פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


עץ הדעת, דער טויט, – חקירה
בראשית ב טו - כי ביום אכלך ממנו מות תמות.

גאר די גרויסע פרעגן: ער איז דאך נישט געשטארבן דעם זעלבן טאג?... דער ריב"א ענטפערט: אז דאס גייט אויך דעם טאג פון גאט, און ביי גאט, איז טויזענט יאר איין טאג.

דער "חובת הלבבות" אין שער היחוד ברענגט דריי הקדמות, און דער קוצר פון זיינע רייד איז אזוי: – דען אין א זאך וואס האט קיין סוף נישט, איז נישט צו זאגן א טייל פון דעם, אז ווי באלד אין דער זאך איז נישטא קיין סוף, קען נישט זיין א חלק. נאך אמאל, פון אָן א סוף א זאך, קען נישט זיין קיין חלק, א טייל פון דער זאך.

און אזוי איז אויך אין זמן, אין א צייט, וואס האט קיין ענדע נישט, קען קיין חלק נישט זיין, אז מיר זאלן זאגן עס איז אוועקגעגאנגען א שטונדע אדער א טאג, ווייל עס קען נישט געפעלט ווערן, דער אוועקגיין פון דער צייט.

דארום (=דעריבער) – איידער דעם זינד האט ער געדארפט לעבן אייביק, האט אים נישט געקענט פעלן דעם חלק וואס ער האט אפגעלעבט, די פארבייטונג פון צייט,[1] ווייל ער דארף דאך לעבן אייביק. אבער אז ער וועט עסן דעם עץ הדעת דאך מוזן שטארבן, ווען זיין צייט קומט צו שטארבן, איז דאך שוין זיין לעבן מיט א באשטימטע צייט, דאן וועט ער יעדן חלק, וואס ער לעבט אפ, א סקונדע, א מינוט, א שטונדע, א טאג, א וואך, א. אז. וו. וואס עס גייט אוועק פון אים, איז א חלק א געשארבענער פון זיין לעבן.

האט אים גאט געזאגט: "כי ביום אכלך ממנו מות תמות", איך דער צייט, ווען דו וועסט נאר עסן דעם עץ הדעת, וועסטו דאך שויך זיין מיט דיין לעבן, ביז א צייט. (= וועסטו לעבן ביז א געוויסע צייט). וועסטו יעדער רגע שפירן פו "מות תמות"… פון שטארבן. יעדער איז א חלק פון דיין לעבן וואס איז אפגעשטארבן. ודו"ק היטב.

אמת אליין זאגט איצט שקר
ברא כת של מלאכים, שלום אמר אל יברא שכולו מלא קטטה, אמת אמר אל יברא שכולו מלא שקרים וכו', השליך אמת ארצה. (מדרש בראשית).

באטראכט גוט, וועט איר באמערקן, אז ביידע, דער שלום ווי אויך דער אמת, זאגן שקר. וואס זאגט דער שלום, אלע זיינען בעלי מחלוקת – אז דען דאס נישט א ליגן? ווי קען מען זאגן אלע – עס געפינט זיך, אפילו ביי היינטיקע צייט, א סאך ערטער, וואו עס איז קיין מחלוקת נישטא.

אמת זאגט א גרויסן ליגן, אלע זיינען שקר. ניין אמת טייערער, עס איז פאראן, אפילו ביי היינטיקע צייט, א סאך מענטשן וואס גאר אמת'ע מענטשן. האט דער אמת אליין געזאגט א גרויסן שקר.

אויב די רבנים, וואס זיי דארפן זיין דער כולו אמת, איז ביי זיי דער אמת נישטא, ביי דעם פרעזידענט און מנהלים פון "תלמוד תורה" איז דער אמת נישטא, דאן איז שלעכט. אויב דער טיטשער (= לערער), אזי אליין א מלא שקרים, ער אליין לערנט מיטן קינד "והיה לך לאות על ידך", תפילין דארף מען לייגן, און ער אליין לייגט נישט, און אזוי ווייטער, דאן איז זייער שלעכט, דאן איז ענדע פון אלעס... אז ביי די וואס מוז זיין דער אמת א רב, א דרשן, א מטיף, א פרעזינדענט פון שול, א. אז. וו. – דאס איז דער אמת אליין, און זיי זיינען פאלש, קנאה, שנאה, און אלע שמוציקע גאות, און נידריקע כבוד זוכער, דאן איז באגראבן אלעס. אז דער אמת זאגט ליגן איז געפערלעך.

שלום זאגט א ליגן, אלע זיינען פול מיט קטטה, קריגעריי, – מילא שלום קען נאך א ליגן זאגן.... ר' שלומ'ען, קען עס נאך נישט אזוי שאטן, אבער אז דער אמת אליין זאגט א ליגן, כולו מלא שקרים, און דאס איז דאך א געוואלדיקער ליגן... זאגט גאט, מילא שלום, בין איך מוחל, אבער דו גאנצער אמת, דו ביסט א ליגנער, טא גיי און דער ערד, "השליך אמת ארצה".

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. פארבייטונג פון צייט = דער חלק וואס קומט אנשטאט די צייט וואס מען וויל נעמען פון אים.