נאַכטבילדער
שמעון פרוג (1860 – 1916) / העלה ווירקליך
נאַכטבילדער
אַך ווי שמוציק, פֿינצטער, נאַס,
איז אויף אונדזער אַלטער גאַס!
טירן, פֿענצטער, שטײען אָפֿן
און דער עולם – אַלע שלאָפֿן;
שלאָפֿן קינדער, שלאָפֿן זקנים;
בלינדע, קראַנקע – אַלע אינאײנעם!
אויף דעם פּאַרקאַן אויבן־אָן
שטײט און שרײַט דער אַלטער האָן –
שטײט און שרײט זײ חי וקײם,
צו אַ לעבן, צו אַ נײַעם
פונ´ם שלאָף צו וועקן זײ…
אַך, אומזיסט איז דער געשרײַ!…
שטאַרקער דאַרף מען זײַן פֿון אײַזן
דאָס צו זען, ליבער גאָט!
קומט אַ ביסל, כ´וועל אײַך ווײַזן
ווי מע שלאֲָפֿט בײַ אונדז אין שטאָט:
דאָס וועלטל דרײט זיך,
דאָס לעבן גײט זיך:
- מע לויפֿט
- מע וואַנדעלט,
- מע קויפֿט
- מע האַנדעלט;
מע מאַכט געשעפֿטלעך
ביזן טויט
און טאַקע אָפֿטלעך
זיצט מען אָן ברויט…
מען קריכט צום אַסעסאָר
מע לעקט אים די פֿינגער,
די מכּה ווערט גרעסער,
דער בײַטל ווערט גרינגער…
מע שיט כאַבאַרלעך
אַזוי ווי באַרלעך,
מיט אַ קרעכץ,
לינקס און רעכטס…
שירַיִם כאַפּן –
אַז דער קוואַרטאַלנע
זאָל מער ניט קלאַפּן…
אין באַלטע, אין האָמעל
מאַכט זיך אַ סיבה;
מע כאַפּט אַ פּאָגראָמל
און מע זאָגט "ספּאסיבּאַ"…
- מע לויפֿט
- מע וואַנדעלט,
- מע קויפֿט
- מע האַנדעלט;
טרײַבט מען פֿון מאָסקווע –
לויפֿט מען אין האָלע;
יאָגט מען פֿון האָלע –
לויפֿט מען אין שפּאָלע;
פֿון שפּאָלע טרײַבט מען –
איז דאַרף מען זיך סטאַרען:
קאָן מען – בלײַבט מען,
און וואָרנט זיך, נאַרען –
אויב ניט – איז ווידער
אַ דרײ די מאַשינע;
עט, רוסלאַנד, ברידער
איז אַ גרויסע מדינה!
ניט דאָ איז דאָרט,
וואָס זאָל מען מאַכן?
און טאַקע פֿאָרט
די אַלטע זאַכן:
- מע לויפֿט
- מע וואַנדעלט,
- מע קויפֿט
- מע האַנדעלט;
מע קלייַבט אַ גבאי
הושענה־רבה,
מע כאַפּט עליות –
עס איז אַ חיות!
מע האָט אַ שטאָט
אין שול בײַם אָרון,
מע גײט אין באָד –
צו לאַנגע יאָרן