כל נדרי
געזונגען דורך יום טוב עהרליך
כל נדרי
דער אדעסער חזן איז געווארן א בעל תשובה
די זון איז פארגאנגען אראפ אין א פלאם
אויף כוואלעס די שטראלן צוגאסן
עס פארט א געפאנצערטע שיף אויפן ים
מיט רוסישע קריגס מאטראזן
דער שיפס קאפיטאן שטייט ביים שפיץ אויפן דעק
און האלט א לאָרנעטע א קליינע
און פלוצלינג ערזעהט ער א הערליכן ברעג
און אויף איהם א שטאט גאר א שיינע
אדעס הייסט די שטאט אירע לאמפן ביים פארט
גלאנצן ווי דיימאַנדס פון ווייטן
און פלוצלינג דערהערט ער א ניגון פון דארט
פון אלטע פארגעסענע צייטן
עס דערמאנט איהם דער ניגון זכרונות אסאך
פון יארן מיט פיל פארגעניגן
ניט בעטהאווען מאָצאַרט ניט וואגנער ניט באך
ס'איז עפעס אן אנדער מין ניגון
עס ציהט איהם דער ניגון אין שטאט אריין דארט
ער קען זיך קיין ארט ניט געפינען
ער בינדט אפ א שיפל און פארט צו צום פארט
און ער לויפט אויפן ברעג ווי אָן זינען
ער לויפט אין די גאסען אריין און ארויס
דער ניגון ווערט שטארקער און קלערער
און וואס מער ער הערט איהם זיין הארץ גייט איהם אויס
די בענקשאפט ווערט שטארקער און שווערער
עס ציהט איהם דער ניגון ארויס פון דער שטאט
ביי פינסטערע הויכע פאבריקן
און אין א קליינינקער געסל עס האט
זיך אויפגעהערט הערן דער ניגון
און פלוצלינג דערזעהט ער גיין ביי א וואנט
אן אלטיטשקע פרוי איינגעבויגן
א קליינינקע פעקעלע אונטערן האנט
א טיכל אריבער די אויגן
מוטערל, זאגט ער, א ניגון איך הער
און איך קען מיך קיין ארט ניט געפינען
עס ציהט מיר די הארץ און עס בענקט זיך אהער
איך פיהל אז עס רירט מיך פון זינען
זאגט איהם די אלטע דיין פנים זאגט אויס
אז דו ביזט א איד און דעריבער
איז ביי דיר היינט דאס די בענקעניש גרויס
ווייל היינט איז די נאכט פון יום כיפור
די נאכט פון יום כיפור - גיט ער א געשריי
איך זעה מיינע קינדערשע יארן
און דאס איז דער ניגון דאך פון כל נדרי!
עס לעבט ביי מיר אלץ אין זכרון
מיין טאטע פלעגט זאגן אין שוהל אזוי פיין
איך בין זיין משורר געווען
זי גיט איהם איר מחזור ער קוקט זיך דארט איין
ער האט נאך קיין זאך נישט פארגעסן
א דאנק זאגט די אלטע ווער עס האט דיך געשיקט
פונקט אין דעם צייט העלפט ער תמיד
מען האט ביי אונז אלע בעל תפילות פארשיקט
נישטא ווער זאל צוגיין צום עמוד
ער קומט אין א הייפל פארשטעקט אין פיר ווענט
נאס דורכגעווייקטע פון טרערן
עס שטייען פיל מענטשן ער קוקט און דערקענט
פיל הויכע ארמיי אפיצערן
ביים קליינינקן שולכען עס ברענען פיל ליכט
א טלית ט'מען איהם צוגעטראגן
ער דרוקט צו צום סידור זיין בלאסן געזיכט
און הייבט אן פאמעלאך זאגן
בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה
אנו מתירים להתפלל עם העבריינים
און פון זיינע אויגן א טרער נאך א טרער
עס פאלן אריבער זיין פנים
אינדרויסן צושפרייט ליגט א פינסטערע נאכט
א רעגנדל הייבט אן צו פאלן
אומזיסט שטייט די שיף דארט אין ים און זי וואכט
אומזיסט שיקט זי אירע סיגנאלן
דער שיין פון פראָזשעקטערס עס זוכט אויפן ברעג
עס זוכט אויך צווישן די שטערן
דער שיפס קאפיטאן איז פיל העכער אוועק
און וועט זיך קיינמאל נישט אומקערן
ער שטייט ביי דעם עמוד געבויגן די קאפ
און קען נישט איינהאלטן די טרערן
ביין זייט שטייט דער טאטע פון הימל אראפ
געקומען כל נדרי צו הערן
נאר ווער קען דען זינגן אז די הארץ איז פול
און שיעור וואס עס פלאצט נישט דער מח
ער גיט זיך א דריי אויס פון עמוד צום שול
און הייבט אן צו שרייען מיט כח
מענטשן! צו ווייסט איר וואס איז געשען דא
שרעקליכע הייליגע זאכן
צו נעמען א מענטשן אין איין האלבע שעה
און אזוי גליקלאך צו מאכן
אידן! איך האב היינט געפונען מיין גליק
מען האט מיך פון זומפ אויפגעהויבן
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן