מיין לעצטע נסיעה
מענדעלע מוכר־ספרים / מײַן (לעצטע) נסיעה * ו
https://drive.google.com/file/d/1WNc78XiRsBWCnTRwpKVjKco0TUSUXdj9/view?usp=sharing
https://soundcloud.com/ephraim-berkovitch/mendele-mayn-letste-nesiye
דעם צווייטן אלול, פֿאַר אַ יאָרן, תרכ"ט, האָב איך מיך מיט מײַן בײַדל ספרים אַרײַנגעפּעקלט אין קיִעוו. איך זאָג אַרײַנגעפּעקלט, מחמת, ווי איר ווייסט, איז אַ ייִד אין קיִעוו טריפֿה סחורה. ער טאָר זיך דאָרט ניט געפֿינען, סײַדן מיט אַ בלאָמבי, דאָס הייסט, אַז ער צאָלט פּאָשלינע און נעמט אַ קופּעטשעסטװאָ 4. ווי עס האָט אַ פּנים, טאָרן קיין ייִדן דאָרט ניט זיצן, ניט ווײַל מע האַלט זיי פֿאַר אומערלעכע, גראָבע, אומגעבילדעטע מענטשן, וואָרעם, ראשית, אַזוי פֿײַן, אַזוי ערלעך זײַנען זיי דאָך, לכל הפחות, ווי ציגײַנער. פֿאַר וואָס זשע גייען דאָרטן אַרום ציגײַנער מיט נאָך אַנדערע שלעק פֿראַנק און פֿרײַ? צווייטנס, וואָס איז קופּעטשעסטוואָ פֿאַר אַ סימן פֿון ערלעכקייט? מע קען זײַן אַ קופּעץ און פֿאָרט אַ גרויסער מאָשעניק. דריטנס, וואָלטן דאָך דאָרטן געמעגט זיצן די, וואָס האָבן אַ מאָל געלערנט אין שקאָלעס, אין ראַבינער-שולן, אויך מחברים און נאָך אַזעלכע, וואָס זײַנען זייער פֿײַנע געלערנטע מענטשן, כאָטשע־נעבעך, זיי האָבן ניט קיין געלט צו צאָלן גילדע? * וואָס דען זשע איז דער אמתער טעם? דאָס, זײַט מוחל, גייט פֿרעגן אָנדערע, קליגערע, פֿאַרשטענדיקערע פֿון מיר. איך בין גיט אויסן זיך דאָ אַרײַנצולאָזן אין חקירות און גיין אין הויכע דרכים, פֿאַרקריכן ביז דעם אלף הששי... און איבעריקנס, וואָס מאַכט עס אויס, געלויבט איז השם יתברך, ייִדן זיצן דאָך פֿאָרט אין קיִעוו. דאָרטן געפֿינט זיך הײַנט, אָן עין הרע, אַ גרויסע עדה ייִדן, זאָלן זיך מערן. זיי האָבן שוין, דאַנקען גאָט, אַ טאַקסע מיט נאָך אַזעלכע גוטע תקנות, באַלד אַפֿשר אַזוי, ווי אין גלופסק. עס קאָסט אַ מאָל אַ קערבל, נו, מילא,
כע!...
מײַנע געשעפֿטן זײַנען אין קיִעוו ניט געגאנגען אין בעסטן. דער פדיון פֿאַר די ספרים איז געוועזן זייער ווייניק און שטעכעווען האָט זיך ניט געמאַכט מיט וועמען. בכלל איז מיר דאָס גאַנצע יאָר ניט געגאנגען. עס איז געווען אַ פינצטערער, אַ ביטערער יקרות. קיינעם איז ניט געלעגן אין קאָפּ אויסצוגעבן
איבערגעדרוקט לויטן נוסח פֿון מינסקער שטערן (10 יולי 1939, ז' ו-4) דאָרט גופא ווערט פֿאַרצייכנט, אַז דאָס איז געווען אַ כּתבֿ־יר, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין אלאוקראינישן מוויי פֿאַר ייִדישער קולטור אויף מענדעלעס נאָמען, אין אַדעס. דער מוזיי איז, ליידער, צערויבט און פֿאַרברענט געװאָרן בשעת דער דײַטשער אַקפּאַציע אין משך פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה. 11
געלט אויף ספרים. מײַן הויפּט האַנדל איז געווען שטעך, ווי דער שטייגער אין פֿון יידישע מוכרי־ספרים, היינו, גאָר תחילת בין איך אַרויסגעפֿאָרן מיט תיקון שבועותלעך, תיקון תודהלעך, מיט עטלעכע מסיכתות בִּינָה' וכדומה, האָב איך זיי אַרום ראש חודש אב אויסגעביטן אויף קינות, אויף תחינות, אויף מסיכתות 'גיטין וכדומה. דערנאָך האָב איך די מינים ווידער אויסגעביטן אויף לוחות, אויף תיקוני זוהר', אויף סליחות, אויף מחזורים, מענה־לשונס און תּפֿילין־זעקעלעך, די דאָזיקע מינים ווידער האָב איך אָסיען־צײַט אויסגעביטן אויף גדולת יוסף'ס', אויף גרינע שאַלן, בראָדער געארבעטע לײַבלעך, ברעסלעווער זאָקן און אויף דובראָוונער טליתים, וכדומה. נאָך דעם האָב איך ווײַטער די זאכן געביטן אויף ברעך, אויף מעש און קופּערוואַרג. קורץ, איך האָב געארבעט, געמאַכט געשעפֿטן, אָפֿט זייער גוטע, גילדענע געשעפטן, כ'האָב איבערגעהאַנדלט מיט אַ וועלט, און נאָך אַלע זאכן איז בײַ מיר אין קעשענע געווען פוסט. איך ווייס ניט, אפשר גייט עס אין אַנדערע מסחרים אויך פּונקט אַזוי, אפשר, אַז מען זאָל זיך גוט צוקוקן, גייט עס אַזוי מיט אַלע בריות און גאָלדשפינערס. נאָר איך בין דאָס ניט אויסן. איך בין אַרומגעגאנגען אין איינע צרות. וואָס טוט מען דאָ? - האָב איך געטראַכט. אויף דער סטאַנציע קומט; מײַן ווײַב שרײַבט מיר, איך זאָל למען השם קומען אַהיים; איך בין שוין צוויי יאָר נע ונד אין דער פֿרעמד. זי שרײַבט געוואלד, מען דארף דעם עלטערן זון חתונה מאַכן, עד מתי וועט ער זיצן אַ בחור? נאָך אים זיצט אַ בתולה אַ כּלה, דער מחותן פיקט אין קאָפּ אַרײַן מע זאָל שוין חתונה מאַכן, דער חתן קען מער ניט זיצן. נאָך איר איז פֿאַראַנען נאָך אַ בתולה, און מע מוז זיי אויך פֿאַרקנסן, שדכנים שלאָגן אָפּ דאָס שוועל. דערצו נאָך האָבן זיך נאָך בײַ מיר צעריסן די שטיוול, קריכנדיק אויף די קיִעווער בערג. הכלל עס איז מיר געוועזן גאָר ניט פֿריילעך. ליגנדיק בײַנאַכט אויפֿן געלעגער, איז בײַ מיר געבליבן איך זאָל פֿאַרקויפֿן מײַן פֿערדל. איין מאָל, וועל איך עס פֿאַרשפּאָרן צו האָדעווען, און צווייטנס, וועט מיר דאָס געלט וואָס איך וועל פֿאַר אים נעמען, צו נוץ קומען אויף הוצאות אַהיים. אוודאי האָט מיר שטאַרק באַנג געטאָן זיך צעשיידן מיט מײַן פֿערדל, וואָס עס איז שוין בײַ מיר אַזוי פיל יאָרן. שוין גאַנץ לאַנג, אַז איך האָב עס געקויפט, אַקוראַט אין דעם יאָר, וואָס איך בין אַראָפּ פֿון קעסט, און מײַן ווײַב איז געלעגן געװאָרן מיט אַ פֿינפֿט מיידל עליה השלום, איך האָב עס גענומען אין שטעך פֿאַר רומל און אַלט מעש, און פֿון יענער צײַט אָן האָב איך מיט אים געמאַכט אַלע מײַנע נסיעות און אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. אַוודאי איז מיר ניט ניחא געווען זיך צעשיידן אויף דער עלטער מיט אַזאַ געזעלן, וואָס איז תּמיד געוועזן אַזוי געטרײַ, וואָס האָט מיר ניט פֿון איין בלאָטע אַרויסגעפֿירט און געליטן, פֿאַרשװאַרצט געוואָרן מיט מיר איניינעם. נאָר וואָס האָב איך געקענט בעסער מאַכן? װאָס טוט דען אַ מענטש ניט פֿון זײַן געזונט וועגן? וויפֿל פֿרײַנד, וויפל געטרײַע, גוטע פֿרײַנד, פֿאַרקויפֿט מען דען ניט פֿון פּרנסה וועגן? וואָס זאָג איך פרנסה? קען דען ניט איטלעכער פֿון אונדז אַזעלכע מענטשן, אי 4 12 9
רײַכע, אי געבילדעטע, וואָס פֿאַרקויפֿן זייערע האַרץ־פֿרײַנד טאַקע גאָר פאַר אַ קלייניקייט, פֿאַר אַ חניפֿה, פֿאַר אַ קערבל. אָדער פֿאַר אַ גוטן מיטאָג? ניט דאָס אָבער בין איך אויסן. 5 דער ערשטער מענטש, װאָס האָט מיר אין דער פֿרי אָפּגעגעבן אַ גוט מאָרגן בײַ מיר אויף דער סטאנציע, איז געווען די באַלעבאָסטע. 6 - גוט מאָרגן, רב מענדעלע – האָט זי געזאָגט מיט אַ חן - נעמט ניט פֿאַר אומגוט, וואָס איך בעזפּאָקאָיעי אײַך גאַנץ פֿרי, טאָמער קענט איר מיר געבן עטלעכע קערבלעך, איך וויל גיין עפּעס אײַנהאַנדלען אויף יום־טובֿ, הײַנט איז אַ מאַרק־טאָג, אפשר וועט מיר דער ריבונו של עולם באַשערן אַ מציאה. איך בין דאָך אַן אָרעם מענטש, אַ וויסטע אַלמנה מיט קליינע קינדער. ד – הײַנט איז אַ מאָרק־טאָג – האָב איך מיר אָנגערופֿן זייער צעמישט – נו, עלקע, הײַנט וועל איך אײַך געבן, הײַנט. 8 די באַלעבאָסטע האָט געמאַכט אַ קרום פנים און איז אַרויסגעגאנגען. מיר איז געוואָרן זייער פּאַסקודנע 8 אויפֿן האַרצן. מײַן גאַנצע האָפֿענונג איז איצט געוועזן דאָס פֿערדל. נאָר איין גאָט ווייס, ווי ס'איז מיר געווען אויף דעם האַרצן בשעת איך בין אַרײַנגעגאנגען אין שטאַל. מײַן פֿערדל, נעבעך, איז געלעגן אײַנגעהויקערט אין צענטן, עס האָט געסאָפּעט, געקרעכצט און שטארק געמאַכט מיט די זײַטן. לעבן אים איז ניט געווען אַפֿילו קיין איין היי, פֿון האָבער האָט מען שוין גאָרניט צו שמועסן. זײַט עטלעכע טעג האָט דער שלימזלניק עס אַפֿילו אין די אויגן ניט אָנגעקוקט, חוץ אַ ביסל סיטשקע. אַז איך בין צו אים צוגעגאנגען נעענטער, האָט ער זיך מיט צרות געשטעלט, זיך אויסגעצויגן אויסצוגלײַכן די אַלטע ביינער, האָט אויפֿגעשטעלט זײַנע אויערן און אויסגעשטרעקט דעם האַלדז צו מיר מיט אַזאַ פֿרײַנדלעכן קוק, גלײַך ווי עס האָט גערעדט "נא, טו מיט מיר װאָס דו ווילסט. איך וועל דיר שלעפן מיט דײַנע ספרים כל זמן עס שלאָגט זיך נאָך אין מיר אַן אָדער". איך האָב אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און האָב מיך געשעמט קוקן מײַן פֿערדל אין פּנים, גלײַך ווי איך בין באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן. אַך, האָב איך אַ קרעכץ געטאָן און האָב עס אָנגענומען פֿאַר דעם פּאָוועד און אים אַרויסגעפֿירט אויף דער גאָס. 10 איך האָב מיך מיט מײַן פֿערדל אַרומגעפֿירט הין און צוריק לעבן די ליוועראַנטן. איינער איז צו מיר צוגעגאנגן, ער האָט אַ ווײַן געטאָן מיטן פֿינגער אויף דעם פֿערדל און מיר געפֿרעגט מיט אַ שמייכעלע: וו - פֿעטער, איר ווילט דאָס פֿאַרקויפֿן? 12 יא - האָב איך געענטפֿערט - איר ווילט דאָס קויפֿן? 13 - וואָס טויג מיר אַזאַ פּגירה - האָט ער זיך אָנגערופֿן מיט אַ געלעכטער - איר זאָלט עס מיר שענקען, פֿעטער, וועל איך עס ניט נעמען. 14 נאָך עטלעכע זײַנען צוגעגאנגען, האָבן באַטראַכט מײַן פֿערדל מיט אַ געלעכטער און זײַנען אַוועקגעגאנגען, ניט צו ריידן מיט מיר אַפֿילו אַ וואָרט. צום סוף איז נאָך איינער צוגעגאנגען צו מיר און האָט פּראָסט אַ זאָג געטאָן: 13 15 אַ פֿערציקער אפשר וועל איך אײַך געבן פֿאַר אײַער דרינדע. וואָס קען דען ווערט זײַן אין גאַנצן זײַן פֿעל? עס איז דורך געביסן, דאָס וויידל אויסגעקראָכן, אַפֿילו פּאָדקאַוועס, מישטיינס געזאָגט, וועל איך פֿון אים ניט קענען אַראָפּנעמען. נו, ווילט איר? - האָט ער זיך נאָך אַ מאָל אָנגערופֿן צו מיר - זאָגט, וואָס שווײַגט איר, פֿעטער? 16 אַזעלכע בזיונות, מיט אַזעלכע רייך האָב איך שוין ניט געקענט אויסשטיין. סטײַטש, פֿאַרקויפֿן מײַן פֿערדל פֿאַר אַ שפּאָט געלט, מע זאָל אים הרגענען און אַראָפּציען דאָס פֿעל? מײַן פֿערדל, װאָס האָט מיר געדינט און בײַ מיר געבידעוועט אַזוי לאַנג געטרײַ, וואָס בײַ אַ שלעכטער צײַט פֿלעג איך אים ניט איין מאָל זאָגן, ער זאָל זוכן אַ היי אין סידור, וואָס ניט איין מאָל פֿלעגט ער אָננעמען פֿאַר ליב אַ טאָרבע מיט דאַרע שטיקלעך ברויט, וואָס איך פֿלעג אָפּקויפֿן אויף דעם וועג בײַ אָרעמע לײַט, וואָס האָט אָנגעוווירן בײַ מיר זײַן געזונט, זײַן לײַב און לעבן און אַ מאָל אַנידערגעלייגט זײַן וויידל, נעבעך, בײַ די גלופסקער ווײַסע חברה? 17 ניין, ניין, האָב איך געזאָגט, אַזוי שלעכט אַקעגן אים וועל איך ניט זײַן. איר וועל עס ניט פאַרקויפֿן. עס מעג זיך זײַן מיט מיר װאָס עס וויל זיך. און באַלד טאַקע האָב איך עס גענומען און געגאנגען צוריק אויף דער סטאַנציע. הערות ו ב' אלול תרכ"ט: משמעות זומער 1869. 2 בלאָמב: אַ פּלאָמבע. געמיינט, משמעות, אַ דערלויבעניש געחתמעט מיט אַ פּלאָמבע. ? פּאָשלינע: אַן אָפּצאָל, אַ שטײַער. קופּעטשעסטוואָ: אַ חזקה צו פֿירן אַ מיסחר. 5 מאָשעניק: שווינדלער, דרייער, אָפּנאַרער. 6 גילדע: שטײַער פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע בעלי-מלאכות און סוחרים; אַן אָפּצאָל דער בראנושע. ו בעזפּאָקאָיען: מטריח זײַן, מדריך מנוחה זײַן. 8 פּאַסקורנע: מיאוס, שלעכט. ? פּאָוועד: פֿון רוסיש: 'פּאַװאָד' מיינט 'לייצע'.