נטרונא בליצן אייר א תשס"ט

צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)

עמוירדזשענסי ווענדונג: חב"ד צינדט אָן שנאת ישראל און התגרות באומות ביי איצטיגע דעמאָנסטראַציע נטרונא זוכט הילף זאָפאָרט אָפּצושלאָגן שרעקליכער חילול השם און סכנה ה"י

וואַשינגטאָן – מיט אַנגסט נעמען ערליכע אידן אויף די נייעס אַז באָסעס זענען היינט אַרויסגעפאָרן פון קראָונהייטס קיין וואַשינגטאָן, צו פּראָטעסטירן פאָרנט פון ווייסן הויז אין די צייט וואָס פּרעזידענט אָבאַמאַ האַלט אָפּ אַ באַגעגעניש מיטן איזראַעלישן פּרעמיער ביבי נתניה. אין די צייט וואָס די גאַנצע וועלט מידיאַ איז פאַרנומען אַז נתניה איז אַן עקסטרעמיסט, און ער וויל נישט נאָכגעבן, שרייען די פרומע אידן אַז זיי זענען נאָך האַרטער ווי אים, און ווילן זיכער מאַכן אַז ער דיסקוטירט אפילו נישט מעגליכע שלום פּלענער צו באַרואיגן דעם קאָנפליקט אינעם מיטל מזרח. דאָס פאַרשטערקערט ליידער דעם אימעזש אַז ערליכע אידן זענען די גרעסטע שטערונגען פאַר שלום איבער די וועלט, וכדי בזיון וקצף.

נטרונא אַרבעט אויף אַ רעקלאַמע וואָס מ'זאָל נאָך היינט לופטערן אויף וואַשינגטאָן'ס ראַדיאָ כוואַליעס, קלאָר צו שטעלן אַז זיי פאַרטרעטן נישט ערליכע אידן, אָבער דאָס קען דורכגעפירט ווערן נאָר אויב מ'קען זאָפאָרט צוזאַמענשטעלן צען טויזנט דאָלאַר צו באַצאָלן די אַנאָנסן.

איין מינוט צו לאָזן לויפן די רעקלאַמע וועט קאָסטן $550 , און כדי עס זאָל האָבן דעם ריכטיגן רושם און עס זאָל אָנקומען גענוג ווייט מוז מען עס לאָזן גיין פילע מאָל איבער'ן טאָג.

אין די וועלט פּרעסע איז די מיטינג צווישן אָבאַמאַ און נתניה געשילדערט געוואָרן אַז די צוויי זעען נישט אויג-אויף-אויג, און אַמעריקע מיט איזראַעל האָבן איצט ערנסטע אונטערשיידן, נאָך וואָס איזראַעל האָט ערוויילט אַן עקסטרעמען פּרעמיער, און פּרעזידענט אָבאַמאַ זוכט מער שלום און אַ פּאַלעסטינער שטאַט ווי בוש. עס איז אויך אונטערגעשטראָכן געוואָרן אַז אין זייער פּרעסע קאָנפערענץ נאָך זייער באַגעגעניש, האָט אָבאַמאַ נישט דערמאַנט קיין פּאַלעסטינער 'שטאַט', און האָט בלויז גערעדט פון זיי געבן זעלבסט-הערשאַפט. אין דיפּלאָמאַטישע קאָרידאָרן איז דאָס אַרויסלאָזן דעם וואָרט 'שטאַט' אויסגעטייטשט געוואָרן אַז איזראַעל איז נישט גרייט אויף אַ צוויי-לענדער לעזונג, וואָס די גאַנצע וועלט אַנערקענט שוין – און אויך דער האַרטער פּרעזידענט בוש האָט אַזוי געהאַלטן - אַז דער איינציגסטער וועג פאַר שלום איז צו געבן אַ לאַנד פאַר די פּאַלעסטינער.

די ניו יאָרק טיימס האָט נעכטן, זונטאָג, געהאַט אַ לייט-אַרטיקל אונטער'ן קעפּל "איזראַעל'ס שרעק, עמלק'ס אַרסענאַל." עס שילדערט דאָרט נתניה'ס האַרטנעקיגקייט און דראָאונגען קעגן איראַן, קומט פון דעם וואָס ער זעט איראַן ווי עמלק. די באַשרייבונג האָט דורכגעשיקט אַ שוידער, אַז אַזאַ פּרעסטיזשפולע צייטונג זאָל צושרייבן די עקסטרעמיזם פון איזראַעל'ס העכסטע פירער – טראָץ וואָס זיי זענען פרייע – צו די תורה, וואָס זיי האַלטן נישט. דאָס איז אָבער ליידער דער פאַקט, אַז איזראַעל'ס האַרטע ליניע ווערט היינט געזען ווי עס שטאַמט פון די רעליגיעזע און רעליגיע.

אָט דער אימעזש – וואָס ברענגט אַ געפערליכער חילול שם שמים, און אַ געפאַר אויף ערליכע אידן – איז עלול פיל שטערקער אייינגעגעסן צו ווערן ווען אין די געדאַנקן פון די אַמעריקאַנער פאָלק, ווען מען זען אין די מידיאַ בילדער ווי אידן מיט בערד דעמאָנסטרירן פאָרנט פון ווייסן הויז בעת דער פּרעזידענט טרעפט זיך מיט איזראַעל'ס פירער.

אין נייעס באַריכטן וועגן די דעמאָנסטראַציע, ווערט באַטאָנט אַז דער ליבאַוויטשער רבי איז געווען אַ הייסער שטיצער פון "ארץ ישראל השלימה, קעגנשטעלנדיג זיך אפילו דיסקוסיעס פון לאַנד קאָמפּראָמיסן מיט אויסערליכע לענדער."

לויט אַ באַריכט האָבן די דעמאָנסטראַנטן מורא געהאַט אַז נתניה וועט זיך אונטערגעבן צו אָבאַמאַ און אויסערן מיניסטאָרשע קלינטאָן, און געבן אַ סטעיטמענט וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע וועט קענען אויסטייטשן אַלס דערגרייכונג אַז ער ווערט ווייכער )דאָס האָט דער צינישער נתני-ה טאַקע געטאָן, געבנדיג אַ לישנא המשתמע לתרי אנפין(. זיי ווילן שטיצן דעם פּרעמיער אַז ער זאָל זיך נישט מוזן אונטערברעכן די געפערליכע דרוק פון אָבאַמאַ און קלינטאָן.

אַזאַ סאָרט סטעיטמענט, אַז אַמעריקאַנער אידן לאָזן זיך אַרויס דעמאָנסטרירן קעגן די אייגענע רעגירונג פירער, כדי האַרטער צו מאַכן אַן אויסלענדישן פירער ער זאָל זיי נישט דאַרפן צוהערן, ווידערהוילט אויך דאָס וואָס אַנטיסעמיטן שרייען אַלץ אַז אידן זענען נישט קיין געטרייע בירגער, נאָר זייער עיקר געטריישאַפט איז צו מדינת ישראל, אפילו ווען ס'איז קעגן זייער אייגענע לאַנד'ס אינטערעסן. דאָס קען אַריינפיטערן שטאָף פאַר די שונאי ישראל, און אויסשטעלן אַמעריקאַנער אידן צו אָנגרייפן פון אָנגעהעצטע מוסלעמענער ה"י, און צו ווערן פאַרהאַסט דורך די גאַנצע באַפעלקערונג ה"י.

אין אַזאַ צייט, ווען די פרומע עקסטרעמיסטן צינדן אונטער דעם באָדן ה"י, דאַרפן מיר נעמען זאָפאָרטיגע שריט צו פאַרלעשן די שריפה פון האַס איידער עס פאַרשפּרייט זיך. עס איז קריטיש וויכטיג שוין אָפּצושלאָגן זייער איינפלוס, און מודיע זיין פאַר די אומות העולם און פאַר די רעגירונג פירער אַז זיי פאַרטרעטן נישט דעם פרומען אידענטום.

דורך רעקלאַמעס אין די ראַדיאָ אין די וואַשינגטאָן די.סי. מידיאַ מאַרקעט, וועט מען אי"ה באַווייזן אָפּצושטעלן די שאָדנס און האַס וואָס זיי זייען אָן, ווייל דאָס וועט געהערט ווערן דורך די רעגירונג באַאַמטע אין די הויפּט- שטאָט און זשורנאַליסטן וועלכע דעקן וואַשינגטאָן, און אַזוי אַרום וועט עס אי"ה זיי אויך עפענען די אויגן אַז די עטליכע באָסעס פון קראָונהייטס שפּיגלען ווייט נישט אָפּ די מיינונג פונעם ריזיגן ערליכן אידענטום אין אַמעריקע.

עס פעלט אויס $10,000 צו קענען אָנהייבן די קאַמפּיין, און דאָס מוז זאָפאָרט געשאַפן ווערן, ווייל אַנדערש וועלן עס די מידיאַ סטאַנציעס נישט אָננעמען.

טייערע ברודער: אם החרש תחרישו כעת הזאת? קענען מיר פאַרשטימט ווערן צוליב אַ מאַנגל אין געלט, און לאָזן די וואַנזינינגע פרומע ציונים רעדן אין אונזער נאָמען?!

די פּרייז פון לויפן די רעקלאַמע פאַר איין מינוט איז $550 . נטרונא רופט אידן וואָס האָבן אַ געפיל למען השם, למען כבוד תורתו ולמען עמו זאָלן שוין אַריינרופן אין אָפיס, אויף

  1. 1 718.873.0005 , מנדב צו זיין אַ מינוט, אָדער אַ

טייל דערפון צו קענען דורכפירן די קאַמפּיין. איר קענט אַריינרופן מיט אַ קרעדיט קאַרד צו געבן אייער נדבה. געדענקט! יש קונה עולמו בשעה אחת.

לייגט עס נישט אָפּ. אין אייער הילף איז געוואָנדן צי מ'וועט קענען אָפּשרייען דעם חילול ה', התגרות באומות און שנאת ישראל וואָס זיי זייען אָן.

עס איז זיכער אַז דער זכות פון זיך אָנשטרענגן למען כבוד שמו יתברך ותורתו הקדושה, ולמען עמו, וועט אייך דער זכות ביישטיין זוכה צו זיין צו חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא, לנו ולכל ישראל אמן.

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם