם חילוק צווישן ציונות און אידישקייט וועלן דיינע אידישע בירגער זיין פונקט אזוי פארזיכערט אין זייערע היימען, שולעס, און ביזנעסער ווי דיינע איבריגע אמעריקאנער בירגער.
דערפאר איז העכסט דרינגענד אז מדינת ישראל זאל נישט באטראכט אדער אנגערופן ווערן "די אידישע מדינה", נאר ענדערש די "ציוניסטישע מדינה", דורך אפשיידן אור אלטע אידישקייט פון ניי מאדערנע ציונית קענען מיר האפן אויף שלום און רואיגקייט, יעצט און אויף אייביג.
מר. פרעזידענט, דו האסט געהאט א לענגערע פאזיטיווע פארבינדונג מיט דיינע אידישע אונטערטאנען, פון די צייט וואס דו האסט געדינט אלץ געערטער סענעטאר פון אילינוי, ביז דיין אויסוואל פון עטליכע פעאיגע אידן צו דיין פרעזידענטליכן קאבינעט, איז געווען א געמיינזאמע רעספעקט צווישן דיר און אמעריקאנער אידן.
אלץ פארטרעטער פון טויזענטער טראדיצינאלע אמעריקאנער אידן וואלטן מיר רעקאמענדירט אז דו זאלסט איגנארירן די שטאלצע אומ'אחריות'דיגע דעקלעראציעס פון געוויסע ציוניסטן. ביטע געדענק אז זינט די גרינדונג פון מדינת ישראל האבן ציוניסטישע פירער אייביג געהאלטן אז זייער אגענדע קומט פאר די זיכערקייט און וואוילזיין פון אומשולדיגע אידן.
מיר שטייען ביי דיין זייט און דיין שטרעבן פאר שלום פאר אלע מענטשן אין מיטל מזרח זאל דער דערבארעמדיגער באשעפער געבן אז מיר זאלן נאך זען די טעג פון די נבואה פון נביא ישעי', ווען די מענטשהייט "וועט מער נישט פירן קיין מלחמות".
מיט אויפריכטיגקייט
די חתימה פון אמת'ע תורה אידן