תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

תְּהִלִּים


ערשטער סֵפֿר (1-41)

רעדאַקטירן

/1:1 װױל צו דעם מענטשן װאָס איז ניט געגאַנגעןאין דער עצה פֿון די רשָעים. און אױף דעם װעג פֿון די זינדיקע, איז ער ניט געשטאַנען, און אין דער זיצונג פֿון די שפּעטעראיז ער ניט געזעסן. /1:2 נײַערט צו דער תּורה פֿון גאָט איז זײַן באַגער, און אָן זײַן תּורה טראַכט ער טאָג און נאַכט. /1:3 און ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ בעכן װאַסער, װאָס גיט זײַן פֿרוכט אין זײַן צײַט, און זײַן בלאַט װערט ניט פֿאַרװעלקט;און אין אַלץ װאָס ער טוט װעט ער באַגליקן. /1:4 ניט אַזױ זײַנען די רשָעים;נײַערט װי דער שפּרײ װאָס אַ װינט פֿאַריאָגט אים, /1:5 דרום װעלן די רשָעים ניט באַשטײן פֿאַרן משפּט, און די זינדיקע אין דער עדה פֿון די צדיקים, /1:6 װאָרום גאָט מערקט דעם װעג פֿון די צדיקים, און דער װעג פֿון די רשָעים װעט אונטערגײן.

/2:1 פֿאַר װאָס רודערן די פֿעלקער, און די אומות טוען ברומען אומנישט?/2:2 די מלכים פֿון דער ערד שטעלן זיך אױף, און די פֿירשטן עֵצהן זיך אין אײנעםאױף גאָט און אױף זײַן געזאַלבטן:/2:3 לאָמיר צערײַסן זײערע בינד, און אַראָפּװאַרפֿן פֿון אונדז זײערע שטריק. /2:4 דער װאָס זיצט אין הימל לאַכט, גאָט טוט שפּעטן פֿון זײ. /2:5 דענצמאָל װעט ער רעדן צו זײ אין זײַן כּעס, און אין זײַן גרימצאָרן װעט ער זײ דערשרעקן:/2:6 דאָס האָב איך דאָך אױפֿגעשטעלט מײַן מלךאױף צִיון מײַן הײליקן באַרג.

/2:7 לאָמיר דערצײלן פֿון דער באַשערונג:גאָט האָט מיר געזאָגט: מײַן זון ביסטו, איך האָב הײַנט דיך געבאָרן. /2:8 בעט בײַ מיר, און איך װעל געבן פֿעלקער פֿאַר דײַן אַרב, און פֿאַר דײַן אײגנטום די עקן פֿון דער ערד. /2:9 װעסט זײ צעברעכן מיט אַן אײַזערנער רוט, װי אַ טעפּערגעפֿעס זײ צעפּיצלען.

/2:10 און אַצונד, איר מלכים, באַטראַכט, לאָזט אײַך לערנען, איר ריכטער פֿון דער ערד. /2:11 דינט גאָט מיט מורא, און שױדערט אין ציטערניש. /2:12 אַכפּערט מיט לױטערקײט, כּדי ער זאָל ניט צערענען, און איר װעט פֿאַרלירן דעם װעג, אַז זײַן כּעס װעט זיך אָנצינדן באַלד;

װױל איז צו אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.


/3:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַןזון אַבֿשָלומען. /3:2 גאָט, װי פֿיל זײַנען מײַנע פֿײַנט!פֿיל די װאָס שטײען אָן אױף מיר!/3:3 פֿיל זאָגן אױף מײַן זעל:ניטאָ פֿאַר אים קײן הילף בײַ גאָט. סֶלָה. /3:4 אָבער דו גאָט ביסט אַ שילד פֿאַר מיר, מײַן כּבֿוד און דער דערהײבער פֿון מײַן קאָפּ. /3:5 מיט מײַן קָול טו איך רופֿן צו גאָט, און ער ענטפֿערט מיר פֿון זײַן הײליקן באַרג. סֶלָה. /3:6 איך לײג זיך און שלאָף אײַן, איך װאַך אױף, װײַל גאָט לענט מיך אונטער. /3:7 איך האָב ניט מורא פֿאַר צענטױזנטן פֿאָלק, װאָס האָבן רונד אַרום זיך אָנגעזעצט אױף מיר.

/3:8 שטײ אױף, יהוה, העלף מיך מײַן גאָט, װאָרום האָסט געשלאָגן אַלע מײַנע פֿײַנט אױף דער באַק, די צײן פֿון די רשָעים האָסטו צעבראָכן.

/3:9 בײַ גאָט איז די הילף;זאָל קומען דײַן ברכה אױף דײַן פֿאָלק! סֶלָה.


/4:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /4:2 אַז איך רוף, ענטפֿער מיר, גאָט מײַן גערעכטער;אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערברײטערן;לײַטזעליק מיך, און הער צו מײַן תּפֿילה.

/4:3 איר מענטשנקינדער, ביז װאַנעןװעט מײַן כּבֿוד צו שאַנד זײַן, װעט איר ליב האָבן נישטיקײט, װעט איר זוכן ליגן? סֶלָה. /4:4 אָבער זײַט װיסן, אַז גאָט שײדט אָפּ זײַן פֿרומען, גאָט װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים.

/4:5 ציטערט און איר זאָלט ניט זינדיקן, באַקלערט אין אײַער האַרצן אױף אײַער געלעגער, און װערט אַנטשװיגן. סֶלָה. /4:6 שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, און פֿאַרזיכערט אײַך אױף גאָט.

/4:7 פֿיל זאָגן: װער װעט אונדז װײַזן גוטס?גאָט, הײב דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים אױף אונדז. /4:8 האָסט מיר געגעבן מער שִׂמחה אין האַרצן, װי בעת זײער תּבֿואה און זײער װײַן זײַנען פֿיל. /4:9 בשלום װי איך לײג זיך אַזױ שלאָף איך אײַן, װאָרום דו גאָט מאַכסט מיך װױנען באַזונדער אין זיכערקײט.


/5:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער אױף נחילות; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /5:2 פֿאַרנעם מײַנע װערטער, גאָט. מערק מײַן זיפֿצעניש. /5:3 האָרך צום קָול פֿון מײַן געשרײ, מײַן קיניג און מײַן גאָט, װאָרום צו דיר טו איך בעטן.

/5:4 יהוה, פֿרימאָרגנס הער צו מײַן קָול, פֿרימאָרגנס טענה איך צו דיר, און קוק אױס. /5:5 װאָרום ניט אַ גאָט װאָס װיל אומרעכט ביסטו, בײַ דיר קען ניט װײַלן קײן שלעכטס. /5:6 פּראָלער קענען ניט שטײן פֿאַר דײַנע אױגן, האָסט פֿײַנט אַלע טוער פֿון אומרעכט. /5:7 ברענגסט אונטער די װאָס רעדן ליגן;דעם מאַן פֿון בלוט און באַטרוג פֿאַראומװערדיקט גאָט. /5:8 אָבער איך װעל קומען אין דײַן הױז דורך דײַן גרױס גענאָד, איך װעל מיך בוקן אין דײַן הײליקן טעמפּלצװישן דײַנע פֿאָרכטער. /5:9 גאָט, פֿיר מיך אין דײַן גערעכטיקײטפֿון װעגן מײַנע לױערער, מאַך גלײַך דײַן װעג פֿאַר מיר. /5:10 װאָרום ניטאָ אין זײער מױל קײן ריכטיקײט, זײער אינגעװײד איז אַן אונטערגאַנג, אַן אָפֿענער קבֿר איז זײער קעל;זײער צונג מאַכן זײ גלאַט. /5:11 פֿאַרמשפּט זײ גאָט, זאָלן זײ פֿאַלן דורך זײערע באַראָטן;פֿאַרשטױס זײ פֿאַר זײערע פֿיל פֿאַרברעכן, װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן דיר. /5:12 און אַלע װאָס שיצן זיך אין דיר, װעלן זיך פֿרײען, אײביק װעלן זײ זינגען, װאָרום װעסט זײ באַשירעמען, און די ליבהאָבער פֿון דײַן נאָמעןװעלן זײַן לוסטיק מיט דיר. /5:13 װאָרום דו בענטשסט דעם צדיק, גאָט, װי אַ פּאַנצער מיט גוטװיליקײט רינגלסטו אים אַרום.


/6:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל, אױף שמינית; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /6:2 ניט אין דײַן כּעס זאָלסטו מיך מוסרן, גאָט, און ניט אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן. /6:3 לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום איך װער פֿאַרשניטן, הײל מיך, גאָט, װאָרום מײַנע בײנער זײַנען דערשראָקן, /6:4 און מײַן זעל איז דערשראָקן זײער, און דו גאָט, ביז װאַנען?/6:5 קער זיך אום, גאָט, דערלײז מײַן זעל, העלף מיך פֿון װעגן דײַן גענאָד. /6:6 װאָרום ניטאָ אין טױט דײַן דערמאָנונג, אין אונטערערד װער װעט דיך לױבן?/6:7 איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן, איך באַװאַש אַלע נאַכט מײַן געלעגער, איך מאַך צעגײן אין מײַנע טרערן מײַן בעט. /6:8 מאַט געװאָרן פֿון קומער איז מײַן אױג, אַלט געװאָרן פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט. /6:9 קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, אַלע טוער פֿון אומרעכט, װאָרום גאָט האָט געהערט דעם קָול פֿון מײַן געװײן. /6:10 גאָט האָט געהערט מײַן געבעט, גאָט נעמט אָן מײַן תּפֿילה. /6:11 פֿאַרשעמט און דערשראָקן זײערװעלן װערן אַלע מײַנע פֿײַנט;זײ װעלן אָפּטרעטן פֿאַרשעמט אין אַ רגע.


/7:1 אַ שִגָעון פֿון דָוִדן, װאָס ער האָט געזונגען צו גאָט פֿון װעגן כּוּש דעם בנימינער. /7:2 יהוה מײַן גאָט, אין דיר האָב איך מיך געשיצט, העלף מיך פֿון אַלע מײַנע נאָכיאָגער, און זײַ מיך מציל, /7:3 מע זאָל ניט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מײַן זעל, צערײַסן, און קײנער זאָל ניט מציל זײַן.

/7:4 יהוה מײַן גאָט, אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן, אױב אומרעכט איז דאָ אין מײַנע הענט, /7:5 אױב איך האָב געטאָן בײז מײַן גוטן פֿרײַנט, אָדער באַרױבט צו מאָל מײַן אומזיסטיקן פֿײַנט, /7:6 זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן, און טרעטן צו דער ערד מײַן לעבן, און מײַן כּבֿוד אין שטױב לײגן. סֶלָה.

/7:7 שטײ אױף, גאָט, אין דײַן כּעס, דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מײַנע פֿײַנט, און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט. /7:8 און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום, קער זיך אום איבער איר צו דער הײך.

/7:9 גאָט, װאָס משפּטסט די פֿעלקער, משפּט מיך, גאָט, לױט מײַן גערעכטיקײט און לױט מײַן ערלעכקײט אין מיר. /7:10 זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די רשָעים, און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק;װאָרום דו פּרוּװסט די הערצער און נירן, גאָט דו גערעכטער. /7:11 מײַן באַשיץ איז אױף גאָט;ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער. /7:12 גאָט איז אַ גערעכטער ריכטער, און אַ צערנדיקער גאָט אַלע טאָג.

/7:13 פֿאַר װאָר, ער שלײַפֿט נאָכאַנאַנד זײַן שװערד, ער שפּאַנט זײַן בױגן און שטעלט אים אָן. /7:14 און ער גרײט זיך אָן געצײַג פֿון טױט, ער מאַכט ברענעדיק שאַרף זײַנע פֿײַלן. /7:15 זע, ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט, און ער טראָגט אומגליק, און געבערט ליגן. /7:16 ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס, און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט, /7:17 זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ, און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך.

/7:18 איך װעל לױבן גאָט לױט זײַן גערעכטיקײט, און באַזינגען דעם נאָמען פֿון גאָט דעם אױבערשטן.


/8:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /8:2 גאָט אונדזער האַר, װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד, אַז דער לױב פֿון דײַן גלאַנץ איז איבער די הימלען!/8:3 פֿון דעם מױל פֿון עופֿעלעך און זױגעדיקעהאָסטו באַפֿעסטיקט דײַן מאַכט;פֿון װעגן דײַנע פֿײַנט –כּדי שטיל צו מאַכן דעם שׂונא און ראַכענעמער.

/8:4 אַז איך זע די הימלען, דאָס װערק פֿון דײַנע פֿינגער, די לבֿנה און שטערן װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט –/8:5 װאָס איז אַ מענטש, אַז דו זאָלסט אים געדענקען?און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען?/8:6 װאָרום האָסט אים געמאַכט שיר ניט מינער פֿון גאָט, און מיט כּבֿוד און שײנקײט באַקרײנסטו אים. /8:7 מאַכסט אים געװעלטיקן איבער די װערק פֿון דײַנע הענט, אַלצדינג האָסטו געלײגט אונטער זײַנע פֿיס;/8:8 שאָף און רינדער אַלע, און אַפֿילו חיות פֿון פֿעלד;/8:9 דעם פֿױגל פֿון הימל, און די פֿישן פֿון ים –װאָס נאָר עס ציט דורך די שטעגן פֿון ימען.

/8:10 גאָט אונדזער האַר, װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד!


/9:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מות-לַבֵן; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /9:2 איך װעל לױבן גאָט מיט מײַן גאַנצן האַרצן, איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער. /9:3 איך װעל זיך פֿרײען און לוסטיק זײַן מיט דיר, איך װעל באַזינגען דײַן נאָמען, דו העכסטער;/9:4 װען מײַנע פֿײַנט קערן זיך אַהינטער, װערן געשטרױכלט און גײען אונטער פֿאַר דיר, /9:5 װאָרום האָסט געטאָן מײַן משפּט און מײַן רעכט, האָסט זיך געזעצט אױפֿן טראָן, דו ריכטער גערעכטער. /9:6 האָסט אָנגעשריִען אױף די פֿעלקער, האָסט אונטערגעבראַכט דעם רָשע, זײער נאָמען האָסטו אױסגעמעקטאױף אײביק און שטענדיק. /9:7 דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד;און שטעט האָסטו אױסגעריסן, זײער זכר איז אונטערגעגאַנגען, /9:8 אָבער גאָט װעט אײביק בלײַבן, ער שטעלט אױף צום משפּט זײַן טראָן;/9:9 און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, ער װעט דן זײַן די פֿעלקער מיט יושר. /9:10 און גאָט װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן, אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט. /9:11 און פֿאַרזיכערן װעלן זיך אױף דיר די װאָס קענען דײַן נאָמען, װאָרום דו פֿאַרלאָזט ניט די װאָס זוכן דיך, גאָט.

/9:12 זינגט צו גאָט, באַװױנער פֿון צִיון, דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַנע מעשׂים. /9:13 װאָרום דער אױפֿמאָנער פֿון בלוט געדענקט זײ, ער פֿאַרגעסט ניט דאָס געשרײ פֿון די פֿאַרליטענע.

/9:14 לײַטזעליק מיך, גאָט, זע מײַן פּײַן פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן דערהײבער פֿון די טױערן פֿון טױט;/9:15 כּדי איך זאָל דערצײלן אַל דײַן לױב, אין די טױערן פֿון טאָכטער צִיון מיך פֿרײען מיט דײַן הילף.

/9:16 אײַנגעזונקען זײַנען די פֿעלקער, אין דער גרוב װאָס זײ האָבן געמאַכט, אין דער נעץ װאָס זײ האָבן באַהאַלטןאיז באַצװוּנגען זײער פֿוס. /9:17 גאָט איז באַװוּסט געװאָרן, ער האָט אַ משפּט געטאָן –אין דעם װערק פֿון זײַנע הענטאיז געשטרױכלט געװאָרן דער רָשע. הִגָיון סֶלָה.

/9:18 די רשָעים װעלן אָנקומען אין אונטערערד –אַלע פֿעלקער װאָס פֿאַרגעסן אָן גאָט. /9:19 װאָרום ניט שטענדיק װעט פֿאַרגעסן זײַן דער אבֿיון, די האָפֿענונג פֿון די אָרימע װעט ניט פֿאַרלאָרן זײַן אױף אײביק. /9:20 שטײ אױף, גאָט, זאָל דער מענטש ניט פֿאַרשײַט זײַן, זאָלן געמשפּט װערן די פֿעלקער פֿאַר דיר. /9:21 טו, גאָט, אַ מורא אױף זײ;זאָלן װיסן די פֿעלקער אַז זײ זײַנען נאָר מענטשן. סֶלָה.


/10:1 פֿאַר װאָס, גאָט, שטײסטו פֿון דער װײַטן, פֿאַרהױלסטו זיך אין צײַטן פֿון נױט?/10:2 מיט גאװה פֿון רָשע יאָגט מען דעם אָרימאַן;זאָלן זײ געכאַפּט װערן אין די פּלענער װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט!/10:3 װאָרום דער רָשע פּראָלט אין דער תּאװה פֿון זײַן זעל, און דער גײציקער רימט זיך: ער שפּאָט פֿון גאָט. /10:4 דער רָשע זאָגט אין דעם שטאָלץ פֿון זײַן פּנים: מע מאָנט ניט;„ניטאָ קײן גאָט”, זײַנען אַלע זײַנע טראַכטונגען. /10:5 זײַנע װעגן באַגליקן צו יעטװעדער צײַט, װײַט איבער אים זײַנען דײַנע משפּטים;אַלע זײַנע פֿײַנט – ער בלאָזט אױף זײ. /10:6 ער זאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל ניט אומפֿאַלן, אױף דָור-דורות ניט זײַן אין קײן בײז. /10:7 מיט קללות איז פֿול זײַן מױל, און מיט באַטרוג און דריקונג, אונטער זײַן צונג איז אומרעכט און פֿאַרברעכן. /10:8 ער זיצט אין לױער פֿון די געהעפֿטן, אין פֿאַרבאָרגענישן הרגעט ער דעם אומשולדיקן;זײַנע אױגן לאָקערן אױפֿן אומגליקלעכן. /10:9 ער לױערט אין פֿאַרבאָרגעניש װי אַ לײב אין זײַן צודעק, ער לױערט צו כאַפּן דעם אָרימאַן;ער כאַפּט דעם אָרימאַן, אַז ער ציט אים אין זײַן נעץ. /10:10 ער דריקט זיך, ער בײגט זיך, ביז די אומגליקלעכע פֿאַלן אין זײַנע קלױען. /10:11 ער זאָגט אין זײַן האַרצן: פֿאַרגעסן האָט גאָט;ער האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, ער װעט אױף אײביק ניט זען.

/10:12 שטײ אױף יהוה, גאָט, הײב אױף דײַן האַנט, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן די געדריקטע. /10:13 פֿאַר װאָס לעסטערט דער רָשע גאָט, זאָגט אין זײַן האַרצן: דו מאָנסט ניט?/10:14 דו האָסט געזען; װאָרום דו קוקסט צו לײַד און קומער, כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט דײַן האַנט. /10:15 אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער, דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער. צעברעך דעם אָרעם פֿון דעם רָשע, און בײַם שלעכטן זאָלסטו זוכן זײַן בײזביז װעסט מער ניט געפֿינען. /10:16 גאָט איז אַ מלך אײביק און שטענדיק, די פֿעלקער גײען אונטער פֿון זײַן לאַנד. /10:17 דאָס קרעכצן פֿון די פֿאַרליטענע האָסטו צוגעהערט, גאָט;פֿעסטיקסט זײער האַרץ, נײַגסט צו דײַן אױער;/10:18 צו טאָן רעכט דעם יתום און דעם געדריקטן;אַז קײן מענטש פֿון דער ערד זאָל מער ניט שרעקן.

/11:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿון דָוִדן. אין גאָט טו איך מיך שיצן;װי קענט איר זאָגן צו מײַן זעל:„אַנטלױף! צו אײַער באַרג, איר פֿױגלען”?/11:2 װאָרום זע, די רשָעים שפּאַנען דעם בױגן, זײ האָבן אָנגעשטעלט זײער פֿײַל אױפֿן שטריקל, צו שיסן אין דער פֿינצטער די רעכטפֿאַרטיקע הערצער/11:3 אַז די גרונטזײַלן װערן צעשטערט, דער צדיק װאָס האָט אױפֿגעטאָן?

/11:4 גאָט איז אין זײַן הײליקן טעמפּל, גאָט – זײַן טראָן איז אין הימל;זײַנע אױגן זעען, זײַנע ברעמען פּרוּװן די מענטשנקינדער. /11:5 גאָט פּרוּװט דעם צדיק און דעם רָשע, און דעם װאָס האָט ליב רױב, האָט פֿײַנט זײַן זעל. /11:6 ער װעט מאַכן רעגענען אױף די רשָעיםקױלן, פֿײַער, און שװעבל;און אַ ברענעדיקער װינטאיז זײער צוגעטײלטער כָּוס. /11:7 װאָרום גערעכט איז גאָט, גערעכטיקײט האָט ער ליב;די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זען זײַן פּנים.


/12:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שמינית; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /12:2 העלף, גאָט, װאָרום געענדיקט האָבן זיך די פֿרומע, װאָרום אױסגעגאַנגען זײַנען די געטרײַע פֿון די מענטשנקינדער. /12:3 פֿאַלש רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן, מיט אַ גלאַטער ליפּ, מיט אַ צװײיִקן האַרצן רעדן זײ.

/12:4 גאָט זאָל פֿאַרשנײַדן אַלע גלאַטע ליפּן, די צונג װאָס רעדט גרױס!/12:5 די װאָס זאָגן: מיט אונדזער צונג זײַנען מיר שטאַרק, אונדזערע ליפּן זײַנען מיט אונדז, װער איז אונדז אַ האַר?

/12:6 פֿון װעגן דער באַרױבונג פֿון די אָרימע, פֿון װעגן דעם קרעכצן פֿון די באַדערפֿטיקע, אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט גאָט;איך װעל באַשערן מיט הילףדעם װאָס מע בלאָזט אױף אים.

/12:7 די װערטער פֿון גאָט זײַנען רײנע װערטער, זילבער געשמאָלצן אין אַ טיגל אױף דער ערד, זיבן מאָל געלײַטערט.

/12:8 דו גאָט װעסט זײ היטן, װעסט זײ אײביק באַהיטן פֿון דאָזיקן דָור. /12:9 אומעטום גײען אום די רשָעים, װען געמײנקײט װערט דערהױבן בײַ די מענטשנקינדער.


/13:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /13:2 ביז װאַנען, גאָט, װעסטו מיך תּמיד פֿאַרגעסן?ביז װאַנען װעסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר?/13:3 ביז װאַנען װעל איך האַלטן עצות בײַ זיך, מיט קומער אין מײַן האַרצן דורכן טאָג?ביז װאַנען װעט מײַן פֿײַנט זיך דערהײבן אױף מיר?/13:4 קוק-צו, ענטפֿער מיר, יהוה מײַן גאָט, דערלײַכט מײַנע אױגן, איך זאָל ניט אײַנשלאָפֿן צום טױט;/13:5 מײַן פֿײַנט זאָל ניט זאָגן:איך בין אים בײַגעקומען;מײַנע שָׂונאים זאָלן זיך ניט פֿרײען, אַז איך װעל אומפֿאַלן.

/13:6 אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דײַן חֶסד;מײַן האַרץ װעט זיך פֿרײען מיט דײַן הילף;איך װעל זינגען צו גאָט, װאָס ער האָט מיר גוטס געטאָן.


/14:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן. דער נידערטרעכטיקער זאָגט אין זײַן האַרצן: ניטאָ קײן גאָט!פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אומװערדיק באַגײען זײ זיך, קײנער טוט ניט קײן גוטס. /14:2 גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער, צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט גאָט. /14:3 איטלעכער איז אָפּגעקערט, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן, קײנער טוט ניט קײן גוטס, ניט צו מאָל אײנער. /14:4 פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן אַלע טוער פֿון אומרעכט, די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט, די װאָס רופֿן ניט גאָט.

/14:5 אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װאָרום גאָט איז מיט דעם גערעכטן דָור. /14:6 די טראַכטונג פֿון אָרימאַן מאַכט איר צו שאַנד, אָבער גאָט איז זײַן באַשיצונג.

/14:7 װען קומט פֿון צִיון די ישועה פֿון ישׂראל!װען גאָט קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען ישׂראל.


/15:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גאָט, װער קען װױנען אין דײַן געצעלט?װער קען רוען אױף דײַן הײליקן באַרג?/15:2 דער װאָס גײט ערלעך און טוט גערעכטיקײט, און רעדט אמת אין זײַן האַרצן;/15:3 ניט געטראָגן קײן רכילות אױף זײַן צונג, ניט געטאָן זײַן חבֿר קײן רָעה, און ניט פֿאַרליטן קײן שאַנד אױף זײַן נאָנטן;/15:4 דער נִבֿזה איז פֿאַראַכט אין זײַנע אױגן, און די גאָטספֿאָרכטיקע גיט ער כּבֿוד;ער האָט געשװאָרן זיך צום בײזן, און ענדערט ניט;/15:5 זײַן געלט האָט ער ניט געגעבן אױף צינדזן, און שוחד קעגן אַן אומשולדיקן ניט גענומען;דער װאָס טוט דאָס װעט קײן מאָל ניט אומפֿאַלן.


/16:1 אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן. באַהיט מיך, גאָט, װאָרום איך האָב מיך באַשיצט אין דיר. /16:2 האָסט געזאָגט צו גאָט: מײַן האַר ביסטו, מײַן גוטס איז בלױז בײַ דיר. /16:3 די הײליקע װאָס זײַנען אױף דער ערד, זײ זײַנען די פֿירשטן װאָס אַל מײַן באַגער איז צו זײ. /16:4 זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס אײַלן צו אַן אַנדערן; איך װעל ניט גיסן זײערע גיסאָפּפֿער פֿון בלוט, און ניט נעמען זײערע נעמען אױף מײַנע ליפּן. /16:5 גאָט איז מײַן באַשערטער טײל און מײַן בעכער;דו האַלטסט אױף מײַן גורל. /16:6 חלקים זײַנען מיר צוגעפֿאַלן ליבלעכע, יאָ, אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען. /16:7 איך לױב גאָט, װאָס ער האָט מיר געראָטן, יאָ, אין די נעכט האָבן מיך מײַנע נירן געלערנט. /16:8 איך האַלט גאָט פֿאַר מיר תּמיד, װאָרום אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך ניט אומפֿאַלן. /16:9 דרום איז פֿרײלעך מײַן האַרץ, און לוסטיק מײַן זעל, אױך מײַן לײַב רוט אין זיכערקײט. /16:10 װאָרום װעסט ניט איבערלאָזן מײַן זעל צו דער אונטערערד, װעסט ניט לאָזן דײַן פֿרומען זען די גרוב. /16:11 װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים, תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.


/17:1 אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. הער צו, גאָט, גערעכטיקײט, האָרך צו מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט. /17:2 פֿון פֿאַר דיר זאָל מײַן משפּט אַרױסגײן, דײַנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט. /17:3 האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ, האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט, האָסט מיך געלײַטערט, און ניט געפֿונעןאיך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף ניט אַריבער מײַן מױל. /17:4 אין מעשׂים פֿון מענטשן, האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן, מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן. /17:5 מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן, ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס.

/17:6 איך האָב דיך גערופֿן, װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן, גאָט;נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט. /17:7 מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים, דו װאָס העלפֿסטדי װאָס שיצן זיך פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט. /17:8 היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג, אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן/17:9 פֿון די רשָעים װאָס באַרױבן מיך, מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום. /17:10 זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן, מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק. /17:11 אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט, זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נײַגן צו דער ערד. /17:12 ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן, און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן.

/17:13 שטײ אױף, גאָט, גײ אים אַקעגן, װאַרף אים אַנידער, מאַך אַנטרינען מײַן זעל פֿון דעם רָשע מיט דײַן שװערד, /17:14 פֿון מענטשן, גאָט, מיט דײַן האַנט –פֿון מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס זײער חלק איז בײַם לעבן, און מיט דײַן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך;זאַט זײַנען זײערע קינדער, און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע. /17:15 איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט, איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאָר מיט דײַן געשטאַלט.


/18:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון גאָט, פֿון דָוִדן, װאָס האָט גערעדט צו גאָט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער מאַכט פֿון שָאולן. /18:2 און ער האָט געזאָגט:

איך האָב דיך ליב, יהוה מײַן שטאַרקײט;/18:3 גאָט איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען. מײַן גאָט איז מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים, מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם. /18:4 איך רוף: געלױבט איז יהוה!און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.

/18:5 אַרומגערינגלט האָבן מיך שטריק פֿון טױט, און טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן. /18:6 שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגעקניפּט, אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט. /18:7 האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו יהוה, און צו מײַן גאָט האָב איך געשריִען;האָט ער געהערט פֿון זײַן טעמפּל מײַן קָול, און מײַן געשרײ פֿאַר אים איז געקומען אין זײַנע אױערן. /18:8 און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד, און די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג האָבן געציטערט;זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט. /18:9 אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז, און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט;קױלן האָבן געברענט פֿון אים. /18:10 און ער האָט גענײַגט דעם הימל און גענידערט, מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס. /18:11 און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן, און געשװעבט אױף פֿליגלען פֿון װינט. /18:12 ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש זײַן באַהעלטעניש, זײַן בײַדל אַרום אים –אַ חושך פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע. /18:13 פֿון דעם שימער פֿאַר אים זײַנען זײַנע װאָלקנס צעגאַנגעןאין האָגל און פֿײַערקױלן. /18:14 און געדונערט אין הימל האָט גאָט, און דער העכסטער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול, מיט האָגל און פֿײַערקױלן. /18:15 און ער האָט אַרױסגעשיקט זײַנע פֿײַלן און זײ צעשפּרײט, און בליצן געשאָסן, און זײ פֿאַרטומלט. /18:16 און די גראָבנס פֿון װאַסערן האָבן זיך באַװיזן, און די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, פֿון דײַן אָנגעשרײ, גאָט, פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון דײַן נאָז.

/18:17 ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען, מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע. /18:18 ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט, און פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר. /18:19 זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך, אָבער גאָט איז מיר צום אָנלען געװען. /18:20 און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש, מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט. /18:21 גאָט האָט מיר פֿאַרגאָלטן לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָט ער מיר אומגעקערט. /18:22 װאָרום איך האָב געהיט די װעגן פֿון יהוה, און ניט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן גאָט. /18:23 װאָרום אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר, און זײַנע חוקים טו איך ניט אָפּ פֿון מיר. /18:24 און איך בין געװען צו אים גאַנץ, און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט. /18:25 דרום האָט מיר גאָט אומגעקערט לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט פֿאַר זײַנע אױגן.

/18:26 מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק, מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך. /18:27 מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן, און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט. /18:28 װאָרום דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן, און הױכע אױגן דערנידערסטו. /18:29 װאָרום דו מאַכסט לײַכטן מײַן ליכט;יהוה מײַן גאָט באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש. /18:30 װאָרום מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה, און מיט מײַן גאָט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער. /18:31 גאָט – זײַן װעג איז גאַנץ;דאָס װאָרט פֿון יהוה איז געלײַטערט;ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.

/18:32 װאָרום װער איז גאָט אױסער יהוה?און װער אַ פֿעלדז אחוץ אונדזער גאָט?/18:33 דער גאָט װאָס באַגורט מיך מיט שטאַרקײט, און מאַכט גלײַך מײַן װעג. /18:34 ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן, און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן. /18:35 ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה, און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס. /18:36 און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער, און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן. /18:37 האָסט דערברײטערט מײַן טריט אונטער מיר, און ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך. /18:38 איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ דערגרײכט, און זיך ניט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט. /18:39 איך האָב זײ צעהאַקט, אַז זײ קענען ניט אױפֿשטײן;זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס. /18:40 און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה, האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר. /18:41 און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר, און מײַנע שָׂונאים, זײ האָב איך פֿאַרשניטן. /18:42 זײ האָבן געשריִען, און קײן העלפֿער איז ניט געװען, צו גאָט – און ער האָט זײ ניט געענטפֿערט. /18:43 און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿאַרן װינט, װי גאַסנקױט זײ אַרױסגעװאָרפֿן. /18:44 האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון פֿאָלק, האָסט מיך געמאַכט פֿאַר דעם קאָפּ פֿון די אומות;אַ פֿאָלק װאָס איך קען ניט טוט מיר דינען, /18:45 פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײַ מיר;די קינדער פֿון פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר. /18:46 די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט, און זײ קומען ציטערנדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.

/18:47 עס לעבט יהוה, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז, און דערהױבן איז דער גאָט פֿון מײַן הילף;/18:48 דער גאָט װאָס גיט מיר נקמותאון אונטערטעניקט די אומות אונטער מיר. /18:49 ער מאַכט מיך אַנטרינען פֿון מײַנע פֿײַנט;יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך, פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל. /18:50 דרום לױב איך דיך, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען. /18:51 ער גרײסט די ישועות פֿון זײַן מלך, און ער טוט חֶסד מיט זײַן געזאַלבטן, מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.


/19:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /19:2 די הימלען דערצײלן דעם כּבֿוד פֿון גאָט, און די װערק פֿון זײַנע הענט זאָגט דער הימלװעלב אָן. /19:3 אַ טאָג צו אַ טאָג רעדט אַ װאָרט, און אַ נאַכט צו אַ נאַכט גיט צו װיסן, /19:4 ניטאָ אַ װאָרט און ניטאָ קײן געשעענישן, װוּ זײער װידער-קָול װערט ניט געהערט;/19:5 איבער דער גאַנצער ערד גײט אַרױס זײער קלאַנג, און ביז עק װעלט זײערע רײד. פֿאַר דער זון האָט ער געמאַכט אַ געצעלט אין זײ;/19:6 און ער גײט אַרױס װי אַ חתן פֿון זײַן קאַמער. ער פֿרײט זיך װי אַ גִבור צו לױפֿן דעם װעג. /19:7 פֿון עק פֿון די הימלען איז זײַן אױסגאַנג, און זײַן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן, און ניטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון זײַן היץ.

/19:8 די תּורה פֿון גאָט איז גאַנץ, זי דערקװיקט די זעל;דער אָנזאָג פֿון גאָט איז זיכער, ער מאַכט קלוג דעם נאַרן. /19:9 די באַפֿעלן פֿון גאָט זײַנען רעכטפֿאַרטיק, זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ;דאָס געבאָט פֿון גאָט איז לױטער, עס מאַכט ליכטיק די אױגן. /19:10 די מורא פֿאַר גאָט איז רײן, זי באַשטײט אױף אײביק;די משפּטים פֿון גאָט זײַנען אמת, זײ זײַנען אַלע גערעכט;/19:11 זײ זײַנען גלוסטיקער פֿון גאָלד, און פֿון גינגאָלד אַ סך, און זיסער פֿון האָניק, און טריפֿהאָניק. /19:12 אױך דײַן קנעכט װערט געװאָרנט אין זײ;אין היטן זײ איז גרױס שׂכַר פֿאַראַן. /19:13 פֿאַרזעען װער קען מערקן?פֿון פֿאַרבאָרגענע טו מיך רײניקן. /19:14 אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע, זײ זאָלן ניט געװעלטיקן איבער מיר;דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן, און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך. /19:15 זאָלן זײַן צו באַװיליקונג די װערטער פֿון מײַן מױל, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן פֿאַר דיר, גאָט מײַן פֿעלדז, און מײַן דערלײזער.


/20:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /20:2 גאָט װעט דיר ענטפֿערן אין טאָג פֿון נױט, דיך װעט שטאַרקן דער נאָמען פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ. /20:3 ער װעט שיקן דײַן הילף פֿון הײליקטום, און פֿון צִיון װעט ער דיך אונטערלענען. /20:4 ער װעט אַכטן אױף אַלע דײַנע שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון דײַן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמען. סֶלָה. /20:5 ער װעט דיר געבן לױט דײַן האַרצן, און דײַן יעטװעדער באַראָט װעט ער דערפֿילן. /20:6 מיר װעלן זינגען אין דײַן ישועה, און אין נאָמען פֿון אונדזער גאָט װעלן מיר אַ פֿאָן הײבן;גאָט װעט דערפֿילן אַלע דײַנע פֿאַרלאַנגען. /20:7 אַצונד װײס איך אַז גאָט העלפֿט זײַן געזאַלבטן, ער װעט אים ענטפֿערן פֿון זײַן הײליקן הימל, מיט די באַהילפֿיקע גבֿורות פֿון זײַן רעכטער האַנט. /20:8 די מיט רײַטװעגן, און די מיט פֿערד, אָבער מיר װעלן דערמאָנען דעם נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט. /20:9 זײ בײגן זיך און פֿאַלן, און מיר הײבן זיך און שטעלן זיך װידער. העלף דו, גאָט!/20:10 זאָל דער קיניג אונדז ענטפֿערן אין טאָג װאָס מיר רופֿן.


/21:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /21:2 גאָט, מיט דײַן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך, און מיט דײַן הילף װי זײער לוסטיק איז ער!/21:3 דעם באַגער פֿון זײַן האַרצן האָסטו אים געגעבן, און דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע ליפּן האָסטו ניט פֿאַרמיטן. סֶלָה. /21:4 װאָרום דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס, טוסט אָן אױף זײַן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן. /21:5 לעבן האָט ער געבעטן בײַ דיר, האָסטו אים געגעבן;אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק. /21:6 גרױס איז זײַן כּבֿוד דורך דײַן הילף, גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף. /21:7 װאָרום דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק,

דערפֿרײסט אים מיט שִׂמחה פֿאַר דײַן פּנים. /21:8 װאָרום דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, און דורך דעם חֶסד פֿון אױבערשטן װעט ער ניט אומפֿאַלן. /21:9 דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט, דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים. /21:10 װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿײַעראױװן אין צײַט פֿון דײַן צאָרן;גאָט װעט זײ אומברענגען אין זײַן כּעס, און אַ פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן. /21:11 זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד, און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער. /21:12 װאָרום זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר;זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען, װעלן זײ ניט אױספֿירן. /21:13 װאָרום װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן, מיט דײַנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים.

/21:14 דערהײב דיך, גאָט, אין דײַן שטאַרקײט;מיר װעלן זינגען און לױבן דײַן גבֿורה.


/22:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף אילת-השחר. אַ מזמור פֿון דָוִדן. /22:2 מײַן גאָט, מײַן גאָט, פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?װײַט פֿון מײַן הילף זײַנען די װערטער פֿון מײַן געשרײ. /22:3 מײַן גאָט, איך רוף בײַ טאָג, און דו ענטפֿערסט ניט, און בײַ נאַכט – און ניטאָ קײן שטילונג פֿאַר מיר. /22:4 דו ביסט דאָך דער הײליקער, װאָס טראָנט אױף די לױבגעזאַנגען פֿון ישׂראל. /22:5 אױף דיר האָבן זיך פֿאַרזיכערט אונדזערע עלטערן, זיך פֿאַרזיכערט, און דו האָסט זײ דערלײזט. /22:6 צו דיר האָבן זײ געשריִען, און אַנטרונען געװאָרן, אױף דיר זיך פֿאַרזיכערט, און ניט פֿאַרשעמט געװאָרן. /22:7 אָבער איך בין אַ װאָרעם און ניט קײן מענטש, אַ חרפּה פֿאַר לײַט, און פֿאַראַכט פֿון פֿאָלק. /22:8 אַלע װאָס זעען מיך, לאַכן פֿון מיר, זײ ציִען מיט דער ליפּ, זײ שאָקלען דעם קאָפּ:/22:9 זאָל ער זיך אַרױפֿלײגן אױף גאָט, ער זאָל אים דערלײזן, אים מציל זײַן, אױב ער טוט אים באַגערן.

/22:10 פֿאַר װאָר, דו האָסט מיך אַרױסגעצױגן פֿון מוטערלײַב, מיך פֿאַרזיכערט אױף מײַן מוטערס ברוסט. /22:11 אױף דיר בין איך אַרױפֿגעװאָרפֿן פֿון געבערמוטער אָן, פֿון מײַן מוטערלײַב אָן ביסט דו מײַן גאָט. /22:12 ניט דערװײַטער זיך פֿון מיר, װאָרום די נױט איז נאָנט, װאָרום ניטאָ װער זאָל העלפֿן. /22:13 אַרומגערינגלט האָבן מיך אָקסן פֿיל, בולן פֿון בשן זײַנען מיך באַפֿאַלן אַרום. /22:14 זײ האָבן אױפֿגעשפּאַרט זײער מױל אױף מיר, װי אַ לײב װאָס פֿאַרצוקט און ברומט. /22:15 װי װאַסער בין איך צערונען געװאָרן, און אַלע מײַנע בײנער האָבן זיך צעשאָטן;מײַן האַרץ איז געװאָרן װי װאַקס, צעגאַנגען אין מײַנע אינגעװײד. /22:16 אױסגעטריקנט װי אַ שאַרבן איז מײַן כּוח, און מײַן צונג איז צוגעקלעפּט צו מײַן גומען;און אין דעם שטױב פֿון טױט טוסטו מיך לײגן. /22:17 װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך הינט, אַ באַנדע שלעכטסטוער האָט מיך אַרומגענומען, װי אַ לײב – מײַנע הענט און מײַנע פֿיס. /22:18 איך קען איבערצײלן אַלע מײַנע בײנער;זײ גלאָצן, זײ קוקן אױף מיר. /22:19 זײ צעטײלן מײַנע בגדים צװישן זיך, און אױף מײַן מלבוש װאַרפֿן זײ גורל. /22:20 אָבער דו גאָט, זאָלסט זיך ניט דערװײַטערן, מײַן שטאַרקײט, אײַל מיר צו הילף. /22:21 זײַ מציל פֿון שװערד מײַן זעל, פֿון דער מאַכט פֿון הונט מײַן אײנאײנציקע. /22:22 העלף מיך פֿון דעם לײבס מױל, און פֿון די הערנער פֿון װיזלטירן זאָלסטו מיר ענטפֿערן.

/22:23 איך װעל דערצײלן דײַן נאָמען צו מײַנע ברידער, אין געזעמל װעל איך דיך לױבן:/22:24 איר פֿאָרכטער פֿון גאָט, טוט אים לױבן, אַל דער זאָמען פֿון יעקבֿ, גיט אים כּבֿוד, און האָט מורא פֿאַר אים, אַל דער זאָמען פֿון ישׂראל. /22:25 װאָרום ער פֿאַראַכט ניט און פֿאַראומװערדיקט ניט די פּײַן פֿון אָרימאַן, און ער פֿאַרבאָרגט ניט זײַן פּנים פֿון אים, און אַז ער שרײַט צו אים, הערט ער צו. /22:26 פֿון דיר װעט זײַן מײַן לױב אין אַ גרױס געזעמל;איך װעל באַצאָלן מײַנע נדרים אַנטקעגן פֿאַר זײַנע פֿאָרכטער. /22:27 עסן װעלן די געדריקטע און זאַט זײַן, לױבן װעלן גאָט די װאָס זוכן אים;זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ אױף אײביק!/22:28 באַקלערן װעלן זיך, און זיך אומקערן צו גאָט, אַלע עקן פֿון דער ערד;און בוקן װעלן זיך פֿאַר דיראַלע משפּחות פֿון די פֿעלקער. /22:29 װאָרום די מלוכה איז גאָטס, און ער געװעלטיקט איבער די פֿעלקער. /22:30 עסן אַלע פֿעטסן פֿון לאַנד, און זיך בוקן, קניִען פֿאַר אים, װעלן אַלע װאָס האָבן אין שטױב גענידערט, און זײער זעל ניט דערהאַלטן געקענט. /22:31 די קינדער װעלן אים דינען, פֿון גאָט װעט דערצײלט װערן דעם קומעדיקן דָור. /22:32 מע װעט קומען און אָנזאָגן זײַן גערעכטיקײט, דעם פֿאָלק װאָס װעט געבאָרן װערן – אַז ער האָט עס געטאָן.


/23:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גאָט איז מײַן פּאַסטוך, מיר װעט ניט פֿעלן. /23:2 אױף גראָזיקע פֿיטערפּלעצער מאַכט ער מיך הױערן, בײַ רויִקע װאַסערן טוט ער מיך פֿירן. /23:3 ער דערקװיקט מײַן זעל;ער פֿירט מיך אין ריכטיקע שטעגןפֿון װעגן זײַן נאָמען. /23:4 אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן, האָב איך ניט מורא פֿאַר בײז, װאָרום דו ביסט מיט מיר;דײַן שטעקן און דײַן אָנלען, זײ טוען מיך טרײסטן. /23:5 דו גרײטסט פֿאַר מיר אַ טישאַנטקעגן מײַנע פֿײַנט;האָסט באַזאַלבט מיט אײל מײַן קאָפּ, מײַן כָּוס לױפֿט אַריבער. /23:6 נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײןאַלע טעג פֿון מײַן לעבן, און איך װעל זיצן אין גאָטס הױזאױף לאַנגע טעג.


/24:1 פֿון דָוִדן אַ מזמור. גאָטס איז די ערד און איר פֿולקײט, די װעלט און די װױנער אין איר. /24:2 װאָרום ער האָט זי אױף ימען געגרונטפֿעסט, און האָט זי אױף טײַכן געשטעלט. /24:3 װער קען אַרױפֿגײן אױף דעם באַרג פֿון גאָט?און װער קען שטײן אין זײַן הײליקן אָרט?/24:4 דער װאָס האָט רײנע הענט און אַ לױטער האַרץ, װאָס האָט מיך ניט דערמאָנט צום פֿאַלשן, און ניט געשװאָרן מיט באַטרוג. /24:5 ער װעט קריגן אַ ברכה פֿון יהוה, און גענאָד פֿון דעם גאָט פֿון זײַן הילף. /24:6 דאָס איז דער דָור פֿון די װאָס פֿאָרשן אים, װאָס זוכן דײַן פּנים אין יעקבֿ. סֶלָה.

/24:7 הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ, און הײבט אײַך אױף, איר אײביקע טירן, און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט. /24:8 װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?גאָט דער שטאַרקער און דער גִבור, גאָט דער גִבור פֿון מלחמה.

/24:9 הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ, און הײבט אױף, איר אײביקע טירן, און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט. /24:10 װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?גאָט פֿון צבֿאות, ער איז דער קיניג פֿון פּראַכט. סֶלָה.


/25:1 פֿון דָוִדן. צו דיר, גאָט, הײב איך אױף מײַן זעל. /25:2 מײַן גאָט, אױף דיר פֿאַרזיכער איך מיך, לאָמיך ניט פֿאַרשעמט װערן, זאָלן ניט קװעלן אױף מיר מײַנע פֿײַנט. /25:3 יאָ, אַלע װאָס האָפֿן אױף דיר זאָלן ניט פֿאַרשעמט װערן;פֿאַרשעמט װערן זאָלן די װאָס פֿעלשן פֿאַר גאָרנישט. /25:4 דײַנע װעגן, גאָט, מאַך מיך װיסן, דײַנע שטעגן לערן מיך. /25:5 פֿיר מיך אין דײַן אמת, און לערן מיך, װאָרום דו ביסט דער גאָט פֿון מײַן הילף;צו דיר האָב איך געהאָפֿט אַ גאַנצן טאָג. /25:6 דערמאָן, גאָט, דײַן דערבאַרימונג און דײַנע חסדים, װאָרום זײ זײַנען פֿון אײביק אָן. /25:7 די זינד פֿון מײַן יוגנט און מײַנע פֿאַרברעכן זאָלסטו ניט דערמאָנען;לױט דײַן חֶסד דערמאָן זיך דו אָן מיר, פֿון װעגן דײַן גוטסקײט, גאָט. /25:8 גוט און רעכטפֿאַרטיק איז גאָט, דרום װײַזט ער די זינדיקע דעם װעג. /25:9 ער פֿירט די שטילע אין גערעכטיקײט, און לערנט די שטילע זײַן װעג. /25:10 אַלע װעגן פֿון גאָט זײַנען חֶסד און טרײַשאַפֿטצו די װאָס היטן זײַן בונד און זײַנע אָנזאָגן. /25:11 פֿון װעגן דײַן נאָמען, גאָט, זאָלסטו פֿאַרגעבן מײַן זינד, װאָרום זי איז גרױס. /25:12 װער נאָר אַ מאַן װאָס פֿאָרכט גאָט, װעט ער אים װײַזן דעם װעג װאָס ער זאָל װײלן. /25:13 זײַן זעל װעט רוען אין גוטס, און זײַן זאָמען װעט אַרבן דאָס לאַנד. /25:14 גאָטס פֿאַרטרױטקײט איז מיט די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײַן בונד, כּדי זײ צו לערנען. /25:15 מײַנע אױגן זײַנען תּמיד צו גאָט, װאָרום ער ציט אַרױס פֿון נעץ מײַנע פֿיס. /25:16 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך, װאָרום עלנד און אָרים בין איך. /25:17 די צרות פֿון מײַן האַרצן האָבן זיך אױסגעברײט, פֿון מײַנע דריקענישן צי מיך אַרױס. /25:18 זע מײַן פּײַן און מײַן מאַטערניש, און פֿאַרגיב אַלע מײַנע זינד. /25:19 זע װי מײַנע שָׂונאים זײַנען פֿיל, און די אומגערעכטע פֿײַנטשאַפֿט װאָס זײ האָבן מיך פֿײַנט. /25:20 היט מײַן זעל און זײַ מיך מציל, לאָמיך ניט פֿאַרשעמט װערן, װײַל איך שיץ מיך אין דיר. /25:21 זאָל ערלעכקײט און רעכטפֿאַרטיקײט מיך באַהיטן, װאָרום איך טו האָפֿן צו דיר. /25:22 לײז אױס, גאָט, ישׂראלפֿון אַלע זײַנע צרות.


/26:1 פֿון דָוִדן. טו מיר רעכט, גאָט, װאָרום איך בין געגאַנגען אין מײַן ערלעכקײט, און איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף גאָט, זיך ניט געװאַקלט. /26:2 פּרוּװ מיך, גאָט, און פּרוביר מיך, לײַטער מײַנע נירן און מײַן האַרץ. /26:3 װאָרום דײַן חֶסד איז פֿאַר מײַנע אױגן, און איך גײ אין דײַן אמת. /26:4 איך בין ניט געזעסן מיט פֿאַלשע מענטשן, און מיט פֿאַרשטעלטע קום איך ניט צונױף. /26:5 איך האָב פֿײַנט דאָס געזעמל פֿון שלעכטסטוער, און מיט רשָעים טו איך ניט זיצן. /26:6 איך װאַש אין רײנקײט מײַנע הענט, און איך גײ אַרום דײַן מזבח, גאָט, /26:7 צו לאָזן הערן אַ קָול פֿון דאַנק, און צו דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

/26:8 גאָט, איך האָב ליב די װױנונג פֿון דײַן הױז, און דעם אָרט פֿון דער רוּונג פֿון דײַן כּבֿוד. /26:9 זאָלסט ניט אײַנטאָן מיט זינדיקע מײַן זעל, און מיט בלוטיקע לײַט מײַן לעבן, /26:10 װאָס אין זײערע הענט איז ליסטיקײט, און זײער רעכטע איז פֿול שוחד. /26:11 אָבער איך גײ אין מײַן ערלעכקײט;לײז מיך אױס, און לײַטזעליק מיך. /26:12 װען מײַן פֿוס שטײט אױף גלײַכן, װעל איך אין געזעמלען לױבן גאָט.


/27:1 פֿון דָוִדן. גאָט איז מײַן ליכט און מײַן הילף, פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?גאָט איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן, פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?/27:2 אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מירצו עסן מײַן פֿלײש –מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט –װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן. /27:3 אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר, װעט ניט מורא האָבן מײַן האַרץ;אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר, בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.

/27:4 אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון גאָט, דאָס טו איך בעטן:איך זאָל זיצן אין הױז פֿון גאָטאַלע טעג פֿון מײַן לעבן, צו זען די ליבלעכקײט פֿון גאָט, און זיך צו פֿעדערן אין זײַן טעמפּל. /27:5 װאָרום ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל, אין דעם טאָג פֿון בײז, ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט, אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן. /27:6 און אַצונד װעט זיך הײבן מײַן קאָפּאיבער מײַנע פֿײַנט רונד אַרום מיר, און איך װעל שלאַכטן אין זײַן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל, איך װעל זינגען און שפּילן צו גאָט.

/27:7 הער, גאָט, מײַן קָול – טו איך רופֿן –און לײַטזעליק מיך, און ענטפֿער מיר. /27:8 מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים!דײַן פּנים, גאָט, טו איך זוכן. /27:9 זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, זאָלסט ניט אָפּנײַגן אין צאָרן דײַן קנעכט;ביסט מײַן הילף געװען, זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן, און זאָלסט מיך ניט פֿאַרלאָזן, גאָט פֿון מײַן ישועה. /27:10 אַפֿילו מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן, װעט אָבער גאָט מיך אַרײַננעמען.

/27:11 װײַז מיר, גאָט, דײַן װעג, און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג, פֿון װעגן מײַנע לױערער. /27:12 זאָלסט מיך ניט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מײַנע פֿײַנט;װאָרום פֿאַלשע עדות זײַנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר, און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט. /27:13 װען איך װאָלט ניט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון גאָט, אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע! –/27:14 האָף צו גאָט, זײַ שטאַרק, און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;יאָ, האָף צו גאָט.

/28:1 פֿון דָוִדן. צו דיר, גאָט, טו איך רופֿן;מײַן פֿעלדז, זאָלסט ניט טױב זײַן צו מיר, װאָרום אַז דו װעסט שװײַגן צו מיר, װעל איך זײַן געגליכן צו די גענידערטע אין גרוב. /28:2 הער דעם קָול פֿון מײַן געבעט, אַז איך שרײַ צו דיר, אַז איך הײב אױף מײַנע הענט צו דײַן הײליקן טעמפּל. /28:3 זאָלסט מיך ניט אַװעקציִען מיט די רשָעים, און מיט די טוער פֿון אומרעכט, װאָס רעדן שלום מיט זײערע חבֿרים, און בײז איז אין זײער האַרצן. /28:4 גיב זײ לױט זײער װערק, און לױט דער שלעכטסקײט פֿון זײערע מעשׂים;לױט דער טוּונג פֿון זײערע הענט גיב זײ, קער זײ אום זײער פֿאַרגעלטונג. /28:5 װײַל זײ אַכטן ניט אױף די װערק פֿון גאָט, און אױף דער טוּונג פֿון זײַנע הענט, װעט ער זײ צעשטערן און זײ ניט אױפֿבױען.

/28:6 געלױבט איז גאָט, װאָס ער האָט געהערט דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן. /28:7 גאָט איז מײַן שטאַרקײט און מײַן שילד, אױף אים האָט זיך פֿאַרזיכערט מײַן האַרץ, און איך בין געהאָלפֿן געװאָרן. דרום איז לוסטיק מײַן האַרץ, און מיט מײַן געזאַנג טו איך אים דאַנקען.

/28:8 גאָט איז זײ אַ שטאַרקײט, און אַ פֿעסטונג פֿון הילף איז ער זײַן געזאַלבטן. /28:9 העלף דײַן פֿאָלק, און בענטש דײַן אַרב, און פֿיטער זײ, און טראָג זײ אױף אײביק.


/29:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גיט צו יהוה, איר מאַכטיקע, גיט צו יהוה כּבֿוד און שטאַרקײט, /29:2 גיט צו יהוה דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען, בוקט זיך צו יהוה מיט הײליקן אָפּשײַ. /29:3 דער קָול פֿון יהוה איז אױף די װאַסערן, דער גאָט פֿון פּראַכט טוט דונערן, יהוה – אױף װאַסערן גרױסע. /29:4 דער קָול פֿון יהוה איז מיט מאַכט, דער קָול פֿון יהוה איז מיט שײנקײט, /29:5 דער קָול פֿון יהוה צעברעכט צעדערן, און יהוה צעברעכט די צעדערן פֿון לבֿנון. /29:6 און ער מאַכט זײ שפּרינגען װי אַ קאַלב, לבֿנון און שִׂריון, װי אַ יונג װיזלטיר. /29:7 דער קָול פֿון יהוה האַקט אױס פֿלאַמען פֿײַער. /29:8 דער קָול פֿון יהוה מאַכט ציטערן דעם מדבר, יהוה מאַכט ציטערן דעם מדבר פֿון קָדֵש. /29:9 דער קָול פֿון יהוה מאַכט הינדינס געבערןאון טוט װעלדער אַנטבלױזן;און אין זײַן טעמפּל זאָגט איטלעכער: פּראַכטיק!/29:10 יהוה האָט בײַם מבול געטראָנט, און יהוה טראָנט װי אַ מלך אױף אײביק. /29:11 יהוה װעט זײַן פֿאָלק געבן שטאַרקײט, יהוה װעט בענטשן זײַן פֿאָלק מיט שלום.


/30:1 אַ מזמור; אַ געזאַנג צו דער באַנײַונג פֿון טעמפּל פֿון דָוִדן. /30:2 איך דערהײב דיך, גאָט, װאָרום האָסט מיך אױפֿגעריכט, און ניט דערפֿרײט מײַנע פֿײַנט איבער מיר. /30:3 יהוה מײַן גאָט, איך האָב געשריִען צו דיר, און האָסט מיך געהײלט. /30:4 גאָט, האָסט אַרױפֿגעבראַכט פֿון אונטערערד מײַן זעל, האָסט מיך אױפֿגעלעבט, איך זאָל ניט נידערן אין גרוב. /30:5 זינגט צו גאָט, זײַנע פֿרומע, און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש. /30:6 װאָרום אַ רגע איז זײַן צאָרן, אַ לעבן זײַן גוטװיליקײט. איבער נאַכט בלײַבט געװײן, און פֿרימאָרגנס איז געזאַנג.

/30:7 און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן שַלוה:איך װעל ניט אומפֿאַלן קײן מאָל. /30:8 אין דײַן גוטװיליקײט, גאָט, האָסטו געהאַט אױפֿגעשטעלט פֿעסט מײַן באַרג –האָסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים, און איך בין דערשראָקן געװאָרן. /30:9 צו דיר, גאָט, פֿלעג איך רופֿן, און צו גאָט פֿלעג איך בעטן:/30:10 „װאָסער געװין איז אין מײַן בלוט, אַז איך װעל נידערן אין גרוב?קען דיך לױבן דער שטױב?קען ער דערצײלן דײַן אמת?/30:11 הער, גאָט, און לײַטזעליק מיך, גאָט, זײַ מיר אַ העלפֿער. ”/30:12 האָסטו מיר פֿאַרקערט מײַן קלאָג אין טאַנץ, האָסט אָפּגעבונדן מײַן זאַקקלײד, און מיך אָנגעגורט מיט פֿרײד;/30:13 דרום װעט דיך באַזינגען די זעל, און ניט שװײַגן. יהוה מײַן גאָט, אײביק װעל איך דיר דאַנקען.


/31:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /31:2 אין דיר, גאָט, טו איך מיך שיצן, לאָמיך ניט פֿאַרשעמט װערן קײן מאָל;אין דײַן גערעכטיקײט מאַך מיך אַנטרינען. /31:3 נײַג צו דײַן אױער צו מיר, זײַ מיך מציל געשװינט;זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג, פֿאַר אַ באַפֿעסטיקט הױז מיך צו העלפֿן. /31:4 װאָרום דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און פֿון דײַן נאָמען װעגן זאָלסטו מיך פֿירן און מיך באַלײטן. /31:5 זאָלסט מיך אַרױסציִען פֿון דער נעץ װאָס זײ האָבן מיר אונטערגעלײגט, װאָרום דו ביסט מײַן באַשיצונג, /31:6 אין דײַן האַנט גיב איך איבער מײַן גײַסט;װעסט מיך אױסלײזן, יהוה, דו גאָט געטרײַער. /31:7 איך האָב פֿײַנט די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן, װאָרום איך האָב מיך אױף גאָט פֿאַרזיכערט. /31:8 איך פֿרײ זיך און בין לוסטיק מיט דײַן חֶסד, װאָרום האָסט געזען מײַן פּײַן, האָסט געמערקט די צרות פֿון מײַן זעל. /31:9 און האָסט מיך ניט איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿונעם פֿײַנט;האָסט געשטעלט מײַנע פֿיס אין דערברײטערניש.

/31:10 לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום מיר איז ענג, מאַט געװאָרן פֿון ערגערניש איז מײַן אױג, מײַן זעל און מײַן לײַב. /31:11 װאָרום פֿאַרגאַנגען איז אין קומער מײַן לעבן, און מײַנע יאָרן אין זיפֿצעניש;אָפּגעפֿאַלן פֿון װעגן מײַנע זינד איז מײַן כּוח, און מײַנע בײנער זײַנען מאַט געװאָרן. /31:12 פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט בין איך געװאָרן צו חרפּה, און בײַ מײַנע שכנים, ביז גאָר, און אַ גרױל בײַ מײַנע באַקאַנטע;די װאָס זעען מיך אין גאַס, װײַכן פֿון מיר. /31:13 איך בין פֿאַרגעסן געװאָרן װי אַ טױטער אױסן האַרצן, איך בין געװאָרן װי אַ פֿאַרדאָרבן געפֿעס. /31:14 װאָרום איך האָב געהערט דאָס גערײד פֿון פֿיל –אַ שרעק רונד אַרום;אַז זײ עֵצהן זיך מיט אַנאַנדער אױף מיר, טראַכטן זײ מײַן לעבן צו נעמען. /31:15 אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דיר, יהוה, איך זאָג: מײַן גאָט ביסט דו. /31:16 אין דײַן האַנט זײַנען מײַנע צײַטן, זײַ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון מײַנע פֿײַנט, און פֿון מײַנע נאָכיאָגער. /31:17 דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט, העלף מיך אין דײַן גענאָד. /31:18 גאָט, ניט לאָמיך פֿאַרשעמט װערן, װאָרום איך האָב דיך גערופֿן; זאָלן פֿאַרשעמט װערן די רשָעים, זאָלן זײ אַנטשװיגן װערן אין אונטערערד. /31:19 זאָלן שטום װערן די ליפּן פֿון ליגן, װאָס רעדן אױפֿן צדיק פֿאַרשײַט, מיט גאװה און פֿאַראַכטעניש. /31:20 װי גרױס איז דײַן גוטס, װאָס דו האָסט באַהאַלטן פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן דיך, געמאַכט פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין דיראַקעגן די מענטשנקינדער!/31:21 פֿאַרבאָרגסט זײ אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַן פּנים, פֿון די באַנדעס מענטשן;באַהאַלטסט זײ אין אַ בײַדל, פֿון דעם קריג פֿון די צינגער. /31:22 געלױבט איז גאָט, װאָס האָט װוּנדערלעך באַװיזןזײַן חֶסד צו מיר אין דער באַלעגערטער שטאָט. /31:23 און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן האַסט:איך בין פֿאַרשניטן פֿון קעגן דײַנע אױגן. אָבער האָסט געהערט דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן, אַז איך האָב געשריִען צו דיר. /31:24 האָט ליב גאָט, איר אַלע זײַנע פֿרומע;די געטרײַע טוט אָפּהיטן גאָט, און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק. /31:25 זײַט שטאַרק, און זאָל פֿעסט זײַן אײַער האַרץ, איר אַלע װאָס האָפֿט צו גאָט.


/32:1 פֿון דָוִדן אַ באַטראַכטונג. װױל צו דעם װאָס זײַן פֿאַרברעך איז פֿאַרגעבן, װאָס זײַן חטא װערט פֿאַרדעקט. /32:2 װױל צו דעם מענטשן װאָס גאָט רעכנט אים ניט קײן זינד, און אין זײַן גײַסט איז ניטאָ קײן באַטרוג. /32:3 אַז איך האָב געשװיגן, האָבן מײַנע בײנער געפֿױלט, פֿון מײַן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג. /32:4 װאָרום טאָג און נאַכט פֿלעגט שװער זײַן אױף מיר דײַן האַנט, מײַן זאַפֿט איז פֿאַרביטן געװאָרן װי אין פֿאַרטריקנטע זומעראױפּס. סֶלָה. /32:5 האָב איך דיך געלאָזט װיסן מײַן חטא, און מײַן זינד האָב איך ניט פֿאַרדעקט. איך האָב געזאָגט: איך װעל זיך מודה זײַן אױף מײַנעפֿאַרברעכן צו גאָט;און דו האָסט פֿאַרגעבן די שולד פֿון מײַן זינד. סֶלָה.

/32:6 אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל זײַן צו דיר, אין דער צײַט װאָס מע קען דיך געפֿינען:אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער, זאָלן זײ צו אים אָבער ניט דערגרײכן. /32:7 דו ביסט מײַן פֿאַרבאָרגעניש, פֿון דעם פֿײַנט באַהיטסטו מיך;מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונגרינגלסטו מיך אַרום. סֶלָה.

/32:8 „איך װעל דיך קליגן און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן, איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר. ”/32:9 איר זאָלט ניט זײַן װי אַ פֿערד, װי אַ מױלאײזל, אָן פֿאַרשטאַנד, װאָס מיט צאַם און געביס מוז מען אײַנהאַלטן זײַן אימפּעט;אַז מע זאָל ניט קענען גענענען צו דיר.

/32:10 פֿיל װײטאָגן האָט דער רָשע, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, אים װעט אַרומרינגלען גענאָד. /32:11 פֿרײט זיך מיט גאָט, און זײַט לוסטיק, צדיקים, און זינגט, אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.


/33:1 פֿרײט זיך צדיקים, מיט גאָט, שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג. /33:2 גיט אַ דאַנק צו גאָט אױף אַ האַרף, אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים. /33:3 זינגט צו אים אַ נײַ געזאַנג, שפּילט װױל מיט געשאַל. /33:4 װאָרום רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון גאָטאון זײַן יעטװעדער טוּונג איז מיט טרײַשאַפֿט. /33:5 ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט, מיט דעם חֶסד פֿון גאָט איז פֿול די ערד. /33:6 מיט אַ װאָרט פֿון גאָט זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן, און מיט אַ הױך פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל. /33:7 ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים, ער טוט אַרײַן אין שפּײַכלערס די תּהומען. /33:8 מורא פֿאַר גאָט האָט די גאַנצע ערד, פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט. /33:9 װאָרום ער זאָגט, און עס געשעט, ער באַפֿעלט, און עס באַשטײט. /33:10 גאָט פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער, ער װערט די מחשבֿות פֿון די אומות. /33:11 דער באַראָט פֿון גאָט װעט אױף אײביק באַשטײן, די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן אױף דָור-דורות.

/33:12 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס יהוה איז זײַן גאָט, צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב. /33:13 פֿון הימל לוגט גאָט, ער זעט אַלע מענטשנקינדער;/33:14 פֿון דעם אָרט פֿון זײַן װױנונג באַטראַכט עראַלע באַװױנער פֿון דער ערד;/33:15 ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ, װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים. /33:16 אַ מלך װערט ניט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל, אַ גִבור װערט ניט ניצול דורך גרױס כּוח;/33:17 אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף, און מיט זײַן גרױס כּוח װעט ער ניט מאַכן אַנטרינען. /33:18 זע, דאָס אױג פֿון גאָט איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים, אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסד, /33:19 מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל, און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער. /33:20 אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף גאָט, אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער. /33:21 װאָרום מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ, װאָרום אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט. /33:22 זאָל דײַן חֶסד, גאָט, זײַן אױף אונדז, אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.


/34:1 פֿון דָוִדן; װען ער האָט געביטן זײַן שׂכל פֿאַר אַבֿימֶלֶכן, און ער האָט אים אַרױסגעטריבן, און ער איז אַװעק. /34:2 איך בענטש גאָט אין יעטװעדער צײַט, תּמיד איז זײַן לױב אין מײַן מױל. /34:3 מיט גאָט רימט זיך מײַן זעל;די געדריקטע װעלן הערן און זיך פֿרײען. /34:4 גרײסט גאָט מיט מיר, און לאָמיר דערהײבן זײַן נאָמען אין אײנעם. /34:5 איך האָב געזוכט גאָט, און ער האָט מיר געענטפֿערט, און פֿון אַלע מײַנע שרעקענישן האָט ער מיך מציל געװען. /34:6 זײ האָבן געקוקט צו אים, און האָבן אױפֿגעלוכטן, און זײערע פּנימער װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן. /34:7 אָט האָט אַן אָרימאַן גערופֿן, און גאָט האָט צוגעהערט, און פֿון אַלע זײַנע צרות אים געהאָלפֿן. /34:8 דער מלאך פֿון גאָט לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער, און ער טוט זײ דערלײזן. /34:9 באַטראַכט און זעט אַז גאָט איז גוט;װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים. /34:10 פֿאָרכט גאָט, איר זײַנע הײליקע, װאָרום זײַנע פֿאָרכטער װעט ניט פֿעלן. /34:11 יונגלײבן דאַרן און הונגערן, אָבער די װאָס זוכן גאָט פֿעלט ניט כָּל-טובֿ. /34:12 קומט, קינדער, הערט מיר צו, מורא פֿאַר גאָט װעל איך אײַך לערנען. /34:13 װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן, װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס, /34:14 היט דײַן צונג פֿון שלעכטס, און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג. /34:15 קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס, זוך שלום און יאָג זיך נאָך אים. /34:16 די אױגן פֿון גאָט זײַנען אױף די צדיקים, און זײַנע אױערן אױף זײער געשרײ. /34:17 דער פּנים פֿון גאָט איז קעגן די שלעכטסטוער. צו פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש. /34:18 זײ האָבן געשריִען, און גאָט האָט זײ צוגעהערט, און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען. /34:19 גאָט איז נאָנט צו די צעבראָכענע הערצער, און די דערשלאָגענע געמיטער טוט ער העלפֿן. /34:20 פֿיל זײַנען די אומגליקן פֿון צדיק, אָבער פֿון זײ אַלע װעט אים מציל זײַן גאָט. /34:21 ער היט אָפּ אַלע זײַנע בײנער, ניט אַן אײנציקער פֿון זײ װערט צעבראָכן. /34:22 דעם רָשע װעט טײטן דאָס בײז, און די שָׂונאים פֿון צדיק װעלן פֿאַרװיסט װערן. /34:23 גאָט לײזט אױס די זעל פֿון זײַנע קנעכט, און ניט פֿאַרװיסט װערן װעלן אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.


/35:1 פֿון דָוִדן. קריג, גאָט, מיט מײַנע קריגער, שטרײַט מיט מײַנע שטרײַטער. /35:2 נעם אָן אַ שילד און אַ פּאַנצער, און שטײ אױף מיר צו הילף. /35:3 און צי אַרױס דעם שפּיז און די האַקאַקעגן מײַנע נאָכיאָגער;זאָג צו מײַן זעל:דײַן ישועה בין איך. /35:4 זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערןדי װאָס זוכן מײַן לעבן;זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמעןדי װאָס טראַכטן מיר בײז. /35:5 זאָלן זײ זײַן װי שפּרײ פֿאַרן װינט, און דער מלאך פֿון גאָט זאָל זײ שטױסן. /35:6 זאָל זײער װעג זײַן חושך און גליטשיק, און דער מלאך פֿון גאָט זאָל זײ יאָגן. /35:7 װאָרום פֿאַר אומזיסט האָבן זײ מיר אונטערגעלײגטזײער נעץ פֿון אונטערגאַנג, פֿאַר אומזיסט האָבן זײ געגראָבן אױף מײַן זעל. /35:8 זאָל קומען אױף אים אַ בראָך אומגעריכט, און זײַן נעץ װאָס ער האָט אונטערגעלײגט זאָל אים באַצװינגען;מיט שטורעם זאָל ער פֿאַלן דערין. /35:9 און מײַן זעל װעט זיך פֿרײען מיט גאָט, זי װעט לוסטיק זײַן מיט זײַן ישועה. /35:10 אַלע מײַנע בײנער װעלן זאָגן:װער אַזױ װי דו, גאָט, איז מציל דעם אָרימאַן פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים, יאָ, דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון פֿון דעם װאָס באַגזלט אים.

/35:11 פֿאַלשע עדות שטײען אױף, װאָס איך װײס ניט פֿרעגן זײ מיך. /35:12 זײ צאָלן מיר אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, פֿאַריתומט איז מײַן זעל. /35:13 און איך, אַז זײ זײַנען קראַנק געװען, איז מײַן אָנקלײד געװען זאַק, איך האָב געפּײַניקט מיט פֿאַסטן מײַן לײַב;און מײַן תּפֿילה – זאָל עס אָנקומען אין מײַן בוזעם!/35:14 װי בײַ אַ חבֿר, װי בײַ אַ ברודער מײַנעם, בין איך אַרומגעגאַנגען, װי אין טרױער נאָך אַ מאַמען, פֿינצטער געבױגן בין איך געװען. /35:15 אָבער אַז איך פֿאַל, פֿרײען זײ זיך, און קלײַבן זיך אױף;עס קלײַבן זיך אַרום מיר שלעגער װאָס איך קען ניט;זײ רײַסן און הערן ניט אױף. /35:16 מיט פֿאַלשע רכילות-געשפּעטןקריצן זײ אױף מיר זײערע צײן.

/35:17 גאָט, װי לאַנג װעסטו צוזען? נעם אַװעק מײַן זעל פֿון זײערע פֿאַרװיסטונגען, פֿון די יונגלײבן מײַן אײנאײנציקע. /35:18 איך װעל דיר דאַנקען אין אַ גרױס געזעמל, אין פֿיל פֿאָלק װעל איך דיך לױבן. /35:19 זאָלן זיך ניט פֿרײען איבער מירדי װאָס זײַנען מיר פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט;מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאיםװאָס װינקען מיטן אױג. /35:20 װאָרום אומשָלום רעדן זײ, און קעגן די שטילע פֿון דער ערדטראַכטן זײ אױס פֿאַלשע שטיק. /35:21 און זײ עפֿענען ברײט זײער מױל אױף מיר;זײ זאָגן: אַהאַ! אַהאַ! אונדזער אױג האָט דערלעבט. /35:22 דו האָסט געזען, גאָט, זאָלסטו ניט פֿאַרשװײַגן;גאָט, זאָלסט זיך ניט דערװײַטערן פֿון מיר. /35:23 דערװעק דיך און װאַך אױף צו מײַן משפּט, צו מײַן קריג, מײַן גאָט און מײַן האַר. /35:24 משפּט מיך לױט דײַן גערעכטיקײט, יהוה מײַן גאָט, און זאָלן זײ זיך ניט פֿרײען איבער מיר. /35:25 זאָלן זײ ניט זאָגן אין זײער האַרצן:אַהאַ! אונדזער באַגער!זאָלן זײ ניט זאָגן:מיר האָבן אים אײַנגעשלונגען!/35:26 זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעםדי װאָס פֿרײען זיך אױף מײַן אומגליק;זאָלן באַקלײדט װערן מיט בושה און שמאַךדי װאָס גרײסן זיך איבער מיר. /35:27 זאָלן זינגען און זיך פֿרײעןדי װאָס באַגערן מײַן גערעכטיקײט;און זאָלן זײ תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן גאָט, װאָס באַגערט דעם פֿריד פֿון זײַן קנעכט. /35:28 און מײַן צונג װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט, אַ גאַנצן טאָג דײַן לױב.


/36:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון גאָט, פֿון דָוִדן. /36:2 די זינד רעדט צום רָשע – קלער איך אין האַרצן;ניטאָ גאָטס מורא פֿאַר זײַנע אױגן. /36:3 װאָרום צופֿיל חַנפֿעט זי אים אין זײַנע אױגן, אַז ער זאָל קענען פֿײַנט האָבן זײַן פֿאַרברעך. /36:4 די װערטער פֿון זײַן מױל זײַנען אומרעכט און באַטרוג, ער האָט אױפֿגעהערט פֿאַרשטײן צו טאָן גוטס. /36:5 אומרעכט טראַכט ער אױף זײַן געלעגער, ער שטײט אױפֿן ניט גוטן װעג, דאָס בײז װערט אים ניט נמאס.

/36:6 גאָט, ביז אין די הימלען איז דײַן חֶסד, דײַן טרײַשאַפֿט ביז די װאָלקן. /36:7 דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג, דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהָום;מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, גאָט. /36:8 װי טײַער איז דײַן חֶסד, גאָט, און די מענטשנקינדער שיצן זיךאין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען. /36:9 זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז, און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן. /36:10 װאָרום בײַ דיר איז דער קװאַל פֿון לעבן, אין דײַן ליכט זעען מיר ליכטיקײט. /36:11 צי אױס דײַן חֶסד צו די װאָס קענען דיך, און דײַן גערעכטיקײט צו די רעכטפֿאַרטיקע הערצער. /36:12 זאָל ניט צוקומען צו מיר דער פֿוס פֿון גאװה, און די האַנט פֿון רשָעים זאָל מיך ניט פֿאַרװאָגלען.

/36:13 אָן זײַנען געפֿאַלן די טוער פֿון אומרעכט, זײ זײַנען אַנידערגעשטױסן, און קענען ניט אױפֿשטײן.


/37:1 פֿון דָוִדן. זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער, זאָלסט ניט מקנא זײַן די װאָס טוען אומרעכט. /37:2 װאָרום גיך װי גראָז װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן, און װי גרינע קרײַטעכץ װעלן זײ פֿאַרװעלקט װערן.

/37:3 פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט, און טו גוטס, זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט, /37:4 און קװיק זיך מיט גאָט, און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.

/37:5 פֿאַרלאָז אױף גאָט דײַן װעג, און פֿאַרזיכער זיך אױף אים, און ער װעט טאָן. /37:6 און ער װעט אַרױסברענגען װי דאָס ליכט דײַן גערעכטיקײט, און דײַן משפּט װי דער מיטן טאָג.

/37:7 האַר צו גאָט, און האָף צו אים, זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג, װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן. /37:8 לאָז אָפּ פֿון כּעס, און פֿאַרלאָז גרימצאָרן;זאָלסט זיך ניט ערגערן; דאָס פֿירט בלױז צום בײזן. /37:9 װאָרום די שלעכטסטוער װעלן פֿאַרשניטן װערן, און די װאָס האָפֿן צו גאָט, זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד.

/37:10 און נאָך אַ קלײן װײַלע, און דער רָשע װעט ניט זײַן, און װעסט זיך אומקוקן אױף זײַן אָרט, און ער איז ניטאָ. /37:11 אָבער די געדריקטע װעלן אַרבן דאָס לאַנד, און װעלן זיך קװיקן מיט גרױס פֿריד.

/37:12 דער רָשע טראַכט בײז קעגן צדיק, און ער קריצט אױף אים זײַנע צײן. /37:13 גאָט לאַכט פֿון אים, װאָרום ער זעט אַז זײַן טאָג װעט קומען.

/37:14 די רשָעים ציִען אַרױס די שװערד, און שפּאַנען זײער בױגן, צו מאַכן פֿאַלן דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון, צו שעכטן די װאָס זײער װעג איז גלײַך. /37:15 װעט זײער שװערד אַרײַן אין זײער האַרצן, און זײערע בױגנס װעלן צעבראָכן װערן.

/37:16 בעסער דאָס ביסל בײַם צדיק, אײדער די שפֿע פֿון פֿיל רשָעים. /37:17 װאָרום די אָרעמס פֿון די רשָעים װעלן צעבראָכן װערן, אָבער די צדיקים לענט אונטער גאָט.

/37:18 גאָט מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע, און זײער אַרב װעט זײַן אױף אײביק. /37:19 זײ װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן אין צײַט פֿון בײז, און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט זײַן.

/37:20 װאָרום די רשָעים װעלן אונטערגײן, און די פֿײַנט פֿון גאָט אַזױ װי שװערע לעמער;זײ פֿאַרגײען, אין רױך פֿאַרגײען זײ.

/37:21 דער רָשע לײַט און באַצאָלט ניט, און דער צדיק לײַטזעליקט און גיט. /37:22 װאָרום זײַנע געבענטשטע אַרבן דאָס לאַנד, און זײַנע פֿאַרשאָלטענע װערן פֿאַרשניטן.

/37:23 פֿון גאָט װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן, און ער באַװיליקט זײַן װעג. /37:24 אַז ער פֿאַלט, בלײַבט ער ניט ליגן, װאָרום גאָט לענט אונטער זײַן האַנט.

/37:25 איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן, און איך האָב ניט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן, און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט. /37:26 אַ גאַנצן טאָג איז ער לײַטזעליק און אַנטלײַט, און זײַן זאָמען איז אַ בענטשונג.

/37:27 קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס, און בלײַב רוען אױף אײביק. /37:28 װאָרום גאָט האָט ליב גערעכטיקײט, און פֿאַרלאָזט ניט זײַנע פֿרומע;אײביק װערן זײ אָפּגעהיט, אָבער דער זאָמען פֿון די רשָעים װערט פֿאַרשניטן. /37:29 די צדיקים װעלן אַרבן דאָס לאַנד, און װעלן װױנען דערױף שטענדיק.

/37:30 דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה, און זײַן צונג רעדט גערעכטיקײט. /37:31 די תּורה פֿון זײַן גאָט איז אין זײַן האַרצן, זײַנע טריט גליטשן זיך ניט אױס. /37:32 דער רָשע קוקט אױס אױפֿן צדיק, און זוכט אים צו טײטן. /37:33 גאָט װעט אים ניט איבערלאָזן אין זײַן האַנט, און ניט לאָזן אים שולדיק מאַכן, אַז ער װערט געמשפּט.

/37:34 האָף צו גאָט, און היט זײַן װעג, און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד;װעסט צוזען װי די רשָעים װערן פֿאַרשניטן.

/37:35 איך האָב געזען דעם רָשע מאַכטיק, און צעשפּרײט װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אַלטגעזעסענער בױם;/37:36 אָבער מע איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, ערשט ער איז ניטאָ, און איך האָב אים געזוכט, און ער איז ניט געװען צו געפֿינען.

/37:37 באַטראַכט דעם אומשולדיקן, און זע דעם רעכטפֿאַרטיקן, אַז דער סָוף פֿון איטלעכן איז אַ גליקלעכער. /37:38 און די פֿאַרברעכער װערן פֿאַרטיליקט אין אײנעם, דער סָוף פֿון די רשָעים װערט פֿאַרשניטן.

/37:39 אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון גאָט, זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט. /37:40 און גאָט שטײט זײ בײַ, און מאַכט זײ אַנטרינען, ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די רשָעים, און העלפֿט זײ, װײַל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.

/38:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג. /38:2 ניט אין דײַן כּעס, גאָט, זאָלסטו מיך מוסרן, און אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן. /38:3 װאָרום דײַנע פֿײַלן האָבן גענידערט אין מיר, און אױף מיר האָט גענידערט דײַן האַנט. /38:4 ניטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב פֿון װעגן דײַן צאָרן, ניטאָ קײן פֿריד אין מײַנע בײנער פֿון װעגן מײַן חטא. /38:5 װאָרום מײַנע זינד גײען איבער מײַן קאָפּ, װי אַ שװערע משׂא זײַנען זײ צו שװער פֿאַר מיר. /38:6 עס פֿױלן, עס אײַטערן מײַנע װוּנדןפֿון װעגן מײַן נאַרישקײט;/38:7 איך בין צעקרימט, איך בין געבױגן ביז גאָר, אַ גאַנצן טאָג גײ איך אום פֿינצטער. /38:8 װאָרום מײַנע לענדן זײַנען פֿול מיט בראַנד, און ניטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב. /38:9 איך בין באַנומען און דערשלאָגן ביז גאָר, איך שרײַ פֿון דער ברומונג פֿון מײַן האַרצן.

/38:10 גאָט, אַל מײַן קרעכצן איז פֿאַר דיר, און מײַן זיפֿצן איז פֿון דיר ניט פֿאַרבאָרגן. /38:11 מײַן האַרץ שװינדלט, מײַן כּוח האָט מיך פֿאַרלאָזט; און דאָס ליכט פֿון מײַנע אױגן, דאָס אױך איז בײַ מיר מער ניטאָ. /38:12 מײַנע גוטע פֿרײַנט און מײַנע חבֿרים שטײען אַװעק פֿון מײַן פּלאָג, און מײַנע נאָנטע שטײען פֿון דער װײַטן. /38:13 און נעצן לײגן די װאָס זוכן מײַן לעבן, און די װאָס זײַנען מיר אױסן בײז רעדן אומגליקן, און באַטרוגן טראַכטן זײ אַ גאַנצן טאָג. /38:14 און איך בין װי אַ טױבער, איך הער ניט, און װי אַ שטומער װאָס עפֿנט ניט זײַן מױל. /38:15 יאָ, איך בין װי אַ מענטש װאָס הערט ניט, און אין זײַן מױל זײַנען קײן טענות ניטאָ.

/38:16 װאָרום צו דיר, יהוה, טו איך האָפֿן;דו װעסט ענטפֿערן, האַר מײַן גאָט. /38:17 װאָרום איך זאָג:זאָלן זײ ניט דערפֿרײט װערן איבער מיר;אַז מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס, גרײסן זײ זיך איבער מיר. /38:18 װאָרום איך בין אָנגעברײט צום פֿאַלן, און מײַן װײטאָג איז אַנטקעגן מיר תּמיד. /38:19 װאָרום איך גיב צו מײַן זינד, איך בין באַקומערט װעגן מײַן חטא. /38:20 און מײַנע פֿײַנט אום לעבן זײַנען שטאַרק, און פֿיל מײַנע שָׂונאים פֿאַר גאָרנישט. /38:21 און די װאָס באַצאָלן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, פֿײַנטן מיך פֿאַר מײַן נאָכיאָגן גוטס. /38:22 ניט פֿאַרלאָזן זאָלסטו מיך, יהוה, ניט דערװײַטערן זאָלסטו זיך פֿון מיר, מײַן גאָט. /38:23 אײַל מיר צו הילף, גאָט מײַן ישועה.


/39:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /39:2 איך האָב געזאָגט: איך װעל היטן מײַנע װעגןפֿון צו זינדיקן מיט מײַן צונג;איך װעל האַלטן אַ שלאָס אױף מײַן מױל, בעת דער רָשע איז פֿאַר מיר. /39:3 איך בין שטיל אַנטשטומט געװען, איך האָב געשװיגן, אָן גוטס, און מײַן װײטאָג איז געװען אײַנגעהאַלטן. /39:4 איז מײַן האַרץ אין מיר הײס געװאָרן, האָט אין מײַן געמיט זיך אַ פֿײַער צעברענט;האָב איך גערעדט מיט מײַן צונג:/39:5 לאָז מיך װיסן, גאָט, מײַן סָוף, און די מאָס פֿון מײַנע טעג, װאָס זי איז, לאָמיך װיסן װי פֿאַרגײיִק איך בין. /39:6 זע, װי אַ שפּאַן האָסטו געמאַכט מײַנע טעג, און מײַן געדױער איז װי גאָרנישט קעגן דיר;פֿאַר װאָר, אַ בלױזער הױך װאָס באַשטײט איז איטלעכער מענטש. סֶלָה. /39:7 בלױז װי אַן אָפּדוכט גײט אום דער מענטש, בלױז אומנישט טומלען זײ;ער קלײַבט, און ער װײס ניט װער דאָס װעט אײַנזאַמלען.

/39:8 און אַצונד, װאָס זאָל איך האָפֿן, גאָט?מײַן אױסקוק, ער איז אױף דיר. /39:9 זײַ מיך מציל פֿון אַלע מײַנע פֿאַרברעכן;זאָלסט מיך ניט מאַכן צום שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן. /39:10 איך בין שטום, איך עפֿן ניט מײַן מױל, װאָרום דו האָסט עס געטאָן. /39:11 טו אָפּ פֿון מיר דײַן פּלאָג, פֿון דעם שטרײַט פֿון דײַן האַנט װער איך פֿאַרלענדט. /39:12 װאָלסטו מיט שטראָפֿרײד געמוסרט דעם מענטשן פֿאַר זינד!אָבער מאַכסט צעקריכן װי מאָיל זײַן שײנקײט. בלױז אַ הױך איז איטלעכער מענטש. סֶלָה.

/39:13 הער צו מײַן תּפֿילה, גאָט, און מײַן געשרײ פֿאַרנעם;אױף מײַן טרער זאָלסטו ניט שװײַגן;װאָרום אַ פֿרעמדער בין איך בײַ דיר, אַן אײַנגעװאַנדערטער װי אַלע מײַנע עלטערן. /39:14 קוק אַװעק פֿון מיר, און לאָמיך זיך אױפֿמונטערן, אײדער איך װעל אַװעקגײן און מער ניט זײַן.


/40:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור. /40:2 האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף גאָט, און ער האָט זיך גענײַגט צו מיר, און צוגעהערט מײַן געשרײ. /40:3 און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב, פֿון דעם זומפּיקן לײם, און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מײַנע פֿיס, ער האָט באַפֿעסטיקט מײַנע טריט. /40:4 און ער האָט געגעבן אין מײַן מױל אַ נײַ געזאַנג, אַ לױב צו אונדזער גאָט. פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף גאָט.

/40:5 װױל צו דעם מאַן װאָס האָט געמאַכט גאָט זײַן פֿאַרזיכערונג, און זיך ניט געװענדט צו די האָפֿערדיקע, און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט. /40:6 פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן, יהוה מײַן גאָט –דײַנע װוּנדער און דײַנע טראַכטונגען פֿון אונדזערט-װעגן;

ניטאָ קײן גלײַכן צו דיר. זאָל איך דערצײלן און זאָגן, זײַנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען. /40:7 שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער באַגערסטו ניט –האָסטו אין די אױערן מיר אײַנגעגראָבן –בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו ניט. /40:8 דרום האָב איך געזאָגט: איך װעל טאָןװאָס אין געראָלטן סֵפֿר איז אָנגעשריבן פֿאַר מיר. /40:9 צו טאָן דײַן רָצון, מײַן גאָט, האָב איך באַגערט, און דײַן תּורה איז אין מײַנע אינגעװײד. /40:10 איך האָב אָנגעזאָגט גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל;זע, מײַנע ליפּן טו איך ניט פֿאַרמײַדן;גאָט, דו װײסט דאָך. /40:11 דײַן גערעכטיקײט האָב איך ניט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן, דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט;איך האָב ניט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד און דײַן אמתפֿאַרן גרױסן געזעמל. /40:12 ניט פֿאַרמײַדן זאָלסטו דו, גאָט, דײַן דערבאַרימונג פֿון מיר, דײַן גענאָד און דײַן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן. /40:13 װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל, דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד, אַז איך קען ניט זען;זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ, און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן. /40:14 באַװיליק, גאָט, מיך מציל צו זײַן, גאָט, אײַל מיר צו הילף. /40:15 זאָל פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעםדי װאָס זוכן מײַן לעבן, עס אומצוברענגען;זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמעןדי װאָס װינטשן מיר בײז. /40:16 זאָלן באַנומען װערן פֿון װעגן זײער שאַנדדי װאָס זאָגן אױף מיר: אַהאַ! אַהאַ!/40:17 זאָלן זײַן לוסטיק און זיך פֿרײען מיט דיראַלע װאָס זוכן דיך;זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן גאָט!די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה. /40:18 און איך אָרימער און באַדערפֿטיקער –זאָל גאָט דאָס מיר צורעכענען. דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;מײַן גאָט, זאָלסט זיך ניט זאַמען.


/41:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /41:2 װױל צו דעם װאָס גיט אַכט אױפֿן אָרימאַן!אין טאָג פֿון בײז װעט אים גאָט מאַכן אַנטרינען. /41:3 גאָט װעט אים באַהיטן און אים לאָזן לעבן, און ער װעט זײַן באַגליקט אין לאַנד;און װעסט אים ניט איבערגעבןאױף דעם באַראָט פֿון זײַנע פֿײַנט. /41:4 גאָט װעט אים אונטערלענען אױפֿן קראַנקן בעט;די גאַנצע צײַט פֿון זײַן ליגן פֿאַרנעמסטו זיך מיט זײַן קראַנקשאַפֿט.

/41:5 איך זאָג: גאָט, לײַטזעליק מיך, הײל מײַן זעל, װאָרום איך האָב געזינדיקט צו דיר. /41:6 מײַנע פֿײַנט רעדן שלעכטס װעגן מיר:װען װעט ער שטאַרבן, און זײַן נאָמען זאָל אונטערגײן!/41:7 און אַז עמעצער קומט זען, רעדט ער פֿאַלש, זײַן האַרץ זאַמלט אָן אין זיך בײז;גײט ער אַרױס אין גאַס, רעדט ער דערפֿון. /41:8 אין אײנעם סוֹדען זיך אױף מיר אַלע מײַנע שָׂונאים, זײ טראַכטן װעגן מיר בײז קעגן מיר:/41:9 אַ בײזע זאַך איז אױסגעגאָסן אױף אים, און װי ער האָט זיך געלײגט, װעט ער מער ניט אױפֿשטײן. /41:10 אַפֿילו מײַן גוטער פֿרײַנט װאָס איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף אים, דער װאָס עסט מײַן ברױט, הײבט אױף אַ פֿוס אױף מיר. /41:11 אָבער דו גאָט לײַטזעליק מיך, און ריכט מיך אױף, און לאָמיך זײ אָפּצאָלן. /41:12 דערמיט װעל איך װיסן אַז דו באַגערסט מיך, װאָס ניט שאַלן װעט מײַן פֿײַנט איבער מיר. /41:13 און איך – אין מײַן ערלעכקײט װעסטו מיך אױפֿהאַלטן, און װעסטו מיך לאָזן שטײן פֿאַר דיר אײביק.

/41:14 געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ישׂראלפֿון אײביק און ביז אײביק. אָמן און אָמן!


צװײטער סֵפֿר (42-72)

רעדאַקטירן

/42:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון די קינדער פֿון קֹרַח. /42:2 װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער, אַזױ לעכצט מײַן זעל נאָך דיר, גאָט. /42:3 מײַן זעל טוט דאָרשטן נאָך גאָט, נאָך דעם לעבעדיקן גאָט:װען װעל איך קומען, און זיך װײַזן פֿאַר גאָט?/42:4 מײַן טרער איז געװאָרןמײַן שפּײַז טאָג און נאַכט, אַז מע זאָגט מיר אַ גאַנצן טאָג:אַװוּ איז דײַן גאָט?/42:5 דאָס טו איך דערמאָנען, און גיס אױס מײַן זעל אין מיר:װי איך פֿלעג דורכגײן מיט אַן עולם, זײ פֿירן צום הױז פֿון גאָט, מיט אַ קָול פֿון געזאַנג און לױב, אַ יום-טובֿדיק געזעמל.

/42:6 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל, און טוסט ברומען אין מיר?האָף צו גאָט, װאָרום איך װעל אים נאָך לױבןפֿאַר דער הילף פֿון זײַן פּנים.

/42:7 מײַן גאָט, מײַן זעל איז געבױגן אין מיר, װאָרום איך טו דיך דערמאָנען, פֿון ירדן-לאַנד און די חֶרמונס, פֿון דעם באַרג מִצער. /42:8 תּהָום צו תּהָום טוט רופֿןאין דעם קָול פֿון דײַנע װאַסערפֿאַלן;אַלע דײַנע אינדן און דײַנע װעלןזײַנען אַריבער אױף מיר.

/42:9 בײַ טאָג באַפֿעלט גאָט זײַן חֶסד, און בײַ נאַכט איז זײַן געזאַנג מיט מיר, אַ תּפֿילה צו דעם גאָט פֿון מײַן לעבן.

/42:10 איך זאָג צו גאָט מײַן פֿעלדז:פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרגעסן?פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײןפֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?/42:11 מיט רציחה אַזש אין מײַנע בײנערלעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט, אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:אַװוּ איז דײַן גאָט?

/42:12 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל, און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?האָף צו גאָט, װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן –די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן גאָט.


/43:1 טו מיר רעכט, גאָט, און קריג מײַן קריגקעגן פֿאָלק אומדערבאַרימדיק;פֿון דעם מאַן פֿון באַטרוג און אומרעכטזאָלסטו מיך מאַכן אַנטרינען. /43:2 דו ביסט דאָך דער גאָט פֿון מײַן שטאַרקײט, פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײןפֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?/43:3 שיק דײַן ליכט און דײַן אמת, זײ זאָלן מיך פֿירן;זײ זאָלן מיך ברענגען צו דײַן הײליקן באַרג, און צו די װױנונגען דײַנע. /43:4 און לאָמיך קומען צום מזבח פֿון גאָט, צו גאָט, דער פֿרײד פֿון מײַן לוסטיקײט; און לאָמיך דיך לױבן אױף אַ האַרף, גאָט מײַן גאָט. /43:5 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל, און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?האָף צו גאָט, װאָרום איך װעל אים נאָך לױבן –די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן גאָט.


/44:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ באַטראַכטונג. /44:2 גאָט, מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט, אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט, די טוּונג װאָס דו האָסט געטאָן אין זײערע טעג, אין די טעג פֿון פֿאַרצײַטן. /44:3 דו מיט דײַן האַנט האָסט פֿעלקער פֿאַרטריבן, און זײ האָסטו אײַנגעפֿלאַנצט, האָסט צעבראָכן אומות, און זײ האָסטו אױסגעשפּרײט. /44:4 װאָרום ניט מיט זײער שװערד האָבן זײ געאַרבט דאָס לאַנד, און ניט זײער אָרעם האָט זײ געהאָלפֿן, נאָר דײַן רעכטע האַנט און דײַן אָרעם, און דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים, װײַל דו האָסט זײ באַװיליקט. /44:5 דו ביסט מײַן קיניג, גאָט;באַפֿעל די ישועה פֿון יעקבֿ. /44:6 מיט דיר שטױסן מיר אונדזערע פֿײַנט, מיט דײַן נאָמען צעטרעטן מיר אונדזערע קעגנשטײער. /44:7 װאָרום ניט אױף מײַן בױגן פֿאַרזיכער איך מיך, און מײַן שװערד קען מיך ניט העלפֿן. /44:8 נײַערט דו האָסט אונדז געהאָלפֿן פֿון אונדזערע פֿײַנט, און אונדזערע שָׂונאים צו שאַנד געמאַכט. /44:9 מיט גאָט האָבן מיר זיך גערימט אַ גאַנצן טאָג, און דײַן נאָמען לױבן מיר אײביק. סֶלָה.

/44:10 אָבער האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַרשעמט אונדז, און גײסט ניט אַרױס מיט אונדזערע מחנות. /44:11 מאַכסט אונדז צוריקגײן פֿאַרן פֿײַנט, און אונדזערע שָׂונאים רױבן זיך אָן. /44:12 האָסט אונדז אָפּגעגעבן װי שאָף צום עסן, און צװישן די פֿעלקער האָסטו אונדז צעשפּרײט. /44:13 האָסט פֿאַרקױפֿט דײַן אומה פֿאַר שפּאָטגעלט, און האָסט ניט הױך געשטעלט זײער מקח. /44:14 מאַכסט אונדז צו חרפּה בײַ אונדזערע שכנים, אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע. /44:15 מאַכסט אונדז פֿאַר אַ שפּריכװאָרט צװישן די פֿעלקער, אַ קאָפּשאָקלעניש צװישן די אומות. /44:16 אַ גאַנצן טאָג איז מײַן שאַנד אַנטקעגן מיר, און די בושה פֿון מײַן פּנים האָט מיך באַדעקט, /44:17 פֿון קָול פֿון דעם לעסטערער און שענדער, פֿון װעגן דעם פֿײַנט און דעם ראַכענעמער.

/44:18 דאָס אַלץ איז געקומען אױף אונדז, אָבער מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן אָן דיר, און ניט געלײקנט אָן דײַן בונד. /44:19 ניט אָפּגעקערט אַהינטער האָט זיך אונדזער האַרץ, אַז אונדזערע טריט זאָלן זיך אָפּנײַגן פֿון דײַן שטעג;/44:20 הגם דו האָסט אונדז פֿאַרשטױסן אין אַן אָרט פֿון שאַקאַלן, און אונדז איבערגעדעקט מיט טױטשאָטן. /44:21 אױב מיר װאָלטן פֿאַרגעסן אָן דעם נאָמען פֿון אונדזער גאָט, און אױסגעשפּרײט אונדזערע הענט צו אַ פֿרעמדן גאָט, /44:22 װאָלט דען גאָט דאָס ניט אױספֿאָרשן?װאָרום ער װײס די פֿאַרבאָרגענישן פֿון האַרצן. /44:23 יאָ, איבער דיר װערן מיר געהרגעט אַ גאַנצן טאָג, מיר װערן גערעכנט װי שאָף צו דער שחיטה. /44:24 דערװעק דיך, פֿאַר װאָס שלאָפֿסטו, גאָט?װאַך אױף, זאָלסט אונדז ניט פֿאַרלאָזן אױף אײביק. /44:25 פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, פֿאַרגעסט אונדזער פּײַן און אונדזער קלעם?/44:26 װאָרום געבױגן צום שטױב איז אונדזער זעל, באַהעפֿט צו דער ערד איז אונדזער לײַב. /44:27 שטײ אױף אונדז צו הילף, און לײז אונדז אױס פֿון װעגן דײַן גענאָד.


/45:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שוֹשַנים, פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ באַטראַכטונג, אַ געזאַנג פֿון ליבשאַפֿט. /45:2 עס ייִרט מײַן האַרץ מיטן שײנעם װאָרט, איך װעל פֿירזאָגן מײַנע לידער צום מלך;מײַן צונג איז די פּען פֿון אַ שרײַבער אַ פֿלינקן.

/45:3 ביסט שענער פֿון אַלע מענטשנקינדער, חן איז אױסגעגאָסן אױף דײַנע ליפּן, װײַל גאָט האָט דיך געבענטשט אױף אײביק. /45:4 גורט אָן דײַן שװערד אױפֿן לענד, דו גִבור, דײַן גלאַנץ און דײַן פּראַכט. /45:5 און אין דײַן פּראַכט באַגליק, רײַט אַרױס, פֿון װעגן אמת און מילדקײט און גערעכטיקײט, און זאָל דיר דײַן רעכטע האַנט פֿאָרכטיקס באַװײַזן. /45:6 דײַנע פֿײַלן געשאַרפֿטע –פֿעלקער זאָלן פֿאַלן אונטער דיר –אין האַרצן פֿון מלכס פֿײַנט!/45:7 דײַן טראָן איז פֿון גאָט אױף אײביק און שטענדיק, /45:7 דײַן טראָן איז פֿון גאָט אױף אײביק און שטענדיק, אַ צעפּטער פֿון יושר איז דער צעפּטער פֿון דײַן מלוכה. /45:8 האָסט ליב געהאַט גערעכטיקײט, און פֿײַנט געהאַט אומרעכט, דרום האָט דיך געזאַלבט גאָט דײַן גאָטמיט אײל פֿון פֿרײד, איבער דײַנע חבֿרים. /45:9 מירע און אַלאָען, קאַנײלן זײַנען אַלע דײַנע קלײדער, פֿון העלפֿאַנדבײן-פּאַלאַצן דערפֿרײען דיך סטרונעס. /45:10 טעכטער פֿון מלכים זײַנען צװישן דײַנע געליבטע, דיר צו רעכטס שטײט די מלכּה אין גינגאָלד פֿון אוֹפֿיר. /45:11 הער, טאָכטער, און זע, און נײַג צו דײַן אױער, און פֿאַרגעס דײַן פֿאָלק, און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער, /45:12 און דער מלך װעט גלוסטן דײַן שײנקײט;װאָרום ער איז דײַן האַר, דרום בוק זיך צו אים. /45:13 און, טאָכטער פֿון צור, די רײַכסטע פֿון פֿאָלקװעלן בעטן דײַן לײַטזעליקײט מיט געשאַנק.

/45:14 לױטער פּראַכט איז די בת-מלכּה אינעװײניק אין פּאַלאַץ , פֿון געקעסטלטן גאָלדװעב איר מלבוש. /45:15 אױף געשטיקטע געװאַנטן װערט זי צום מלך געפֿירט;הינטער איר יונגפֿרױען, חבֿרטעס אירע, װערן דיר געבראַכט. /45:16 זײ װערן געפֿירט מיט פֿרײדן און לוסטיקײט, זײ קומען אין פּאַלאַץ פֿון מלך.

/45:17 אָנשטאָט דײַנע פֿאָטערס װעלן זײַן דײַנע זין;װעסט זײ אױפֿזעצן פֿאַר האַרן אין גאַנצן לאַנד. /45:18 איך װעל מאַכן דערמאָנען דײַן נאָמען אױף אַלע דָור-דורות, דרום װעלן פֿעלקער דיך לױבן אױף אײביק און שטענדיק.


/46:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד. /46:2 גאָט איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט, אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען. /46:3 דרום װעלן מיר ניט מורא האָבן, װען די ערד זאָל זיך בײַטן, און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלןאין האַרצן פֿון ים. /46:4 מעגן ברומען, מעגן שױמען זײַנע װאַסערן, מעגן ציטערן די בערג פֿאַר זײַן הױכקײט. סֶלָה.

/46:5 אַ טײַך איז דאָ, װאָס זײַנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון גאָט, די הײליקסטע װױנונג פֿון העכסטן. /46:6 גאָט איז אין איר מיט, זי װעט ניט אומפֿאַלן, גאָט װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן. /46:7 פֿעלקער האָבן געטומלט, קיניגרײַכן זײַנען אומגעפֿאַלן;ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול, טוט זיך װאַקלען די ערד.

/46:8 מיט אונדז איז יהוה פֿון צבֿאות, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער גאָט פֿון יעקבֿ. סֶלָה.

/46:9 גײט זעט די אױפֿטוען פֿון גאָט, װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד. /46:10 ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד, דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז;רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער. /46:11 „לאָזט אָפּ, און זײַט װיסן אַז איך בין גאָט, איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער, דערהױבן אױף דער ערד. ”/46:12 יהוה פֿון צבֿאות איז מיט אונדז, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער גאָט פֿון יעקבֿ. סֶלָה.


/47:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור. /47:2 קלאַפּט די הענט, אַלע פֿעלקער, שאַלט צו גאָט מיט אַ קָול פֿון געזאַנג. /47:3 װאָרום יהוה דער אײבערשטער איז פֿאָרכטיק, אַ גרױסער מלך איבער דער גאַנצער ערד. /47:4 ער אונטערטעניקט פֿעלקער אונטער אונדז, און אומות אונטער אונדזערע פֿיס. /47:5 ער װײלט אונדז אױס אונדזער נחלה, דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ װאָס ער האָט ליב. סֶלָה.

/47:6 גאָט איז אױפֿגעגאַנגען מיט שאַלונג, יהוה מיט קָול פֿון שופֿר. /47:7 זינגט צו גאָט, זינגט, זינגט צו אונדזער מלך, זינגט. /47:8 װאָרום גאָט איז דער מלך פֿון דער גאַנצער ערד;זינגט מיט באַטראַכט. /47:9 גאָט קיניגט איבער די פֿעלקער, גאָט זיצט אױף זײַן הײליקן טראָן. /47:10 די פֿירשטן פֿון די אומות האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, דאָס פֿאָלק פֿון דעם גאָט פֿון אבֿרהם;װאָרום צו גאָט זײַנען די שילדן פֿון דער ערד, ער איז זײער דערהױבן.


/48:1 אַ געזאַנג; אַ מזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח. /48:2 גרױס איז גאָט, און זײער געלױבטאין דער שטאָט פֿון אונדזער גאָט, אױף זײַן הײליקן באַרג. /48:3 שײן דערהײכט, די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד, איז דער באַרג צִיון אין די עקן פֿון צפֿון, די שטאָט פֿון דעם גרױסן מלך. /48:4 גאָט אין אירע פּאַלאַצןאיז באַקאַנט פֿאַר אַ פֿעסטונג. /48:5 װאָרום זע, מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, זײ זײַנען אַריבערגעקומען אין אײנעם. /48:6 װי זײ האָבן געזען, אַזױ האָבן זײ געגאַפֿט, דערשראָקענע האָבן זײ אַװעקגעאײַלט. /48:7 אַ ציטערניש האָט זײ אָנגענומען דאָרטן, אַ װײעניש װי אַ געװינערין. /48:8 מיט אַ מזרח-װינט האָסטו צעבראָכןדי שיפֿן פֿון תַּרְשִיש. /48:9 װי מיר האָבן געהערט, אַזױ האָבן מיר געזען, אין דער שטאָט פֿון יהוה פֿון צבֿאות, אין דער שטאָט פֿון אונדזער גאָט;גאָט זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביק. סֶלָה.

/48:10 מיר האָבן געטראַכט, גאָט, אָן דײַן חֶסד, אין דער מיט פֿון דײַן טעמפּל. /48:11 אַזױ װי דײַן נאָמען, גאָט, אַזױ איז דײַן לױב ביז די עקן פֿון דער ערד;פֿול מיט גערעכטיקײט איז דײַן רעכטע האַנט. /48:12 זאָל זיך פֿרײען דער באַרג צִיון, זאָלן לוסטיק זײַן די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה, פֿון װעגן דײַנע משפּטים. /48:13 גײט אַרום צִיון, און רינגלט זי אַרום, צײלט איבער אירע טורעמס. /48:14 טוט אַכט אױף אירע מױער, גײט דורך אירע פּאַלאַצן;כּדי איר זאָלט דערצײלן דעם שפּעטערדיקן דָור, אַז דאָס איז גאָט, אונדזער גאָט, אײביק און שטענדיק;ער װעט אונדז פֿירן ביז אײביקײט.


/49:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ מזמור. /49:2 הערט דאָס צו, אַלע פֿעלקער, פֿאַרנעמט, אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט, /49:3 סײַ אַזױ מענטשן, סײַ אָנגעזעענע לײַט, רײַך און אָרים אין אײנעם. /49:4 מײַן מױל װעט רעדן חכמה, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן װעט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט. /49:5 איך װעל נײַגן צו אַ משל מײַן אױער, איך װעל אָנהײבן מיט אַ האַרף מײַן רעטעניש. /49:6 פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן אין די טעג פֿון בײז, װען די זינד פֿון מײַנע טרעטער רינגלט מיך אַרום?/49:7 די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף זײער פֿאַרמעג, און מיט זײער גרױס עשירות רימען זײ זיך. /49:8 ניט אױסקױפֿן אַ ברודער קען אַ מענטש אױסקױפֿן, ניט געבן גאָט אַן אױסלײז פֿאַר זיך;/49:9 און װי װערדיק עס זאָל זײַן דער אױסקױף פֿאַר זײער זעל, איז אױף אײביק פֿאַרמיטן, /49:10 מע זאָל שטענדיק אַלץ לעבן, מע זאָל ניט אָנזען די גרוב. /49:11 װאָרום מע זעט אַז חכמים שטאַרבן, אַזױ װי דער נאַר און דער פֿאַרגרעבטער גײען אונטער, און זײ לאָזן איבער צו אַנדערע זײער פֿאַרמעג. /49:12 זײ טראַכטן בײַ זיך, זײערע הײַזער זײַנען אױף אײביק, זײערע װױנונגען אױף דָור-דורות;זײ רופֿן לענדער אױף זײערע נעמען. /49:13 אָבער דער מענטש בלײַבט ניט אין גדוּלה, ער איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

/49:14 דאָס איז דער װעג פֿון די װאָס זײַנען בטוח בײַ זיך, און פֿון זײערע נאָכגײער װאָס קװעלן פֿון זײערע רײד. סֶלָה. /49:15 מע לײגט זײ װי שאָף אין דער אונטערערד, דער טױט טוט זײ פֿיטערן;און אײן פֿרימאָרגן – טרעטן די רעכטפֿאַרטיקע איבער זײ;און זײער געשטאַלט איז פֿאַר דער אונטערערד צום פֿאַרפֿױלן, ניטאָ קײן װױנונג פֿאַר איר. /49:16 אָבער גאָט װעט אױסלײזן מײַן זעל פֿון דער מאַכט פֿון אונטערערד, װאָרום ער װעט מיך אַרױסנעמען. סֶלָה.

/49:17 זאָלסט ניט מורא האָבן אַז עמעצער װערט אַן עושר, אַז די רײַכקײט פֿון זײַן הױז װערט געמערט, /49:18 װאָרום בײַ זײַן טױט װעט ער גאָרנישט מיטנעמען, זײַן רײַכקײט װעט ניט נידערן נאָך אים. /49:19 הגם בײַ זײַן לעבן פֿלעגט ער אײַנרעדן זײַן זעל:מע װעט דיך נאָך לױבן אַז דו װעסט זיך װױלטאָן. /49:20 זי װעט אָנקומען צו דעם דָור פֿון זײַנע עלטערן, װאָס װעלן אױף אײביק ניט אָנזען דעם שײַן. /49:21 אַ מענטש אין גדוּלה װאָס פֿאַרשטײט ניט, איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.


/50:1 אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. דער גאָט פֿון געטער, יהוה, האָט גערעדט און גערופֿן די ערד, פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג. /50:2 פֿון צִיון דער קרױן פֿון שײנקײט, האָט אַרױסגעשײַנט גאָט. /50:3 אונדזער גאָט קומט, און ער שװײַגט ניט, אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער, און אַרום אים טוט שטורעמען געװאַלטיק. /50:4 ער רופֿט צו די הימלען פֿון אױבן, און צו דער ערד, כּדי צו משפּטן זײַן פֿאָלק:/50:5 זאַמלט מיר אײַן מײַנע פֿרומע, די װאָס שליסן מײַן בונד איבער שלאַכטאָפּפֿער. /50:6 און די הימלען זאָגן אָן זײַן גערעכטיקײט, װאָרום גאָט, ער איז אַ ריכטער. סֶלָה.

/50:7 הער מײַן פֿאָלק, און איך װעל רעדן, ישׂראל, און איך װעל דיך װאָרענען:גאָט דײַן גאָט בין איך. /50:8 ניט אום דײַנע שלאַכטאָפּפֿער װעל איך דיך שטראָפֿן;דײַנע בראַנדאָפּפֿער זײַנען דאָך תּמיד פֿאַר מיר. /50:9 איך װיל ניט נעמען פֿון דײַן הױז קײן אָקס, פֿון דײַנע שטאַלן קײן בעק. /50:10 װאָרום מײַן איז יעטװעדער חיה פֿון װאַלד, די בהמות אױף טױזנט בערג. /50:11 איך קען יעטװעדער פֿױגל פֿון די בערג, און די װידמענונג פֿון פֿעלד איז בײַ מיר. /50:12 אַז איך זאָל הונגעריק זײַן, װעל איך דיר ניט זאָגן, װאָרום מײַן איז די װעלט און איר פֿולקײט. /50:13 צי עס איך דאָס פֿלײש פֿון אָקסן?אָדער דאָס בלוט פֿון בעק טו איך טרינקען?/50:14 שלאַכט צו גאָט אַ דאַנקאָפּפֿער, און באַצאָל דעם אױבערשטן דײַנע נדרים. /50:15 און רוף מיך אין טאָג פֿון נױט, װעל איך דיך דערלײזן, און דו װעסט מיך ערלעכן.

/50:16 און צום רָשע האָט גאָט געזאָגט:װי קומסטו צו דערצײלן מײַנע געזעצן, און נעמען מײַן בונד אױף דײַן מױל?/50:17 אַז דו האָסט פֿײַנט מוסר, און האָסט געװאָרפֿן מײַנע װערטער הינטער דיר. /50:18 אַז דו האָסט געזען אַ גנבֿ, האָסטו זיך געפֿרײַנטלט מיט אים, און מיט נוֹאפֿים איז געװען דײַן טײל. /50:19 דײַן מױל האָסטו לױז געלאָזט צום בײזן, און דײַן צונג פֿלעכט באַטרוג. /50:20 זיצסטו, באַרעדסטו דײַן ברודער, דעם זון פֿון דײַן מוטער באַנַװלסטו. /50:21 דאָס האָסטו געטאָן, און איך האָב געזאָלט שװײַגן?האָסטו געדאַכט, זײַן װי דו װעל איך זײַן;װעל איך דיך שטראָפֿן, און דיר לײגן פֿאַר דײַנע אױגן. /50:22 מערקט דאָס אַקאָרשט, איר װאָס פֿאַרגעסט אָן גאָט, כּדי איך זאָל ניט פֿאַרצוקן, און קײנער װעט ניט מציל זײַן. /50:23 דער װאָס שלאַכט אַ דאַנקאָפּפֿער, ערלעכט מיך, אָבער דעם װאָס באַטראַכט דעם װעג, אים װעל איך װײַזן די ישועה פֿון גאָט.


/51:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן, /51:2 װען נתן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בת-שֶבֿען. /51:3 לײַטזעליק מיך, גאָט, לױט דײַן חֶסד, לױט דײַן גרױס דערבאַרימונג מעק אָפּ מײַנע פֿאַרברעכן. /51:4 װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מײַן זינד, און פֿון מײַן חטא טו מיך רײניקן. /51:5 װאָרום איך װײס מײַנע פֿאַרברעכן, און מײַן חטא איז מיר תּמיד אַנטקעגן. /51:6 צו דיר אַלײן האָב איך געזינדיקט, און װאָס איז שלעכט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן;דרום ביסטו רעכטפֿאַרטיק אין דײַן רעדן, ביסטו גערעכט אין דײַן משפּטן.

/51:7 זע, אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן, און אין חטא האָט מיך מײַן מוטער אַנטפֿאַנגען. /51:8 אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן, טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן. /51:9 זאָלסט מיך רײניקן מיט אֵזובֿ-גראָז, אַז איך זאָל רײן װערן, זאָלסט מיך װאַשן, ביז װײַסער פֿון שנײ זאָל איך װערן. /51:10 זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט. /51:11 פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאים, און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק. /51:12 אַ רײן האַרץ באַשאַף מיר, גאָט, און אַ פֿעסט געמיט באַנײַ אין מיר. /51:13 זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן פֿון דיר, און דײַן הײליקן גײַסט זאָלסטו ניט אַװעקנעמען פֿון מיר. /51:14 קער מיר אום די פֿרײד פֿון דײַן הילף, און אַ פֿרײַ געמיט זאָלסטו מיר שענקען. /51:15 איך װעל לערנען פֿאַרברעכער דײַנע װעגן, און זינדיקע װעלן זיך אומקערן צו דיר. /51:16 זײַ מיך מציל פֿון בלוטיקײט, גאָט דו גאָט פֿון מײַן הילף;זאָל מײַן צונג זינגען דײַן גערעכטיקײט. /51:17 גאָט, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען, און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב. /51:18 װאָרום באַגערסט ניט אַ שלאַכטאָפּפֿער אַז איך זאָל געבן, אַ בראַנדאָפּפֿער װילסטו ניט. /51:19 די שלאַכטאָפּפֿער פֿון גאָט זײַנען אַ צעבראָכן געמיט, אַ צעבראָכן און דערשלאָגן האַרץ, גאָט, פֿאַראַכטסטו ניט.

/51:20 באַגיטיק אין דײַן באַװיליקונג צִיון, בױען זאָלסטו די מױערן פֿון ירושלים. /51:21 דענצמאָל װעסטו באַגערן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, בראַנדאָפּפֿער און גאַנצאָפּפֿער;דענצמאָל װעט מען אױפֿברענגען אָקסן אױף דײַן מזבח.


/52:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, /52:2 װען דוֹאֵג דער אַדוֹמי איז געקומען, און האָט דערצײלט שָאולן, און אים אָנגעזאָגט: דוד איז געקומען אין אַחימֶלֶכס הױז. /52:3 װאָס פּראָלסטו זיך מיט בײז, דו מאַכטיקער? דער חֶסד פֿון גאָט איז אַלע טאָג. /52:4 אומגליקן טראַכט דײַן צונג, װי אַ שאַרפֿער גאָלמעסער װאָס אַרבעט פֿאַלש. /52:5 האָסט ליב בײז מער װי גוטס, ליגן אײדער רעדן גערעכטיקײט. סֶלָה. /52:6 האָסט ליב אַלע גערײד פֿון צעשטערונג, דו צונג פֿון באַטרוג. /52:7 װעט אױך גאָט דיך צעברעכן אױף אײביק, דיך אַרױסשאַרן און אַרױסרײַסן פֿון געצעלט, און דיך אױסװאָרצלען פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע. סֶלָה. /52:8 און די צדיקים װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און זײ װעלן לאַכן איבער אים:/52:9 אָן איז דער מאַן װאָס האָט ניט געמאַכט גאָט פֿאַר זײַן פֿעסטונג, און האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף זײַן גרױס עשירות;װאָס איז פֿאַרשײַט געװען אין זײַן געריקײט. /52:10 אָבער איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם אין גאָטס הױז, איך פֿאַרזיכער מיך אױף גאָטס חֶסד אײביק און שטענדיק. /52:11 איך װעל אײביק דיר דאַנקען, װאָס דו האָסט זיך אײַנגעשטעלט, און איך װעל האָפֿן צו דײַן נאָמען װײַל ער איז גוט, אַנטקעגן פֿאַר דײַנע פֿרומע.


/53:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף מַחלַת; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן. /53:2 דער נידערטרעכטיקער זאָגט אין זײַן האַרצן: ניטאָ קײן גאָט!פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, און מיאוסע אומרעכט טוען זײ;קײנער טוט ניט קײן גוטס. /53:3 גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער, צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט גאָט. /53:4 איטלעכער איז אָפּגעפֿאַלן, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן, קײנער טוט ניט קײן גוטס, ניט צו מאָל אײנער.

/53:5 פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן די טוער פֿון אומרעכט, די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט, די װאָס רופֿן ניט גאָט. /53:6 אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װוּ קײן אַנגסט איז ניט געװען, װאָרום גאָט האָט צעשאָטן די בײנער פֿון דײַן באַלעגערער;האָסט זײ געמאַכט צו שאַנד, װײַל גאָט האָט זײ פֿאַראַכט. /53:7 װען קומט פֿון צִיון די ישועה פֿון ישׂראל?װען גאָט קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען ישׂראל.


/54:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, /54:2 װען די זיפֿער זײַנען געקומען, און האָבן געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָר, דוד באַהאַלט זיך בײַ אונדז. /54:3 גאָט, מיט דײַן נאָמען טו מיך העלפֿן, און מיט דײַן גבֿורה זאָלסטו זיך אָננעמען פֿאַר מיר. /54:4 גאָט, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם די װערטער פֿון מײַן מױל. /54:5 װאָרום פֿרעמדע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר, און געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן;זײ האַלטן ניט גאָט אַנטקעגן זיך. סֶלָה.

/54:6 זע, גאָט איז מיר אַ העלפֿער, יהוה איז דער אונטערלענער פֿון מײַן זעל. /54:7 זאָל ער אומקערן דאָס בײז אױף מײַנע לױערער;אין דײַן טרײַשאַפֿט פֿאַרשנײַד זײ. /54:8 מיט װיליקײט װעל איך שלאַכטן צו דיר, װעל לױבן דײַן נאָמען, גאָט, װאָרום ער איז גוט. /54:9 װאָרום פֿון יעטװעדער צרה האָט ער מיך מציל געװען, און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע פֿײַנט.


/55:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל;אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן. /55:2 פֿאַרנעם, גאָט, מײַן תּפֿילה, און זאָלסט זיך ניט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט. /55:3 האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר;איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום, /55:4 פֿון דעם קָול פֿון דעם פֿײַנט, פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רָשע;װאָרום זײ ברענגען אױף מיר אומגליק, און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן. /55:5 מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר, און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר. /55:6 אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר, און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט. /55:7 און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב, איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט. /55:8 אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט, איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר. סֶלָה. /55:9 איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונגפֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם. /55:10 צעמיש, גאָט, צעטײל זײער שפּראַך, װאָרום איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט. /55:11 טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן, און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיט. /55:12 פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיט, און פֿון איר מאַרק טוט זיך ניט אָפּ דריקונג און באַטרוג. /55:13 װאָרום ניט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן –דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן;ניט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר –פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן;/55:14 נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן, מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער, /55:15 װאָס באַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען, גײן אין גאָטס הױז מיט געזעמל. /55:16 זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ, זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין אונטערערד!װאָרום בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ.

/55:17 איך װעל רופֿן צו גאָט, און יהוה װעט מיך העלפֿן. /55:18 אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטנטאָגװעל איך קלאָגן און װעל ברומען, און ער טוט הערן מײַן קָול. /55:19 ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל, מע זאָל ניט גענענען צו מיר, הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר. /55:20 גאָט װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן –דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן. סֶלָה. װאָרום ניטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ, און זײ האָבן ניט מורא פֿאַר גאָט. /55:21 ער שטרעקט אױס זײַנע הענטאױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים, ער פֿאַרשװעכט זײַן בונד. /55:22 גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל, און זײַן האַרץ איז מלחמה;װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער, אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.

/55:23 װאַרף אױף גאָט דײַן לאַסט, און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן;ער װעט קײן מאָל ניט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק. /55:24 אָבער דו גאָט װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב, די לײַט פֿון בלוט און באַטרוגװעלן ניט אױסלעבן האַלב זײערע טעג;און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.


/56:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף יוֹנהס אֵלֶם רחוֹקים;

פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען די פּלִשתּים האָבן אים געכאַפּט אין גאַס. /56:2 לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום אײַנשלינגען װיל מיך אַ מענטש;אַ גאַנצן טאָג דריקט ער מיך שטרײַטנדיק. /56:3 אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג, יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר. /56:4 דעם טאָג װאָס איך האָב מוראפֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר. /56:5 אױף גאָט װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן, אױף גאָט האָב איך מיך פֿאַרזיכערט, איך האָב ניט קײן מורא;װאָס קען אַ בשׂר-ודם מיר טאָן?

/56:6 אַ גאַנצן טאָג קריװדען זײ מײַנע טענות, אַלע זײערע מחשבֿות זײַנען צום בײזן אױף מיר. /56:7 זײ קלײַבן זיך אױף, זײ באַהאַלטן זיך, זײ היטן מײַנע פֿוסטריט, אַזױ װי זײ קוקן אױס אױף מײַן זעל. /56:8 פֿאַר דעם אומרעכט שלײַדער זײ אַרױס, אין צאָרן די פֿעלקער װאַרף אַנידער, גאָט. /56:9 האָסט פֿאַרצײכנט מײַן װאָגלעניש, טו אַרײַן מײַן טרער אין דײַן לאָגל;פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אין דײַן בוך. /56:10 דענצמאָל װעלן מײַנע פֿײַנט זיך אומקערן אַהינטעראין דעם טאָג װאָס איך װעל רופֿן;דאָס װײס איך אַז גאָט איז פֿאַר מיר. /56:11 אױף גאָט װאָס [זײַן] װאָרט טו איך לױבן, אױף יהוה װאָס [זײַן] װאָרט טו איך לױבן, /56:12 אױף גאָט האָב איך מיך פֿאַרזיכערט, איך האָב ניט קײן מורא;װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?

/56:13 איך נעם אױף מיר, גאָט, נדרים צו דיר, איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;/56:14 װאָרום האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון טױט, פֿאַר װאָר, מײַנע פֿיס פֿון שטרױכלונג, כּדי אַרומצוגײן פֿאַר גאָטאין דעם ליכט פֿון לעבן.

/57:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון שָאולן אין דער הײל. /57:2 לײַטזעליק מיך, גאָט, לײַטזעליק מיך, װאָרום אין דיר האָט זיך געשיצט מײַן זעל, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען װעל איך מיך שיצןביז די אומגליקן װעלן אַריבער. /57:3 איך װעל רופֿן צו גאָט דעם אױבערשטן, צו גאָט װאָס פֿירט אױס פֿאַר מיר. /57:4 ער װעט שיקן פֿון הימל, און מיך העלפֿן, מעג לעסטערן דער װאָס װיל מיך אײַנשלינגען, סֶלָה;גאָט װעט שיקן זײַן חֶסד און זײַן טרײַשאַפֿט. /57:5 מײַן זעל איז צװישן לײבן, איך ליג צװישן מענטשנקינדער לָהוטע;זײערע צײן זײַנען שפּיזן און פֿײַלן, און זײער צונג אַ שװערד אַ שאַרפֿע. /57:6 דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד. /57:7 אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מײַנע טריט, מע האָט אײַנגעבױגן מײַן זעל;זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב, זײַנען זײ אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין איר. סֶלָה. /57:8 פֿעסט איז מײַן האַרץ, גאָט, פֿעסט איז מײַן האַרץ, איך װעל זינגען און שפּילן. /57:9 דערװעק דיך, מײַן זעל, דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף;לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען. /57:10 איך װעל דיך לױבן צװישן די פֿעלקער, גאָט, איך װעל דיך באַזינגען צװישן די אומות. /57:11 װאָרום גרױס ביז די הימלען איז דײַן חֶסד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט. /57:12 דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.


/58:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם. /58:2 רעדט איר אין דער אמת װי אַ גערעכטע מאַכט?משפּט איר מיט יושר די מענטשנקינדער?/58:3 יאָ, אין האַרצן אַרבעט איר אױס פֿאַרברעכן, אױף דער ערד פֿירט איר דורך דאָס אומרעכט פֿון אײַערע הענט. /58:4 די רשָעים זײַנען אָפּגעקערט פֿון טראַכט אָן, פֿון מוטערלײַב אָן בלאָנדזשען די ליגנזאָגערס. /58:5 אַ גיפֿט איז בײַ זײ גלײַך װי גיפֿט פֿון אַ שלאַנג;װי דער טױבער נאָטער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער, /58:6 װאָס הערט ניט צו דעם קָול פֿון באַשװערער, פֿון דעם קליגסטן שפּרעכער פֿון שפּרוכן.

/58:7 גאָט, צעברעך זײערע צײן אין זײער מױל, די באַקצײן פֿון די יונגלײבן האַק אױס, יהוה. /58:8 זאָלן זײ צעגײן װי װאַסער װאָס צעלױפֿט זיך;שפּאַנט ער זײַנע פֿײַלן, זאָלן זײ װי אָפּגעשניטן װערן. /58:9 װי אַ צעקראָכענע שנעק זאָל ער פֿאַרגײן, װי אַ מפּיל, װי אַ קראָט, װאָס האָבן די זון ניט געזען. /58:10 אײדער אײַערע טעפּ װעלן דערשפּירן די דערנער, זאָל ער עס אַװעקשטורעמען, דאָס רױע װי דאָס צוגעברענטע.

/58:11 דער צדיק װעט זיך פֿרײען, אַז ער זעט נקמה, זײַנע טריט װעט ער װאַשן אין בלוט פֿון דעם רָשע. /58:12 און מענטשן װעלן זאָגן: יאָ, עס איז דאָ אַ פֿרוכט פֿאַרן צדיק;יאָ, פֿאַראַן אַ גאָט װאָס משפּט אױף דער ערד.


/59:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען שָאול האָט געשיקט, און מע האָט געהיט דאָס הױז, כּדי אים צו טײטן. /59:2 זײַ מיך מציל פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן גאָט, פֿון די װאָס שטײען אָן אױף מיר זאָלסטו מיך באַשיצן. /59:3 זײַ מיך מציל פֿון די װאָס טוען אומרעכט, און פֿון בלוטיקע לײַט טו מיך העלפֿן. /59:4 װאָרום זע, זײ האָבן געלױערט אױף מײַן זעל;עס קלײַבן זיך די פֿאַרשײַטע אױף מיר;ניט פֿאַר מײַן פֿאַרברעך און ניט פֿאַר מײַן חטא, גאָט. /59:5 אָן אַ זינד פֿון מיר, לױפֿן זײ און ברײטן זיך אָן;דערװעק זיך מיר אַנטקעגן, און זע. /59:6 דו ביסט דאָך יהוה, דער גאָט פֿון צבֿאות, דער גאָט פֿון ישׂראל, װאַך אױף זיך צו רעכענען מיט אַלע פֿעלקער;ניט לײַטזעליקן זאָלסטו אַלע אומגערעכטע פֿעלשער. סֶלָה. /59:7 אַלע אָװנט קומען זײ װידער, זײ װױען װי אַ הונט, און דרײען זיך אום אין שטאָט. /59:8 זע, זײ גײַװערען מיט זײער מױל;שװערדן זײַנען אין זײערע ליפּן;װאָרום: „װער הערט דען?”/59:9 אָבער דו גאָט טוסט לאַכן פֿון זײ, טוסט שפּאָטן פֿון אַלע פֿעלקער. /59:10 קעגן זײַן שטאַרקײט האַר איך אױף דיר;װאָרום גאָט איז מײַן פֿעסטונג. /59:11 דער גאָט פֿון מײַן גענאָד װעט מיר אַנטקעגן קומען, גאָט װעט מיך לאָזן זען אױף מײַנע לױערער. /59:12 ניט הרגען זאָלסטו זײ, כּדי מײַן פֿאָלק זאָל ניט פֿאַרגעסן;צעטרײסל זײ מיט דײַן מאַכט, און װאַרף זײ אַנידער, גאָט אונדזער שילד. /59:13 פֿאַר דער זינד פֿון זײער מױל, דעם גערײד פֿון זײערע ליפּן, זאָלן זײ באַצװוּנגען װערן אין זײער גאװה, און פֿאַר די קללות און פֿאַר די ליגנס װאָס זײ רעדן. /59:14 פֿאַרלענד אין גרימצאָרן, פֿאַרלענד אַז זײ זאָלן מער ניט זײַן, און זאָל מען װיסן אַז גאָט געװעלטיקט אין יעקבֿ, ביז די עקן פֿון דער ערד. סֶלָה.

/59:15 יאָ, אַלע אָװנט קומען זײ װידער, זײ װױען װי אַ הונט, און דרײען זיך אום אין שטאָט. /59:16 זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן, און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן ניט זאַט. /59:17 אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט, און װעל שאַלן פֿרימאָרגנס דײַן חֶסד. װאָרום דו ביסט מיר געװען אַ פֿעסטונג, און אַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון מײַן נױט. /59:18 מײַן שטאַרקײט, צו דיר װעל איך זינגען, װאָרום גאָט איז מײַן פֿעסטונג, דער גאָט פֿון מײַן גענאָד.


/60:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שושַן-עדות; אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן פֿאַר אַ לערנונג, /60:2 װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ארם-נהרים און ארם-צוֹבֿה, און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט, און האָט געשלאָגן פֿון אדום אין טאָל פֿון זאַלץ צװעלף טױזנט.

/60:3 גאָט, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, האָסט אונדז צעבראָכן;האָסט געצערנט אױף אונדז, זאָלסטו אונדז װידער אױפֿריכטן. /60:4 האָסט אױפֿגעשטורעמט די ערד, האָסט זי צעשפּאָלטן;הײל אירע בראָכן, װאָרום זי װאַקלט זיך. /60:5 האָסט געמאַכט זען דײַן פֿאָלק שװערע לײַדן, האָסט אונדז אָנגעטרונקען מיט װײַן פֿון פֿאַרטומלעניש. /60:6 גיב דײַנע פֿאָרכטער אַ פֿאָן, זיך אײַנצוזאַמלען פֿאַרן אמת. סֶלָה. /60:7 כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.

/60:8 גאָט האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן;איך װעל צעטײלן שכם, און דעם טאָל סוכּות װעל איך אױסמעסטן. /60:9 מײַן איז גִלעָד, און מײַן איז מנשה, און אפֿרַיִם איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ;יהוּדה איז מײַן צעפּטער. /60:10 מואָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ;אױף אדום װאַרף איך מײַן שוך;איבער מיר, פּלֶשֶת, װעסטו שרײַען.

/60:11 װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט?װער טוט מיך פֿירן קײן אדום?/60:12 פֿאַר װאָר, דו גאָט האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײסט ניט אַרױס, גאָט, מיט אונדזערע מחנות. /60:13 גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן. /60:14 מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.


/61:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף סטרונעשפּיל; פֿון דָוִדן. /61:2 הער צו, גאָט, מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה. /61:3 פֿון עק פֿון דער ערד רוף איך צו דיר, װען מײַן האַרץ פֿאַרגײט;אױף דעם פֿעלדז װאָס איז צו הױך פֿאַר מיר, זאָלסטו מיך אַרױפֿפֿירן. /61:4 װאָרום דו ביסט מיר געװען אַ באַשיצונג, אַ טורעם פֿון שטאַרקײט אַקעגן דעם פֿײַנט. /61:5 איך װעל אײביק װױנען אין דײַן געצעלט. איך װעל מיך שיצן אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַנע פֿליגלען. סֶלָה. /61:6 װאָרום דו, גאָט, האָסט צוגעהערט צו מײַנע נדרים;האָסט געגעבן די אַרב פֿון די װאָס פֿאָרכטן דײַן נאָמען.

/61:7 טעג צו די טעג פֿון דעם מלך זאָלסטו צולײגן, זײַנע יאָרן זאָלן זײַן װי אַ דָור אױף אַ דָור. /61:8 טראָנען זאָל ער אײביק פֿאַר גאָט;גענאָד און טרײַשאַפֿט באַשער, זײ זאָלן אים היטן.

/61:9 אַזױ װעל איך באַזינגען דײַן נאָמען אױף אײביק, װען איך באַצאָל מײַנע נדרים טאָגטעגלעך.


/62:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /62:2 נאָר צו גאָט טוט האַרן מײַן זעל, פֿון אים איז מײַן הילף. /62:3 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך ניט אױסגליטשן שטאַרק. /62:4 ביז װאַנען װעט איר אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן?איר אַלע טוט הרגעןװי אַ װאַנט אַן אײַנגעבױגענע, װי אַ מױער אַן אומגעפֿאַלענע. /62:5 רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן;זײ האָבן הנאה פֿון ליגן; מיט זײער מױל בענטשן זײ, און אין זיך שילטן זײ. סֶלָה.

/62:6 נאָר צו גאָט, טו האַרן, מײַן זעל, װאָרום פֿון אים איז מײַן האָפֿונג. /62:7 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך ניט אױסגליטשן. /62:8 בײַ גאָט איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד;דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין גאָט. /62:9 פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים אין יעטװעדער צײַט, איר פֿאָלק, גיסט אױס פֿאַר אים אײַער האַרץ;גאָט איז אונדז אַ באַשיצונג. סֶלָה.

/62:10 בלױז אַ הױך זײַנען די מענטשנקינדער, אַן אָפּנאַר די אָנגעזעענע לײַט;װען מע זאָל אױף אַ װאָגשאָל אַרױפֿלײגן, זײַנען זײ אין אײנעם אַ הױך. /62:11 איר זאָלט אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף רױב, און ניט נאַרן אױף גזלה זאָלט איר אײַך. אַז דער פֿאַרמעג װאַקסט, זאָלט איר ניט לײגן קײן אַכט. /62:12 אײן מאָל האָט גאָט גערעדט, צװײ מאָל האָב איך דאָס געהערט, אַז שטאַרקײט איז בײַ גאָט. /62:13 און בײַ דיר, גאָט, איז גענאָד, װאָרום דו באַצאָלסט איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.


/63:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה. /63:2 גאָט, דו ביסט מײַן גאָט, דיך טו איך זוכן;נאָך דיר דאָרשט מײַן זעל, צו דיר געלוסט מײַן לײַב, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש, און אַ פֿאַרשמאַכטער אָן װאַסער. /63:3 אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר, אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד. /63:4 װאָרום דײַן חֶסד איז בעסער פֿון לעבן;מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן. /63:5 אַזױ װעל איך דיך בענטשן דורך מײַן לעבן;אין דײַן נאָמען װעל איך אױפֿהײבן מײַנע הענט. /63:6 װי מיט פֿעטס און מאַרך איז זאַט מײַן זעל, און מיט זינגעדיקע ליפּן טוט לױבן מײַן מױל, /63:7 אַז איך דערמאָן דיך אױף מײַן געלעגער, אַז איך טראַכט אָן דיר אין די װאַכן פֿון דער נאַכט. /63:8 װאָרום ביסט מיר אַ הילף געװען, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען טו איך זינגען. /63:9 מײַן זעל איז באַהעפֿט נאָך דיר;דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער. /63:10 און די װאָס זוכן מײַן זעל אױף אומצוברענגען, װעלן אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער ערד. /63:11 מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד;דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן. /63:12 אָבער דער מלך װעט זיך פֿרײען מיט גאָט; רימען װעט זיך איטלעכער װאָס שװערט בײַ אים;װאָרום פֿאַרשטאָפּט װערן װעט דאָס מױל פֿון די ליגנזאָגער.


/64:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /64:2 הער צו, גאָט, מײַן קָול אין מײַן קלאָג;פֿון דער אַנגסט פֿון פֿײַנט זאָלסטו באַהיטן מײַן לעבן. /64:3 זאָלסט מיך פֿאַרבאָרגן פֿון דעם באַראָט פֿון די שלעכטסטוער, פֿון דעם טומל פֿון די װאָס װערקן אומרעכט;/64:4 װאָס האָבן געשאַרפֿט װי אַ שװערד זײער צונג, געשפּאַנט זײער פֿײַל – אַ גיפֿטיק װאָרט, /64:5 צו שיסן אין פֿאַרבאָרגענישן דעם אומשולדיקן; פּלוצלינג שיסן זײ אים, און האָבן ניט מורא. /64:6 זײ שטאַרקן אײנאַנדער אין דער בײזער זאַך;זײ רעדן אָפּ אונטערצולײגן נעצן;זײ זאָגן, װער קען זײ זען. /64:7 זײ זוכן אױס פֿאַרברעכן, זײ האָבן דורכגעמאַכט אַ גרונטיקע זוכעניש;און די אינעװײניקײט פֿון איטלעכן און דאָס האַרץ איז טיף.

/64:8 אָבער גאָט שיסט אױף זײ פּלוצלינג אַ פֿײַל;עס געשעען זײערע שלעק. /64:9 און מע מאַכט זײער צונג אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ אַלײן;אױפֿגעטרײסלט װערן אַלע װאָס קוקן אױף זײ. /64:10 און אַלע מענטשן האָבן מורא, און דערצײלן דאָס װערק פֿון גאָט, און זײַן טוּונג פֿאַרשטײען זײ. /64:11 דער צדיק פֿרײט זיך מיט גאָט, און טוט זיך שיצן אין אים, און עס רימען זיך אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.


/65:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור; פֿון דָוִדן אַ געזאַנג. /65:2 אױף דיר, גאָט, האַרט לױב אין צִיון, און צו דיר װערן נדרים געצאָלט. /65:3 דו װאָס הערסט צו אַ תּפֿילה, צו דיר קומען אַלע לײַבער. /65:4 די זינדיקע מעשׂים זײַנען צו שטאַרק פֿאַר מיר;אונדזערע פֿאַרברעכן, זײ זאָלסט דו מכפּר זײַן. /65:5 װױל צו דעם װאָס דו װײלסט און דערנענטערסט, ער זאָל רוען אין דײַנע הױפֿן. לאָמיר זיך זעטן מיט דעם גוטס פֿון דײַן הױז, מיט דער הײליקײט פֿון דײַן טעמפּל.

/65:6 מיט פֿאָרכטיקע װוּנדער ענטפֿערסטו אונדז אין גערעכטיקײט, דו גאָט פֿון אונדזער הילף, דו פֿאַרזיכערונג פֿון אַלע עקן ערד, און פֿון ימען װײַטע;/65:7 דער װאָס באַפֿעסטיקט די בערג מיט זײַן כּוח, דער װאָס איז באַגורט מיט גבֿורה; /65:8 דער װאָס שטילט אײַן די ברומונג פֿון די ימען, די ברומונג פֿון זײערע אינדן, און דעם טומל פֿון די פֿעלקער, /65:9 ביז די באַװױנער פֿון װײַטע עקן האָבן מורא פֿאַר דײַנע צײכנס;די אַרױסגענג פֿון פֿרימאָרגן און אָװנט מאַכסטו זינגען. /65:10 דערמאָנסט זיך אָן דער ערד און באַװעסערסט זי, מאַכסט זי שֶפֿעדיק רײַך, פֿון דעם טײַך פֿון גאָט פֿול מיט װאַסער;ברײטסט אָן זײער קאָרן, װאָרום ברײטסט זי צו ריכטיק;/65:11 טרינקסט אָן אירע בײטן, זעצסט אַראָפּ אירע גרודעס, מאַכסט זי װײך מיט שפּרײרעגן, בענטשסט איר שפּראָצונג. האָסט געקרײנט דאָס יאָר מיט דײַן גוטס, און דײַנע שטעגן טריפֿן מיט פֿעטקײט. /65:13 עס טריפֿן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר, און פֿרײד גורטן אָן די הײכן. /65:14 די לאָנקעס באַקלײדן זיך מיט שאָף, און די טאָלן װיקלען זיך אין תּבֿואה;זײ שאַלן און זײ זינגען.


/66:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מזמור. /66:2 שאַלט צו גאָט, די גאַנצע ערד, באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען, מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב. /66:3 זאָגט צו גאָט: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק!דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט. /66:4 די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר און זינגען צו דיר;זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען. סֶלָה.

/66:5 קומט און זעט די מעשׂים פֿון גאָט;ער איז פֿאָרכטיק אין טוּונג פֿאַר די מענטשנקינדער. /66:6 ער האָט פֿאַרקערט דעם ים אין יבשה, צו פֿוס זײַנען זײ אַריבער דעם טײַך;דענצמאָל האָבן מיר זיך געפֿרײט מיט אים. /66:7 ער געװעלטיקט מיט זײַן גבֿורה אײביק, זײַנע אױגן קוקן אױף די פֿעלקער;זאָלן די אָפּקערער זיך ניט דערהײבן. סֶלָה.

/66:8 לױבט, איר פֿעלקער, אונדזער גאָט, און לאָזט הערן דעם קָול פֿון זײַן לױב;/66:9 דער װאָס דערהאַלט אונדזער זעל בײַם לעבן, און האָט ניט געלאָזט זיך אױסגליטשן אונדזער פֿוס. /66:10 װאָרום האָסט אונדז געפּרוּװט, גאָט;האָסט אונדז געלײַטערט װי מע לײַטערט זילבער. /66:11 האָסט אונדז געבראַכט אין אַ פֿעסטונג, האָסט אַרױפֿגעטאָן אַ קלעם אױף אונדזערע לענדן. /66:12 האָסט געלאָזט רײַטן אַ מענטשן אױף אונדזער קאָפּ, מיר זײַנען געקומען אין פֿײַער און אין װאַסער, אָבער דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן אין זעטיקײט.

/66:13 איך װעל קומען אין דײַן הױז מיט בראַנדאָפּפֿער, איך װעל דיר באַצאָלן מײַנע נדרים, /66:14 װאָס מײַנע ליפּן האָבן אַרױסגעלאָזט, און מײַן מױל האָט צוגעזאָגט אין מײַן נױט. /66:15 פֿעטע בראַנדאָפּפֿער װעל איך דיר אױפֿברענגען, מיט דעמפֿונג פֿון װידערס; איך װעל מאַכן רינדער מיט בעק. סֶלָה.

/66:16 קומט הערט, אַלע פֿאָרכטער פֿון גאָט, און איך װעל דערצײלן װאָס ער האָט געטאָן צו מײַן זעל. /66:17 איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל, און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג. /66:18 אַז איך װאָלט אױסגעװײלט אומרעכט אין מײַן האַרצן, װאָלט ניט צוגעהערט גאָט. /66:19 אָבער גאָט האָט צוגעהערט, ער האָט פֿאַרנומען דעם קָול פֿון מײַן תּפֿילה. /66:20 געלױבט איז גאָט װאָס ער האָט ניט אָפּגעטאָן מײַן תּפֿילה, און זײַן חֶסד פֿון מיר.


/67:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור, אַ געזאַנג. /67:2 גאָט זאָל אונדז לײַטזעליקן און אונדז בענטשן, ער זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים אױף אונדז, סֶלָה; /67:3 כּדי מע זאָל װיסן אױף דער ערד דײַן װעג, צװישן אַלע פֿעלקער דײַן ישועה.

/67:4 לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, גאָט, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע. /67:5 זיך פֿרײען און זינגען װעלן די אומות, װאָרום דו משפּטסט די פֿעלקער מיט יושר, און די אומות, זײ פֿירסטו אױף דער ערד. סֶלָה.

/67:6 לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, גאָט, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.

/67:7 די ערד גיט איר פֿרוכט, בענטשן װעט אונדז גאָט אונדזער גאָט, /67:8 בענטשן װעט אונדז גאָטאון אים װעלן פֿאָרכטן אַלע עקן פֿון דער ערד.


/68:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מזמור, אַ געזאַנג. /68:2 גאָט װעט אױפֿשטײן, װעלן צעשפּרײט װערן זײַנע פֿײַנט, און זײַנע שָׂונאים װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר אים. /68:3 װי רױך װערט צעטריבן, װעסטו זײ צעטרײַבן; װי װאַקס צעגײט פֿאַר פֿײַער, װעלן אונטערגײן די רשָעים פֿאַר גאָט. /68:4 און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען;זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר גאָט, און קװעלן מיט שִׂמחה. /68:5 זינגט צו גאָט, באַזינגט זײַן נאָמען, דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען –יָה איז זײַן נאָמען –און פֿרײט זיך פֿאַר אים. /68:6 דער פֿאָטער פֿון יתומים, און דער ריכטער פֿון אלמנות, איז גאָט אין זײַן הײליקער װױנונג. /68:7 גאָט באַזעצט די עלנדע אין אַ הײם, ער ברענגט אַרױס די געפֿאַנגענע אין גליק; נאָר די אָפּקערער בלײַבן אין טריקעניש.

/68:8 גאָט, אַז דו ביסט אַרױסגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַר דײַן פֿאָלק, אַז דו האָסט געשפּרײַזט דורך דער װיסטעניש, סֶלָה, /68:9 האָט די ערד געציטערט, אױך די הימלען האָבן געטריפֿט פֿאַר גאָט;דער דאָזיקער סינַי – פֿאַר גאָט, דעם גאָט פֿון ישׂראל. /68:10 אַ רעגן פֿון שפֿע האָסטו אַראָפּגעזיפּט, גאָט, אַז דײַן נחלה איז פֿאַרשמאַכט געװען, האָסטו זי אױפֿגעריכט. /68:11 דײַן סטאַדע האָט זיך באַזעצט דערין;האָסטו אין דײַן גוטסקײט, גאָט, אָנגעברײט פֿאַר די אָרימע.

/68:12 גאָט גיט אַרױס אַ װאָרט –אָנזאָגערינס אַ גרױסע מחנה. /68:13 מלכים פֿון מחנות לױפֿן-אַנטלױפֿן, און די שטובזיצערין טײלט רױב. /68:14 צי װילט איר ליגן צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן?די פֿליגלען פֿון דער טױב זײַנען מיט זילבער באַדעקט, און אירע פֿלעדערן מיט גרינלעכן גאָלד. /68:15 אַז דער אַלמאַכטיקער האָט צעשפּרײט די מלכים אין איר, האָט עס געשנײט אױף צלמון.

/68:16 אַ באַרג פֿון גאָט איז באַרג בשן, אַ באַרג פֿון שפּיצן איז באַרג בשן. /68:17 װאָס קוקט איר קרום, איר פֿילשפּיציקע בערג, אױף דעם באַרג װאָס גאָט האָט פֿאַר זײַן װױנונג געגלוסט, װוּ יהוה װעט אױך רוען אױף אײביק?/68:18 די רײַטװעגן פֿון גאָט זײַנען צענטױזנטן, טױזנטן אױף טױזנטן;גאָט איז צװישן זײ װי אױף סינַי אין הײליקײט. /68:19 ביסט אַרױפֿגעגאַנגען אין דער הײך, האָסט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג, האָסט גענומען מתָּנות אין מענטשן;אַז אױך צװישן די אָפּקערער זאָל רוען יָה גאָט. /68:20 געלױבט איז גאָט, טאָג פֿאַר טאָג טוט ער אונדז טראָגן;גאָט איז אונדזער ישועה. סֶלָה. /68:21 גאָט איז אונדז אַ גאָט פֿון ישועות, און בײַ גאָט דעם האַר זײַנען די אױסװעגן פֿון טױט. /68:22 פֿאַר װאָר, גאָט װעט צעלעכערן דעם קאָפּ פֿון זײַנע פֿײַנט, דעם האָריקן שאַרבן פֿון דעם װאָס גײט אין זײַנע זינד. /68:23 גאָט זאָגט: פֿון בשן װעל איך אומקערן, איך װעל אומקערן פֿון די טיפֿענישן פֿון ים;/68:24 כּדי זאָלסט טונקען אין בלוט דײַן פֿוס, די צונג פֿון דײַנע הינט זאָל האָבן איר חלק פֿון די פֿײַנט.

/68:25 מע קוקט-צו דײַנע גײונגען, גאָט, די גײונגען צו מײַן גאָט, מײַן קיניג, אין הײליקטום. /68:26 פֿאַרױס גײען די זינגער, נאָך דעם די שפּילער, אין מיטן פֿון מײדלעך װאָס פּײַקלען. /68:27 „אין געזעמלען לױבט גאָט, לױבט דעם האַר, איר פֿון קװאַל פֿון ישׂראל. ”/68:28 אָן איז בנימין דער ייִנגסטער, זײער געװעלטיקער, די האַרן פֿון יהוּדה מיט זײער מחנה, די האַרן פֿון זבֿולון, די האַרן פֿון נפֿתּלי. /68:29 דײַן גאָט זאָל באַפֿעלן דײַן שטאַרקײט;שטאַרק זיך, גאָט, דו װאָס האָסט געטאָן פֿאַר אונדז. /68:30 פֿון דײַן טעמפּל אין ירושלים;זאָלן מלכים דיר ברענגען מתָּנות. /68:31 שרײַ אָן אױף דער חיה פֿונעם װאַסערראָר, אױפֿן געזעמל אָקסן מיט די קעלבער-פֿעלקער, זײ זאָלן זיך צו די פֿיס װאַרפֿן מיט זילבערשטיקער;ער זאָל צעשפּרײטן די אומות װאָס באַגערן מלחמות. /68:32 שׂרָרות זאָלן קומען פֿון מצרַיִם, כּוּש זאָל אױסשטרעקן אירע הענט צו גאָט.

/68:33 איר קיניגרײַכן פֿון דער ערד, זינגט צו גאָט, שפּילט צו דעם האַר, סֶלָה;/68:34 צו דעם װאָס רײַט אױף די אוראַלטע הימלען פֿון די הימלען; זע, ער לאָזט אַרױס זײַן קָול, אַ מאַכטיקן קָול. /68:35 גיט שטאַרקײט צו גאָט;איבער ישׂראל איז זײַן גרױסקײט, און זײַן שטאַרקײט אין די װאָלקנס. /68:36 גאָט איז פֿאָרכטיק פֿון דײַנע הײליקטומען;גאָט פֿון ישׂראל, ער גיט שטאַרקײט און מאַכט צום פֿאָלק;געלױבט איז גאָט.


/69:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים; פֿון דָוִדן. /69:2 העלף מיך, גאָט, װאָרום דאָס װאַסער איז געקומען ביז דער זעל. /69:3 איך בין אײַנגעזונקען אין אַ טיפֿן זומפּ, און ניטאָ קײן באַשטאַנד;איך בין געקומען אין טיפֿע װאַסערן, און דער שטראָם האָט מיך פֿאַרפֿלײצט. /69:4 איך בין מיד פֿון מײַן רופֿן, מײַן קעל איז פֿאַרטריקנט, די אױגן גײען מיר אױסהאַרנדיק אױף מײַן גאָט. /69:5 מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּזײַנען מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים;שטאַרק זײַנען מײַנע פֿאַרטיליקער, מײַנע פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט;װאָס איך האָב ניט געגזלטמוז איך דרום אָפּגעבן. /69:6 גאָט, דו װײסט מײַן נאַרישקײט, און מײַנע פֿאַרשולדיקונגען זײַנען פֿון דיר ניט פֿאַרהױלן. /69:7 זאָלן ניט אין בִיוש בלײַבן דורך מיר דײַנע האָפֿער, דו האַר יהוה פֿון צבֿאות;זאָלן ניט פֿאַרשעמט װערן דורך מיר דײַנע זוכער, גאָט פֿון ישׂראל. /69:8 װאָרום פֿון דײַנעט װעגן האָב איך געליטן חרפּה, אַ שאַנד האָט באַדעקט מײַן פּנים. /69:9 פֿאַרפֿרעמדט בין איך געװאָרן צו מײַנע ברידער, און װילדפֿרעמד צו די זין פֿון מײַן מוטער. /69:10 װאָרום דער צאָרן פֿאַר דײַן הױז האָט מיך געגעסן, און די לעסטערונגען פֿון דײַנע לעסטערער זײַנען געפֿאַלן אױף מיר. /69:11 און האָב איך אױסגעװײנט אין פֿאַסטן מײַן זעל, איז דאָס מיר צו לעסטערונג געװאָרן. /69:12 און האָב איך געמאַכט זאַק מײַן קלײד, בין איך בײַ זײ צום שפּריכװאָרט געװאָרן. /69:13 עס רעדן פֿון מיר די טױערזיצער, און איך בין דאָס געזאַנג פֿון די װײַנטרינקער.

/69:14 אָבער איך – מײַן תּפֿילה צו דיר, גאָט, איז: אַ שעה פֿון באַװיליקונג;גאָט, אין דײַן גרױס גענאָדענטפֿער מיר מיט דײַן אמתער ישועה. /69:15 זײַ מיך מציל פֿון דעם לײם, אַז איך זאָל ניט אײַנגעזונקען װערן;לאָמיך ניצול װערן פֿון מײַנע פֿײַנט, און פֿון די טיפֿע װאַסערן. /69:16 לאָז מיך ניט פֿאַרפֿלײצן דער שטראָם װאַסער, און לאָז מיך ניט אײַנשלינגען די טיפֿעניש, און לאָז ניט צומאַכן די גרוב איר מױל איבער מיר. /69:17 ענטפֿער מיר, גאָט, װאָרום גוט איז דײַן חֶסד;לױט דײַן גרױס דערבאַרימונג קער זיך צו מיר. /69:18 און זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון דײַן קנעכט, װאָרום מיר איז ענג; ענטפֿער מיר גיך. /69:19 גענען צו מײַן זעל, לײז זי אױס, קױף מיך אױס פֿון װעגן מײַנע פֿײַנט.

/69:20 דו װײסט מײַן חרפּה און מײַן בושה און מײַן שאַנד, פֿאַר דיר זײַנען אַלע מײַנע דריקער. /69:21 אַ חרפּה צעברעכט מײַן האַרץ, און איך בין חרובֿ;און איך האָב געהאָפֿט אױף באַדױער, און ניטאָ, און אױף טרײסטער, און ניט געפֿונען. /69:22 און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן גיפֿט אין מײַן שפּײַז, און פֿאַר מײַן דאָרשט גיבן זײ מיר טרינקען עסיק.

/69:23 זאָל זײער טיש װאָס פֿאַר זײ, װערן פֿאַר אַ נעץ, און אין מיטן פֿון פֿריד, פֿאַר אַ פּאַסטקע. /69:24 זאָלן זײערע אױגן פֿינצטער װערן ניט צו זען, און זײערע לענדן מאַך װאַקלען תּמיד. /69:25 גיס אױס אױף זײ דײַן כּעס, און דײַן גרימצאָרן זאָל זײ דערגרײכן. /69:26 זאָל זײער ישובֿ זײַן פֿאַרװיסט, אין זײערע געצעלטן זאָל ניט זײַן קײן באַװױנער. /69:27 װאָרום דעם װאָס דו האָסט געשלאָגן רודפֿן זײ, און פֿון דעם װײטאָג פֿון דײַנע פֿאַרװוּנדטע דערצײלן זײ זיך. /69:28 לײג צו זינד אױף זײער זינד, און זאָלן זײ ניט צוקומען צו דײַן גערעכטיקײט. /69:29 זאָלן זײ אױסגעמעקט װערן פֿון בוך פֿון די לעבעדיקע, און מיט די גערעכטע זאָלן זײ ניט פֿאַרשריבן װערן. /69:30 אָבער איך בין אָרים און צעװײטאָקט, זאָל דײַן הילף, גאָט, מיך דערהײכן. /69:31 איך װעל רימען דעם נאָמען פֿון גאָט מיט געזאַנג, און װעל אים גרײסן מיט לױב. /69:32 און דאָס װעט זײַן בעסער בײַ גאָט װי אַן אָקס, װי אַ בול באַהאָרנט, באַקלױט. /69:33 זאָלן זען די געדריקטע, און זיך פֿרײען;איר װאָס זוכט גאָט, זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ!/69:34 װאָרום גאָט הערט צו די באַדערפֿטיקע, און זײַנע געפֿאַנגענע טוט ער ניט פֿאַראַכטן. /69:35 לױבן װעלן אים הימל און ערד, די ימען און אַלץ װאָס װידמענט אין זײ. /69:36 װאָרום גאָט װעט העלפֿן צִיון, און װעט בױען די שטעט פֿון יהוּדה, און זײ װעלן זיך דאָרטן באַזעצן, און זי יַרשען. /69:37 און דער זאָמען פֿון זײַנע קנעכט װעט זי אַרבן, און די ליבהאָבער פֿון זײַן נאָמען װעלן װױנען אין איר.


/70:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג. /70:2 גאָט, מיך מציל צו זײַן, יהוה, צו מײַן הילף, טו אײַלן. /70:3 זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערןדי װאָס זוכן מײַן לעבן;זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמעןדי װאָס װינטשן מיר בײז. /70:4 זאָלן זיך צוריקקערן פֿון װעגן זײער שאַנדדי װאָס זאָגן: אַהאַ! אַהאַ!/70:5 זאָלן לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט דיראַלע װאָס זוכן דיך. און זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן גאָט!די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה. /70:6 אָבער איך בין אָרים און באַדערפֿטיק, גאָט, טו אײַלן צו מיר;דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;יהוה, זאָלסט זיך ניט זאַמען.


/71:1 אין דיר, גאָט, טו איך מיך שיצן, לאָמיך קײן מאָל ניט פֿאַרשעמט װערן. /71:2 אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו מיך מציל זײַן, און מיך מאַכן אַנטרינען;נײַג צו דײַן אױער צו מיר, און העלף מיך. /71:3 זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונגװוּהין תּמיד צו קומען;באַשער מיר צו העלפֿן, װאָרום דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג.

/71:4 מײַן גאָט, מאַך מיך אַנטרינען פֿון דער האַנט פֿון רָשע, פֿון פֿױסט פֿון דעם פֿאַרברעכער און דריקער. /71:5 װאָרום דו ביסט מײַן האָפֿענונג, גאָט דער האַר, מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן. /71:6 אױף דיר האָב איך זיך אָנגעלענט פֿון מוטערלײַב, פֿון מײַן מוטערס אינגעװײד האָסט דו מיך אַרױסגעצױגן;מײַן לױב איז תּמיד פֿון דיר. /71:7 װי אַ בײזװוּנדער בין איך געװאָרן בײַ פֿיל, אָבער דו ביסט מײַן שטאַרקע באַשיצונג. /71:8 מײַן מױל איז אָנגעפֿילט מיט דײַן לױב, אַ גאַנצן טאָג מיט דײַן רימונג. /71:9 זאָלסט מיך ניט אַװעקװאַרפֿן אין צײַט פֿון זִקנה, אַז מײַנע כּוחות גײען אױס, זאָלסטו מיך ניט פֿאַרלאָזן. /71:10 װאָרום מײַנע פֿײַנט רעדן װעגן מיר, און די לױערער אױף מײַן זעל עֵצהן זיך אין אײנעם, /71:11 אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט אים פֿאַרלאָזן; יאָגט נאָך און כאַפּט אים, װאָרום ניטאָ װער זאָל מציל זײַן. /71:12 גאָט, זאָלסט זיך ניט דערװײַטערן פֿון מיר;מײַן גאָט, אײַל מיר צו הילף. /71:13 זאָלן פֿאַרשעמט װערן, זאָלן אױסגײןדי שָׂונאים פֿון מײַן לעבן; זאָלן באַדעקט װערן מיט חרפּה און שאַנדדי װאָס זוכן מיר בײז.

/71:14 אָבער איך װעל תּמיד האָפֿן, און װעל נאָך צולײגן צו אַל דײַן לױב. /71:15 מײַן מױל װעט דערצײלן דײַן גערעכטיקײט, אַ גאַנצן טאָג דײַן הילף;װאָרום איך קען ניט אױסדערצײלן. /71:16 איך װעל קומען מיט די גבֿורות פֿון גאָט דעם האַר, איך װעל דערמאָנען דײַן גערעכטיקײט, דײַנע אַלײן. /71:17 גאָט, האָסט מיך געלערנט פֿון מײַן יוגנט אָן, און ביז אַהער דערצײל איך דײַנע װוּנדער. /71:18 און אױך ביז זִקנה און גראָער עלטער, גאָט, זאָלסטו מיך ניט פֿאַרלאָזן, ביז איך װעל דעצײלן דײַן מאַכט צום אַנדערן דָור, צו איטלעכן װאָס װעט קומען, דײַן גבֿורה. /71:19 יאָ, דײַן גערעכטיקײט, גאָט, איז ביזן הימל, דו װאָס האָסט אױפֿגעטאָן גרױס. גאָט, װער איז דײַן גלײַכן?/71:20 דו װאָס האָסט מיך געלאָזט זען פֿיל צרות און בײזן, װעסט װידער מיך אױפֿלעבן, און פֿון די תּהומען פֿון דער ערדװעסטו װידער מיך אױפֿברענגען. /71:21 װעסט מערן מײַן גדוּלה, און װעסט װידער מיך טרײסטן. /71:22 דרומעך װעל איך דיך לױבן אױף אַ גיטאַר, –דײַן געטרײַשאַפֿט, מײַן גאָט;איך װעל שפּילן צו דיר אױף אַ האַרף, דו הײליקער פֿון ישׂראל. /71:23 מײַנע ליפּן װעלן זינגען, אַז איך װעל שפּילן צו דיר, און מײַן זעל װאָס דו האָסט אױסגעלײזט. /71:24 אױך מײַן צונג אַ גאַנצן טאָגװעט רעדן דײַן גערעכטיקײט, װאָרום פֿאַרשעמט, װאָרום צו שאַנד װערןדי װאָס זוכן מיר בײז.


/72:1 פֿון שלמהן. גאָט, גיב דײַנע משפּטים צום מלך, און דײַן גערעכטיקײט צום מלכס זון;/72:2 ער זאָל משפּטן דײַן פֿאָלק מיט רעכטפֿאַרטיקײט, און דײַנע אָרימע לױט רעכט. /72:3 די בערג זאָלן טראָגן שלום צום פֿאָלק, און די הײכן – דורך גערעכטיקײט. /72:4 ער זאָל משפּטן די אָרימע פֿון פֿאָלק, ער זאָל העלפֿן די קינדער פֿון אבֿיון, /72:5 און צעדריקן דעם רױבער. מע זאָל דיך פֿאָרכטן װי לאַנג די זון װעט זײַן, /72:6 און אַזױ װי די לבֿנה, אױף דָור-דורות. ער זאָל נידערן װי רעגן אױף געשניטן גראָז, װי שפּרײרעגן װאָס באַגיסט די ערד. /72:7 בליִען אין זײַנע טעג זאָל דער צדיק, און אַ שפֿע פֿון פֿריד ביז די לבֿנה װעט מער ניט זײַן. /72:8 און ער זאָל געװעלטיקן פֿון ים ביז ים, און פֿון טײַך ביז די עקן פֿון דער ערד. /72:9 פֿאַר אים זאָלן קניִען די מדבר-לײַט, און זײַנע פֿײַנט זאָלן לעקן דעם שטױב. /72:10 די מלכים פֿון תַּרְשִיש און די אינדזלען זאָלן אָפּגאָב צאָלן, די מלכים פֿון שבֿא און סבֿא זאָלן מתָּנות ברענגען. /72:11 און בוקן זאָלן זיך פֿאַר אים אַלע מלכים, אַלע פֿעלקער זאָלן אים דינען. /72:12 װאָרום ער װעט מציל זײַן דעם אבֿיון װאָס שרײַט, און דעם אָרימאַן װאָס האָט ניט קײן העלפֿער. /72:13 ער װעט זיך דערבאַרימען אױפֿן אָרימאַן און אבֿיון, און די נפֿשות פֿון די אבֿיונים װעט ער העלפֿן. /72:14 פֿון דריקונג און פֿון רױב װעט ער אױסלײזן זײער זעל, און טײַער װעט זײַן זײער בלוט אין זײַנע אױגן. /72:15 דרום זאָל ער לעבן, און מע זאָל אים געבן פֿון דעם גאָלד פֿון שבֿא;און מע זאָל מתפּלל זײַן פֿאַר אים תּמיד, אַ גאַנצן טאָג זאָל מען אים בענטשן. /72:16 ער זאָל זײַן װי אַ גערעטעניש פֿון תּבֿואה אין לאַנד, אױף די שפּיץ בערג זאָל רױשן װי דער לבֿנון זײַן פֿרוכט;און זײ זאָלן שפּראָצן פֿון דער שטאָטאַזױ װי גראָז פֿון דער ערד. /72:17 זײַן נאָמען זאָל זײַן אײביק, אַזױ לאַנג װי די זון זאָל בליִען זײַן נאָמען, און מע זאָל זיך בענטשן מיט אים;אַלע פֿעלקער זאָלן אים רימען.

/72:18 געלױבט איז גאָט יהוה, דער גאָט פֿון ישׂראל, װאָס ער אַלײן טוט װוּנדער;/72:19 און געלױבט זײַן פּראַכטיקער נאָמען אױף אײביק;און די גאַנצע ערד זאָל אָנגעפֿילט װערן מיט זײַן פּראַכט. אָמן און אָמן!/72:20 געענדיקט די תּפֿילות פֿון דוד דעם זון פֿון יִשַין.


דריטער סֵפֿר (73-89)

רעדאַקטירן

/73:1 אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. פֿאַר װאָר, גאָט איז גוט צו ישׂראל, צו די װאָס האָבן אַ רײן האַרץ. /73:2 און איך – מײַנע פֿיס האָבן כּמעט זיך געבײגט, שיר זיך ניט אױסגעגליטשט האָבן מײַנע טריט. /73:3 װאָרום איך האָב מקנא געװען די מוטװיליקע, אַז דאָס גליק פֿון די רשָעים פֿלעג איך זען. /73:4 װאָרום זײ האָבן ניט קײן יסורים, און זײער לײַב איז געזונט. /73:5 די מאַטערניש פֿון לײַטן האָבן זײ ניט, און זײ װערן ניט געפּלאָגט אַזױ װי מענטשן. /73:6 דרום איז גאװה זײער האַלדזבאַנד, װי אַן אָנטועכץ װיקלט זײ אײַן אומרעכט. /73:7 פֿון פֿעטס קריכן אַרױס זײערע אױגן, די פֿאַרװעלענישן פֿון האַרצן לױפֿן איבער. /73:8 זײ שפּעטן און רעדן מיט בײזקײט רױב, פֿון אױבן אַראָפּ רעדן זײ. /73:9 זײ שטעלן אָן קעגן הימל זײער מױל, און זײער צונג גײט אום אױף דער ערד. /73:10 דרום קערט זיך זײַן פֿאָלק אַהין צו, װאָרום װאַסער פֿון שפֿע װערט געזופּט בײַ זײ. /73:11 און זײ זאָגן: װי קען גאָט װיסן?און: איז דען דאָ װיסן בײַם אױבערשטן?/73:12 זע, דאָס זײַנען די רשָעים, און אײביק בשַלװה, מערן זײ גוטס. /73:13 בלױז אומנישט האָב איך געלײַטערט מײַן האַרץ, און געװאַשן אין רײנקײט מײַנע הענט;/73:14 װאָרום איך בין געװען געפּלאָגט אַ גאַנצן טאָג, און אַלע פֿרימאָרגן איז געװען מײַן שטראָף. /73:15 אַז איך װאָלט געזאָגט: איך װעל רעדן אַזױ, װאָלט איך דאָך אָן דעם דָור פֿון דײַנע קינדער געפֿעלשט. /73:16 אָבער אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט דאָס צו פֿאַרשטײן, איז דאָס געװען אומרעכט אין מײַנע אױגן. /73:17 ביז איך בין געקומען אין די הײליקטומען פֿון גאָט:האָב איך פֿאַרשטאַנען זײער סָוף. /73:18 פֿאַר װאָר, אױף אַ גליטש שטעלסטו זײ, װאַרפֿסט זײ אַראָפּ צום אונטערגאַנג. /73:19 װי װערן זײ צו װיסט אין אַ רגע!זײ עקן זיך, זײ װערן פֿאַרלענדט פֿון שרעקענישן. /73:20 װי אַ חָלום אַז מע כאַפּט זיך אױף, אַזױ, גאָט, װאַכנדיק, פֿאַראַכטסטו זײער בילד. /73:21 יאָ, מײַן האַרץ פֿלעגט זײַן פֿאַרזױערט, און אין די נירן פֿלעגט מיר שטעכן;/73:22 װײַל איך בין געװען פֿאַרגרעבט, און פֿלעג ניט װיסן; װי אַ בהמה בין איך געװען פֿאַר דיר.

/73:23 אָבער איך בין תּמיד בײַ דיר, דו האַלטסט מיך בײַ דער רעכטער האַנט. /73:24 מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן, און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען. /73:25 װעמען נאָך האָב איך אין הימל?און צו דיר באַגער איך ניט קײנעם אױף דער ערד. /73:26 מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס, דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק גאָט.

/73:27 װאָרום, זע, די װײַטע פֿון דיר װעלן אונטערגײן, דו פֿאַרשנײַדסט איטלעכן װאָס קערט זיך אָפּ פֿון דיר. /73:28 אָבער איך – די נאָנטקײט פֿון גאָט איז מײַן גוטס, איך האָב געמאַכט אין גאָט דעם האַר מײַן באַשיצונג, כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.


/74:1 אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן. פֿאַר װאָס, גאָט, האָסטו אונדז פֿאַרלאָזן אױף אײביק?פֿאַר װאָס ברענט דײַן צאָרן אױף די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג?/74:2 דערמאָן זיך אָן דײַן עדה װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט אַ מאָל, װאָס דו האָסט אױסגעלײזט צום שבֿט פֿון דײַן אַרב;אָן דעם באַרג צִיון װאָס דו האָסט אױף אים גערוט. /74:3 הײב אױף דײַנע טריט צו די אײביקע חורבֿות;אַלץ האָט צעבראָכן דער שׂונא אין הײליקטום. /74:4 דײַנע פֿײַנט האָבן געברילט אין מיטן פֿון דײַן זאַמלאָרט, זײערע צײכנס האָבן זײ אױפֿגעשטעלט פֿאַר צײכנס. /74:5 עס האָט זיך געדאַכט, װי מע װאָלט אױפֿהײבן אין דער הײךהעק אױפֿן געצװײַג פֿון אַ בױם. /74:6 און אָט האָבן זײ אירע געשניצן מיט אַנאַנדער, מיט אַ ברעכאײַזן און האַמערס צעהאַקט. /74:7 זײ האָבן אָנגעצונדן אין פֿײַער דײַן הײליקטום, צו דער ערד האָבן זײ פֿאַרשװעכט די װױנונג פֿון דײַן נאָמען. /74:8 זײ האָבן געזאָגט אין זײער האַרצן:לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן אין אײנעם;זײ האָבן פֿאַרברענט אַלע זאַמלערטער פֿון גאָט אין לאַנד. /74:9 אונדזערע צײכנס זעען מיר ניט, ניטאָ מער קײן נבֿיא, און ניטאָ בײַ אונדז װער זאָל װיסן ביז װאַנען. /74:10 ביז װאַנען, גאָט, װעט לעסטערן דער פֿײַנט?װעט שענדן דער שׂונא דײַן נאָמען נאָכאַנאַנד?/74:11 פֿאַר װאָס האַלטסטו צוריק דײַן האַנט, דײַן רעכטע?צי זי אַרױס פֿון דײַן בוזעם, פֿאַרלענד. /74:12 גאָט איז דאָך מײַן קיניג פֿון אײביק אָן, ער טוט ישועות אין לאַנד. /74:13 דו האָסט צעברעקלט מיט דײַן שטאַרקײט דעם ים, האָסט צעבראָכן די קעפּ פֿון די שלענג אױפֿן װאַסער. /74:14 דו האָסט צעהאַקט די קעפּ פֿון לִויָתן, אים געגעבן פֿאַר שפּײַז צום פֿאָלק, צו מדבר-לײַט. /74:15 דו האָסט געשפּאָלטן קװאַלן און טײַכן, דו האָסט אױסגעטריקנט מאַכטיקע שטראָמען. /74:16 דײַן איז דער טאָג, דײַן אױך די נאַכט, דו האָסט אָנגעברײט לבֿנה און זון. /74:17 דו האָסט אױפֿגעשטעלט אַלע געמאַרקן פֿון דער ערד;זומער און װינטער, זײ האָסט דו באַשאַפֿן.

/74:18 דערמאָן זיך אָן דעם, װי דער פֿײַנט האָט געלעסטערט גאָט, און דאָס נידערטרעכטיקע פֿאָלק האָט געשענדט דײַן נאָמען. /74:19 זאָלסט ניט איבערגעבן צו אַ חיה די זעל פֿון דײַן טורטלטױב, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אױף אײביק דאָס לעבן פֿון דײַנע אָרימע. /74:20 קוק זיך אום אױף דעם בונד, װאָרום די פֿינצטערע װינקלען פֿון דער ערדזײַנען פֿול מיט װױנונגען פֿון רױב. /74:21 זאָל דער געשלאָגענער זיך ניט אומקערן פֿאַרשעמט, זאָל דער אָרימאַן און דער אבֿיון לױבן דײַן נאָמען. /74:22 שטײ אױף, גאָט, קריג דײַן קריג, געדענק דײַן לעסטערונג פֿון דעם נידערטרעכטיקן אַ גאַנצן טאָג. /74:23 זאָלסט ניט פֿאַרגעסן דעם ליאַרעם פֿון דײַנע פֿײַנט, דעם טומל פֿון דײַנע קעגנשטײער װאָס גײט אױף נאָכאַנאַנד.


/75:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; אַ מזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג. /75:2 מיר לױבן דיך, גאָט, מיר לױבן, און נאָנט איז דײַן נאָמען;מע דערצײלט דײַנע װוּנדער.

/75:3 „אַז איך נעם אַ צײַט, טו איך משפּטן מיט יושר. /75:4 מעגן זיך װאַקלען די ערד און אַלע אירע באַװױנער, איך טו באַפֿעסטיקן אירע זײַלן. " סֶלָה. /75:5 איך זאָג צו די מוטװיליקע: איר זאָלט ניט מוטװיליקן, און צו די רשָעים: איר זאָלט ניט אױפֿהײבן דעם האָרן. /75:6 איר זאָלט ניט אױפֿהײבן אין דער הײך אײַער האָרן, ניט רעדן מיט אַ פֿאַרשײַטן האַלדז. /75:7 װאָרום ניט פֿון מזרח אָדער פֿון מערבֿ, און ניט פֿון מדבר, קומט דערהײכונג. /75:8 נאָר גאָט איז דער ריכטער:דעם דערנידערט ער, און דעם דערהײכט ער. /75:9 װאָרום אַ כָּוס איז אין דער האַנט פֿון גאָט, מיט װײַן װאָס שױמט, מיט מישגעטראַנק פֿול, און ער גיסט אָן דערפֿון;בלױז די הײװן דערפֿון זופּן-טרינקעןאַלע רשָעים פֿון דער ערד.

/75:10 אָבער איך װעל אײביק דערצײלן, איך װעל זינגען צום גאָט פֿון יעקבֿ. /75:11 און אַלע הערנער פֿון די רשָעים װעל איך אָפּהאַקן;דערהײכט װעלן װערן די הערנער פֿון די צדיקים.


/76:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג. /76:2 באַקאַנט אין יהוּדה איז גאָט, גרױס איז זײַן נאָמען אין ישׂראל. /76:3 און אין שָלֵם איז זײַן בײַדל, און זײַן װױנונג אין צִיון. /76:4 דאָרטן האָט ער צעבראָכן די בליציקע פֿײַלן פֿון בױגן, דעם שילד און די שװערד און מלחמה. סֶלָה.

/76:5 ליכטיק ביסטו, מאַכטיקער, פֿון די בערג פֿון פֿאַרצוקונג;/76:6 אױסן זינען זײַנען געװאָרן די שטאַרקהאַרציקע, זײ זײַנען אײַנגעשלאָפֿן זײער שלאָף;און אַלע קריגסלײַט האָבן ניט געפֿונען זײערע הענט. /76:7 פֿון דײַן אָנגעשרײ, גאָט פֿון יעקבֿ, איז אַנטשלומערט געװאָרן אי רײַטער אי פֿערד.

/76:8 דו ביסט פֿאָרכטיק, דו, און װער קען באַשטײן פֿאַר דיר, װי באַלד דו ביסט אין כּעס?/76:9 פֿון הימל האָסטו געלאָזט הערן אַ דין, די ערד האָט מורא געקריגן און איז שטיל געװאָרן, /76:10 אַז גאָט איז אױפֿגעשטאַנען צום משפּט, צו העלפֿן אַלע געדריקטע פֿון דער ערד. סֶלָה.

/76:11 פֿאַר װאָר, די גרימצאָרנדיקע װעלן דיך לױבן, דעם איבערבלײַב פֿון גרימצאָרן װעסטו אײַנצאַמען. /76:12 טוט אַ נדר און באַצאָלט צו יהוה אײַער גאָט;אַלע אַרום אים זאָלן ברענגען מתָּנות צום געפֿאָרכטן. /76:13 ער האַלט אײַן דאָס געמיט פֿון פֿירשטן, ער איז פֿאָרכטיק פֿאַר אַלע מלכים פֿון דער ערד.


/77:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; פֿון אָסָפֿן אַ מזמור. /77:2 מײַן קָול איז צו גאָט, און איך שרײַ, מײַן קָול איז צו גאָט, און פֿאַרנעם צו מיר. /77:3 אין טאָג פֿון מײַן נױט זוך איך גאָט, מײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט בײַ נאַכט אָן אױפֿהער, מײַן זעל װיל זיך ניט טרײסטן. /77:4 אַז איך דערמאָן זיך, גאָט, טו איך ברומען, איך קלאָג, און מײַן געמיט פֿאַרגײט זיך. סֶלָה. /77:5 דו האַלטסט צו די ברעמען פֿון מײַנע אױגן;איך בין צערודערט און קען ניט רעדן. /77:6 איך טראַכט אָן די טעג פֿון אַ מאָל, אָן די יאָרן פֿון פֿאַרצײַטן. /77:7 איך דערמאָן זיך מײַן געזאַנג בײַ נאַכט, איך רעד מיט מײַן האַרצן, און עס פֿאָרשט מײַן גײַסט:/77:8 װעט אױף אײביק גאָט פֿאַרלאָזן, און װעט מער ניט באַװיליקן װידער?/77:9 איז אױסגעגאַנגען אױף אײביק זײַן חֶסד?איז דער צוזאָג געענדיקט אױף דָור-דורות?/77:10 האָט פֿאַרגעסן צו לײַטזעליקן גאָט?צי האָט ער אין צאָרן פֿאַרשלאָסן זײַן רַחמָנות? סֶלָה. /77:11 און איך זאָג: דאָס איז מײַן װײטאָג, װאָס געביטן האָט זיך די רעכטע האַנט פֿון אױבערשטן. /77:12 איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון גאָט, יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן. /77:13 און איך טראַכט אָן אַל דײַן װערק, און אָן דײַנע טוּונגען טו איך קלערן. /77:14 גאָט, אין הײליקײט איז דײַן װעג;װער איז אַ גרױסער גאָט װי גאָט?/77:15 דו ביסט דער גאָט װאָס טוט װוּנדער, האָסט געלאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער דײַן שטאַרקײט. /77:16 האָסט אױסגעלײזט מיטן אָרעם דײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יעקבֿ און יוסף. סֶלָה.

/77:17 געזען האָבן דיך די װאַסערן, גאָט, געזען האָבן דיך די װאַסערן, האָבן זײ װײען געקריגן, און געציטערט האָבן די תּהומען. /77:18 געפֿלײצט װאַסער האָבן די װאָלקנס, אַ קָול האָבן אַרױסגעלאָזט די הימלען, און דײַנע פֿײַלן זײַנען אומגעלאָפֿן. /77:19 דער קָול פֿון דײַן דונער איז געװען אין דעם װירבל-װינט, בליצן האָבן באַלוכטן די װעלט, געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד. /77:20 דורכן ים איז געװען דײַן װעג, און דײַן שטעג דורך װאַסערן גרױסע, און דײַנע טריט זײַנען ניט געמערקט געװאָרן. /77:21 האָסט געפֿירט אַזױ װי שאָף דײַן פֿאָלק, דורך דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען.


/78:1 אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן. פֿאַרנעם, מײַן פֿאָלק, מײַן לערנונג, נײַגט אײַער אױער צו די װערטער פֿון מײַן מױל. /78:2 איך װעל עפֿענען מיט אַ משל מײַן מױל, איך װעל רעדן רעטענישן פֿון פֿאַרצײַטן. /78:3 װאָס מיר האָבן געהערט און מיר װײסן, און אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט, /78:4 װעלן מיר ניט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דָורדי לױבן פֿון גאָט און זײַן שטאַרקײט, און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן. /78:5 װאָרום ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ געזעץ אין יעקבֿ, און אַ תּורה געמאַכט אין ישׂראל, װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן, זײ צו מאַכן װיסן זײערע קינדער; /78:6 כּדי װיסן זאָל דער שפּעטערדיקער דָור, די קינדער װאָס װעלן געבאָרן װערן;זײ זאָלן אױפֿשטײן און דערצײלן זײערע קינדער. /78:7 און זײ זאָלן לײגן אױף גאָט זײער בטחון, און ניט פֿאַרגעסן די אױפֿטוען פֿון גאָט, און זײַנע געבאָט זאָלן זײ היטן;/78:8 און זײ זאָלן ניט זײַן װי זײערע עלטערן, אַ דָור אָפּגעקערט און װידערשפּעניק, אַ דָור װאָס האָט ניט געפֿעסטיקט זײַן האַרץ, און ניט געטרײַ געװען איז זײַן געמיט צו גאָט.

/78:9 די קינדער פֿון אפֿרַיִם, באַװאָפֿנטע בױגן-שיסער, האָבן זיך אומגעקערט אין טאָג פֿון מלחמה. /78:10 זײ האָבן ניט געהיט דעם בונד פֿון גאָט, און אין זײַן תּורה ניט געװאָלט גײן. /78:11 און זײ האָבן פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען, און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט זײ באַװיזן. /78:12 אַנטקעגן פֿאַר זײערע עלטערן האָט ער געטאָן װוּנדער, אין לאַנד מצרַיִם, אין פֿעלד פֿון צועַן. /78:13 ער האָט געשפּאָלטן דעם ים, און זײ אַריבערגעפֿירט, און אױפֿגעשטעלט די װאַסערן װי אַ סטױג. /78:14 און ער האָט זײ געפֿירט מיט אַ װאָלקן בײַ טאָג, און די גאַנצע נאַכט מיט אַ פֿײַערדיקן ליכט. /78:15 ער האָט געשפּאָלטן פֿעלדזן אין מדבר, און זײ אָנגעטרונקען זאַט װי פֿון תּהומען. /78:16 און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿלוסן פֿון פֿעלדז, און געמאַכט נידערן װאַסער װי שטראָמען.

/78:17 אָבער זײ האָבן נאָך װײַטער געזינדיקט צו אים, צו װידערשפּעניקן דעם אױבערשטן אין דער װיסטע. /78:18 און זײ האָבן געפּרוּװט גאָט אין זײער האַרצן, צו פֿאַרלאַנגען עסן פֿאַר זײער געלוסט. /78:19 און זײ האָבן גערעדט קעגן גאָט, געזאָגט: קען גאָט גרײטן אַ טיש אין דער מדבר?/78:20 יאָ, ער האָט געשלאָגן דעם פֿעלדז, און װאַסער איז געפֿלאָסן, און טײַכן האָבן געפֿלײצט, װעט ער אױך קענען ברױט געבן?צי װעט ער אָנברײטן פֿלײש פֿאַר זײַן פֿאָלק?/78:21 דרום האָט גאָט געהערט, און איז אין כּעס געװאָרן, און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין יעקבֿ, און פֿאַר װאָר, אַ צאָרן איז אױפֿגעגאַנגען אין ישׂראל;/78:22 װײַל זײ האָבן ניט געגלױבט אין גאָט, און זיך ניט פֿאַרזיכערט אױף זײַן הילף. /78:23 און ער האָט באַפֿױלן די װאָלקנס פֿון אױבן, און די טירן פֿון הימל געעפֿנט. /78:24 און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ מן צום עסן, און הימל-תּבֿואה זײ געגעבן. /78:25 ברױט פֿון מלאכים האָט איטלעכער געגעסן, שפּײַז צו זאַט האָט ער זײ אַראָפּגעשיקט. /78:26 ער האָט געמאַכט ציִען דעם מזרח-װינט אין הימל, און געטריבן מיט זײַן שטאַרקײט דעם דָרום-װינט. /78:27 און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ פֿלײש װי שטױב, און װי זאַמד פֿון די ימען פֿױגלען געפֿליגלטע. /78:28 און ער האָט עס געלאָזט פֿאַלן אין מיטן פֿון זײער לאַגער, רונד אַרום זײערע װױנונגען. /78:29 און זײ האָבן געגעסן, און זײַנען איבערזאַט געװאָרן, און זײער תּאװה האָט ער זײ געבראַכט. /78:30 נאָך האָבן זײ זיך ניט געהאַט אָפּגעעקלט פֿון זײער תּאװה, זײער שפּײַז איז נאָך געװען אין זײער מױל, /78:31 און דער צאָרן פֿון גאָט איז אױפֿגעגאַנגען קעגן זײ, און ער האָט געהרגעט פֿון זײערע שטאַרקסטע, און די יונגעלײַט פֿון ישׂראל אַנידערגעלײגט.

/78:32 בײַ אַלעם דעם האָבן זײ װידער געזינדיקט, און ניט געגלױבט אין זײַנע װוּנדער. /78:33 און ער האָט פֿאַרלענדט װי אַ הױך זײערע טעג, און זײערע יאָרן אין אַ בהלה. /78:34 אַז ער האָט זײ געהרגעט, פֿלעגן זײ אים זוכן, און פֿלעגן זיך אומקערן, און פֿאָרשן גאָט. /78:35 און זײ האָבן זיך דערמאָנט אַז גאָט איז זײער פֿעלדז, און גאָט דער אײבערשטער איז זײער אױסלײזער. /78:36 און זײ האָבן אים איבערגעבעטן מיט זײער מױל, און מיט זײער צונג פֿלעגן זײ אים ליגן זאָגן. /78:37 אָבער זײער האַרץ איז ניט געװען פֿעסט מיט אים, און זײ זײַנען ניט געטרײַ געװען אין זײַן בונד. /78:38 נאָר ער איז אַ דערבאַרימער, ער איז מכפּר אױף זינד, און ברענגט ניט אום, און ער האַלט אַ סך אָפּ זײַן כּעס, און דערװעקט ניט זײַן גאַנצן גרימצאָרן. /78:39 און ער האָט זיך דערמאָנט אַז זײ זײַנען פֿלײש, אַ הױך װאָס פֿאַרגײט, און קערט ניט אום.

/78:40 װיפֿיל מאָל האָבן זײ אים װידערשפּעניקט אין מדבר, אים געקרענקט אין דער װיסטע!/78:41 און װידער האָבן זײ געפּרוּװט גאָט, און דעם הײליקן פֿון ישׂראל געערגערט. /78:42 זײ האָבן ניט געדאַכט אָן זײַן האַנט, אָן דעם טאָג װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון פֿײַנט/78:43 װי ער האָט געמאַכט זײַנע צײכנס אין מצרַיִם, און זײַנע װוּנדער אין פֿעלד פֿון צועַן;/78:44 און פֿאַרקערט אין בלוט זײערע טײַכן, און זײערע פֿלוסן, זײ זאָלן ניט קענען טרינקען. /78:45 ער האָט אָנגעשיקט אױף זײ אַ געמיש פֿליגן װאָס האָט זײ אױפֿגעגעסן, און די פֿראָש װאָס האָט זײ פֿאַרװיסט. /78:46 און ער האָט איבערגעגעבן צום גריל זײער געװעקס, און זײער מי צום הײשעריק. /78:47 ער האָט געטײט מיט האָגל זײער װײַנשטאָק, און זײערע װילדע פֿײַגנבײמער מיט פֿראָסט. /78:48 און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום האָגל זײער פֿי, און זײערע סטאַדעס צו בליצן. /78:49 ער האָט אָנגעשיקט אױף זײ דעם בראַנד פֿון זײַן צאָרן, כּעס און גרימצאָרן און לײַד, אַן אָנשיקעניש פֿון בײזע שלוחים. /78:50 ער האָט געמאַכט אַ װעג פֿאַר זײַן צאָרן, ער האָט ניט פֿאַרמיטן פֿון טױט זײער זעל, און ער האָט איבערגעענטפֿערט זײער לעבן צו פּעסט. /78:51 און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער בכָור אין מצרַיִם, די ערשטלינגען פֿון קראַפֿט, אין די געצעלטן פֿון חָם. /78:52 און ער האָט געמאַכט ציִען װי שאָף זײַן פֿאָלק, און זײ געפֿירט װי אַ סטאַדע אין מדבר. /78:53 און ער האָט זײ באַלײט אין זיכערקײט, און זײ האָבן ניט געאַנגסט, און זײערע פֿײַנט האָט צוגעדעקט דער ים. /78:54 און ער האָט זײ געבראַכט צו זײַן הײליקן געמאַרק, צו דעם באַרג װאָס זײַן רעכטע האַנט האָט זיך געשאַפֿן. /78:55 און ער האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ פֿעלקער, און זײ אױסגעװאָרפֿן מיט אַ מעסטשנור פֿאַר אַ נחלה;און געמאַכט רוען אין זײערע געצעלטןדי שבֿטים פֿון ישׂראל.

/78:56 אָבער זײ האָבן געפּרוּװט און װידערשפּעניקט גאָט דעם אױבערשטן, און זײַנע אָנזאָגן האָבן זײ ניט געהיט. /78:57 און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און געפֿעלשט װי זײערע עלטערן, זײ זײַנען פֿאַרקערט געװאָרן װי אַ פֿאַלשער בױגן. /78:58 און זײ האָבן אים דערצערנט מיט זײערע בָמות, און מיט זײערע געצן אים דערבײזערט. /78:59 האָט גאָט געהערט און איז אין כּעס געװאָרן, און ער האָט זײער פֿאַראַכט ישׂראל. /78:60 און ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דעם מִשכּן פֿון שילו, דאָס געצעלט װאָס ער האָט געמאַכט רוען צװישן מענטשן. /78:61 און ער האָט געגעבן אין געפֿאַנגענשאַפֿט זײַן שטאַרקײט, און זײַן פּראַכט אין דער האַנט פֿון פֿײַנט. /78:62 און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום שװערד זײַן פֿאָלק, און האָט אױף זײַן נחלה געצערנט. /78:63 זײערע בחורים האָט פֿאַרצערט אַ פֿײַער, און זײערע יונגפֿרױען זײַנען געבליבן אָן אַ חתונה-ליד. /78:64 זײערע כּהנים זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד, און זײערע אלמנות פֿלעגן צו מאָל ניט באַװײנען.

/78:65 אָבער גאָט האָט אױפֿגעװאַכט װי אַ שלאָפֿעדיקער, אַזױ װי אַ גִבור װאָס ניכטערט זיך אױס פֿון װײַן. /78:66 און ער האָט צוריקגעשלאָגן זײַנע פֿײַנט;אַן אײביקע שאַנד האָט ער זײ געגעבן. /78:67 אָבער ער האָט פֿאַראַכט דאָס געצעלט פֿון יוסף, און דעם שבֿט אפֿרַיִם ניט אױסדערװײלט;/78:68 נאָר אױסדערװײלט דעם שבֿט יהוּדה, דעם באַרג צִיון װאָס ער האָט ליב. /78:69 און ער האָט געבױט װי די הימלען זײַן הײליקטום, װי די ערד װאָס ער האָט געגרונטפֿעסט אױף אײביק. /78:70 און ער האָט אױסדערװײלט דוד זײַן קנעכט, און אים גענומען פֿון די שאָפֿגעהעפֿטן. /78:71 פֿון הינטער די מילכשעפּסן האָט ער אים געבראַכטצו פֿיטערן יעקבֿ זײַן פֿאָלק, און ישׂראל זײַן אַרב. /78:72 ער האָט זײ געפֿיטערט לױט דער ערלעכקײט פֿון זײַן האַרצן, און מיט דער פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון זײַנע הענט זײ געפֿירט.


/79:1 אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. גאָט, פֿעלקער זײַנען געקומען אין דײַן אַרב;זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דײַן הײליקן טעמפּל, זײ האָבן געמאַכט ירושלים פֿאַר הױפֿנס. /79:2 זײ האָבן געגעבן די טױטע לײַבער פֿון דײַנע קנעכטפֿאַר שפּײַז צו דעם פֿױגל פֿון הימל, דאָס פֿלײש פֿון דײַנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד. /79:3 זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער, אַרום ירושלים, און ניט געװען קײן באַגרעבער. /79:4 מיר זײַנען געװאָרן אַ חרפּה בײַ אונדזערע שכנים, אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע. /79:5 ביז װאַנען גאָט װעסטו צערענען נאָכאַנאַנד?װעט ברענען װי פֿײַער דײַן צאָרן?/79:6 גיס אױס דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקערװאָס קענען דיך ניט, און אױף די קיניגרײַכןװאָס רופֿן ניט דײַן נאָמען. /79:7 װאָרום מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ, און זײַן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט. /79:8 זאָלסט אונדז ניט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿריִערדיקע, גיך זאָל אונדז אַנטקעגנקומען דײַן דערבאַרימונג, װאָרום מיר זײַנען געפֿאַלן זײער. /79:9 שטײ אונדז בײַ, גאָט פֿון אונדזער הילף, צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען, און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכפּר אױף אונדזערע זינד, פֿון װעגן דײַן נאָמען. /79:10 נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער:אַװוּ איז זײער גאָט?זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגןדי נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון דײַנע קנעכט. /79:11 זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם, לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט, /79:12 און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם, זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט, גאָט. /79:13 און מיר, דײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג, װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק, אױף דָור-דורות װעלן מיר דערצײלן דײַן לױב.


/80:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים-עדות; פֿון אָסָפֿן אַ מזמור. /80:2 דו פּאַסטוך פֿון ישׂראל, פֿאַרנעם;דו װאָס פֿירסט אַזױ װי שאָף יוסף, דו װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים, שײַן אַרױס. /80:3 פֿאַרױס פֿאַר אפֿרַיִם און בנימין און מנשה דערװעק דײַן גבֿורה, און קום אונדז צו הילף.

/80:4 גאָט, ריכט אונדז װידער אױף, און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.

/80:5 יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, ביז װאַנען װעסטו צערענען אױף דער תּפֿילה פֿון דײַן פֿאָלק?/80:6 האָסט זײ געשפּײַזט מיט ברױט פֿון טרערן, און זײ געמאַכט טרינקען עמערסװײַז טרערן. /80:7 מאַכסט אונדז צום גערײד בײַ אונדזערע שכנים, און אונדזערע שָׂונאים לאַכן זיך אָן.

/80:8 גאָט פֿון צבֿאות, ריכט אונדז װידער אױף, און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.

/80:9 אַ װײַנשטאָק האָסטו אַרױסגעצױגן פֿון מצרַיִם, האָסט פֿאַרטריבן פֿעלקער, און אים אײַנגעפֿלאַנצט. /80:10 האָסט אָפּגעראַמט פֿאַר אים, און ער האָט אײַנגעװאָרצלט זײַנע װאָרצלען, און אָנגעפֿילט דאָס לאַנד. /80:11 די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן פֿון זײַן שאָטן, און זײַנע צװײַגן זײַנען געװען צעדערן פֿון גאָט. /80:12 ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַנע ריטער ביז צום ים, און ביז צום טײַך זײַנע שפּראָצן. /80:13 פֿאַר װאָס האָסטו צעבראָכן זײַנע צאַמען, אַז אַלע װעגגײער זאָלן אים אַרומקלײַבן?/80:14 דער חזר פֿון װאַלד פֿרעסט אים אָפּ, און די װידמענונג פֿון פֿעלד פֿיטערט זיך אױף אים. /80:15 גאָט פֿון צבֿאות, קער זיך אום, איך בעט דיך, לוג פֿון הימל און זע, און גיב אַכט אױפֿן דאָזיקן װײַנשטאָק, /80:16 און באַפֿעסטיק דאָס װאָס דײַן רעכטע האָט אײַנגעפֿלאַנצט, און דערהײב דעם צװײַג װאָס דו האָסט דיר אױסדערװײלט. /80:17 ער איז פֿון פֿײַער פֿאַרברענט, ער איז אָפּגעשניטן;פֿון דעם בײזער פֿון דײַן פּנים גײען זײ אונטער. /80:18 זאָל דײַן האַנט זײַן אױף דעם מאַן פֿון דײַן רעכטער האַנט, אױף דעם מענטשנקינד װאָס דו האָסט דיר אױסדערװײלט, /80:19 אַז מיר זאָלן זיך ניט אָפּקערן פֿון דיר;זאָלסט אונדז אױפֿלעבן, אַז מיר רופֿן דײַן נאָמען.

/80:20 יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, ריכט אונדז װידער אױף, דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.


/81:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון אָסָפֿן. /81:2 זינגט צו גאָט אונדזער שטאַרקײט, שאַלט צו דעם גאָט פֿון יעקבֿ. /81:3 הײבט אױף אַ געזאַנג, און שפּילט אױף אַ פּױק, אױף אַ זיסער האַרף מיט אַ גיטאַר. /81:4 בלאָזט אַ שופֿר אום ראש-חודש, אין האַלב חודש צו אונדזער יום-טובֿ. /81:5 װאָרום דאָס איז אַ חוק פֿאַר ישׂראל, אַ געזעץ פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ. /81:6 אַן עדות אין יוסף האָט ער עס געמאַכט, אַז װען ער איז אַרױס אױף לאַנד מצרַיִם, האָב איך אַ שפּראַך מיר אומבאַקאַנט געהערט.

/81:7 „איך האָב אָפּגעטאָן זײַן רוקן פֿון לאַסט, זײַנע הענט זאָלן אַװעק פֿון דעם טראָגקאָרב. /81:8 האָסט גערופֿן אין נױט, און איך האָב דיך אַרױסגעצױגן, איך האָב דיר געענטפֿערט פֿון דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דונער. איך האָב דיך געפּרוּװט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה. סֶלָה. /81:9 הער, מײַן פֿאָלק, און איך װעל דיך װאָרענען, ישׂראל, װען דו זאָלסט מיר צוהערן!/81:10 קײן אַנדער גאָט זאָל ניט זײַן בײַ דיר, און זאָלסט זיך ניט בוקן צו קײן פֿרעמדן גאָט. /81:11 איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרַיִם;מאַך אױף ברײט דײַן מױלאון איך װעל עס אָנפֿילן. ”

/81:12 אָבער מײַן פֿאָלק האָט ניט צוגעהערט צו מײַן קָול, און ישׂראל האָט ניט אײַנגעװיליקט צו מיר. /81:13 און איך האָב אים פֿרײַ געלאָזט אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן האַרצן, זײ זאָלן גײן לױט זײערע באַראָטן. /81:14 װען מײַן פֿאָלק װאָלט צוהערן צו מיר, װען ישׂראל װאָלט אין מײַנע װעגן גײן!/81:15 איך װאָלט גיך אונטערטעניקט זײערע פֿײַנט, און אױף זײערע דריקער געקערט מײַן האַנט. /81:16 די שָׂונאים פֿון גאָט װאָלטן אײַנגעגאַנגען פֿאַר אים, און זײער שטראָף װאָלט געװען אײביק. /81:17 און אים װאָלט מען געשפּײַזט מיט דעם פֿעטס פֿון װײץ;און פֿון פֿעלדז דיך װאָלט איך מיט האָניק געזעטיקט.


/82:1 אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. גאָט שטײט אין דער עדה פֿון גאָט, אין מיטן פֿון די ריכטער טוט ער משפּטן. /82:2 „ביז װאַנען װעט איר משפּטן אומגערעכט, און שױנען דעם פּנים פֿון די רשָעים? סֶלָה. /82:3 טוט רעכט דעם אָרימאַן און דעם יתום, דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט. /82:4 מאַכט אַנטרינען דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון, פֿון דער האַנט פֿון די רשָעים זײַט מציל. /82:5 זײ װײסן ניט, און זײ פֿאַרשטײען ניט, אין פֿינצטערניש גײען זײ אום;אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום. /82:6 איך װאָלט געזאָגט, געטער זײַט איר, און זין פֿון דעם אױבערשטן זײַט איר אַלע. /82:7 אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן, און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן”.

/82:8 שטײ אױף, גאָט, משפּט די ערד, װאָרום אַלע פֿעלקער זײַנען דײַן אַרב.


/83:1 אַ געזאַנג, אַ מזמור פֿון אָסָפֿן. /83:2 גאָט, ניט זײַ שטיל, זאָלסט ניט פֿאַרשװײַגן און ניט רוען, גאָט. /83:3 װאָרום זע, דײַנע פֿײַנט טומלען, און דײַנע שָׂונאים הײבן אױף דעם קאָפּ. /83:4 אַקעגן דײַן פֿאָלק סוֹדען זײ זיך ליסטיק, און זײ עֵצהן זיך אַקעגן דײַנע באַשיצטע. /83:5 זײ האָבן געזאָגט: קומט, און לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן פֿון זײַן אַ פֿאָלק, אַז מער זאָל ניט געדאַכט װערן דער נאָמען ישׂראל. /83:6 װאָרום זײ האָבן געהאַלטן אַן עצה מיט אײן האַרצן, קעגן דיר אַ בונד טוען זײ שליסן. /83:7 די געצעלטן פֿון אדום, און די ישמעאֵלים, מואָבֿ, און די הַגרים;/83:8 גבֿל, און עמון, און עַמָלק, פּלֶשֶת מיט די באַװױנער פֿון צור. /83:9 אױך אשור האָט זיך באַהעפֿט מיט זײ;זײ זײַנען אַן אָרעם צו די קינדער פֿון לוט. סֶלָה.

/83:10 טו צו זײ אַזױ װי צו מדין, װי צו סיסראָן, װי צו יבֿינען בײַם טײַך קישון, /83:11 װאָס זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן אין עֵין-דֹאר, געװאָרן װי מיסט אױף דער ערד. /83:12 מאַך זײערע אַדללײַט װי עוֹרֵבֿ און װי זאבֿ, און װי זבֿח און װי צלמנע, אַלע זײערע פֿירשטן;/83:13 די װאָס זאָגן: לאָמיר יַרשען פֿאַר אונדזדי װױנונגען פֿון גאָט. /83:14 מײַן גאָט, מאַך זײ װי װירבלשטױב, װי שפּרײ פֿאַרן װינט. /83:15 װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרברענט אַ װאַלד, און װי אַ פֿלאַם װאָס צעפֿלאַקערט די בערג, /83:16 אַזױ זאָלסטו זײ נאָכיאָגן מיט דײַן שטורעם, און מיט דײַן געװיטער זײ דערשרעקן. /83:17 פֿיל זײער פּנים מיט שאַנד, אַז זײ זאָלן זוכן דײַן נאָמען, גאָט. /83:18 זאָלן זײ פֿאַרשעמט און דערשראָקן װערן אױף אײביק, און זאָלן זײ צו שאַנד װערן און אונטערגײן. /83:19 און זאָלן זײ װיסן אַז דו אַלײן װאָס דײַן נאָמען איז יהוה, ביסט דער העכסטער איבער דער גאַנצער ערד.


/84:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור. /84:2 װי ליב זײַנען דײַנע װױנונגען, גאָט פֿון צבֿאות!/84:3 מײַן זעל גאַרט און גײט אױסנאָך די הױפֿן פֿון גאָט;מײַן האַרץ און מײַן לײַב זינגעןצום לעבעדיקן גאָט. /84:4 אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם, און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך, װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע, בײַ דײַנע מזבחות, יהוה פֿון צבֿאות, מײַן קיניג און מײַן גאָט. /84:5 װױל צו די װאָס זיצן אין דײַן הױז;תּמיד װעלן זײ דיך לױבן. סֶלָה.

/84:6 װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר, װאָס דײַנע װעגן זײַנען אין זײער האַרצן. /84:7 דורכגײענדיק דעם טאָל בָכאָ, מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל;יאָ, אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות. /84:8 זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט, זײ װײַזן זיך פֿאַר גאָט אין צִיון.

/84:9 יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם, דו גאָט פֿון יעקבֿ. סֶלָה. /84:10 גאָט אונדזער שילד, זע, און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן. /84:11 װאָרום בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿןאײדער טױזנט [אַנדערש װוּ];איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן גאָט, אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט. /84:12 װאָרום אַ זון און אַ שילד איז גאָט יהוה, חן און כּבֿוד גיט יהוה;ער פֿאַרמײַדט ניט קײן גוטספֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט. /84:13 גאָט פֿון צבֿאות, װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.

/85:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור. /85:2 האָסט באַװיליקט, גאָט, דײַן לאַנד, האָסט אומגעקערט די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ. /85:3 האָסט פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק, האָסט פֿאַרדעקט זײערע אַלע חטאים. סֶלָה. /85:4 האָסט אײַנגעטאָן אַל דײַן רוגז, האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן גרימצאָרן. /85:5 ריכט אונדז װידער אױף, גאָט פֿון אונדזער הילף, און פֿאַרשטער דײַן כּעס קעגן אונדז. /85:6 צי אױף אײביק װעסטו צערענען אױף אונדז?װעסטו ציִען דײַן כּעס אױף דָור-דורות?/85:7 צי װעסטו אונדז ניט אױפֿלעבן װידער, אַז דײַן פֿאָלק זאָל זיך פֿרײען מיט דיר?/85:8 װײַז אונדז, גאָט, דײַן חֶסד, און דײַן הילף זאָלסטו אונדז געבן.

/85:9 איך הער װאָס גאָט יהוה רעדט;פֿאַר װאָר, ער רעדט פֿריד פֿאַר זײַן פֿאָלק און פֿאַר זײַנע פֿרומע;נאָר זײ זאָלן זיך ניט אומקערן צו נאַרישקײט. /85:10 גאָר נאָנט צו זײַנע פֿאָרכטער איז זײַן ישועה, כּדי כּבֿוד זאָל רוען אין אונדזער לאַנד. /85:11 גענאָד און אמת האָבן זיך באַגעגנט, גערעכטיקײט און שלום האָבן זיך צעקושט. /85:12 אמת שפּראָצט פֿון דער ערד, און גערעכטיקײט לוגט פֿון הימל. /85:13 יאָ, גאָט װעט געבן גוטס, און אונדזער לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט. /85:14 גערעכטיקײט װעט גײן אים פֿאַרױס, און קירעװען אין װעג זײַנע טריט.


/86:1 אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. נײַג צו, גאָט, דײַן אױער, ענטפֿער מיר, װאָרום אָרים און באַדערפֿטיק בין איך. /86:2 באַהיט מײַן זעל װאָרום איך בין פֿרום, העלף, דו מײַן גאָט, דײַן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר. /86:3 לײַטזעליק מיך, גאָט, װאָרום צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג. /86:4 דערפֿרײ די זעל פֿון דײַן קנעכט, װאָרום צו דיר, גאָט, הײב איך אױף מײַן זעל. /86:5 װאָרום דו, גאָט, ביסט גוט און פֿאַרגעביק, און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך. /86:6 פֿאַרנעם, גאָט, מײַן תּפֿילה, און האָרך צו דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן. /86:7 אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך, װאָרום דו װעסט מיר ענטפֿערן. /86:8 ניטאָ אַזאַ װי דו, יהוה, צװישן די געטער, און ניטאָ אַזױ װי דײַנע מעשׂים. /86:9 אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט, װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, גאָט, און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען. /86:10 װאָרום גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער, דו גאָט אַלײן. /86:11 לערן מיך, גאָט, דײַן װעג, איך זאָל גײן אין דײַן אמת, אײנציק מײַן האַרץ צו פֿאָרכטן דײַן נאָמען. /86:12 איך װעל דיך לױבן, מײַן גאָט, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, און ערלעכן דײַן נאָמען אױף אײביק. /86:13 װאָרום גרױס איז דײַן חֶסד צו מיר, און האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון דער טיפֿער אונטערערד.

/86:14 גאָט, מוטװיליקע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר, און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן, און זײ האַלט דיך ניט אַנטקעגן זיך. /86:15 אָבער דו יהוה ביסט אַ דערבאַרימדיקער און לײַטזעליקער גאָט, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט. /86:16 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך, גיב דײַן שטאַרקײט צו דײַן קנעכט, און העלף דעם זון פֿון דײַן דינסט. /86:17 מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן, און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן, אַז דו גאָט האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.


/87:1 פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור; אַ ליד. זײַן גרונטפֿעסט איז אױף די הײליקע בערג. /87:2 גאָט האָט ליב די טױערן פֿון צִיוןמער פֿון אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ. /87:3 פּראַכטיקס װערט גערעדט פֿון דיר, דו שטאָט פֿון גאָט. סֶלָה. /87:4 איך דערמאָן רַהַבֿ און בָבֿל פֿאַר מײַנע באַקענטע;אָט איז פּלֶשֶת, און צור מיט כּוּש:„דער דאָזיקער איז אין איר געבאָרן געװאָרן”. /87:5 אָבער פֿון צִיון װערט געזאָגט:„דער און יענער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן, און דער אײבערשטער אַלײן באַפֿעסטיקט זי”. /87:6 גאָט צײלט בײַם פֿאַרשרײַבן די פֿעלקער:דער דאָזיקער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן. סֶלָה. /87:7 יאָ, אַזױ װי פֿלײטנשפּילער זינגעןאַלע מײַנע אינגעװײד, פֿון דיר.


/88:1 אַ געזאַנג; אַ מזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מַחלַת לעַנות; אַ באַטראַכטונג פֿון הֵימָן דעם אֶזרָחי. /88:2 יהוה דו גאָט פֿון מײַן הילף, בעת איך שרײַ בײַ נאַכט פֿאַר דיר, /88:3 זאָל קומען מײַן תּפֿילה פֿאַר דיר;נײַג דײַן אױער צו מײַן רוף. /88:4 װאָרום זאַט מיט אומגליקן איז מײַן זעל, און מײַן לעבן האָט צו דער אונטערערד דערגרײכט. /88:5 איך װער גערעכנט מיט גענידערטע אין גרוב, איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אָן כּוח, /88:6 אַן אָפּגעזונדערטער צװישן מתים;װי דערשלאָגענע װאָס ליגן אין קבֿר, װאָס דו דערמאָנסט זײ ניט מער, און זײ זײַנען פֿון דײַן האַנט פֿאַרשניטן.

/88:7 האָסט מיך אַרײַנגעטאָן אין דער אונטערשטער גרוב. אין פֿינצטערנישן, אין טיפֿענישן. /88:8 אױף מיר האָט זיך אָנגעלײגט דײַן גרימצאָרן, און אַלע דײַנע אינדן דריקסטו אױף מיר. סֶלָה. /88:9 האָסט דערװײַטערט מײַנע באַקענטע פֿון מיר, האָסט מיך געמאַכט אַן אומװערדיקײט בײַ זײ;איך בין אײַנגעשפּאַרט און קען ניט אַרױסגײן. /88:10 מײַן אױג שמאַכט פֿון פּײַן;איך האָב דיך גערופֿן, גאָט, אַלע טאָג, איך האָב אױסגעשפּרײט צו דיר מײַנע הענט. /88:11 װעסטו פֿאַר מתים טאָן װוּנדער?צי די טױטע װעלן אױפֿשטײן דיך לױבן? סֶלָה. /88:12 װעט דערצײלט װערן אין קבֿר דײַן חֶסד?דײַן טרײַשאַפֿט אין אונטערגאַנג?/88:13 װעלן באַקאַנט װערן אין דער פֿינצטערניש דײַנע װוּנדער?און דײַן גערעכטיקײט אין לאַנד פֿון פֿאַרגעסונג?

/88:14 אָבער איך, צו דיר, גאָט, שרײַ איך, און אין פֿרימאָרגן קומט פֿאַר דיר מײַן תּפֿילה. /88:15 פֿאַר װאָס פֿאַרלאָזסטו, גאָט, מײַן זעל?פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים פֿון מיר?/88:16 איך בין געדריקט און גײ אײַן פֿון יוגנט אָן, איך טראָג דײַן אימה, איך בין צעדולט. /88:17 איבער מיר איז דײַן גרימצאָרן אַריבער, דײַנע שרעקענישן האָבן מיך פֿאַרשניטן. /88:18 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי אַ װאַסער אַ גאַנצן טאָג, זײ האָבן אין אײנעם מיך אַרומגענומען. /88:19 האָסט דערװײַטערט פֿון מיר אַ גוטן פֿרײַנט און אַ חבֿר, מײַן באַקענטשאַפֿט איז די פֿינצטערניש.


/89:1 אַ באַטראַכטונג פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי. /89:2 די חסדים פֿון גאָט װעל איך אײביק זינגען, אױף דָור-דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן דײַן טרײַשאַפֿט מיט מײַן מױל. /89:3 װאָרום איך זאָג: אױף אײביק געבױט איז די גענאָד, די הימלען, אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן טרײַשאַפֿט:/89:4 איך האָב געשלאָסן אַ בונד צו מײַן אױסדערװײלטן, איך האָב געשװאָרן צו דוד מײַן קנעכט:/89:5 אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען, און אױף דָור-דורות װעל איך אױפֿבױען דײַן טראָן. סֶלָה.

/89:6 און די הימלען לױבן דײַנע װוּנדער, גאָט, אױך דײַן טרײַשאַפֿט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די הײליקע. /89:7 װאָרום װער אין הימל קען זיך גלײַכן צו יהוה?װער איז געגליכן צו יהוה צװישן די מאַכטיקע? /89:8 גאָט איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע, און מוראדיק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע. /89:9 יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות, װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, יָה?און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר. /89:10 דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצקײט פֿון ים, אַז זײַנע װעלן הײבן זיך, טוסט דו זײ אײַנשטילן. /89:11 דו האָסט צעדריקט װי אַ דערשלאָגענעם, רַהַבֿ, מיט דײַן שטאַרקן אָרעם האָסטו צעשפּרײט דײַנע פֿײַנט. /89:12 דײַן איז דער הימל, דײַן אױך די ערד;די װעלט און איר פֿולקײט, זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט. /89:13 צפֿון און דָרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן, תּבֿור און חרמון זינגען פֿון דײַן נאָמען. /89:14 דו האָסט אַן אָרעם מיט גבֿורה, דײַן האַנט איז שטאַרק, דײַן רעכטע איז דערהױבן. /89:15 רעכט און גערעכטיקײט זײַנען דאָס געשטעל פֿון דײַן טראָן, גענאָד און אמת זײַנען פֿאַר דײַן פּנים. /89:16 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס דײַן לײַטזעליקײט, װאָס גײען, גאָט, אין ליכט פֿון דײַן פּנים. /89:17 מיט דײַן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג, און דורך דײַן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן. /89:18 װאָרום דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט, און דורך דײַן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן. /89:19 װאָרום גאָט, ער איז אונדזער שילד, און דער הײליקער פֿון ישׂראל, ער איז אונדזער קיניג.

/89:20 האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו דײַנע פֿרומע, און האָסט געזאָגט: איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ גִבור, איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק. /89:21 איך האָב געפֿונען דוד מײַן קנעכט, איך האָב מיט מײַן הײליקן אײל אים געזאַלבט;/89:22 אַז מײַן האַנט זאָל זײַן פֿעסט מיט אים, און מײַן אָרעם זאָל אים שטאַרקן. /89:23 קײן פֿײַנט זאָל ניט מאָנען פֿון אים, און קײן באַעַװלער זאָל אים ניט פּײַניקן. /89:24 און איך װעל צעשטױסן זײַנע דריקער פֿון פֿאַר אים, און זײַנע שָׂונאים װעל איך שלאָגן. /89:25 און מײַן טרײַשאַפֿט און מײַן חֶסד װעלן זײַן מיט אים, און דורך מײַן נאָמען װעט דערהױבן װערן זײַן האָרן. /89:26 און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים זײַן האַנט, און אױף די טײַכן זײַן רעכטע. /89:27 ער װעט מיך רופֿן: מײַן פֿאָטער ביסטו, מײַן גאָט, און דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;/89:28 אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן בכָור, פֿאַרן העכסטן איבער די מלכים פֿון דער ערד. /89:29 אױף אײביק װעל איך אים היטן מײַן חֶסד, און מײַן בונד װעט אים בלײַבן געטרײַ. /89:30 און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק זײַן זאָמען, און זײַן טראָן װי די טעג פֿון די הימלען. /89:31 אַז זײַנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה, און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ ניט גײן;/89:32 אַז מײַנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן, און מײַנע געבאָט װעלן זײ ניט היטן;/89:33 װעל איך שטראָפֿן מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך, און מיט פּלאָגן זײער זינד. /89:34 אָבער מײַן חֶסד װעל איך ניט פֿאַרשטערן פֿון אים, און ניט פֿעלשן אָן מײַן טרײַשאַפֿט. /89:35 איך װעל ניט פֿאַרשװעכן מײַן בונד, און דעם אַרױסלאָז פֿון מײַנע ליפּן װעל איך ניט בײַטן. /89:36 אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מײַן הײליקײט:אױב איך װעל פֿעלשן אָן דָוִדן!/89:37 זײַן זאָמען זאָל זײַן אײביק, און זײַן טראָן װי די זון פֿאַר מיר. /89:38 אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן, און װי דער געטרײַער עדות אין הימל. סֶלָה.

/89:39 אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט, האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף דײַן געזאַלבטן. /89:40 האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם בונד פֿון דײַן קנעכט, האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד זײַן קרױן. /89:41 האָסט צעבראָכן אַלע זײַנע צאַמען, האָסט געמאַכט פֿון זײַנע פֿעסטונגען אַ תֶּל. /89:42 צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער, ער איז געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײַנע שכנים. /89:43 האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון זײַנע דריקער, האָסט דערפֿרײט אַלע זײַנע פֿײַנט. /89:44 אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון זײַן שװערד, און האָסט אים ניט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה. /89:45 האָסט פֿאַרשטערט זײַן לױטערקײט, און געשלײַדערט זײַן טראָן צו דער ערד. /89:46 האָסט געקירצט די טעג פֿון זײַן יוגנט, האָסט אים מיט בושה באַדעקט. סֶלָה. /89:47 ביז װאַנען, גאָט, װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד?װעט ברענען װי אַ פֿײַער דײַן גרימצאָרן?/89:48 געדענק, װאָס איז מײַן געדױער;צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער. /89:49 װאָסער מענטש קען לעבן און ניט זען דעם טױט?מאַכן אַנטרינען זײַן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער אונטערערד? סֶלָה. /89:50 װוּ זײַנען דײַנע פֿריִערדיקע חסדים, גאָט, װאָס דו האָסט געשװאָרן דָוִדן אין דײַן טרײַשאַפֿט?/89:51 געדענק, גאָט, די לעסטערונג פֿון דײַנע קנעכט, װאָס איך טראָג אין מײַן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;/89:52 װאָס דײַנע פֿײַנט, גאָט, לעסטערן, װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון דײַן געזאַלבטן.

/89:53 געלױבט איז גאָט אײביק, אָמן און אָמן!


פֿירטער סֵפֿר (90-106)

רעדאַקטירן

/90:1 אַ תּפֿילה פֿון משה דעם געטלעכן מאַן. גאָט, דו ביסט אונדז געװעןאַ באַשיצונג אין אַלע דורות. /90:2 אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן, און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט, און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט, ביסט דו גאָט. /90:3 ברענגסט דעם מענטשן ביז דערשלאָגנקײט, און זאָגסט: טוט תּשובֿה, איר מענטשנקינדער. /90:4 װאָרום טױזנט יאָר איז אין דײַנע אױגןװי דער נעכטיקער טאָג, װען ער איז פֿאַרגאַנגען, און װי אַ װאַך אין דער נאַכט. /90:5 שטראָמסט זײ אַװעק, װי אַ דרעמל װערן זײ;אין פֿרימאָרגן װי גראָז געװאַקסן, /90:6 אין פֿרימאָרגן געבליט און געװאַקסן –צום אָװנט אָפּגעשניטן און פֿאַרדאַרט.

/90:7 װאָרום מיר װערן פֿאַרלענדט אין דײַן כּעס, און אין דײַן גרימצאָרן װערן מיר פֿאַרכאַפּט. /90:8 האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר, אונדזערע פֿאַרבאָרגענישן פֿאַרן ליכט פֿון דײַן פּנים. /90:9 װאָרום אַלע אונדזערע טעג פֿאַרגײען אין דײַן גרימצאָרן, מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אַזױ װי אַ הױך. /90:10 די טעג פֿון אונדזערע יאָרן, זײ זײַנען זיבעציק יאָר, און אַז אין גבֿורה, איז אַכציק יאָר;און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק;װאָרום גיך פֿאַרגײט עס, און מיר פֿליִען אַװעק.

/90:11 װער פֿאַרשטײט די מאַכט פֿון דײַן כּעס, אַז װי דײַן מוֹראדיקײט אַזױ איז דײַן גרימצאָרן?/90:12 לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג, כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

/90:13 קער זיך אום, גאָט – װי לאַנג נאָך? –און דערבאַרים זיך אױף דײַנע קנעכט. /90:14 זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט דײַן חֶסד, כּדי מיר זאָלן זינגען און זײַן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג. /90:15 דערפֿרײ אונדז װי די טעג װאָס דו האָסט אונדז געפּײַניקט, די יאָרן װאָס מיר האָבן געזען בײז. /90:16 זאָל באַװיזן װערן דײַן טוּונג צו דײַנע קנעכט, און דײַן פּראַכט אױף זײערע קינדער. /90:17 און זאָל די ליבלעכקײט פֿון יהוה אונדזער גאָט זײַן אױף אונדז;און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.


/91:1 דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון אױבערשטן, װאָס אין שאָטן פֿון אַלמאַכטיקן װײַלסטו, /91:2 איך זאָג אױף יהוה, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונגמײַן גאָט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים, /91:3 אַז ער װעט דיך מציל זײַן פֿון פֿױגלפֿאַנגערס נעץ, פֿון דער פּעסט פֿון פֿאַרטיליקונג. /91:4 מיט זײַן פֿלעדער װעט ער דיך באַשירעמען, און אונטער זײַנע פֿליגלען װעסטו זיך שיצן;אַ שילד און אַ פּאַנצער איז זײַן טרײַשאַפֿט.

/91:5 װעסט ניט מורא האָבן פֿאַר אַ שרעק פֿון דער נאַכט, פֿאַר אַ פֿײַל װאָס פֿליט בײַ טאָג;/91:6 פֿאַר אַ פּעסט װאָס גײט אום אין דער פֿינצטער, פֿאַר אַ מגפֿה װאָס פֿאַרװיסט אין מיטן טאָג. /91:7 דיר פֿון זײַט װעלן פֿאַלן טױזנט, און צען טױזנט פֿון דײַן רעכטער האַנט, –צו דיר װעט עס ניט גענענען. /91:8 בלױז מיט דײַנע אױגן װעסטו אָנקוקן, און די באַצאָלונג פֿון די רשָעים װעסטו זען. /91:9 װײַל דו האָסט געזאָגט: גאָט איז מײַן באַשיצונג, געמאַכט דעם אױבערשטן פֿאַר דײַן באַשירעמונג. /91:10 דיך װעט ניט טרעפֿן קײן בײז, און קײן פּלאָג װעט ניט גענענען צו דײַן געצעלט. /91:11 װאָרום זײַנע מלאכים װעט ער באַפֿעלן װעגן דיר, דיך צו היטן אין אַלע דײַנע װעגן. /91:12 אױף די הענט װעלן זײ דיך טראָגן, טאָמער װעסטו אָפּשלאָגן אָן אַ שטײן דײַן פֿוס. /91:13 אױף לײבן און פּיפּערנאָטערס װעסטו שפּרײַזן, װעסט צעטרעטן יונגלײבן און שלענג.

/91:14 װײַל ער האָט געגלוסט צו מיר, װעל איך אים מאַכן אַנטרינען;איך װעל אים דערהײכן, װײַל ער קען מײַן נאָמען. /91:15 ער װעט מיך רופֿן, און איך װעל אים ענטפֿערן, איך װעל זײַן מיט אים אין אַ צרה, איך װעל אים דערלײזן, און אים ברענגען צו כּבֿוד. /91:16 מיט לאַנגע יאָרן װעל איך אים זעטן, און װעל אים װײַזן מײַן הילף.


/92:1 אַ מזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת. /92:2 גוט איז צו לױבן גאָט, און זינגען צו דײַן נאָמען, דו העכסטער;/92:3 צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסדאון דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט, /92:4 אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר, מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף. /92:5 װאָרום האָסט מיך דערפֿרײט, גאָט, מיט דײַן װערק, איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון דײַנע הענט. /92:6 װי גרױס זײַנען דײַנע מעשׂים, גאָט!טיף ביז גאָר זײַנען דײַנע טראַכטונגען. /92:7 דער בהֵמישער מענטש װײס ניט, און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס ניט. /92:8 אַז די רשָעים שפּראָצן װי גראָז, און עס בליִען אַלע טוער פֿון אומרעכט, איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק. /92:9 אָבער דו ביסט דערהױבןאױף אײביק, גאָט. /92:10 װאָרום אָט דײַנע פֿײַנט, גאָט, װאָרום אָט דײַנע פֿײַנט װעלן אונטערגײן, צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט. /92:11 און האָסט דערהײכט װי בײַ אַ װיזלטיר מײַן האָרן;איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל. /92:12 און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע לױערער;אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר, הערן מײַנע אױערן זיך אָן.

/92:13 דער צדיק װעט בליִען װי אַ טײטלבױם, װי אַ צעדערבױם אין לבֿנון װעט ער װאַקסן. /92:14 אײַנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון יהוה, אין די הױפֿן פֿון אונדזער גאָט װעלן זײ בליִען. /92:15 זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער, פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ זײַן;/92:16 צו דערצײלן אַז גאָט איז רעכטפֿאַרטיק, מײַן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים ניטאָ.


/93:1 גאָט טוט קיניגן;ער האָט זיך מיט גרױסקײט באַקלײדט; גאָט האָט זיך אָנגקלײדט, מיט שטאַרקײט זיך אָנגעגורט;אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך ניט װאַקלען. /93:2 פֿעסט שטײט דײַן טראָן פֿון אַ מאָל, פֿון אײביק אָן ביסטו. /93:3 די טײַכן, גאָט, האָבן אױפֿגעהױבן, די טײַכן האָבן אױפֿגעהױבן זײער קָול;די טײַכן הײבן אױף זײער גערױש. /93:4 מער פֿון די קולות פֿון װאַסערן גרױסע, פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים, איז מאַכטיק גאָט אין דער הײך. /93:5 דײַנע אָנזאָגן זײַנען זיכער ביז גאָר;פֿאַר דײַן הױז פּאַסט זיך הײליקײט, גאָט, אױף אײביקע טעג.


/94:1 יהוה דו גאָט פֿון נקמות, גאָט פֿון נקמות, שײַן אַרױס!/94:2 דערהײב זיך, דו ריכטער פֿון דער ערד, קער אום פֿאַרגעלטונג צו די שטאָלצע. /94:3 ביז װאַנען װעלן די רשָעים, גאָט, ביז װאַנען װעלן די רשָעים זיך פֿרײען?/94:4 זײ גאַװערן, זײ רעדן פֿאַרשײַט, זײ רימען זיך, אַלע טוער פֿון אומרעכט. /94:5 דײַן פֿאָלק, גאָט, צעדריקן זײ, און זײ פּײַניקן דײַן אַרב. /94:6 די אלמנה און דעם פֿרעמדן הרגען זײ, און יתומים טײטן זײ. /94:7 און זײ זאָגן: יָה װעט ניט זען, און דער גאָט פֿון יעקבֿ װעט ניט מערקן.

/94:8 באַטראַכט, איר פֿאַרגרעבטע אין פֿאָלק, און איר נאַרן, װען װעט איר קלוג װערן?/94:9 דער װאָס פֿלאַנצט דאָס אױער, צי װעט ער ניט הערן?דער װאָס פֿורעמט דאָס אױג, צי װעט ער ניט זען?/94:10 דער װאָס װאָרנט די פֿעלקער, צי װעט ער ניט שטראָפֿן?ער װאָס לערנט דעם מענטשן װיסן. /94:11 גאָט װײס די מחשבֿות פֿון דעם מענטשן, אַז זײ זײַנען נישטיק.

/94:12 װױל צו דעם מאַן װאָס דו מוסערסט אים, גאָט, און פֿון דײַן תּורה טוסטו אים לערנען;/94:13 כּדי אים צו באַרוען אין טעג פֿון בײז, ביז אַ גרוב װעט געגראָבן װערן פֿאַרן רָשע. /94:14 װאָרום גאָט װעט ניט אַװעקװאַרפֿן זײַן פֿאָלק, און זײַן אַרב ניט פֿאַרלאָזן. /94:15 װאָרום צום גערעכטן װעט זיך אומקערן דאָס רעכט, און נאָך אים װעלן גײן אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער. /94:16 װער װעט אױפֿשטײן פֿאַר מיר אַקעגן די שלעכטסטוער?װער װעט זיך שטעלן פֿאַר מיר אַקעגן די טוער פֿון אומרעכט?/94:17 װען ניט גאָט װאָלט מיר אַ הילף געװען, װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מײַן זעל. /94:18 װען איך זאָג: מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס, לענט מיך אונטער, גאָט, דײַן חֶסד. /94:19 בײַ מײַנע פֿיל זאָרגענישן אין מיר, קװיקן דײַנע טרײסטונגען מײַן זעל.

/94:20 קען זיך חבֿרן צו דיר דער טראָן פֿון פֿאַרברעכן, װאָס פֿורעמט אומגליק דורך געזעץ?/94:21 זײ קלײַבן זיך אױף דעם נפֿש פֿון צדיק, און אומשולדיק בלוט פֿאַרמשפּטן זײ. /94:22 אָבער יהוה איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿעסטונג, און מײַן גאָט צום פֿעלדז פֿון מײַן באַשיצונג. /94:23 און ער האָט אומגעקערט אױף זײ זײער אומרעכט, און דורך זײער בײז טוט ער זײ פֿאַרשנײַדן;פֿאַרשנײַדן טוט זײ יהוה אונדזער גאָט.


/95:1 קומט, לאָמיר זינגען צו גאָט, לאָמיר שאַלן צום פֿעלדז פֿון אונדזער הילף. /95:2 לאָמיר קומען פֿאַר זײַן פּנים מיט דאַנק, מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים. /95:3 װאָרום אַ גרױסער גאָט איז יהוה, און אַ גרױסער מלך איבער אַלע געטער, /95:4 װאָס אין זײַן האַנט זײַנען די גרונטן פֿון דער ערד, און די הײכן פֿון די בערג זײַנען זײַנע;/95:5 װאָס דער ים איז זײַנער, און ער האָט אים געמאַכט;און די יבשה האָבן געפֿורעמט זײַנע הענט. /95:6 קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן, לאָמיר קניִען פֿאַר יהוה אונדזער באַשעפֿער. /95:7 װאָרום ער איז אונדזער גאָט, און מיר דאָס פֿאָלק פֿון זײַן פֿיטערונג, און די שאָף פֿון זײַן האַנט;װען איר װאָלט הײַנט צוהערן צו זײַן קָול!/95:8 מאַכט ניט האַרט אײַער האַרץ װי בײַ מריבֿה, װי אין טאָג פֿון מַסָה אין דער מדבר, /95:9 בעת אײַערע עלטערן האָבן מיך געפּרוּװט, מיך פּראָבירט, הגם זײ האָבן געזען מײַן װערק. /95:10 פֿערציק יאָר האָב איך מיך געעקלט מיטן דָור, און האָב געזאָגט: אַ פֿאָלק מיט פֿאַרפֿירטע הערצער זײַנען זײ, און זײ װײסן ניט מײַנע װעגן; /95:11 װאָס דרום האָב איך געשװאָרן אין מײַן צאָרן, אױב זײ װעלן קומען אין מײַן רוּונג !


/96:1 זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, זינגט צו גאָט, די גאַנצע ערד. /96:2 זינגט צו גאָט, בענטשט זײַן נאָמען, זאָגט אָן פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה. /96:3 דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד, צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער. /96:4 װאָרום גרױס איז יהוה, און זײער געלױבט, ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע געטער;/96:5 װאָרום די געטער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק, און יהוה האָט די הימלען געמאַכט. /96:6 גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים, שטאַרקײט און פּראַכט אין זײַן הײליקטום.

/96:7 גיט צו גאָט, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער, גיט צו גאָט כּבֿוד און שטאַרקײט. /96:8 גיט צו גאָט דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען, ברענגט אַ געשאַנק, און קומט אין זײַנע הױפֿן. /96:9 בוקט זיך צו גאָט מיט הײליקן אָפּשײַ, ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד.

/96:10 זאָגט צװישן די פֿעלקער: גאָט טוט קיניגן;אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך ניט װאַקלען, ער װעט משפּטן די פֿעלקער מיט יושר. /96:11 זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און זאָל לוסטיק זײַן די ערד, זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט. /96:12 זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין;דענצמאָל זאָלן זינגען אַלע בײמער פֿון װאַלד;/96:13 פֿאַר גאָט, װאָרום ער קומט, װאָרום ער קומט משפּטן די ערד;ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, און די פֿעלקער מיט זײַן װאָרהאַפֿטיקײט.


/97:1 גאָט טוט קיניגן, זאָל לוסטיק זײַן די ערד, זאָלן זיך פֿרײען די פֿיל אינדזלען. /97:2 װאָלקן און נעבל זײַנען אַרום אים, רעכט און גערעכטיקײט דאָס געשטעל פֿון זײַן טראָן. /97:3 אַ פֿײַער גײט אים פֿאַרױס, און פֿאַרברענט רונד אַרום זײַנע פֿײַנט. /97:4 זײַנע בליצן באַלײַכטן די װעלט;עס זעט די ערד, און זי ציטערט. /97:5 די בערג צעגײען װי װאַקס פֿאַר גאָט, פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד. /97:6 די הימלען דערצײלן זײַן גערעכטיקײט, און אַלע פֿעלקער זעען זײַן כּבֿוד.

/97:7 צו שאַנד װערן אַלע געצנדינער, װאָס רימען זיך מיט נישטיקײטן;עס בוקן זיך צו אים אַלע געטערט. /97:8 צִיון הערט און זי פֿרײט זיך, און לוסטיק זײַנען די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה, פֿון װעגן דײַנע משפּטים, יהוה. /97:9 װאָרום דו יהוה ביסט דער העכסטער איבער דער גאַנצער ערד, הױך דערהױבן איבער אַלע געטער.

/97:10 איר ליבהאָבער פֿון גאָט, האָט פֿײַנט שלעכטס!ער היט די נפֿשות פֿון זײַנע פֿרומע, פֿון דער האַנט פֿון רשָעים איז ער זײַ מציל. /97:11 אַ ליכט איז פֿאַרזײט פֿאַרן צדיק, און פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הערצער אַ פֿרײד. /97:12 פֿרײט זיך, איר צדיקים, מיט גאָט, און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.


/98:1 אַ מזמור. זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, װאָרום װוּנדער האָט ער געטאָן;זײַן רעכטע האַנט האָט אים געהאָלפֿן, און זײַן הײליקער אָרעם. /98:2 גאָט האָט געלאָזט װיסן זײַן ישועה, פֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער האָט ער אַנטפּלעקט זײַן גערעכטיקײט. /98:3 ער האָט געדאַכט אָן זײַן חֶסד און זײַן טרײַשאַפֿטצו דעם הױז פֿון ישׂראל; אַלע עקן פֿון דער ערד האָבן געזעןדי ישועה פֿון אונדזער גאָט.

/98:4 שאַלט צו גאָט, די גאַנצע ערד, ברעכט אױס און זינגט און שפּילט. /98:5 שפּילט צו גאָט אױף אַ האַרף, אױף אַ האַרף מיט אַ קָול פֿון געזאַנג. /98:6 מיט טרומײטן און אַ קָול פֿון שופֿרשאַלט פֿאַר גאָט דעם מלך.

/98:7 זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט, די װעלט און די װױנער אין איר. /98:8 די טײַכן זאָלן קלאַפּן די הענט, די בערג זאָלן זינגען אין אײנעם;/98:9 פֿאַר גאָט, װאָרום ער קומט משפּטן די ערד;ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, און די פֿעלקער מיט יושר.


/99:1 גאָט טוט קיניגן, זאָלן ציטערן די פֿעלקער;ער טראָנט איבער די כּרובֿים, זאָל זיך װאַקלען די ערד. /99:2 גאָט איז גרױס אין צִיון, און ער איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער. /99:3 זאָלן זײ לױבן דײַן גרױסן און פֿאָרכטיקן נאָמען – הײליק איז ער! –/99:4 און די שטאַרקײט פֿון דעם מלך װאָס האָט ליב גערעכטיקײט. דו האָסט אױפֿגעשטעלט יושר, רעכט און גערעכטיקײט האָסטו אין יעקבֿ געטאָן. /99:5 דערהײבט יהוה אונדזער גאָט, און בוקט זיך צו זײַן פֿוסבענקל – הײליק איז ער!

/99:6 משה און אַהרֹן זײַנען געװען צװישן זײַנע כּהנים, און שמואל צװישן די װאָס רופֿן זײַן נאָמען;זײ פֿלעגן רופֿן צו גאָט, און ער פֿלעגט זײ ענטפֿערן. /99:7 אין אַ װאָלקנזײַל פֿלעגט ער רעדן צו זײ;זײ האָבן געהיט זײַנע אָנזאָגן, און דאָס געזעץ װאָס ער האָט זײ געגעבן. /99:8 יהוה אונדזער גאָט, דו האָסט זײ געענטפֿערט:אַ פֿאַרגעביקער גאָט ביסטו זײ געװען, און האָסט זיך נוקם געװען פֿון זײערט װעגן. /99:9 דערהײבט יהוה אונדזער גאָט, און בוקט זיך צו זײַן הײליקן באַרג, װאָרום הײליק איז יהוה אונדזער גאָט.

/100:1 אַ מזמור פֿון דאַנקגעבונג. שאַלט צו גאָט, די גאַנצע ערד. /100:2 דינט גאָט מיט שִׂמחה, קומט פֿאַר אים מיט געזאַנג. /100:3 װײסט אַז יהוה, ער איז גאָט;ער האָט אונדז באַשאַפֿן, און זײַנע זײַנען מיר, זײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון זײַן פֿיטערונג. /100:4 קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק, אין זײַנע הױפֿן מיט לױב;גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען. /100:5 װאָרום גוט איז גאָט, אױף אײביק איז זײַן חֶסד, און ביז דָור-דורות זײַן טרײַשאַפֿט.


/101:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גענאָד און גערעכטיקײט װעל איך באַזינגען, צו דיר גאָט װעל איך זינגען. /101:2 איך אַכט אױפֿן ערלעכן װעג;װען װעסטו קומען צו מיר?איך גײ אום אין מײַן הױזאין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן. /101:3 איך האַלט ניט פֿאַר מײַנע אױגןאַ נידערטרעכטיקע זאַך;דאָס טאָן פֿון די אָפּקערערס האָב איך פֿײַנט, עס טוט זיך ניט באַהעפֿטן אָן מיר. /101:4 אַ קרום האַרץ איז אָפּגעטאָן פֿון מיר, פֿון שלעכטיקײט װײס איך ניט. /101:5 דער װאָס באַרעדט אין פֿאַרבאָרגעניש זײַן חבֿר, אים האַק איך אָפּ;דער װאָס האָט האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ, אים קען איך ניט לײַדן. /101:6 מײַנע אױגן זײַנען אױף די געטרײַע פֿון לאַנד, זײ זאָלן זיצן מיט מיר;דער װאָס גײט אױפֿן װעג פֿון ערלעכקײט, ער איז אין מײַן דינסט. /101:7 אין מײַן הױז טאָר ניט זיצןדער װאָס באַגײט באַטרוג; דער װאָס רעדט ליגנסדער װאָס רעדט ליגנסקען ניט באַשטײן פֿאַר מײַנע אױגן. אַלע פֿרימאָרגן פֿאַרשנײַד איךאַלע רשָעים פֿון לאַנד, כּדי צו פֿאַרשנײַדן פֿון גאָטס שטאָטאַלע טוער פֿון אומרעכט.


/102:1 אַ תּפֿילה פֿאַר דעם געדריקטן װען ער פֿאַרגײט זיך, און ער גיסט אױס פֿאַר גאָט זײַן קלאָג. /102:2 גאָט, הער צו מײַן תּפֿילה, און מײַן געשרײ זאָל קומען צו דיר. /102:3 זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, אין טאָג פֿון מײַן נױט נײַג דײַן אױער צו מיר, אין טאָג װאָס איך רוף, ענטפֿער מיר גיך. /102:4 װאָרום אַזױ װי רױך פֿאַרגײען מײַנע טעג, און מײַנע בײנער זײַנען װי אַן אױװן צעברענט. /102:5 צעקלאַפּט װי גראָז און פֿאַרטריקנט איז מײַן האַרץ, װאָרום איך פֿאַרגעס צו עסן מײַן ברױט. /102:6 פֿון װעגן די קולות פֿון מײַן קרעכצןאיז מײַן געבײן צוגעקלעפּט צו מײַן הױט. /102:7 איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מדבר, איך בין געװאָרן װי אַן אײַל פֿון די חורבֿות. /102:8 איך בין װאַך נאָכאַנאַנד און בין געװאָרןװי אַן עלנדער פֿױגל אױף אַ דאַך. /102:9 אַ גאַנצן טאָג לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט, די װאָס װילדעװען קעגן מיר, שילטן זיך מיט מיר. /102:10 װאָרום אַש האָב איך אַזױ װי ברױט געגעסן, און מײַנע טראַנקען האָב איך מיט געװײן געמישט. /102:11 פֿון װעגן דײַן כּעס און דײַן צאָרן; װאָרום האָסט מיך אױפֿגעהױבן און מיך אַװעקגעשלײַדערט. /102:12 מײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס נײַגט זיך, און אַזױ װי גראָז טריקן איך אײַן.

/102:13 אָבער דו גאָט טראָנסט אױף אײביק, און דײַן געדעכעניש איז אױף דָור-דורות. /102:14 דו װעסט אױפֿשטײן און זיך דערבאַרימען אױף צִיון, װאָרום עס איז צײַט זי צו לײַטזעליקן, װאָרום געקומען איז די שעה. /102:15 װאָרום דײַנע קנעכט גאַרן נאָך אירע שטײנער, און איר שטױב האָבן זײ ליב. /102:16 און די פֿעלקער װעלן פֿאָרכטן דעם נאָמען פֿון גאָט, און אַלע מלכים פֿון דער ערד דײַן פּראַכט, /102:17 װען גאָט האָט אױפֿגעבױט צִיון, זיך באַװיזן אין זײַן פּראַכט;/102:18 זיך געקערט צו דער תּפֿילה פֿון דעם עלנדן, און ניט פֿאַראַכט זײער תּפֿילה.

/102:19 דאָס װעט פֿאַרשריבן װערן פֿאַרן שפּעטערדיקן דָור, און דאָס פֿאָלק װאָס װעט באַשאַפֿן װערן, װעט לױבן גאָט. /102:20 װאָרום ער האָט אַראָפּגעקוקט פֿון זײַן הײליקער הײך; גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף דער ערד, /102:21 צו הערן דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם, פֿרײַ צו מאַכן די אָנגעברײטע צום טױט. /102:22 כּדי מע זאָל דערצײלן אין צִיון גאָטס נאָמען, און זײַן לױב אין ירושלים, /102:23 װען די פֿעלקער זאַמלען זיך אײַן אין אײנעם, און די קיניגרײַכן צו דינען גאָט.

/102:24 ער האָט אָפּגעשלאַפֿט אין װעג מײַן כּוח, ער האָט געקירצט מײַנע טעג. /102:25 איך זאָג: מײַן גאָט, זאָלסט מיך ניט אַװעקנעמען אין העלפֿט פֿון מײַנע טעג, דו װאָס אױף דָור-דורות זײַנען דײַנע יאָרן. /102:26 לאַנג צוריק האָסטו די ערד געגרונטפֿעסט, און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען די הימלען. /102:27 זײ װעלן אונטערגײן, און דו װעסט באַשטײן, יאָ, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעקריכן, װי אַ מלבוש װעסטו זײ בײַטן, און זײ װעלן פֿאַרגײן;/102:28 אָבער דו ביסט דער אײגענער, און דײַנע יאָרן װעלן זיך ניט ענדיקן. /102:29 די קינדער פֿון דײַנע קנעכט װעלן בלײַבן, און זײער זאָמען װעט שטײן פֿעסט פֿאַר דיר.


/103:1 פֿון דָוִדן. /103:2 לױב, מײַן זעל, גאָט, און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען. לױב גאָט, מײַן זעל, און זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;/103:3 דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד דײַנע, װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן דײַנע;/103:4 װאָס לײזט אױס פֿון גרוב דײַן לעבן, װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרימונג;/103:5 װאָס זעטיקט מיט גוטס דײַן עלטער, װי אַן אָדלער באַנײַט זיך די יוגנט דײַנע.

/103:6 גאָט טוט גערעכטיקײטן, און רעכט צו אַלע געדריקטע. /103:7 ער האָט געלאָזט װיסן משהן זײַנע װעגן, די קינדער פֿון ישׂראל זײַנע מעשׂים. /103:8 גאָט איז דערבאַרימדיק און לײַטזעליק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד. /103:9 ניט שטענדיק װעט ער קריגן, און ניט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס. /103:10 ניט לױט אונדזערע חטאים האָט ער אונדז געטאָן, און ניט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן. /103:11 װאָרום װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד, אַזױ איז שטאַרק זײַן חֶסד צו די װאָס פֿאָרכטן אים. /103:12 װי מזרח איז װײַט פֿון מערבֿ, אַזױ האָט ער דערװײַטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן. /103:13 װי אַ פֿאָטער דערבאַרימט זיך אױף זײַנע קינדער, אַזױ דערבאַרימט זיך גאָט אױף די װאָס פֿאָרכטן אים. /103:14 װאָרום ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג, ער געדענקט אַז מיר זײַנען שטױב. /103:15 דער מענטש – אַזױ װי גראָז זײַנען זײַנע טעג, װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד, אַזױ שפּראָצט ער. /103:16 װאָרום אַ װינט גײט אַריבער אױף אים, און ער איז ניטאָ, און זײַן אָרט קען אים ניט מער. /103:17 אָבער דער חֶסד פֿון גאָט איז פֿון אײביק ביז אײביקאױף די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײַן גערעכטיקײט צו קינדסקינדער;/103:18 צו די װאָס היטן זײַן בונד, און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.

/103:19 גאָט האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט זײַן טראָן, און זײַן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ. /103:20 לױבט גאָט, זײַנע מלאכים, איר שטאַרקע גיבורים װאָס טוט זײַן װאָרט, בײַם הערן דעם קָול פֿון זײַן װאָרט. /103:21 לױבט גאָט, אַלע זײַנע חילות, זײַנע משרתים װאָס טוט זײַן רָצון. /103:22 לױבט גאָט, אַלע זײַנע װערק, אין אַלע ערטער פֿון זײַן געװעלטיקײט;לױב גאָט, מײַן זעל.


/104:1 לױב גאָט, מײַן זעל;יהוה מײַן גאָט, ביסט גרױס ביז גאָר, אין גלאַנץ און שײנקײט ביסטו אָנגעקלײדט. /104:2 דער װאָס װיקלט זיך אין ליכט װי אין אַ מאַנטל, װאָס שפּרײט אױס די הימלען װי אַ פֿאָרהאַנג. /104:3 װאָס באַלקנט מיט װאַסער זײַנע אױבערשטובן; װאָס מאַכט װאָלקנס פֿאַר זײַן רײַטװאָגן, װאָס גײט אױף די פֿליגלען פֿון װינט. /104:4 װאָס מאַכט זײַנע שלוחים די װינטן, זײַנע משרתים – פֿלאַקעריק פֿײַער. /104:5 ער האָט געגרונטפֿעסט די ערד אױף אירע געשטעלן, זי זאָל זיך ניט װאַקלען, אײביק און שטענדיק. /104:6 דעם תּהָום, אים האָסטו װי אַ קלײד איבערגעדעקט;איבער די בערג זײַנען געשטאַנען די װאַסערן. /104:7 פֿון דײַן אָנגעשרײ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, פֿון קָול פֿון דײַן דונער האָבן זײ אַװעקגעאײַלט –/104:8 בערג האָבן זיך אױפֿגעהױבן, טאָלן האָבן גענידערט –צו דעם אָרט װאָס דו האָסט געגרונטפֿעסט פֿאַר זײ. /104:9 האָסט געמאַכט אַ גבֿול װאָס זײ זאָלן ניט אַריבערגײן, כּדי זײ זאָלן ניט װידער באַדעקן די ערד.

/104:10 ער איז דער װאָס שיקט קװאַלן אין די טאָלן, זײ זאָלן גײן צװישן די בערג. /104:11 זײ טרינקען אָן אַלע חיות פֿון פֿעלד, די װאַלדאײזלען שטילן זײער דאָרשט. /104:12 לעבן זײ רוען די פֿױגלען פֿון הימל, פֿון צװישן די צװײַגן גיבן זײ אַרױס אַ קָול. /104:13 ביסט דער װאָס טרינקט אָן די בערג פֿון זײַנע אױבערשטובן;פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַנע טוּונגען װערט געזעטיקט די ערד.

/104:14 ער מאַכט שפּראָצן גראָז פֿאַר דער בהמה, און הײ פֿאַר די אַרבעטפֿי פֿון דעם מענטשן, כּדי אַרױסצוציִען ברױט פֿון דער ערד;/104:15 און װײַן װאָס דערפֿרײט דעם מענטשנס האַרץ, צו מאַכן גלאַנצן דעם פּנים מער װי אײל; און ברױט װאָס לענט אונטער דעם מענטשנס האַרץ. /104:16 די בײמער פֿון גאָט זעטן זיך אָן, די צעדערן פֿון לבֿנון װאָס ער האָט געפֿלאַנצט, /104:17 װאָס דאָרטן נעסטן די פֿױגלען; דער שטאָרך, זײַן הױז זײַנען ציפּרעסן. /104:18 די הױכע בערג זײַנען פֿאַר די שטײנבעק, די פֿעלדזן אַ באַשיצונג פֿאַר די קיניגלס. /104:19 ער האָט געמאַכט די לבֿנה פֿאַר די צײַטן;די זון װײס איר אונטערגאַנג. /104:20 מאַכסט פֿינצטערניש, און עס װערט נאַכט, אין איר װידמענען זיך אַלע חיות פֿון פֿעלד. /104:21 די יונגלײבן ברילן נאָך רױב, און בעטן פֿון גאָט זײער שפּײַז. /104:22 גײט אױף די זון, װערן זײ אײַנגעטאָן, און זײ הױערן אין זײערע נאָרעס. /104:23 גײט אַרױס דער מענטש צו זײַן װערק, און צו זײַן אַרבעט ביז אָװנט.

/104:24 װי פֿיל זײַנען דײַנע װערק, גאָט!זײ אַלע האָסטו מיט חכמה געמאַכט;די גאַנצע ערד איז פֿול מיט דײַן באַשאַף. /104:25 אָן איז דער ים, גרױס און ברײט, דאָרט איז אַ װידמענונג אָן אַ צאָל, חיות גרױסע מיט קלײנע. /104:26 דאָרט גײען אום שיפֿן;דער לִויָתן װאָס דו האָסט באַשאַפֿן זיך צו שפּילן דערין. /104:27 זײ אַלע קוקן אױס צו דיר, צו געבן זײער שפּײַז אין איר צײַט. /104:28 גיסטו זײ, קלײַבן זײ אױף, עפֿנסט דײַן האַנט, זעטן זײ זיך מיט גוטס. /104:29 פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, װערן זײ פֿאַרכאַפּט, טוסט אײַן זײער אָטעם, פֿאַרגײען זײ, און קערן זיך אום צו זײער שטױב. /104:30 שיקסט אַרױס דײַן אָטעם, װערן זײ באַשאַפֿן, און דו באַנײַסט דעם פּנים פֿון דער ערד.

/104:31 זאָל דער כּבֿוד פֿון גאָט זײַן אױף אײביק!זאָל גאָט זיך פֿרײען מיט זײַנע װערק!/104:32 דער װאָס קוקט אָן די ערד, און זי ציטערט, װאָס רירט אָן די בערג, און זײ רײכערן. /104:33 איך װעל זינגען צו יהוה כּל-זמן איך לעב, איך װעל שפּילן צו מײַן גאָט װי לאַנג איך בין. /104:34 זאָל אים געזיסט זײַן מײַן רעדן;איך פֿרײ זיך מיט גאָט. /104:35 זאָלן די זינדיקע פֿאַרלענדט װערן פֿון דער ערד, און די רשָעים זאָלן מער ניט זײַן. לױב גאָט, מײַן זעל, הַלְלוּיָה.


/105:1 גיט אַ דאַנק צו גאָט, רופֿט זײַן נאָמען, לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען. /105:2 זינגט צו אים, שפּילט צו אים, רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער. /105:3 רימט אײַך מיט זײַן הײליקן נאָמען;זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן גאָט. /105:4 פֿאָרשט גאָט און זײַן שטאַרקײט, זוכט זײַן פּנים תּמיד. /105:5 דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן, זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל, /105:6 איר זאָמען פֿון אבֿרהם זײַן קנעכט, איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע.

/105:7 ער איז יהוה אונדזער גאָט, איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים. /105:8 ער געדענקט אײביק זײַן בונד, דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דורות;/105:9 װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אַבֿרהמען, און זײַן שבֿועה צו יצחקן. /105:10 און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חוק צו יעקבֿ, פֿאַר אַן אײביקן בונד צו ישׂראל, /105:11 אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דעם טײל פֿון אײַער נחלה.

/105:12 אַז איר זײַט געװען מענטשן געצײלטע, װינציק און פֿרעמדע דערין, /105:13 און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק, און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה, /105:14 האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן, און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:/105:15 איר זאָלט ניט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע, און מײַנע נבֿיאים זאָלט איר ניט בײז טאָן. /105:16 און ער האָט גערופֿן אַ הונגער אױפֿן לאַנד, יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט האָט ער צעבראָכן. /105:17 ער האָט זײ פֿאַרױס געשיקט אַ מאַן:פֿאַר אַ קנעכט איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן יוסף. /105:18 מע האָט געפּײַניקט אין קײטן זײַן פֿוס, אין אײַזן איז אַרײַנגעטאָן געװאָרן זײַן לײַב;/105:19 ביז דער צײַט װאָס זײַן װאָרט איז געשען, האָט דער באַפֿעל פֿון גאָט אים געפּרוּװט. /105:20 דער מלך האָט געשיקט און אים לױז געלאָזט, דער געװעלטיקער פֿון פֿעלקער – און אים פֿרײַ געמאַכט. /105:21 ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער זײַן הױז, און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבער זײַן גאַנצן אײגנס, /105:22 צו בינדן זײַנע האַרן לױט זײַן באַראָט, און זײַנע עלטסטע זאָל ער קליגן.

/105:23 און ישׂראל איז געקומען קײן מצרַיִם. און יעקבֿ האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד חָם. /105:24 און ער האָט זײער געפֿרוכפּערט זײַן פֿאָלק, און זײ געמאַכט שטאַרקער פֿון זײערע דריקער. /105:25 ער האָט פֿאַרקערט זײער האַרץ פֿײַנט צו האָבן זײַן פֿאָלק, זיך צו קליגן אַקעגן זײַנע קנעכט. /105:26 ער האָט געשיקט משה זײַן קנעכט, אַהרֹנען װעמען ער האָט אױסדערװײלט. /105:27 האָבן זײ געמאַכט צװישן זײ די זאַכן פֿון זײַנע צײכנס, און װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם. /105:28 ער האָט אָנגעשיקט פֿינצטערניש און פֿינצטער געמאַכט;און זײ האָבן ניט װידערשפּעניקט זײַן װאָרט. /105:29 ער האָט פֿאַרקערט זײערע װאַסערן אין בלוט, און האָט געטײט זײערע פֿיש. /105:30 זײער לאַנד האָט געװידמעט פֿרעש, ביז אין די קאַמערן פֿון זײערע מלכים. /105:31 ער האָט געהײסן, און אַ געמיש פֿליגן איז געקומען, אומגעציפֿער אין זײער גאַנצן געמאַרק. /105:32 ער האָט געגעבן אָנשטאָט זײערע רעגנס האָגל, אַ פֿלאַמפֿײַער אין זײער לאַנד. /105:33 און ער האָט אײַנגעשלאָגן זײער װײַנשטאָק און זײער פֿײַגנבױם, און אױסגעבראָכן די בײמער פֿון זײער געמאַרק. /105:34 ער האָט געהײסן, און אַ הײשעריק איז געקומען, און אַ גראָזפֿרעסער אַזש אָן אַ צאָל;/105:35 און ער האָט אױפֿגעגעסן יעטװעדער קרײַטעכץ אין זײער לאַנד, און אױפֿגעגעסן די פֿרוכט פֿון זײער ערד. /105:36 און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער בכָור אין זײער לאַנד, די ערשטלינגען פֿון אַל זײער קראַפֿט. /105:37 און האָט זײ אַרױסגעצױגן מיט זילבער און גאָלד;און ניט געװען צװישן זײַנע שבֿטים אַ שטרױכלער. /105:38 מצרַיִם האָט זיך געפֿרײט מיט זײער אַרױסגײן, װאָרום זײער שרעק איז געפֿאַלן אױף זײ.

/105:39 ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ װאָלקן צום צודעק, און אַ פֿײַער צו לײַכטן בײַ נאַכט. /105:40 מע האָט פֿאַרלאַנגט, און ער האָט געבראַכט װאַכטלפֿױגלען, און מיט ברױט פֿון הימל פֿלעגט ער זײ זעטן. /105:41 ער האָט געעפֿנט אַ פֿעלדז, און װאַסער איז גערונען, געגאַנגען װי אַ טײַך דורך די טריקענישן. /105:42 װאָרום ער האָט געדאַכט אָן זײַן הײליקן צוזאָגצו אבֿרהם זײַן קנעכט. /105:43 און ער האָט אַרױסגעצױגן זײַן פֿאָלק מיט פֿרײד, מיט געזאַנג זײַנע אױסדערװײלטע. /105:44 און ער האָט זײ געגעבן די לענדער פֿון די פֿעלקער, און די מי פֿון די אומות האָבן זײ געיַרשעט;/105:45 כּדי זײ זאָלן האַלטן זײַנע געזעצן, און זײַנע לערנונגען זאָלן זײ היטן. הַלְלוּיָה.


/106:1 הַלְלוּיָה. גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /106:2 װער קען אױסרעדן די גבֿורות פֿון גאָט?מאַכן הערן זײַן גאַנצן לױב?/106:3 װױל צו די װאָס היטן גערעכטיקײט, צו דעם װאָס טוט רעכט אין יעטװעדער צײַט. /106:4 געדענק מיך, גאָט, װען דו באַװיליקסט דײַן פֿאָלק, דערמאָן מיך אין דײַן הילף;/106:5 כּדי איך זאָל זען דאָס גוטס פֿון דײַנע אױסדערװײלטע, זיך פֿרײען אין דער פֿרײד פֿון דײַן פֿאָלק, זיך רימען אין אײנעם מיט דײַן אַרב.

/106:6 מיר האָבן געזינדיקט אַזױ װי אונדזערע עלטערן, מיר האָבן פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן. /106:7 אונדזערע עלטערן אין מצרַיִם האָבן ניט באַטראַכט דײַנע װוּנדער, זײ האָבן ניט געדאַכט אָן דײַנע פֿיל חסדים, און האָבן װידערשפּעניקט בײַם ים, בײַם ים-סוף. /106:8 אָבער ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײַן נאָמען װעגן, כּדי צו לאָזן װיסן זײַן גבֿורה. /106:9 און ער האָט אָנגעשריִען אױפֿן ים-סוף, און ער איז געװאָרן טרוקן, און ער האָט זײ געפֿירט דורך די תּהומען װי דורך אַ סטעפּ. /106:10 און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון דעם שׂונאס האַנט, און זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט. /106:11 און די װאַסערן האָבן צוגעדעקט זײערע דריקער, ניט אַן אײנציקער פֿון זײ איז געבליבן. /106:12 און זײ האָבן געגלױבט אין זײַנע װערטער, זײ האָבן געזונגען זײַן לױב.

/106:13 גיך האָבן זײ פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען;זײ האָבן ניט געהאַרט אױף זײַן עצה. /106:14 און זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג אין דער מדבר, און געפּרוּװט גאָט אין דער װיסטע. /106:15 און ער האָט זײ געגעבן זײער פֿאַרלאַנג, אָבער ער האָט געשיקט אַ דער אין זײער לײַב.

/106:16 און זײ האָבן זיך מקנא געװען אָן משהן אין לאַגער, און אָן אַהרֹן דעם הײליקן פֿון גאָט. /106:17 האָט די ערד זיך געעפֿנט, און אײַנגעשלונגען דָתָנען, און צוגעדעקט דאָס געזעמל פֿון אַבֿירָמען. /106:18 און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין זײער געזעמל, אַ פֿלאַם האָט פֿאַרברענט די רשָעים.

/106:19 זײ האָבן געמאַכט אַ קאַלב אין חורבֿ, און זיך געבוקט צו אַ געגאָסענעם געץ. /106:20 און זײ האָבן פֿאַרביטן זײער כּבֿודאױף דער געשטאַלט פֿון אַן אָקס װאָס עסט גראָז. /106:21 זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן גאָט זײער העלפֿער, װאָס האָט געטאָן גרױסע זאַכן אין מצרַיִם, /106:22 װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם, פֿאָרכטיקע זאַכן בײַם ים-סוף. /106:23 און ער האָט געװאָלט זײ פֿאַרטיליקן, װען ניט משה זײַן אױסדערװײלטערװאָלט זיך געשטעלט פֿאַר אים אין דעם בראָך, אָפּצוהאַלטן זײַן גרימצאָרן פֿון אומברענגען.

/106:24 און זײ האָבן פֿאַראַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד, ניט געגלױבט אין זײַן װאָרט. /106:25 און זײ האָבן געמורמלט אין זײערע געצעלטן, ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט. /106:26 און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט װעגן זײ, זײ צו מאַכן פֿאַלן אין דער מדבר, /106:27 און צעװאַרפֿן זײער זאָמען צװישן די פֿעלקער, און זײ צעשפּרײטן אין די לענדער.

/106:28 און זײ האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעור, און געגעסן שלאַכטאָפּפֿער צו טױטע. /106:29 און זײ האָבן דערכַּעַסט מיט זײערע מעשׂים, און אַ מגפֿה האָט אױסגעבראָכן צװישן זײ. /106:30 און פּינחס איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַ משפּט געטאָן, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן. /106:31 און עס איז אים גערעכנט געװאָרן פֿאַר אַ גערעכטיקײט, אױף דָור-דורות ביז אײביק.

/106:32 און זײ האָבן דערצערנט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה, און משהן איז געשען בײז פֿון װעגן זײ;/106:33 װאָרום זײ האָבן פֿאַרביטערט זײַן געמיט, און ער האָט זיך אַרױסגערעדט מיט זײַנע ליפּן. /106:34 זײ האָבן ניט פֿאַרטיליקט די פֿעלקער, אַזױ װי גאָט האָט זײ אָנגעזאָגט. /106:35 און זײ האָבן זיך געמישט מיט די פֿעלקער, און זיך אָפּגעלערנט זײערע מעשׂים. /106:36 און זײ האָבן געדינט זײערע געצנבילדער, װאָס זײַנען געװאָרן אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ. /106:37 און זײ האָבן געשלאַכט זײערע זיןאון זײערע טעכטער צו די שֵדים, /106:38 און האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט, דאָס בלוט פֿון זײערע זין און זײערע טעכטער, װאָס זײ האָבן געשלאַכט צו די געצנבילדער פֿון כּנַעַן;און דאָס לאַנד איז זינדיק געװאָרן דורך בלוט. /106:39 און זײ זײַנען געװאָרן אומרײן דורך זײערע מעשׂים, און פֿאַרפֿירט געװאָרן אין זײערע טוּונגען. /106:40 און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף זײַן פֿאָלק, און ער האָט פֿאַראומװערדיקט זײַן אַרב. /106:41 און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער, און זײערע שָׂונאים האָבן געװעלטיקט איבער זײ. /106:42 און זײערע פֿײַנט האָבן זײ געדריקט, און זײ זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אונטער זײער האַנט. /106:43 פֿיל מאָל פֿלעגט ער זײ מציל זײַן, אָבער זײ פֿלעגן װידערשפּעניקן אין זײער באַראָט, און זײַנען אַראָפּגעקומען דורך זײער זינד. /106:44 און ער האָט צוגעזען זײער נױט, אַז ער האָט געהערט זײער געשרײ. /106:45 און ער האָט זײ געדענקט זײַן בונד, און זיך באַדאַכט לױט זײַן גרױס גענאָד. /106:46 און ער האָט זײ געגעבן דערבאַרימונגבײַ אַלע זײערע פֿאַנגער. /106:47 העלף אונדז, יהוה אונדזער גאָט, און זאַמל אונדז אײַן פֿון די פֿעלקער, צו דאַנקען דײַן הײליקן נאָמען, זיך צו רימען מיט דײַן לױב. /106:48 געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ישׂראלפֿון אײביקײט און ביז אײביקײט, און זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָגן: אָמן!הַלְלוּיָה.


פֿינפֿטער סֵפֿר (107-150)

רעדאַקטירן

/107:1 „גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד”, /107:2 זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון גאָט, װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט, /107:3 און פֿון די לענדער זײ אײַנגעזאַמלט, פֿון מזרח און פֿון מערבֿ, פֿון צפֿון און פֿון ים.

/107:4 זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג, קײן שטאָט פֿון יִשובֿ ניט געפֿונען. /107:5 הונגעריקע און דאָרשטיקע, איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ. /107:6 האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם. /107:7 און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גלײַכן װעג, צו קומען צו אַ שטאָט פֿון יִשובֿ. /107:8 זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער. /107:9 װאָרום ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל, און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.

/107:10 די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן, געקײט אין פּײַן און אײַזן –/107:11 װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון גאָט, און די עצה פֿון דעם אױבערשטן געלעסטערט;/107:12 און ער האָט אונטערטעניקט מיט לײַד זײער האַרץ;זײ זײַנען געשטרױכלט געװאָרן, און ניט געװען קײן העלפֿער –/107:13 האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם. /107:14 ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן, און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן. /107:15 זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער. /107:16 װאָרום ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן, און די אײַזערנע ריגלען צעהאַקט.

/107:17 נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעגאון פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;/107:18 זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּײַז, און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט. /107:19 האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם. /107:20 ער האָט געשיקט זײַן װאָרט און זײ געהײלט, און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים.

/107:21 זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער. /107:22 און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער, און דערצײלן זײַנע מעשׂים מיט געזאַנג.

/107:23 די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים, די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן, /107:24 זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון גאָט, און זײַנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש. /107:25 װאָרום ער האָט געהײסן און געמאַכט אױפֿשטײן אַ שטורעמװינט, װאָס האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אינדן. /107:26 זײ זײַנען אַרױף ביזן הימל, גענידערט ביז די תּהומען, זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט. /107:27 זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער, און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן. /107:28 האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם. /107:29 ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט, און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן. /107:30 און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ זײַנען אײַנגעשטילט, און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער.

/107:31 זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער. /107:32 און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן.

/107:33 ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר, און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;/107:34 אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר. /107:35 ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ טײַך װאַסער, און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער. /107:36 און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע, און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון יִשובֿ. /107:37 און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער, װאָס ברענגען פֿרוכט צום אײַנקום. /107:38 און ער בענטשט זײ, און זײ מערן זיך זײער, און ער לאָזט ניט זײערע בהמות זײַן װינציק. /107:39 און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן, פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער. /107:40 ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג. /107:41 און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט, און מאַכט װי שאָף זײַנע משפּחות. /107:42 די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך, און איטלעך אומרעכט מאַכט צו זײַן מױל.

/107:43 װער עס איז קלוג, זאָל מערקן דאָס דאָזיקע, און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון גאָט.


/108:1 אַ געזאַנג, אַ מזמור פֿון דָוִדן. /108:2 פֿעסט איז מײַן האַרץ, גאָט, איך װעל זינגען און שפּילן, יאָ, מיט מײַן זעל. /108:3 דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף;לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען. /108:4 איך װעל דיך לױבן, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און דיך באַזינגען צװישן די אומות. /108:5 װאָרום גרױס איבער די הימלען איז דײַן חֶסד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט. /108:6 דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, און איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד. /108:7 כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.

/108:8 גאָט האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן;איך װעל צעטײלן שכם, און דעם טאָל סוכּות װעל איך אױסמעסטן. /108:9 מײַן איז גִלעָד, מײַן איז מנשה, און אפֿרַיִם איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער. /108:10 מואָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ, אױף אדום װאַרף איך מײַן שוך, איבער פּלֶשֶת טו איך שאַלן.

/108:11 װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט, װער פֿירט מיך קײן אדום?/108:12 פֿאַר װאָר, גאָט, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײסט ניט אַרױס, גאָט, מיט אונדזערע מחנות. /108:13 גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן. /108:14 מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.


/109:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מזמור. גאָט פֿון מײַן לױב, זאָלסט ניט שװײַגן. /109:2 װאָרום אַ בײז מױל און אַ מױל פֿון באַטרוגהאָבן זײ געעפֿנט אױף מיר;זײ האָבן גערעדט צו מיר מיט אַ צונג פֿון ליגן. /109:3 און מיט רײד פֿון שׂנאה האָבן זײ מיך אַרומגערינגלט, און געשטריטן קעגן מיר פֿאַר אומזיסט, /109:4 פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט פֿײַנטן זײ מיך, בעת איך בין לױטער געבעט. /109:5 און זײ האָבן מיר אָפּגעטאָן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, און שׂנאה פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט.

/109:6 זעץ אָן אױף אים אַ רָשע, און אַן אָנקלאָגער זאָל שטײן בײַ זײַן רעכטער זײַט. /109:7 אַז ער װערט געמשפּט, זאָל ער אַרױסגײן שולדיק, און זײַן תּפֿילה זאָל װערן צו זינד. /109:8 זײַנע טעג זאָלן זײַן װינציק, זײַן אָפּגעשפּאָרטס זאָל צונעמען אַן אַנדערער. /109:9 זײַנע קינדער זאָלן װערן יתומים, און זײַן װײַב אַן אלמנה. /109:10 און װאָגלען זאָלן װאָגלען זײַנע קינדער, און בעטלען, און זוכן ברױט פֿון זײערע חורבֿות אַרױס. /109:11 פֿאַרנעמען זאָל אַ בַעַל-חובֿ אַלץ װאָס ער האָט, און פֿרעמדע זאָלן אַװעקרױבן זײַן מי. /109:12 קײנער זאָל ניט נײַגן צו אים גענאָד, און קײנער זאָל ניט לײַטזעליקן זײַנע יתומים. /109:13 זײַן נאָכקום זאָל פֿאַרשניטן װערן; אין אַנדער דָור זאָל זײער נאָמען זײַן אױסגעמעקט. /109:14 זאָל די זינד פֿון זײַנע פֿאָטערס דערמאָנט װערן פֿאַר גאָט, און דער חטא פֿון זײַן מוטער זאָל ניט פֿאַרמעקט װערן; /109:15 זײ זאָלן זײַן אַנטקעגן גאָט תּמיד, און ער זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש. /109:16 פֿאַר װאָס ער האָט ניט געדאַכט צו טאָן חֶסד, און ער האָט גערודפֿט דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון, און דעם װאָס זײַן האַרץ איז באַטריבט, צו טײטן. /109:17 יאָ, ער האָט ליב געהאַט די קללה, טאָ זאָל זי אים אָנקומען; און ער האָט ניט געװוּנטשן קײן ברכה, טאָ זאָל זי װײַט זײַן פֿון אים. /109:18 און ער האָט אָנגעטאָן די קללה װי זײַן קלײד, טאָ זאָל זי אַרײַן װי װאַסער אין זײַנע אינגעװײד, און װי אײל אין זײַנע בײנער. /109:19 זאָל זי אים זײַן װי אַ בגד װאָס ער טוט אָן, און פֿאַר אַ גאַרטל זאָל ער עס אָנגורטן תּמיד. /109:20 דאָס זאָל זײַן דער לױן פֿון גאָט צו מײַנע שָׂונאים, און צו די װאָס רעדן בײז אַקעגן מײַן זעל. /109:21 און דו גאָט דער האַר, טו מיט מיר פֿון דײַן נאָמען װעגן, װײַל דײַן חֶסד איז גוט, זײַ מיך מציל. /109:22 װאָרום אָרים און באַדערפֿטיק בין איך, און מײַן האַרץ איז צעלעכערט אין מיר. /109:23 אַזױ װי אַ שאָטן װען ער נײַגט זיך, פֿאַרגײ איך, איך בין אָפּגעטרײסלט געװאָרן װי אַ הײשעריק. /109:24 מײַנע קני שטרױכלען פֿון פֿאַסטן, און מײַן לײַב איז אָפּגעצערט, אָן פֿעטקײט. /109:25 און איך בין געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײ, אַז זײ זעען מיך, שאָקלען זײ זײער קאָפּ.

/109:26 שטײ מיר בײַ, יהוה מײַן גאָט, העלף מיך לױט דײַן גענאָד. /109:27 און זאָלן זײ װיסן אַז דאָס איז דײַן האַנט, אַז דו, גאָט, האָסט דאָס געטאָן. /109:28 זאָלן זײ שילטן, און דו זאָלסט בענטשן;אַז זײ שטײען אױף, זאָלן זײ פֿאַרשעמט װערן, און דײַן קנעכט זאָל זיך פֿרײען. /109:29 זאָלן מײַנע פֿײַנט זיך באַקלײדן מיט שאַנד, און אָנטאָן װי אַ מאַנטל זײער בושה. /109:30 איך װעל געבן גרױס דאַנק צו גאָט מיט מײַן מױל, און צװישן פֿיל מענטשן װעל איך אים לױבן. /109:32 װאָרום ער שטײט בײַ דער רעכטער האַנט פֿון באַדערפֿטיקן, צו העלפֿן פֿון די װאָס פֿאַרמשפּטן זײַן זעל.


/110:1 פֿון דָוִדן אַ מזמור. גאָט זאָגט צו מײַן האַר:זיץ בײַ מײַן רעכטער האַנט, ביז איך װעל מאַכן דײַנע פֿײַנטפֿאַר אַ בענקל צו דײַנע פֿיס. /110:2 דעם צעפּטער פֿון דײַן מאַכט װעט גאָט אױסשטרעקן פֿון צִיון;געװעלטיק צװישן דײַנע פֿײַנט. /110:3 דײַן פֿאָלק באָט זיך אָןאין טאָג פֿון דײַן מלחמה;אין הײליקער שײנקײט, פֿון טראַכט פֿון באַגינען, קומט דיר דער טױ פֿון דײַן יוגנט.

/110:4 גאָט האָט געשװאָרן, און װעט ניט חרטה האָבן:ביסט אַ כּהן אױף אײביק, אױפֿן שטײגער פֿון מַלכּי-צדק. /110:5 גאָט בײַ דײַן רעכטער האַנטצעהאַקט מלכים אין טאָג פֿון זײַן צאָרן. /110:6 ער װעט טאָן אַ משפּט צװישן די פֿעלקער;ער פֿילט אָן מיט טױטע לײַבער;ער צעהאַקט קעפּ אױף אַ ברײטן לאַנד. /110:7 פֿון באַך אױפֿן װעג װעט ער טרינקען;דרום װעט ער אױפֿהײבן דעם קאָפּ.


/111:1 הַלְלוּיָה. איך װעל לױבן גאָט מיטן גאַנצן האַרצן, אין אַ געזעמל פֿון רעכטפֿאַרטיקע און אַן עדה. /111:2 די װערק פֿון גאָט זײַנען גרױס, זײ װערן געפֿאָרשט פֿון אַלע װאָס גאַרן זײ. /111:3 פּראַכט און שײנקײט איז זײַן טוּונג, און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק. /111:4 ער האָט געמאַכט אַן אָנדענק פֿאַר זײַנע װוּנדער;גאָט איז דערבאַרימדיק און לײַטזעליק. /111:5 ער גיט שפּײַז צו די װאָס פֿאָרכטן אים, ער געדענקט אױף אײביק זײַן בונד. /111:6 די שטאַרקײט פֿון זײַנע װערק האָט ער געװיזן זײַן פֿאָלק, כּדי זײ צו געבן די אַרב פֿון די פֿעלקער. /111:7 די װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען אמת און גערעכטיקײט, זיכער זײַנען אַלע זײַנע באַפֿעלן;/111:8 אױפֿגעהאַלטן אױף אײביק און שטענדיק, געמאַכט מיט אמת און יושר. /111:9 אַן אױסלײזונג האָט ער געשיקט צו זײַן פֿאָלק;ער האָט באַפֿױלן אױף אײביק זײַן בונד;הײליק און פֿאָרכטיק איז זײַן נאָמען. /111:10 דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר גאָט;װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז בײַ אַלע װאָס טוען דאָס. /111:11 זײַן לױב באַשטײט אײביק.


/112:1 הַלְלוּיָה. װױל צו דעם מאַן װאָס האָט מורא פֿאַר גאָט, װאָס נאָך זײַנע געבאָט טוט ער גאַרן זײער. /112:2 מאַכטיק אין לאַנד װעט זײַן זײַן נאָמען;דער דָור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײַן געבענטשט. /112:3 גוטס און עשירות איז בײַ אים אין הױז, און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק. /112:4 ער שײַנט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע װי אַ ליכט אין דער פֿינצטער, ער איז לײַטזעליק און דערבאַרימדיק און גערעכט. /112:5 גוט איז דער מאַן װאָס איז לײַטזעליק און לײַט, װאָס פֿירט זײַנע זאַכן מיט גערעכטיקײט. /112:6 װאָרום ער װעט קײן מאָל ניט אומפֿאַלן;צו אײביקער געדעכעניש װעט זײַן דער צדיק. /112:7 פֿאַר אַ בײזער בשׂורה האָט ער ניט מורא, פֿעסט איז זײַן האַרץ, ער איז בטוח אױף גאָט. /112:8 זיכער איז זײַן האַרץ, ער האָט ניט קײן מורא, ביז ער זעט זיך אָן אױף זײַנע פֿײַנט. /112:9 ער טײלט פֿאַנאַנדער, ער גיט די באַדערפֿטיקע, זײַן צדקה באַשטײט אױף אײביק; /112:10 זײַן האָרן װעט דערהױבן זײַן אין כּבֿוד. דער רָשע װעט זען און זיך ערגערן, זײַנע צײן װעט ער קריצן און װעט צעגאַנגען װערן;/112:11 דער באַגער פֿון די רשָעים װעט אונטערגײן.

/113:1 הַלְלוּיָה. לױבט, איר קנעכט פֿון גאָט, לױבט דעם נאָמען פֿון גאָט. /113:2 זאָל געבענטשט זײַן דער נאָמען פֿון גאָטפֿון אַצונד און ביז אײביק. /113:3 פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנגװערט געלױבט דער נאָמען פֿון גאָט. /113:4 גאָט איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער, איבער די הימלען איז זײַן פּראַכט. /113:5 װער איז װי יהוה אונדזער גאָט, װאָס טראָנט אין דער הײך?/113:6 װאָס קוקט אַראָפּ טיףאױף די הימלען און אױף דער ערד. /113:7 ער שטעלט אױף פֿון שטױב דעם אָרימאַן, פֿון מיסטן דערהײבט ער דעם אבֿיון, /113:8 צו זעצן מיט פֿירשטן, מיט די פֿירשטן פֿון זײַן פֿאָלק. /113:9 ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױזאַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער. הַלְלוּיָה.


/114:1 אַז ישׂראל איז אַרױס פֿון מצרַיִם, דאָס הױז פֿון יעקבֿ פֿון אַ װילדשפּראַכיקן פֿאָלק, /114:2 איז יהוּדה געװאָרן פֿאַר זײַן הײליקטום, ישׂראל זײַן געװעלטיקונג.

/114:3 דער ים האָט דערזען און איז אַנטלאָפֿן, דער ירדן האָט אָפּגעטראָטן אַהינטער. /114:4 די בערג זײַנען געשפּרונגען װי װידערס, די הײכן װי יונגע שאָף. /114:5 װאָס איז דיר, ים, װאָס דו לױפֿסט?דו ירדן, װאָס דו טרעטסט אָפּ אַהינטער?/114:6 איר בערג, װאָס איר שפּרינגט װי װידערס?איר הײכן – װי יונגע שאָף?

/114:7 פֿאַר דעם האַר, טו ציטערן, ערד, פֿאַר דעם גאָט פֿון יעקבֿ, /114:8 װאָס פֿאַרקערט דעם פֿעלדז אין אַ טײַך װאַסער, קיזלשטײן אין אַ װאַסערקװאַל.


/115:1 ניט אונדז, יהוה, ניט אונדז, נײַערט דײַן נאָמען גיב כּבֿוד, פֿון װעגן דײַן חֶסד, פֿון װעגן דײַן טרײַשאַפֿט. /115:2 פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער:װוּ אַקאָרשט איז זײער גאָט?

/115:3 אָבער אונדזער גאָט איז אין הימל, אַלץ װאָס ער באַגערט, טוט ער. /115:4 זײערע געצנבילדער זײַנען זילבער און גאָלד, דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט. /115:5 זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט, זײ האָבן אױגן און זעען ניט;/115:6 זײ האָבן אױערן און הערן ניט, זײ האָבן אַ נאָז און שמעקן ניט;/115:7 הענט בײַ זײ, אָבער זײ קענען ניט אָנטאַפּן, פֿיס בי זײ, אָבער זײ גײען ניט;זײ טוען ניט אַ הױך מיט זײער קעל. /115:8 זאָלן װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ, איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.

/115:9 ישׂראל, פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט. ער איז זײער הילף און זײער שילד. /115:10 הױז פֿון אַהרֹן, פֿאַרזיכערט אײַך אױף גאָט. ער איז זײער הילף און זײער שילד. /115:11 איר פֿאָרכטער פֿון גאָט, פֿאַרזיכערט אײַך אױף גאָט. ער איז זײער הילף און זײער שילד.

/115:12 גאָט האָט געדאַכט אָן אונדז, ער װעט בענטשן, ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון ישׂראל, ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון אַהרֹן.

/115:13 ער װעט בענטשן די װאָס פֿאָרכטן גאָט, די קלײנע אַזױ װי די גרױסע. /115:14 גאָט װעט אײַך מערן, אײַך און אײַערע קינדער. /115:15 געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון גאָט, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

/115:16 די הימלען זײַנען די הימלען פֿון גאָט, אָבער די ערד האָט ער געגעבן צו די מענטשנקינדער. /115:17 ניט די טױטע װעלן לױבן יָה, און ניט די אַלע װאָס נידערן אין שטילן קבֿר. /115:18 אָבער מיר װעלן בענטשן יָה, פֿון אַצונד און ביז אײביק. הַלְלוּיָה.


/116:1 איך גאַר אַז גאָט זאָל צוהערןמײַן קָול, מײַנע געבעטן. /116:2 װײַל ער האָט גענײַגט זײַן אױער צו מיר, דרום אין מײַנע טעג װעל איך אים רופֿן. /116:3 אַרומגערינגלט האָבן מיך די שטריק פֿון טױט, און אַנגסטן פֿון אונטערערד האָבן מיך געטראָפֿן;לײַד און קומער האָב איך געטראָפֿן. /116:4 האָב איך דעם נאָמען פֿון גאָט גערופֿן: איך בעט דיך, גאָט, מאַך אַנטרינען מײַן זעל. /116:5 לײַטזעליק איז יהוה און גערעכט, און אונדזער גאָט איז דערבאַרימדיק. /116:6 גאָט פֿאַרהיט די אומגעניטע;איך בין געװען געפֿאַלן, און ער האָט מיך געהאָלפֿן.

/116:7 קער זיך אום, מײַן זעל, צו דײַן רויִקײט. װאָרום גאָט האָט דיר גוטס געטאָן. /116:8 װאָרום האָסט אַרױסגעצױגן מײַן זעל פֿון טױט, פֿון טרערן מײַן אױג, מײַן פֿוס פֿון שטרױכלונג. /116:9 איך װעל אומגײן פֿאַר גאָטאין די לענדער פֿון די לעבעדיקע. /116:10 איך האָב געגלױבט, װען איך האָב גערעדט;איך בין געבײגט געװען זײער. /116:11 איך האָב געזאָגט אין מײַן אַנגסט:אַלע מענטשן זײַנען פֿאַלש. /116:12 װי זאָל איך אָפּצאָלן גאָטאַלע זײַנע טובֿות צו מיר?/116:13 דעם כָּוס פֿון ישועות װעל איך אױפֿהײבן, און דעם נאָמען פֿון גאָט װעל איך רופֿן, /116:14 מײַנע נדרים צו גאָט װעל איך באַצאָלןאַנטקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק.

/116:15 שװער אין די אױגן פֿון גאָטאיז דער טױט פֿון זײַנע פֿרומע. /116:16 איך בעט דיך, גאָט, װאָרום איך בין דײַן קנעכט, איך בין דײַן קנעכט, דער זון פֿון דײַן דינסט;האָסט לױזגעמאַכט מײַנע בינדשטריק. /116:17 איך װעל שלאַכטן צו דיר אַ שלאַכטאָפּפֿער פֿון דאַנק, און דעם נאָמען פֿון גאָט װעל איך רופֿן. /116:18 מײַנע נדרים צו גאָט װעל איך באַצאָלןאַנקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק, /116:19 אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז, אין מיטן פֿון דיר, ירושלים. הַלְלוּיָה.


/117:1 לױבט גאָט, אַלע פֿעלקער, גיט אַ שבֿח צו אים, אַלע אומות, /117:2 װאָרום שטאַרק איז זײַן חֶסד אױף אונדז, און די טרײַשאַפֿט פֿון גאָט איז אױף אײביק. הַלְלוּיָה.

/118:1 גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /118:2 זאָל נון זאָגן ישׂראל:װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /118:3 זאָל נון זאָגן דאָס הױז פֿון אַהרֹן:װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /118:4 זאָלן נון זאָגן די װאָס פֿאָרכטן גאָט:װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.

/118:5 פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן גאָט, האָט ער מיר געענטפֿערט מיט דערברײטערניש. /118:6 גאָט איז מיט מיר, איך האָב ניט קײן מורא, װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?/118:7 גאָט איז מיר מײַן העלפֿער, און איך װעל זען אױף מײַנע שָׂונאים. /118:8 בעסער זיך באַשיצן אין גאָט, אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן. /118:9 בעסער זיך באַשיצן אין גאָט, אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן. /118:10 אַלע פֿעלקער האָבן מיך אַרומגערינגלט;מיט דעם נאָמען פֿון גאָט אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן. /118:11 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט, יאָ אַרומגערינגלט האָבן זײ מיך;מיט דעם נאָמען פֿון גאָט אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן. /118:12 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי בינען;זײ זײַנען פֿאַרלאָשן געװאָרן װי פֿײַער פֿון דערנער;פֿאַר װאָר, מיט דעם נאָמען פֿון גאָט װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן. /118:13 שטױסן האָסטו מיך געשטױסן צום פֿאַלן, אָבער יָה האָט מיך געהאָלפֿן. /118:14 מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז יָה, און ער איז מיר געװען אַ ישועה. /118:15 אַ קָול פֿון געזאַנג און ישועהאיז אין די געצעלטן פֿון די צדיקים;די רעכטע האַנט פֿון גאָט טוט גבֿורות. /118:16 די רעכטע האַנט פֿון גאָט איז דערהױבן, די רעכטע האַנט פֿון גאָט טוט גבֿורות. /118:17 איך װעל ניט שטאַרבן נאָר לעבן, און דערצײלן די מעשׂים פֿון יָה. /118:18 שטראָפֿן געשטראָפֿט האָט מיך יָה, אָבער צום טױט האָט ער מיך ניט געגעבן. /118:19 עפֿנט מיר די טױערן פֿון גערעכטיקײט, איך װעל אַרײַנגײן אין זײ, איך װעל דאַנקען יָה. /118:20 דאָס איז דער טױער פֿון גאָט, די גערעכטע זאָלן אַרײַנגײן אין אים. /118:21 איך דאַנק דיר, װאָרום האָסט מיר געענטפֿערט, און ביסט מיר געװען אַ ישועה.

/118:22 דער שטײן װאָס די בױמײַנסטער האָבן פֿאַראַכט, איז געװאָרן צום הױפּטװינקל.

/118:23 פֿון גאָט איז דאָס געשען, װוּנדערלעך איז עס אין אונדזערע אױגן.

/118:24 דאָס איז דער טאָג װאָס גאָט האָט געמאַכט, לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים. /118:25 איך בעט דיך, גאָט, העלף נון!איך בעט דיך, גאָט באַגליק נון!

/118:26 געבענטשט דער װאָס קומט אין נאָמען פֿון גאָט!מיר בענטשן אײַך פֿון גאָטס הױז.

/118:27 יהוה איז גאָט, און ער האָט אונדז דערלוכטן;פֿלעכט אַ טאַנץ מיט צװײַגןביז די הערנער פֿון מזבח.

/118:28 מײַן גאָט ביסטו, און איך װעל דיר דאַנקען;מײַן גאָט – װעל איך דיך דערהײבן.

/118:29 גיט אַ דאַנק צו יהוה, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.


א

/119:1 װױל צו די װאָס זײער װעג איז ערלעך, װאָס גײען אין דער תּורה פֿון גאָט. /119:2 װױל צו די װאָס היטן זײַנע אָנזאָגן, װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן, /119:3 און זײ טוען ניט קײן אומרעכט, זײ גײען אין זײַנע װעגן. /119:4 האָסט געבאָטן דײַנע באַפֿעלן, זײ אָפּצוהיטן זײער. /119:5 הלװאי זאָלן פֿעסט זײַן מײַנע װעגן, צו היטן דײַנע געזעצן. /119:6 דענצמאָל װעל איך זיך ניט שעמען. װען איך קוק אױף אַלע דײַנע געבאָט. /119:7 איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן, װען איך לערן דײַנע גערעכטע משפּטים. /119:8 דײַנע געזעצן װעל איך היטן;זאָלסט מיך ניט פֿאַרלאָזן ביז גאָר.

ב

/119:9 מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג, צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט?/119:10 מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;לאָז מיך ניט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט. /119:11 אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט, כּדי איך זאָל ניט זינדיקן צו דיר. /119:12 געלױבט ביסטו, גאָט;לערן מיך דײַנע געזעצן. /119:13 מיט מײַנע ליפּן האָב איך דערצײלטאַלע משפּטים פֿון דײַן מױל. /119:14 מיט דעם װעג פֿון דײַנע אָנזאָגן האָב איך מיך געפֿרײטװי מיט אַלע עשירות. /119:15 איך טראַכט אָן דײַנע באַפֿעלן, און איך קוק אױף דײַנע װעגן. /119:16 מיט דײַנע געזעצן קװיק איך מיך, איך פֿאַרגעס ניט דײַן װאָרט.

ג

/119:17 באַשער דײַן קנעכט, איך זאָל לעבן, און איך װעל היטן דײַן װאָרט. /119:18 אַנטפּלעק מײַנע אױגן, איך זאָל זעןדי װוּנדער פֿון דײַן תּורה. /119:19 אַ פֿרעמדער בין איך אױף דער ערד;ניט פֿאַרבאָרג פֿון מיר דײַנע געבאָט. /119:20 צעבראָכן איז מײַן זעל פֿון גלוסטענישנאָך דײַנע משפּטים אין יעטװעדער צײַט. /119:21 שרײַסט אָן אױף די פֿאַרשאָלטענע מוטװיליקע, װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געבאָט. /119:22 קײַקל אַראָפּ פֿון מיר שאַנד און בזיון, װאָרום דײַנע אָנזאָגן האָב איך געהיט. /119:23 הגם האַרן זיצן און רעדן קעגן מיר, טראַכט דײַן קנעכט אָן דײַנע געזעצן, /119:24 יאָ, דײַנע אָנזאָגן זײַנען מײַן קװיקונג, די עצה-געבער מײַנע.

ד

/119:25 באַהעפֿט צום שטױב איז מײַן זעל;לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט. /119:26 איך האָב דערצײלט מײַנע װעגן, און דו האָסט מיר געענטפֿערט. לערן מיך דײַנע געזעצן. /119:27 דעם װעג פֿון דײַנע באַפֿעלן מאַך מיך פֿאַרשטײן, און איך װעל רעדן פֿון דײַנע װוּנדער. /119:28 מײַן זעל טרערט פֿון קומער;ריכט מיך אױף לױט דײַן װאָרט. /119:29 דעם װעג פֿון ליגן טו אָפּ פֿון מיר, און מיט דײַן תּורה לײַטזעליק מיך. /119:30 דעם װעג פֿון אמת האָב איך אױסגעװײלט, דײַנע משפּטים האָב איך געהאַלטן פֿאַר מיר . /119:31 איך בין באַהעפֿט אָן דײַנע אָנזאָגן;גאָט, זאָלסט מיך ניט פֿאַרשעמען. /119:32 אין דעם װעג פֿון דײַנע געבאָט טו איך לױפֿן, װאָרום דו דערברײטערסט מײַן האַרץ.

ה

/119:33 לערן מיך, גאָט, דעם װעג פֿון דײַנע געזעצן, און איך װעל אים היטן ביז לעצט. /119:34 מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל היטן דײַן תּורה, און זי האַלטן מיטן גאַנצן האַרצן. /119:35 פֿיר מיך אין דעם שטעג פֿון דײַנע געבאָט, װאָרום נאָך אים האָב איך געגאַרט. /119:36 נײַג מײַן האַרץ צו דײַנע אָנזאָגן, און ניט צו גײציקײט. /119:37 נעם אַװעק מײַנע אױגן פֿון קוקן אױף נישטיקײט;אין דײַנע װעגן לעב מיך אױף. /119:38 זײַ מקיים צו דײַן קנעכט דײַן צוזאָגװאָס צו דײַנע פֿאָרכטער. /119:39 טו אָפּ מײַן שאַנד װאָס איך שרעק מיך דערפֿאַר, װאָרום דײַנע משפּטים זײַנען גוט. /119:40 זע, איך האָב געשמאַכט נאָך דײַנע באַפֿעלן;אין דײַן גערעכטיקײט לעב מיך אױף.

ו

/119:41 און זאָלן קומען דײַנע חסדים אױף מיר, גאָט, דײַן הילף לױט דײַן צוזאָג, /119:42 אַז איך זאָל קענען ענטפֿערן מײַן לעסטערער אַ װאָרט;װאָרום איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װאָרט. /119:43 און זאָלסט ניט אָפּרײַסן אין גאַנצן פֿון מײַן מױל דאָס װאָרט פֿון אמת, װאָרום אױף דײַנע משפּטים האָב איך געהאַרט. /119:44 און איך װעל תּמיד היטן דײַן תּורה, אױף אײביק און שטענדיק. /119:45 און לאָמיך אומגײן אין דערברײטערנישװאָרום דײַנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט. /119:46 און איך װעל רעדן פֿון דײַנע אָנזאָגן פֿאַר מלכים, און איך װעל מיך ניט שעמען. /119:47 און איך װעל מיך קװיקן מיט דײַנע געבאָטװאָס איך האָב ליב. /119:48 און איך װעל אױפֿהײבן מײַנע הענט צו דײַנע געבאָט װאָס איך האָב ליב, און איך װעל טראַכטן אָן דײַנע געזעצן.

ז

/119:49 געדענק דאָס װאָרט צו דײַן קנעכט, װעדליק דו האָסט מיך געמאַכט האָפֿן. /119:50 דאָס איז מײַן טרײסט אין מײַן פּײַן, װאָס דײַן צוזאָג לעבט מיך אױף. /119:51 די מוטװיליקע האָבן געשפּעט פֿון מיר זײער –פֿון דײַן תּורה האָב איך זיך ניט אָפּגענײַגט. /119:52 איך האָב געדאַכט, גאָט, אָן דײַנע משפּטים פֿון אײביק אָן, און איך האָב מיך געטרײסט. /119:53 אַ ברענעדיקער צאָרן האָט מיך אָנגענומען, פֿון װעגן די רשָעים װאָס פֿאַרלאָזן דײַן תּורה. /119:54 געזאַנגען זײַנען מיר געװען דײַנע געזעצןאין הױז פֿון מײַן פֿאַרפֿרעמדטקײט. /119:55 איך האָב דערמאָנט בײַ נאַכט דײַן נאָמען, גאָט, און איך האָב געהיט דײַן תּורה. /119:56 דאָס האָב איך געהאַט:װאָס איך האָב געהאַלטן דײַנע באַפֿעלן.

ח

/119:57 מײַן טײל, גאָט, האָב איך געזאָגט, איז צו היטן דײַנע װערטער. /119:58 איך האָב געבעטן בײַ דיר מיטן גאַנצן האַרצן:לײַטזעליק מיך לױט דײַן צוזאָג. /119:59 איך האָב באַרעכנט מײַנע װעגן, און געקערט מײַנע פֿיס צו דײַנע אָנזאָגן. /119:60 איך האָב זיך געאײַלט און ניט געזאַמטצו היטן דײַנע געבאָט. /119:61 די שטריק פֿון די רשָעים האָבן מיך אַרומגעקניפּט –דײַן תּורה האָב איך ניט פֿאַרגעסן. /119:62 האַלבע נאַכט שטײ איך אױף דיר צו דאַנקעןפֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים. /119:63 אַ חבֿר בין איך צו אַלע װאָס פֿאָרכטן דיך, און צו די װאָס היטן דײַנע באַפֿעלן. /119:64 דײַן חֶסד, גאָט, איז פֿול די ערד;לערן מיך דײַנע געזעצן.

ט

/119:65 האָסט געטאָן גוטס מיט דײַן קנעכט, גאָט, לױט דײַן װאָרט. /119:66 װױלפֿאַרשטאַנדיקײט און װיסן לערן מיך, װאָרום איך גלױב אין דײַנע געבאָט. /119:67 אײדער איך האָב געליטן פֿלעג איך פֿאַרזען, אָבער אַצונד טו איך היטן דײַן װאָרט. /119:68 אַ גוטער ביסטו און אַ באַגיטיקער;לערן מיך דײַנע געזעצן. /119:69 די מוטװיליקע האָבן אָנגעשמירט אױף מיר ליגן;איך היט מיטן גאַנצן האַרצן דײַנע באַפֿעלן. /119:70 פֿאַרשטאָפּט װי פֿעטס איז זײער האַרץ;איך האָב מיך געקװיקט מיט דײַן תּורה. /119:71 װױל איז צו מיר װאָס איך בין געפּײַניקט געװאָרן, כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געזעצן. /119:72 מיר איז בעסער די תּורה פֿון דײַן מױלאײדער טױזנטן גאָלד און זילבער.

י

/119:73 דײַנע הענט האָבן מיך געשאַפֿן און מיך געפֿורעמט;מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געבאָט. /119:74 דײַנע פֿאָרכטער װעלן מיך זען און זיך פֿרײען, װאָרום אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט. /119:75 איך װײס, גאָט, אַז גערעכט זײַנען דײַנע משפּטים, און אױס טרײַשאַפֿט האָסטו מיך געפּײַניקט. /119:76 זאָל זײַן, איך בעט דיך, דײַן חֶסד מיך צו טרײסטן, אַזױ װי דײַן צוזאָג צו דײַן קנעכט. /119:77 זאָל קומען אױף מיר דײַן דערבאַרימונג, כּדי איך זאָל לעבן, װאָרום דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג. /119:78 זאָלן פֿאַרשעמט װערן די מוטװיליקע, װײַל זײ האָבן מיך געקריװדעט אומנישט;איך װעל טראַכטן אָן דײַנע באַפֿעלן. /119:79 זאָלן זיך קערן צו מיר די װאָס פֿאָרכטן דיך, און די װאָס װײסן דײַנע אָנזאָגן. /119:80 זאָל מײַן האַרץ זײַן גאַנץ אין דײַנע געזעצן, כּדי איך זאָל ניט פֿאַרשעמט װערן.

כ

/119:81 מײַן זעל גײט אױס נאָך דײַן הילף, אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן. /119:82 מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן צוזאָג, אַזױ צו זאָגן: װען װעסטו מיך טרײסטן? /119:83 הגם איך בין געװאָרן װי אַ לאָגל אין רױך, האָב איך דײַנע געזעצן ניט פֿאַרגעסן. /119:84 װי פֿיל זײַנען די טעג פֿון דײַן קנעכט?װען װעסטו אַ משפּט טאָן אױף מײַנע נאָכיאָגער?/119:85 די מוטװיליקע האָבן מיר געגראָבן גריבער, װאָס איז ניט לױט דײַן תּורה. /119:86 אַלע דײַנע געבאָט זײַנען װאָרהאַפֿטיק;אומנישט האָבן זײ מיך גערודפֿט; העלף מיך. /119:87 זײ האָבן מיך שיר פֿאַרלענדט אױף דער ערד, אָבער איך האָב ניט פֿאַרלאָזן דײַנע באַפֿעלן. /119:88 לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסד, און איך װעל היטן דעם אָנזאָג פֿון דײַן מױל.

ל

/119:89 אױף אײביק, גאָט, באַשטײט דײַן װאָרט אין הימל. /119:90 אױף דָור-דורות איז דײַן טרײַשאַפֿט;האָסט באַפֿעסטיקט די ערד, און זי שטײט. /119:91 לױט דײַנע געזעצן שטײען זײ הײַנט, װאָרום אַלע זאַכן זײַנען דײַנע קנעכט. /119:92 װען ניט דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג, װאָלט איך אונטערגעגאַנגען אין מײַן פּײַן. /119:93 איך װעל אײביק ניט פֿאַרגעסן דײַנע באַפֿעלן, װאָרום מיט זײ האָסטו מיך אױפֿגעלעבט. /119:94 דײַנער בין איך, העלף מיך, װאָרום דײַנע באַפֿעלן האָב איך געפֿאָרשט. /119:95 די רשָעים האָבן אױסגעקוקט אױף מיר, מיך אונטערצוברענגען;איך קליג מיך אין דײַנע אָנזאָגן. /119:96 צו יעטװעדער שטרעבונג האָב איך געזען אַן ענד –דײַנע געבאָט זײַנען ברײט ביז גאָר.

מ

/119:97 װי ליב איך האָב דײַן תּורה!אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג. /119:98 קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט, װאָרום זײ זײַנען אײביק בײַ מיר. /119:99 פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער, װאָרום דײַנע אָנזאָגן זײַנען מײַן טראַכטונג. /119:100 מער פֿון זקנים פֿאַרשטײ איך, װײַל דײַנע באַפֿעלן האָב איך געהאַלטן. /119:101 פֿון יעטװעדער בײזן װעג פֿאַרמײַד איך מײַנע פֿיס, כּדי איך זאָל היטן דײַן װאָרט. /119:102 פֿון דײַנע געזעצן האָב איך ניט אָפּגעקערט, װאָרום דו האָסט מיך געלערנט. /119:103 װי זיס זײַנען דײַנע װערטער צו מײַן גומען, מער פֿון האָניק פֿאַר מײַן מױל!/119:104 פֿון דײַנע באַפֿעלן װער איך פֿאַרשטאַנדיק, דרום האָב איך פֿײַנט יעטװעדער װעג פֿון ליגן.

נ

/119:105 אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט, און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג. /119:106 איך האָב געשװאָרן, און האָב מקיים געװען, צו היטן דײַנע גערעכטע משפּטים. /119:107 איך בין געדריקט ביז גאָר, גאָט, לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט. /119:108 די פֿרײַגאָבן פֿון מײַן מױל באַװיליק, איך בעט דיך, גאָט, און דײַנע משפּטים לערן מיך. /119:109 מײַן נפֿש איז תּמיד אין מײַן האַנט, אָבער דײַן תּורה האָב איך ניט פֿאַרגעסן. /119:110 די רשָעים האָבן מיר אַ פּאַסטקע געשטעלט, אָבער פֿון דײַנע באַפֿעלן האָב איך ניט אַװעקגעבלאָנדזשעט. /119:111 איך האָב געמאַכט דײַנע אָנזאָגן פֿאַר מײַן אײביקער אַרב, װאָרום זײ זײַנען די פֿרײד פֿון מײַן האַרצן. /119:112 איך האָב גענײַגט מײַן האַרץ צו טאָן דײַנע געזעצןתּמיד ביז לעצט.

ס

/119:113 צװײפֿלער האָב איך פֿײַנט, נאָר דײַן תּורה האָב איך ליב. /119:114 מײַן פֿאַרבאָרגעניש און מײַן שילד ביסטו, אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן. /119:115 קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, איר שלעכטסטוער, כּדי איך זאָל היטן די געבאָט פֿון מײַן גאָט. /119:116 האַלט מיך אױף לױט דײַן צוזאָג, כּדי איך זאָל לעבן, און לאָז מיך ניט פֿאַרשעמט װערן אין מײַן האָפֿענונג. /119:117 לען מיך אונטער, און לאָמיך געהאָלפֿן װערן, און איך װעל מיך תּמיד פֿאַרנעמען מיט דײַנע געזעצן. /119:118 פֿאַראַכטסט אַלע װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געזעצן, װאָרום אומזיסט איז זײער אָפּנאַרעניש. /119:119 װי פּסולת שאַפֿסטו אָפּ אַלע רשָעים פֿון דער ערד, דרום האָב איך ליב דײַנע אָנזאָגן. /119:120 מײַן לײַב שױדערט פֿון אַנגסט פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַנע משפּטים האָב איך מורא.

ע

/119:121 איך האָב געטאָן רעכט און גערעכטיקײט;זאָלסט מיך ניט איבערלאָזן צו מײַנע דריקער. /119:122 שטעל זיך אײַן פֿאַר דײַן קנעכט צום גוטן, אַז מיך זאָלן ניט דריקן די מוטװיליקע. /119:123 מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן הילף, און נאָך דעם װאָרט פֿון דײַן גערעכטיקײט. /119:124 טו מיט דײַן קנעכט לױט דײַן חֶסד, און דײַנע געזעצן לערן מיך. /119:125 דײַן קנעכט בין איך; מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל װיסן דײַנע אָנזאָגן. /119:126 עס איז צײַט פֿאַר גאָט צו טאָן;זײ האָבן פֿאַרשטערט דײַן תּורה. /119:127 פֿאַר װאָר, איך האָב ליב דײַנע געבאָט, מער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד. /119:128 דרום האַלט איך פֿאַר ריכטיק אַלע כּלערלײ באַפֿעלן;יעטװעדער װעג פֿון ליגן האָב איך פֿײַנט.

פֿ

/119:129 װוּנדערלעך זײַנען דײַנע אָנזאָגן, דרום היט זײ מײַן זעל. /119:130 די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק, זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן. /119:131 איך האָב אױפֿגעשפּאַרט מײַן מױל און געלעכצט, װאָרום נאָך דײַנע געבאָט האָב איך געגאַרט. /119:132 קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך, װי עס איז רעכט צו די װאָס האָבן ליב דײַן נאָמען. /119:133 פֿעסטיק מײַנע טריט מיט דײַן װאָרט, און לאָז ניט געװעלטיקן איבער מיר קײן אומרעכט. /119:134 לײז מיך אױס פֿון דער דריקונג פֿון מענטשן, כּדי איך זאָל היטן דײַנע באַפֿעלן. /119:135 דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט, און לערן מיך דײַנע געזעצן. /119:136 בעכן װאַסער האָבן פֿאַרגאָסן מײַנע אױגן, איבער די װאָס האָבן ניט געהיט דײַן תּורה.

צ

/119:137 גערעכט ביסטו, גאָט, און רעכטפֿאַרטיק זײַנען דײַנע משפּטים. /119:138 האָסט באַפֿױלן מיט גערעכטיקײט דײַנע אָנזאָגן, און מיט געטרײַשאַפֿט ביז גאָר. /119:139 מיך האָט אומגעבראַכט מײַן ערגערנישװײַל מײַנע פֿײַנט האָבן פֿאַרגעסן דײַנע װערטער. /119:140 געלײַטערט איז דײַן װאָרט ביז גאָר, און דײַן קנעכט האָט עס ליב. /119:141 קלײן בין איך און פֿאַראַכט –דײַנע באַפֿעלן האָב איך ניט פֿאַרגעסן. /119:142 דײַן גערעכטיקײט איז אײביק גערעכט, און דײַן תּורה איז אמת. /119:143 נױט און אַנגסט האָבן מיך געטראָפֿן –דײַנע געבאָט זײַנען מײַנע קװיקונגען. /119:144 גערעכט זײַנען דײַנע אָנזאָגן אױף אײביק;מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לעבן.

ק

/119:145 איך האָב גערופֿן מיטן גאַנצן האַרצן;ענטפֿער מיר, גאָט; דײַנע געזעצן װעל איך האַלטן. /119:146 איך רוף דיך, העלף מיך, און איך װעל היטן דײַנע אָנזאָגן. /119:147 איך האָב מיך געפֿעדערט באַגינען און געשריִען;אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט. /119:148 מײַנע אױגן זײַנען פֿאַרױסגעלאָפֿן די נאַכטװאַכן, צו טראַכטן אָן דײַן װאָרט. /119:149 הער צו מײַן קָול לױט דײַן חֶסד, גאָט, לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן שטײגער. /119:150 עס גענענען די װאָס יאָגן זיך נאָך שענדלעכקײט;פֿון דײַן תּורה זײַנען זײ װײַט. /119:151 דו ביסט נאָנט, גאָט, און אַלע דײַנע געבאָט זײַנען אמת. /119:152 פֿון לאַנג אָן האָב איך געװוּסט פֿון דײַנע אָנזאָגן, אַז דו האָסט זײ אױף אײביק געגרונטפֿעסט.

ר

/119:153 זע מײַן פּײַן, און דערלײז מיך, װאָרום דײַן תּורה האָב איך ניט פֿאַרגעסן. /119:154 קריג מײַן קריג, און לײז מיך אױס, לױט דײַן צוזאָג לעב מיך אױף. /119:155 װײַט איז פֿון רשָעים הילף, װײַל דײַנע געזעצן זוכן זײ ניט. /119:156 דײַן דערבאַרימונג איז גרױס, גאָט;לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן שטײגער. /119:157 פֿיל זײַנען מײַנע נאָכיאָגער און מײַנע דריקער –פֿון דײַנע אָנזאָגן האָב איך זיך ניט אָפּגענײַגט. /119:158 איך האָב געזען די פֿעלשער און זיך געקריגט מיט זײ, װאָס זײ האָבן דײַן װאָרט ניט געהיט. /119:159 זע אַז דײַנע באַפֿעלן האָב איך ליב;גאָט, לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסד. /119:160 דער עיקר פֿון דײַן װאָרט איז אמת, און אױף אײביק איז אַל דײַן גערעכטער משפּט.

ש

/119:161 האַרן האָבן מיך גערודפֿט פֿאַר אומזיסט, אָבער פֿאַר דײַנע װערטער האָט געאַנגסט מײַן האַרץ. /119:162 איך פֿרײ זיך איבער דײַן װאָרט, װי אײנער װאָס געפֿינט אַ סך רױב. /119:163 ליגן האָב איך פֿײַנט און פֿאַראומװערדיק, דײַן תּורה האָב איך ליב. /119:164 זיבן מאָל אַ טאָג לױב איך דיךפֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים. /119:165 גרױס פֿריד איז פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דײַן תּורה, און ניטאָ פֿאַר זײ קײן שטרױכלונג. /119:166 איך האָב אױסגעקוקט אױף דײַן הילף, גאָט, און דײַנע געבאָט האָב איך געטאָן. /119:167 מײַן זעל האָט געהיט דײַנע אָנזאָגן, און איך האָב זײ ליב זײער. /119:168 איך האָב געהיט דײַנע באַפֿעלן און דײַנע אָנזאָגן, װאָרום אַלע מײַנע װעגן זײַנען פֿאַר דיר.

ת

/119:169 זאָל גענענען מײַן געשרײ פֿאַר דיר, גאָט;מאַך מיך פֿאַרשטײן, לױט דײַן װאָרט. /119:170 זאָל קומען מײַן געבעט פֿאַר דיר;זײַ מיך מציל לױט דײַן צוזאָג. /119:171 מײַנע ליפּן װעלן שטראָמען מיט לױב, אַז דו װעסט מיך לערנען דײַנע געזעצן. /119:172 מײַן צונג װעט זינגען דײַן װאָרט, װאָרום אַלע דײַנע געבאָט זײַנען גערעכטיקײט. /119:173 זאָל דײַן האַנט זײַן מיר צו הילף, װאָרום דײַנע באַפֿעלן האָב איך אױסדערװײלט. /119:174 איך האָב געשמאַכט נאָך דײַן ישועה, גאָט, און דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג. /119:175 זאָל לעבן מײַן זעל, און דיך לױבן, און זאָלן דײַנע משפּטים מיך העלפֿן. /119:176 איך האָב געבלאָנדזשעט װי אַ פֿאַרלאָרענע שאָף;זוך אױף דײַן קנעכט, װאָרום דײַנע געבאָט האָב איך ניט פֿאַרגעסן.


/120:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. אין מײַן נױט האָב איך גערופֿן צו גאָט, און ער האָט מיר געענטפֿערט. /120:2 גאָט, זײַ מציל מײַן זעלפֿון דער ליפּ פֿון ליגן, פֿון דער צונג פֿון באַטרוג. /120:3 װאָס װעט מען דיר געבן, און װאָס װעט מען דיר צולײגן, דו צונג פֿון באַטרוג?/120:4 שאַרפֿע גיבור-פֿײַלן, מיט קױלן פֿון בעזעמבײמלעך.

/120:5 װײ מיר, װאָס איך האַלט זיך אױף אין מֶשֶך, װאָס איך װױן בײַ די געצעלטן פֿון קֵדר. /120:6 לאַנג האָט זיך אָנגעװױנט מײַן זעלבײַ דעם שׂונא פֿון שלום. /120:7 איך בין לױטער שלום, אָבער אַז איך רעד, זײַנען זײ פֿאַר מלחמה.


/121:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. /121:2 איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג:פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?מײַן הילף איז פֿון גאָט, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

/121:3 ניט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס;ניט שלומערן װעט דײַן היטער. /121:4 זע, עס שלומערט ניט און שלאָפֿט ניטדער היטער פֿון ישׂראל.

/121:5 גאָט איז דײַן היטער, גאָט איז דײַן שאָטן בײַ דײַן רעכטער האַנט;/121:6 בײַ טאָג װעט די זון דיך ניט שלאָגן, און ניט בײַ נאַכט די לבֿנה.

/121:7 גאָט װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז, ער װעט באַהיטן דײַן זעל. /121:8 גאָט װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען, פֿון אַצונד און ביז אײביק.

/122:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר:לאָמיר גײן אין גאָטס הױז. /122:2 אונדזערע פֿיס שטײעןאין דײַנע טױערן, ירושלים;/122:3 ירושלים װאָס איז אױפֿגעבױטװי אַ שטאָט װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם;/122:4 װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים, די שבֿטים פֿון יָה, פֿאַר אַן עדות צו ישׂראל, צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון גאָט. /122:5 װאָרום דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט, די טראָנען פֿון דָוִדס הױז.

/122:6 בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושלים;זאָלן אין שַלוה זײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער. /122:7 זאָל זײַן שלום אין דײַן מױער, שַלוה אין דײַנע פּאַלאַצן. /122:8 פֿון װעגן מײַנע ברידער און מײַנע חבֿריםלאָמיך זאָגן: שלום אין דיר!/122:9 פֿון װעגן דעם הױז פֿון יהוה אונדזער גאָטװינטש איך דיר גוטס.


/123:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. צו דיר הײב איך אױף מײַנע אױגן, דו װאָס טראָנסט אין די הימלען. /123:2 זע, װי די אױגן פֿון קנעכטצו דער האַנט פֿון זײער האַר, װי די אױגן פֿון אַ דינסטצו דער האַנט פֿון איר האַרינטע, אַזױ זײַנען אונדזערע אױגן צו יהוה אונדזער גאָט, ביז ער װעט אונדז לײַטזעליקן.

/123:3 לײַטזעליק אונדז, גאָט, לײַטזעליק אונדז, װאָרום איבערזאַט זײַנען מיר מיט פֿאַראַכטונג. /123:4 איבערזאַט איז אונדזער זעלמיט דעם געשפּעט פֿון די רויִקע, מיט דער פֿאַראַכטונג פֿון די האָפֿערדיקע דריקער.


/124:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. /124:2 װען ניט גאָט װאָס איז געװען מיט אונדז –זאָל נון זאָגן ישׂראל –װען ניט גאָט װאָס איז געװען מיט אונדז, בעת מענטשן זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף אונדז, /124:3 דענצמאָל װאָלטן זײ אונדז לעבעדיקערהײט אײַנגעשלונגען, װען זײער צאָרן האָט געגרימט אױף אונדז;/124:4 דענצמאָל װאָלטן אונדז די װאַסערן פֿאַרפֿלײצט, דער טײַך װאָלט אַריבערגעגאַנגען איבער אונדזער זעל;/124:5 דענצמאָל װאָלטן אַריבער איבער אונדזער זעלדי מוטװיליקע װאַסערן.

/124:6 געלױבט איז גאָט, װאָס ער האָט אונדז ניט געגעבןפֿאַר רױב צו זײערע צײן. /124:7 אונדזער זעל איז אַנטרונען געװאָרן װי אַ פֿױגלפֿון די פֿאַנגערס פּאַסטקע;די פּאַסטקע איז צעבראָכן געװאָרן, און מיר זײַנען אַנטרונען געװאָרן. /124:8 אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון גאָט, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.


/125:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף גאָטזײַנען אַזױ װי באַרג צִיון, װאָס רירט זיך ניט;אײביק פֿאַרבלײַבט ער. /125:2 ירושלים – אַרום איר זײַנען בערג, און גאָט איז אַרום זײַן פֿאָלק, פֿון אַצונד און ביז אײביק. /125:3 װאָרום דער שטעקן פֿון שלעכטיקײט װעט ניט רועןאױף דעם גורל פֿון די גערעכטע, כּדי די גערעכטע זאָלן ניט אױסשטעקןאין אומגערעכטיקײט זײערע הענט.

/125:4 באַגיטיק, גאָט, די גוטע, און די װאָס זײַנען רעכטפֿאַרטיק אין זײערע הערצער. /125:5 אָבער די װאָס נײַגן זיך אױף זײערע קרומע װעגן, זײ װעט גאָט אַװעקפֿירן מיט די טוער פֿון אומרעכט. שלום אױף ישׂראל!


/126:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. אַז גאָט האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון צִיון, זײַנען מיר געװען װי אין חָלום. /126:2 דענצמאָל איז פֿול געװאָרן אונדזער מױל מיט געלעכטער, און אונדזער צונג מיט געזאַנג;דענצמאָל האָט מען געזאָגט צװישן די פֿעלקער:גרױס געטאָן האָט גאָט מיט די דאָזיקע. /126:3 גרױס געטאָן האָט גאָט מיט אונדז, מיר זײַנען דערפֿרײט געװאָרן.

/126:4 ריכט אונדז, גאָט, װידער אױף. װי שטראָמען אין טרוקענעם לאַנד. /126:5 די װאָס זײען מיט טרערן, זאָלן שנײַדן מיט געזאַנג. /126:6 גײן גײט און װײנטדער װאָס טראָגט דעם אױסשיט פֿון זריעה, אָבער קומען זאָל קומען מיט געזאַנגדער װאָס טראָגט זײַנע גאַרבן.


/127:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן. אַז גאָט בױט ניט אַ הױז, אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים;אַז גאָט היט ניט אַ שטאָט, אומזיסט װאַכט דער שומר. /127:2 אומזיסט אײַך, איר װאָס פֿעדערט אײַך אױפֿצושטײן, װאָס זיצט-אױף שפּעט, װאָס עסט ברױט מיט מאַטערניש;אַזױ װאָס גיט ער זײַן באַליבטן אין שלאָף.

/127:3 זע, די אַרב פֿון גאָט זײַנען קינדער, דער שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב. /127:4 װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גִבור, אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט. /127:5 װױל צו דעם מאַןװאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ!זײ װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן, אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.


/128:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט גאָט, װאָס גײט אין זײַנע װעגן. /128:2 די מי פֿון דײַנע הענט אַז דו עסט, װױל איז צו דיר, און גוט איז צו דיר. /128:3 דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק, אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן, רונד אַרום דײַן טיש. /128:4 יאָ, אָט אַזױ װערט געבענטשטדער מאַן װאָס פֿאָרכט גאָט. /128:5 גאָט זאָל דיך בענטשן פֿון צִיון, און זע דאָס גוטס פֿון ירושליםאַלע טעג פֿון דײַן לעבן; /128:6 און זע קינדער בײַ דײַנע קינדער. שלום אױף ישׂראל!


/129:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט –זאָל נון זאָגן ישׂראל –/129:2 פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט, און האָבן מיך ניט בײַגעקומען. /129:3 אױף מײַן רוקן האָבן אַקערער געאַקערט, זײ האָבן לאַנג געמאַכט זײערע בײטן. /129:4 גאָט דער גערעכטערהאָט דורכגעהאַקט די שטריק פֿון די רשָעים. /129:5 זיך שעמען און אָפּטרעטן אַהינטערװעלן אַלע שָׂונאים פֿון צִיון. /129:6 זײ װעלן זײַן װי גראָז פֿון דעכער, װאָס אײדער עס איז אַרױס, איז עס פֿאַרטריקנט;/129:7 װאָס דער שניטער פֿילט ניט דערמיט זײַן האַנט, און דער גאַרבנבינדער זײַן בוזעם;/129:8 און די פֿאַרבײַגײער זאָגן ניט:גאָטס ברכה אױף אײַך!מיר בענטשן אײַך אין נאָמען פֿון גאָט.


/130:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, גאָט. /130:2 גאָט, הער צו מײַן קָול;זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיקצו דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן. /130:3 אַז דו, גאָט, זאָלסט אַכטן אױף זינד, װער, גאָט, קען באַשטײן?/130:4 װאָרום בײַ דיר איז פֿאַרגעבונג, דרום װערסטו געפֿאָרכט.

/130:5 איך האָב געהאָפֿט אױף גאָט,

געהאָפֿט האָט מײַן זעל, און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט. /130:6 מײַן זעל קוקט אױס אױף גאָטמער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן, װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן. /130:7 האַר, ישׂראל, אױף גאָט, װאָרום בײַ גאָט איז גענאָד, און בײַ אים איז גרױס אױסלײזונג. /130:8 און ער װעט אױסלײזן ישׂראלפֿון אַלע זײַנע זינד.


/131:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. גאָט, ניט האָפֿערדיק איז מײַן האַרץ, און ניט דערהױבן זײַנען מײַנע אױגן, און איך בין ניט אומגעגאַנגען מיט זאַכןצו גרױס און פֿאַרהױלן פֿון מיר. /131:2 פֿאַר װאָר, איך האָב באַרוט און אײַנגעשטילט מײַן זעלאַזױ װי אַן אַנטװױנטער בײַ זײַן מוטער;אַזױ װי אַן אַנטװױנטער איז בײַ מיר מײַן זעל.

/131:3 האַר, ישׂראל, אױף גאָטפֿון אַצונד און ביז אײביק.


/132:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. געדענק, גאָט, דָוִדןאַל זײַן פּלאָגן זיך. /132:2 װי ער האָט געשװאָרן צו גאָט, אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ:/132:3 אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מײַן הױז, אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מײַן געלעגער, /132:4 אױב איך װעל געבן שלאָף צו מײַנע אױגן, צו מײַנע ברעמען שלומער, /132:5 ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר גאָט, אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ!

/132:6 זע, מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין אֶפֿרָת, מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון יַעַר. /132:7 לאָמיר קומען צו זײַן װױנונג, לאָמיר זיך בוקן צו זײַן פֿוסבענקל. /132:8 שטײ אױף, גאָט, צו דײַן רו, דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט. /132:9 דײַנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט, און דײַנע פֿרומע זאָלן זינגען. /132:10 פֿון װעגן דָוִדן דײַן קנעכט, זאָלסט ניט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

/132:11 גאָט האָט אמת געשװאָרן צו דָוִדן, ער װעט זיך ניט אָפּקערן דערפֿון:פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַבװעל איך זעצן אױף דײַן טראָן. /132:12 אױב דײַנע זין װעלן היטן מײַן בונד, און מײַן געזעץ װאָס איך װעל זײ לערנען, װעלן אױך זײערע זין ביז אײביקזיצן אױף דײַן טראָן. /132:13 װאָרום גאָט האָט אױסדערװײלט צִיון, זי געגלוסט פֿאַר זײַן װױנונג:/132:14 דאָס איז מײַן רוּונג ביז אײביק, דאָ װעל איך זיצן, װײַל איך גלוסט זי. /132:15 בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּײַז, אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט. /132:16 און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף, און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע. /132:17 דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן, איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן. /132:18 זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד, און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.


/133:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן, זע, װי גוט און װי ליבאיז דאָס זיצן פֿון ברידער באַנאַנד. /133:2 אַזױ װי טײַער אײל אױפֿן קאָפּ, װאָס נידערט אַראָפּ אױף דער באָרד –אױף דער באָרד פֿון אַהרֹנען, װאָס נידערט אױפֿן קאָלנער פֿון זײַנע קלײדער; /133:3 אַזױ װי דער חרמון-טױ װאָס נידערטאױף די בערג פֿון צִיון;װאָרום דאָרטן האָט גאָט באַפֿױלן אַ ברכה, לעבן ביז אײביק.


/134:1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿאַר װאָר, בענטשט גאָט, אַלע קנעכט פֿון גאָט, װאָס שטײט אין גאָטס הױז אין די נעכט. /134:2 הײבט אױף אײַערע הענט צום הײליקטום, און בענטשט גאָט. /134:3 בענטשן זאָל דיך פֿון צִיון גאָט, דער באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.


/135:1 הַלְלוּיָה. לױבט דעם נאָמען פֿון גאָט, לױבט, איר קנעכט פֿון גאָט, /135:2 װאָס שטײט אין הױז פֿון יהוה, אין די הױפֿן פֿון אונדזער גאָטס הױז. /135:3 לױבט גאָט װאָרום גאָט איז גוט, זינגט צו זײַן נאָמען, װאָרום ער איז ליב. /135:4 װאָרום גאָט האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ, ישׂראל פֿאַר זײַן באַזונדער אײגנס.

/135:5 װאָרום איך װײס אַז יהוה איז גרױס, און אונדזער האַר איבער אַלע געטער. /135:6 אַלץ װאָס גאָט באַגערט, טוט ער, אין הימל און אױף דער ערד, אין די ימען און אַלע תּהומען. /135:7 ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד, ער מאַכט בליצן צום רעגן, ער ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.

/135:8 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכורים פֿון מצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה. /135:9 האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר, מצרַיִם, אױף פּרעהן און אױף אַלע זײַנע קנעכט.

/135:10 ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער, און געהרגעט מאַכטיקע מלכים:/135:11 סיחון דעם מלך פֿון אמורי, און עוג דעם מלך פֿון בשן, און אַלע קיניגרײַכן פֿון כּנַעַן;/135:12 און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, אַ נחלה פֿאַר ישׂראל זײַן פֿאָלק.

/135:13 גאָט, דײַן נאָמען איז אױף אײביק, גאָט, דײַן געדעכעניש איז אױף דָור-דורות. /135:14 װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אױף זײַנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרימען. /135:15 די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער זײַנען זילבער און גאָלד, דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט. /135:16 זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט, זײ האָבן אױגן און זעען ניט;/135:17 זײ האָבן אױערן און הערן ניט;ניטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל. /135:18 זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ, איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ. /135:19 הױז פֿון ישׂראל, לױבט גאָט;הױז פֿון אַהרֹן, לױבט גאָט;/135:20 הױז פֿון לֵוי, לױבט גאָט;איר גאָטספֿאָרכטיקע, לױבט גאָט. /135:21 געלױבט איז פֿון צִיון גאָט, װאָס רוט אין ירושלים. הַלְלוּיָה.


/136:1 גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:2 גיט אַ דאַנק צו גאָט פֿון די געטער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:3 גיט אַ דאַנק צום האַר פֿון די האַרן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:4 צו דעם װאָס טוט אַלײן גרױסע װוּנדער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:5 צו דעם װאָס האָט געמאַכט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:6 צו דעם װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד איבער די װאַסערן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:7 צו דעם װאָס האָט געמאַכט די גרױסע ליכטער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:8 די זון פֿאַר געװעלטיקונג בײַ טאָג, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:9 די לבֿנה און שטערן פֿאַר געװעלטיקונגען בײַ נאַכט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.

/136:10 צו דעם װאָס האָט געשלאָגן מצרַיִם אין זײערע בכורים, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:11 און אַרױסגעצױגן ישׂראל פֿון צװישן זײ, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:12 מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:13 צו דעם װאָס האָט צעשניטן דעם ים-סוף אין שטיקער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:14 און דורכגעפֿירט ישׂראל אין מיטן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:15 און אַרײַנגעטרײסלט פּרעהן און זײַן חיל אין ים-סוף, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.

/136:16 צו דעם װאָס האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק אין דער מדבר, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:17 צו דעם װאָס האָט געשלאָגן גרױסע מלכים, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:18 און געהרגעט שטאַרקע מלכים, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:19 סיחון דער מלך פֿון אמורי, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:20 און עוג דעם מלך פֿון בשן, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:21 און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:22 אַ נחלה פֿאַר ישׂראל זײַן קנעכט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.

/136:23 צו דעם װאָס האָט אין אונדזער דערנידערונג געדאַכט אָן אונדז, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד;/136:24 און אונדז אױסגעלײזט פֿון אונדזערע דריקער, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד. /136:25 װאָס גיט ברױט צו יעטװעדער באַשעפֿעניש, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.

/136:26 גיט אַ דאַנק צום גאָט פֿון די הימלען, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד.


/137:1 בײַ די טײַכן פֿון בָבֿל, דאָרטן זײַנען מיר געזעסן און געװײנט, אַז מיר האָבן זיך דערמאָנט אָן צִיון. /137:2 אױף די װערבעס װאָס אין אירהאָבן מיר אױפֿגעהאַנגען אונדזערע האַרפֿן;/137:3 װאָרום דאָרטן האָבן אונדזערע פֿאַנגערפֿאַרלאַנגט פֿון אונדז װערטער פֿון געזאַנג, און אונדזערע פּײַניקער, פֿרײלעכקײט:זינגט אונדז פֿון דעם געזאַנג פֿון צִיון. /137:4 װי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פֿון גאָטאױף פֿרעמדער ערד?

/137:5 אױב איך װעל דיך פֿאַרגעסן, ירושלים, זאָל מײַן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן צו רירן . /137:6 זאָל צוגעקלעפּט װערן מײַן צונג צו מײַן גומען, אױב איך װעל דיך ניט געדענקען, אױב איך װעל ניט דערמאָנען ירושליםאױף מײַן העכסטער שִׂמחה.

/137:7 געדענק, גאָט, די קינדער פֿון אדוםדעם טאָג פֿון ירושלים;די װאָס האָבן געזאָגט: װאַרפֿט אײַן, װאַרפֿט אײַן ביז צום גרונט אין איר. /137:8 טאָכטער בָבֿל, דו אָנגעברײטע צו פֿאַרװיסטונג, װױל צו דעם װאָס װעט דיר אָפּצאָלןדײַן טוּונג װאָס דו האָסט אונדז געטאָן;/137:9 װױל צו דעם װאָס װעט אָננעמען און צעהאַקןדײַנע קלײנע קינדער אָן פֿעלדז.


/138:1 פֿון דָוִדן. איך װעל דיך לױבן מיט מײַן גאַנצן האַרצן, פֿאַר די מאַכטיקע װעל איך דיך באַזינגען. /138:2 איך װעל זיך בוקן צו דײַן הײליקן טעמפּל, און איך װעל לױבן דײַן נאָמען, פֿאַר דײַן חֶסד און פֿאַר דײַן טרײַשאַפֿט;װאָרום איבער אַל דײַן נאָמעןהאָסטו געגרײסט דײַן צוזאָג. /138:3 אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט, האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מײַן זעל. /138:4 לױבן װעלן דיך, גאָט, אַלע מלכים פֿון דער ערד, װאָרום זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דײַן מױל. /138:5 און זײ װעלן זינגען פֿון די װעגן פֿון גאָט, װאָרום גרױס איז דער כּבֿוד פֿון גאָט. /138:6 װאָרום גאָט איז דערהױבן, אָבער ער זעט דעם נידעריקן, און װי הױך ער איז, װײס ער פֿון דער װײַטן. /138:7 אַז איך גײ אין דער מיט פֿון נױט, לעבסטו מיך אױף;צו להַכעִיס מײַנע פֿײַנט שטרעקסטו אױס דײַן האַנט, און דײַן רעכטע האַנט העלפֿט מיך. /138:8 גאָט פֿירט אױס פֿאַר מיר;גאָט, דײַן חֶסד איז אױף אײביק;די װערק פֿון דײַנע הענט זאָלסטו ניט פֿאַרלאָזן.


/139:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מזמור. גאָט, דו האָסט מיך אױסגעפֿאָרשט, און קענסט מיך. /139:2 דו װײסט מײַן זיצן און מײַן אױפֿשטײן, פֿאַרשטײסט מײַן טראַכטונג פֿון דער װײַטן. /139:3 מײַן גײן און מײַן ליגן זיפּסטו דורך, און אין אַלע מײַנע װעגן ביסטו באַהאַװנט. /139:4 װאָרום דאָס װאָרט איז נאָך צו מאָל ניט אױף מײַן צונג, װײסטו עס דאָך, גאָט, שױן אין גאַנצן. /139:5 הינטן און פֿאָרנט האָסטו מיך באַלעגערט, און אַרױפֿגעטאָן אױף מיר דײַן האַנט. /139:6 צו װוּנדערלעך איז דאָס פֿאַר מיר צו פֿאַרשטײן, צו הױך, איך קען עס ניט באַנעמען. /139:7 װוּהין זאָל איך אַװעקגײן פֿון דײַן גײַסט?און װוּהין זאָל איך פֿון דײַן פּנים אַנטלױפֿן?/139:8 זאָל איך אַרױפֿגײן אין הימל, ביסטו דאָרטן, און זאָל איך מיר אױסבעטן אין אונטערערד, ערשט ביסט דאָ. /139:9 זאָל איך נעמען די פֿליגלען פֿון באַגינען, זאָל איך רוען אין עק פֿון ים, /139:10 װעט אױך דאָרטן מיך פֿירן דײַן האַנט, און מיך װעט האַלטן דײַן רעכטע. /139:11 און זאָל איך זאָגן: לױטער פֿינצטערניש זאָל מיך באַדעקן, און נאַכט זאָל דאָס ליכט פֿאַר מיר װערן, /139:12 איז אױך פֿינצטערניש ניט פֿינצטער פֿאַר דיר, און נאַכט טוט אַזױ װי דער טאָג לײַכטן; אַזױ פֿינצטערקײט אַזױ ליכטיקײט.

/139:13 װאָרום דו האָסט געשאַפֿן מײַנע נירן, האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער. /139:14 איך לױב דיך, װאָרום מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק, און מײַן זעל װײס דאָס װױל. /139:15 ניט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר, װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגענישגעשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד. /139:16 מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן, די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן, און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים. /139:17 און װי האַרב פֿאַר מיר זײַנען דײַנע טראַכטונגען, גאָט, װי געװאַלטיק איז זײער מספּר!/139:18 זאָל איך זײ צײלן, זײַנען זײ מער פֿון זאַמד, זאָל איך דערגײן צום סָוף, דאַרף מײַן דױער זײַן װי דײַנער.

/139:19 װען דו, גאָט, װאָלסט טײטן דעם רָשע!און איר בלוטיק לײַט, טוט זיך אָפּ פֿון מיר!/139:20 די װאָס רעדן דיך אַרױס מיט אַ בײזער כּװנה, דײַנע פֿײַנט װאָס דערמאָנען דיך צום פֿאַלשן. /139:21 פֿאַר װאָר, דײַנע פֿײַנט, גאָט, האָב איך פֿײַנט, און מיט דײַנע קעגנשטײער טו איך קריגן. /139:22 פֿײַנט ביז גאָר האָב איך זײ פֿײַנט, שָׂונאים זײַנען זײ בײַ מיר. /139:23 פֿאָרש מיך, גאָט, און דערקען מײַן האַרץ, פּרוּװ מיך, און װײס מײַנע געדאַנקען;/139:24 און זע אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרדראָסיקער װעג, און פֿיר מיך אין דעם אײביקן װעג.


/140:1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מזמור פֿון דָוִדן. /140:2 דערלײז מיך יהוה פֿון דעם שלעכטן מענטשן, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;/140:3 די װאָס טראַכטן בײז אין האַרצן, אַלע טאָג העצן זײ מלחמות. /140:4 זײ שאַרפֿן זײער צונג װי אַ שלאַנג, גיפֿט פֿון אַן אָטערשלאַנג איז אונטער זײערע ליפּן. סֶלָה. /140:5 היט מיך, גאָט, פֿון די הענט פֿון דעם רָשע, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;די װאָס טראַכטן אומצושטױסן מײַנע טריט. /140:6 די האָפֿערדיקע האָבן מיר אַ פּאַסטקע אונטערגעלײגט, און שטריק, זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ נעץ לעבן שטעג, שטרױכלונגען האָבן זײ מיר געשטעלט. סֶלָה.

/140:7 איך זאָג צו יהוה: מײַן גאָט ביסט דו;פֿאַרנעם, יהוה, דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן. /140:8 גאָט דו האַר, די שטאַרקײט פֿון מײַן הילף, האָסט באַשירעמט מײַן קאָפּ אין טאָג פֿון באַװאָפֿענונג;/140:9 זאָלסט ניט געבן, גאָט, די באַגערן פֿון דעם רָשע, זײַן כּװנה זאָלסטו ניט לאָזן אױספֿירן, אַז זײ זאָלן זיך דערהײבן. סֶלָה. /140:10 דאָס גיפֿט פֿון מײַנע אַרומרינגלער, דאָס אומגליק פֿון זײערע ליפּן זאָל זײ אַלײן צודעקן. /140:11 זאָלן פֿאַלן אױף זײ קױלן, אין פֿײַער זאָל ער זײ װאַרפֿן, אין גריבער, אַז זײ זאָלן ניט אױפֿשטײן. /140:12 דער צונגמענטש זאָל ניט באַשטײן אױף דער ערד, דעם בײזן רױבמענטשן, אים זאָל ער יאָגן צו פֿאַרשטױסונג. /140:13 איך װײס אַז גאָט װעט טאָן דאָס רעכט פֿון דעם אָרימאַן, די גערעכטיקײט פֿון די באַדערפֿטיקע. /140:14 פֿאַר װאָר, די צדיקים װעלן דאַנקען דײַן נאָמען, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זיצן פֿאַר דײַן פּנים.


/141:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גאָט, איך רוף דיך, אײַל צו מיר, פֿאַרנעם מײַן קָול, אַז איך רוף צו דיר. /141:2 זאָל באַשטײן מײַן תּפֿילה װי װײַרױך פֿאַר דיר, די אױפֿהײבונג פֿון מײַנע הענט װי דער קרבן פֿון אָװנט. /141:3 מאַך, גאָט, אַ היטונג אױף מײַן מױל, גיב אַכט אױף דער טיר פֿון מײַנע ליפּן. /141:4 זאָלסט ניט נײַגן מײַן האַרץ צו אַ בײזער זאַך, צו טאָן טוּונגען אין שלעכטיקײטמיט לײַט װאָס װערקן אומרעכט;און לאָמיך ניט עסן פֿון זײערע זיסע שפּײַזן –/141:5 זאָל מיך שלאָגן דער צדיק אױס גינציקײט, און מיך שטראָפֿן; מײַן קאָפּ װעט ניט אָפּשטױסן דאָס טײַערע אײל –װאָרום תּמיד איז מײַן תּפֿילה אַקעגן זײערע בײזן. /141:6 זאָלן געשלײַדערט װערן אָן אַ פֿעלדז זײערע ריכטער;און מע זאָל הערן מײַנע װערטער אַז זײ זײַנען ליבלעך. /141:7 אַזױ װי װען מע שפּאַלט און ברעכט אױף די ערד, זײַנען צעשאָטן אונדזערע בײנער בײַם מױל פֿון אונטערערד. /141:8 װאָרום אױף דיר, גאָט דו האַר, זײַנען מײַנע אױגן; אין דיר שיץ איך מיך, זאָלסט ניט אױסגיסן מײַן זעל. /141:9 היט מיך פֿון דער פּאַסטקע װאָס זײ האָבן מיר געשטעלט, און פֿון די שטרױכלונגען פֿון די אומרעכטטוער. /141:10 זאָלן אַרײַנפֿאַלן אין זײערע נעצן די רשָעים, בעת איך אַלײן װעל אַריבערגײן.


/142:1 אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער הײל; אַ תּפֿילה. /142:2 מיט מײַן קָול שרײַ איך צו גאָט, מיט מײַן קָול בעט איך צו גאָט. /142:3 איך גיס אױס פֿאַר אים מײַן קלאָג, מײַן נױט דערצײל איך פֿאַר אים. /142:4 װען מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר, דו װײסט דאָך מײַן שטעג –אױף דעם װעג װאָס איך גײ, האָבן זײ מיר אַ פּאַסטקע באַהאַלטן. /142:5 קוק רעכטס, און זע, אַז איך האָב ניט קײן באַקענטן;פֿאַרלאָרן איז אַנטרינונג פֿון מיר, קײנער פֿרעגט ניט אױף מײַן זעל.

/142:6 איך שרײַ צו דיר, גאָט, איך זאָג: ביסט מײַן באַשיצונג, מײַן טײל אין דעם לאַנד פֿון די לעבעדיקע. /142:7 פֿאַרנעם מײַן געשרײ, װאָרום איך בין געפֿאַלן זײער;זײַ מיך מציל פֿון מײַנע נאָכיאָגער, װאָרום זײ זײַנען שטאַרקער פֿון מיר. /142:8 צי אַרױס פֿון פֿעסטונג מײַן זעל, צו לױבן דײַן נאָמען; דורך מיר װעלן די צדיקים זיך קרײנען, אַז דו װעסט מיר גוטס טאָן.

/143:1 אַ מזמור פֿון דָוִדן. גאָט, הער מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם מײַנע געבעטן, אין דײַן טרײַשאַפֿט ענטפֿער מיר, אין דײַן גערעכטיקײט. /143:2 און זאָלסט ניט גײן אין משפּט מיט דײַן קנעכט, װאָרום קײן לעבעדיקער קען ניט גערעכט זײַן פֿאַר דיר.

/143:3 װאָרום דער פֿײַנט האָט גערודפֿט מײַן זעל, ער האָט צוגעדריקט צו דער ערד מײַן לעבן, ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין פֿינצטערנישן, װי געשטאָרבענע פֿון לאַנג אָן. /143:4 און מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר, מײַן האַרץ װערט באַנומען אין מיר.

/143:5 איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל, איך האָב געטראַכט אָן אַל דײַן טוּונג;אָן דעם װערק פֿון דײַנע הענט טו איך קלערן. /143:6 איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו דיר, מײַן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דיר. סֶלָה.

/143:7 ענטפֿער מיר גיך, גאָט, מײַן געמיט גײט אױס; זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, אַזיסט װעל איך געגליכן זײַן צו די גענידערטע אין גרוב. /143:8 לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסד, װאָרום אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט. לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן, װאָרום צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל. /143:9 זײַ מיך מציל, גאָט, פֿון מײַנע פֿײַנט; בײַ דיר האָב איך מיך פֿאַרבאָרגן. /143:10 לערן מיך צו טאָן דײַן רָצון, װאָרום דו ביסט מײַן גאָט;דײַן גוטער גײַסט זאָל מיך פֿירןאױף אַ גלײַכן לאַנד. /143:11 פֿון דײַן נאָמען װעגן, גאָט, זאָלסטו מיך אױפֿלעבן, אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסציִען פֿון נױט מײַן זעל. /143:12 און אין דײַן חֶסד זאָלסטו פֿאַרשנײַדן מײַנע פֿײַנט, און אונטערברענגן אַלע װאָס דריקן מײַן זעל, װאָרום איך בין דײַן קנעכט.


/144:1 פֿון דָוִדן. געלױבט איז גאָט מײַן פֿעלדז, װאָס לערנט מײַנע הענט צו קריג, מײַנע פֿינגער צו מלחמה. /144:2 מײַן גענאָד און מײַן פֿעסטונג, מײַן טורעם און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען:מײַן שילד און דער װאָס איך שיץ מיך אין אים, דער װאָס אונטערטעניקט מײַן פֿאָלק אונטער מיר.

/144:3 גאָט, װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט זיך קימערן אום אים?און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אַכטן אױף אים?/144:4 אַ מענטש איז געגליכן צו אַ הױך, זײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס פֿאַרגײט. /144:5 גאָט, נײַג דײַנע הימלען און זאָלסט אַראָפּנידערן, ריר אָן די בערג, און זײ זאָלן רײכערן. /144:6 בליץ אַרױס אַ בליץ, און זאָלסט זײ צעשפּרײטן, שיק דײַנע פֿײַלן, און פֿאַרטומל זײ. /144:7 שטרעק אױס דײַנע הענט פֿון דער הײך, רײַס מיך אַרױס און זײַ מיך מציל פֿון װאַסערן גרױסע, פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע, /144:8 װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט, און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן.

/144:9 גאָט, אַ נײַ געזאַנג װעל איך דיר זינגען, אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס װעל איך שפּילן צו דיר, /144:10 װאָס גיסט הילף צו די מלכים, װאָס רײַסט אַרױס דוד זײַן קנעכט פֿון דער בײזער שװערד. /144:11 רײַס מיך אַרױס און זײַ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע, װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט, און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן.

/144:12 װאָס אונדזערע זין זײַנעןװי אױפֿגעװאַקסענע פֿלאַנצן אין זײער יוגנט; אונדזערע טעכטער װי װינקלזײַלןגעשניצט לױט דעם בױ פֿון אַ טעמפּל;/144:13 אונדזערע שפּײַכלערס פֿול, אַרױסגעבנדיק אַלערלײ מינים; אונדזערע שאָף אין טױזנטן, אין צענטױזנטן, אױף אונדזערע פֿעלדער; /144:14 אונדזערע אָקסן באַלאָדן;קײן בראָך, און קײן מינערונג, און קײן װײגעשרײ אין אונדזערע גאַסן –/144:15 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס בײַ אים איז אַזױ, װױל צו דעם פֿאָלק װאָס יהוה איז זײַן גאָט.


/145:1 אַ לױבונג פֿון דָוִדן. איך װעל דיך דערהײבן, מײַן גאָט דער קיניג, און בענטשן דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק. /145:2 אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן, און רימען דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק. /145:3 גרױס איז גאָט און זײער גערימט, און זײַן גרױסקײט איז ניט צו דערפֿאָרשן. /145:4 אַ דָור צו אַ דָור װעט לױבן דײַנע מעשׂים, און דײַנע גבֿורות װעלן זײ אָנזאָגן. /145:5 די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון דײַן גלאַנץ, און די מעשׂיות פֿון דײַנע װוּנדער װעל איך דערצײלן. /145:6 און פֿון דער שטאַרקײט פֿון דײַנע פֿאָרכטיקע אױפֿטוען װעט מען רעדן, און דײַן גרױסקײט, זי װעל איך פֿאַרצײלן. /145:7 די דערמאָנונג פֿון דײַן גרױס גוטסקײט װעט מען אַרױסזאָגן, און דײַן גערעכטיקײט װעט מען באַזינגען. /145:8 לײַטזעליק און דערבאַרימדיק איז גאָט, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און גרױס אין גענאָד. /145:9 גוט איז גאָט צו אַלעמען, און זײַן רַחמָנות איז אױף אַלע זײַנע װערק. /145:10 דיך װעלן לױבן, גאָט, אַלע דײַנע װערק, און דײַנע פֿרומע װעלן דיך בענטשן. /145:11 די פּראַכט פֿון דײַן מלוכה װעלן זײ דערצײלן, און פֿון דײַן גבֿורה װעלן זײ רעדן; /145:12 צו לאָזן װיסן די מענטשנקינדער זײַנע גבֿורות, און די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון זײַן מלוכה. /145:13 דײַן מלוכה איז די מלוכה פֿון אַלע אײביקײטן, און דײַן געװעלטיקונג איז אין אַלע דָור-דורות. /145:14 גאָט לענט אונטער אַלע געפֿאַלענע, און שטעלט אױף אַלע געבױגענע. /145:15 די אױגן פֿון אַלעמען קוקן אױס אױף דיר, און דו גיסט זײ זײער עסן אין זײַן צײַט. /145:16 עפֿנסט דײַן האַנט, און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט/145:17 גערעכט איז גאָט אין אַלע זײַנע װעגן, און גענאָדיק אין אַלע זײַנע מעשׂים. /145:18 גאָט איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים, צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת. /145:19 ער טוט דעם רָצון פֿון די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײער געשרײ הערט ער צו, און העלפֿט זײ. /145:20 גאָט באַהיט אַלע װאָס האָבן אים ליב, און אַלע רשָעים װעט ער פֿאַרטיליקן. /145:21 דעם לױב פֿון גאָט זאָל רעדן מײַן מױל, און יעטװעדער לײַב זאָל בענטשן זײַן הײליקן נאָמעןאײביק און שטענדיק.


/146:1 הַלְלוּיָה. לױב גאָט, מײַן זעל; איך װעל לױבן גאָט כּל-זמן איך לעב, /146:2 איך װעל זינגען צו מײַן גאָט װי לאַנג איך בין. /146:3 איר זאָלט אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן, אױף אַ מענטשנקינד װאָס ניטאָ בײַ אים קײן הילף. /146:4 גײט אױס זײַן אָטעם, קערט ער זיך אום צו זײַן שטױב;אין יענעם טאָג גײען אונטער זײַנע טראַכטונגען. /146:5 װױל צו דעם װאָס דער גאָט פֿון יעקבֿ איז זײַן הילף, װאָס זײַן אױסקוק איז אױף יהוה זײַן גאָט, /146:6 װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ;דער װאָס היט טרײַשאַפֿט אױף אײביק;/146:7 װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע, װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע.

/146:8 גאָט בינדט אָפּ די געבונדענע, גאָט מאַכט זעעדיק די בלינדע, גאָט שטעלט אױף די געבױגענע, גאָט האָט ליב די גערעכטע. /146:9 גאָט באַהיט די פֿרעמדע;דעם יתום און די אלמנה ריכט ער אױף, און דעם װעג פֿון די רשָעים פֿאַרדרײט ער. /146:10 יהוה װעט קיניגן אױף אײביק, דײַן גאָט, צִיון, אױף דָור-דורות. הַלְלוּיָה.


/147:1 הַלְלוּיָה;װאָרום גוט איז זינגען צו אונדזער גאָט, װאָרום עס איז ליבלעך;שײן איז דאָס לױבן. /147:2 גאָט בױט ירושלים, די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל װעט ער אײַנזאַמלען;/147:3 דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער, און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן. /147:4 ער צײלט דעם מספּר פֿון די שטערן, זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן. /147:5 גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוח, ניטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט. /147:6 גאָט ריכט אױף די געדריקטע, ער דערנידערט די רשָעים ביז דער ערד.

/147:7 זינגט צו יהוה מיט דאַנק, שפּילט צו אונדזער גאָט אױף דער האַרף. /147:8 דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס, װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד, װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז. /147:9 ער גיט דער בהמה איר שפּײַז, די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן. /147:10 ניט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער, ניט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער. /147:11 גאָט װיל די װאָס פֿאָרכטן אים, די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסד.

/147:12 גיב אַ שבֿח צו יהוה, ירושלים, לױב דײַן גאָט, צִיון. /147:13 װאָרום ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן, ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר;/147:14 דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום, דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;/147:15 דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד –אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט;/147:16 דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל, פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן. /147:17 ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך;פֿאַר זײַן קעלט װער קען באַשטײן?/147:18 ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן;ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן. /147:19 ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ, זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו ישׂראל. /147:20 ער האָט אַזױ ניט געטאָן צו קײן פֿאָלק, און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ ניט. הַלְלוּיָה.


/148:1 הַלְלוּיָה. לױבט גאָט, פֿון די הימלען, לױבט אים אין די הײכן. /148:2 לױבט אים, אַלע זײַנע מלאכים;לױבט אים, אַלע זײַנע חילות. /148:3 לױבט אים, זון און לבֿנה;לױבט אים, אַלע ליכטיקע שטערן. /148:4 לױבט אים, די הימלען פֿון די הימלען, און די װאַסערן װאָס איבער די הימלען. /148:5 זאָלן זײ לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט, װאָרום ער האָט באַפֿױלן, און זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן. /148:6 און ער האָט זײ אױפֿגעשטעלט אױף שטענדיק, אױף אײביק;ער האָט געשטעלט אַ געזעץ װאָס זאָל ניט פֿאַרגײן.

/148:7 לױבט גאָט, פֿון דער ערד, איר ים-חיות און אַלע תּהומען;/148:8 פֿײַער און האָגל, שנײ און נעבל;דער שטורעמװינט װאָס טוט זײַן װאָרט;/148:9 בערג און אַלע הײכן, פֿרוכטבײמער און אַלע צעדערן; /148:10 חיות און אַלע בהמות, שרצים און געפֿליגלטע פֿױגלען;/148:11 מלכים פֿון דער ערד און אַלע פֿעלקער, האַרן און אַלע ריכטער פֿון דער ערד;/148:12 בחורים און אױך יונגפֿרױען, זקנים מיט ייִנגלעך. /148:13 זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט, װאָרום זײַן נאָמען אַלײן איז דערהױבן;זײַן גלאַנץ איבער ערד און הימל. /148:14 און ער האָט דערהײכט דעם האָרן פֿון זײַן פֿאָלק –אַ לױב פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע, פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, דעם פֿאָלק װאָס איז אים נאָנט. הַלְלוּיָה.


/149:1 הַלְלוּיָה. זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, זײַן לױב אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די פֿרומע. /149:2 זאָל זיך פֿרײען ישׂראל מיט זײַן באַשעפֿער, די קינדער פֿון צִיון זאָלן לוסטיק זײַן מיט זײער מלך. /149:3 זאָלן זײ לױבן זײַן נאָמען מיט טאַנץ, מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים. /149:4 װאָרום גאָט באַװיליקט זײַן פֿאָלק, ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף. /149:5 זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד, זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס. /149:6 דערהײבונגען פֿון גאָט אין זײער קעל, און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט, /149:7 צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער, שטראָפֿונגען אױף די אומות; /149:8 צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן, און זײערע אָנגעזעענע אין אײַזערנע רינגען; /149:9 צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט. שײן װעט דאָס זײַן פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע. הַלְלוּיָה.

/150:1 הַלְלוּיָה. לױבט גאָט אין זײַן הײליקטום, לױבט אים אין זײַן מאַכטיקן הימל. /150:2 לױבט אים װעגן זײַנע גבֿורות, לױבט אים לױט זײַן פֿיל גרױסקײט. /150:3 לױבט אים מיט בלאָזונג פֿון שופֿר, לױבט אים מיט גיטאַר און האַרף. /150:4 לױבט אים מיט פּױק און טאַנץ, לױבט אים מיט סטרונעס און פֿלײט. /150:5 לױבט אים מיט קלינגעדיקע צימבלען, לױבט אים מיט הילכיקע צימבלען. /150:6 אַלץ װאָס אָטעמט זאָל לױבן יָה. הַלְלוּיָה.