פרשת נח: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת נח אין pdf דאקומענט


די וואס זוכן אויפן רב
אלה תולדות נח נח איש צדיק תמים היה בדורותיו, יש דורשין אותו לשבח וכו' ויש דורשין אותו לגנאי וכו'. (רש"י).

פילע פרעגן, ווי באלד עס איז פאראן א וועג צו דרשה'נען אים לשבח, ווארום (= פארוואס) זאלן זיי אים דרשה'נען לגנאי? דער תירוץ איז אזוי, ווען מיר זעען א צדיק מיט א חסרון, זאלן מיר ניט דענקען אז ער איז שוין צוליב דעם ניט קיין צדיק. ער איז דער זעלבער צדיק. די "ראיה" איז פון נח, אויף נח ווערט געזאגט "איש צדיק תמים" רופט אים דאך די תורה צדיק תמים - כאטש "ויש דורשין אותו לגנאי". כאטש עס געפינט זיך א גנאי אויף אים, דאך איז ער א צדיק תמים, נים ווי אין אמעריקע, אויב זיי געפינען עפעס אויף זייער רב, ווייל זיי זוכען כסדר אויף אים, געפינען זיי דאך. טייערע מיינע, כאטש איר האט עפעס א חסרון געפונען, איז ער דאך א צדיק תמים, ודו"ק היטב.

אייגענע לויב טויג נישט
יש דורשין אותו לשבח וכו', ויש דורשין אותו לגנאי וכו'. לשבח אלו היה בדורו של א"א היה צדיק יותר – לגנאי אלו היה בדורו של וכו' לא היה נחשב לכלום. (רש"י).

ווי באלד עם איז דא א וועג צו דרשה'נען לשבח, ווארום זאל מען דרשה'נען לגנאי? דער תירוץ איז, די וועלכע דרשה'נען אים לגנאי, דערמיט מאכן זיי נאך העכער נח זיין צדקות זיין מדרגה, ווי די וואס דרשה'נען אים לשבח. די וואם לערנען לשבח, לערנען אזוי, - יש דורשין - עס איז פאראן וואס זיי דערקלרן אז נח האט זיך אליין גע'דרשה'נט לשבח. "אותו", אים אליין האט ער גע'דרשה'נט לשבח, זיין גרויסקייט, אז איך וואלט געווען "בדורו של אברהם", וואלט איך נאך געווען העכער און העכער, קוטט עס אויס, אז ער האט פון זיך געהאלטן, און דאס איז אביסעלע גרויסקייט. אבער "יש דורשין אותו", זיך אליין זאגן אנדערע, האט ער אויף זיך גע'דרשה'נט לגנאי. ווען איך וואלט געווען בדורו של אברהם וואלט איך גאר ניט געווען גערעכענט פאר א צדיק תמים. קומט איצט אויס, אז דער "לגנאי" איז א גרעסערער שבח אויף נח, ודו"ק היטב.


היינטיקע רע בנים (רבנים)
אלה תולדות : נח – נח איש צדיק תמים בדורותיו את האלהים התהלך נח.

די גמרא זאגט אין (כתובות ק"ה) "האי צורבא מרבנן דמרחמי ליה בני מתא - לאו מישום דמעליה טפי, אלא משום דלא מוכח להו במילי דשמיא". א רב וואס די שטאט-לייט זיינע ליבן און גלייכן אים, איז ניט צוליב דעם ווייל ער איז א גרעסערער רב פאר אנדערע, פרימער פאר אנדערע רבנים. ניין, נישט צוליב דעם, נאר ווייל ער שטראפט זיי קיין מאל נישט אין גאט זאכן "בין אדם למקום", נאר ער שטראפט זיי "בין אדם לחבירו", דארום גלייכן זיי אים.

און די מפרשים זאגן, "את האלהים התהלך נח", גאט איז ער אליין געגאנגען, ער האט געטאן אלעס וואס באלאנגט צו גאט, אבער זיין דור האט ער נישט געשטראפט, צו זיין גוט און פרום אויך צו גאט. איז דאס דער פשט, "איש צדיק תמים היה בדורותיו", ער איז געווען באליבט ביי זיין דור "בדורותיו" אין די אויגן פון די מענטשן פון זיין צייט, ווייל את האלהים התהלך נח, מיט גאט איז ער אליין נאר געגאנגען, און ער האט זיין דור נישט געזאגט קיין מוסר, וק"ל.