יאהרצייט ליכט

יתגדל, ויתקדש, שמיה רבא.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
מיר ברענען דיר היינט, מיט הייסען געבעט,
דיין פלאם זאל באלייכטען, פערגעסענע טעג,
זאל גיסען א שיין, אויף דעם דונקעלן וועג.
צו געפינען א הארץ, אין א הארץ וואס אמאל,
האט געלעבט, און האט געזאגט,
יתגדל, יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
דו זאלסט אונז דערמאנען, ווי נישטיג מיר זיינען,
דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם.
צו געדענקען א נאהנטער, הייליגער שטאם.
צו וויינען צו קלאגען,
אין ליכט פון דיין שטראל,
מיט ביטערע טרערן,
יתגדל יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
פערטרויערט פערטראכט,
וועסטו אמאל ברענען,
פאר מיר ווען א נאכט,
יתגדל ויקדש שמיה רבא.
.. יעצטיגע שעה,
זאל קלינגען דיין קדיש ..
זאל קלינגען דיין קדיש, יתגדל,
יתגדל, ויתקדש שמיה רבא.