תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

קהלת


/1:1 די װערטער פֿון קהלת דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך אין ירושלים. /1:2 נישטיקײט פֿון נישטיקײטן, זאָגט קהלת, נישטיקײט פֿון נישטיקײטן, אַלץ איז נישטיקײט. /1:3 װאָס פֿאַר אַ נוץ האָט דער מענטש פֿון זײַן גאַנצער מיװאָס ער מיט זיך אונטער דער זון?/1:4 אַ דָור פֿאַרגײט, און אַ דָור קומט, און די ערד באַשטײט אײביק. /1:5 און די זון גײט אױף, און די זון גײט אונטער, און יאָגט צו איר אָרט אַװוּ זי גײט אױף. /1:6 דער װינט גײט קײן דָרום, און פֿאַרדרײט זיך קײן צפֿון, רונד אַרום, רונד אַרום גײט ער, און צו זײַנע געדרײען קערט זיך אום דער װינט. /1:7 אַלע טײַכן גײען צום ים, און דער ים װערט ניט פֿול;צו דעם אָרט װוּהין די טײַכן גײען, אַהין גײען זײ װידער. /1:8 אַלע װערטער װערן מיד, קײן מענטש קען עס ניט אַרױסרעדן;דאָס אױג קען זיך ניט אָנקוקן זאַט, און דאָס אױער קען זיך ניט אָנהערן פֿול. /1:9 װאָס איז געװען דאָס װעט זײַן, און װאָס איז געשען דאָס װעט געשען, און ניטאָ קײן נײַס אונטער דער זון. /1:10 פֿאַראַן אַ זאַך װאָס מע זאָגט דערױף:זע, דאָס איז אַ נײַס;איז עס שױן געװען אין אַלטע צײַטןװאָס זײַנען געװען פֿאַר אונדז. /1:11 ניטאָ קײן זכר פֿון די פֿריִערדיקע, און פֿון די שפּעטערדיקע װאָס װעלן ערשט זײַן, אױך פֿון זײ װעט קײן זכר ניט זײַן, צװישן די װאָס װעלן זײַן נאָך שפּעטער.

/1:12 איך קהלת בין געװען אַ מלך איבער ישׂראל אין ירושלים. /1:13 און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו זוכן און צו פֿאָרשן מיט חכמה װעגן אַלץ װאָס געשעט אונטער די הימלען. דאָס איז אַ שלעכטער ענין װאָס גאָט האָט געגעבן די מענטשנקינדער, זיך צו פֿאַרנעמען דערמיט. /1:14 איך האָב געזען אַלע טוענישן װאָס װערן געטאָן אונטער דער זון, ערשט אַלץ איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש; /1:15 אַ קרומקײט װאָס מע קען ניט אױסגלײַכן, און אַ פֿעלער װאָס קען ניט גוט געמאַכט װערן.

/1:16 איך האָב געטענהט מיט מײַן האַרצן אַזױ צו זאָגן: אָט האָב איך געהאַט חכמה גרעסער און מער אײדער אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושלים, און מײַן האַרץ האָט געזען פֿיל חכמה און קענטשאַפֿט. /1:17 און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו פֿאַרשטײן חכמה, אױך פֿאַרשטײן משוגעת און נאַרישקײט – בין איך געװאָר געװאָרן אַז דאָס אױך איז װינטיאָגעניש.

/1:18 װאָרום אין פֿיל חכמה איז פֿיל פֿאַרדראָס, און מערט מען קענטשאַפֿט, מערט מען װײטאָג.


/2:1 איך האָב געזאָגט בײַ מיר אין האַרצן: קום אַקאָרשט, לאָמיך דיך פּרוּװן מיט פֿרײד, און האָב װױלטאָג; ערשט דאָס אױך איז נישטיקײט. /2:2 אױף געלעכטער האָב איך געזאָגט: עס איז משוגע; און אױף פֿרײד: װאָס טוט זי אױף? /2:3 איך האָב אױסגעקלערט בײַ מיר אין האַרצן צו פֿאַרציִען מײַן לײַב מיט װײַן, אַז אי מײַן האַרץ זאָל זיך פֿירן מיט חכמה, אי איך זאָל מיך האַלטן אָן נאַרישקײט, ביז איך װעל זען װאָס איז בעסער פֿאַר די מענטשנקינדער אַז זײ זאָלן טאָן אונטערן הימל אין די געצײלטע טעג פֿון זײער לעבן. /2:4 איך האָב מיר אױפֿגעטאָן גרױסע זאַכן; איך האָב מיר געבױט הײַזער, איך האָב מיר געפֿלאַנצט װײַנגערטנער; /2:5 איך האָב מיר געמאַכט גערטנער און סעדער און אײַנגעפֿלאַנצט אין זײ בײמער פֿון אַלערלײ פּירות. /2:6 איך האָב מיר געמאַכט װאַסערטײַכן אָנצוטרינקען פֿון זײ דעם װאַקסיקן װאַלד װאָס שפּראָצט מיט בײמער. /2:7 איך האָב אײַנגעקױפֿט קנעכט און דינסטן, און הױזגעבאָרענע האָב איך געהאַט; אױך אַן אײגנס פֿון רינדער און שאָף אַ סך האָב איך געהאַט, מער פֿון אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושלים. /2:8 איך האָב מיר אָנגעזאַמלט אױך זילבער און גאָלד, און שאַצן פֿון מלכים און מדינות. איך האָב מיר אײַנגעשאַפֿט זינגערס און זינגערינס, און תּענוגים פֿון מענטשנקינדער, װײַבער אױף װײַבער. /2:9 און איך בין געװען גרעסער און האָב פֿאַרמאָגט מער פֿון אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושלים; אױך איז מײַן חכמה מיר בײַגעשטאַנען. /2:10 און װאָס נאָר מײַנע אױגן האָבן פֿאַרלאַנגט, האָב איך פֿון זײ ניט געמינערט; איך האָב ניט פֿאַרמיטן מײַן האַרץ פֿון קײן פֿרײד, נײַערט מײַן האַרץ האָט זיך װױל געטאָן מיט מײַן גאַנצער מי, װאָרום דאָס איז געװען מײַן חלק פֿון מײַן גאַנצער מי. /2:11 אָבער איך האָב זיך אומגעקוקט אױף אַלע מײַנע אױפֿטוען װאָס מײַנע הענט האָבן אױפֿגעטאָן, און אױף דער מי װאָס איך האָב מיך געמיט כּדי דאָס אױפֿצוטאָן, ערשט אַלץ נישטיקײט און װינטיאָגעניש, און גאָרנישט קומט אַרױס אונטער דער זון.

/2:12 און איך האָב מיך געקערט צו באַקוקן חכמה און משוגעת און נאַרישקײט; װאָרום װאָס קען אױפֿטאָן דער מענטש װאָס קומט נאָכן מלך? בלױז דאָס װאָס מע האָט שױן פֿריִער געטאָן. /2:13 און איך האָב אײַנגעזען אַז די מעלה פֿון חכמה איבער נאַרישקײט איז אַזױ װי די מעלה פֿון ליכטיקײט איבער פֿינצטערניש.

/2:14 דער חכם האָט זײַנע אױגן אין קאָפּ, און דער נאַר גײט אין דער פֿינצטער.

אָבער איך האָב אױך געמערקט אַז אײן טראַף טרעפֿט זײ אַלעמען. /2:15 און איך האָב געזאָגט בײַ מיר אין האַרצן: אַזױ װי עס טרעפֿט דעם נאַרן אַזױ װעט אױך מיך טרעפֿן, הײַנט נאָך װאָס דען בין איך געװען קליגער? און איך האָב געטענהט בײַ מיר אין האַרצן, אַז דאָס אױך איז נישטיקײט. /2:16 װאָרום פֿון דעם חכם אַזױ װי פֿון דעם נאַרן בלײַבט ניט קײן זכר אױף אײביק; װײַל אין די קומעדיקע טעג װעט אַלץ זײַן שױן פֿאַרגעסן; און װי שטאַרבט דער חכם? אַזױ װי דער נאַר. /2:17 און איך האָב פֿײַנט געקראָגן דאָס לעבן, װאָרום מיר איז אױסגעקומען שלעכט די געשעונג װאָס געשעט אונטער דער זון, װײַל אַלץ איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

/2:18 און איך האָב פֿײַנט געקראָגן מײַן גאַנצע מי װאָס איך מי מיך דערױף אונטער דער זון, כּדי אַז איך מוז עס איבערלאָזן צו אַ מענטשן װאָס װעט זײַן נאָך מיר. /2:19 און װער װײס אױב ער װעט זײַן אַ חכם אָדער אַ נאַר? פֿון דעסט װעגן װעט ער געװעלטיקן איבער מײַן גאַנצער מי װאָס איך האָב מיך געמיט און געקליגט דערױף אונטער דער זון. דאָס אױך איז נישטיקײט. /2:20 און איך האָב מיך אומגעדרײט צו לאָזן מײַן האַרץ זיך מיאש צו זײַן פֿון דער גאַנצער מי װאָס איך האָב מיך געמיט אונטער דער זון. /2:21 װאָרום פֿאַראַן אַ מענטש װאָס זײַן מי איז מיט חכמה, און מיט קענשאַפֿט, און מיט בריהשאַפֿט, און ער לאָזט עס איבער פֿאַר אַ חלק צו אַ מענטשן װאָס האָט זיך דערױף ניט געמיט. דאָס אױך איז נישטיקײט און אַ גרױס בײז. /2:22 װאָרום װאָס האָט דער מענטש פֿון זײַן גאַנצער מי, און פֿון דעם האַװן פֿון זײַן האַרצן, אַז ער זאָל זיך מיִען אונטער דער זון? /2:23 װאָרום אַלע זײַנע טעג זײַנען װײטאָגן, און זײַן עסק איז ערגערניש; אַפֿילו בײַ נאַכט ליגט ניט אײַן זײַן האַרץ. דאָס אױך איז נישטיקײט.

/2:24 ניטאָ בעסערס פֿאַרן מענטשן, װי ער זאָל עסן און טרינקען, און זיך לאָזן װױל גײן פֿאַר זײַן מי. דאָס אױך, האָב איך אײַנגעזען, אַז דאָס איז פֿון גאָטס האַנט – /2:25 װאָרום: װער זאָל עסן און װער זאָל הנאה האָבן, אױב ניט איך? – /2:26 װײַל דעם מענטשן װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אים, גיט ער חכמה, און קענשאַפֿט, און פֿרײד; און דעם זינדיקן גיט ער אַן עסק צו קלײַבן און צו זאַמלען, כּדי איבערצולאָזן צו דעם װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר גאָט. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

/3:1 אױף אַלץ איז דאָ אַ שעה, און אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך אונטערן הימל.

/3:2 אַ צײַט געבאָרן צו װערן, און אַ צײַט צו שטאַרבן;אַ צײַט צו פֿלאַנצן, און אַ צײַט אױסצורײַסן דאָס געפֿלאַנצטע. /3:3 אַ צײַט צו הרגען, און אַ צײַט צו הײלן;אַ צײַט צו ברעכן, און אַ צײַט צו בױען. /3:4 אַ צײַט צו װײנען, און אַ צײַט צו לאַכן;אַ צײַט צו קלאָגן, און אַ צײַט צו טאַנצן. /3:5 אַ צײַט אַװעקצוּװאַרפֿן שטײנער, און אַ צײַט אױפֿצוקלײַבן שטײנער;אַ צײַט צו האַלדזן, און אַ צײַט זיך צו דערװײַטערן פֿון האַלדזן. /3:6 אַ צײַט צו זוכן, און אַ צײַט אָנצוּװערן;אַ צײַט צו היטן, און אַ צײַט אַװעקצוּװאַרפֿן. /3:7 אַ צײַט צו רײַסן, און אַ צײַט צו נײען;אַ צײַט צו שװײַגן, און אַ צײַט צו רעדן. /3:8 אַ צײַט ליב צו האָבן, און צײַט פֿײַנט צו האָבן;אַ צײַט פֿאַר מלחמה, און אַ צײַט פֿאַר שלום.

/3:9 װאָס קומט אַרױס דעם טוער װאָס ער מיט זיך? /3:10 איך האָב געזען דעם עסק װאָס גאָט האָט געגעבן די מענטשנקינדער זיך צו עסקן דערמיט. /3:11 אַלצדינג האָט ער געמאַכט שײן אין זײַן צײַט, אױך די װעלט האָט ער אַרײַנגעטאָן אין זײער האַרצן, אָבער אַזױ אַז דער מענטש קען ניט אױסגעפֿינען דעם באַשאַף װאָס גאָט האָט באַשאַפֿן, פֿון אָנהײב ביזן סָוף. /3:12 איך װײס אַז ניטאָ בעסערס פֿאַר זײ, װי נאָר זיך צו פֿרײען, און זיך װױל צו טאָן, אין זײער לעבן. אָבער אױך אַז עמעצער אַ מענטש עסט און טרינקט, און האָט װױלטאָג פֿאַר אַל זײַן מי, /3:13 איז דאָס אַ מתּנה פֿון גאָט. /3:14 איך װײס אַז אַלץ װאָס גאָט מאַכט, דאָס װעט זײַן אײביק; דערצו איז ניט צוצולײגן, און דערפֿון איז ניט צו מינערן; און גאָט האָט געמאַכט אַז מע זאָל מורא האָבן פֿאַר אים. /3:15 דאָס װאָס איז שױן געװען, און דאָס װאָס דאַרף ערשט זײַן, איז שױן געװען. אָבער גאָט מאָנט אױף פֿאַר דעם גערודפֿטן.

/3:16 און נאָך האָב איך געזען אונטער דער זון: אין דעם אָרט פֿון גערעכטיקײט, דאָרטן איז אומרעכט, און אין דעם אָרט פֿון רעכטפֿאַרטיקײט, דאָרטן איז אומרעכט. /3:17 האָב איך געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אי דעם צדיק אי דעם רָשע װעט גאָט משפּטן, װאָרום אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך און פֿאַר איטלעכער טוּונג איז דאָרטן דאָ. /3:18 איך האָב געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: דאָס איז פֿון װעגן די מענטשנקינדער; כּדי גאָט זאָל זײ לײַטערן, און כּדי זײ אַלײן זאָלן זען אַז זײ זײַנען װי אַ בהמה. /3:19 װאָרום דער טראַף פֿון די מענטשנקינדער איז דער טראַף פֿון דער בהמה; אײן טראַף בײַ זײ. װי דער שטאַרבט, אַזױ שטאַרבט דער, און אײן אָטעם בײַ בײדן, און קײן מעלה פֿון מענטשן איבער דער בהמה איז ניטאָ, װאָרום אַלץ איז נישטיקײט. /3:20 בײדע קומען אַהין אין אײן אָרט, בײדע זײַנען פֿון שטױב, און בײדע קערן זיך אום צו שטױב. /3:21 װער װײס דעם גײַסט פֿון די מענטשנקינדער, אױב ער גײט אַרױף אין דער הײך, און דעם גײַסט פֿון דער בהמה, אױב ער נידערט אונטן צו דער ערד? /3:22 און איך האָב אײַנגעזען אַז ניטאָ בעסערס, װי דער מענטש זאָל הנאה האָבן פֿון זײַנע אױפֿטוען, װאָרום דאָס איז זײַן חלק; װײַל װער װעט אים ברענגען אָנצוקוקן װאָס װעט זײַן נאָך אים?


/4:1 און איך האָב װידער געזען אַלע רױבערײַען װאָס װערן אָפּגעטאָן אונטער דער זון. און אָט זײַנען די טרערן פֿון די געדריקטע, און ניטאָ װער זאָל זײ טרײסטן; און אױף דער זײַט פֿון זײערע דריקער איז די מאַכט, און ניטאָ װער זאָל זײ טרײסטן. /4:2 דרום האַלט איך די טױטע װאָס זײַנען שױן געשטאָרבן פֿאַר גליקלעכער פֿון די לעבעדיקע װאָס לעבן נאָך. /4:3 און בעסער פֿון זײ בײדן איז דעם װאָס איז נאָך ניט געװען, װאָס האָט ניט געזען די שלעכטע מעשׂים װאָס װערן אָפּגעטאָן אונטער דער זון. /4:4 און איך האָב געזען יעטװעדער מי, און יעטװעדער בריהשאַפֿט אין אַרבעט, אַז דאָס איז אױס קנאה פֿון אײנעם צום אַנדערן. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

/4:5 דער נאַר פֿאַרלײגט זײַנע הענט, און עסט זײַן אײגן פֿלײש. /4:6 בעסער אַ האַנטפֿול מנוחה, אײדער פֿולע הױפֿנס מי און װינטיאָגעניש.

/4:7 און איך האָב װידער געזען נישטיקײט אונטער דער זון. /4:8 פֿאַראַן אײנער, אָן אַ צװײטן צו זיך; צו מאָל אַ זון אָדער אַ ברודער האָט ער ניט, פֿון דעסט װעגן איז ניטאָ קײן ענד צו זײַן מיִעניש, און זײַן אױג קען זיך ניט אָנזעטן מיט עשירות; ״און פֿאַר װעמען מי איך מיך, און מינער זיך פֿון גוטס?״ דאָס אױך איז נישטיקײט, און עס איז אַ שלעכטער ענין.

/4:9 בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרום זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי. /4:10 װאָרום אַז זײ פֿאַלן, הײבט אײנער אױף דעם אַנדערן, אָבער װײ צו דעם אײנצלנעם װאָס פֿאַלט, און ניטאָ אַ צװײטער אים אױפֿצוהײבן. /4:11 דאָס גלײַכן אַז צװײ ליגן באַנאַנד, איז זײ װאַרעם, אָבער אײנעם װי קען װאַרעם װערן? /4:12 און אױב עמעצער קען איבערשטאַרקן דעם אײנעם, װעלן אָבער צװײ זיך שטעלן קעגן אים. און אַ דרײַעדיקער פֿאָדים װעט ניט אױף גיך צעריסן װערן.

/4:13 בעסער אַן אָרים ייִנגל און אַ חכם, אײדער אַן אַלטער מלך און אַ נאַר, װאָס װײס ניט מער צו זײַן אָפּגעהיט. /4:14 װאָרום פֿון געפֿענקעניש איז יענער אַרױסגעגאַנגען צו װערן אַ מלך, הגם ער איז געבאָרן געװאָרן אָרים, אונטער דעמס מלוכה. /4:15 איך האָב געזען אַלע לעבעדיקע װאָס גײען אונטער דער זון, האַלטן מיט דעם ייִנגל, דעם צװײטן װאָס שטײט אױף זײַן אָרט; /4:16 ניט געװען קײן ענד צו אַל דעם פֿאָלק, צו אַלע װאָס ער איז געװען זײער אָנפֿירער; פֿון דעסט װעגן װעלן די שפּעטערדיקע זיך ניט פֿרײען מיט אים. יאָ, דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

/4:17 היט דײַן פֿוס, אַז דו גײסט אין גאָטס הױז, װאָרום געהאָרכן איז אָנגעלײגטער, װי װאָס די נאַרן גיבן אַ שלאַכטאָפּפֿער; הגם זײ װײסן ניט אַז זײ טוען שלעכט.

 

/5:1 זאָלסט ניט זײַן האַסטיק מיט דײַן מױל, און דײַן האַרץ זאָל זיך ניט אײַלן אַרױסצולאָזן אַ װאָרט פֿאַר גאָט, װאָרום גאָט איז אין הימל און דו ביסט אױף דער ערד; דרום זאָלן דײַנע װערטער זײַן װינציק.

/5:2 װאָרום אַ חָלום קומט מיט פֿיל געשילדער, און דער קָול פֿון אַ נאַרן מיט פֿיל װערטער.

/5:3 אַז דו ביסט מנדר אַ נדר צו גאָט, זאָלסטו זיך ניט שפּעטיקן אים צו באַצאָלן, װאָרום ער האָט ניט ליב נאַרן; װאָס דו ביסט מנדר, באַצאָל. /5:4 בעסער זאָלסט ניט מנדר זײַן, אײדער זאָלסט מנדר זײַן און ניט באַצאָלן. /5:5 זאָלסט ניט דערלאָזן דײַן מױל צו פֿאַרזינדיקן דײַן לײַב, און זאָלסט ניט זאָגן פֿאַר דעם שָלִיח פֿון גאָט, אַז דאָס איז געװען אַ פֿאַרזע. נאָך װאָס זאָל גאָט צערענען אױף דײַן קָול, און צעשטערן דאָס װערק פֿון דײַנע הענט? /5:6 װאָרום פֿון פֿיל חלומות און נאַרישקײטן קומען אַרױס פֿיל צוזאָגן, אָבער האָב מורא פֿאַר גאָט.

/5:7 אַז דו זעסט די דריקונג פֿון דעם אָרימאַן, און די באַרױבונג פֿון רעכט און גערעכטיקײט אין דער מדינה, זאָלסטו זיך ניט װוּנדערן אױף דער זאַך, װאָרום איבער דעם הױכן גיט אַכטונג אַ העכערער, און נאָך העכערע איבער זײ. /5:8 און אַ מעלה פֿון אַ לאַנד אין אַלעם, איז אַ מלך איבערגעגעבן צו פֿעלד.

/5:9 דער װאָס האָט ליב געלט קען זיך ניט אָנזעטן מיט געלט, און ניט װער עס האָט ליב רײַכטום – מיטן אײַנקום. דאָס אױך איז נישטיקײט. /5:10 אַז דאָס גוטס מערט זיך, מערן זיך זײַנע עסערס; און װאָס קומט אַרױס דעם אײגנטימער, אחוץ דאָס אָנקוקן מיט זײַנע אױגן? /5:11 זיס איז דער שלאָף פֿון דעם װאָס אַרבעט, סײַ ער עסט װינציק, סײַ פֿיל, אָבער די זעט פֿון דעם עושר לאָזט אים ניט שלאָפֿן.

/5:12 פֿאַראַן אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון: אַן עשירות װאָס װערט געהיט פֿון דעם אײגנטימער אים צום בײזן. /5:13 און די עשירות װערט פֿאַרלאָרן אין אַ שלעכטן עסק; און אַז ער האָט אַ זון, בלײַבט גאָרנישט אין זײַן האַנט. /5:14 אַזױ װי ער איז אַרױס פֿון זײַן מוטערלײַב, גײט ער נאַקעט צוריק, אַזױ װי ער איז געקומען, און קײן זאַך נעמט ער ניט מיט פֿאַר זײַן מי, כּדי ער זאָל עס אַװעקטראָגן אין זײַן האַנט. /5:15 יאָ, דאָס אױך איז אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג, װאָס גענױ װי ער איז געקומען, אַזױ גײט ער אַװעק; און װאָס קומט אים אַרױס װאָס ער מיט זיך פֿאַרן װינט? /5:16 דערצו פֿאַרצערט ער אַלע זײַנע טעג אין פֿינצטערניש, און ערגערט זיך אַ סך, און האָט קרענקעניש און פֿאַרדראָס.

/5:17 אָט װאָס איך האָב אײַנגעזען: בעסער און שענער װאָלט געװען צו עסן און טרינקען, און האָבן װױלטאָג פֿאַר זײַן גאַנצער מי װאָס ער מיט זיך אונטער דער זון אין די געצײלטע טעג פֿון זײַן לעבן װאָס גאָט האָט אים געשאָנקען; װאָרום דאָס איז זײַן חלק. /5:18 און איטלעכער מענטש װאָס גאָט שענקט אים עשירות און גיטער, און גיט אים שליטה צו עסן דערפֿון, און צו נעמען זײַן חלק, און זיך װױל צו טאָן פֿאַר זײַן מי, איז דאָס אַ מתּנה פֿון גאָט. /5:19 יאָ, ער דאַרף געדענקען אַז די טעג פֿון זײַן לעבן זײַנען ניט פֿיל – װען גאָט באַװערט אים נאָך די פֿרײד פֿון זײַן האַרצן.


/6:1 פֿאַראַן אַן אומגליק װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון, און עס איז זײער אָפֿט בײַם מענטשן: /6:2 אַ מענטש װאָס גאָט שענקט אים עשירות און גיטער און כּבֿוד, און אים גײט ניט אָפּ פֿאַר זיך קײן זאַך פֿון אַלץ װאָס ער געלוסט, אָבער גאָט האָט אים ניט געגעבן קײן שליטה צו עסן דערפֿון, נאָר אַ פֿרעמדער מענטש עסט עס. דאָס איז נישטיקײט, און אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג. /6:3 אַז אַ מענטש זאָל האָבן הונדערט קינדער, און לעבן אַ סך יאָרן, איז, װיפֿיל די טעג פֿון זײַנע יאָרן זאָלן זײַן, אױב זײַן זעל זעטיקט זיך ניט פֿון דעם גוטס, און צו מאָל קײן קבֿורה האָט ער ניט, זאָג איך: בעסער פֿון אים איז דעם מפּיל-קינד. /6:4 װאָרום אין נישטיקײט קומט עס, און אין פֿינצטערניש פֿאַרגײט עס, און אין פֿינצטערניש װערט צוגעדעקט זײַן נאָמען. /6:5 עס האָט צו מאָל די זון ניט געזען און ניט געקענט; עס האָט מער נַחַת װי יענער. /6:6 און װען ער זאָל לעבן צװײ מאָל טױזנט יאָר, און ניט אָנזען קײן גוטס, גײען דען ניט אַלע אין אײן אָרט?

/6:7 די גאַנצע מי פֿון מענטשן איז פֿאַר זײַן מױל, און פֿון דעסט װעגן װערט די זעל ניט אָנגעפֿילט.

/6:8 װאָרום װאָס איז די מעלה פֿון דעם חכם איבער דעם נאַרן? װאָס, פֿון דעם אָרימאַן װאָס פֿאַרשטײט? – װי אומצוגײן מיטן לעבן. /6:9 בעסער זעונג פֿון די אױגן, אײדער װאַנדערניש פֿון דער זעל. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

/6:10 װאָס געשעט איז לאַנג צוריק אָנגערופֿן געװאָרן מיטן נאָמען, און עס איז באַװוּסט פֿאַרױס װאָס דער מענטש איז; און ער קען זיך ניט האַמפּערן מיט דעם װאָס איז שטאַרקער פֿון אים. /6:11 אױב פֿיל װערטער מערן אָפֿט נישטיקײט, װאָס איז די מעלה מיטן מענטשן? /6:12 װאָרום װער װײס װאָס איז בעסער פֿאַרן מענטשן אין לעבן, אין די געצײלטע טעג פֿון זײַן נישטיקן לעבן װאָס ער מאַכט דורך װי אַ שאָטן? װײַל װער קען זאָגן דעם מענטשן, װאָס װעט זײַן נאָך אים אונטער דער זון?


/7:1 אַ גוטער נאָמען איז בעסער פֿון גוטן אײל;און דער טאָג פֿון טױט, פֿון דעם טאָג װאָס מע װערט געבאָרן. /7:2 בעסער צו גײן אין הױז פֿון טרױער, אײדער צו גײן אין הױז פֿון אַ סעודה; װײַל דאָס איז דער סָוף פֿון יעטװעדער מענטשן, און דער לעבעדיקער דאַרף זיך נעמען צום האַרצן. /7:3 בעסער קומער אײדער געלעכטער, װאָרום אַז דער פּנים איז טרױעריק, איז בעסער פֿאַרן האַרצן. /7:4 דאָס האַרץ פֿון די קלוגע איז אין הױז פֿון טרױער, און דאָס האַרץ פֿון די נאַרן אין הױז פֿון פֿרײד. /7:5 בעסער צו הערן דעם אָנגעשרײ פֿון אַ קלוגן, אײדער מע זאָל הערן דאָס לױבגעזאַנג פֿון נאַרן. /7:6 װאָרום אַזױ װי דאָס קנאַקן פֿון דערנער אונטערן טאָפּ, אַזױ איז דאָס געלעכטער פֿון דעם נאַרן. און דאָס אױך איז נישטיקײט. /7:7 פֿאַר װאָר, רױב צעדולט דעם חכם, און שוחד פֿירט איבער דאָס האַרץ. /7:8 בעסער דער סָוף פֿון אַ זאַך אײדער איר אָנהײב; בעסער אײַנגעהאַלטן אין געמיט, אײדער האָפֿערדיק אין געמיט. /7:9 זאָלסט ניט זײַן האַסטיק אין דײַן געמיט צו װערן אין כּעס, װאָרום כּעס רוט אין בוזעם פֿון די נאַרן.

/7:10 זאָלסט ניט זאָגן: װי איז דאָס, װאָס די פֿריִערדיקע טעג זײַנען געװען בעסער װי די איצטיקע? װאָרום ניט פֿון חכמה פֿרעגסטו װעגן דעם.

/7:11 גוט איז חכמה מיט אַ נחלה, און אַ מעלה פֿאַר די װאָס זעען די זון.

/7:12 װאָרום חכמה איז אַ באַשירעמונג, געלט איז אַ באַשירעמונג, אָבער די מעלה פֿון קענשאַפֿט איז, װאָס חכמה האַלט אױף דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט זי.

/7:13 קוק אָן דאָס װערק פֿון גאָט; װאָרום װער קען אױסגלײַכן װאָס ער האָט געמאַכט קרום? /7:14 אין טאָג פֿון גליק זײַ גליקלעך, און אין טאָג פֿון אומגליק קוק זיך אַרום – דאָס אױך אַזױ װי יענס האָט גאָט געמאַכט – װאָרום דער מענטש װעט דערנאָך גאָרנישט שפּירן.

/7:15 אַלץ האָב איך געזען אין מײַנע נישטיקע טעג: פֿאַראַן אַ צדיק װאָס גײט אונטער אין זײַן צדיקות, און פֿאַראַן אַ רָשע װאָס איז מאריך-ימים אין זײַן שלעכטיקײט. /7:16 זאָלסט ניט זײַן צו פֿיל צדיק, און זאָלסט זיך ניט קליגן איבריקס; נאָך װאָס זאָלסטו זיך אומברענגען? /7:17 זאָלסט ניט זײַן צו שלעכט, און זאָלסט ניט זײַן קײן נאַר; נאָך װאָס זאָלסטו שטאַרבן פֿאַר דער צײַט? /7:18 גוט איז דו זאָלסט זיך האַלטן אָן דעם, און אױך פֿון יענעם ניט אָפּלאָזן דײַן האַנט; װאָרום דער װאָס האָט מורא פֿאַר גאָט, קומט דורך מיט בײדע.

/7:19 די חכמה באַשיצט דעם חכם מער װי צען געװעלטיקער װאָס זײַנען אין שטאָט. /7:20 װאָרום ניטאָ אַ מענטש אַ צדיק אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן לױטער גוטס, און ניט זינדיקן.

/7:21 זאָלסט אױך ניט לײגן דײַן האַרץ אױף אַלע װערטער װאָס מע רעדט, כּדי זאָלסט ניט הערן װי דײַן קנעכט שילט דיך; /7:22 װאָרום דײַן האַרץ װײס אַז פֿיל מאָל האָסט דו אױך געשאָלטן אַנדערע.

/7:23 דאָס אַלץ האָב איך אױסגעפּרוּװט מיט חכמה; איך האָב געזאָגט: איך װעל קלוג װערן; אָבער עס איז געװען װײַט פֿון מיר. /7:24 דאָס װאָס איז װײַט און טיף-טיף, װער קען עס אױסגעפֿינען? /7:25 איך האָב מיך אַרומגעדרײט, און מײַן האַרץ איז געװען אױף צו פֿאַרשטײן און צו פֿאָרשן און זוכן חכמה און אַ חשבון, און צו דערקענען אַז שלעכטיקײט איז טיפּשות, און נאַרישקײט איז משוגעת. /7:26 און איך געפֿין אַז ביטערער פֿון טױט איז די פֿרױ, װאָס איר האַרץ איז פּאַסטקעס און נעצן, אירע הענט זײַנען בינדשטריק. דער װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר גאָט, װערט אַנטרונען פֿון איר, און דער זינדיקער װערט געפֿאַנגען פֿון איר. /7:27 זע, דאָס האָב איך אױסגעפֿונען, זאָגט קהלת, װען איך האָב צוגעלײגט אײנס צום אַנדערן, כּדי צו געפֿינען דעם חשבון. /7:28 װאָס מײַן זעל זוכט נאָכאַנאַנד, און איך געפֿין ניט: אײן מאַן צװישן טױזנט האָב איך געפֿונען, אָבער אַ פֿרױ צװישן די אַלע האָב איך ניט געפֿונען. /7:29 זע, דאָס אַלײן האָב איך אױסגעפֿונען, אַז גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן גלײַך, אָבער זײ האָבן געזוכט פֿיל אױסטראַכטענישן.


/8:1 װער איז װי דער חכם?און װער װײס דעם באַשײד פֿון אַ זאַך?אַ מענטשנס חכמה באַלײַכט זײַן פּנים, און די פֿאַרשײַטקײט פֿון זײַן פּנים װערט פֿאַרביטן.

/8:2 איך זאָג: היט דעם מלכס באַפֿעל פֿון װעגן דער שבֿועה צו גאָט. /8:3 זאָלסט ניט אַװעקגײן איבעראײַלט פֿון זײַן פּנים; זאָלסט ניט צושטײן צו אַ שלעכטער זאַך, װאָרום אַלץ װאָס ער װיל, טוט ער. /8:4 מחמת דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװעלטיקונג; און װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו?

/8:5 דער װאָס װיל ניט װיסן פֿון קײן בײז געשעעניש, היט דאָס געבאָט, און דעם קלוגנס האַרץ װײס אַז פֿאַראַן אַ צײַט און אַ משפּט.

/8:6 װאָרום פֿאַר יעטװעדער זאַך איז דאָ אַ צײַט און אַ משפּט, װײַל דאָס בײז פֿון דעם מענטשן איז גרױס אױף אים. /8:7 װאָרום ער װײס ניט װאָס װעט געשען; װאָרום װען עס דאַרף געשען, װער װעט עס אים זאָגן? /8:8 קײן מענטש געװעלטיקט ניט איבערן װינט, צו קענען אײַנהאַלטן דעם װינט, און ניטאָ קײן געװעלטיקונג אין טאָג פֿון טױט, און ניטאָ קײן אורלױב אין מלחמה, און דאָס בײז װעט ניט ראַטעװען זײַן טוער. /8:9 דאָס אַלץ האָב איך געזען, און האָב מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן װעגן יעטװעדער טוּונג װאָס װערט געטאָן אונטער דער זון, בעת אײן מענטש געװעלטיקט איבערן אַנדערן אים שלעכטס צו טאָן.

/8:10 און אַזױ האָב איך געזען אַז רשָעים זײַנען באַגראָבן געװאָרן, און זײַנען געקומען צו זײער רו, און די װאָס האָבן געטאָן רעכט זײַנען אַװעק פֿון דעם הײליקן אָרט, און זײַנען פֿאַרגעסן געװאָרן אין שטאָט. דאָס אױך איז נישטיקײט. /8:11 װײַל דער פּסק פֿאַר די שלעכטע מעשׂים װערט ניט געטאָן אױף גיך, דרום דערװעגט זיך דאָס האַרץ פֿון די מענטשנקינדער אין זײ צו טאָן שלעכטס; /8:12 װאָרום אַ זינדיקער טוט הונדערט מאָל שלעכטס, און מע פֿאַרלענגערט אים. אָבער איך װײס פֿאָרט אַז די װאָס האָבן מורא פֿאַר גאָט װעט זײַן גוט, װײַל זײ האָבן מורא פֿאַר אים; /8:13 און דעם רָשע װעט זײַן ניט גוט, און אַזױ װי אַ שאָטן װעט ער ניט מאריך-ימים זײַן, װײַל ער האָט ניט מורא פֿאַר גאָט. /8:14 פֿאַראַן אַ נישטיקײט װאָס געשעט אױף דער ערד: װאָס עס זײַנען פֿאַראַן צדיקים װאָס זײ גײט װעדליק די מעשׂים פֿון די רשָעים, און פֿאַראַן רשָעים װאָס זײ גײט װעדליק די מעשׂים פֿון די צדיקים. האָב איך געזאָגט: דאָס אױך איז נישטיקײט. /8:15 און איך האָב געלױבט די פֿרײד, װאָרום ניטאָ בעסערס פֿאַרן מענטשן אונטער דער זון, װי צו עסן און טרינקען און זײַן פֿרײלעך, און אַז דאָס זאָל אים באַלײטן אין זײַן מי, דורך די טעג פֿון זײַן לעבן װאָס גאָט האָט אים געשאָנקען אונטער דער זון.

/8:16 אַזױ װי איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו קענען חכמה, און צו זען די טועניש װאָס װערט געטאָן אױף דער ערד – װאָרום סײַ בײַ טאָג סײַ בײַ נאַכט זעט דער מענטש ניט אָן קײן שלאָף אין זײַנע אױגן – /8:17 האָב איך געזען אין אַלע מעשׂים פֿון גאָט, אַז דער מענטש קען ניט אױסגעפֿינען די מעשׂים װאָס װערן געטאָן אונטער דער זון; װאָרום װי דער מענטש זאָל זיך מיִען צו זוכן, װעט ער עס ניט געפֿינען; און אַפֿילו אַז דער חכם זאָגט, ער װײס עס, קען ער עס ניט אױסגעפֿינען.


/9:1 װאָרום דאָס אַלץ האָב איך מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן, כּדי קלאָר צו מאַכן דאָס אַלץ: אַז די צדיקים און די חכמים מיט זײערע מעשׂים זײַנען אין דער האַנט פֿון גאָט; סײַ ליבשאַפֿט, סײַ שׂנאה – דער מענטש װײס ניט; אַלץ ליגט זײ פֿאַרױס. /9:2 אַלצדינג װי פֿאַר אַלעמען; אײן טראַף פֿאַר דעם צדיק און פֿאַר דעם רָשע, פֿאַר דעם גוטן און דעם רײנעם, און פֿאַר דעם אומרײנעם, און פֿאַר דעם װאָס שלאַכט אַ קרבן, און פֿאַר דעם װאָס שלאַכט ניט; אַזױ דער גוטער אַזױ דער זינדיקער, דער װאָס שװערט װי דער װאָס שײַט זיך פֿון אַ שבֿועה. /9:3 דאָס איז דאָס בײז אין אַלץ װאָס געשעט אונטער דער זון, װאָס אײן טראַף איז פֿאַר אַלעמען, און אױך איז דאָס האַרץ פֿון די מענטשנקינדער פֿול מיט בײז, און משוגעת איז אין זײער האַרצן בײַ זײער לעבן, און דערנאָך גײען זײ צו די טױטע.

/9:4 װאָרום בײַ דעם װאָס איז נאָך באַהעפֿט צו אַלע לעבעדיקע איז דאָ אַ האָפֿענונג, װײַל אַ לעבעדיקן הונט איז בעסער װי אַ טױטן לײב. /9:5 װאָרום די לעבעדיקע װײסן אַז זײ װעלן שטאַרבן, אָבער די טױטע װײסן גאָרנישט, און זײ האָבן ניט מער קײן לױן; װאָרום זײער זכר איז פֿאַרגעסן. /9:6 אי זײער ליבשאַפֿט אי זײער שׂנאה אי זײער קנאה איז לאַנג אונטערגעגאַנגען, און זײ האָבן קײן מאָל מער ניט קײן חלק אין אַלץ װאָס װערט געטאָן אונטער דער זון.

/9:7 גײ עס מיט שִׂמחה דײַן ברױט, און טרינק מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן דײַן װײַן, װאָרום גאָט האָט שױן באַװיליקט דײַנע מעשׂים. /9:8 צו יעטװעדער צײַט זאָלן דײַנע בגדים זײַן װײַס, און אײל זאָל ניט פֿעלן אױף דײַן קאָפּ.

/9:9 געניס דאָס לעבן מיט דער װײַב װאָס דו האָסט ליב, אַלע טעג פֿון דײַן נישטיקן לעבן װאָס מע האָט דיר געשאָנקען אונטער דער זון, אַלע דײַנע נישטיקע טעג; װאָרום דאָס איז דײַן חלק אין לעבן, און אין דײַן מי װאָס דו מיסט זיך אונטער דער זון. /9:10 אַלץ װאָס דײַן האַנט פֿאַרמאָגט צו טאָן מיט דײַן כּוח, טו, װאָרום ניטאָ קײן טאָן, אָדער אױסרעכענונג, אָדער קענשאַפֿט, אָדער חכמה, אין דער אונטערערד װאָס דו גײסט אַהין.

/9:11 איך האָב װידער געזען אונטער דער זון, אַז ניט די פֿלינקע געװינען דעם געװעטלױף, און ניט די גיבורים די מלחמה, און אױך ניט די חכמים ברױט, און אױך ניט די פֿאַרשטאַנדיקע עשירות, און אױך ניט די װױלקענעװדיקע חן; נאָר צײַט און צופֿאַל טרעפֿט זײ אַלעמען. /9:12 װאָרום דער מענטש װײס צו מאָל ניט זײַן צײַט; אַזױ װי פֿיש װאָס װערן געכאַפּט אין אַ בײזער נעץ, און אַזױ װי פֿױגלען װאָס װערן געכאַפּט אין אַ פּאַסטקע, אַזױ װי זײ, װערן די מענטשנקינדער געפֿאַנגען אין אַ בײזער צײַט, װען זי פֿאַלט אױף זײ פּלוצלינג.

/9:13 אָבער דאָס האָב איך געזען פֿאַר חכמה אונטער דער זון, און דאָס איז גרױס בײַ מיר: /9:14 געװען אַ קלײנע שטאָט מיט װינציק מענטשן אין איר; איז אױף איר געקומען אַ גרױסער מלך, און האָט זי אַרומגערינגלט, און געבױט אַרום איר גרױסע באַלעגערװערק. /9:15 האָט מען געפֿונען אין איר אַן אָרימאַן אַ חכם, און ער האָט געראַטעװעט די שטאָט מיט זײַן חכמה; הגם קײן מענטש האָט ניט געדאַכט אָן דעם דאָזיקן אָרימאַן. /9:16 האָב איך געזאָגט: בעסער חכמה אײדער גבֿורה; הגם די חכמה פֿון אָרימאַן װערט פֿאַראַכט, און זײַנע װערטער װערן ניט געהערט.

/9:17 די װערטער פֿון די קלוגע מיט געלאַסנקײט װערן מער צוגעהערט װי דער אָנגעשרײ פֿון אַ געװעלטיקער צװישן נאַרן. /9:18 בעסער חכמה אײדער כּלי-מלחמה;און אײן זינדיקער פֿירט איבער אַ סך גוטס.


/10:1 טױטע פֿליגן פֿאַרשטינקען און צעבלעזלען דעם זאַלבמישערס אײל, אַזױ װעגט אַריבער אַ ביסל נאַרישקײט חכמה און כּבֿוד. /10:2 דער שׂכל פֿון דעם חכם איז אױף זײַן רעכטער זײַט, און דער שׂכל פֿון נאַרן אױף זײַן לינקער. /10:3 און אױך אַז דער נאַר גײט אין װעג, פֿעלט אים שׂכל, און ער זאָגט אַלעמען אױס אַז ער איז אַ נאַר. /10:4 אַז דאָס געמיט פֿון דעם געװעלטיקער הײבט זיך אױף קעגן דיר, זאָלסטו ניט פֿאַרלאָזן דײַן אָרט;װאָרום געלאַסנקײט באַרוט גרױסע זינד. /10:5 פֿאַראַן אַן אומגליק װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון, אַזױ װי אַ פֿאַרזע װאָס גײט אַרױס פֿון אַ געװעלטיקער:/10:6 נאַרישקײט װערט געשטעלט אין גרױסע הײכן, און נגידים זיצן אין דער נידער. /10:7 איך האָב געזען קנעכט אױף פֿערד, און האַרן װאָס גײען װי קנעכט אױף דער ערד. /10:8 דער װאָס גראָבט אַ גרוב, װעט אין איר אַרײַנפֿאַלן, און דער װאָס ברעכט דורך אַ צאַם, אים װעט אײַנבײַסן אַ שלאַנג. /10:9 דער װאָס האַקט אַרױס שטײנער װעט זיך װײ טאָן אָן זײ, דער װאָס שפּאַלט האָלץ איז אין סכּנה דורך דעם. /10:10 אַז דער אײַזן איז שטומפּ, און מע האָט דעם שאַרף ניט פֿאַרשלײַפֿט, מוז מען שטאַרקן די כּוחות;און די מעלה פֿון חכמה איז צוגרײטן. /10:11 אַז די שלאַנג בײַסט אײַן פֿאַרן אָפּשפּרעכן, איז אױס מעלה פֿון דעם מאַן מיט דער צונג.

/10:12 די װערטער פֿון דעם חכמס מױל זײַנען מיט חן, און די ליפּן פֿון דעם נאַרן ברענגען אים אום. /10:13 דער אָנהײב פֿון די װערטער פֿון זײַן מױל איז נאַרישקײט, און דער סָוף פֿון זײַן רעדן איז בײזע משוגעת. /10:14 יאָ, דער נאַר מערט װערטער, אָבער דער מענטש װײס ניט װאָס געשעט;

און װאָס װעט געשען נאָך אים, װער װעט אים דערצײלן?/10:15 די מי פֿון דעם נאַרן פֿאַרמאַטערט אים, װאָרום ער װײס ניט צו מאָל װי צו גײן אין שטאָט.

/10:16 װײ דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ יונג, און דײַנע האַרן מאַכן סעודות אין דער פֿרי!/10:17 װױל דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ פֿרײַגעבאָרענער, און דײַנע האַרן עסן אין דער צײַט, אין מאַנהאַפֿטיקײט און ניט אין זױפֿערײַ. /10:18 פֿון פֿױלקײט פֿאַלט אײַן דער באַלקן, און פֿון אָפּגעלאָזטע הענט רינט דאָס הױז.

/10:19 אַ סעודה מאַכט מען פֿון פֿרײלעכקײט װעגן, און װײַן מאַכט לוסטיק דאָס לעבן;אָבער געלט באַװערט אַלץ.

/10:20 אַפֿילו אין דײַן געדאַנקען זאָלסטו ניט שילטן דעם מלך, און אין דײַנע שלאָפֿקאַמערן זאָלסטו ניט שילטן דעם עושר;װאָרום אַ פֿױגל פֿון הימל װעט אַװעקטראָגן דעם קָול, און דער װאָס האָט פֿליגלען װעט דערצײלן די זאַך.


/11:1 לאָז אַװעק דײַן ברױט אױפֿן װאַסער, װאָרום אין פֿיל טעג אַרום װעסטו עס געפֿינען. /11:2 צעטײל אַ חלק אױף זיבן, און אַפֿילו אױף אַכט, װאָרום װײסט ניט װאָס פֿאַר אַ בײז עס קען זײַן אױף דער ערד. /11:3 אַז די װאָלקן װערן פֿול מיט רעגן, לײדיקן זײ זיך אױס אױף דער ערד;און סײַ אַ בױם פֿאַלט אין צפֿון און סײַ אין דָרום –אין אָרט װוּ דער בױם פֿאַלט, דאָרטן װעט ער בלײַבן.

/11:4 דער װאָס פּאַסט-אױף דעם װינט װעט ניט זײען, און דער װאָס קוקט אױף די װאָלקנס װעט ניט שנײַדן. /11:5 אַזױ װי דו װײסט ניט װאָס איז דער װעג פֿון דעם װינט, אָדער װי עס װערן בײנער אין לײַב פֿון אַ טראָגעדיקער, אַזױ װײסטו ניט די טוּונג פֿון גאָטװאָס טוט אַלצדינג. /11:6 אין פֿרימאָרגן זײ דײַן זאָמען, און אין אָװנט זאָלסטו ניט אָפּלאָזן דײַן האַנט, װאָרום דו װײסט ניט װאָסערס װעט געראָטן, דאָס אָדער יענס, אָדער בײדע באַגלײַך װעלן זײַן גוט. /11:7 און זיס איז די ליכטיקײט, און גוט איז פֿאַר די אױגן צו זען די זון. /11:8 װאָרום װיפֿיל יאָרן דער מענטש זאָל לעבן, זאָל ער אין זײ אַלע זײַן פֿרײלעך;און זאָל ער געדענקען די טעג פֿון פֿינצטערניש, אַז זײ װעלן זײַן פֿיל. אַלץ װאָס געשעט איז נישטיקײט.

/11:9 פֿרײ זיך, בחור, אין דײַן יוגנט, און לאָז װױל גײן דײַן האַרץ אין דײַנע בָחורשע טעג, און גײ אין די װעגן פֿון דײַן האַרצן, און נאָך דער זעונג פֿון דײַנע אױגן; אָבער זײַ װיסן אַז פֿאַר אַלעם דעםװעט גאָט דיך ברענגען צום משפּט. /11:10 און טו אָפּ ערגערניש פֿון דײַן האַרצן, און האַלט אָפּ בײז פֿון דײַן לײַב, װאָרום ייִנגלשאַפֿט און יוגנט זײַנען אַ הױך.


/12:1 און געדענק דײַן באַשעפֿער אין דײַנע בָחורשע טעג, אײדער עס װעלן קומען די שלעכטע טעג, און אָנקומען װעלן די יאָרן, װאָס דו װעסט זאָגן: איך האָב ניט קײן הנאה פֿון זײ;/12:2 אײדער עס װעט פֿינצטער װערן די זון און דאָס ליכט, און די לבֿנה און די שטערן; און די װאָלקנס װעלן װידער קערן נאָכן רעגן; /12:3 אין דעם טאָג װאָס די הױזװעכטער װעלן זיך טרײסלען, און די חילס-לײַט װעלן זיך אױסקרימען, און די מאָלערינס װעלן ניט אַרבעטן, װײַל זײ זײַנען װינציק, און די קוקערינס װעלן טונקל זײַן אין די פֿענצטער, /12:4 און די טירן צום גאַס װעלן פֿאַרשלאָסן װערן;װען נידעריק װעט זײַן דאָס רױשן פֿון דער מיל, און מע װעט זיך אָפּשטעלן בײַם פּיפּס פֿון אַ פֿױגל, און פֿאַרשטיקט װעלן זײַן אַלע טעכטער פֿון געזאַנג;/12:5 אױך װעט מען מורא האָבן פֿאַר אַ הױכן אָרט, און שרעקענישן װעלן זײַן אױפֿן װעג;און דער מאַנדלבױם װעט בליִען, און דער הײשעריק װעט זיך שלעפּן, און די קאַפּערפֿרוכט װעט אױפֿהערן, װײַל דער מענטש גײט צו זײַן אײביקער הײם, און די באַקלאָגער װעלן זיך אומדרײען אין גאַס; /12:6 אײדער די זילבערנע שנור װעט צעריסן װערן, און דער גילדערנער בעקן װעט צעהאַקט װערן, און דער קרוג װעט צעבראָכן װערן בײַם קװאַל, און דער ראָד פֿאַלט אַ צעהאַקטער אין ברונעם;/12:7 און דער שטױב װעט זיך אומקערן צו דער ערד, װי געװען, און דער גײַסט װעט זיך אומקערן צו גאָט װאָס האָט אים געגעבן. /12:8 נישטיקײט פֿון נישטיקײט, זאָגט קהלת, אַלץ איז נישטיקײט.

/12:9 און אחוץ װאָס קהלת איז געװען אַ חכם, האָט ער נאָך געלערנט דאָס פֿאָלק קענשאַפֿט; און ער האָט געװױגן און געפֿאָרשט, און צונױפֿגעשטעלט שפּריכװערטער אַ סך. /12:10 קהלת האָט געזוכט צו געפֿינען נוצלעכע זאַכן, און װאָס איז געשריבן אױפֿריכטיק – אמתדיקע װערטער.

/12:11 די װערטער פֿון די חכמים זײַנען אַזױ װי טרײַבשפּיצן, און װי נעגל אַרײַנגעשלאָגענע זײַנען די צונױפֿגעזאַמלטע רײד; זײ זײַנען געגעבן געװאָרן פֿון אײן פּאַסטוך. /12:12 און װײַטער, מײַן זון, זײַ געװאָרנט: צו מאַכן פֿיל ספֿרים איז ניטאָ קײן ענד, אָבער זיך גריבלען צו פֿיל מאַטערט אָפּ דעם לײַב.

/12:13 דער סָוף פֿון דער זאַך, נאָך דעם װי אַלץ איז געהערט געװאָרן, איז: האָב מורא פֿאַר גאָט, און היט זײַנע געבאָט, װאָרום דאָס איז דער גאַנצער מענטש. /12:14 װײַל דעם גאַנצן באַשאַף װעט גאָט ברענגען פֿאַר אַ משפּט איבער אַלעם פֿאַרהױלענעם, סײַ גוט און סײַ שלעכט.