טייטש יהואש מלאכי
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש
מַלְאָכִי
/1:1 די נבֿואה פֿון גאָטס װאָרט צו ישׂראל דורך מַלאָכין: /1:2 איך האָב אײַך ליב געהאַט, זאָגט גאָט. און איר זאָגט: מיט װאָס האָסטו אונדז ליב געהאַט? איז ניט עֵשָׂו יעקבֿס אַ ברודער? זאָגט גאָט, פֿון דעסטװעגן האָב איך יעקבֿן ליב געהאַט, /1:3 און עֵשָׂון האָב איך פֿײַנט געהאַט, און געמאַכט זײַנע בערג אַ װיסטעניש, און זײַן נחלה פֿאַר מדבר-שאַקאַלן. /1:4 אױב אֶדוֹם זאָגט: ”מיר זײַנען צעשטערט געװאָרן, אָבער מיר װעלן װידער אָפּבױען די חורבֿות“, האָט גאָט פֿון צבֿאוֹת אַזױ געזאָגט: זײ װעלן בױען, און איך װעל צעשטערן, און מע װעט זײ רופֿן דער געמאַרק פֿון שלעכטיקײט, און דאָס פֿאָלק װאָס גאָט האָט פֿאַרשאָלטן אױף אײביק. /1:5 און אײַערע אױגן װעלן זען, און איר װעט זאָגן: גאָט איז גרױס אַריבער דעם געמאַרק פֿון ישׂראל.
/1:6 אַ זון גיט כּבֿוד אַ פֿאָטער, און אַ קנעכט זײַן האַר; איז אױב איך בין אַ פֿאָטער, אַװוּ איז מײַן כּבֿוד? און אױב איך בין אַ האַר, אַװוּ איז די מוֹרא פֿאַר מיר? זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת צו אײַך, כֹּהנים, װאָס זײַט מבֿזה מײַן נאָמען. און איר זאָגט: מיט װאָס זײַנען מיר מבֿזה דײַן נאָמען? /1:7 איר ברענגט אױף מײַן מזבח אומװערדיקע שפּײַז. און איר זאָגט: מיט װאָס האָבן מיר דיך פֿאַראומװערדיקט? מיט אײַער זאָגן: דער טיש פֿון גאָט איז נִמאס. /1:8 און אַז איר ברענגט אַ בלינדס צו שלאַכטן, איז קײן בײז ניט! און אַז איר ברענגט אַ הינקעדיקס און אַ קראַנקס, איז קײן בײז ניט! גענען עס אַקאָרשט צו דײַן פֿירשט, צי ער װעט דיך באַװיליקן, אָדער װעט דיך אױפֿנעמען? זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /1:9 און אַצוּנד בעט אַקאָרשט בײַ גאָט, ער זאָל אונדז לײַטזעליקן! דורך אײַער האַנט איז דאָס געשען; קען ער אױפֿנעמען דעם פּנים פֿון עמיצן פֿון אײַך? זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /1:10 װאָלט גאָר װער פֿון אײַך צושליסן די טירן, און איר זאָלט ניט אָנצינדן פֿײַער אױף מײַן מזבח אומזיסט! איך װיל אײַך ניט האָבן, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, און װעל ניט באַװיליקן קײן קרבן פֿון אײַער האַנט. /1:11 װאָרום פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון און ביז איר אונטערגאַנג איז מײַן נאָמען גרױס צװישן די פֿעלקער, און אין איטלעכן אָרט װערט װײַרױך געבראַכט צו מײַן נאָמען און שפּײַזאָפּפֿער רײנע; װײַל מײַן נאָמען איז גרױס צװישן די פֿעלקער, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /1:12 און איר פֿאַרשװעכט אים מיט אײַער זאָגן: דער טיש פֿון גאָט איז אומװערדיק, און זײַן פֿרוכט, זײַן שפּײַז, איז נִמאס. /1:13 און איר זאָגט: זע, װאָס פֿאַר אַ טירחא! און איר בלאָזט דערױף, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת; און איר ברענגט אַ געגזלטס, און אַ הינקעדיקס און אַ קראַנקס; און אַז איר ברענגט דעם קרבן, זאָל איך אים באַװיליקן פֿון אײַער האַנט? זאָגט גאָט. /1:14 און פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן דער ליסטיקער, װאָס אין זײַן סטאַדע איז דאָ אַ זָכר, און ער איז מנַדר און שלאַכט אַ געפֿעלערטס צו גאָט; װאָרום אַ גרױסער קיניג בין איך, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, און מײַן נאָמען איז פֿאָרכטיק צװישן די פֿעלקער.
/2:1 און אַצונד, צו אײַך איז דערדאָזיקער אָנזאָג, איר כֹּהנים: /2:2 אױב איר װעט ניט צוהערן, און אױב איר װעט ניט אַרײַננעמען אין האַרצן, צו געבן כּבֿוד צו מײַן נאָמען, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, װעל איך אָנשיקן אױף אײַך אַ קללה, און איך װעל פֿאַרשילטן אײַערע גערעטענישן, יאָ, איך טו זײ פֿאַרשילטן, װײַל איר נעמט ניט צום האַרצן. /2:3 זעט, איך װעל אָנשרײַען בײַ אײַך אױף דער זריעה; און איך װעל צעשיטן מיסט אױף אײַערע פּנימער, דעם מיסט פֿון אײַערע יָום-טובֿ-קרבנות; און מע װעט אײַך אַװעקטראָגן מיט אים. /2:4 און איר װעט װיסן אַז איך האָב אײַך געשיקט דעם דאָזיקן אָנזאָג, כּדי מײַן בונד זאָל בלײַבן מיט לֵוִי, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /2:5 מײַן בונד איז מיט אים געװען אױף לעבן און פֿריד, און איך האָב זײ אים געגעבן, אױף מוֹרא, און ער האָט פֿאַר מיר מוֹרא געהאַט, און פֿאַר מײַן נאָמען האָט ער געאַנגסט. /2:6 די תּוֹרה פֿון אמת איז געװען אין זײַן מױל, און קײן אומרעכט האָט זיך ניט געפֿונען אױף זײַנע ליפּן; אין פֿריד און אין רעכטפֿאַרטיקײט איז ער מיט מיר געגאַנגען, און פֿיל האָט ער אָפּגעקערט פֿון זינד. /2:7 װאָרום די ליפּן פֿון כֹּהן דאַרפֿן היטן קענשאַפֿט, און די תּוֹרה דאַרף מען זוכן פֿון זײַן מױל, װײַל דער שליח פֿון גאָט פֿון צבֿאוֹת איז ער. /2:8 אָבער איר האָט זיך אָפּגעקערט פֿון װעג, איר האָט געמאַכט שטרױכלען פֿיל אין דער תּוֹרה, איר האָט פֿאַרדאָרבן דעם בונד פֿון לֵוִי, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /2:9 דרום האָב איך אױך אײַך געמאַכט נִבֿזה און שָפֿל בײַ דעם גאַנצן פֿאָלק, װעדליק װי איר היט ניט מײַנע װעגן, און שאַנעװעט מענטשן אין געזעץ.
/2:10 איז ניט אײן פֿאָטער בײַ אונדז אַלעמען? האָט אונדז ניט אײן גאָט באַשאַפֿן? פֿאַר װאָס זאָלן מיר פֿעלשן אײנער אָן אַנדערן, צו פֿאַרשװעכן דעם בונד פֿון אונדזערע עלטערן? /2:11 געפֿעלשט האָט יהודה, און אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן אין ישׂראל און אין ירושָלַיִם, װאָרום פֿאַרשװעכט האָט יהודה די הײליקײט פֿון יהוה װאָס ער האָט ליב געהאַט, און האָט באַמאַנט די טאָכטער פֿון אַ פֿרעמדן גאָט. /2:12 גאָט װעט פֿאַרשנײַדן בײַ דעם מאַן װאָס טוט דאָס, אַ רופֿער און אַן ענטפֿערער פֿון די געצעלטן פֿון יעקבֿ, און דעם װאָס ברענגט אַ קרבן צו גאָט פֿון צבֿאוֹת. /2:13 און צװײטנס טוט איר אָט װאָס: איר באַדעקט דעם מזבח פֿון גאָט מיט טרערן. מיט געװײן און מיט זיפֿצעניש, ביז ער קען זיך מער ניט קערן צום קרבן, און אים אָננעמען מיט באַװיליקונג פֿון אײַער האַנט. /2:14 און איר זאָגט: פֿאַר װאָס? – װײַל גאָט איז עדות צװישן דיר און דער װײַב פֿון דײַן יוגנט, װאָס דו האָסט געפֿעלשט אָן איר, הגם זי איז דײַן חבֿרטע, און די װײַב פֿון דײַן בונד. /2:15 און קײן אײנער װעט דאָס ניט טאָן װאָס האָט אַן איבערבלײַב פֿון גײַסט. װאָרום װאָס פֿאַרלאַנגט יעטװעדער אײנער? אַ זאָמען פֿון גאָט. דרום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער געמיט, און אָן דער װײַב פֿון זײַן יוגנט זאָל מען ניט פֿעלשן. /2:16 װאָרום איך האָב פֿײַנט שײדונג, זאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל, און דעם װאָס באַדעקט זײַן קלײד מיט אומרעכט, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת; דרום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער געמיט, אַז איר זאָלט ניט פֿעלשן.
/2:17 איר האָט מיד געמאַכט גאָט מיט אײַערע רײד, און איר זאָגט: מיט װאָס האָבן מיר מיד געמאַכט? מיט אײַער זאָגן: איטלעכער װאָס טוט בײז, איז גוט אין די אױגן פֿון גאָט, און זײ װיל ער האָבן; אָדער, װוּ איז דער גאָט פֿון גערעכטיקײט?
/3:1 זע, איך שיק מײַן שליח, און ער װעט אָפּראַמען דעם װעג פֿאַר מיר, און פּלוצלינג װעט קומען אין זײַן טעמפּל דער האַר װעמען איר זוכט; און דער שליח פֿון בונד װעמען איר באַגערט, אָט קומט ער, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. און װער קען אױסהאַלטן דעם טאָג פֿון זײַן קומען? /3:2 און װער איז דער װאָס קען באַשטײן, װען ער באַװײַזט זיך? װאָרום ער איז װי פֿײַער פֿון דעם שמעלצער, און װי לױג פֿון װעשער. /3:3 און ער װעט זיצן װי אַ שמעלצער און אַ רײניקער פֿון זילבער, און װעט רײניקן די קינדער פֿון לֵוִי, און זײ לײַטערן װי גאָלד און װי זילבער; און זײ װעלן ברענגען צו גאָט קרבנות אין גערעכטיקײט. /3:4 און אָנגעלײגט װעט זײַן בײַ גאָט דער קרבן פֿון יהודה און ירושָלַיִם, װי אין די טעג פֿון אַמאָל, און װי אין פֿאַרצײַטיקע יאָרן. /3:5 און איך װעל גענענען צום משפּט אױף אײַך, און איך װעל זײַן אַ שנעלער עדות, אַקעגן די מכשפֿים, און אַקעגן די נוֹאפֿים, און אַקעגן די װאָס שװערן פֿאַלש, און אַקעגן די װאָס רױבן דעם לױנאַרבעטער פֿון זײַן לױן, די אַלמנה און דעם יתום, און קריװדען דעם פֿרעמדן, און האָבן ניט קײן מוֹרא פֿאַר מיר, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /3:6 אָבער איך גאָט ענדער זיך ניט, און איר קינדער פֿון יעקבֿ װעט ניט פֿאַרלענדט װערן.
/3:7 פֿון די טעג פֿון אײַערע עלטערן אָן האָט איר זיך אָפּגעקערט פֿון מײַנע געזעצן, און זײ ניט געהיט; קערט אײַך אום צו מיר, און איך װעל זיך אומקערן צו אײַך, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. אָבער איר זאָגט: װעגן װאָס זאָלן מיר זיך אומקערן? /3:8 צי דאַרף אַ מענטש באַרױבן גאָט, װאָס איר באַרױבט מיך? און איר זאָגט: אין װאָס באַרױבן מיר דיך? אין דעם מעשׂר און דער אָפּשײדונג. /3:9 איר זײַט מיט אַ קללה פֿאַרשאָלטן, פֿון דעסט װעגן באַרױבט איר מיך, דאָס גאַנצע פֿאָלק. /3:10 ברענגט דעם גאַנצן מעשׂר אין שאַצהױז, און זאָל זײַן שפּײַז אין מײַן הױז, און פּרוּװט מיך אַקאָרשט דערמיט, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, אױב איך װעל אײַך ניט עפֿענען די פֿענצטער פֿון הימל, און װעל אײַך ניט אַראָפּגיסן אַ ברכה ביז איבער גענוג. /3:11 און איך װעל אָנשרײַען פֿון אײַערטװעגן אױף דעם פֿאַרצערער, און ער װעט אײַך ניט פֿאַרװיסטן די פֿרוכט פֿון דער ערד, און אײַער װײַנשטאָק װעט ניט פֿאַרװאַרפֿן אין פֿעלד, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /3:12 און אַלע פֿעלקער װעלן אײַך שאַצן גליקלעך, װאָרום איר װעט זײַן אַ געװינטשט לאַנד, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת. /3:13 פֿאַרשײַט זײַנען אײַערע רײד קעגן מיר, זאָגט גאָט. און איר זאָגט: װאָס האָבן מיר גערעדט אַקעגן דיר? /3:14 איר האָט געזאָגט: ”אומזיסט איז דינען גאָט, און װאָס קומט אַרױס אַז מיר האָבן געהיט זײַן היטונג, און אַז מיר זײַנען אומגעגאַנגען פֿינצטער פֿון װעגן גאָט פֿון צבֿאוֹת? /3:15 איז, אַצונד שאַצן מיר גליקלעך די מוטװיליקע; יאָ, אױפֿגעריכט געװאָרן זײַנען די װאָס טוען שלעכטס, יאָ, זײ האָבן געפּרוּװט גאָט, און זײַנען אַנטרונען געװאָרן“. /3:16 דענס מאָל האָבן די גאָטספֿאָרכטיקע גערעדט אײנער צום אַנדערן, און גאָט האָט פֿאַרנומען און צוגעהערט, און אַ בוך פֿון דערמאָנונג איז אָנגעשריבן געװאָרן בײַ אים, פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן גאָט, און טראַכטן אָן זײַן נאָמען. /3:17 און זײ װעלן מיר זײַן אַ טײַער אײגנס, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, אין דעם טאָג װאָס איך באַשער; און איך װעל זיך דערבאַרימען אױף זײ, װי אַ מאַן דערבאַרימט זיך אױף זײַן זון װאָס דינט אים. /3:18 און איר װעט װידער אײַנזען צװישן דעם צדיק און דעם רשע, צװישן דעם װאָס דינט גאָט, און דעם װאָס דינט אים ניט. /3:19 װאָרום זע, דער טאָג קומט, ער ברענט װי אַן אױװן, און אַלע מוטװיליקע און אַלע װאָס טוען שלעכטס װעלן זײַן שטרױ, און אָנצינדן װעט זײ דער טאָג װאָס קומט, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, אַז ער װעט זײ ניט איבערלאָזן אַ װאָרצל אָדער אַ צװײַג. /3:20 אָבער אײַך, װאָס האָט מוֹרא פֿאַר מײַן נאָמען, װעט אױפֿגײן די זון פֿון גערעכטיקײט מיט הײלונג אין אירע פֿליגלען; און איר װעט אַרױסגײן און װעט שפּרינגען װי קעלבער פֿון שטאַל. /3:21 און איר װעט צודריקן די רשעים, װאָרום זײ װעלן זײַן אַש אונטער אײַערע פֿוסטריט אין דעם טאָג װאָס איך באַשער, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת.
/3:22 געדענקט די תּוֹרה פֿון מײַן קנעכט משהן, װאָס איך האָב אים באַפֿױלן אין חוֹרֵבֿ פֿאַר גאַנץ ישׂראל, חוקים און געזעצן. /3:23 זעט, איך שיק צו אײַך אֵלִיָהו {אֵלִיָהוּ?}} הנבֿיא, אײדער עס קומט דער טאָג פֿון גאָט, דער גרױסער און דער מוֹראדיקער. /3:24 און ער װעט אומקערן דאָס האַרץ פֿון עלטערן צו קינדער, און דאָס האַרץ פֿון קינדער צו זײערע עלטערן, כּדי איך זאָל ניט קומען, און שלאָגן דאָס לאַנד מיט פֿאַרװיסטונג.