כ'בין...
כ'בין... פון חיים נחמן ביאליק (9 אין יאנואר 1873 – 4 אין יולי 1934)
כ'בין ניט אויף אייער רוף געגאַנגען,
איך קום צו אייך מיט זיבן וועגן;
איך פאַל אויף אייך, ווי טוי אויף זאַנגען,
און ווי אויף טרוקן גראז דער רעגן.
אומזיסט האט איר גערוישט, געליאַרעמט
און מיך באַגעגנט מיט געזאַנג:
איך האב פאַר אייך אַ טויב געוואַרעמט,
און אויסגעפּיקט האט זיך אַ שלאַנג.
און זעט: מיך רירט ניט אייער שאַלן,
און אייער הילכיקער גערוס
ליגט טויט צו מיינע פיס געפאַלן
און איך צעטרעט אים מיט דעם פוס.
פון אייער אויסגעלאשן אויג
בין איך דער לעצטער שוואַרצער בליץ,
פון אייערע פאַרקלעמטע ציין –
דער לעצטער צארנדיקסטער קריץ.
און רעד איך – מוזן הימלען שטומען,
די ערד באַוועגט זיך ניט פון ארט;
די שטיינער קייקלען זיך און קומען
און שלינגען דארשטיק גאטס אַ ווארט.