ילקוט יהודה בא 2
1 - 2 - 3 - 4 - 5 - 6 -7 - 8 - 9 - 10 - 11 - 12 - 13 - 14 - 15 - מפתח הפרשיות
נרננה" נאכן סאפער (= נאכטמאל), וואס דאס איז נאר פאר שקיעת החמה, נישט שפעטער, מיט א סאך אויטאמאבילן ביים שול שבת קודש. וויי צו אונז, אז עס איז שוין אפילו איבעריג צו שרייבן, עס איז אומנוץ צו רעדן, ווייל עס איז נאר "קול קורא במדבר".
די יעניקע וואס געבן הכשרים, איז דער חודש ניסן א גוטער וואוילער חודש, "החודש הזה לכם", פאר אייך, און ער איז פאר ראש חדשים.
"שה תמים" (תרגום אימער שלים) דאס הייסט "אימר" א שעפסעלע "שלים" א גאנצע אן א מום. דער איד ווערט גערופן און געגליכן צו ט שעפסעלע. אין יחזקאל אייניגע מאל, רופט ער אונז צאן קדשים. אלזא, מיר זיינען דער "שה תמים", אויף וועלכע דער תרגום פארטייטשט אימער שלים, אונז איז אימער שלים, אלע מאל שלעכט (= שלימזל), מיר זיינען דאס טאקע, שה תמים, ווייל דער תרגום דערקלערט אונז, אימער שלים, איז דער שה תמים, נאך קיין גוטן טאג נישט געהאט, דער תרגום האט עס געוויס נישט געמיינט, און די תורה אויך געוויס נישט, אבער אונזערע צרות ווייסן מיר, הענגען מיר אן אלעס...
ווייל עס שטייט "ליל שמורים הוא לה" די נאכט איז געווען צו גאט געהיט פון לאנג פאר די אידן ארויסצוגיין, איז פון דאנען געדרונגען (= געלערנט) אז די נאכט איז געווען ליכטיק ווי א טאג. (אבער איז דאך שווער) פון וואנען איז עס גענומען געווארן, "בשם רבנו רבי העשעל", אין ספר "חנוכת התורה.
דער מדרש זאגט אויף דעם פסוק "ויקרא אלהים לאור יום ולחשך קרא לילה, ולא כתיב ולחשך קרא אלהים לילה, דאין הקב"ה מייחד שמו לרעה", שטייט נישט גאט האט גערופן צו דעם פינצטערניש נאכט, שטייט עס נאר ולחשך קרא לילה, צו די פינצטערניש האט ער גערופן נאכט, דאס ווארט "אלהים" איז נישט געזאגט, ווי ביי די ליכטיקייט "ויקרא אלהים לאור יום" און גאט האט גערופן צו ליכט טאג, ווייל גאט ב"ה וויל נישט מייחד זיין דעם נאמען זיינער אויף שלעכטס, אויף פינצטערניש, און דא שטייט יא גאטס נאמען ביי נאכט דערמאנונג, "ליל שימורים הוא לה", דארום זאגט דער זוהר, אז פון דאנען איז געדרונגען, אז די נאכט איז געווען ליכטיק ווי טאג, ווען נישט, וואלט דאך גאט נישט מייחד געווען זיין
נאמען, ודו"ק היטב.
די ריכטיקע איבערזעצונג פאר דעם ביזנעסמאן איז אזוי, - "ואם לא תפדה", אויב די זעסט אז דו לייזט נישט,