תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

נַחום


/1:1 די נבֿואה אױף נינוֵה; דאָס בוך פֿון דער זעונג פֿון נחום דעם אֶלקוֹשי.

/1:2 אַ גאָט אַ צערענער און אַ ראַכענעמער איז יהוה, יהוה איז אַ ראַכענעמער און פֿול מיט גרימצאָרן, יהוה איז זיך נוֹקם אָן זײַנע פֿײַנט, און ער האַלט דעם כּעס צו זײַנע שָׂונאים. /1:3 יהוה איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און גרױס אין מאַכט, און שענקען שענקט ער ניט; יהוה – מיט װינט און מיט שטורעם איז זײַן װעג, און װאָלקן דער שטױב פֿון זײַנע פֿיס. /1:4 ער שרײַט אָן אױפֿן ים, און טריקנט אים אױס, און אַלע טײַכן מאַכט ער טרוקן; פֿאַרװעלקט װערט דער בָשָן און כַּרמֶל, און די בליונג פֿון לבָנוֹן װערט פֿאַרװעלקט. /1:5 די בערג ציטערן פֿאַר אים, און די טאָלן טוען זיך װאַקלען, און די ערד װערט אױפֿגעטרײסלט פֿון זײַן פּנים, אי די װעלט אי אַלע װױנער אין איר. /1:6 פֿאַר זײַן כּעס װער קען זיך שטעלן? און װער קען באַשטײן אין זײַן גרימצאָרן? זײַן צאָרן גיסט זיך אױס װי פֿײַער, און די פֿעלזן װערן צעשטױסן פֿאַר אים. /1:7 גוט איז יהוה, פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט; און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים. /1:8 אָבער מיט אַ שטראָמיקער פֿלײצונג װעט ער מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון איר אָרט, און זײַנע פֿײַנט װעט נאָכיאָגן פֿינצטערניש. /1:9 װאָס טראַכט איר אַקעגן גאָט? אַ פֿאַרלענדונג װעט ער מאַכן, די צרה װעט ניט אױפֿשטײן אַ צװײט מאָל. /1:10 װאָרום בעת זײ זײַנען װי דערנער אײַנגעפֿלאָכטענע, און װי זײ שיכּורן פֿאַרשיכּורטע, װעלן זײ אין גאַנצן פֿאַרצערט װערן װי טרוקענע שטרױ. /1:11 פֿון דיר איז אַרױסגעקומען דער װאָס טראַכט בײז אַקעגן גאָט, װאָס באַראָט נידערטרעכטיקײט. /1:12 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װי געזונט און אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען, אַזױ װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן; הגם איך האָב דיך געפּײַניקט, װעל איך מער דיך ניט פּײַניקן. /1:13 און אַצונד װעל איך צעברעכן זײַן יאָכשטאַנג פֿון דיר, און דײַנע בינדשטריק װעל איך צערײַסן.

/1:14 און גאָט האָט באַפֿױלן װעגן דיר, אַז פֿון דײַן נאָמען זאָל מער קײן זאָמען ניט זײַן; פֿון הױז פֿון דײַן גאָט װעל איך פֿאַרשנײַדן געשניצטע און געגאָסענע געצן; איך װעל דיר אַ קבֿר מאַכן, װײַל דו ביסט צו שאַנד געװאָרן.

/2:1 זע אױף די בערג די פֿיס פֿון דעם אָנזאָגער װאָס מאַכט הערן שלום! פֿײַער, יהודה, דײַנע פֿײַערטעג, באַצאָל דײַנע נדרים, װאָרום מער װעט ניט דורכגײן אין דיר דער נידערטרעכטיקער, ער איז אין גאַנצן פֿאַרשניטן.

/2:2 אַ צעברעכער גײט אַרױף אַקעגן דיר; היט די פֿעסטונג. קוק אױס אױפֿן װעג, פֿעסטיק די לענדן, שטאַרק זײער דײַן כּוֹח. – /2:3 װאָרום גאָט קערט אום דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ װי דעם שטאָלץ פֿון ישׂראל; װאָרום אױסלײדיקער האָבן זײ אױסגעלײדיקט, און זײערע צװײַגן פֿאַרדאָרבן. – /2:4 דער שילד פֿון זײַנע גיבוֹרים איז גערױטיקט, די קריגסלײַט אין װערמילפֿאַרב, אין פֿײַערדיקן שטאָל די רײַטװעגן, אין טאָג פֿון זײער צוגרײטונג; און די ציפּרעסשפּיזן װערן געפֿאָכט. /2:5 דורך די גאַסן װילדעװען די רײַטװעגן, זײ שטורעמען דורך די מערק, זײער אָנבליק איז װי פֿלאַמען, װי די בליצן לױפֿן זײ אום.

/2:6 ער טראַכט אָן זײַנע מאַכטיקע, אָבער זײ װערן געשטרױכלט אין זײער גאַנג; מע אײַלט צו דער מױער, און צוגעגרײט װערט דער שירעמדאַך. /2:7 די טױערן פֿון די טײַכן זײַנען געעפֿנט, און דער פּאַלאַץ װערט צערונען. /2:8 און די מלכּה װערט אַן אָפּגעדעקטע אַװעקגענומען, און אירע דינסטן קלאָגן אַזױ װי דער קָול פֿון טױבן, זיך קלאַפּנדיק אױף די הערצער. /2:9 און נינוֵה איז װי אַ טײַך װאַסער פֿון זינט די טעג װאָס זי איז; אָבער זײ אַנטלױפֿן; ”שטײט! שטײט!“ אָבער קײנער קערט זיך ניט אום. /2:10 רױבט זילבער, רױבט גאָלד, ניטאָ קײן שיעור צו דעם אױסשטאַט, אַ רײַכטום פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן. /2:11 זי װערט פּוסט און װיסט און פֿאַרװיסט, און דאָס האַרץ װערט צעגאַנגען, און אַ װאַקלעניש פֿון קני, און אַ ציטערניש אין אַלע לענדן; און זײערע אַלעמענס פּנימער נעמען אָן אַ פֿינצטערניש. /2:12 װוּ איז די װױנונג פֿון די לײבן, װאָס איז געװען דער פֿיטערפּלאַץ פֿאַר יונגלײבן, װאָס דאָרטן איז אומגעגאַנגען דער לײב, די לײבינטע, דאָס קלײנע לײבל, און קײנער האָט ניט געשראָקן? /2:13 דער לײב פֿלעגט פֿאַרצוקן גענוג פֿאַר זײַנע יונגע, און װערגן פֿאַר זײַנע לײבינטעס, און האָט אָנגעפֿילט מיט פֿאַרצוקונג זײַנע לעכער, און זײַנע װױנונגען מיט פֿאַרצוקטע. /2:14 זע, איך װעל קומען אױף דיר, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און איך װעל פֿאַרברענען אױף רױך אירע רײַטװעגן, און דײַנע יונגלײבן װעט פֿאַרצערן די שװערד; און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד דײַן רױב, און מער װעט ניט געהערט װערן דער קָול פֿון דײַנע שלוחים.


/3:1 װײ די בלוטיקע שטאָט, אין גאַנצן מיט פֿאַלשקײט, מיט רױב, אָנגעפֿילט! עס טוט זיך ניט אָפּ די פֿאַרצוקונג. /3:2 אַ קנאַל פֿון בײַטשן, און אַ רַעַש-געפּילדער פֿון רעדער, און פֿערד יאָגן, און רײַטװעגן שפּרינגען; /3:3 רייטער שטורעמען אַרױף, און פֿלאַם פֿון שװערד, און בליץ פֿון שפּיז, און אַ סך דערשלאָגענע, און אַ הױפֿן פּגרים, און אָן שיעור טױטע לײַבער; און זײ שטרױכלען אָן זײערע טױטע לײַבער. /3:4 פֿון װעגן די פֿיל זנותן פֿון דער װױל-חנעװדיקער זוֹנה, דער מײַנסטערין פֿון כּישוף, װאָס פֿאַרקױפֿט פֿעלקער מיט אירע זנותן, און משפּחות מיט אירע כּישופֿן. /3:5 זע, איך קום צו דיר, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און איך װעל אױפֿדעקן דײַנע ברעגן אױף דײַן פּנים, און װעל װײַזן די פֿעלקער דײַן נאַקעטקײט, און די קיניגרײַכן דײַן שאַנד. /3:6 און איך װעל אַרױפֿװאַרפֿן אױף דיר אומװערדיקײטן, און װעל דיך פֿאַרמיאוסן, און דיך מאַכן װי מיסט. /3:7 און עס װעט זײַן, אַלע װאָס זעען דיך, װעלן װײַכן פֿון דיר, און זאָגן: ”פֿאַרװיסט געװאָרן איז נינוֵה; װער קען זי באַקלאָגן? פֿון װאַנען זאָל איך זוכן טרײסטער פֿאַר דיר?“ /3:8 ביסטו דען בעסער פֿון נוֹא-אָמוֹן, װאָס איז געזעסן צװישן טײַכן, מיט װאַסער אַרום איר; װאָס איר פֿעסטונג איז געװען דער ים, פֿון ים איז געװען איר מױער? /3:9 כּוש איז געװען אַ שטאַרקײט, און מִצרַיִם אָן שיעור, פּוט און לובים זײַנען געװען דיר צו הילף. /3:10 אָבער אױך זי איז אין גלות, אין געפֿאַנגענשאַפֿט איז זי געגאַנגען; אױך אירע קלײנע קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן אין אַלע עק גאַסן; און אױף אירע נִכבדים האָט מען גוֹרל געװאָרפֿן, און אַלע אירע גרױסע לײַט זײַנען אין קײטן געשמידט געװאָרן. /3:11 דו אױך װעסט שיכּור װערן, װעסט זײַן אַ געחלשטע, דו אױך װעסט זוכן אַ באַשיצונג פֿון פֿײַנט.

/3:12 אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן זײַןװי פֿײַגנבײמער מיט ערשטפֿײַגן: װאָס אַז זײ װערן געטרײסלט, פֿאַלן זײ דעם עסער אין מױל. /3:13 זע, דײַן פֿאָלק אין דיר זײַנען װײַבער, אָפֿן געעפֿנט געװאָרן פֿאַר דײַנע פֿײַנט זײַנען די טױערן פֿון דײַן לאַנד, פֿאַרצערט האָט אַ פֿײַער דײַנע ריגלען. /3:14 װאַסער פֿאַר באַלעגערונג שעפּ דיר אָן, פֿאַרשטאַרק דײַנע פֿעסטונגען, גײ אין לײם און טרעט װאַפּנע, נעם אָן די ציגלפֿורעם. /3:15 דענצמאָל װעט דיך אַ פֿײַער פֿאַרצערן, אַ שװערד װעט דיך פֿאַרשנײַדן; זי װעט דיך אױפֿעסן װי דער הײשעריק; מעגסט זיך מערן װי דער הײשעריק, מעגסט זיך מערן װי דער גריל. /3:16 האָסט געמערט דײַנע האַנדלסלײַט מײן פֿון די שטערן פֿון הימל – האָט דער הײשעריק זיך אױסגעשפּרײט און איז אַװעקגעפֿלױגן. /3:17 דײַנע געקרױנטע זײַנען װי גרילן, און דײַנע פֿירער װי אַ מחנה הײשעריקן, װאָס לאַגערן אױף די פּלױטן אין אַ קאַלטן טאָג; גײט אױף די זון, אַזױ פֿליען זײ אַװעק, און מע װײסט ניט זײער אָרט װוּ זײ זײַנען. /3:18 אײַנגעשלאָפֿן זײַנען דײַנע פּאַסטוכער, מלך פֿון אַשור, עס רוען דײַנע מאַכטיקע, צעשפּרײט אױף די בערג איז דײַן פֿאָלק, און ניטאָ װער זאָל אײַנזאַמלען. /3:19 ניטאָ קײן לינדערונג פֿאַר דײַן בראָך, שװער איז דײַן װוּנד; אַלע װאָס הערן דײַן הערונג, קלאַפּן מיט די הענט אױף דיר, װאָרום אױף װעמען איז ניט אַריבער תּמיד דײַן בײז?