טיפע גריבער, רויטע ליים

שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.


טיפע גריבער, רויטע ליים (1943)


טיפע גריבער, רויטע ליים –

כ'האָב אַמאָל געהאַט אַ היים.

פרילינג – פלעגן סעדער בליען,

האַרבסצייט פלעגן פויגל ציען,

ווינטער – פלעגט דאָרט פאַלן שניי,

איצטערט בליט דאָרט ווינד און וויי.


ס'האָט מיין היים אַ בראָך געטראָפן –

טיר און טויער זיינען אָפן

פאַר די רוצחים, פאַר די שינדער,

די, וואָס קוילען קליינע קינדער,

די, וואָס הענגען אויף די זקנים,

די, וואָס שאַנעווען ניט קיינעם.


טיפע גריבער, רויטע ליים –

כ'האָב אַמאָל געהאַט אַ היים.


יאָר נאָך יאָר זיינען אַריבער,

פולע זיינען יענע גריבער,

און נאָך רויטער איז די ליים.

יענע ליים איז איצט מיין היים:

דאָרטן ליגן מיינע ברידער,

די צעריסענע אויף גלידער,

די געשאָכטענע אין שטוב,

די געשאָסענע ביים גרוב.


טיפע גריבער, רויטע ליים –

כ'האָב אַמאָל געהאַט אַ היים.


קומען וועלן גוטע צייטן –

וועט דאָס מזל אויך זיך בייטן,

וועלן ווייען ווערן לינדער,

וועלן ווידער וואַקסן קינדער,

וועלן קינדער שפּילן, רוישן

ביי די קברים פון די קדושים,

ביי די טיפע פולע גריבער, –

אַז דער וויי זאָל ניט אַריבער.


טיפע גריבער, רויטע ליים –

כ'האָב אַמאָל געהאַט אַ היים.

טיפע גריסער, רויטע ליים