פרשת וירא: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה
פרשת וירא אין pdf דאקומענט


וירא

שרה איז אומפרוכמבטר, געוויס – מן הסתם, האט זי זייער פיעל תעניתים געפאסט, און אלע סגולות געברויכט, אלערהאנד מעדיצינען גענומען און קוים מיט צרות, אין טיפן, טיפן עלטער געבוירן איר זון יצחק, דאס באווייזט צו ברענגען אזא יצחק'ן אויף דער וועלט,איז נישט גרינג.

ויטע אשל

צו דעם קאזניצער מגיד דער צדיק תמים, איז געקומען א דארפסמאן און אים דערציילט, אז ער איז געווען א גרויסער מכנים אורח, צום סוף, איז ער יעצט אפגעברענט געווארן, און זיין גאנצער פארמעגן איז פארניכט געווארן.

פרעגט אים דער צדיק, האט איר חוץ דעם עסן, זיי געגעבן א גוטע נאכט געלעגער אויך? זאגט ער ניין, דאס נישט. האט איר באגלייט יעדערן? זאגט ער ניין.

מיין טייערער, זאגט דער צדיק, דארום איז די פאסירונג ביי אייך געווען אזא. ווייל א'ש'ל', דעם הכנסת אורחים וואס אברהם אבינו האט געהאט, איז געווען א'ש'ל', און דאס ווארט מאכט: דער אלף "אכילה" (עסן האט ער זיי געגעבן), דער שין פון אשל מאכט "שתיה" (טרינקען האט ער זיי געגעבן), דער למד מאכט "לינה" (נאכט געלעגער), און דער למד מאכט אויך "לויה" (באגלייטן יעדערן), האט איר נאר מקיים געווען דעם אלף, אכילה, און דעם שין, שתיה, און אלף מיט א שין, איז "אש" פייער.

א'ש'ל' – אכילה, שתיה, לינה, לויה, (עסן,טרינקען, נאכט געלעגער אויך באגלייטן). א'ש'ל' - אמרו שבח לאלהים) זיי האבן געמוזט לויבן גאט), געוויס זיך וואשן, ברכה ראשונה, ברכה אחרונה.

הכנסת אורחים

א'ש'ל' - אשר שלח לכם (דאנקט גאט וואס ער האט אייך צוגעשיקט עסן טרינקען, געזונט און לעבן). א'ש'ל' - אכילה, שתיה, לבוש) ווייל ער האט אייך צוגעשיקט עסן טרינקען און קליידונג). א'ש'ל' - אמונה שלמה למדם (ער האט זיי געלערענט אמת און שלום זאל ביי זיי זיין). א'ש'ל' - אלהים שמו לעולם (גאט איז זיין נאמען אויף אייביג). א'ש'ל' - אחר שלחם לדרכם (נאכער האט ער זיי אוועקגעשיקט צו זייער וועג).

הכנסת אורחים

הוא אמר קמח והיא אמרה סולת, מכאן שאשה עיניה צרה באורחין. (בבא מציעא פ"ה).

פרעגט מען אדרבה, אז ער האט געזאגט קמח, פּראסטע מעל, און זי שרה האט געזאגט "סלת", גוטע מעל, איז דאך א באווייז אז זי האט געגעבן בעסערע, ווייל זי דאך דעם אורח בעסער "מהנה" זיין ווי אברהם?

דעם ווארט וואס איך שרייב דא איז אן אמת, אין דער גמרא, אזוי האבן מיר געזאגט גאונים, מבינים, משכילים, דאס איז אזוי, - ווען אברהם איז אריינגעגאנגען איר בעטן מעל פאר די אורחים, האט זי גענומען די מעל, און אים געוויזן, "הוא אמר קמח", האט ער געזאגט, דאס איז צו פּראסטע מעל, דאס איז קמח – מען דארף זיי געבן בעסערע. "והיא אמרה סלת",און זי האט געזאגט טאקע אויף די קמח, דאס איז "סולת". עס איז גוטע מעל, גענוג פאר זיי.

פירט אויס די גמרא : "מכאן שאשה עיניה צרה באורחין" פון דעם איז א באווייז אז א פרוי גלייכט נישט קיין אורחים, ווייל הוא אמר קמח, ער האט געזאגט דאס איז פּראסטע מעל, והיא אמרה סלת, און זי האט געזאגט, גענוג גוטע מעל, איז דעם אויף די זעלבע מעל, ודו"ק.

(די וועלט קען מאכן פשט'לאך אויף דעם מאמר, אבער אין גמרא זאגט רש"י דייטלעך היא אמרה קמח והוא אמר סלת, במילא האבן אלע פשט'לאך קיין ארט ניט, אפילו מיינער אויך נישט).