יידן רעדן יידיש
"ייִדיש"
מאַני-לײב (1953 – 1883)
די װעלט איז פול מיט רײד,
עס רעדט דאָך יעדע זאַך,
און יעדער אױף זײן שטײגער,
און יעדער אױף זײן שפּראַך.
דער װאָלקן רעדט מיט דונער,
די זון מיט פײערפלאַם;
דער װאַלד מיט גרינעם רױשן,
מיט ברױזן רעדט דער ים.
מיט ברומען רעדט די חיה,
דער פױגל -- מיט געזאַנג;
מיט פליסטערן -- די קװאַלן,
מיט שאָרכן רעדט די זאַנג.
מיט אַלע טױזנט פאַרבן
און ריחות רעדט די בלום;
דאָס פליגעלע די מינדסטע
רעדט אױך מיט איר געזשום.
דער מענטש נאָר מיט זײן חכמה
פון אַלעמען די קרױן
ער רעדט מיט יעדן לשון,
אױך פונען שטײן פון פּלױן.
אױף זיבעציק לשונות
פאַרשטײט דער מענטש און רעדט,
װאָס נאָר עס הערט זײן אױער,
װאָס נאָר זײן אױג דערזעט.
און װוּ אַ פאָלק מיט מענטשן,
איז דאָ אַ שפּראַך בײ זײ:
אין ענגלאַנד רעדט מען ענגליש,
און רוסיש אין ראָסײ (= רוסלאנד).
אין שפּאַניע רעדט מען שפּאַניש,
כינעזיש אין קיטײ,
װאָלאָכיש אין װאָלאָכיע,
און טערקיש אין טערקײ.
און ייִדן -- רעדן ייִדיש
אין אַלע עקן װעלט,
װאוּ נאָר אַ ייִד אין פרידן
שטעלט-אױף זײן רו-געצעלט.
און ייִדן רעדן ייִדיש,
און ייִדיש איז דאָך שײן,
און גרינג אַ צװײטן ייִדן
פאַרשטײט װי זיך אַלײן.