מאמע לשון
משה נאַדיר (1943 – 1885)
"מאַמע-לשון"
נײן, איך בין קײן קרוב ניט
פון כּהנים און נביאים:
מײן שפּראַך האָט שװער געהאָרעװעט
אין פישגעסל פון װין.
מײן ליד -- עס טראָגט קײן גלעקלעך ניט,
קײן שליפעס (= שלייקעס) און קײן קרײגן
איך טראָג אין פּראָסטע פּעקלעך מיט
מײן מאַמעדיק פאַרמעגן.
איך שרײב מיט שטיקער לופט אױף טאָג
און קלאָר װי אַ גוט-מאָרגן,
און װער עס דאַרף, און װער עס װיל --
זאָל קומען און זאָל באָרגן.