מפתחות ספורי מעשיות

מעשה י מבערגער ועני

מַעֲשֶׂה אַמָאל אִיז געוֶוען אַ בֶּערְגער (דָאס אִיז אַ גְרוֹיסֶער סוֹחֵר) עֶר אִיז געוֶוען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶער עוֹשֶׁר. עֶר הָאט געהַאט זֵייעֶר אַסַאךְ סְחוֹרוֹת. אוּן זַיינֶע וֶועקְסְלֶען אוּן זַיינֶע בְּרִיוו זֶענֶען געגַאנְגֶען אוֹיף דֶער וֶועלְט. אוּן עֶר הָאט געהַאט כָּל טוּב. נִידערִיקֶער פוּן אִים הָאט געוואוֹינְט אן אָרֶעמַאן. וָואס עֶר אִיז געוֶוען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן. אוּן עֶר הָאט געהַאט גָאר דֶעם הֵיפֶּךְ פוּן דֶעם בֶּערְגֶער (דְהַיינוּ גָאר פַארְקֶערְט אַזוֹי וִוי דֶער בֶּערְגֶער אִיז געוֶוען אַ גְרוֹיסֶער עוֹשֶׁר אַזוֹי אִיז עֶר געוֶוען פַארְקֶערְט אַ גְרוֹיסֶער אָרֶעמַאן) אוּן דִי בֵּיידֶע הָאבְּן קֵיין קִינְדֶער נִישט געהַאט. דֶער בֶּערְגֶער הָאט קֵיין קִינְדֶער נִישט געהַאט. אוּן אַזוֹי דֶער אָרֶעמַאן הָאט אוֹיךְ קֵיין קִינְדֶער נִישט געהַאט.

אַמָאל הָאט זִיךְ גֶעחוֹלְמְט דֶער בֶּערְגֶער, אַז סֶע זֶענֶען געקוּמֶען מֶענְשְׁן אוּן הָאבּן געמַאכְט פַּאקן פַּאקן . הָאט עֶר זֵיי געפְרֶעגְט: וָואס טוּט אִיר? הָאבּן זֵיי געעֶנְפֶערְט: זֵיי וִוילן דָאס אִין גַאנְצן אַוֶועק טְרָאגן הָאט צוּ דֶעם אָרֶעמַאן (דְהַיינוּ דֶעם אָרֶעמַאן וָואס עֶר הָאט אוּנְטֶער אִים געוואוֹינְט כַּנַ"ל). הָאט עֶס אִים זֵייעֶר פַארְדְרָאסן, אוּן עֶר אִיז זֵייעֶר בְּרוֹגֶז געוֶוען, נָאךְ וָואס זֵיי וִוילן זַיין גַאנְץ עַשִׁירוֹת אַוֶועקטְרָאגן צוּ דֶעם אָרֶעמַאן. אוּן בֵּייזֶערן זִיךְ קָאן מֶען זִיךְ נִישט, וָוארן זֵיי זֶענֶען געוֶוען אַסַאךְ מֶענְטשׁן. אוּן זֵיי הָאבּן געמַאכְט פַּאקן פַּאקן פוּן גָאר זַיין פַארְמֶעגנס. פוּן אַלֶע זַיינֶע סְחוֹרוֹת, אוּן פוּן גָאר זַיין גוּטְס , אוּן הָאבּן עֶס גָאר אִין גַאנְצן אַוֶועק געטְרָאגן צוּם דֶעם אָרֶעמַאן הַנַ"ל. אוּן זֵיי הָאבְּן בַּיי אִים גָאר נִישט געלָאזְט נָאר דִי לֵיידִיקֶע וֶוענְט. הָאט עֶס אִים זֵייעֶר זֵייעֶר געאַרְט. דֶערְוַוייל הָאט עֶר זִיךְ אוֹיפגעכאפְּט הָאט עֶר געזֶען אַז סֶע אִיז אַ חָלוֹם. אוּן כָאטְשֶׁע עֶר הָאט געזֶען אַז סֶע אִיז נָאר אַ חָלוֹם. אוּן סֶע אִיז בָּרוּךְ הַשֵׁם בַּיי אִים זַיין פַארְמֶעגנס אִין גַאנְצְן. פוּן דֶעסְטוֶועגן פָארְט, הָאט אִים דָאס הַארְץ זֵייעֶר געקְלַאפֶּערְט אוּן סֶע הָאט אִים זֵייעֶר געארְט דֶער חָלוֹם. אוּן סֶע הָאט אִים נִישט געקָאנְט אַרוֹיס פוּן דֶעם זִין דֶער חָלוֹם.

אוּן דֶער אָרֶעמַאן (הַנַ"ל) מִיט זַיין וַוייבּ. פְלֶעגְט דֶער בֶּערְגֶער פְרִיער אוֹיךְ הַשְׁגָחָה געבּן אוֹיף זֵיי. אוּן פְלֶעגְט זֵיי אָפְט צוּ געבּן. אוּן הַיינְט נָאךְ דֶעם חָלוֹם, הָאט עֶר אוֹיף זֵיי מֶער הַשְׁגָחָה געגעבְּן אֵיידֶער פְרִיער. נָאר וֶוען זֵיי פְלֶעגְן צוּ אִים אַרַיינצוּקוּמֶען דֶער אָרֶעמַאן, אדֶער זַיין וַוייבּ. פְלֶעגְט אִים דָאס פָּנִים נִשְׁתַּנָה וֶוערן (דְהַיינוּ פַארְעֶנְדֶערְט געוָוארן), אוּן עֶר אִיז פַאר זֵיי דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן מַחְמַת עֶר פְלֶעגְט זִיךְ דֶערְמַאנֶען דֶעם חָלוֹם. אוּן זֵיי דְהַיינוּ דֶער אָרֶעמַאן מִיט זַיין וַוייבּ פְלֶעגן אָפְט צוּ אִים אַרַיינצוּגֵיין. אוּן זֵיי זֶענֶען בַּיי אִים אָפְט געוֶוען. אַמָאל אִיז צוּ אִים אַרַיינגעקוּמֶען דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ. הָאט עֶר אִיר געגעבְּן וָואס עֶר הָאט אִיר געגעבְּן, אוּן זַיין צוּרָה אִיז אִים נִשְׁתַּנָה געוָוארן אוּן עֶר אִיז זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן הָאט זִי אִים געפְרֶעגְט אוּן הָאט צוּ אִים געזָאגְט: אִיךְ בֶּעט אִיבֶּער אַייעֶר כָּבוֹד, זָאגְט מִיר וָואס אִיז דָאס אַז וֶוען מִיר קוּמֶען צוּ אַייךְ, וֶוערְט אַייֶער פָּנִים זֵייעֶר פַארְעֶנְדֶערְט. הָאט עֶר אִיר דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה, בַּאֲשֶׁר סֶע הָאט זִיךְ אִים אַזוֹי געחולמְט. (כַּנַּ"ל) אוּן זִינְט דעמאלט אָן, קְלַאפּערְט אִים דָאס הַארְץ זֵייעֶר (כַּנַּ"ל). הָאט זִי אִים געעֶנְפֶערְט: אִיז דֶער חָלוֹם נִישט געוֶוען אִין דֶער אוּן דֶער נַאכְט? (וָואס זִי הָאט אִים געזָאגְט). עֶנְפֶערְט עֶר אִיר: יא, וָואס אִיז דֶען? עֶנְפֶערְט זִי אִים: אִין דֶער נַאכְט, הָאט זִיךְ מִיר אוֹיךְ געחולמְט, אַז אִיךְ בִּין אַ גְרוֹיסֶע עַשִׁירת. אוּן סֶע זֶענֶען געקוּמֶען מֶענְטשְׁן צוּ מִיר אִין שְׁטוּבּ אַרַיין, אוּן הָאבּן געמַאכְט פַּאקן פַּאקן. הָאבּ אִיךְ זֵיי געפְרֶעגְט: וואוהִין וִוילְט אִיר דָאס טְרָאגן. הָאבּן זֵיי געעֶנְפֶערְט: צוּ דֶעם אָרֶעמַאן (דְהַיינוּ צוּם בֶּערְגֶער וָואס זֵיי רוּפן אִים שׁוֹין הַיינְט אָרֶעמַאן), בְּכֵן וָואס קוּקְסְטוּ אוֹיף אַ חָלוֹם. אַלְמַיי מִיר הָאט זִיךְ אוֹיךְ געחולְמְט. אוּן דֶער בֶּערְגֶער אִיז הַיינְט נָאךְ מֶער דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן אוּן אִיז פַארְטוּמלְט געוָוארן. וַוייל עֶר הָאט דֶערְהֶערְט אִיר חָלוֹם אוֹיךְ. וָוארן עֶס וַוייזְט עֶפֶּעס אוֹיס, אַז מֶען זָאל אִיבֶּערטְרָאגן זַיין עַשִׁירוֹת מִיט זַיין גוּטְס צוּם אָרֶעמַאן. אוּן דֶעם אָרֶעמַאנס דַלוּת זָאל מֶען אִים אִיבֶּערטְרָאגְן. אִיז עֶר זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן.

וַיְהִי הַיּוֹם אִיז דִי בֶּערְגֶערין געפָארן שְׁפַּאצִירְן זִיךְ מִיט אַ קַארֶעטֶע. אוּן זִי הָאט מִיט גענוּמֶען מִיט זִיךְ נָאךְ וַוייבֶּער. אוּן דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ הָאט זִי אוֹיךְ מִיט גענוּמֶען. אוּן זֶענֶען געפָארן נַאשְׁפַּאצִיר. דֶערְוַוייל, אִיז דורְךְ געפָארן אַ יֶעדְנִירַאל מִיט זַיין חַיִל. הָאבּן זֵיי אִים אָפְּגעטְראטן פוּן דֶעם וֶועג, אִיז דָאס חַיִל דורְךְ געגַאנְגֶען. הָאט דֶער יֶעדְנִירַאל געזֶען אַז סֶע פָארן וַוייבֶּער, הָאט עֶר געהֵייסן אַז מֶען זָאל אַרוֹיסנֶעמֶען אֵיינֶע פוּן זֵיי זֶענֶען זֵיי געגַאנְגֶען אוּן הָאבּן אַרוֹיסגענוּמֶען דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ. אוּן זֵיי הָאבּן זִי אַרַיינגעכאפְּט אִין דֶעם יֶעדְנִירַאלְס קַארֶעטֶע אוּן זֶענֶען מִיט אִיר אַוֶועקגעפָארן. קְרִיק נֶעמֶען קָאן מֶען שׁוֹין אַוַודְאַי נִישט, וָוארן עֶר אִיז וַוייטֶער אַוֶועקגעפָארן. בִּפְרַט אַ יֶעדְנִירַאל מִיט זַיין חַיִל. אוּן דֶער יֶעדְנִירַאל הָאט זִי גענוּמֶען. אוּן אִיז מִיט אִיר געפָארן אִין זַיין מְדִינָה אַרַיין אוּן זִי אִיז געוֶוען אַ יִרְאַת שָׁמַיִם (דְהַיינוּ זִי הָאט מוֹרָא געהַאט פַאר גָאט) אוּן זִי הָאט אִים גָאר נִישט געוָואלְט צוּ הֶערן, אוּן זִי הָאט זֵייעֶר געוֵויינְט. אוּן מֶען הָאט זִי זֵייעֶר געבֶּעטן, אוּן מֶען הָאט זִי אָנגערֶעדט, אוּן זִי אִיז אָבֶּער געוֶוען זֵייעֶר אַ גְרוֹיסֶע יִרְאַת שָׁמַיִם. אוּן זֵיי (דְהַיינוּ דִי בֶּערְגֶערִין מִיט דִי אִיבְּרִיקֶע וַוייבֶּער) הָאבּן זִיךְ אוּמגעקֶערְט פוּן דֶעם שְׁפַּאצִירְן. אוּן דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ אִיז נִישט דָא. הָאט דֶער אָרֶעמַאן זֵייעֶר געוֵויינְט אוּן הָאט זִיךְ געשְׁלָאגן קָאפּ אִין דֶער וַואנְט אוּן הָאט תָּמִיד זֵייעֶר געטְרוֹיעֶרְט אוֹיף זַיין וַוייבּ.

אַמָאל אִיז דֶער בֶּערְגֶער פִיר געגַאנְגֶען פַאר דֶעם אָרֶעמַאנס שְׁטוּב. הָאט עֶר געהֶערְט וִוי דֶער אָרֶעמַאן וֵוינְט זֵייעֶר בִּיטֶער אוּן שְׁלָאגְט זִיךְ קָאפּ אִין דֶער וַואנְט. אִיז דֶער בֶּערְגֶער צוּ אִים אַרַיין געגַאנְגֶען. אוּן הָאט אִים געפְרֶעגְט: וָואס וֵויינְסְטוּ אַזוֹי שְׁטַארְק. הָאט עֶר אִים געעֶנְפֶערְט: פַארְוָואס זָאל אִיךְ נִישט וֵויינֶען. וָואס אִיז מִיר דֶען געבְּלִיבְּן. בַּיי אֵינֶעם בְּלַייבְּט דָאס עַשִׁירוֹת, אָדֶער סֶע בְּלַייבְּט קִינְדֶער, אִיךְ הָאבּ גָאר נִישט. אוּן מַיין וַוייבּ הָאט מֶען אוֹיךְ בַּיי מִיר אַוֶועקגענוּמֶען. וָואס אִיז מִיר געבְּלִיבְּן. הָאט עֶס דֶעם בֶּערְגער זֵייעֶר אָנְגעכאפְּט בַּיים הַארְץ. אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גְרוֹיס רַחְמָנוֹת געהַאט אוֹיף דֶעם אָרֶעמַאן, מַחְמַת עֶר הָאט געזֶען זַיין בִּיטֶערְנִישׁ, עֶר טְרוֹיעֶרְט זֵייעֶר. אוּן אִיז געגַאנְגֶען (דֶער בֶּערְגער) אוּן הָאט געטָאן אַ וִוילְדֶע זַאךְ אוּן סֶע אִיז טַאקֶע גְעוֶוען צוּם אֶמֶת אַ שִׁגָעוֹן. אוּן עֶר אִיז געגַאנְגֶען אוּן הָאט געפְרֶעגְט אִין וֶועלְכֶער מְדִינָה סֶע וואוֹינְט דֶער יֶעדְנִירַאל. אוּן אִיז אַהִין געפָארְן. אוּן עֶר הָאט געטָאן אַ וִוילְדֶע זַאךְ. אוּן עֶר אִיז אַרַיינגעגַאנְגֶען צוּם יֶעדְנִירַאל אִין שְׁטוּבּ אַרַיין. אוּן דָארְט פַאר דֶעם יֶעדְנִירַאל שְׁטֵייעֶן זִיךְ וַואכן. אוּן עֶר מַחְמַת זֵייעֶר גְרוֹיס בְּהָלָה אִיז עֶר פְּלוּצעם מִיט גְרוֹיס בְּהָלָה געגַאנְגֶען אוּן הָאט זִיךְ גָאר נִישט אוּמגעקוּקְט אוֹיף דִי וַואכן. אוּן דִי וַואכן זֶענֶען אוֹיךְ דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן אוּן זֶענֶען זֵייעֶר פַארְטוּמֶעלְט געוָוארן. מַחְמַת זֵיי הָאבּן פְּלוּצעם געזֶען אַ מֶענְטשׁ לֶעבּן זִיךְ מִיט גְרוֹיס בְּהָלָה. זֶענֶען זֵיי זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן. וִוי קוּמְט דֶער אַהֶער. אוּן מַחְמַת בְּהָלָה הָאבּן אִים אַלֶע וַואכן געלָאזְט. אוּן עֶר אִיז אַרִיבֶּער אַלֶע וַואכן בִּיז עֶר אִיז אַרַיינגעקוּמֶען צוּם יֶעדְנִירַאל אִין שְׁטוּבּ אַרַיין. צוּ דֶעם אָרְט וָואס זִי אִיז דָארְט געלֶעגן. אוּן עֶר אִיז געקוּמֶען אוּן עֶר הָאט זִי אוֹיפגעוֶועקְט אוּן הָאט צוּ אִיר געזָאגְט: קוּם. וִוי זִי הָאט אִים דֶערְזֶען אִיז זִי דֶערְשְׁרָאקן געוָוארן. הָאט עֶר אִיר געזָאגְט: תֵּיכֶּף קוּם מִיט מִיר. אִיז זִי מִיט אִים געגַאנְגֶען. זֶענֶען זֵיי אִיצְט אוֹיךְ אַרִיבֶּער אִיבֶּער אַלֶע וַואכן בִּיז זֵיי זֶענֶען אַרוֹיסגעקוּמֶען.

דֶערְנָאךְ הָאט עֶר זִיךְ עֶרְשְׁט אַרוּמגעקוּקְט אוּן עֶר הָאט זִיךְ עֶרְשְׁט דֶערְמַאנְט וָואס עֶר הָאט דָא געטָאן. אַזוֹי אַ וִוילְדֶע זַאךְ. אוּן עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָא וֶועט בְּוַודְאַי תֵּיכֶּף וֶוערן אַ גְרוֹיס געפִּילְדֶער בַּיי דֶעם יֶעדְנִירַאל. אוּן סֶע אִיז טַאקֶע אַזוֹי געוֶוען. סֶע געוָוארן תֵּיכֶּף אַ גְרוֹיס געפִּילְדֶער בַּאם יֶעדְנִירַאל. אִיז געגַאנְגֶען דֶער בֶּערְגֶער. אוּן הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטן מִיט אִיר אִין אַ גְרוּבּ וָואס דָארְט אִיז געוֶוען רֶעגן וַואסֶער. בִּיז דֶער רַעַשׁ וֶועט אִיבֶּער גֵיין. אוּן עֶר הָאט דָארְט מִיט אִיר געזָאמְט צְוֵוי טָאג. הָאט זִי געזֶען דָאס מְסִירַת נֶפֶשׁ וָואס עֶר הָאט פוּן אִירֶעט וֶועגן. אוּן דִי צָרוֹת וָואס עֶר לַייט אִיבֶּער אִיר. הָאט זִי געשְׁוואוֹירן בַּיי גָאט, אַז גָאר אִיר מַזְל וָואס זִי הָאט, אֶפְשֶׁר הָאט זִי עֶפֶּעס אַ מַזְל, אַז זִי זָאל הָאבּן גְרוֹיס גְדוּלָה, אוּן הַצְלָחָה, זָאל גָאר אִיר הַצְלָחָה, נִישט זַיין פַאְרמִיטן פוּן אִים (דְהַיינוּ פוּן דֶעם בֶּערְגֶער), אוּן אַז עֶר וֶועט וֶועלן זִיךְ נֶעמֶען גָאר אִיר הַצְלָחָה מִיט אִיר גְדוּלָה, אוּן זִי זָאל בְּלַייבּן אַזוֹי וִוי פְרִיער, זָאל עֶס פוּן אִים גָאר נִישט פַארְמִיטן זַיין. לוּשְׁמִיר וִוי נֶעמְט מֶען דָארְט עֵדוּת. הָאט זִי גענוּמֶען דֶעם גְרוּבּ פַאר אֵיין עֵדוּת. נָאךְ צְוֵויי טָאג. אִיז עֶר מִיט אִיר פוּן דָארְט אַרוֹיסגעגַאנְגֶען אוּן אִיז וַוייטֶער געגַאנְגֶען. אוּן עֶר אִיז מִיט אִיר וַוייטֶער וַוייטֶער געגַאנְגֶען. אוּן עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָארְט. אִין דֶעם אָרְט. זוּכְט מֶען זִי אוֹיךְ. אִיז עֶר געגַאנְגֶען אוּן הָאט זִיךְ מִיט אִיר בַּאהַאלְטן נָאךְ אַמָאל אִין אַ מִקְוֶה. הָאט זִי זִיךְ דָארְט וִוידֶער אַמָאל דֶערְמַאנְט. דָאס מְסִירַת נֶפֶשׁ. אוּן דִי צָרוֹת וָואס עֶר לַייט פוּן אִירֶעט וֶועגן. הָאט זִי נָאךְ אַמָאל געשְׁוואוֹירן. אַזוֹי וִוי פְרִיר. אַז גָאר אִיר מַזְל וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן הָאט גענוּמֶען דִי מִקְוֶה צוּ עֵדוּת. זֶענֶען זֵיי דָארְט אוֹיךְ געוֶוען אַ קֶעגן צְוֵויי טָאג. אוּן זֵיי זֶענֶען אַרוֹיסגעגַאנְגֶען. אוּן זֶענֶען וַוייטֶער געגַאנְגֶען. הָאט עֶר וִוידֶער פַארְשְׁטַאנֶען. אַז מֶען זוּכְט דָא אוֹיךְ הָאט עֶר זִיךְ וִוידֶער מִיט אִיר בַּאהַאלְטן. אוּן אַזוֹי אִיז געוֶוען עֶטְלעכֶע מָאל. וָואס עֶר הָאט זִיךְ מִיט אִיר אַלֶע מָאל אִין אֵיין אַנְדֶער אָרְט בַּאהַלְטן דְהַיינוּ אִין זִיבְּן אלערְלֵיי וַואסֶערן. דְהַיינוּ אִין אַ גְרוּבּ מִיט וַואסֶער אוּן אִין אַ מִקְוֶה כַּנַּ"ל אוּן אַגַמִים (געמוֹיזעכְץ) אוּן אַ קְוַואל אוּן נְחָלִים (רִיטְשְׁקֶעס) אוּן נְהָרוֹת (טַייכן) אוּן יַמִים. אוּן אִין אִיטְלעכְן אָרְט וָואס זֵיי הָאבּן זִיךְ דָארְט בַּאהַלְטְן. הָאט זִי זִיךְ אַלְץ דֶערְמַאנְט אִין זַיין מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן דִי צָרוֹת וָואס עֶר לַייט פוּן אִירֶעט וֶועגן אוּן זִי הָאט אִים געשְׁוואוֹירן אַלְץ. אַז אִיר מַזְל וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן זִי הָאט אַלֶע מָאל גענוּמֶען דָאס אָרְט צוּ עֵדוּת כַּנַּ"ל. אוּן זֵיי זֶענֶען אַלְץ אַזוֹי געגַאנְגֶען אוּן זֵי הָאבּן זִיךְ אַלֶע מָאל בַּאהַאלְטן אִין דִי עֶרְטֶער (הַנַּ"ל) בִּיז זֵיי זֶענֶען געקוּמֶען אוֹיף דֶעם יַם. וִוי זֵיי זֶענֶען געקוּמֶען אוֹיף דֶעם יַם. אוּן דֶער בֶּערְגֶער אִיז געוֶוען אַ גְרוֹיסֶער סוֹחֵר. אוּן עֶר הָאט געוואוּסְט דִי גֶענְג אוֹיף דֶעם יַם הָאט עֶר זִיךְ געשְׁנִיטְן עֶר זָאל קוּמֶען אִין זַיין מְדִינָה אַרַיין בִּיז עֶר אִיז אִיבֶּער געפָארן דֶעם וֶועג אוּן אִיז אַהֵיים געקוּמֶען מִיט דֶעם אָרוּם מַאנְס וַוייבּ. אוּן הָאט זִי אָפּ געבְּרַאכְט דֶעם אָרוּם מַאן. אִיז דָארְט געוֶוען אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה.

אוּן דֶער בֶּערְגֶער, דֶערְפַאר וָואס עֶר הָאט געטָאן אַזוֹי אַ זַאךְ. אוּן דֶערְצוּ אִיז עֶר עֹמֵד בְּנִסָיוֹן (בַּייגעשְׁטַאנֶען בַּיי דֶער פְּרוּוו) מִיט אִיר (דְהַיינוּ וָואס עֶר הָאט מוֹרָא געהַאט פַאר גָאט אוּן הָאט זִי נִישט אָנְגערִירְט), דֶערְפַאר אִיז עֶר נִפְקַד געוָוארן (דְהַיינוּ געדַאכְט געוָוארן בַּיי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ) אוּן עֶר הָאט געהַאט דָאס יָאר אַ זוּן, אוּן זִי אוֹיךְ דְהַיינוּ דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ דֶערְפַאר וָואס זִי אִיז בַּאשְׁטַאנֶען אִין אַזוֹי אַ נִיסָיוֹן מִיט דֶעם יֶעדְנִירַאל אוּן מִיט אִים. דֶערְפַאר הָאט זִי זוֹכֶה געוֶוען אוּן זִי הָאט געהַאט אַ טָאכְטֶער אוּן זִי אִיז געוֶוען אַ פַּארְשׁוֹין זֵייעֶר אַ וִוילְד גְרוֹיסֶע פַּארְשׁוֹין וָואס סֶע אִיז גָאר קֵיין מֶענְטְשְׁלעךְ שֵׁיינְקֵייט נִישט געוֶוען. וָוארן צְוִוישְׁן מֶענְשְׁן זֶעט מֶען גָאר אַזוֹי אַ שׁיינְקֵייט נִישט. דִי וֶועלְט פְלֶעגְט זָאגן הַלְוַאי סֶע זָאל אוֹיס וַואקְסן. (וָוארן אַזוֹי אַ וִוילְד חִידוּשׁ אִיז שְׁוֶוער אַז סֶע זָאל אוֹיס וַואקְסן) וָוארן אִיר שֵׁיינְקֵייט אִיז געוֶוען גָאר וִוילְד. וָואס מען זֶעט אַזוֹינְס אוֹיף דֶער וֶועלְט נִישט. פְלֶעגְט דִי וֶועלְט אַרַיין גֵיין אוּן פְלֶעגן קוּמֶען זִי זֶען. אוּן פְלֶעגן זִיךְ זֵייעֶר פַארוואוּנְדֶערן אוֹיף אִיר שׁיינְקֵייט וָואס סֶע אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר וִוילְד געוֶוען אוּן פְלֶעגן אִיר שֶׁענְקֶען מַתָּנוֹת אַלֶע מָאל מַחְמַת לִיבְּשַׁאפְט אוּן זֵיי הָאבּן אַזוֹי אַלְץ געשֶׁענְקְט מַתָּנוֹת. בִּיז דֶער אָרֶעמַאן אִיז רַייךְ געוָוארן. אוּן דֶער בֶּערְגֶער. אִיז אִים געפַאלן אִין זִין אַרַיין. אַז עֶר זָאל זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט דֶעם אָרֶעמַאן. מַחְמַת אִיר גְרוֹיס שֵׁיינְקֵייט. וָואס סֶע געוֶוען אַזוֹי אַ חִידוּשׁ. אוּן עֶר הָאט זִיךְ געטְרַאכְט אֶפְשֶׁר וֶועט דְערוֹיף בַּאטַייטן דֶער חָלוֹם. (וָואס סֶע הָאט זִיךְ אִים געחולְמט) אַז מֶען טְרָאגְט אִיבֶּער זַיינְס צוּם אָרֶעמַאן. אוּן פוּן דֶעם אָרוּם מַאן טְרָאגְט מֶען אִיבֶּער צוּם אִים (כַּנַּ"ל) אֶפְשֶׁר בַּאטַייט עֶס דְערוֹיף אַז זֵיי וֶועלן זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין. וֶועלן זֵיי אִין אֵיינֶעם אוֹסְגעמִישְׁט וֶוערן דורְךְ דֶעם שִׁידוּךְ.

אַמָאל אִיז דֶעם אָרֶעמַאנס וַוייבּ אַרַיין געקוּמֶען צוּם בֶּערְגֶער. הָאט עֶר עֶס אִיר געזָאגְט. אַז עֶר הָאט חֵשֶׁק מִיט אִיר זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין. אוּן אֶפְשֶׁר וֶועט דֶערְמִיט מְקוּיָם וֶוערן דֶער חָלוֹם כַּנַּ"ל. הָאט זִי אִים געעֶנְפֶערְט אִיךְ הָאבּ דָאס אוֹיךְ אִין זִין געהַאט. נָאר אִיךְ הָאבּ נִישט געהַאט קֵיין הַעָזָה. אִיךְ זָאל מִיט אַייךְ דֶערְפוּן שְׁמוּעסן. אַז אִיךְ זָאל מִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אַייךְ. נָאר אַז אִיר וִוילְט. בִּין אִיךְ אַוַודְאַי גְרֵייט. אוּן אִיךְ וֶועל בְּוַודְאַי פוּן אַייךְ נִישט פַארְמַיידן. וָוארן אִיךְ הָאבּ זִיךְ געשְׁוואוֹירן אַז גָאר מַיין גוּטְס אוּן מַיין הַצְלָחָה זָאל פוּן אַייךְ נִיט זַיין פַארְמִיטן.

אוּן דֶער זוּן (פוּן דֶעם בֶּערְגֶער) אוּן דִי טָאכְטֶער. הָאבּן בֵּיידֶע געלֶערנְט אִין אֵיין חֵדֶר לְשׁוֹנוֹת אוּן אַנְדֶערֶע זַאכן אַזוֹי וִוי דֶער סֵדֶר אִיז בַּיי זֵיי. אוּן דִי טָאכְטֶער פְלֶעגְט מֶען קוּמֶען זִי זֶען מַחְמַת גְרוֹיס חִידוּשׁ אוּן מֶען הָאט אַלְץ געשֶׁענְקְט מַתָּנוֹת. בִּיז דֶער אָרֶעמַאן אִיז רַייךְ געוָוארן. אוּן סֶע פְלֶעגן קוּמֶען שְׂרָרוֹת זִי זֶען. אוּן זִי אִיז זֵיי זֵייעֶר געפֶעלן. אוּן אִיר שֵׁיינְקֵייט אִיז בַּיי זֵיי אַ וִוילְד חִידוּשׁ געוֶוען. וָוארן סֶע גָאר נִישט געוֶוען קֵיין מֶענְטְשְׁלעךְ שֵׁיינְקֵייט. אוּן מַחְמַת אִיר וִוילְד גְרוֹיס שֵׁיינְקֵייט, אִיז שְׂרָרוֹת געקוּמֶען אוֹיף דֶעם זִין, אַז זֵיי זָאלן זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט דֶעם אָרֶעמַאן. אוּן אַ שְׂרָרָה וָואס עֶר הָאט געהַאט אַ זוּן, הָאט עֶר חֵשֶׁק געהַאט זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אִיר. לוּשְׁמִיר סֶע אִיז דִי שְׂרָרוֹת נִישט אָנגעשְׁטַאנֶען מִיט אִים זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין. (דְהַיינוּ מִיט דֶעם אָרֶעמַאן) אִיבֶּער דֶעם הָאבְּן זֵיי געמוּזְט זֶען זִיךְ מִשְׁתַּדֵּל זַיין דֶעם מֶענְטְשׁ גְרוֹיס מַאכן (דְהַיינוּ דֶעם אָרֶעמַאן) אוּן זֵיי הָאבְּן געזֶען אַז עֶר זָאל דִינֶען בַּיים קֵיסֶר. אוּן עֶר אִיז געוָוארן פְרִיער אַ פְּרָאפִּירְטְשִׁיק . אוּן דֶערְנָאךְ הֶעכֶער הֶעכֶער אַלֶע מָאל. וָוארְן זֵיי הָאבּן געזֶען אִים גִיךְ צוּ הֵייבּן אַלֶע מָאל בִּיז עֶר אִיז גִיךְ געוָוארן אַלֶע מָאל הֶעכֶער הֶעכֶער. בִּיז עֶר אִיז געוָוארן אַ יֶעדְנִירַאל, אוּן דִי שְׂרָרוֹת הָאבּן שׁוֹין געוָואלְט זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אִים. נָאר סֶע זֶענֶען געוֶוען אַסַאךְ שְׂרָרוֹת וָואס זֵיי הָאבּן דָאס געוָואלְט, וָוארן אַסַאךְ שְׂרָרוֹת זֶענֶען דְערוֹיף געפַאלן, אוּן הָאבּן זִיךְ דְערִינֶען געפָּארט, צוּ הֵייבּן אִים אַלֶע מָאל (אִיבֶּער דֶעם הָאט עֶר זִיךְ נִישט געקָאנְט מִיט קֵיינֶעם מְשַׁדֵךְ זַיין). אוּן דֶערְצוּ הָאט עֶר זִיךְ נִישט געקָאנְט מִיט קֵיינֶעם מְשַׁדֵךְ זַיין מַחְמַת דֶעם בֶּערְגֶער. וָוארִן מֶען הָאט שׁוֹין געשְׁמוּעסְט אַז מֶען זָאל זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אִים.

אוּן דֶער אָרֶעמַאן. וָואס עֶר אִיז שׁוֹין געוָוארן אַ יֶעדְנִירַאל. הָאט עֶר וַוייטֶער אוּן וַוייטֶער זֵייעֶר מַצְלִיחַ גִיוֶוען. אוּן דֶער קֵיסֶר פְלֶעגְט אִים שִׁיקִין אִין מִלְחָמוֹת אַרַיין. הָאט עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ גִיוֶוען אַלֶע מָאל. הָאט אִים דֶער קֵיסֶר נָאךְ הֶעכֶער אוֹיף גִיהוֹיבִּין אַלֶע מָאל הֶעכֶער הֶעכֶער. אוּן עֶר הָאט אַלְץ זֵייעֶר מַצְלִיחַ גִיוֶוען. בִּיז דֶער קֵיסֶר אִיז גִישְׁטָארְבִּין. הָאט זִיךְ דִי גַאנְצֶע מְדִינָה מְיַישֵׁב גִיוֶוען. אַז זֵיי זָאלִין אִים מַאכִין פַאר קֵייסֶר אוּן סֶע זֶענֶען צוּם אוֹיף גִיקוּמֶען אַלֶע שְׂרָרוֹת. אוּן זֵיי הָאבִּין אַלֶע מַסְכִּים גִיוֶוען אַז עֶר זָאל זַיין קֵיסֶר אִיז עֶר גִיוָוארִין קֵיסֶר. (הַיינוּ דֶער אָרוּם מַאן הַנַּ"ל אִיז שׁוֹין גִיוָוארִין קֵיסֶר) אוּן עֶר הָאט גִיהַאלְטִין מִלְחָמוֹת. אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר מַצְלִיחַ גִיוֶוען. אוּן עֶר הָאט אַיינְגִינוּמֶען מְדִינוֹת. אוּן עֶר הָאט וַוייטֶער מִלְחָמוֹת גִיהַאלְטִין אוּן הָאט אַלְץ מַצְלִיחַ גִיוֶוען. אוּן הָאט אַלֶע מָאל וַוייטֶער אָפּ גִינוּמֶען מְדִינוֹת. בִּיז דִי אִיבְּרִיקֶע מְדִינוֹת הָאבִּין זִיךְ אַלֵיין אוּנְטֶער גִיגֶעבְּן אוּנְטֶער אִים מִיט גוּטְן וִוילִין. וָוארִין זֵיי הָאבִּין גִיזֶעהְן דִי הַצְלָחָה זַיינֶע אִיז זֵייעֶר גְרוֹיס. וָוארִין גָאר דָאס שֵׁיינְקֵייט פוּן דֶער וֶועלְט אוּן גָאר דָאס מַזְל פוּן דֶער וֶועלְט אִיז בַּיי אִים. הָאבְּן זִיךְ אַיין גִיזַאמְלְט אִין אֵיינֶעם אַלֶע מְלָכִים. אוּן הָאבִּין מַסְכִּים גִיוֶוען. אַז עֶר זָאל זַיין אַ קֵיסֶר אִיבֶּער גָאר דֶער וֶועלְט. אוּן זֵיי הָאבִּין אִים גִיגִיבִּין אַ כְּתַב מִיט גִילְדֶענֶע אוֹתִיוֹת.

אוּן דֶער קֵיסֶר (דְהַיינוּ דֶער אָרוּם מַאן וָואס עֶר אִיז גִיוָוארִין קֵיסֶר אִיבֶּער גָאר דֶער וֶועלְט) הָאט שׁוֹין הַיינְט נִיט גִיוָואלְט זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט דֶעם בֶּערְגֶער. וָוארִין סֶע שְׁטֵייט נִיט אָן אַ קֵייסֶר זָאל זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אַ בֶּערְגֶער. אוּן זַיין וַוייבּ דִי קֵיסֶרְטֶע. זִי הָאט נִיט אָפְּגִיטְרֶעטִין פוּן דֶעם בֶּערְגֶער (דְהַיינוּ זִי הָאט מִיט דֶעם בֶּערְגֶער גִיהַאלְטִין וָוארִין עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גִיוֶוען פוּן אִירֶעט וֶועגְן כַּנַּ"ל) הָאט דֶער קֵיסֶר גִיזֶעהְן אַז עֶר קָאן קֵיין שִׁידוּךְ נִיט טָאן מַחְמַת דֶעם בֶּערְגֶער. בִּפְרַט זַיין וַוייבּ הַאלְט מִיט אִים זֵייעֶר. דְרוּם הָאט עֶר אָנְגִיהוֹיבִּין צוּ טְרַאכְטְן מַחְשָׁבוֹת אוֹיף דֶעם בֶּערְגֶער. אוּן אִין דֶער תְּחִילָה הָאט עֶר גִיזֶעהְן אִים בְּדַלוּת צוּ שְׁטֶעלִין אוּן עֶר הָאט גִיטָאן תַּחְבּוּלוֹת. גְלַייךְ אַז וִוי סֶע אִיז נִיט פוּן אִים. אוּן הָאט אַלְץ גִיזֶעהְן אִים גוֹרֵם צוּ זַיין הֶיזֵיקוֹת. אוּן אַ קֵיסֶר קָאן דָאס בְּוַודְאַי טָאן. הָאט מֶען אִים אַלֶע מָאל שָׁאדִין גִיטָאן אוּן מִהָאט אִים אַלְץ אִיזְבּאוֹיט גֶעלְט. בִּיז עֶר אִיז בְּדַלוּת גִיוָוארִין. אוּן עֶר אִיז גִיוָוארִין גָאר אֵיין אָרוּם מַאן. אוּן זִי דִי קֵיסֶרְ'טֶע הָאט אַלְץ מִיט דֶעם בֶּעְרגֶער גִיהַאְלְטִין. נָאךְ דֶעם הָאט דֶער קֵיסֶר גִיזֶעהְן. אַז כָּל זְמַן דֶער זוּן לֶעבְּט (דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן) קָאן עֶר קֵיין אַנְדֶערִין שִׁידוּךְ נִיט טָאן. הָאט דֶער קֵיסֶר זִיךְ מִשְׁתַּדֵל גִיוֶוען דֶעם בָּחוּר מַעֲבִיר זַיין פוּן דֶער וֶועלְט. אוּן עֶר הָאט גִיטְרַאכְט מַחְשָׁבוֹת אִים מַעֲבִיר צוּ זַיין. אוּן עֶר הָאט אוֹיף אִים אוֹיף גִישְׁטֶעלְט בִּלְבּוּלִים. אוּן הָאט אוֹיף אִים גִיזֶעצְט שׁוֹפְטִים זֵיי זָאלִין אִים מִשְׁפֶּטִין. אוּן דִי שׁוֹפְטִים הָאבִּין פַארְשְׁטַאנֶען אַז דֶעם קֵיסֶרְס רָצוֹן אִיז אַז מִזָאל אִים מַעֲבִיר מִן הָעוֹלָם זַיין הָאבִּין זֵיי אוֹיס גִיגִיבְּן דֶעם מִשְׁפָּט. אַז מִזָאל אִים אַרַיין לֵייגִין אִין אַ זַאק (דְהַיינוּ דֶעם בָּחוּר דֶער זוּן פוּן דֶעם בֶּערְגֶער) אוּן מִזָאל אִים אַרַיין וַוארְפִין אִין יַם אַרַיין. אוּן דִי קֵייסֶרְטֶע. קָאן אוֹיךְ גָאר נִיט טָאן אַקֶעגִין קֵיסֶר. אִיז זִי גִיגַאנְגֶען צוּ דִי מְמוּנִים וָואס זֵיי זֶענֶען מְמוּנָה גִיוֶוען (גִיזֶעצְט גִיוֶוען) אִים אַרַיין צוּ וַוארְפִין אִין יַם אַרַיין אוּן זִי אִיז גִיקוּמֶען צוּ זֵיי אוּן אִיז זֵיי גִיפַאלִין צוּ דִי פִיס. אוּן זִי הָאט זֵיי זֵייעֶר גִיבֶּעטִין. אַז זֵיי זָאלִין דָאס אִיר צוּלִיבּ טָאן אוּן זֵיי זָאלִין אִים אַוֶועק לָאזִין. וָוארִין פַארְוָואס קוּמְט אִים מִיתָה. אוּן זִי הָאט זֵיי זֵייעֶר גִיבֶּעטִין אַז זֵיי זָאלִין נֶעמֶען אֵיין אַנְדֶערְן שָׁבוּי וָואס עֶר אִיז חַיָיב מִיתָה אוּן זֵיי זָאלִין אִים אַרַיין וַוארְפְן אִין יַם. אוּן דֶעם בָּחוּר זָאלִין זֵיי לָאזִין. הָאט זִי דָאס בַּיי זֵיי גִיפּוֹעְלְט. הָאבִּין זֵיי אִיר גִישְׁוואוֹירִין אַז זֵיי זָאלְין אִים לָאזִין. אוּן זֵיי הָאבִּין אַזוֹי גִיטָאן. אוּן זֵיי הָאבִּין גִינוּמֶען אֵיין אַנְדֶערְן מֶענְטְשׁ אוּן הָאבִּין אִים אַרַיין גִיוָוארְפִין אִין יַם אַרַיין. אוּן אִים הָאבִּין זֵיי גִילָאזְט. אוּן הָאבִּין אִים גִיזָאגְט. גֵיי גֵיי אִיז עֶר זִיךְ אַוֶועק גִיגַאנְגֶען. אוּן דֶער בָּחוּר אִיז שׁוֹין גִיוֶוען אַ בַּר דַעַת אִיז עֶר זִיךְ אַוֶועק גִיגַאנְגֶען.

אוּן פַאר דֶעם דְהַיינוּ פְרִיר אֵיי דֶער בָּחוּר אִיז אַוֶועק אִיז גִיגַאנְגֶען דִי קֵיסֶרְטֶע. אוּן הָאט גִירוּפְן אִיר טָאכְטֶער אוּן זִי הָאט צוּ אִיר אַזוֹי גִיזָאגְט. מַיין טָאכְטֶער. זָאלְסְט וִויסִין אַז דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן עֶר אִיז דַיין חָתְן. אוּן הָאט אִיר דֶערְצֵיילְט גָאר דִי מַעֲשֶׂה וָואס מִיט אִיר הָאט זִיךְ גִיטָאן. אוּן וִוי דֶער בֶּערְגֶער הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גִיוֶוען פוּן מַיינֶעט וֶועגִין. אוּן עֶר אִיז מִיט מִיר גִיוֶוען אִין דִי זִיבִּין עֶרְטֶער (דְהַיינוּ אִין דִי זִיבִּין עֶרְלֵיי וַואסֶערִין) אוּן אִיךְ הָאבּ אִים אַלֶע מָאל גִישְׁוואוֹירִין בַּיי גָאט אַז גָאר מַיין גוּטְץ זָאל פוּן אִים נִיט זַיין פַארְמִיטִין. אוּן אִיךְ הָאבּ גִינוּמֶען דִי זִיבִּין עֶרְטֶער צוּ עֵדוּת (דְהַיינוּ דֶעם גְרוּבּ אוּן דִי מִקְוֶה אוּן דִי אַלֶע אִיבְּרִיקֶע זִיבִּין אִירְלֵיי וַואסֶערִין) בְּכֵן הַיינְט. בִּיסְטוּ זִיךְ גָאר מַיין גוּטְץ אוּן גָאר מַיין מַזְל אוּן מַיין גְלִיק. בִּיסְטוּ בְּוַודְאַי זַיין. אוּן זַיין זוּן עֶר אִיז דַיין חָתְן. אוּן דַיין טַאטֶע מַחְמַת זַיין גַדְלוּת וִויל עֶר אִים הַרְגֶענֶען אוּמְזִיסְט. אוּן אִיךְ הָאבּ מִיךְ שׁוֹין מִשְׁתַּדֵל גִיוֶוען אִים מַצִיל צוּ זַיין. אוּן אִיךְ הָאבּ גִיפּוֹעֶלְט אַז מִזָאל אִים לָאזִין. עַל כֵּן. זָאלְסְטוּ וִויסִין אַז עֶר אִיז דַיין חָתְן (דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן) אוּן דוּ זָאלְסְט נִיט וֶועלִין קֵיין שׁוּם אַנְדֶערִין חָתְן אִין דֶער וֶועלְט.

הָאט דִי טָאכְטֶער צוּ גִינוּמֶען דֶער מוּטֶערְס רֵייד. וָוארְן זִי אִיז אוֹיךְ גִיוֶוען אַ יִרְאַת שָׁמַיִם. אוּן זִי הָאט גִיעֶנְפֶערְט דֶער מוּטֶער. אַז זִי וֶועט בְּוַודְאַי הַאלְטִן אִירֶע רֵייד. אִיז גִיגַאנְגֶען דִי טָאכְטֶער. אוּן הָאט גִישִׁיקְט אַ כְּתַב צוּם דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן אִין דֶער תְּפִיסָה אַרַיין. אַז זִי הַאלְט זִיךְ אִין אִים. אוּן עֶר אִיז אִיר חָתְן. אוּן זִי הָאט אִים גִישִׁיקְט אַזוֹי וִוי אַ שְׁטִיק לַאנְד קַארְט. אוּן זִי הָאט דְרוֹיף אוֹיס גִימָאלְט אַלֶע עֶרְטֶער וָואס דִי מוּטֶער אִירֶע הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטִין מִיט זַיין פָאטֶער. וָואס זֵיי זֶענֶען דִי זִיבִּין עֵדוּת. דְהַיינוּ דֶער גְרוּבּ אוּן דִי מִקְוֶה אוּן דִי אִיבְּרִיקֶע כַּנַּ"ל. דְהַיינוּ זִי הָאט דְרוֹיף אוֹיס גִימָאלְט אַזוֹי וִוי אַ גְרוּבּ אוּן אַזוֹי וִוי אַ מִקְוֶה אוּן אַזוֹי דִי אִיבְּרִיקֶע זִיבִּין אִירְלֵיי וַואסֶערְן. אוּן זִי הָאט אִים זֵייעֶר זֵייעֶר אָנְגִיזָאגְט. אַז עֶר זָאל דָאס כְּתַב זֵייעֶר זֵייעֶר הִיטִין. אוּן זִי הָאט זִיךְ אוּנְטְן אוּנְטֶער גִחַתְמֶ'ט.

דֶערְנָאךְ אִיז אַזוֹי גִיוֶוען כַּנַּ"ל. דִי מְמוּנִים הָאבִּין גִינוּמֶען אֵיין אַנְדֶערִין מֶענְטְשְׁן. אוּן אִים הָאבְּן זֵיי גִילָאזְט. אִיז עֶר זִיךְ אַוֶועק גִיגַאנְגֶען. אוּן עֶר אִיז גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען בִּיז עֶר אִיז גִיקוּמֶען צוּם יַם. הָאט עֶר זִיךְ גִיזֶעצְט אוֹיף אֵיין שִׁיף אוּן אִיז אַוֶועק אוֹיף דֶעם יַם. אִיז אָנְגִיקוּמֶען אַ גְרוֹיסֶער שְׁטוֹרֶעם וִוינְט. אוּן הָאט אַוֶועק גִיטְרָאגִין דִי שִׁיף צוּ אֵיין בָּארְטִין וָואס דָארְט אִיז גִיוֶוען מִדְבָּר (דְהַיינוּ וִויסְט) אוּן מַחְמַת דֶעם גְרוֹיסִין אִימְפֶּעט אִיז דִי שִׁיף צוּ בְּרָאכִין גִיוָוארִין נָאר דִי מֶענְשְׁן פוּן דֶער שִׁיף זֶענֶען נִיצוּל גִיוָוארִין אוּן זֵיי זֶענֶען אַרוֹיס אוֹיף דֶער יַבָּשָׁה.

אוּן דָארְט אִיז גִיוֶוען מִדְבָּר זֶענֶען דִי מֶענְשִׁין פוּן דֶער שִׁיף געגאנגען זִיךְ זוכן עֶפֶּעס עסן. אִיטְלִיכֶער הָאט זִיךְ געזוכט עֶפֶּעס עסן. ווארן אוֹיף דֶעם אָרְט אִיז נִיט געווען דֶער סֵדֶר אַז דִי שִׁיפִין זאלן אַהִין אָנְקוּמֶען. ווארן סֶע אִיז געווען מִדְבָּר. אִיבֶּער דֶעם הָאבִּין זֵיי זִיךְ נִיט גִירֶעכְט דָארְט אַז סֶע זָאל עֶפֶּעס אַ שִׁיף אָנְקוּמֶען אַז זֵיי זאלן זִיךְ אוּמְקֶערִין אַהֵיים. זֶענֶען זֵיי דָארְט געגאנגען אִין דֶער מִדְבָּר זִיךְ זוכן עסן. אוּן זֵיי זֶענֶען צוּשְׁפְּרֵייט גִיוָוארִין אַהִין אוּן אַהֶער אִיטְלִיכֶער בַּאזוּנְדֶער.

אִיז דֶער בָּחוּר געגאנגען אִין דֶער מִדְבָּר. אוּן עֶר אִיז גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען בִּיז עֶר הָאט זִיךְ דֶערְוַוייטֶערְט פוּן דֶעם בָּארְטְן אוּן עֶר הָאט זִיךְ גִיוָואלְט אוּמְקֶערְן. אוּן עֶר הָאט שׁוֹין נִיט גִיקֶענְט. אוּן וָואס עֶר הָאט זִיךְ גִיוָואלְט אוּם קֶערִין אִיז עֶר אַלְץ מֶער דֶערְוַוייטֶערְט גִיוָוארִין. בִּיז עֶר הָאט גִיזֶעהְן אַז עֶר קָאן זִיךְ שׁוֹין נִיט אוּמְקֶערִין. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען. אִין דֶער מִדְבָּר. אוּן עֶר הָאט גִיהַאט אִין דֶער הַאנְט אַ בּוֹיגִין וָואס עֶר הָאט זִיךְ מַצִיל גִיוֶוען אַ קֶעגִין דִי חַיוֹת רָעוֹת פוּן דֶער מִדְבָּר. אוּן וִוי עֶר אִיז גִיגַאנְגֶען. הָאט עֶר זִיךְ דָארְט גִיפוּנֶען עֶפֶּעס עֶסְן. אוּן עֶר אִיז אַזוֹי גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען בִּיז עֶר אִיז אַרוֹיס פוּן דֶער מִדְבָּר. אוּן עֶר אִיז גִיקוּמֶען צוּ אֵיין אָרְט. וָואס דָארְט אִיז גִיוֶוען אַ לֵיידִיק אָרְט. אוּן סֶע אִיז דָארְט גִיוֶוען וַואסֶער אוּן בֵּיימֶער אַרוּם פוּן פֵּירוֹת. אוּן עֶר הָאט גִיגֶעסְן פוּן דִי פֵּירוֹת אוּן הָאט גִיטְרוּנְקֶען פוּן דֶעם וַואסֶער. אוּן עֶר הָאט זִיךְ מְיַישֶׁב געווען אִין דֶער דֵיעָה. אַז עֶר זָאל דָארְט אַוֶועק זִיצְן וַוייל עֶר וֶועט לֶעבְּן. וָוארן בְּלוֹיז אִיז זִיךְ אִים שׁוֹין שְׁוֶוער אוּם צוּ קֶערְן זִיךְ אִין יִשׁוּב אַרַיין. אוּן וֶוער וַוייסְט צוּ עֶר וֶועט נָאךְ קוּמֶען צוּ אַזוֹי אֵיין אָרְט. אַז עֶר וֶועט דָאס אָרְט אַוֶועק לָאזְן. אוּן וֶועט פוּן דַאנֶעט אַוֶועק גֵיין. אִיבֶּער דֶעם הָאט עֶר גִעוָואלְט דָארְט אַוֶועק זִיצְן. אוּן עֶר זָאל דָארְט אִיבֶּער לֶעבְּן דִי וֶועלְט. וָוארְן סֶע אִיז אִים דָארְט גוּט געווען. וָוארְן עֶר הָאט זִיךְ געהאט דִי פֵּירוֹת צוּ עֶסְן. אוּן וַואסֶער צוּ טְרִינְקֶען. אוּן אַמָאל פְלֶעגְט עֶר זִיךְ אַרוֹיס גֵיין אוּן פְלֶעגְט זִיךְ שִׁיסְן מִיט זַיין בּוֹיגְן אַ הָאז אָדֶער אַ הֶערְשׁ הָאט עֶר גִעהַאט פְלֵיישׁ צוּ עֶסְן. אוּן עֶר פְלֶעגְט זִיךְ דָארְט כאפן פִישׁ וָוארְן דָארְט אִיז געווען זֵייעֶר גוּטֶע פִישׁ אִין דֶעם וַואסֶער. אִיז אִים געפעלן אַז עֶר זָאל דָארְט אִיבֶּער לֶעבְּן זַיינֶע יָארְן.

אוּן דֶער קֵיסֶר. נָאךְ דֶעם אַז סֶע אִיז שׁוֹין גִיטָאן געווארן דֶער מִשְׁפָּט אִין דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן אוּן עֶר אִיז אִים שׁוֹין פָּטוּר געווארן (וָוארְן דֶער קֵיסֶר הָאט געמיינט אַז מֶען הָאט טַאקֶע בֶּאֱמֶת אַזוֹי געטאן דֶעם מִשְׁפָּט אִין דֶעם בָּחוּר אוּן עֶר אִיז שׁוֹין אוֹיף דֶער וֶועלְט נִיט דָא) הַיינְט קָאן עֶר שׁוֹין אַ שִׁידוּךְ טָאן מִיט זַיין טָאכְטֶער. הָאט מֶען אִיר אנגעהויבן צוּ רֵיידְן שִׁידוּכִים. מִיט דֶעם מֶלֶךְ אוּן מִיט דֶעם מֶלֶךְ. אוּן עֶר הָאט אִיר געמאכט אַ הוֹיף אַזוֹי וִוי דֶער סֵדֶר אִיז. אוּן זִי אִיז דָארְט געזעסן. אוּן זִי הָאט זִיךְ גִינוּמֶען פַּאנֶעס שְׂרָרוֹת טֶעכְטֶער זֵיי זָאלְן מִיט אִיר זַיין. אוּן זִי אִיז דָארְט גִיזֶעסְן. אוּן זִי פְלֶעגְט שְׁפִּילְן אוֹיף כְּלֵי שִׁיר אַזוֹי וִוי זֵייעֶר סֵדֶר אִיז. אוּן וָואס מֶע הָאט אִיר גִירֶעט שִׁידוּכִים. הָאט זִי אַלְץ גִיעֶנְפֶערְט. אַז זִי וִויל נִיט קֵיין רֵייד דְהַיינוּ מֶע זָאל רֵיידְן דֶעם שִׁידוּךְ. נָאר עֶר זָאל אַלֵיין קוּמֶען (דְהַיינוּ דֶער וָואס עֶר וִויל זִי נֶעמֶען) אוּן זִי הָאט זֵייעֶר וואוֹיל גִיקָאנְט חָכְמַת הַשִׁיר (דְהַיינוּ דִי חָכְמָה מֶע זָאל רֵיידְן זֵייעֶר שֵׁיינֶע לִידֶער מִיט גְרוֹיס חָכְמָה). אוּן זִי הָאט געמאכט מִיט מְלָאכוֹת אֵיין אָרְט. וָואס עֶר זָאל אַרוֹיף קוּמֶען אוֹיף דֶעם אָרְט (דְהַיינוּ דֶער וָואס עֶר וִויל זִי נֶעמֶען) אוּן עֶר זָאל זִיךְ שְׁטֶעלְן אַ קֶעגְן אִיר. אוּן עֶר זָאל רֵיידְן אַ שִׁיר. דְהַיינוּ אַ שִׁיר שֶׁל חֵשֶׁק אַזוֹי וִוי אַ חָשׁוּק רֶעט צוּ זַיין חְשׁוּקָה (דְהַיינוּ רֵייד פוּן לִיבְּשַׁאפְט).

זֶענֶען גִיקוּמֶען מְלָכִים זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין. אוּן זֵיי זֶענֶען אַרוֹיף גִיקוּמֶען אוֹיף דֶעם אָרְט. אוּן זֵיי הָאבְּן גִירֶעט אִיטְלִיכֶער זַיין שִׁיר. הָאט זִי אַ טֵייל אַרוֹיס גִישִׁיקְט אַ תְּשׁוּבָה דָארְךְ אִירֶע פַּאנֶעס. אוֹיךְ מִיט אַ שִׁיר אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט. אוּן אַ טֵייל וָואס זֵיי זֶענֶען אִיר מֶער גִיפֶעלְן. הָאט זִי זֵיי אַלֵיין גִיעֶנְפֶערְט. אוּן זִי הָאט אוֹיפְגִיהוֹבִּין אִיר קוֹל מִיט אַ שִׁיר. אוּן זִי הָאט אִים גִיעֶנְפֶערְט אוֹיךְ רֵייד פוּן לִיבְּשַׁאפְט. אוּן צוּ אַ טֵייל וָואס זֵיי זֶענֶען אִיר נָאךְ בֶּעסֶער גִיפֶעלְן הָאט זִי זִיךְ אַלֵיין אַרוֹיס גִיוִויזְן פָּנִים אֶל פָּנִים. אוּן זִי הָאט אַרוֹיס גִיוִויזְן אִיר פָּנִים. אוּן זִי הָאט אִים גִיעֶנְפֶערְט אַ שִׁיר מִיט לִיבְּשַׁאפְט. אוּן צוּ אַלֶע הָאט זִי אַלְץ אוֹיס גִילָאזְט צוּם סוֹף. דִי וַואסֶערְן זֶענֶען אָבֶּער אִיבֶּער דִיר נִיט אַרִיבֶּער גִיגַאנְגֶען. אוּן סֶע הָאט קֵיינֶער נִיט פַארְשְׁטַאנֶען וָואס זִי מֵיינְט. אוּן אַז זִי הָאט אַרוֹיס גִיוִויזְן אִיר פָּנִים פְלֶעגְט מֶען אַנִידֶער פַאלְן מַחְמַת גְרוֹיס שֵׁיינְקֵייט. אוּן אַ טֵייל זֶענֶען גִיבְּלִיבְּן חַלָשׁוֹת אוּן אַ טֵייל זֶענֶען מְשׁוּגָע גִיוָוארְן מַחְמַת חוֹלַת אַהֲבָה מַחְמַת אִיר גְרוֹיס שֵׁיינְקֵייט וָואס סֶע אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר וִוילְד גִיוֶוען. אוּן פוּן דֶעסְטְוֶועגְן פָארְט חָאטְשֶׁע זֵיי זֶענֶען מְשׁוּגָע גֶעוָוארְן אוּן זֶענֶען גֶעבְּלִיבְּן חַלָשׁוֹת. פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן פָארְט פְלֶעגְן מְלָכִים קוּמֶען אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אִיר. אוּן זִי הָאט זֵיי אַלֶע אַזוֹי אָפּ גִיעֶנְפֶערְט כַּנַּ"ל.

אוּן דֶער זוּן פוּן דֶעם בֶּערְגֶער הַנַּ"ל. אִיז זִיךְ דָארְט גִיזֶעסְן אוֹיף דֶעם אָרְט (הַנַּ"ל) אוּן עֶר הָאט זִיךְ דָארְט גִימַאכְט אֵיין אָרְט צוּ זִיצְן דְרִינֶען. אוּן עֶר אִיז זִיךְ דָארְט גִיזֶעסְן. אוּן עֶר הָאט אוֹיךְ געקאנט שְׁפִּילְן אוּן עֶר הָאט גִעקֶענְט חָכְמַת הַשִׁיר. הָאט עֶר זִיךְ אוֹיסְגִעקְלִיבְּן הָאלְץ וָואס מֶע קָאן דְרוֹיס מַאכִין כְּלֵי שִׁיר (דְהַיינוּ כֵּלִים וָואס מֶע שְׁפִּילְט אוֹיף זֵיי) אוּן עֶר הָאט זִיךְ געמאכט כְּלֵי שִׁיר. אוּן פוּן דִי אָדֶערְן פוּן דִי חַיוֹת הָאט עֶר זִיךְ געמאכט סְטְרִינֶעס. אוּן עֶר פְלֶעגְט זִיךְ צוּ שְׁפִּילְן. אוּן עֶר פְלֶעגְט נֶעמֶען דָאס כְּתַב וָואס עֶר הָאט געהאט וָואס זִי הָאט אִים געשיקט (דֶעמָאלְט אַז עֶר אִיז געווען אִין דֶער שִׁבְיָה) אוּן עֶר הָאט זִיךְ געזונגען אוּן געשפילט אוּן עֶר הָאט זִיךְ דֶערְמַאנְט וָואס מִיט אִים הָאט זִיךְ אִיבֶּער געטאן. אוּן וִוי דֶער פָאטֶער אִיז געווען אַ בֶּערְגֶער וְכוּ' אוּן הַיינְט אִיז עֶר אַהֶער פַארְוָוארְפְן געווארן. אוּן עֶר אִיז געגאנגען אוּן הָאט גִינוּמֶען דָאס כְּתַב אוּן הָאט זִיךְ געמאכט אַ סִימָן אִין אַ בּוֹים. אוּן עֶר הָאט דָארְט אִין דֶעם בּוֹים גִימַאכְט אֵיין אָרְט. אוּן הָאט דָארְט דָאס כְּתַב בַּאהַאלְטְן. אוּן עֶר אִיז דָארְט גִיזֶעסְן אַ צַייט.

אַמָאל אִיז גִיוֶוען אַ גְרוֹיסֶער שְׁטוֹירֶעם וִוינְט. אוּן עֶר הָאט צוּ בְּרָאכְן אַלֶע בֵּיימֶער וָואס זֵיי זֶענֶען דָארְט גִישְׁטַאנֶען. הָאט עֶר נִישְׁט גִיקָאנְט דֶערְקֶענֶען דֶעם בּוֹים וָואס עֶר הָאט דָארְט בַּאהַאלְטְן דָאס כְּתַב. וָוארְן אַז דִי בֵּיימֶער זֶענֶען דָארְט גִישְׁטַאנֶען אוֹיף זֵייעֶר אָרְט. הָאט עֶר גִיהַאט אַ סִימָן צוּ דֶערְקֶענֶען. אָבֶּער הַיינְט אַז זֵיי זֶענֶען אַיין גִעפַאלְן. אִיז דֶער בּוֹים פַארְמִישְׁט גִיוָוארְן צְוִוישְׁן דִי אִיבְּרִיקֶע בֵּיימֶער וָואס סֶע אִיז דָארְט גֶעוֶוען זֵייעֶר פִיל הָאט עֶר שׁוֹין נִיט גֶעקֶענְט דֶערְקֶענֶען דֶעם בּוֹים אוּן דָאס אִיז נִיט גִימָאלְט אַז מֶע זָאל אוֹיף שְׁפַּאלְטְן אַלֶע בֵּיימֶער אוּן מֶע זָאל זוּכְן דָאס כְּתַב וָוארְן סֶע גִיוֶוען זֵייעֶר פִיל בֵּיימֶער. הָאט עֶר זֵייעֶר גִיוֵויינְט אוּן עֶר הָאט זִיךְ זֵייעֶר מְצַעֵר געווען. אוּן עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז עֶר וֶועט דָא זִיצְן וֶועט עֶר בְּוַודְאַי מְשׁוּגָע וֶוערְן מַחְמַת גְרוֹיס צַעַר וָואס עֶר הָאט געהאט. הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב געווען עֶר מוּז אַוֶועק גֵיין וַוייטֶער. אוּן וָואס סֶע וֶועט זִיךְ שׁוֹין מִיט אִים טָאן לָאז זִיךְ טָאן. גֵיין אַוֶועק מוּז עֶר. וָוארְן עֶר אִיז זִיךְ שׁוֹין בְּלוֹיז מְסוּכָּן זֵייעֶר מַחְמַת גְרוֹיס צַעַר. אוּן עֶר הָאט זִיךְ גִינוּמֶען פְלֵיישׁ אוּן פֵּירוֹת אִין אַ זַאק אַרַיין. אוּן עֶר אִיז געגאנגען וִוי הִין עֶר וֶועט גֵיין. אוּן עֶר הָאט זִיךְ געמאכט סִימָנִים אִין דֶעם אָרְט וָואס עֶר אִיז פוּן דָארְט אַוֶועק געגאנגען.

אוּן עֶר אִיז געגאנגען בִּיז עֶר אִיז געקומען צוּ אֵיין יִשׁוּב. הָאט עֶר געפרעגט וָואס פַאר אַ מְדִינָה אִיז דָאס. הָאט מֶען אִים גִיעֶנְפֶערְט. הָאט עֶר געפרעגט. אוֹיבּ מֶע הֶערְט דָא פוּן דֶעם קֵיסֶר. (הַנַּ"ל). הָאט מֶען אִים גִיעֶנְפֶערְט. יוֹא. הָאט עֶר געפרעגט. אוֹיבּ מֶע הֶערְט דָא פוּן זַיין טָאכְטֶער דִי יְפַת תּוֹאַר. הָאט מֶען אִים גִיעֶנְפֶערְט. יוֹא. לוּשְׁמִיר סֶע קָאן זִיךְ קֵיינֶער מִיט אִיר נִיט מְשַׁדֵךְ זַיין (כַּנַּ"ל וָוארְן זִי וִויל נִיט כַּנַּ"ל) הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב געווען. מַחְמַת עֶר קָאן שׁוֹין אַהִין נִישְׁט קוּמֶען. אוּן אִיז געגאנגען צוּם מֶלֶךְ פוּן דֶער מְדִינָה. אוּן הָאט אִים אוֹיס דֶערְצֵיילְט גָאר זַיין הַארְץ. אוּן אַז עֶר אִיז אִיר חָתְן אוּן אִיבֶּער אִים וִויל זִי קֵיין אַנְדֶערְן שִׁידוּךְ נִיט. אוּן מַחְמַת עֶר קָאן אַהִין נִישְׁט קוּמֶען. דְרוּם גִיט עֶר אָפּ אַלֶע סִימָנִים וָואס עֶר הָאט צוּ דֶעם מֶלֶךְ דְהַיינוּ דִי זִיבְּן וַואסֶערִין הַנַּ"ל. אוּן דֶער מֶלֶךְ זָאל זִיךְ גֵיין אַהִין וֶועט עֶר זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אִיר. אוּן אִים זָאל עֶר גִיבְּן גֶעלְט דֶערְפַאר. הָאט דֶער מֶלֶךְ דֶערְקֶענְט. אַז זַיינֶע רֵייד זֶענֶען אֶמֶת. וָוארְן מֶען קָאן זִיךְ אַזוֹינְס נִיט אוֹיסְטְרַאכְטְן פוּן דֶעם הַארְץ. אִיז דִי זַאךְ דֶעם מֶלֶךְ געפעלן.

נָאר דֶער מֶלֶךְ הָאט זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען אַז עֶר וֶועט זִי דָא בְּרֶענְגֶען אַהֶער. אוּן דֶער בָּחוּר וֶועט דָא זַיין. אִיז זִיךְ פַאר אִים נִיט גוּט. זָאל עֶר אִים הַארְגֶענֶען הָאט עֶר נִיט גִיוָואלְט טָאן אַזוֹי אַ זַאךְ וָוארְן פַארְוָואס זָאל מֶען אִים נָאךְ הַארְגֶענֶען פַאר דֶער טוֹבָה וָואס עֶר הָאט אִים גִיטָאן. בְּכֵן הָאט זִיךְ דֶער מֶלֶךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען עֶר וֶועט אִים פַארְשִׁיקְן אוֹיף צְוֵויי הוּנְדֶערְט מַייל וַוייט. הָאט עֶס אִים זֵייעֶר פַארְדְרָאסְן נָאךְ וָואס עֶר פַארְשִׁיקְט אִים פַאר אַזוֹי אַ טוֹבָה וִוי עֶר הָאט אִים גִיטָאן. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען דָארְט אוֹיךְ צוּ אֵיין אַנְדֶערְן מֶלֶךְ. אוּן הָאט אִים אוֹיךְ אַזוֹי דֶערְצֵיילְט כַּנַּ"ל (דְהַיינוּ דֶער בָּחוּר דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן וַוייל סֶע הָאט אִים פַארְדְרָאסְן וָואס דֶער עֶרְשְׁטֶער מֶלֶךְ הָאט אִים פַארְשִׁיקְט אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען צוּ אֵיין אַנְדֶערְן מֶלֶךְ אוּן הָאט יֶענֶעם אוֹיךְ דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה מִיט אַלֶע סִימָנִים כְּדֵי דֶער אַנְדֶערֶער זָאל גִיךְ לוֹיפְן נֶעמֶען דִי יְפַת תּוֹאַר) אוּן הָאט אִים מוֹסֵר גִיוֶוען אַלֶע סִימָנִים אוּן צוּ דֶעם אַנְדֶערְן הָאט עֶר נָאךְ מוֹסִיף גִיוֶוען מֶער אַ סִימָן. אוּן עֶר הָאט אִים גִיהֵייסְן אוּן הָאט אִים מְזַרֵז גִיוֶוען אַז עֶר זָאל תֵּיכֶּף פָארְן. טָאמֶער וֶועט עֶר קֶענֶען יֶענְעם מֶלֶךְ אִיבֶּער יָאגְן. כְּדֵי עֶר זָאל פְרִיר קוּמֶען אַהִין. אוּן אַפִילוּ אַז עֶר וֶועט נִיט פְרִיר קוּמֶען. הָאט עֶר זִיךְ אָבֶּער אַ סִימָן מֶער פוּן דֶעם עֶרְשְׁטְן.

אוּן דֶער אַנְדֶערֶער הָאט זִיךְ אוֹיךְ אַזוֹי מְיַישֵׁב גִיוֶוען וִוי דֶער עֶרְשְׁטֶער (אַז סֶע אִיז פַאר אִים נִיט גוּט אַז דֶער בָּחוּר זָאל דָא זַיין) הָאט דֶער אַנְדֶערֶער מֶלֶךְ אִים אוֹיךְ פַארְשִׁיקְט אוֹיף צְוֵויי הוּנְדֶערְט מַייל וַוייטֶער. הָאט עֶס אִים וִוידֶער זֵייעֶר פַארְדְרָאסְן. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען וִוידֶער צוּם דְרִיטְן (דְהַיינוּ דֶער בָּחוּר דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן אִיז וִוידֶער גִיגַאנְגֶען צוּ אֵיין מֶלֶךְ דָאס אִיז שׁוֹין גִיוֶוען דֶער דְרִיטֶער. אוּן הָאט אִים אוֹיךְ אַזוֹי גִיזָאגְט כַּנַּ"ל דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה) אוּן צוּ דֶעם דְרִיטְן הָאט עֶר נָאךְ מֶער סִימָנִים גִיזָאגְט זֵייעֶר גוּטֶע סִימָנִים.

הָאט זִיךְ אוֹיף גִיהוֹיבְּן דֶער עֶרְשְׁטֶער מֶלֶךְ הַנַּ"ל אוּן אִיז גִיפָארִין אַהִין תֵּיכֶּף אוּן אִיז אַהִין גִיקוּמֶען צוּ דֶעם אָרְט פוּן דֶער בַּת קֵיסֶר הַנַּ"ל דְהַיינוּ דִי יְפַת תּוֹאַר אוּן דֶער מֶלֶךְ הָאט זִיךְ גִימַאכְט אַ שִׁיר. אוּן הָאט אַיין גִיזֶעצְט אִין דֶער שִׁיר מִיט חָכְמָה דִי אַלֶע עֶרְטֶער דְהַיינוּ דִי זִיבְּן עֵדוּת הַנַּ"ל (דְהַיינוּ דִי זִיבְּן אִירְלֵיי וַואסֶערְן וָואס דָאס אִיז גִיוֶוען דֶער עִיקָר סִימָנִים וָואס זִי הָאט גִיהַאט אִין אִיר חָתְן כַּנַּ"ל) לוּשְׁמִיר וֶועדְלִיק דֶער חָכְמָה פוּן דֶעם שִׁיר. אִיז אִים אוֹיס גִיקוּמֶען דִי זִיבְּן עֶרְטֶער נִיט כְּסֵדֶר (דְהַיינוּ לְמָשָׁל עֶר הָאט בַּאדַארְפְט צוּ זָאגְן פְרִיר דֶעם גְרוּבּ אוּן דֶער נָאךְ דִי מִקְוֶה וְכוּ' אוּן עֶר הָאט פַארְקֶערְט גִיזָאגְט) וָוארְן סֶע אִיז אִים אַזוֹי אוֹיסְגִיקוּמֶען עַל פִּי חָכְמַת הַשִׁיר. אוּן דֶער מֶלֶךְ אִיז אַרוֹיף גִיקוּמֶען אוֹיף דֶעם אָרְט (דְהַיינוּ אוֹיף דֶעם אָרְט וָואס וֶוער סֶע הָאט זִיךְ גִיוָואלְט מְשַׁדֵךְ זַיין מִיט אִיר הָאט גִימוּזְט אוֹיף דֶעם אָרְט אַרוֹיף קוּמֶען אוּן זָאגְן אַ שִׁיר מִיט חָכְמָה כַּנַּ"ל) אוּן עֶר הָאט גִיזָאגְט זַיין שִׁיר. וִוי זִי הָאט דֶערְהֶערְט דִי עֶרְטֶער (דְהַיינוּ דִי זִיבְּן אִירְלֵיי וַואסֶערְן) אִיז בַּיי אִיר אַ וִוילְד חִידוּשׁ גִיוֶוען. אִיז אִיר גִיפֶעלְן אַז דָאס אִיז בְּוַודְאַי אִיר חָתְן נָאר סֶע אִיז אִיר קָשֶׁה גִיוֶוען פַאר וָואס עֶר זָאגְט זֵיי נִיט כְּסֵדֶר לוּשְׁמִיר פוּן דֶעסְט וֶועגִין פָארְט. הָאט זִי זִיךְ גִיטְרַאכְט אֶפְשֶׁר מַחְמַת דֶער חָכְמָה פוּן דֶעם שִׁיר אִיז אִים אוֹיס גִיקוּמֶען דֶער סֵדֶר. אִיז בַּיי אִיר גִיבְּלִיבְּן אִין הַארְץ אַז דָאס אִיז עֶר אַלֵיין. הָאט זִי אִים אָפְּגִישְׁרִיבְּן אַז זִי אִיז זִיךְ מְשַׁדֵךְ מִיט אִים. אִיז גִיוָוארִין אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה אוּן אַ רַעַשׁ. בַּאֲשֶׁר דִי יְפַת תּוֹאַר הָאט זִיךְ שׁוֹין גִיפוּנֶען אַ שִׁידוּךְ אוּן מְהָאט זִיךְ שׁוֹין גִירֶעכְט אוֹיף דֶער חַתוּנָה.

דֶערְוַוייל קוּמְט אָן דֶער אַנְדְרֶער (דְהַיינוּ דֶער אַנְדֶער מֶלֶךְ וָואס אִים הָאט אוֹיךְ דֶער בָּחוּר אוֹיס גִיזָאגְט אַלֶע סִימָנִים אוּן נָאךְ מֶער אַ סִימָן כַּנַּ"ל) אוּן דֶער אַנְדְרֶער אִיז אוֹיךְ גִילָאפִין אַהִין. הָאט מֶען אִים גִיזָאגְט אַז זִי הָאט שׁוֹין אַ שִׁידוּךְ גִיטָאן. אוּן עֶר הָאט דְרוֹיף נִיט גִיקוּקְט. אוּן עֶר הָאט גִיזָאגְט. פוּן דֶעסְט וֶועגִין פָארְט. הָאט עֶר אָבֶּער אַ זַאךְ וָואס עֶר וֶועט אִיר זָאגִין. וָואס עֶר וֶועט בְּוַודְאַי פּוֹעְלִין. אִיז עֶר גִיקוּמֶען (דְהַיינוּ דֶער אַנְדְרֶער מֶלֶךְ) אוּן הָאט גִיזָאגְט זַיין שִׁיר. אוּן דֶער אַנְדְרֶער הָאט שׁוֹין מְסַדֵר גִיוֶוען דִי אַלֶע עֶרְטֶער כְּסֵדֶר. אוּן דֶערְצוּ הָאט עֶר גִיגִיבְּן נָאךְ מֶער אַ סִימָן. הָא זִי אִים גִיפְרֶעגְט פוּן וַואנֶעט וֵוייסְט דֶער עֶרְשְׁטֶער. זָאל עֶר זָאגִין דֶעם אֶמֶת אִיז זִיךְ פַאר אִים נִיט גוּט (דְהַיינוּ. דֶער אַנְדְרֶער הָאט זִיךְ גִיטְרַאכְט. עֶר קָאן אִיר נִיט אוֹיסְזָאגְן דֶעם אֶמֶת אַז דֶער בָּחוּר הָאט דֶעם עֶרְשְׁטְן אוֹיסְגִיזָאגְט. וָוארְן דָאס טוֹיג זִיךְ אִים נִישְׁט אַז זִי זָאל דָאס וִויסְן) הָאט עֶר אִיר גִיעֶנְפֶערְט. עֶר וֵויסְט נִיט. (פוּן וַואנֶעט דֶער עֶרְשְׁטֶער הָאט גִיוואוּסְט דִי סִימָנִים) אִיז בַּיי אִיר דָאס אַ וִוילְד חִידוּשׁ גִיוֶוען. אוּן זִי אִיז גִיבְּלִיבְּן שְׁטֵיין פַארְטוּמִילְט. וָוארִין דֶער עֶרְשְׁטֶער הָאט זִיךְ אוֹיךְ אוֹיס דֶערְצֵיילְט דִי אַלֶע עֶרְטֶער. אוּן פוּן וַואנֶעט זָאל אַ מֶענְטְשׁ וִויסִין דִי סִימָנִים. לוּשְׁמִיר פוּן דֶעסְט וֶועגִין פָארְט אִיז אִיר גִיפֶעלִין אַז דֶער אַנְדֶערֶער עֶר אִיז אִיר חָתְן. וָוארִין זִי הָאט גִיזֶעהְן אַז עֶר הָאט דֶערְצֵיילְט כְּסֵדֶר. אוּן דֶערְצוּ נָאךְ אַ סִימָן מֶער אוּן דֶער עֶרְשְׁטֶער אֶפְשֶׁר אִיז דָאס אִים אוֹיס גִיקוּמֶען דָארְךְ דֶער חָכְמָה פוּן דֶעם שִׁיר וָואס עֶר הָאט דֶערְמַאנְט דִי עֶרְטֶער. נָאר זִי אִיז שׁוֹין גִיבְּלִיבְּן שְׁטֵיין (כְּלוֹמֶר זִי הָאט זִיךְ שׁוֹין קֵיין עֵצָה נִיט גִיקָאנְט גִיבִּין אִיז זִי גִיבְּלִיבְּן שְׁטֵיין אוּן הָאט שׁוֹין מִיט קֵיינֶעם נִיט גִיוָואלְט זִיךְ מְשַׁדֵךְ זַיין).

אוּן דֶער בָּחוּר דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגִירְס זוּן. וִוי דֶער אַנְדְרֶער מֶלֶךְ הָאט אִים פַארְשִׁיקְט. הָאט עֶס אִים וִוידֶער זֵיעֶר פַארְדְרָאסִין. אִיז עֶר גִיאַנְגֶען צוּם דְרִיטִין אוּן הָאט אִים אוֹיךְ דֶערְצֵיילְט גָאר דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה כַּנַּ"ל אוּן עֶר הָאט אִים נָאךְ מֶער סִימָנִים גִיזָאגְט זֵייעֶר גוּטֶע סִימָנִים. אוּן פַאר דֶעם דְרִיטִין הָאט עֶר אוֹיס גִירֶעט גָאר זַיין הַארְץ. בַּאֲשֶׁר עֶר הָאט גִיהַאט אַ כְּתַב וָואס אוֹיף דֶעם כְּתַב אִיז גִיוֶוען אוֹיס גִימָאלְט דִי אַלֶע עֶרְטֶער (דְהַיינוּ דִי זִיבִּין אִירְלֵיי וַואסֶערִין) בְּכֵן זָאל עֶר זִיךְ אוֹיס מָאלִין אוֹיף אַ פַּאפִּיר דִי אַלֶע עֶרְטֶער אוּן זָאל אִיר בְּרֶענְגֶען. אוּן דֶער דְרִיטֶער מֶלֶךְ הָאט אוֹיךְ פַארְשִׁיקְט דֶעם בָּחוּר נָאךְ וַוייטֶער צְוֵויי הוּנְדֶערְט מַייל. אוּן דֶער דְרִיטֶער אִיז אוֹיךְ גִילָאפִין אַהִין. אוּן אִיז אַהִין גִיקוּמֶען. הָאט מֶען אִים גִיזָאגְט אַז סֶע אִיז שׁוֹין דָא דָא דִי צְוֵויי (דְהַיינוּ דִי צְוֵויי מְלָכִים הַנַּ"ל) הָאט עֶר גִיעֶנְפֶערְט. פוּן דֶעסְט וֶועגִין פָארְט. וָוארִין עֶר הָאט אַזוֹי אַ זַאךְ וָואס עֶר וֶועט בְּוַודְאַי פּוֹעְלִין. אוּן דִי וֶועלְט הָאט גָאר נִיט גִיוואוּסְט. פַארְוָואס זִי וִויל דִי דָאזִיגֶע בֶּעסֶער אֵיידֶער אַנְדֶערֶע. אוּן דֶער דְרִיטֶער אִיז אוֹיךְ אָנְגִיקוּמֶען אוּן הָאט גִיזָאגְט זַיין שִׁיר מִיט זֵייעֶר וואוֹילֶע סִימָנִים בֶּעסֶערֶע סִימָנִים פוּן דִי עֶרְשְׁטֶע. אוּן עֶר הָאט גִיוִויזִין דָאס כְּתַב (דְהַיינוּ וָואס עֶר הָאט זִיךְ אַלֵיין נָאךְ גִימָאלְט דִי עֶרְטֶער) מִיט דִי אַלֶע עֶרְטֶער אוֹיס גִימָאלְט. אִיז זִי זֵייעֶר נִבְהָל גִיוָוארִין (כְּלוֹמֶר דֶערְשְׁרָאקְן אוּן פַארְטוּמְלְט) נָאר זִי הָאט שׁוֹין נִישְׁט גִיקֶענְט טָאן קֵיין שׁוּם זַאךְ. מַחְמַת אוֹיף דֶעם עֶרְשְׁטִין הָאט זִי זִיךְ אוֹיךְ גִימֵיינְט. אַז דָאס אִיז עֶר אַלֵיין. אוּן נָאךְ דֶעם אוֹיף דֶעם אַנְדֶערִין אִיבֶּער דֶעם הָאט זִי גִיזָאגְט אַז זִי וֶועט שׁוֹין נִיט גְלֵייבִּין בִּיז מֶע וֶועט אִיר בְּרֶענְגֶען אִיר אֵייגִין כְּתַב אַלֵיין. דֶערְנָאךְ הָאט זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען דֶער בָּחוּר (דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן) בִּיז וִוי לַאנְג וֶועט מֶען עֶס אִים אַלְץ פַארְשִׁיקְן וַוייטֶער. הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען עֶר אַלֵיין וֶועט זִיךְ לָאזְן אַהִין. (דְהַיינוּ צוּ דֶער בַּת קֵיסֶר) טָאמֶער וֶועט עֶר פּוֹעְלְן. אוּן עֶר אִיז גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען בִּיז עֶר אִיז אַהִין גִיקוּמֶען. אוּן עֶר הָאט גִיזָאגְט עֶר הָאט אַ זַאךְ. וָואס עֶר וֶועט בְּוַודְאַי פּוֹעְלְן. אוּן עֶר אִיז גִיקוּמֶען אוּן הָאט גִיזָאגְט זַיין שִׁיר. אוּן עֶר הָאט גִיזָאגְט נָאךְ מֶער סִימָנִים זֵייעֶר גוּטֶע סִימָנִים. אוּן עֶר הָאט זִי דֶערְמַאנְט אַז עֶר הָאט מִיט אִיר אִין אֵיין חֵדֶר גִילֶערְנְט. אוּן נָאךְ אַנְדֶערֶע סִימָנִים. אוּן הָאט אִיר אַלְץ אוֹיס דֶערְצֵיילְט. אַז עֶר הָאט גִישִׁיקְט דִי מְלָכִים הַנַּ"ל אוּן אַז עֶר הָאט בַּאהַאלְטְן דָאס כְּתַב אִין אַ בּוֹים. אוּן אַלְדִינְג וָואס מִיט אִים הָאט זִיךְ אִיבֶּער גִיטָאן. אָבֶּער זִי הָאט דְרוֹיף גָאר נִיט גִיקוּקְט. (אוּן דִי עֶרְשְׁטֶע דְרַיי מְלָכִים הָאבְּן בְּוַודְאַי אוֹיךְ גִימוּזְט זָאגְן עֶפֶּעס טַעְמִים פַאר וָואס זֵיי הָאבְּן נִיט דָאס כְּתַב) אוּן צוּ דֶערְקֶענֶען אִים. אִיז בְּוַודְאַי נִיט מֶעגְלֶעךְ. וָוארְן עֶס אִיז שׁוֹין אַוֶועק גִיגַאנְגֶען אַ לַאנְגֶע צַייט. אוּן זִי הָאט שׁוֹין נִיט גִיוָואלְט קוּקְן אוֹיף קֵיין שׁוּם סִימָנִים. בִּיז מֶע וֶועט אִיר בְּרֶענְגֶען דָאס כְּתַב פוּן אִיר הַאנְט אַלֵיין. וָוארִין אוֹיף דֶעם עֶרְשְׁטִין הָאט זִי זִיךְ אוֹיךְ גִימֵיינְט אַז דָאס אִיז עֶר בְּוַודְאַי. אוּן אַזוֹי אוֹיף דֶעם אַנְדֶערִין וְכוּ' אִיבֶּער דֶעם הָאט זִי שׁוֹין נִיט גִיוָואלְט קֵיין שׁוּם סִימָנִים וְכוּ' כַּנַּ"ל.

אוּן דֶער בָּחוּר (דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגִירְס זוּן) הָאט זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען. עֶר קָאן דָא קֵיין שְׁהָיוֹת נִיט מַאכִין (כְּלוֹמֶר עֶר קָאן דָא נִיט זָאמֶען. וָוארִין טָאמֶער וֶוערְט מֶען גִיוָואר אַז עֶר אִיז דָא וֶועט אִים דֶער קֵיסֶר הַרְגִינֶען כַּנַּ"ל) הָאט עֶר זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען עֶר וֶועט זִיךְ וִוידֶער אוּם קֶערִין צוּ זַיין אָרְט אִין דֶער מִדְבָּר אַרַיין וָואס עֶר אִיז פְרִיר דָארְט גִיוֶוען. אוּן דָארְט וֶועט עֶר אִיבֶּער לֶעבִּין זַיינֶע יָארִין. אוּן עֶר אִיז גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען כְּדֵי עֶר זָאל קוּמֶען צוּ דֶער מִדְבָּר. אוּן עֶר אִיז אַהִין גִיקוּמֶען צוּ דֶער מִדְבָּר הַנַּ"ל. דֶערְוַוייל וִוי דָאס הָאט זִיךְ אַלְץ גִיטָאן דֶערְוַוייל זֶענֶען אַוֶועק גִיגַאנְגֶען זֵייעֶר אַסַאךְ יָארִין אוּן בַּיי דֶעם בָּחוּר אִיז גִיבְּלִיבְּן אִין דֶער דֵיעָה אַז עֶר זָאל דָארְט אַוֶועק זִיצִין אִין דֶער מִדְבָּר אוּן עֶר זָאל דָארְט אִיבֶּער לֶעבִּין זַיינֶע יָארִין. וֶועדְלִיג וִוי עֶר הָאט אָפּ גִישַׁאצְט דָאס גַאנְצֶע לֶעבִּין פוּן דֶעם מֶענְשְׁן אוֹיף דֶער וֶועלְט. אִיז בַּיי אִים אָפּ גִיקְלֶערְט גִיוָוארִין אִין זַיין דֵעָה. אַז סֶע אִיז גוּט דָא אִין דֶער מִדְבָּר אִיבֶּער צוּ לֶעבִּין זַיינֶע יָארִין אוּן עֶר אִיז דָארְט גִיזֶעסִין אוּן הָאט גִיגֶעסִין פוּן דִי פֵּירוֹת וְכוּ' כַּנַּ"ל.

אוּן אוֹיף דֶעם יַם אִיז גִיוֶוען אַ רוֹצֵחַ. אוּן דֶער רוֹצֵחַ הָאט גִיהֶערְט אַז סֶע גִיפִינְט זִיךְ אַזוֹי אַ יְפַת תּוֹאַר אוֹיף דֶער וֶועלְט הָאט עֶר גִיוָואלְט זִי אוֹיף חַאפִּין. כָאטְשֶׁע עֶר הָאט זִי נִיט גִידַארְפְט. וָוארִין עֶר אִיז גִיוֶוען אַ סָרִיס. נָאר עֶר הָאט גִיוָואלְט זִי חַאפִּין כְּדֵי עֶר זָאל זִי פַארְקוֹיפִין צוּ אֵיין מֶלֶךְ וֶועט עֶר פַאר אִיר נֶעמֶען זֵייעֶר אַסַאךְ גֶעלְט אוּן דֶער רוֹצֵחַ הָאט אָנְגִיהוֹבִּין זִיךְ צוּ פָּארֶען אִין דֶער זַאךְ (דְהַיינוּ עֶר זָאל זִי קֶענֶען אוֹיפְחַאפְּן) אוּן אַ רוֹצֵחַ אִיז זִיךְ אַ מוּפְקָר. הָאט עֶר זִיךְ מַפְקִיר גִיוֶוען וֶועט עֶר פּוֹעֶלִין פּוֹעֶלִין. אוּן נִיט. וָואס וֶועט עֶר דָא אַיינְשְׁטֶעלִין. וָוארִין עֶר אִיז זִיךְ אַ מוּפְקָר אַזוֹי וִוי דֶער שְׁטֵייגֶער אִיז פוּן אַ רוֹצֵחַ. אוּן דֶער רוֹצֵחַ אִיז גִיגַאנְגֶען. אוּן הָאט אָנְגִיקוֹיפְט זֵייעֶר אַסַאךְ סְחוֹרוֹת. מְשׁוּנָה פִיל. אוּן עֶר הָאט גִימַאכְט גִילְדִינֶע פֵייגְלִיךְ. אוּן זֵיי זֶענֶען גִימַאכְט גִיוָוארִין מִיט מְלָאכוֹת אַז מִהָאט גִימֵיינְט זֵיי לֶעבִּין זֵיי זֶענֶען גִיוֶוען נַאטִירְלִיךְ פּוּנְקְט אַזוֹי וִוי לֶבֶּעדִיגֶע פֵייגְלִיךְ. וִוידֶער הָאט עֶר גִימַאכְט גִילְדִינֶע זַאנְגֶען. אוּן דִי פֵייגִיל זֶענֶען גִישְׁטַאנֶען אוֹיף דִי זַאנְגֶען אוּן דָאס אַלֵיין אִיז גִיוֶוען אַ חִידוּשׁ. וָואס דִי פֵייגִיל שְׁטֵייעֶן אוֹיף דִי זַאנְגֶען אוּן דִי זַאנְגֶען וֶוערִין נִיט צוּבְּרָאכִין. וָוארִין סֶע גִיוֶוען גְרוֹיסֶע פֵייגִיל. אוּן עֶר הָאט וִוידֶער גִימַאכְט מְלָאכוֹת אַז סֶע הָאט זִיךְ גִידַאכְט אַז דִי פֵייגִיל שְׁפִּילִין אוּן אֵיינֶע הָאט גִיקְנַאקְט אוּן אֵיינֶע הָאט גִישְׁוִוישְׁטְשִׁיט. אוּן אֵיינֶע הָאט גִיזוּנְגֶען. אוּן דָאס אִיז אַלְץ גִיוֶוען מִיט תַּחְבּוּלוֹת. וָוארִין מֶענְשְׁן זֶענֶען דָארְטְן גִישְׁטַאנֶען אִין אַ חֵדֶר וָואס סֶע אִיז גִיוֶוען אוֹיף דֶער שִׁיף אוּן דִי מֶענְשְׁן זֶענֶען דָארְט גִישְׁטַאנֶען אוּנְטֶער דִי פֵייגִיל אוּן דִי מֶענְטְשְׁן הָאבִּין דָאס אַלְץ גִיטָאן. אוּן סֶע הָאט זִיךְ גִידַאכְט אַז דִי פֵייגִיל אַלֵיין שְׁפִּילִין. וָוארִין זֵיי זֶענֶען גִימַאכְט גִיווָוארִין מִיט דְרָאטְן מִיט מְלָאכוֹת הָאט זִיךְ גִידַאכְט אַז דִי פֵייגִיל אַלֵיין טוּעֶן דָאס אַלְץ.

אוּן דֶער רוֹצֵחַ אִיז גִיגַאנְגֶען מִיט דֶעם אַלִימֶען צוּ דֶער מְדִינָה וָואס דִי בַּת קֵיסֶר הַנַּ"ל אִיז דָארְט גִיוֶוען. אוּן עֶר אִיז גִיקוּמֶען צוּ דֶער שְׁטָאט וָואס זִי אִיז דָארְט גִיוֶוען. אוּן עֶר הָאט זִיךְ אַנִידֶער גִישְׁטֶעלְט מִיט זַיין שִׁיף אִין יַם אוּן הָאט דִי שִׁיף גִיאַנְקֶערְט. אוּן עֶר הָאט זִיךְ גִימַאכְט פַאר אֵיין גְרוֹיסְן סוֹחֵר. פְלֶעגְט מֶען אַרַיין גֵיין צוּ אִים מִזָאל בַּיי אִים קוֹיפִין סְחוֹרוֹת טַייעֶרֶע. אוּן עֶר אִיז דָארְט גִישְׁטַאנֶען אַ צַייט אַ פֶערְטְל יָאר אוּן וַוייטֶער. אוּן מִהָאט אַלְץ גִיטְרָאגִין זֵייעֶר שֵׁיינֶע סְחוֹרוֹת וָואס מִהָאט בַּיי אִים גִיקוֹיפְט. הָאט דִי בַּת קֵיסֶר אוֹיךְ חֵשֶׁק גִיהַאט בַּיי אִים צוּ קוֹיפִין סְחוֹרָה. הָאט זִי צוּ אִים גִישִׁיקְט. אַז עֶר זָאל צוּ אִיר טְרָאגִין סְחוֹרָה. הָאט עֶר צוּ אִיר אָפְּגִישִׁיקְט. עֶר בַּאדַארְף דָאס נִיט אַז עֶר זָאל טְרָאגְן סְחוֹרָה צוּם קוֹנֶה אִין שְׁטוּבּ אַרַיין. כָאטְשֶׁע זִי אִיז אַ קֵיסֶר'ס טָאכְטֶער. וֶוער סֶע בַּאדַארְף סְחוֹרָה זָאל צוּ אִים קוּמֶען. אוּן אַ סוֹחֵר קֶען קֵיינֶער נִיט נֵייטִין דְרוֹיף.

הָאט זִיךְ דִי בַּת קֵיסֶר מְיַישֵׁב גִיוֶוען זִי וֶועט צוּ אִים גֵיין. אוּן אִיר סֵדֶר אִיז גִיוֶוען וֶוען זִי פְלֶעגְט גֵיין אִין מַארְק. פְלֶעגְט זִי זִיךְ פַאר הֶענְגֶען דָאס פָּנִים. כְּדֵי מִזָאל אוֹיף אִיר נִיט קוּקִין. וָוארִין מֶענְשְׁן וֶועלְן קֶענֶען אַנִידֶער פַאלִין אוּן חַלָשׁוֹת בְּלַייבְּן וְכוּ' מַחְמַת אִיר שֵׁיינְקֵייט כַּנַּ"ל. אִיז דִי בַּת קֵיסֶר גִיגַאנְגֶען. אוּן הָאט זִיךְ דָאס פָּנִים פַארְהָאנְגֶען. אוּן זִי הָאט מִיט זִיךְ גִינוּמֶען אִירֶע פַּאנֶעס. אוּן אַ וַואךְ אִיז אִיר נָאךְ גִיגַאנְגֶען. אוּן זִי אִיז גִיקוּמֶען צוּם דֶעם סוֹחֵר (דְהַיינוּ צוּ דֶעם רוֹצֵחַ וָואס עֶר הָאט זִיךְ פַארְשְׁטֶעלְט פַאר אַ סוֹחֵר) אוּן זִי הָאט בַּיי אִים גִיקוֹיפְט סְחוֹרוֹת. אוּן זִי אִיז זִיךְ אַוֶועק גִיגַאנְגֶען. הָאט עֶר אִיר גִיזָאגְט (דְהַיינוּ דֶער רוֹצֵחַ דֶער סוֹחֵר) אַז דוּ וֶועסְט נָאךְ אַמָאל קוּמֶען וֶועל אִיךְ דִיר וַוייזִין נָאךְ שֶׁענֶערֶע זַאכִין דֶערְפוּן זֵייעֶר וואוֹילֶע זַאכִין אוּן זִי הָאט זִיךְ אוּמְגִיקֶערְט אַהֵיים. דֶערְנָאךְ אִיז זִי וִוידֶער אַמָאל גִיקוּמֶען אוּן הָאט גִֶיקוֹיפְט בַּיי אִים סְחוֹרָה אוּן אִיז וִוידֶער אַהֵיים גִיגַאנְגֶען. אוּן דֶער רוֹצֵחַ אִיז דָארְט גִישְׁטַאנֶען אַ צַייט. דֶערְוַוייל אִיז דִי בַּת קֵיסֶר שׁוֹין גִיוואוֹינְט גִיוָוארִין בַּיי אִים צוּ זַיין. זִי פְלֶעגְט אוֹפְט צוּ אִים אַרַיין צוּ גֵיין.

אַמָאל אִיז זִי צוּ אִים גִיקוּמֶען. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען אוּן הָאט אִיר אוֹיף גִיעֶפִינְט דָאס חֵדֶר וָואס דָארְט זֶענֶען גִישְׁטַאנֶען דִי גִילְדִינֶע פֵייגִיל וְכוּ' הָאט זִי גִיזֶעהְן סֶע אִיז זֵייעֶר אַ וִוילְד חִידוּשׁ. אוּן דִי אִיבְּרִיקֶע מֶענְשְׁן וָואס זֶענֶען מִיט אִיר גִיוֶוען (דְהַיינוּ דִי וַואךְ וְכוּ') הָאבִּין אוֹיךְ גִיוָואלְט אַרַיין גֵיין אִין דֶעם חֵדֶר. הָאט עֶר גִיזָאגְט. נֵיין נֵיין. דָאס וַוייז אִיךְ נִיט קֵיין שׁוּם מֶענְשְׁן נָאר דִיר. וַוייל דוּ בִּיסְט דֶעם קֵיסֶרְ'ס טָאכְטֶער. אָבֶּער פַאר אַנְדֶערֶע וִויל אִיךְ דָאס גָאר נִיט וַוייזִין. אִיז זִי אַלֵיין אַהִין אַרַיין גִיגַאנְגֶען. אִיז עֶר אוֹיךְ אַרַיין גִיגַאנְגֶען אִין דֶעם חֵדֶר אַרַיין. אוּן עֶר הָאט פַארְשְׁלָאסִין דִי טִיר. אוּן עֶר הָאט גִיטָאן פְּרָאסְטִי אוּן הָאט גִינוּמֶען אַ זַאק אוּן הָאט זִי מִיט גִיוַואלְד אַרַיין גִילֵייגְט אִין זַאק אַרַיין. אוּן עֶר הָאט פוּן אִיר אַרָאפּ גִינוּמֶען אַלֶע אִירֶע קְלֵיידֶער. אוּן עֶר הָאט אָנְגִיטָאן דִי קְלֵיידֶער אַ מַאטְרָאס אוּן עֶר הָאט אִים פַארְהָאנְגֶען דָאס פָּנִים אוּן הָאט אִים אַרוֹיס גִישְׁטוּפְּט אוּן עֶר הָאט צוּ אִים גִיזָאגְט. גֵיי. אוּן דֶער מַאטְרָאס עֶר וֵוייסְט גָאר נִיט וָואס מִיט אִים טוּט זִיךְ. אוּן תֵּיכֶּף וִוי עֶר אִיז אַרוֹיס גִיגַאנְגֶען אוּן דָאס פָּנִים אִיז אִים גִיוֶוען פַאר הָאנְגֶען. אוּן דָאס חַיִל (דְהַיינוּ דִי וַואךְ) הָאט נִישְׁט גְוואוּסְט. הָאבִּין זֵיי אָנְגִיהוֹיבִּין מִיט אִים צוּ גֵיין תֵּיכֶּף. זֵיי הָאבְּן גִימֵיינְט אַז דָאס אִיז דִי בַּת קֵיסֶר. אוּן דֶער מַאטְרָאס אִיז גִיגַאנְגֶען מִיט דֶעם חַיִל וואוּ זֵיי הָאבְּן אִים גִיפִירְט. אוּן עֶר הָאט גָאר נִיט גְוואוּסְט וִוי עֶר אִיז אִין דֶער וֶועלְט. בִּיז עֶר אִיז גִיקוּמֶען אִין דֶעם חֵדֶר אַרַיין וָואס דִי בַּת קֵיסֶר אִיז דָארְט גִיזֶעסִין. הָאט מֶען אִים אָפּ גִידֶעקְט דָאס פָּנִים. הָאט מֶען דֶערְזֶעהְן. אַז דָאס אִיז גָאר אַ מַאטְרָאס. אִיז גִיוָוארִין דָארְט זֵייעֶר אַ וִוילְדֶער רַעַשׁ. (אוּן דֶעם מַאטְרָאס הָאט מֶען אָנְגִיפַּטְשְׁט גַאנְץ גוּט אִין פָּנִים אוּן מֶען הָאט אִים אַרוֹיס גִישְׁטוּפְט וָוארִין עֶר אִיז זִיךְ קֵיין חַיֵיב נִיט וָוארִין עֶר הָאט גָאר נִיט גְוואוּסְט).

אוּן דֶער רוֹצֵחַ הָאט גִינוּמֶען דִי בַּת קֵיסֶר. אוּן עֶר הָאט גְוואוּסְט אַז מֶען וֶועט אִים בְּוַודְאַי נָאךְ יָאגִין. אִיז עֶר אַרוֹיס גִיגַאנְגֶען פוּן דֶער שִׁיף אוּן עֶר הָאט זִיךְ מִיט אִיר בַּאהַאלְטִין אִין אַ גְרוּבּ וָואס דָארְט אִיז גִיוֶוען רֶעגְן וַואסֶער בִּיז דֶער רַעַשׁ וֶועט אִיבֶּער גֵיין. אוּן דִי מַאטְרָאסִין פוּן דֶער שִׁיף הָאט עֶר אָנְגִיזָאגְט אַז זֵיי זָאלִין תֵּיכֶּף אָפּ שְׁנַיידִין דִי אַנְקֶערְס אוּן זֵיי זָאלִין תֵּיכֶּף אַנְטְלוֹיפְן. וָוארִין מֶען וֶועט זֵיי בְּוַודְאַי תֵּיכֶּף נָאךְ יָאגִין. אוּן שִׁיסִין וֶועט מֶען בְּוַודְאַי נִיט צוּ דֶער שִׁיף. מַחְמַת דֶער בַּת קֵיסֶר. וָוארִין זֵיי וֶועלִין זִיךְ מֵיינֶען אַז זִי אִיז דָארְט אִין דֶער שִׁיף. נָאר זֵיי וֶועלִין אַייךְ נָאךְ יָאגִין. אִיבֶּער דֶעם זָאלְט אִיר אַנְטְלוֹפִין תֵּיכֶּף. וֶועט מֶען אַייךְ חַאפִּין וָואס אִיז. אַזוֹי וִוי דֶער שְׁטֵייגֶער אִיז פוּן רוֹצְחִים. זֵיי קוּקִין אוֹיף זִיךְ גָאר נִיט (כְּלוֹמֶר זֵיי זֶענֶען זִיךְ מַפְקִיר) אוּן אַזוֹי אִיז גִיוֶוען. סֶע גִיוָוארִין אַ גְרוֹיסֶער רַעַשׁ. אוּן מֶען הָאט זֵיי תֵּיכֶּף נָאךְ גִיָיאגְט. נָאר מִהָאט זִי דָארְט נִיט גִיפוּנֶען.

אוּן דֶער רוֹצֵחַ הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטִין מִיט אִיר אִין אַ גְרוּבּ פוּן רֶעגִין וַואסֶער. אוּן זֵיי זֶענֶען דָארְטִין גִילֶעגִין אוּן עֶר הָאט זִי גִישְׁרָאקִין. אַז זִי זָאל נִיט שְׁרַייעֶן. כְּדֵי מֶענְשְׁן זָאלִין נִיט דֶערְהֶערִין. אוּן עֶר הָאט צוּ אִיר אַזוֹי גִיזָאגְט. אִיךְ הָאבּ מִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גִיוֶוען פוּן דַיינֶעט וֶועגִין כְּדֵי אִיךְ זָאל דִיךְ חַאפִּין. אוּן אַז אִיךְ זָאל דִיר וִוידֶער אָן וֶוערִין. אִיז מַיין לֶעבִּין בַּיי מִיר גָאר נִיט וֶוערְט. וָוארִין וַוייל דוּ בִּיסְט שׁוֹין בַּיי מִיר אִין דִי הֶענְט. אַז אִיךְ זָאל דִיךְ וִוידֶער אָן וֶוערִין. אוּן מֶע זָאל דִיר אָפְּנֶעמֶען פוּן מִיר. אִיז שׁוֹין מַיין לֶעבִּין בַּיי מִיר גָאר נִיט וֶוערְט. דְרוּם וִוי בַּאלְד דוּ וֶועסְט נָאר אַ גִישְׁרֵיי טָאן. וֶועל אִיךְ דִיךְ תֵּיכֶּף דֶערְוַוארְגְן. אוּן לָאז זִיךְ שׁוֹין מִיט מִיר טָאן וָואס סֶע וֶועט זִיךְ טָאן. וָוארְן אִיךְ בִּין שׁוֹין בַּיי מִיר גָאר נִיט וֶוערְט. הָאט זִי מוֹרָא גִיהַאט פַאר אִים (כְּלוֹמֶר דִי בַּת קֵיסֶר וָואס זִי אִיז גִילֶעגְן אִין דֶעם גְרוּבּ מִיט דֶעם רוֹצֵחַ הָאט מוֹרָא גִיהַאט צוּ שְׁרַייעֶן וַוייל דֶער רוֹצֵחַ הָאט זִי גִישְׁרָאקְן) דֶערְנָאךְ אִיז עֶר אַרוֹיס גִיגַאנְגֶען פוּן דָארְט מִיט אִיר. אוּן עֶר הָאט זִי גִיפִירְט אִין שְׁטָאט אוּן זֵיי זֶענֶען גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען אוּן זֵיי זֶענֶען גִיקוּמֶען צוּ אֵיין אָרְט. אוּן דֶער רוֹצֵחַ הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דָארְט זוּכְט מֶען אוֹיךְ. הָאט עֶר זִיךְ מִיט אִיר וִוידֶער בַּאהַאלְטְן. אִין אַ מִקְוֶה. אוּן דֶער נָאךְ אִיז עֶר פוּן דָארְט אוֹיךְ אַרוֹיס גִיגַאנְגֶען אוּן אִיז גִיקוּמֶען צוּ אֵיין אַנְדֶער אָרְט הָאט עֶר זִיךְ דָארְט אוֹיךְ מִיט אִיר בַּאהַאלְטְן אִין אֵיין אַנְדֶער וַואסֶער אוּן אַזוֹי הָאט עֶר זִיךְ מִיט אִיר בַּאהַאלְטְן אַלֶע מָאל אִין אֵיין אַנְדֶער וַואסֶער. בִּיז עֶר הָאט זִיךְ מִיט אִיר בַּאהַאלְטְן אִין דִי אַלֶע זִיבְּן עֶרְלֵיי וַואסֶערְן וָואס דֶער בֶּערְגֶער הָאט זִיךְ בַּאהַאלְטְן מִיט אִיר מוּטֶער כַּנַּ"ל. וָואס דָאס זֶענֶען דִי זִיבְּן עֵדוּת כַּנַּ"ל. בִּיז עֶר אִיז גִיקוּמֶען מִיט אִיר אוֹיף דֶעם יַם. הָאט דֶער רוֹצֵחַ דָארְט גִיזוּכְט כָאטְשֶׁע אַ קְלֵיין שִׁיפְל פוּן דִי וָואס חַאפְּן פִישׁ כְּדֵי עֶר זָאל מִיט אִיר אַרִיבֶּער. הָאט עֶר גִיפוּנֶען אַ שִׁיף. הָאט עֶר גִינוּמֶען דִי בַּת קֵיסֶר. אוּן עֶר הָאט זִי נִיט גִידַארְפְט וָוארְן עֶר אִיז גִיוֶוען אַ סָרִיס כַּנַּ"ל. נָאר עֶר הָאט גִיוָואלְט זִי פַארְקוֹיפְן צוּ אֵיין מֶלֶךְ. אוּן עֶר הָאט מוֹרָא גִיהַאט טָאמֶער וֶועט מֶען זִי אַוֶועק חַאפְּן בַּיי אִים. אִיז עֶר גִיגאַנְגֶען אוּן הָאט זִי אָנְגִיטָאן אִין קְלֵיידֶער פוּן אַ מַאטְרָאס. הָאט זִי אַפָּנִים גִיהַאט וִוי אַ זָכָר. אוּן דֶער רוֹצֵחַ אִיז מִיט אִים גִיפָארְן אוֹיף דֶעם יַם (דְהַיינוּ מִיט דֶער בַּת קֵיסֶר וָואס מִיר רוּפְן זִי אָן בְּלָשׁוֹן זָכָר מַחְמַת דֶער רוֹצֵחַ הָאט זִי אַזוֹי פַארְשְׁטֶעלְט כַּנַּ"ל) אִיז גִיקוּמֶען אַ שְׁטָארֶעם וִוינְט אוּן הָאט אַוֶועק גִיטְרָאגְן דִי שִׁיף צוּ אֵיין בָּארְטְן אוּן דִי שִׁיף אִיז צוּ בְּרָאכְן גִיוָוארְן אוּן זֵיי זֶענֶען גִיקוּמֶען צוּ דֶעם בָּארְטְן וָואס דָארְט אִיז גִיוֶוען דִי מִדְבָּר וָואס דָארְט אִיז גִיזֶעסְן דֶער בָּחוּר הַנַּ"ל.

וִוי זֵיי זֶענֶען אַהִין גִיקוּמֶען. אוּן דֶער גַזְלָן אִיז גִינִיט גִיוֶוען אִין וֶועגְן אַזוֹי וִוי זֵייעֶר סֵדֶר אִיז הָאט עֶר גִיוואוּסְט. אַז דָא אִיז אֵיין אָרְט פוּן מִדְבָּר. וָואס קֵיין שִׁיפְן קוּמֶען אַהֶער נִיט. אִיבֶּער דֶעם הָאט עֶר דָא שׁוֹין קֵיין מוֹרָא נִיט גִיהַאט פַאר קֵיין שׁוּם מֶענְשְׁן הָאט עֶר זִי גִילָאזְט. זֶענֶען זֵיי גִיגַאנְגֶען (דְהַיינוּ דֶער רוֹצֵחַ אוּן דִי בַּת קֵיסֶר) דֶער אַהֶער אוּן דֶער אַהֶער זֵיי זָאלְן זִיךְ זוּכְן עֶפֶּעס עֶסְן. הָאט זִי זִיךְ דֶערְוַוייטֶערְט פוּן דֶעם גַזְלָן. אוּן דֶער גַזְלָן אִיז גִיגַאנְגֶען אִין זַיין וֶועג. אוּן עֶר הָאט דֶערְזֶעהְן אַז זִי אִיז נִיט דָא לֶעבְּן אִים. הָאט עֶר אָנְגִיהוֹיבְּן צוּ שְׁרַייעֶן צוּ אִיר. אוּן זִי הָאט זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען. אוּן הָאט אִים גָארְנִיט גִיעֶנְפֶערְט. וָוארְן זִי הָאט זִיךְ גִיטְרַאכְט. מַיין סוֹף אִיז זִיךְ עֶר וֶועט מִיר פַארְקוֹיפְן. נָאךְ וָואס זָאל אִיךְ אִים עֶנְפֶערְן אוֹיבּ עֶר וֶועט וִוידֶער אָנְקוּמֶען צוּ מִיר. וֶועל אִיךְ אִים עֶנְפֶערְן. אִיךְ הָאבּ נִיט גִיהֶערְט. בִּפְרַט הַרְגֶענֶען וִויל עֶר זִיךְ מִיךְ נִיט. וָוארְן עֶר וִויל זִיךְ מִיךְ פַארְקוֹיפְן. הָאט זִי אִים נִיט גִיעֶנְפֶרְט. אוּן זִי אִיז וַוייטֶער גִיגַאנְגֶען. אוּן דֶער גַזְלָן הָאט זִי גִיזוּכְט אַהִין אוּן אַהֶער אוּן עֶר הָאט זִי נִיט גִיקָאנְט גִיפִינֶען. אוּן עֶר אִיז וַוייטֶער גִיגַאנְגֶען אוּן עֶר הָאט זִי אַלְץ נִישְׁט גִיקָאנְט גִיפִינֶען. אוּן מִן הַסְתַּם הָאבְּן אִים חַיוֹת רָעוֹת אוֹיף גִיגֶעסְן.

אוּן זִי אִיז גִיגַאנְגֶען וַוייטֶער וַוייטֶער. אוּן זִי הָאט זִיךְ גִיפוּנֶען עֶפֶּעס עֶסְן. אוּן אִיז אַזוֹי גִיגַאנְגֶען בִּיז זִי אִיז גִיקוּמֶען צוּ דֶעם אָרְט וָואס דָארְט אִיז גִיזֶעסְן דֶער בָּחוּר הַנַּ"ל (דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן הַנַּ"ל) אוּן זִי אִיז שׁוֹין דֶערְוַוייל פַארְוַאקְסְן גִיוָוארְן מִיט הָאר אוּן דֶערְצוּ אִיז זִי גִיוֶוען אָנְגִיטָאן וִוי אַ זָכָר אִין דִי קְלֵידֶער פוּן אַ מַאטְרָאס כַּנַּ"ל הָאבְּן זֵיי זִיךְ נִיט דֶערְקֶענְט אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע. אוּן תֵּיכֶּף וִוי זִי אִיז גִיקוּמֶען. אִיז עֶר פְרֵיילֶעךְ גִיוָוארְן וָואס סֶע אִיז דָא גִיקוּמֶען נָאךְ אַ מֶענְשׁ. הָאט עֶר זִי גִיפְרֶעגְט. פוּן וַואנֶען קוּמְסְטוּ אַהֶער. הָאט זִי גֶעעֶנְטְפֶערְט אִיךְ בִּין גֶעוֶוען מִיט אַ סוֹחֵר אוֹיף דֶעם יַם וְכוּ'. הָאט זִי אִים גֶעפְרֶעגְט פוּן וַואנֶען קוּמְסְטוּ אַהֶער. הָאט עֶר אִיר אוֹיךְ גִיעֶנְפֶערְט. דָארְךְ אַ סוֹחֵר. זֶענֶען זֵיי דָארְט בֵּיידֶע גִיזֶעסְן.

אוּן דֶער נָאךְ וִוי דִי בַּת קֵיסֶר אִיז אַוֶועק גִיחַאפְּט גִיוָוארְן פוּן דֶעם קֵיסֶר כַּנַּ"ל. הָאט דִי קֵיסֶרְ'טֶע זֵייעֶר גִיקְלָאגְט אוּן זִי הָאט זִיךְ גִישְׁלָאגְן קָאפּ אִין דֶער וַואנְט. אוֹיף דֶעם וָואס אִיר טָאכְטֶער אִיז פַארְפַאלְן גִיוָוארְן. אוּן זִי הָאט דֶעם קֵיסֶר זֵייעֶר גִיגֶעסְן מִיט רֵייד. זִי הָאט צוּ אִים גִיזָאגְט. אִיבֶּער דַיין גַדְלוּת. הָאסְטוּ דֶעם בָּחוּר אוֹיס גִיבְּרַאכְט. אוּן הַיינְט אִיז אוּנְזֶער טָאכְטֶער פַארְלָארְן גִיוָוארְן. אוּן זִי הָאט גִיזָאגְט. זִי אִיז זִיךְ גִיוֶוען גָאר אוּנְזֶער מַזְל אוּן גָאר אוּנְזֶער הַצְלָחָה. הַיינְט הָאבְּן מִיר זִי פַארְלָארְן. וָואס אִיז מִיר שׁוֹין גִיבְּלִיבְּן הַיינְט. אוּן זִי הָאט אִים זֵיעֶר גִיגֶעסְן. אוּן אִים אַלֵיין אִיז זִיךְ בְּוַודְאַי אוֹיךְ זֵייעֶר בִּיטֶער גִיוֶוען דָאס וָואס דִי טָאכְטֶער אִיז פַארְפַאלְן גִיוָוארְן דֶערְצוּ הָאט דִי קֵיסֶרְ'טֶע אִים זֵייעֶר גִיגֶעסְן אוּן זֵייעֶר דֶערְצֶערְנְט. אוּן סֶע גִיוָוארְן גְרוֹיסֶע קְרִיג אוּן עֶסִינִישׁ צְוִוישְׁן זֵיי. אוּן זִי פְלֶעגְט אִים רֵיידְן דְבָרִים רָעִים בִּיז זִי הָאט אִים זֵייעֶר דֶערְצֶערְנְט. בִּיז עֶר הָאט זִי גִיהֵייסְן פַארְשִׁיקְן. אוּן עֶר הָאט גִיזֶעצְט דַיָינִים אוֹיף אִיר. הָאבְּן זֵיי גִיפַּסְקֶ'ט אַז מֶען זָאל זִי פַארְשִׁיקְן. הָאט מֶען זִי פַארְשִׁיקְט.

דֶערְנָאךְ הָאט דֶער קֵיסֶר גִישִׁיקְט אִין דֶער מִלְחָמָה אַרַיין. אוּן עֶר הָאט נִיט מַצְלִיחַ גִיוֶוען. הָאט עֶר דָאס אָנְגִיהָאנְגֶען אִין אַ יֶעדְנִירַאל. וַוייל דוּ הָאסְט אַזוֹי גִיטָאן דְרִיבֶּער הָאסְטוּ אָנְגִיוָוארְן דִי מִלְחָמָה. הָאט עֶר דֶעם יֶעדְנִירַאל פַארְשִׁיקְט. דֶערְנָאךְ הָאט עֶר וִוידֶער גִישִׁיקְט אִין דֶער מִלְחָמָה אַרַיין. אוּן הָאט וִוידֶער נִיט מַצְלִיחַ גִיוֶוען הָאט עֶר וִוידֶער פַארְשִׁיקְט יֶעדְנִירַאלְן אוּן אַזוֹי הָאט עֶר פַארְשִׁיקְט כַּמָה יֶעדְנִירַאלְן. הָאט דִי מְדִינָה גִיזֶעהְן אַז עֶר טוּט וִוילְדֶע זַאכְן פְרִיר הָאט עֶר פַארְשִׁיקְט דִי קֵיסֶרְ'טֶע. דֶערְנָאךְ יֶעדְנִירַאלְן. הָאבְּן זֵיי זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען (דְהַיינוּ דִי מְדִינָה) טָאמֶער פַארְקֶערְט. מֶען זָאל שִׁיקְן נָאךְ דֶער קֵיסֶרְ'טִי. אוּן אִים זָאל מֶען פַארְשִׁיקְן. אוּן דִי קֵיסֶרְ'טֶע זָאל פִירְן דִי מְדִינָה. הָאבְּן זֵיי אַזוֹי גִיטָאן. אוּן הָאבְּן דֶעם קֵיסֶר פַארְשִׁיקְט. אוּן דִי קֵיסֶרְ'טֶע הָאבְּן זֵיי צוּרִיק גִינוּמֶען. אוּן זִי הָאט גִיפִירְט דִי מְדִינָה.

אוּן דִי קֵיסֶרְ'טֶע הָאט תֵּיכֶּף גִישִׁיקְט אַז מֶען זָאל וִוידֶער צוּרִיק בְּרֶנְגֶען דֶעם בֶּערְגֶער מִיט זַיין וַוייבּ דִי בֶּערְגֶערן (וָואס דֶער קֵיסֶר הָאט זֵיי מַשְׁפִּיל גִיוֶוען אוּן הָאט זֵיי גִימַאכְט פַאר אָרִימֶע לַייט כַּנַּ"ל) אוּן זִי הָאט זֵיי אַרַיין גִינוּמֶען אִין אִירֶע פַּאלַאצְן. אוּן דֶער קֵיסֶר. וִוי עֶר אִיז פַארְשִׁיקְט גִיוָוארִין. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען אוּן הָאט גִיבֶּעטִין דִי וָואס הָאבִּין אִים גִיפִירְט. אַז זֵיי זָאלִין אִים לָאזִין. וָוארִין אִיךְ בִּין זִיךְ פָארְט גִיוֶוען אַייעֶר קֵיסֶר. אוּן אִיךְ הָאבּ אַייךְ בְּוַודְאַי גִיטָאן טוֹבוֹת. הַיינְט. טוּט מִיר דָאס צוּלִיבּ אוּן לָאזְט מִיךְ גֵיין. וָוארִין אִיךְ וֶועל זִיךְ מִיךְ שׁוֹין בְּוַודְאַי נִיט אוּם קֶערִין צוּ דֶער מְדִינָה. הָאט אִיר קֵיין מוֹרָא נִיט צוּ הָאבִּין. לָאזְט מִיךְ. לָאם אִיךְ מִיר גֵיין. לָאם אִיךְ כָאטְשֶׁע פְרַיי זַיין דָאס בִּיסְל לֶעבִּין וָואס אִיךְ הָאבּ נָאךְ צוּ לֶעבְּן. הָאבִּין זֵיי אִים גִילָאזְט. אִיז עֶר גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען. דֶערְוַוייל זֶענֶען אַוֶועק גִיגַאנְגֶען כַּמָה שָׁנִים אוּן דֶער קֵיסֶר אִיז גִיגַאנְגֶען אוּן גִיגַאנְגֶען בִּיז עֶר אִיז גִיקוּמֶען אוֹיף דֶעם יַם. הָאט דֶער וִוינְט דִי שִׁיף אוֹיךְ אַוֶועק גִיטְרָאגִין. אוּן עֶר אִיז אוֹיךְ גִיקוּמֶען צוּ דֶער מִדְבָּר הַנַּ"ל. בִּיז עֶר אִיז גִיקוּמֶען צוּ דֶעם אָרְט וָואס זֵיי בֵּיידֶע זֶענֶען דָארְט גִיזֶעסִין (דְהַיינוּ דֶער בָּחוּר דֶעם בֶּערְגִירְס זוּן. אוּן זַיין טָאכְטֶער דִי יְפַת תּוֹאַר וָואס זִי אִיז גִיגַאנְגֶען וִוי אַ זָכָר) הָאבִּין זֵיי זִיךְ נִיט דֶערְקָאנְט אֵיינְס דָאס אַנְדֶערֶע. וָוארִין דֶער קֵיסֶר אִיז שׁוֹין פַארְוַואקְסְן גִיוָוארִין מִיט הָאר אוּן סֶע אִיז שׁוֹין אַוֶועק גִיגַאנְגֶען כַּמָה שָׁנִים אוּן זֵיי זֶענֶען שׁוֹין אוֹיךְ פַארְוַואקְסִין גִיוָוארִין מִיט הָאר כַּנַּ"ל. הָאבִּין זֵיי אִים גִיפְרֶעגְט פוּן וַואנֶעט קוּמְסְטוּ אַהֶער. הָאט עֶר זֵיי גִיעֶנְפֶערְט דוּרְךְ אַ סוֹחֵר. אוּן אַזוֹי זֵיי הָאבְּן אִים אוֹיךְ אַזוֹי גִיעֶנְפֶערְט. זֶענֶען דִי דְרַיי דָארְט גִיזֶעסִין אִין אֵיינֶעם. אוּן הָאבִּין דָארְט גִיגֶעסִין אוּן גִיטְרִינְקֶען. כַּנַּ"ל. אוּן זֵיי הָאבִּין דָארְט גִישְׁפִּילְט אוֹיף כְּלֵי שִׁיר. וָוארִין זֵיי אַלֶע הָאבִּין גִיקֶענְט שְׁפִּילִין. וָוארִין דֶער אִיז אַ קֵיסֶר. אוּן אַזוֹי זֵיי הָאבִּין אוֹיךְ גִיקֶענְט שְׁפִּילִין.

אוּן עֶר דְהַיינוּ דֶער בָּחוּר. עֶר אִיז גִיוֶוען דֶער בֶּרְיָה צְוִוישְׁן זֵיי. וָוארִין עֶר אִיז שׁוֹין דָארְט גִיוֶוען פוּן לַאנְג. אוּן עֶר פְלֶעגְט זֵיי צוּ בְּרֶענְגֶען פְלֵיישׁ הָאבִּין זֵיי גִיגֶעסִין. אוּן זֵיי פְלֶעגִין דָארְט בְּרֶענֶען הָאלְץ וָואס סֶע אִיז טַייעֶרֶרער גִיוֶוען פוּן גָאלְד אִין יִישׁוּב. פְלֶעגְט זֵיי דֶער בָּחוּר צוּ דְרִינְגֶען אַז דָא אִיז גוּט אִיבֶּער צוּ לֶעבִּין דִי יָארִין. וֶועדְלִיג דָאס גוּטְץ וָואס מֶענְטְשִׁין הָאבִּין אוֹיף דֶער וֶועלְט אִין יִישׁוּב. אִיז בֶּעסֶער אַז מֶען זָאל דָא זִיצִין. מֶען זָאל דָא אִיבֶּער לֶעבִּין דִי וֶועלְט. הָאבִּין זֵיי אִים גִיפְרֶעגְט. וָואס פַאר אַ גוּטְץ הָאסְטוּ דֶען גִיהַאט אַז דוּ זָאגְסְט אַז דָא אִיז פַאר דִיר בֶּעסֶער. הָאט עֶר זֵיי גִיעֶנְפֶערְט. אוּן הָאט זֵיי דֶערְצֵיילְט. וָואס מִיט אִים הָאט זִיךְ אִיבֶּער גִיטָאן וִוי עֶר אִיז גִיוֶוען אַ בֶּערְגִירְס זוּן וְכוּ' בִּיז עֶר אִיז אַהֶער גִיקוּמֶען אוּן וָואס אִיז אִים דְרוֹיס גִיקוּמֶען וָואס עֶר אִיז גִיוֶוען אַ בֶּערְגִירְס זוּן. עֶר הָאט גִיהַאט כָּל טוּב. דָא הָאט עֶר אוֹיךְ כָּל טוּב. (אַזוֹי הָאט דֶער בָּחוּר אַלְץ צוּ זֵיי גִיזָאגְט) אוּן עֶר הָאט זֵיי גִידְרוּנְגֶען אַלְץ אַז דָא אִיז גוּט אִיבֶּער צוּ לֶעבִּין דִי וֶועלְט.

הָאט אִים דֶער קֵיסֶר גִיפְרֶעגְט. הָאסְטוּ גִיהֶערְט פוּן דֶעם קֵיסֶר. הָאט עֶר אִים גִיעֶנְפֶערְט עֶר הָאט גִיהֶערְט. הָאט עֶר אִים גֶעפְרֶעגְט אוֹיף דֶעם יְפַת תּוֹאַר. אוֹיבּ עֶר הָאט גֶעהֶערְט פוּן אִיר. הָאט עֶר אִים אוֹיךְ גִיעֶנְפֶערְט. יוֹא. הָאט דֶער בָּחוּר אָנְגִיהוֹיבְּן צוּ רֵיידִין מִיט כַּעַס אוּן הָאט גִיזָאגְט. דֶער רוֹצֵחַ. (אַזוֹי וִוי אֵיינֶער קְרִיצְט מִיט דִי צֵיין אוֹיף דֶעם אַנְדֶערִין אַזוֹי הָאט דֶער בָּחוּר גִיזָאגְט מִיט כַּעַס אוֹיף דֶעם קֵיסֶר וָואס זֵי הָאבִּין פוּן אִים גִשְׁמוּסְט. וָוארִין עֶר הָאט נִיט גִיוואוּסְט אַז דֶער קֵיסֶר אַלֵיין שְׁמוּסְט מִיט אִים) הָאט עֶר אִים גִיפְרֶעגְט. פַארְוָואס אִיז עֶר אַ רוֹצֵחַ. הָאט עֶר אִים גִיעֶנְפֶערְט. אִיבֶּער זַיין אַכְזָרִיוֹת אוּן אִיבֶּער זַיין גַסוּת בִּין אִיךְ אַהֶער גִיקוּמֶען. הָאט עֶר אִים גִיפְרֶעגְט. וִוי אַזוֹי אִיז דָאס גִיוֶוען. הָאט זִיךְ דֶער בָּחוּר מְיַישֵׁב גִיוֶוען. דָא הָאט עֶר זִיךְ פַאר קֵיינֶעם קֵיין מוֹרָא נִיט צוּ הָאבִּין. הָאט עֶר אִים גִיזָאגְט אוּן הָאט אִים דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה וָואס מִיט אִים הָאט זִיךְ אִיבֶּער גִיטָאן. הָאט עֶר אִים גִיפְרֶעגְט. אַז דֶער קֵיסֶר זָאל דִיר קוּמֶען אִין דֶער הַאנְט אַרַיין וָואלְסְטוּ זִיךְ אִין אִים הַיינְט נוֹקֵם גִיוֶוען. הָאט עֶר אִים גִיעֶנְפֶערְט נֵיין (וָוארְן עֶר אִיז גִיוֶוען אֵיין גוּטֶער אֵיין רַחְמָן) אַדְרַבָּא אִיךְ וָואלְט אִים אַזוֹי מְפַרְנֵס גִיוֶוען. וִוי אִיךְ בִּין דִיךְ מְפַרְנֵס. הָאט וִוידֶער דֶער קֵיסֶר אָנְגִיהוֹיבְּן צוּ זִיפְצְן אוּן צוּ קְרֶעכְצִין. אוּן הָאט גִיזָאגְט. וָואס פַאר אֵיין שְׁלֶעכְטֶע אוּן אֵיין בִּיטֶערֶע עֶלְטֶער דֶער קֵיסֶר הָאט. וָוארִין עֶר הָאט גִיהֶערְט אַז דִי טָאכְטֶער זַיינֶע דִי יְפַת תּוֹאַר אִיז פַארְפַאלִין גִיוָוארִין. אוּן עֶר אַלֵיין אִיז פַארְשִׁיקְט גִיוָוארִין הָאט זִיךְ וִוידֶער דֶער בָּחוּר אָנְגִירוּפִין. אִיבֶּער זַיין אַכְזָרְיוֹת (כְּלוֹמֶר אוּם דֶער בַּארִימְקֵייט) אוּן אִיבֶּער זַיין גַדְלוּת. הָאט עֶר זִיךְ אוֹיס גִיבְּרַאכְט אוּן זַיין טָאכְטֶער. אוּן אִיךְ בִּין אַהֶער פַארְוָוארְפִין גִיוָוארִין. אַלְץ אִיבֶּער אִים. הָאט עֶר אִים וִוידֶער גִיפְרֶעגְט (דֶער קֵיסֶר צוּ דֶעם בָּחוּר) אַז עֶר זָאל דִיר קוּמֶען אִין דֶער הַאנְט אַרַיין. וָואלְסְטוּ זִיךְ אִין אִים נוֹקֵם גִיוֶוען עֶנְפֶערְט עֶר אִים נֵיין. אִיךְ וָואלְט אִים אַזוֹי מְפַרְנֵס גִיוֶוען פּוּנְקְט אַזוֹי וִוי אִיךְ בִּין דִיךְ מְפַרְנֵס. הָאט זִיךְ דֶער קֵיסֶר דֶערְקֶענְט צוּ אִים. אוּן הָאט אִים מוֹדִיעַ גִיוֶוען אַז עֶר אִיז דָאס אַלֵיין דֶער קֵיסֶר. אוּן וָואס סֶע הָאט זִיךְ מִיט אִים אִיבֶּער גִיטָאן. אִיז דֶער בָּחוּר אוֹיף אִים אַנִידֶער גִיפַאלִין אוּן הָאט אִים גִיקוּשְׁט אוּן גִיהַאלְצְט. אוּן זִי (דְהַיינוּ דִי יְפַת תּוֹאַר וָואס זִי אִיז דָא אוֹיךְ גִיוֶוען. נָאר פַארְשְׁטֶעלְט כַּנַּ"ל) הֶערְט דָאס אַלְץ וִוי דִי בֵּיידֶע שְׁמוּסִין אֵיינֶער מִיט דֶעם אַנְדֶערִין.

אוּן דֶער בָּחוּר אִיז זַיין סֵדֶר גִיוֶוען. עֶר פְלֶעגְט אַלֶע טָאג גֵיין. אוּן הָאט זִיךְ אֵיין סִימָן גִימַאכְט אִין דְרַיי בֵּיימֶער. אוּן הָאט דָארְט גִיזוּכְט דָאס כְּתַב. וָוארִין סֶע אִיז דָארְט גִיוֶוען אַלְפֵי אַלָפִים בֵּיימֶער. פְלֶעגְט עֶר זִיךְ מַאכִין אֵיין סִימָן אִין דְרַיי בֵּיימֶער. וָואס עֶר הָאט גִיזוּכְט. כְּדֵי עֶר זָאל שׁוֹין מָארְגִין נִיט בַּאדַארְפִין זוּכִין אִין דִי דְרַיי בֵּיימֶער. אַזוֹי פְלֶעגְט עֶר טָאן אַלֶע טָאג. טָאמֶער פָארְט וֶועט עֶר גִיפִינֶען דָאס כְּתַב. (דְהַיינוּ דָאס כְּתַב וָואס זִי הָאט אִים גִישִׁיקְט וָואס סֶע אִיז בַּיי אִים פַארְפַלִין גִיוָוארִין צְוִוישְׁן דִי בֵּיימֶער כַּנַּ"ל) אוּן אַז עֶר פְלֶעגְט זִיךְ אוּמְקֶערִין פוּן דָארְט פְלֶעגְט עֶר קוּמֶען מִיט פַארְוֵויינְטֶע אוֹיגְן. וָוארִין עֶר פְלֶעגְט וֵויינֶען. אַז עֶר הָאט גִיזוּכְט אוּן הָאט נִישְׁט גִיקֶענְט גִיפִינֶען. הָאבִּין זֵיי אִים גִיפְרֶעגְט (דְהַיינוּ דֶער קֵיסֶר מִיט דֶער יְפַת תּוֹאַר) וָואס זוּכְסְטוּ צְוִוישְׁן דִי בֵּיימֶער. אוּן דֶערְנָאךְ קוּמְסְטוּ צוּרִיק מִיט פַארְוֵויינְטֶע אוֹיגִין. הָאט עֶר זֵיי דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה. בַּאֲשֶׁר דִי בַּת קֵיסֶר (דְהַיינוּ דִי יְפַת תּוֹאַר) הָאט אִים גִישִׁיקְט אַ כְּתַב. הָאט עֶר עֶס בַּאהַאלְטִין אִין אֵיין בּוֹים פוּן דִי בֵּיימֶער אִיז גִיקוּמֶען אֵיין שְׁטוֹירֶעם וִוינְט וְכוּ' כַּנַּ"ל הַיינְט זוּכְט עֶר טָאמֶער וֶועט עֶר עֶס גִיפִינֶען. הָאבִּין זֵיי צוּ אִים גִיזָאגְט. מָארְגִין אַז דוּ וֶועסְט גֵיין זוּכִין וֶועלִין מִיר מִיט דִיר אוֹיךְ גֵיין. טָאמֶאר וֶועלִין מִיר גִיפִינֶען דָאס כְּתַב. אִיז אַזוֹי גִיוֶוען. זֶענֶען זֵיי מִיט אִים אוֹיךְ גִיגַאנְגֶען. הָאט דִי בַּת קֵיסֶר גִיפוּנֶען דָאס כְּתַב אִין אֵיין בּוֹים. אוּן זִי הָאט עֶס אוֹיף גִיעֶפִינְט. הָאט זִי גִיזֶעהְן. אַז דָאס אִיז אִיר אֵייגִין כְּתַב פוּן אִיר הַאנְט. הָאט זִי זִיךְ מְיַישֵׁב גִיוֶוען. אַז זִי וֶועט אִים תֵּיכֶּף אוֹיס זָאגִין. אַז זִי אִיז דָאס אַלֵיין. אַז זִי וֶועט זִיךְ וִוידֶער אוֹיסְטָאן דִי קְלֵיידֶער. אוּן וֶועט זִיךְ וִוידֶער אוּמְקֶערִין צוּ אִיר שֵׁיינְקֵייט. אוּן זִי וֶועט וִוידֶער זַיין אַ יְפַת תּוֹאַר אַזוֹי וִוי פְרִיר. קָאן עֶר זִיךְ אַנִידֶער פַאלְן אוּן אוֹיס גֵיין. אוּן זִי וִויל סֶע זָאל זַיין בְּכַּשְׁרוּת כְּדַת (כְּלוֹמֶר נֶעמֶען קָאן זִי אִים דָא נִיט אִין דֶער מִדְבָּר וָוארִין זִי בַּאדַארְף מִיט אִים חַתוּנָה הָאבִּין אַזוֹי וִוי סֶע קֶער צוּ זַיין) אִיז זִי גִיגַאנְגֶען. אוּן הָאט אִים אוּמְגִיקֶערְט דָאס כְּתַב אוּן זִי הָאט צוּ אִים גִיזָאגְט אַז זִי הָאט גִיפוּנֶען דָאס כְּתַב. (כְּלוֹמֶר דָאס הָאט זִי אִים נָאךְ נִיט אוֹיס גִיזָאגְט אַז זִי אִיז דָאס אַלֵיין נָאר זִי הָאט אִים סְתַּם גִיזָאגְט אַז זִי הָאט דָאס כְּתַב גִיפוּנֶען) אִיז עֶר תֵּיכֶּף אַנִידֶער גִיפַאלִין אוּן אִיז גִיבְּלִיבְּן חַלָשׁוֹת. הָאבִּין זֵיי אִים דֶערְמִינְטֶערְט. אִיז צְוִוישְׁן זֵיי גִיוֶוען אַ גְרוֹיסֶע שִׂמְחָה.

דֶערְנָאךְ הָאט דֶער בָּחוּר גִיזָאגְט. וָואס טוֹיג מִיר דָאס כְּתַב וִוי וֶועל אִיךְ זִי שׁוֹין קָאנֶען גִיפִינֶען. זִי אִיז זִיךְ הַיינְט אַ וַודְאִי עֶרְגֶעץ בַּיי עֶפֶּעס אַ מֶלֶךְ. (וָוארִין עֶר הָאט גִימֵיינְט אַז זִי אִיז פַארְקוֹיפְט גִיוָוארִין דוֹרְךְ דֶעם רוֹצֵחַ אַזוֹי וִוי דֶער קֵיסֶר הָאט אִים דֶערְצֵיילְט) נָאךְ וָואס טוֹיג מִיר דָאס. אִיךְ וֶועל מִיר דָא אִיבֶּער לֶעבִּין מַיינֶע יָארִין. אוּן אִיז גִיגַאנְגֶען. אוּן הָאט אִיר אוּמְגִיקֶערְט דָאס כְּתַב. אוּן הָאט צוּ אִיר גִיזָאגְט נַא דִיר דָאס כְּתַב וֶועסְטוּ גֵיין אוּן וֶועסְט זִי נֶעמֶען. (וָוארִין זִי אִיז זִיךְ גִיוֶוען פַארְשְׁטֶעלְט וִוי אֵיין זָכָר) הָאט זִי זִיךְ גִילָאזְט גֵיין אוּן הָאט אִים גִיבֶּעטִין אַז עֶר זָאל אוֹיךְ מִיט אִיר גֵיין. וָוארִין אִיךְ וֶועל זִי בְּוַודְאַי נֶעמֶען. וֶועט זִיךְ מִיר גוּט זַיין. וֶועל אִיךְ דִיר אוֹיךְ אֵיין חֵלֶק גִיבִּין פוּן מַיין גוּטְץ (כְּלוֹמֶר דִי בַּת קֵיסֶר וָואס זִי אִיז גִיוֶוען פַארְשְׁטֶעלְט וִוי אֵיין זָכָר הָאט עֶס אַזוֹי גִיזָאגְט צוּ דֶעם בָּחוּר) אוּן דֶער בָּחוּר הָאט גִיזֶעהְן אַז דֶער אִיז אַ חָכָם אוּן עֶר וֶועט זִי בְּוַודְאַי נֶעמֶען. אִיז עֶר מְרוּצָה גִיוָוארִין מִיט אִים צוּ גֵיין. (דְהַיינוּ מִיט דֶער בַּת קֵיסֶר וָואס עֶר הָאט גִימֵיינְט אַז זִי אִיז אֵיין זָכָר) אוּן דֶער קֵיסֶר אִיז גִיבְּלִיבְּן אַלֵיין. וָוארִין עֶר הָאט מוֹרָא גִיהַאט זִיךְ אוּם צוּ קֶערִין. אִין דֶער מְדִינָה אַרַיין. הָאט זִי אִים גִיבֶּעטִין. אַז עֶר זָאל אוֹיךְ גֵיין וָוארִין עֶר וֶועט זִיךְ בְּוַודְאַי נֶעמֶען דִי יְפַת תּוֹאַר. הָאסְטוּ זִיךְ שׁוֹין קֵיין מוֹרָא נִיט צוּ הָאבִּין (כְּלוֹמֶר זִי הָאט אִים גִיזָאגְט אִיךְ וֶועל זִיךְ בְּוַודְאַי אָפְּזוּכְן דִי יְפַת תּוֹאַר הָאסְטוּ שׁוֹין קֵיין מוֹרָא נִיט צוּ הָאבִּין. וָוארִין דָאס מַזְל וֶועט זִיךְ אוּמְקֶערִין אַז מֶען וֶועט זִי גִיפִינֶען) אוּן מֶען וֶועט דִיךְ אוֹיךְ הֵייסִין אוּם קֶערִין.

זֶענֶען זֵיי גִיגַאנְגֶען דִי אַלֶע דְרַיי אִין אֵיינֶעם. אוּן זֵיי הָאבִּין זִיךְ גִידוּנְגֶען אַ שִׁיף אוּן זֵיי זֶענֶען גִיקוּמֶען צוּ דֶער מְדִינָה. וואוּ דִי קֵיסֶרְ'טִי זִיצְט. אוּן זֵיי זֶענֶען גִיקוּמֶען צוּ דֶער שְׁטָאט וואוּ זִי זִיצְט דָארְטִין. אוּן זֵי הָאבִּין אַנִידֶער גִישְׁטֶעלְט דִי שִׁיף הָאט זִיךְ דִי בַּת קֵיסֶר מְיַישֵׁב גִיוֶוען. אַז זִי וֶועט תֵּיכֶּף אוֹיס זָאגִין דֶער מוּטֶער. אַז זִי אִיז גִיקוּמֶען. קָאן זִי אוֹיסְגֵיין. אִיז זִי גִיגַאנְגֶען אוּן הָאט גִישִׁיקְט צוּ דֶער מוּטֶער. בַּאֲשֶׁר סֶע גִיפִינְט זִיךְ אַ מֶענְטְשׁ. וָואס עֶר הָאט אֵיין יְדִיעָה פוּן אִיר טָאכְטֶער. דֶערְנָאךְ אִיז זִי אַלֵיין גִיגַאנְגֶען צוּ דֶער קֵיסֶרְ'טִי אוּן הָאט אִיר דֶערְצֵיילְט. וָואס סֶע הָאט זִיךְ אִיבֶּער גֶעטָאן מִיט אִיר טָאכְטֶער. אוּן הָאט אִיר דֶערְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע מַעֲשֶׂה. אוּן צוּם סוֹף הָאט זִי אִיר גִיזָאגְט (מִיט דֶעם לָשׁוֹן). אוּן זִי (דְהַיינוּ דִי טָאכְטֶער) אִיז אוֹיךְ דָא. דֶערְנָאךְ הָאט זִי אִיר גִיזָאגְט דֶעם אֶמֶת. אִיךְ בִּין דָאס אַלֵיין. אוּן זִי הָאט אִיר מוֹדִיעַ גִיוֶוען. אַז אִיר חָתָן דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן אִיז אוֹיךְ דָא. נָאר זִי הָאט גִיזָאגְט צוּ דֶער מוּטֶער. אַז זִי וִויל אַנְדֶערְשׁ נִיט. נָאר אַז מֶען זָאל אוּמְקֶערִין קְרִיק אִיר פָאטֶער דֶעם קֵיסֶר אוֹיף זַיין אָרְט. אוּן דִי מוּטֶער הָאט דָאס גָאר נִיט גִיוָואלְט. וָוארִין זִי אִיז אוֹיף אִים זֵייעֶר בְּרוֹגֶז גִיוֶוען. וַוייל אִיבֶּער אִים אִיז דָאס אַלְץ גִיוֶוען נָאר זִי הָאט גִימוּזְט צוּלִיבּ טָאן דָאס אִיר טָאכְטֶער. הָאט מֶען גִיוָואלְט אִים אוּמְקֶערִין (דְהַיינוּ דֶעם קֵיסֶר) הָאט מֶען גִיזוּכְט דֶעם קֵיסֶר. אוּן עֶר אִיז גָאר נִיט דָא. הָאט אִיר דִי טָאכְטֶער אוֹיס גִיזָאגְט אַז דֶער קֵיסֶר אִיז אוֹיךְ דָא מִיט זֵיי. אִיז גִיוֶוען דִי חַתוּנָה. אוּן דִי שִׂמְחָה אִיז אִין גַאנְצִין. אוּן דִי מְלוּכָה אוּן דָאס קֵיסָרִית הָאבִּין זֵיי אָפְּגִינוּמֶען. דְהַיינוּ דֶעם בֶּערְגֶערְס זוּן מִיט דֶער יְפַת תּוֹאַר וָואס זֵיי הָאבִּין חַתוּנָה גִיהַאט. אוּן זֵיי הָאבִּין מוֹלֵךְ בְּכִּיפָּה גִיוֶוען. דְהַיינוּ זֵיי הָאבְּן גִיקִינִיגְט אִיבֶּער גָאר דֶער וֶועלְט. אָמֵן וְאָמֵן.

הערות רעדאַקטירן

דֶערְנָאךְ הָאט אוֹיךְ דֶער אַלְטֶער קֵיסֶר קֵיין גְדוּלָה נִיט גִיהַאט וָוארִין סֶע אִיז אַלְץ אִיבֶּער אִים גִיוֶוען: דֶער בֶּערְגֶער הָאט גִיהַאט גְרוֹיס גְדוּלָה עֶר אִיז דֶעם קֵיסֶרְ'ס פָאטֶער וָואס עֶר אִיז דֶער עִיקָר: דֶעם מַאטְרָאס הָאט מֶען אָן גִיפַּאטְשְׁט אָן גִיפַּאטְשְׁט אוּן מֶען הָאט אִים אַרוֹיס גִישְׁטוּפְּט. בַּיי לוֹט שְׁטֵייט הָהָרָה הִמָלֵט דָאס אִיז אַ בֶּערְגִיר. אוּן פוּן אִים קוּמְט אַרוֹיס מָשִׁיחַ: יוּדִין הָאבִּין אִין מִצְרַיִם גִיהַאט סִימָנִים וֶוער דֶער גוֹאֵל וֶועט זַיין וְכוּ' אוּן אוֹיף דֶעם גוֹאֵל וָואס סֶע וֶועט קוּמֶען אִיז בְּוַודַאי אוֹיךְ דָא סִימָנִים.

מָשִׁיחַ וֶועט זָאגן אִיטְלעכְן ייד וָואס מִיט אִים הָאט זִיךְ אִיבֶּער געטָאן אִיטְלעכְן טָאג: תָּמָר הָאט אוֹיךְ פַארְלוֹירן דִי סִימָנִים. אַזוֹי וִוי אִין מֶדְרָשׁ שְׁטֵייט. אוּן אַז מֶען הָאט זִי געוָואלְט פַארְבְּרֶענֶען אִיז גֶעקוּמֶען דֶער ס"מ אוּן הָאט פוּן אִיר דֶערְוַוייטֶערְט דִי סִימָנִים. אוּן דֶער מַלְאַךְ גַבְרִיאֵל אִיז געקוּמֶען אוּן הָאט זֵיי צוּ אִיר אָפּ געבְּרַאכְט. אַזוֹי וִוי אִין מֶדְרָשׁ שְׁטֵייט אוּן פוּן אִיר קוּמְט אַרוֹיס מָשִׁיחַ. בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ אָמֵן. דָאס הָאט אַלְץ דֶער רֶבִּי זַ"ל גִעשְׁמוּעסְט נָאךְ דֶער מַעֲשֶׂה כְּדֵי מֶען זָאל זִיךְ קֶענֶען עֶפֶּעס שְׁטוֹיסן וִוי וַוייט דִי מַעֲשֶׂה דֶערְלַאנְגְט. אַז וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס עֶר וֶועט זוֹכֶה זַיין צוּ וִויסן דֶעם סוֹד פוּן דִי מַעֲשִׂיוֹת אַפִילוּ אוֹיף יֶענֶער וֶועלְט.

דָאס וָואס דָא שְׁטֵייט אִין דֶער מַעֲשֶׂה וִוי אִיטְלֶעכֶער קוּמְט מִיט זַיין שִׁיר. אוּן אַ טֵייל עֶנְפֶערְט מֶען דוֹרְךְ אֵיין שְׁלִיחַ וְכוּ' כַּנַּ"ל. אַזוֹי אִיז פַארהַאנְדן כַּמָה גְרוֹיסֶע לַייט. וָואס אִטְלעכֶער טוּט וָואס עֶר טוּט. אוּן אִיטְלעכֶער פָּארִיט זִיךְ אוּן וִויל דֶערְלַאנְגֶען דֶעם רֶעכְטְן תַּכְלִית. אוּן קֵיינֶער אִיז נִיט זוֹכֶה צוּם רֶעכְטן תַּכְלִית צוּם אֶמֶת. נָאר דֶער וָואס עֶר אִיז רָאוּי דֶערְצוּ. אוּן אַ טֵייל עֶנְפֶערְט מֶען דוֹרְךְ אֵיין שְׁלִיחַ. אָדֶער פוּן אוּנְטֶער דֶער וַואנְט. אָדֶער מֶען וַוייזְט זֵיי אַרוֹיס דָאס פָּנִים וְכוּ' אַזוֹי וִוי אִין דֶער מַעֲשֶׂה שְׁטֵייט. נָאר צוּם סוֹף אַז זֵיי גֵייעֶן אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט. עֶנְפֶערְט מֶען זֵיי. אַז זֵיי הָאבּן נָאךְ גָאר נִישט געטָאן. אַזוֹי וִוי אִין דֶער מַעֲשֶׂה שְׁטֵייט וִוי דִי יְפַת תּוֹאַר הָאט צוּם סוֹף זֵיי געעֶנְפֶערְט דִי וַואסֶערן זֶענֶען אָבֶּער אִיבֶּער דִיר נָאךְ נִיט אַרִיבֶּער געגַאנְגֶען. בִּיז סֶע וֶועט קוּמֶען דֶער רֶעכְטֶער מַנְהִיג בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ אָמֵן. דָאס הָאט אוֹיךְ דֶער רֶבִּי זַ"ל גֶעשְׁמוּעֶסְט.

הערות שוליים רעדאַקטירן