לאָמיר זשע זינגען
ווערטער פון איציק מאַנגער איציק מאנגער 1901 – 1969.
לאָמיר זשע זינגען
לאָמיר זשע זינגען פּשוט און פּראָסט
פֿון אַלץ, װאָס איז הײמיש, ליב און טײַער
פֿון אַלטע בעטלער, װאָס שעלטן דעם פּראָסט
און פֿון מאַמעס, װאָס בענטשן דאָס פֿײַער.
פֿון אָרעמע כּלות, װאָס שטײען מיט ליכט
פֿאַר בלינדע שפּיגלען שפּעט בײַ נאַכט
און יעדע זוכט דאָס נאָענטע געזיכט
װאָס האָט איר ליבע אױסגעלאַכט.
פֿון גורל-װאַר פֿער, װאָס רעדן פֿאַרשטעלט
און נאַרן די לעצטע גראָשנס אױס
בײַ עגונות װאָס שעלטן די װעלט
און גײען דורך הינטער-טירן אַרױס
פֿון דינסטן, װאָס האָרעװען ביטער-שװער
און באַהאַלטן דעם בעסטן ביסן
פֿאַר די זעלנער, װאָס קומען בײַ נאַכט
די באַלעבאַטים זאָלן נישט װיסן
לאָמיר זשע זינגען פּשוט און פּראָסט
פֿון אַלץ, װאָס איז הײמיש, ליב און טײַער
פֿון אורעמע מאַמעס, װאָס שעלטן דעם פּראָסט
און פֿון בעטלער, װאָס בענטשן דאָס פֿײַער
פֿון מײדלעך, װאָס װאַרפֿן זומער-צײַט
ממזרים הינטער פֿרעמדע טירן
און ציטערן פֿאַר מונדירטע לײַט
װאָס קענען דערפֿאַר אין תּפֿיסה פֿירן
פֿון קאַטערינקעס, װאָס סקריפּן שװער
פֿרײַטיק בײַ נאַכט אין אָרעמע הױפֿן
פֿון גנבֿים, װאָס האָבן פֿאַרפֿאַסט
און מוזן איבער די דעכער אַנטלױפֿן
פֿון שמאַטע-קלױבער, װאָס גראַבלען אין מיסט
און מײנען זײ װעלן אַן אוצר געפֿינען
פֿון דיכטער, װאָס האָבן געל ױבט אומזיסט
די שטערן – און זײַנען אַראָפּ פֿון זינען
לאָמיר זשע זינגען פּשוט און פּראָסט
פֿון אַלץ, װאָס איז הײמיש, ליב און טײַער
פֿון אַלטע לייט, װאָס שעלטן דעם פּראָסט
און פֿון קינדער, װאָס בענטשן דאָס פֿײַער