תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

יְחֶזקֵאל


/1:1 און עס איז געװען אין דרײַסיקסטן יאָר, אין פֿירטן חודש אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש, װען איך בין געװען צװישן די פֿאַרטריבענע בײַם טײַך כּבֿר, האָבן זיך געעפֿנט די הימלען, און איך האָב געזען זעונגען פֿון גאָט. /1:2 אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש – דאָס איז דאָס פֿינפֿטע יאָר נאָך דעם גלות פֿון מלך יויָכין – /1:3 איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו יחֶזקאל דעם זון פֿון בוזין, דעם כּהן, אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים בײַם טײַך כּבֿר; און די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן געװען אױף אים.

/1:4 און איך האָב געזען, ערשט אַ שטורעמװינט איז אָנגעקומען פֿון צפֿון, אַ גרױסער װאָלקן מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿײַער און אַ שײַן רונד אַרום אים; און אין מיטן פֿון אים אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בורשטין – אין מיטן פֿון פֿײַער. /1:5 און אין מיטן דערפֿון איז געװען די געשטאַלט פֿון פֿיר חיות. און דאָס איז געװען זײער אױסזען: זײ האָבן געהאַט די געשטאַלט פֿון אַ מענטשן. /1:6 און פֿיר פּנימער זײַנען בײַ איטלעכער געװען, און פֿיר פֿליגלען בײַ איטלעכער פֿון זײ. /1:7 און זײערע פֿיס זײַנען געװען גלײַכע פֿיס, און זײערע פֿוסטריט זײַנען געװען אַזױ װי דער פֿוסטריט פֿון אַ קאַלב; און זײ האָבן געפֿונקלט אַזױ װי בלאַנקע קופּער. /1:8 און הענט פֿון אַ מענטשן זײַנען געװען פֿון אונטער זײערע פֿליגלען אױף זײערע פֿיר זײַטן; און זײערע פּנימער און זײערע פֿליגלען בײַ זײ פֿירן – /1:9 זײערע פֿליגלען זײַנען געװען באַהעפֿט אײנער צום אַנדערן – האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן; איטלעכע צו דער זײַט פֿון איר פּנים זײַנען זײ געגאַנגען. /1:10 און די געשטאַלט פֿון זײערע פּנימער איז געװען: אַ פּנים פֿון אַ מענטשן; און אַ פּנים פֿון אַ לײב אױף דער רעכטער זײַט בײַ זײ פֿירן; און אַ פּנים פֿון אַן אָקס פֿון דער לינקער זײַט בײַ זײ פֿירן; און אַ פּנים פֿון אַן אָדלער בײַ זײ פֿירן. /1:11 אַזױ זײַנען געװען זײערע פּנימער; און זײערע פֿליגלען זײַנען געװען פֿאַנאַנדערגעשפּרײט צו דער הײך צו; צװײ פֿון איטלעכער זײַנען געװען באַהעפֿט אָן אײנאַנדער, און צװײ האָבן באַדעקט זײערע לײַבער. /1:12 און איטלעכע צו דער זײַט פֿון איר פּנים זײַנען זײ געגאַנגען; װוּהין דער גײַסט איז געװען צו גײן, זײַנען זײ געגאַנגען; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן. /1:13 און די געשטאַלט פֿון די חיות, זײער אױסזען, איז געװען אַזױ װי ברענעדיקע קױלן פֿײַער; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון בראַנדהעלצער איז דאָס אומגעגאַנגען צװישן די חיות; און דאָס פֿײַער האָט געהאַט אַ שײַן, און פֿון דעם פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען אַ בליץ. /1:14 און די חיות זײַנען געלאָפֿן הין און צוריק, אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ בליצשטראַל.

/1:15 און איך האָב אָנגעקוקט די חיות, ערשט צו אײן ראָד איז אױף דער ערד לעבן די חיות צו זײערע פֿיר פּנימער. /1:16 דאָס אױסזען פֿון די רעדער און זײער אַרבעט איז געװען אַזױ װי דער אָנבליק פֿון גאָלדשטײן, און אײן געשטאַלט איז געװען בײַ זײ פֿירן; און זײער אױסזען און זײער אַרבעט איז געװען אַזױ װי עס װאָלט זײַן אַ ראָד אין אַ ראָד. /1:17 אַז זײ זײַנען געגאַנגען זײַנען זײ געגאַנגען צו זײערע פֿיר זײַטן; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן. /1:18 און זײערע רײפֿן – אי זײ האָבן געהאַט אַ הױכקײט, אי זײ האָבן געהאַט אַ מוֹראדיקײט; און זײערע רײפֿן זײַנען געװען פֿול מיט אױגן רונד אַרום בײַ זײ פֿירן. /1:19 און אַז די חיות זײַנען געגאַנגען, זײַנען געגאַנגען די רעדער לעבן זײ, און אַז די חיות האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד, האָבן זיך אױפֿגעהױבן די רעדער. /1:20 װוּהין נאָר דער גײַסט איז געװען צו גײן, זײַנען זײ געגאַנגען אַהין װוּ דער גײַסט איז געװען צו גײן, און די רעדער האָבן זיך אױפֿגעהױבן באַגלײַך מיט זײ, װאָרום דער גײַסט פֿון די חיות איז געװען אין די רעדער. /1:21 אַז יענע זײַנען געגאַנגען, זײַנען זײ געגאַנגען, און אַז יענע האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט; און אַז זײ האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד, האָבן זיך אױפֿגעהױבן די רעדער באַגלײַך מיט זײ, װאָרום דער גײַסט פֿון די חיות איז געװען אין די רעדער.

/1:22 און איבער די קעפּ פֿון די חיות איז געװען די געשטאַלט פֿון אַ הימל, אַזױ װי דער אָנבליק פֿון מוראדיקן אײַז, אױסגעשפּרײט איבער זײערע קעפּ פֿון אױבן. /1:23 און אונטער דעם הימל זײַנען געװען זײערע פֿליגלען, אײנער גלײַך אַקעגן אַנדערן; צו צװײ פֿון איטלעכער פֿון זײ האָבן צוגעדעקט, צו צװײ פֿון איטלעכער פֿון זײ האָבן צוגעדעקט זײערע לײַבער. /1:24 און אַז זײ זײַנען געגאַנגען, האָב איך געהערט דאָס גערױש פֿון זײערע פֿליגלען, אַזױ װי דאָס גערױש פֿון גרױסע װאַסערן, אַזױ װי דער קָול פֿון אַלמאַכטיקן, אַ טומלדיק גערױש, אַזױ װי דאָס גערױש פֿון אַ מחנה; אַז זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן זײ אַראָפּגעלאָזט זײערע פֿליגלען. /1:25 און עס איז געװאָרן אַ גערױש איבער דעם הימל װאָס אױף זײערע קעפּ, אַז זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט, אַראָפּלאָזנדיק זײערע פֿליגלען.

/1:26 און איבער דעם הימל װאָס אױף זײערע קעפּ איז געװען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון סאַפּירשטײן, די געשטאַלט פֿון אַ טראָן; און אױף דער געשטאַלט פֿון דעם טראָן אַ געשטאַלט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מענטשן, אױבן אױף אים. /1:27 און איך האָב געזען אַזױ װי דעם אָנבליק פֿון בורשטין, מיט אַן אײַנראַם דערצו רונד אַרום אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, פֿון דעם אױסזען פֿון זײַנע לענדן און אַרױף; און פֿון דעם אױסזען פֿון זײַנע לענדן און אַראָפּ האָב איך געזען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, מיט אַ שײַן רונד אַרום אים. /1:28 אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון רעגנבױגן װאָס איז אין װאָלקן אין אַ טאָג פֿון רעגן, אַזױ איז געװען דאָס אױסזען פֿון דעם שײַן רונד אַרום. דאָס איז געװען דאָס אױסזען פֿון דער געשטאַלט פֿון גאָטס פּראַכט. און װי איך האָב עס געזען, אַזױ בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געהערט אַ קָול פֿון אײנעם װאָס רעדט.


/2:1 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, שטעל זיך אױף דײַנע פֿיס, און איך װעל רעדן מיט דיר. /2:2 און אַ גײַסט איז אַרײַן אין מיר, װי ער האָט גערעדט צו מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס, און איך האָב געהערט דעם װאָס רעדט צו מיר. /2:3 און ער האָט צו מיר געזאָגט:

מענטשנקינד, איך שיק דיך צו די קינדער פֿון ישׂראל, צו די װידערשפּעניקע שבֿטיםװאָס האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר;זײ און זײערע עלטערן האָבן געבראָכן אָן מיראַזש ביז הײַנטיקן טאָג. /2:4 און די קינדער האָבן פֿאַרשײַטע פּנימער און האַרטע הערצער:צו זײ שיק איך דיך, און זאָלסט זאָגן צו זײ:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר;/2:5 און זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן –װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ –זאָלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.

/2:6 און דו מענטשנקינד, זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר זײ, און ניט מורא האָבן פֿאַר זײערע רײד, הגם דערנער און שטעכגעװעקס זײַנען אַרום דיר, און צװישן שקאָרפּיאָנען טוסטו זיצן;פֿאַר זײערע רײד זאָלסטו ניט מורא האָבן, און פֿאַר זײער פּנים זאָלסטו ניט אַנגסטן;װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. /2:7 און זאָלסט רעדן מײַנע װערטער צו זײ, סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן;װאָרום לױטער װידערשפּעניקײט זײַנען זײ. /2:8 און דו מענטשנקינד, הער װאָס איך רעד צו דיר;זאָלסט ניט װידערשפּעניק זײַןװי דאָס װידערשפּעניקע געזינדל;מאַך אױף דײַן מױל, און עס װאָס איך גיב דיר.

/2:9 און איך האָב אַ קוק געטאָן, ערשט אַ האַנט איז אױסגעשטרעקט צו מיר, און זע, אין איר איז געװען אַ מגילה פֿון אַ בוך. /2:10 און ער האָט זי אױסגעשפּרײט פֿאַר מיר, און זי איז געװען באַשריבן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק, און אױף איר איז געװען אָנגעשריבן קלאָגן און זיפֿצעניש און װײ.

/3:1 און ער האָט צו מיר געזאָגט:מענטשנקינד, װאָס דו געפֿינסט, עס, עס די דאָזיקע מגילה, און גײ רעד צו דעם הױז פֿון ישׂראל.

/3:2 האָב איך אױפֿגעעפֿנט מײַן מױל, און ער האָט מיר געגעבן עסן די דאָזיקע מגילה. און ער האָט צו מיר געזאָגט:

מענטשנקינד, דײַן בױך זאָלסטו אָנשפּײַזן, און דײַנע אינגעװײד זאָלסטו אָנפֿילן, מיט דער דאָזיקער מגילה װאָס איך גיב דיר.

און איך האָב געגעסן, און זי איז געװען אין מײַן מױל אַזױ װי האָניק אין זיסקײט. /3:4 און ער האָט צו מיר געזאָגט:

מענטשנקינד, גײ קום צו דעם הױז פֿון ישׂראל, און זאָלסט רעדן מיט מײַנע װערטער צו זײ. /3:5 װאָרום ניט צו אַ פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַךאון אַ שװערער צונג װערסטו געשיקט, נײַערט צו דעם הױז פֿון ישׂראל;/3:6 ניט צו פֿעלקער אַ סךמיט אַ טונקעלער שפּראַך און אַ שװערער צונג, װאָס דו פֿאַרשטײסט ניט זײערע װערטער. פֿאַר װאָר, אַז איך װאָלט דיך צו זײ געשיקט, װאָלטן זײ יאָ צוגעהערט צו דיר. /3:7 אָבער דאָס הױז פֿון ישׂראל װעלן ניט װעלן צוהערן צו דיר, װאָרום זײ װילן ניט צוהערן צו מיר;װאָרום דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראלהאָבן האַרטע שטערנס און פֿאַרשײַטע הערצער. /3:8 זע, איך האָב געמאַכט דײַן פּנים האַרט אַקעגן זײער פּנים, און דײַן שטערן האַרט אַקעגן זײער שטערן. /3:9 װי דימענט האַרטער פֿון פֿעלדז, האָב איך געמאַכט דײַן שטערן;זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר זײ, און ניט אַנגסטן פֿאַר זײער פּנים;װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. /3:10 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, אַלע מײַנע װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר, נעם אַרײַן אין דײַן האַרצן, און מיט דײַנע אױערן הער. /3:11 און גײ קום צו די פֿאַרטריבענע, צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און זאָלסט רעדן צו זײ, און זאָגן צו זײ:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר;סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן.

/3:12 און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און איך האָב געהערט הינטער מיר אַ גערױש פֿון אַ גרױס ערדציטערניש: געלױבט איז די פּראַכט פֿון גאָט אין זײַן אָרט; /3:13 און דאָס גערױש פֿון די פֿליגלען פֿון די חיות זיך אָנרירנדיק אײנער אָן אַנדערן, און דאָס גערױש פֿון די רעדער באַגלײַך מיט זײ – אַ גערױש פֿון אַ גרױס ערדציטערניש. /3:14 און דער װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך אַװעקגענומען; און איך בין געגאַנגען אַ פֿאַרביטערטער אין מײַן הײס געמיט, און די האַנט פֿון גאָט איז געװען שטאַרק אױף מיר. /3:15 און איך בין געקומען צו די פֿאַרטריבענע קײן תל-אָבֿיבֿ, װאָס זײַנען געזעסן בײַם טײַך כּבֿר, און איך בין געזעסן אַװוּ זײ זײַנען געזעסן; און איך בין דאָרטן געזעסן זיבן טעג אַ באַנומענער צװישן זײ.

/3:16 און עס איז געװען צום סָוף פֿון זיבן טעג, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /3:17 מענטשנקינד, אַ װעכטער האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל, און אַז דו װעסט הערן פֿון מײַן מױל אַ װאָרט, זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מײַנעט װעגן. /3:18 אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט אים ניט געװאָרנט, און ניט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון זײַן שלעכטן װעג, כּדי ער זאָל לעבן, װעט ער, דער שלעכטער, שטאַרבן פֿאַר זײַן זינד, און זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דײַן האַנט. /3:19 אָבער אױב דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן, און ער האָט זיך ניט אומגעקערט פֿון זײַן שלעכטיקײט, און פֿון זײַן שלעכטן װעג, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַן זינד, און דו האָסט מציל געװען דײַן נפֿש. /3:20 און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און ער טוט אומרעכט, װעל איך לײגן אַ שטרױכלונג פֿאַר אים; ער װעט שטאַרבן. װײַל דו האָסט אים ניט געװאָרנט, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַן חטא, און זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן ניט דערמאָנט װערן, און זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דײַן האַנט. /3:21 אָבער אױב דו האָסט אים געװאָרנט, דעם גערעכטן, אַז דער גערעכטער זאָל ניט זינדיקן, און ער האָט ניט געזינדיקט, װעט ער בלײַבן לעבן, װײַל ער האָט זיך געלאָזט װאָרענען, און דו האָסט מציל געװען דײַן נפֿש.

/3:22 און די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן געװען אױף מיר, און ער האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ אַרױס צום טאָל, און דאָרטן װעל איך רעדן מיט דיר. /3:23 בין איך אױפֿגעשטאַנען, און בין אַרױסגעגאַנגען צום טאָל, ערשט די פּראַכט פֿון גאָט שטײט דאָרטן, אַזױ װי די פּראַכט װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר; און איך בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. /3:24 און אַ גײַסט איז אַרײַן אין מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס; און ער האָט מיט מיר גערעדט, און האָט צו מיר געזאָגט:

קום פֿאַרשליס זיך אין דײַן הױז. /3:25 און דו מענטשנקינד, זע, מע טוט אַרױף אױף דיר שטריק, און מע װעט דיך בינדן דערמיט, און װעסט ניט אַרױסגײן צװישן זײ. /3:26 און דײַן צונג װעל איך באַהעפֿטן אָן דײַן גומען, כּדי זאָלסט שטום זײַן, און זאָלסט זײ ניט זײַן אַ בַעַל-מוכיח;װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. /3:27 ערשט װען איך רעד מיט דיר, װעל איך עפֿענען דײַן מױל;און זאָלסט זאָגן צו זײ:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דער װאָס װיל הערן, זאָל הערן, און דער װאָס װיל פֿאַרמײַדן, זאָל פֿאַרמײַדן;װאָרום אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ.

/4:1 און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ ציגל, און זאָלסט אים אַװעקלײגן פֿאַר דיר, און אױסקריצן אױף אים אַ שטאָט – ירושלים. /4:2 און זאָלסט מאַכן אױף איר אַ באַלעגערונג, און בױען אַרום איר אַ באַלעגערמױער, און אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל, און שטעל אַקעגן איר מחנות;און טו אַקעגן איר שטורעמבעק רונד אַרום. /4:3 און דו נעם דיר אַן אײַזערנע פֿאַן, און זאָלסט זי שטעלן װי אַן אײַזערנע װאַנטצװישן דיר און צװישן דער שטאָט;און זאָלסט קערן דײַן פּנים צו איר, און זי זאָל זײַן אין באַלעגערונג, און דו זאָלסט זי באַלעגערן. אַ צײכן איז דאָס פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל. /4:4 און דו ליג אױף דײַן לינקער זײַט, און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף אירדי זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל;די צאָל טעג װאָס דו װעסט ליגן אױף איר, װעסטו טראָגן זײערע זינד. /4:5 און איך האָב דיר געמאַכט די יאָרן פֿון זײערע זינדאַקעגן דער צאָל טעג – דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג;און װעסט טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל. /4:6 און אַז דו װעסט ענדיקן די דאָזיקע, זאָלסטו װידער ליגן אױף דײַן רעכטער זײַט, און טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה פֿערציק טעג:אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר, אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר האָב איך עס דיר געמאַכט. /4:7 און צו דער באַלעגערונג פֿון ירושלים, זאָלסטו קערן דײַן פּניםמיט דײַן אָרעם אַנטבלױזט, און זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף איר. /4:8 און זע, איך טו אַרױף אױף דיר שטריק, און װעסט זיך ניט אומדרײעןפֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, ביז דו ענדיקסט די טעג פֿון דײַן באַלעגערונג.

/4:9 און דו נעם דיר װײץ און גערשטןאון בעבלעך און לינדזן און הירזש און טונקלװײץ, און טו זײ אַרײַן אין אײן כּלי, און זאָלסט זײ דיר מאַכן צו ברױט;די צאָל טעג װאָס דו ליגסט אױף דײַן זײַט, דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג, זאָלסטו עס עסן. /4:10 און דײַן עסן װאָס דו װעסט עסן, זאָל זײַן מיט אַ װאָג, צװאַנציק שקל אַ טאָג;פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו עס עסן. /4:11 און װאַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען;אַ זעקסטל הין פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו טרינקען. /4:12 אַזױ װי אַ גערשטענעם קוכן זאָלסטו עס עסן, און אױף קױט פֿון מענטשישער צוֹאֶהזאָלסטו עס באַקן פֿאַר זײערע אױגן.

/4:13 און גאָט האָט געזאָגט:אַזױ װעלן עסן די קינדער פֿון ישׂראלזײער ברױט אומרײן צװישן די פֿעלקערװאָס איך װעל זײ אַהין פֿאַרשטױסן.

/4:14 האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, זע מײַן זעל איז ניט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס האָב איך ניט געגעסן פֿון מײַן יוגנט אָן און ביז אַצונד, און אין מײַן מױל איז ניט געקומען אומװערדיק פֿלײש. /4:15 האָט ער צו מיר געזאָגט: זע, איך גיב דיר מיסט פֿון רינדער אָנשטאָט קױט פֿון מענטשן, און זאָלסט מאַכן דײַן ברױט דערױף. /4:16 און ער האָט צו מיר געזאָגט:

מענטשנקינד, זע, איך צעברעך דעם אונטערלען פֿון ברױט אין ירושלים, און זײ װעלן עסן ברױט מיט אַ װאָג, און מיט זאָרג, און װאַסער מיט אַ מאָס און מיט באַנומעניש װעלן זײ טרינקען. /4:17 װײַל זײ װעלן געמינערט זײַן ברױט און װאַסער, און זײ װעלן באַנומען װערן אײנער מיטן אַנדערן, און װעלן אײַנגײן פֿאַר זײערע זינד.

/5:1 און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ שאַרפֿע שװערד –פֿאַר אַ גאָלמעסער זאָלסטו זי דיר נעמען, און אַריבערפֿירן איבער דײַן קאָפּ און איבער דײַן באָרד;און זאָלסט דיר נעמען װאָגשאָלן און עס צעטײלן. /5:2 אַ דריט-חלק זאָלסטו אין פֿײַער פֿאַרברענעןאין מיטן פֿון דער שטאָט, װען עס װערן פֿול די טעג פֿון דער באַלעגערונג;און אַ דריט-חלק זאָלסטו נעמען, און שלאָגן מיט דער שװערד רונד אַרום דעם, און אַ דריט-חלק זאָלסטו צעשפּרײטן פֿאַרן װינט;און אַ שװערד װעל איך אַרױסציִען הינטער זײ. /5:3 און זאָלסט נעמען דערפֿון עטלעכע אין צאָל, און זײ אײַנבינדן אין דײַנע ברעגן. /5:4 און פֿון זײ זאָלסטו װידער נעמען עטלעכע , און זײ אַרײַנװאַרפֿן אין מיטן פֿײַער, און זײ פֿאַרברענען אין פֿײַער;דערפֿון װעט אַרױסגײן אַ פֿײַעראױפֿן גאַנצן הױז פֿון ישׂראל.

/5:5 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דאָס איז ירושלים;אין מיטן פֿון די פֿעלקער האָב איך זי באַשטאַט, מיט לענדער רונד אַרום איר. /5:6 און זי האָט װידערשפּעניקט מײַנע געזעצןצו טאָן בײז מער פֿון די פֿעלקער, און מײַנע חוקים –מער פֿון די לענדער װאָס רונד אַרום איר;װאָרום מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים, אין זײ זײַנען זײ ניט געגאַנגען. /5:7 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײַל איר האָט אָנגעגעבןמער פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום אײַך;אין מײַנע חוקים זײַט איר ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָט איר ניט געטאָן;צו מאָל װי די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום אײַךהאָט איר ניט געטאָן –/5:8 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך אױך קום אױף דיר, און װעל טאָן אַ משפּט אין דירפֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער. /5:9 און איך װעל טאָן אױף דיר װאָס איך האָב ניט געטאָן, פֿון װעגן אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. /5:10 דרום װעלן עלטערן עסן זײערע קינדער אין דיר, און קינדער װעלן עסן זײערע עלטערן, און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף דיר, און אַל דײַן איבערבלײַב װעל איך צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן. /5:11 דרום אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, פֿאַר װאָר, װײַל דו האָסט מײַן הײליקטום פֿאַראומרײניקטמיט אַלע דײַנע מיאוסקײטןאון מיט אַלע דײַנע אומװערדיקײטן, דרום װעל איך אױך דיך פֿאַרמינערן, און מײַן אױג װעט ניט שױנען, און איך אױך װעל ניט דערבאַרימען. /5:12 אַ דריט-חלק פֿון דיר װעלן פֿון פּעסט שטאַרבן, און אױסגײן פֿון הונגער אין דיר, און אַ דריט-חלק װעלן דורכן שװערד פֿאַלן רונד אַרום דיר, און אַ דריט-חלק װעל איך אױף אַלע װינטן צעשפּרײטן, און אַ שװערד װעל איך אַרױסציִען הינטער זײ. /5:13 און מײַן כּעס װעט אױסגײן, און איך װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן אױף זײ, און איך װעל מיך שטילן;און זײ װעלן װיסן אַז איך יהוההאָב גערעדט אין מײַן פֿאַרדראָס, װען איך לאָז אױס מײַן גרימצאָרן אױף זײ. /5:14 און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ חורבן און פֿאַר אַ חרפּהצװישן די פֿעלקער װאָס רונד אַרום דיר, פֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן פֿאַרבײַגײער. /5:15 און עס װעט זײַן אַ חרפּה און אַ לעסטערונג, אַ מוסר און אַ שרעק, בײַ די פֿעלקער װאָס רונד אַרום דיר, װען איך טו אַ משפּט אױף דירמיט כּעס און מיט גרימצאָרן און מיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן –איך יהוה האָב גערעדט;/5:16 װען איך שיק אָן אױף זײ די בײזע פֿײַלן פֿון הונגערװאָס זײַנען אױף אומצוברענגען, װאָס איך װעל זײ שיקן אײַך אומצוברענגען;און הונגער װעל איך מערן אױף אײַך, און װעל אײַך צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט. /5:17 און איך װעל אָנשיקן אױף אײַך הונגער און בײזע חיות, און זײ װעלן דיך אָן קינדער לאָזן;און פּעסט און בלוט װעט דורכגײן דורך דיר, און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף דיר. איך יהוה האָב גערעדט.


/6:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/6:2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די בערג פֿון ישׂראל, און זאָג נבֿיאות צו זײ, /6:3 און זאָלסט זאָגן: איר בערג פֿון ישׂראל, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט דעם האַר:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַרצו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן:זעט, איך ברענג אױף אײַך אַ שװערד, און װעל אונטערברענגען אײַערע בָמות. /6:4 און פֿאַרװיסט װערן װעלן אײַערע מזבחות, און צעבראָכן װערן װעלן אײַערע זונזײַלן;און איך װעל מאַכן פֿאַלן אײַערע דערשלאָגענעפֿאַר אײַערע אָפּגעטער. /6:5 און איך װעל אַהינטאָן די פּגָרים פֿון די קינדער פֿון ישׂראלפֿאַר זײערע אָפּגעטער, און איך װעל צעשפּרײטן אײַערע בײנעררונד אַרום אײַערע מזבחות. /6:6 אין אַלע אײַערע װױנערטער װעלן די שטעט חרובֿ װערן, און די בָמות װעלן פֿאַרװיסט װערן;כּדי חרובֿ און װיסט װערן זאָלן אײַערע מזבחות, און צעבראָכן און צעשטערט װערן זאָלן אײַערע אָפּגעטער, און אָפּגעהאַקט װערן זאָלן אײַערע זונזײַלן, און אױסגעמעקט װערן זאָלן אײַערע װערק. /6:7 און פֿאַלן װעלן דערשלאָגענע צװישן אײַך, און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /6:8 אָבער איך װעל לאָזן אַן איבערבלײַב:אַז איר זאָלט האָבן אַנטרונענע פֿון שװערד צװישן די פֿעלקער, װען איר װערט צעשפּרײט אין די לענדער. /6:9 און אײַערע אַנטרונענע װעלן מיך דערמאָנעןצװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן אַהין, װי אַזױ איך בין געװען צעבראָכןפֿון װעגן זײער פֿאַרפֿירטן האַרצןװאָס האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר, און פֿון װעגן זײערע אױגןװאָס זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך זײערע אָפּגעטער;און זײ װעלן זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן, װעגן די בײזן װאָס זײ האָבן געטאָןבײַ אַלע זײערע אומװערדיקײטן. /6:10 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה;ניט אומזיסט האָב איך גערעדטזײ צו טאָן דאָס דאָזיקע בײז.

/6:11 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:פּאַטש מיט דײַן האַנט, און קלאַפּ מיט דײַן פֿוס, און זאָג: װײ אױף אַלע בײזע אומװערדיקײטןפֿון דעם הױז פֿון ישׂראל;װאָרום פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, װעלן זײ פֿאַלן. /6:12 דער װײַטער װעט פֿון פּעסט שטאַרבן, און דער נאָנטער װעט פֿון שװערד פֿאַלן, און דער געבליבענער און באַלעגערטערװעט פֿון הונגער שטאַרבן:און איך װעל אױסלאָזן מײַן גרימצאָרן אױף זײ. /6:13 און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען זײערע דערשלאָגענע װעלן זײַן צװישן זײערע אָפּגעטעררונד אַרום זײערע מזבחות, אױף יעטװעדער הױכן בערגל, אױף אַלע שפּיצן בערג, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, און אונטער יעטװעדער געדיכטן אײַכנבױם, אין דעם אָרט װאָס זײ האָבן דאָרטן געגעבןאַ געשמאַקן רֵיח צו אַלע זײערע אָפּגעטער. /6:14 און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף זײ, און װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטענישמער פֿון מדבר דִבֿלָה, אין אַלע זײערע װױנערטער;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/7:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/7:2 און דו מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַ סָוף צו דער ערד פֿון ישׂראל!געקומען אַ סָוף אױף די פֿיר עקן פֿון לאַנד. /7:3 אַצונד איז אַ סָוף אױף דיר, און איך װעל אָנשיקן מײַן צאָרן אױף דיר, און װעל דיך משפּטן לױט דײַנע װעגן, און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. /7:4 און מײַן אױג װעט דיך ניט שױנען, און איך װעל ניט דערבאַרימען;נײַערט דײַנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר, און דײַנע אומװערדיקײטן װעלן אין דײַן מיט בלײַבן;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /7:5 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַן אומגליק, אַ באַזונדער אומגליק אָט קומט!/7:6 אַ סָוף איז געקומען, געקומען דער סָוף, ער האָט זיך דערװעקט אױף דיר;אָט קומט עס!/7:7 געקומען איז די רײ צו דיר, באַװױנער פֿון לאַנד;געקומען די צײַט, נאָנט איז דער טאָג פֿון מהומה, און אױס דער געהילך פֿון די בערג. /7:8 אַצונד באַלד װעל איך אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף דיר, און אױסלאָזן אױף דיר מײַן כּעס, און דיך משפּטן לױט דײַנע װעגן, און פֿאַרגעלטן אױף דיר אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. /7:9 און מײַן אױג װעט ניט שױנען, און איך װעל ניט דערבאַרימען;לױט דײַנע װעגן װעל איך פֿאַרגעלטן אױף דיר, און דײַנע אומװערדיקײטן װעלן אין דײַן מיט בלײַבן;און איר װעט װיסן אַז איך יהוה טו שלאָגן.

/7:10 אָט איז דער טאָג, אָט קומט עס!אױסגעפֿאַלן איז די רײ, געשפּראָצט האָט דער שטעקן, געבליט האָט די מוטװיליקײט. /7:11 אומרעכט איז אױסגעװאַקסןאין אַ שטעקן פֿון שלעכטיקײט;ניט פֿון זײ קומט אַרױס, און ניט פֿון זײער געזעמל, און ניט פֿון זײער געטומל;און ניטאָ קײן געהױבנקײט אין זײ. /7:12 געקומען איז די צײַט, דערגרײכט האָט דער טאָג;דער קױפֿער זאָל זיך ניט פֿרײען, און דער פֿאַרקױפֿער זאָל ניט טרױערן, װאָרום אַ גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל. /7:13 װאָרום דער פֿאַרקױפֿער װעט צום פֿאַרקױפֿטןאין זײַן לעבנס לעבן זיך ניט אומקערן;װײַל אַ זעונג איז אױף איר גאַנצן געזעמל, עס זאָל זיך ניט אומקערן;און פֿון װעגן זײַן זינד אין זײַן לעבןװעט זיך קײנער ניט דערהאַלטן. /7:14 געבלאָזן דעם האָרן, און אָנגעברײט אַלצדינג, און ניטאָ װער זאָל גײן אױף מלחמה;װאָרום מײַן גרימצאָרן איז אױף איר גאַנצן געזעמל. /7:15 דערױסן די שװערד, און אינעװײניק די פּעסט און דער הונגער;דער װאָס אין פֿעלד װעט דורכן שװערד שטאַרבן, און דער װאָס אין שטאָט, װעט אים הונגער און פּעסט אױפֿעסן. /7:16 און זײערע אַנטרונענע װעלן אַנטרינען, און װעלן זײַן אױף די בערג, װי טױבן פֿון די טאָלן, װאָס אַלע טוען זײ ברומען;איטלעכער פֿון װעגן זײַן זינד. /7:17 אַלע הענט װעלן שלאַף װערן, און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער. /7:18 און זײ װעלן אָנגורטן זאַקקלײדער, און אַ שױדער װעט זײ באַדעקן, און אױף אַלע פּנימער װעט זײַן אַ בושה, און אױף אַלע זײערע קעפּ אַ פּליך. /7:19 זײער זילבער װעלן זײ אױף די גאַסן אַרױסװאַרפֿן, און זײער גאָלד װעט אַן אומרײניקײט װערן, זײער זילבער און זײער גאָלד װעט זײ ניט קענען מציל זײַןאין טאָג פֿון גאָטס גרימצאָרן;זײער לײַב װעלן זײ ניט אָנזעטןאון זײערע אינגעװײד װעלן זײ ניט אָנפֿילן;װאָרום די שטרױכלונג צו זײער זינד איז דאָס געװען, /7:20 און זײער שײנע צירונג װאָס זײ האָבן פֿאַר אַ שטאָלץ געמאַכט;און בילדער פֿון זײערע מיאוסע אומװערדיקײטןהאָבן זײ דערפֿון אױסגעאַרבעט;דרום מאַך איך עס זײ פֿאַר אַן אומרײניקײט. /7:21 און איך װעל עס געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע צו רױב, און צו די שלעכטע פֿון דער ערד צו פֿאַנג, און זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן. /7:22 און איך װעל אָפּדרײען מײַן פּנים פֿון זײ, און מע װעט פֿאַרשװעכן מײַן פֿאַרבאָרגעניש;יאָ, אײַנברעכער װעלן קומען אין איר, און װעלן זי פֿאַרשװעכן.

/7:23 גרײט צו די קײטן, װאָרום דאָס לאַנד איז פֿול מיט בלוטשולד, און די שטאָט איז פֿױל מיט אומרעכט. /7:24 און איך װעל ברענגען די ערגסטע פֿון די פֿעלקער, און זײ װעלן יַרשען זײערע הײַזער;און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די שטאַרקע;און פֿאַרשװעכט װערן װעלן זײערע הײליקטומען. /7:25 אַ שױדערניש קומט, און זײ װעלן זוכן שלום, און עס װעט ניט זײַן. /7:26 אַ בראָך אױף אַ בראָך װעט קומען, און אַ הערונג נאָך אַ הערונג װעט זײַן;און זײ װעלן זוכן אַ זעונג פֿון נבֿיא, און די תּורה װעט פֿאַרלאָרן װערן פֿון כּהן, און אַן עצה פֿון די זקנים.

/7:27 דער מלך װעט טרױערן, און דער פֿירשט װעט זיך אָנקלײדן מיט װיסטקײט, און די הענט פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעלן צעטומלט װערן;לױט זײער װעג װעל איך טאָן מיט זײ, און מיט זײערע משפּטים װעל איך זײ משפּטן;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/8:1 און עס איז געװען אין זעקסטן יאָר, אין זעקסטן חודש, אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש, װי איך זיץ אין מײַן הױז, און די עלטסטע פֿון יהוּדה זיצן פֿאַר מיר, אַזױ איז דאָרטן געפֿאַלן אױף מיר די האַנט פֿון גאָט דעם האַר. /8:2 און איך האָב געזען, ערשט אַ געשטאַלט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער: פֿון דעם אױסזען פֿון זײַנע לענדן און אַראָפּ פֿײַער, און פֿון זײַנע לענדן און אַרױף אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון גלאַנציקײט, אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בורשטין. /8:3 און ער האָט אױסגעשטרעקט אַ געשטאַלט פֿון אַ האַנט, און האָט מיך אָנגענומען פֿאַר אַ לאָק פֿון מײַן קאָפּ, און אַ װינט האָט מיך געטראָגן צװישן ערד און צװישן הימל, און האָט מיך געבראַכט אין זעונגען פֿון גאָט קײן ירושלים, צום אײַנגאַנג פֿון דעם אינעװײניקסטן טױער װאָס איז געקערט צו צפֿון, װאָס דאָרטן איז געװען דער אָרט פֿון דעם דערצערנבילד װאָס דערצערנט. /8:4 ערשט דאָרטן איז די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל, אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען אין טאָל. /8:5 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן קעגן צפֿון. האָב איך אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן קעגן צפֿון, ערשט אין צפֿון פֿון דעם טױער פֿון מזבח איז דאָס דאָזיקע דערצערנבילד, בײַם אַרײַנגאַנג. /8:6 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דו זעסט װאָס זײ טוען? די גרױסע אומװערדיקײטן װאָס דאָס הױז פֿון ישׂראל טוט דאָ, כּדי איך זאָל מיך דערװײַטערן פֿון מײַן הײליקטום? און װעסט נאָך װײַטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן. /8:7 און ער האָט מיך געבראַכט צום אײַנגאַנג פֿון הױף, און איך האָב געזען, ערשט אַ לאָך איז אין דער װאַנט. /8:8 האָט ער צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, גראָב אַקאָרשט אין דער װאַנט. און איך האָב געגראָבן אין דער װאַנט, ערשט אַן אײַנגאַנג. /8:9 האָט ער צו מיר געזאָגט: גײ אַרײַן, און זע די בײזע אומװערדקײטן װאָס זײ טוען דאָ. /8:10 בין איך אַרײַנגעגאַנגען, און האָב געזען, ערשט אַלערלײ אומװערדיקע געשטאַלטן פֿון שרצים און בהמות, און אַלערלײ אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, זײַנען אױסגעקריצט אױף דער װאַנט רונד אַרום. /8:11 און פֿאַר זײ שטײען זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, און יַאֲזַניָהוּ דער זון פֿון שָפֿנען שטײט אין מיטן פֿון זײ, און איטלעכער מיט זײַן רײכערפֿאַן אין זײַן האַנט, און אַ דיקער װאָלקן פֿון דעם װײַרױך גײט אױף. /8:12 האָט ער צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד, װאָס די עלטסטע פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל טוען אין דער פֿינצטערניש, איטלעכער אין זײַנע בילדערקאַמערן? װאָרום זײ זאָגן: גאָט זעט אונדז ניט, פֿאַרלאָזן האָט גאָט דאָס לאַנד. /8:13 און ער האָט צו מיר געזאָגט: װעסט נאָך װײַטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן װאָס זײ טוען. /8:14 און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם טױעראײַנגאַנג פֿון גאָטס הױז װאָס צו צפֿון, ערשט דאָרטן זיצן די װײַבער און באַװײנען תַּמוּזן. /8:15 האָט ער צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנדיקנד? װעסט נאָך װײַטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן װי די דאָזיקע. /8:16 און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון גאָטס הױז, ערשט בײַם אײַנגאַנג פֿון גאָטס טעמפּל, צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבח, זײַנען אַרום פֿינף און צװאַנציק מאַן, מיט זײערע רוקנס צום טעמפּל פֿון גאָט, און זײערע פּנימער צו מזרח, און זײ בוקן זיך קעגן מזרח צו דער זון. /8:17 האָט ער צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד? קנאַפּ איז דעם הױז פֿון יהוּדה צו טאָן די אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן דאָ געטאָן, אַז זײ האָבן נאָך אָנגעפֿילט דאָס לאַנד מיט אומרעכט, און האָבן מיך װידער און װידער דערצערנט; און אָט לײגן זײ צו דעם צװײַג צו זײער נאָז.

/8:18 דרום װעל איך אױך טאָן מיט גרימצאָרן;מײַן אױג װעט ניט שױנען, און איך װעל ניט דערבאַרימען;און זײ װעלן שרײַען אין מײַן אױער אױף אַ הױך קָול, און איך װעל זײ ניט צוהערן.


/9:1 און אַ הױכער קָול האָט אױסגערופֿן אין מײַן אױער, אַזױ צו זאָגן: מאַכט גענענען די װאָס זײַנען געזעצט אױף דער שטאָט, און איטלעכן מיט זײַן צעשטערגעצײַג אין זײַן האַנט. /9:2 ערשט זעקס מענער זײַנען אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון דעם אױבערשטן טױער װאָס איז געקערט צו צפֿון, און איטלעכער מיט זײַן ברעכגעצײַג אין זײַן האַנט, און אײן מאַן צװישן זײ אָנגעטאָן אין לײַנען מיט אַ שרײַבערס טינטהאָרן אױף זײַנע לענדן. און זײ זײַנען געקומען, און האָבן זיך געשטעלט לעבן דעם קופּערנעם מזבח. /9:3 און די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער דעם כּרובֿ װאָס זי איז אױף אים געװען, צו דעם שװעל פֿון הױז; און ער האָט גערופֿן צו דעם מאַן אָנגעטאָן אין לײַנען, װאָס אַ שרײַבערס טינטהאָרן איז געװען אױף זײַנע לענדן. /9:4 און גאָט האָט צו אים געזאָגט: גײ דורך אין מיטן שטאָט, אין מיטן ירושלים, און זאָלסט אָנצײכענען אַ צײכן אױף די שטערנס פֿון די מענטשן װאָס זיפֿצן און קרעכצן אױף אַלע אומװערדיקײטן װאָס װערן געטאָן אין איר. /9:5 און צו יענע האָט ער געזאָגט פֿאַר מײַנע אױערן: גײט דורך אין שטאָט הינטער אים, און שלאָגט; אײַער אױג זאָל ניט שױנען, און איר זאָלט ניט דערבאַרימען. /9:6 אַ זקן, אַ בחור און אַ מײדל, און קלײנע קינדער און װײַבער, זאָלט איר הרגען צום טױט, נאָר צו קײן מענטשן װאָס אױף אים איז דער צײכן, זאָלט איר ניט גענענען; און פֿון מײַן הײליקטום זאָלט איר אָנהײבן. האָבן זײ אָנגעהױבן פֿון די אַלטע לײַט װאָס פֿאַרן הױז. /9:7 און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַראומרײניקט דאָס הױז, און פֿילט אָן די הױפֿן מיט דערשלאָגענע; גײט אַרױס! און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן געשלאָגן אין שטאָט. /9:8 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געשלאָגן, און איך בין געבליבן אַלײן, אַזױ בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געשריִען, און געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, װילסטו אומברענגען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון ישׂראל מיט װאָס דו גיסט אױס דײַן גרימצאָרן אױף ירושלים? /9:9 האָט ער צו מיר געזאָגט: די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל און יהוּדה איז זײער זײער גרױס, און דאָס לאַנד איז אָנגעפֿילט מיט בלוט, און די שטאָט איז פֿול מיט אומגערעכטיקײט, װאָרום זײ זאָגן: פֿאַרלאָזן האָט גאָט דאָס לאַנד, און גאָט זעט ניט.

/9:10 דרום װעט אױך מײַן אױג ניט שױנען, און איך װעל ניט דערבאַרימען;זײער װעג װעל איך פֿאַרגעלטן אױף זײער קאָפּ.

/9:11 ערשט דער מאַן אָנגעטאָן אין לײַנען װאָס דער טינטהאָרן איז געװען אױף זײַנע לענדן, האָט געבראַכט אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן.


/10:1 און איך האָב געזען, ערשט אױף דעם הימל װאָס איבערן קאָפּ פֿון די כּרובֿים האָט זיך באַװיזן אַזױ װי סאַפּירשטײן, אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון דער געשטאַלט פֿון אַ טראָן איבער זײ. /10:2 און ער האָט גערעדט צו דעם מאַן װאָס איז געװען אָנגעטאָן אין לײַנען, און ער האָט געזאָגט: גײ אַרײַן צװישן די רעדער, אונטער דעם כּרובֿ, און פֿיל אָן דײַנע הױפֿנס מיט פֿײַערקױלן פֿון צװישן די כּרובֿים, און טו אַ װאָרף אױף דער שטאָט. איז ער אַרײַנגעגאַנגען פֿאַר מײַנע אױגן. /10:3 און די כּרובֿים זײַנען געשטאַנען רעכטס פֿון הױז, װען דער מאַן איז אַרײַנגעגאַנגען; און אַ װאָלקן האָט אָנגעפֿילט דעם אינעװײניקסטן הױף. /10:4 און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער דעם כּרובֿ צום שװעל פֿון הױז; און דאָס הױז איז אָנגעפֿילט געװאָרן מיטן װאָלקן, און דער הױף איז געװען פֿול מיט דעם שײַן פֿון גאָטס פּראַכט. /10:5 און דאָס גערױש פֿון די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים האָט זיך געהערט ביזן אױסנװײניקסטן טױער, אַזױ װי דער קָול פֿון גאָט אַלמאַכטיקן, װען ער רעדט. /10:6 און עס איז געװען, װי ער האָט באַפֿױלן דעם מאַן װאָס איז געװען אָנגעטאָן אין לײַנען, אַזױ צו זאָגן: נעם פֿײַער פֿון צװישן די רעדער, פֿון צװישן די כּרובֿים, אַזױ איז ער אַרײַנגעגאַנגען, און האָט זיך געשטעלט לעבן אַ ראָד. /10:7 און דער כּרובֿ האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט פֿון צװישן די כּרובֿים צו דעם פֿײַער װאָס צװישן די כּרובֿים, און ער האָט אױפֿגעהױבן און געגעבן אין די הױפֿנס פֿון דעם אָנגעטאָנענעם אין לײַנען; און דער האָט עס גענומען, און איז אַרױסגעגאַנגען. /10:8 און בײַ די כּרובֿים האָט זיך געזען די געשטאַלט פֿון אַ מענטשנס האַנט אונטער זײערע פֿליגלען. /10:9 און איך האָב געזען, ערשט פֿיר רעדער זײַנען לעבן די כּרובֿים, אײן ראָד לעבן אײן כּרובֿ, אײן ראָד לעבן אײן כּרובֿ; און דאָס אױסזען פֿון די רעדער איז געװען אַזױ װי דער אָנבליק פֿון גאָלדשטײן. /10:10 און זײער אױסזען: אײן געשטאַלט איז געװען בײַ זײ פֿירן, אַזױ װי עס װאָלט זײַן אַ ראָד אין אַ ראָד. /10:11 אַז זײ זײַנען געגאַנגען, זײַנען זײ געגאַנגען צו זײערע פֿיר זײַטן: זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן, נײַערט צום אָרט װוּהין דער קאָפּ איז געװען געקערט, נאָך אים זײַנען זײ געגאַנגען; זײ האָבן זיך ניט אומגעדרײט בײַ זײער גײן. /10:12 און זײער גאַנצער לײַב, און זײער רוקן, און זײערע הענט, און זײערע פֿליגלען, און די רעדער, זײַנען געװען פֿול מיט אױגן רונד אַרום – זײערע רעדער בײַ זײ פֿירן. /10:13 די רעדער, זײ האָט מען אָנגערופֿן „דער גַלגַל” אין מײַנע אױערן. /10:14 און פֿיר פּנימער זײַנען בײַ איטלעכן געװען: אײן פּנים דער פּנים פֿון אַ כּרובֿ, און דער צװײטער פּנים דער פּנים פֿון אַ מענטשן, און דער דריטער דער פּנים פֿון אַ לײב, און דער פֿירטער דער פּנים פֿון אַן אָדלער. /10:15 און די כּרובֿים האָבן זיך אױפֿגעהױבן. דאָס איז געװען די חיה װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר. /10:16 און אַז די כּרובֿים זײַנען געגאַנגען, זײַנען געגאַנגען די רעדער לעבן זײ, און אַז די כּרובֿים האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע פֿליגלען זיך אױפֿצוהײבן פֿון דער ערד, האָבן אױך די רעדער זיך ניט אָפּגעדרײט פֿון לעבן זײ. /10:17 אַז יענע זײַנען געשטאַנען, זײַנען די געשטאַנען, און אַז יענע האָבן זיך אױפֿגעהױבן, האָבן זײ זיך אױפֿגעהױבן מיט זײ, װאָרום דער גײַסט פֿון דער חיה איז געװען אין זײ. /10:18 און די פּראַכט פֿון גאָט איז אַװעק פֿון דעם שװעל פֿון הױז, און האָט זיך געשטעלט אױף די כּרובֿים. /10:19 און די כּרובֿים האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע פֿליגלען, און האָבן זיך אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד פֿאַר מײַנע אױגן בײַ זײער אַרױסגײן, און די רעדער באַגלײַך מיט זײ; און זײ האָבן זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון מזרח-טױער פֿון גאָטס הױז; און די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל איז געװען איבער זײ פֿון אױבן. /10:20 דאָס איז די חיה װאָס איך האָב געזען אונטער דעם גאָט פֿון ישׂראל, בײַם טײַך כּבֿר; און איך האָב דערקענט אַז דאָס זײַנען כּרובֿים. /10:21 צו פֿיר, צו פֿיר פּנימער זײַנען בײַ איטלעכן געװען, און פֿיר פֿליגלען בײַ איטלעכן, און די געשטאַלט פֿון הענט פֿון אַ מענטשן אונטער זײערע פֿליגלען. /10:22 און די געשטאַלט פֿון זײערע פּנימער: דאָס זײַנען געװען די פּנימער װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר, זײער אױסזען און זײ גופֿא. איטלעכער צו דער זײַט פֿון זײַן פּנים זײַנען זײ געגאַנגען.


/11:1 און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט צו דעם מזרח-טױער פֿון גאָטס הױז װאָס איז געקערט צו מזרח; ערשט אין דעם אײַנגאַנג פֿון טױער זײַנען פֿינף און צװאַנציק מאַן; און איך האָב געזען צװישן זײ יַאַזַניָה דעם זון פֿון עַזורן, און פּלטיָהו דעם זון פֿון בנָיָהוּן, די האַרן פֿון פֿאָלק. /11:2 און ער האָט צו מיר געזאָגט:

מענטשנקינד, דאָס זײַנען די מענער װאָס טראַכטן אומרעכט, און עֵצהן בײזע עצות אין דער דאָזיקער שטאָט;/11:3 װאָס זאָגן: ניט אַזױ באַלד!מע װעט נאָך בױען הײַזער!זי איז דער טאָפּ, און מיר זײַנען דאָס פֿלײש. /11:4 דרום זאָג נבֿיאות אױף זײ, זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד.

/11:5 און דער גײַסט פֿון גאָט איז געפֿאַלן אױף מיר, און ער האָט צו מיר געזאָגט:

זאָג: אַזױ האָט גאָט געזאָגט:אַזױ האָט איר געזאָגט, הױז פֿון ישׂראל, און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען דאָס װײס איך. /11:6 איר האָט געמערט אײַערע דערשלאָגענעאין דער דאָזיקער שטאָט, און אָנגעפֿילט אירע גאַסן מיט דערשלאָגענע. /11:7 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:אײַערע דערשלאָגענע װאָס איר האָט אַװעקגעלײגט אין איר, זײ זײַנען דאָס פֿלײש, און זי איז דער טאָפּ, אָבער אײַך װעט מען אַרױסציִען פֿון איר. /11:8 פֿאַר דער שװערד האָט איר מורא געהאַט, און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף אײַך, זאָגט גאָט דער האַר. /11:9 און איך װעל אײַך אַרױסציִען פֿון איר מיט, און װעל אײַך געבן אין דער האַנט פֿון פֿרעמדע, און װעל טאָן אױף אײַך אַ משפּט. /11:10 דורך דער שװערד װעט איר פֿאַלן;אױפֿן געמאַרק פֿון ישׂראל װעל איך אײַך משפּטן;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /11:11 זי װעט אײַך ניט זײַן צום טאָפּ, אָבער איר װעט זײַן אין איר צו פֿלײש;בײַם געמאַרק פֿון ישׂראל װעל איך אײַך משפּטן. /11:12 און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װאָס אין מײַנע חוקים זײַט איר ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָט איר ניט געטאָן, נײַערט אַזױ װי די געזעצן פֿון די פֿעלקערװאָס רונד אַרום אײַך האָט איר געטאָן.

/11:13 און עס איז געװען, װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט, אַזױ איז פּלטיָה דער זון פֿון בנָיָהוּן געשטאָרבן; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים, און איך האָב געשריִען אױף אַ הױכן קָול, און האָב געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, װילסטו אַ פֿאַרלענדונג מאַכן פֿון דעם איבערבלײַב פֿון ישׂראל? /11:14 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/11:15 מענטשנקינד, דײַנע ברידער, דײַנע ברידער, די מענטשן פֿון דײַן קרובֿהשאַפֿט, און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצן, װאָס די באַװױנער פֿון ירושלים האָבן צו זײ געזאָגט:זײַט דערװײַטערט פֿון גאָט!דאָס איז אונדז דאָס לאַנד געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה –/11:16 דרום זאָגט: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:הגם איך האָב זײ דערװײַטערט צװישן די פֿעלקער, און הגם איך האָב זײ צעשפּרײט אין די לענדער, בין איך זײ אָבער פֿאַר אַ קלײן הײליקטוםאין די לענדער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין. /11:17 דרום זאָג: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:יאָ, איך װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די אומות, און װעל אײַך צונױפֿקלײַבן פֿון די לענדערװאָס איר זײַט צעשפּרײט געװאָרן אין זײ, און איך װעל אײַך געבן די ערד פֿון ישׂראל. /11:18 און זײ װעלן קומען אַהין, און װעלן אָפּטאָן אַלע אירע מיאוסקײטןאון אַלע אירע אומװערדיקײטן פֿון איר. /11:19 און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אַ נײַ געמיט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך;און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון זײער לײַב, און װעל זײ געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש;/11:20 כּדי זײ זאָלן גײן אין מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זאָלן זײ היטן און זײ טאָן;און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום גאָט. /11:21 און די װאָס זײער האַרץ גײט נאָך דעם האַרצןפֿון זײערע מיאוסקײטן און זײערע אומװערדיקײטן, װעל איך זײער װעג אױף זײער קאָפּ פֿאַרגעלטן, זאָגט גאָט דער האַר.

/11:22 און די כּרובֿים האָבן אױפֿגעהױבן זײערע פֿליגלען, און די רעדער באַגלײַך מיט זײ; און די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל איז געװען איבער זײ פֿון אױבן. /11:23 און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבערן מיטן שטאָט, און האָט זיך געשטעלט אױף דעם באַרג װאָס אין מזרח פֿון שטאָט. /11:24 און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט קײן כַּשׂדים צו די פֿאַרטריבענע, אין אַ זעונג, מיט דעם גײַסט פֿון גאָט. און די זעונג װאָס איך האָב געזען, האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מיר. /11:25 און איך האָב גערעדט צו די פֿאַרטריבענע אַלע װערטער פֿון גאָט װאָס ער האָט מיר באַװיזן.

/12:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/12:2 מענטשנקינד, צװישן אַ װידערשפּעניקן געזינדל זיצסטו, װאָס האָבן אױגן צו זען, און זעען ניט, װאָס האָבן אױערן צו הערן, און הערן ניט, װײַל אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. /12:3 און דו מענטשנקינד, מאַך דיר װאַנדער-כּלים, און װאַנדער אױס בײַ טאָג פֿאַר זײערע אױגן;און זאָלסט װאַנדערן פֿון דײַן אָרטצו אַן אַנדער אָרט פֿאַר זײערע אױגן;אפֿשר װעלן זײ אײַנזעןאַז אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. /12:4 און זאָלסט אַרױסטראָגן דײַנע כּליםאַזױ װי װאַנדער-כּלים בײַ טאָג פֿאַר זײערע אױגן;און דו זאָלסט אַרױסגײן אין אָװנט פֿאַר זײערע אױגן, אַזױ װי מע גײט אַרױס אין גלות. /12:5 פֿאַר זײערע אױגן גראָב דיר דורך די װאַנט, און טראָג אַרױס דורך איר. /12:6 פֿאַר זײערע אױגן זאָלסטו אױפֿן אַקסל טראָגן, אין שטאָקפֿינצטערניש זאָלסטו אַרױסטראָגן;דײַן פּנים זאָלסטו פֿאַרדעקן, און ניט אָנקוקן דאָס לאַנד;װאָרום אַ צײכן האָב איך דיך געמאַכטפֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל.

/12:7 און איך האָב געטאָן אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן: מײַנע כּלים האָב איך אַרױסגעטראָגן אַזױ װי װאַנדער-כּלים בײַ טאָג, און אין אָװנט האָב איך מיר דורך-געגראָבן די װאַנט מיט דער האַנט; אין שטאָקפֿינצטערניש האָב איך אַרױסגעטראָגן; אױפֿן אַקסל האָב איך געטראָגן פֿאַר זײערע אױגן.

/12:8 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אין דער פֿרי, אַזױ צו זאָגן:

/12:9 מענטשנקינד, האָבן ניט געזאָגט צו דיר דאָס הױז פֿון ישׂראל, דאָס װידערשפּעניקע געזינדל: װאָס טוסטו?/12:10 זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:די דאָזיקע נבֿואה איז אױף דעם פֿירשט אין ירושלים, און אױף דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראלװאָס זײ זײַנען צװישן זײ. /12:11 זאָג: איך בין אײַער צײכן;װי איך האָב געטאָן, אַזױ װעט געטאָן װערן צו זײ:אין גלות, אין געפֿאַנגענשאַפֿט װעלן זײ גײן. /12:12 און דער פֿירשט װאָס צװישן זײװעט אױפֿן אַקסל טראָגן, און אין שטאָקפֿינצטערניש װעט ער אַרױסגײן;די װאַנט װעט מען דורכגראָבןאים אַרױסצופֿירן דורך איר;זײַן פּנים װעט ער פֿאַרדעקן, כּדי ער זאָל ניט אָנקוקן מיטן אױג דאָס לאַנד. /12:13 און איך װעל אױסשפּרײטן מײַן נעץ אױף אים, און ער װעט געפֿאַנגען װערן אין מײַן פּאַסטקע;און איך װעל אים ברענגען קײן בָבֿלאין לאַנד פֿון די כַּשׂדים, אָבער ער װעט עס ניט אָנקוקן, הגם דאָרטן װעט ער שטאַרבן. /12:14 און אַלע װאָס רונד אַרום אים, זײַנע העלפֿער, און אַלע זײַנע מחנות, װעל איך צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן, און אַ שװערד װעל איך אַרױסציִען הינטער זײ. /12:15 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך צעװאַרף זײ צװישן די פֿעלקער, און װעל זײ צעשפּרײטן אין די לענדער. /12:16 נאָר געצײלטע מענטשן פֿון זײ װעל איך איבערלאָזןפֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, כּדי זײ זאָלן דערצײלן אַלע זײערע אומװערדיקײטןצװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.

/12:17 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/12:18 מענטשנקינד, דײַן ברױט זאָלסטו מיט ציטערניש עסן, און דײַן װאַסער זאָלסטו מיט אומרו און מיט זאָרג טרינקען. /12:19 און זאָלסט זאָגן צו דעם פֿאָלק פֿון לאַנד:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַרװעגן די באַװױנער פֿון ירושלים אױף דער ערד פֿון ישׂראל:זײער ברױט װעלן זײ מיט זאָרג עסן, און זײער װאַסער װעלן זײ מיט באַנומעניש טרינקען, װײַל איר לאַנד װעט פֿאַרװיסט װערן פֿון איר פֿולקײט, פֿון װעגן דעם אומרעכט פֿון אַלע װאָס װױנען אין איר. /12:20 און די באַזעצטע שטעט װעלן חרובֿ װערן, און דאָס לאַנד װעט אַ װיסטעניש זײַן;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.

/12:21 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/12:22 מענטשנקינד, װאָס איז דאָס דאָזיקע װערטל בײַ אײַךאין לאַנד פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן:עס לענגערן זיך די טעג, און צו נישט װערט איטלעכע זעונג?/12:23 דרום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:איך פֿאַרשטער דאָס דאָזיקע װערטל, און מע װעט עס מער ניט זאָגן אין ישׂראל. נײַערט רעד צו זײ: עס גענענען די טעג, און די געשעונג פֿון איטלעכער זעונג. /12:24 װאָרום מער װעט ניט זײַן קײן פֿאַלשע זעונגאון גלאַטע װאָרזאָגערײַ אין הױז פֿון ישׂראל. /12:25 נײַערט איך יהוה װעל רעדן, װאָסער װאָרט איך װעל רעדן, און עס װעט געשען; עס װעט זיך מער ניט פֿאַרציִען. װאָרום אין אײַערע טעג, איר װידערשפּעניק געזינדל, װעל איך רעדן אַ װאָרט, און װעל עס טאָן, זאָגט גאָט דער האַר.

/12:26 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/12:27 מענטשנקינד, זע, דאָס הױז פֿון ישׂראל זאָגט:די זעונג װאָס ער זעט איז אױף פֿיל טעג אַרום, און אױף װײַטע צײַטן זאָגט ער נבֿיאות. /12:28 דרום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:מער װעלן זיך ניט פֿאַרציִען אַלע מײַנע װערטער;אַז איך װעל רעדן אַ װאָרט, װעט עס געשען, זאָגט גאָט דער האַר.


/13:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/13:2 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאותאױף די נבֿיאים פֿון ישׂראל װאָס זאָגן נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו די נבֿיאים פֿון זײער אײגענעם האַרצן:הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:/13:3 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר׃װײ צו די נבֿיאים מנוּװליםװאָס גײען נאָך זײער געמיט, און נאָך װאָס זײ האָבן ניט געזען! –/13:4 אַזױ װי פֿיקס אין חורבֿותזײַנען געװען דײַנע נבֿיאים, ישׂראל. /13:5 איר זײַט אַרױפֿגעגאַנגען אין די בראָכן, און פֿאַרצאַמט אַ צאַם אַרום דעם הױז פֿון ישׂראל, צו באַשטײן אין מלחמה אין טאָג פֿון גאָט. /13:6 זײ האָבן געזען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגעניש פֿון ליגן, זײ װאָס זאָגן: גאָט האָט געזאָגט, װען גאָט האָט זי ניט געשיקט;און זײ האַרן ער זאָל מקיים זײַן דאָס װאָרט!/13:7 האָט איר דען ניט אַ זעונג פֿון ליגן געזען, און פֿאַלשע װאָרזאָגעניש געזאָגט?און איר זאָגט: גאָט האָט געזאָגט, װען איך האָב ניט גערעדט.

/13:8 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײַל איר האָט גערעדט פֿאַלשקײט און געזען ליגן, דרום זעט, איך קום אױף אײַך, זאָגט גאָט דער האַר. /13:9 און מײַן האַנט װעט זײַן אױף די נבֿיאיםװאָס זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן ליגן;אין דעם באַראָט פֿון מײַן פֿאָלק װעלן זײ ניט זײַן, און אין דעם געשריפֿטס פֿון דעם הױז פֿון ישׂראלװעלן זײ ניט פֿאַרשריבן װערן, און אױף דער ערד פֿון ישׂראל װעלן זײ ניט קומען;און איר װעט װיסן אַז איך בין גאָט יהוה. /13:10 װײַל און באַװײַל זײ האָבן פֿאַרפֿירט מײַן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: שלום! װען קײן שלום איז ניטאָ;און ער בױט אַ װענטל, און זײ-אָ באַשמירן עס מיט טינק;/13:11 זאָג צו די טינקשמירער אַז עס װעט אײַנפֿאַלן;עס װערט אַ רעגן אַ פֿלײציקער, און איר, האָגלשטײנער, װעט פֿאַלן, און אַ שטורעמװינט װעט אױסברעכן. /13:12 און אָט אַז די מױער פֿאַלט אײַן, צי װעט ניט געזאָגט װערן צו אײַך:װוּ איז דאָס געשמיר װאָס איר האָט אָנגעשמירט?/13:13 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:יאָ, איך װעל מאַכן אױסברעכן אַ שטורעמװינטאין מײַן גרימצאָרן, און אַ פֿלײציקער רעגן װעט זײַן אין מײַן כּעס, און האָגלשטײנער אין גרימצאָרן, צו פֿאַרלענדן. /13:14 און איך װעל צעשטערן די מױערװאָס איר האָט באַשמירט מיט טינק, און װעל זי ברענגען צו דער ערד, און איר גרונטפֿעסט װעט אַנטפּלעקט װערן;און זי װעט אײַנפֿאַלן, און איר װעט פֿאַרלענדט װערן דערין;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /13:15 און איך װעל אױסלאָזן מײַן גרימצאָרן אױף דער מױער, און אױף די װאָס האָבן זי באַשמירט מיט טינק;און איך װעל זאָגן צו אײַך:ניטאָ די מױער, און ניטאָ די װאָס האָבן זי באַשמירט –/13:16 די נבֿיאים פֿון ישׂראל װאָס זאָגן נבֿיאות אױף ירושלים, און זעען איר אַ זעונג פֿון שלום, װען קײן שלום איז ניטאָ, זאָגט גאָט דער האַר. /13:17 און דו מענטשנקינד, טו דײַן פּניםצו די טעכטער פֿון דײַן פֿאָלקװאָס זאָגן נבֿיאות פֿון זײער אײגענעם האַרצן, און זאָג נבֿיאות אױף זײ, /13:18 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײ צו די װאָס נײען אָן קישעלעך אױף אַלע עלנבױגנס, און מאַכן שלײערס אױפֿן קאָפּ פֿון איטלעכן װוּקס, כּדי נפֿשות צו פֿאַנגען!די נפֿשות טוט איר פֿאַנגען בײַ מײַן פֿאָלק, כּדי אײַך די נפֿשות בײַם לעבן צו דערהאַלטן. /13:19 און איר האָט מיך פֿאַרשװעכט בײַ מײַן פֿאָלקפֿאַר הײפֿלעך גערשטן, און פֿאַר ברעקלעך ברױט, צו מאַכן שטאַרבן נפֿשות װאָס דאַרפֿן ניט שטאַרבן, און צו לאָזן לעבן נפֿשות װאָס דאַרפֿן ניט לעבן, מיט װאָס איר זאָגט ליגן צו מײַן פֿאָלק, די צוהערער פֿון ליגן.

/13:20 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זעט, איך נעם זיך צו אײַערע קישעלעךװאָס איר פֿאַנגט דערמיט די נפֿשות װי פֿױגלען, און איך װעל זײ אַראָפּרײַסן פֿון אײַערע אָרעמס, און װעל אַװעקלאָזן די נפֿשות װאָס איר פֿאַנגט –נפֿשות װי פֿױגלען. /13:21 און איך װעל אַראָפּרײַסן אײַערע שלײערס, און װעל מציל זײַן מײַן פֿאָלק פֿון אײַער האַנט, און זײ װעלן מער ניט זײַן צום געפֿאַנג אין אײַער האַנט;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /13:22 װײַל איר האָט מיט ליגן באַטריבט דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק, װען איך האָב אים ניט געװאָלט װײ טאָן, און איר האָט געשטאַרקט די הענט פֿון דעם רָשעזיך ניט אומצוקערן פֿון זײַן שלעכטן װעג, אַז מע זאָל אים לאָזן לעבן, /13:23 דרום װעט איר מער פֿאַלשקײט ניט זען, און װאָרזאָגעניש ניט װאָרזאָגן;און איך װעל מציל זײַן מײַן פֿאָלק פֿון אײַער האַנט;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.

/14:1 און צו מיר זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זײַנען געזעסן פֿאַר מיר. /14:2 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן:

/14:3 מענטשנקינד, די דאָזיקע לײַט האָבן אױפֿגעשטעלטזײערע אָפּגעטער אין זײער האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײער זינדהאַלטן זײ אַקעגן זײער פּנים;זאָל איך פֿרעגן זיך לאָזן פֿרעגן פֿון זײ?/14:4 דרום רעד מיט זײ, און זאָלסט זאָגן צו זײ:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראלװאָס װעט אױפֿשטעלן זײַנע אָפּגעטער אין זײַן האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײַן זינדװעט ער האַלטן אַקעגן זײַן פּנים, און ער װעט קומען צום נבֿיא, װעל איך יהוה אים ענטפֿערן –דעם װאָס קומט מיט זײַנע פֿיל אָפּגעטער;/14:5 כּדי צו פֿאַרכאַפּען בײַם האַרצן דאָס הױז פֿון ישׂראל, װאָס האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון מירדורך זײערע אָפּגעטער אַלע. /14:6 דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:קערט צוריק, און קערט אײַך אום פֿון אײַערע אָפּגעטער, און פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן קערט אָפּ אײַער פּנים. /14:7 װאָרום יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין ישׂראל, װאָס װעט זיך אָפּשײדן פֿון הינטער מיר, און װעט אױפֿשטעלן זײַנע אָפּגעטער אין זײַן האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײַן זינדװעט ער האַלטן אַקעגן זײַן פּנים, און ער װעט קומען צום נבֿיא, כּדי ער זאָל מיך פֿרעגן פֿון זײַנעט װעגן, װעל איך יהוה אַלײן אים ענטפֿערן. /14:8 און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן יענעם מאַן, און װעל אים פֿאַרװיסטן, פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /14:9 און אַז דער נבֿיא װעט פֿאַרפֿירט װערן, און װעט רעדן אַ װאָרט, האָב איך יהוה דאָס פֿאַרפֿירט יענעם נבֿיא, און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף אים, און װעל אים פֿאַרטיליקן פֿון צװישן מײַן פֿאָלק ישׂראל. /14:10 און זײ װעלן טראָגן זײער זינד;אַזױ װי די זינד פֿון דעם פֿרעגער, אַזױ װעט זײַן די זינד פֿון דעם נבֿיא. /14:11 כּדי דאָס הױז פֿון ישׂראלזאָלן מער ניט אַװעקבלאָנדזשען פֿון הינטער מיר, און זאָלן זיך מער ניט פֿאַראומרײניקןמיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן;און זײ זאָלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך זאָל זײ זײַן צום גאָט, זאָגט גאָט דער האַר.

/14:12 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/14:13 מענטשנקינד, װען אַ לאַנד זאָל זינדיקן קעגן מירצו פֿעלשן אַ פֿעלשונג, און איך זאָל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף איר, און איר צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט, און אָנשיקן אױף איר אַ הונגער, און פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, /14:14 און די דאָזיקע דרײַ מענער זאָלן זײַן אין איר:נֹח, דניאל, און אִיובֿ, װעלן זײ מיט זײער גערעכטיקײטנאָר מציל זײַן זײער נפֿש, זאָגט גאָט דער האַר. /14:15 װען אַ בײזע חיה זאָל איך מאַכן דורכגײן אין לאַנד, און זי זאָל עס פֿון מענטשן באַרױבן, און עס זאָל װערן אַ װיסטעניש אָן אַ דורכגײערפֿון װעגן דער חיה, /14:16 מעגן די דאָזיקע דרײַ מענער זײַן אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב זײ װעלן מציל זײַן זין אָדער טעכטער!זײ אַלײן װעלן ניצול װערן, אָבער דאָס לאַנד װעט װערן אַ װיסטעניש. /14:17 אָדער װען אַ שװערד זאָל איך ברענגען אױף יענעם לאַנד, און זאָגן: אַ שװערד זאָל דורכגײן אין לאַנד;און איך זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, /14:18 און די דאָזיקע דרײַ מענער זײַנען אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, זײ װעלן ניט מציל זײַן זין און טעכטער;בלױז זײ אַלײן װעלן ניצול װערן. /14:19 אָדער װען אַ פּעסט זאָל איך שיקן אױף יענעם לאַנד, און אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף איר מיט בלוט, צו פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, /14:20 און נֹח, דניאל, און אִיובֿ זײַנען אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב זײ װעלן מציל זײַן אַ זון אָדער אַ טאָכטער!זײ װעלן מיט זײער גערעכטיקײטנאָר מציל זײַן זײער נפֿש. /14:21 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:הײַנט װי שױן אַז מײַנע פֿיר בײזע שטראָפֿן, שװערד, און הונגער, און אַ בײזע חיה, און פּעסט, האָב איך אָנגעשיקט אױף ירושלים, צו פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות!/14:22 אָבער אָט איז געבליבן אַן אַנטרינונג אין איר, די װאָס װערן אַרױסגעפֿירט, זין און טעכטער;אָט קומען זײ אַרױס צו אײַך, און איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים, און איר װעט אײַך טרײסטן װעגן דעם בײזװאָס איך האָב געבראַכט אױף ירושלים, װעגן אַלץ װאָס איך האָב געבראַכט אױף איר;/14:23 װאָרום זײ װעלן אײַך זײַן אַ טרײסטונג, אַז איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים;און איר װעט װיסן אַז ניט אומזיסט האָב איך געטאָןאַלץ װאָס איך האָב געטאָן אין איר, זאָגט גאָט דער האַר.

/15:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/15:2 מענטשנקינד, װאָס איז דער װײַנשטאָקמער פֿון איטלעכן בױם –דער װײַנצװײַג װאָס איז צװישן די װאַלדבײמער?/15:3 צי װערט פֿון אים האָלץ גענומעןאױף צו מאַכן אַן אַרבעט?אָדער נעמט פֿון אים אַ פֿלעקלצו הענגען אַ שום כּלי דערױף?/15:4 הײַנט אַז ער איז צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז געגעבן געװאָרן, אַז זײַנע בײדע עקן האָט אָפּגעגעסן דאָס פֿײַער, און זײַן מיטן איז צוגעברענט געװאָרן, קען ער דען טױגן אױף אַן אַרבעט?/15:5 זע, אַז ער איז גאַנץ געװען, האָט ער ניט געקענט פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט, הײַנט װי שױן אַז דאָס פֿײַער האָט אים אַרומגעגעסן, און ער איז צוגעברענט געװאָרן, קען ער דען נאָך פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט?/15:6 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:אַזױ װי דער װײַנשטאָק צװישן די װאַלדבײמער, װאָס איך האָב אים געגעבן צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז, אַזױ גיב איך די באַװױנער פֿון ירושלים. און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן זײ;פֿון פֿײַער זײַנען זײ אַרױס, און דאָס פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך טו מײַן פּנים אַקעגן זײ. /15:8 און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסטעניש, װײַל זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג, זאָגט גאָט דער האַר.


/16:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/16:2 מענטשנקינד, לאָז װיסן ירושלים אירע אומװערדיקײטן, /16:3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו ירושלים:דײַן אָפּשטאַם און דײַן געבורטאיז פֿון לאַנד פֿון דעם כּנַעַני;דײַן פֿאָטער איז געװען דער אמורי, און דײַן מוטער פֿון חֵת. /16:4 און אָט איז דײַן געבורט:אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרןהאָט מען דײַן נאָפּל ניט אָפּגעשניטן, און אין װאַסער ביסטו ניט געװאַשן געװאָרן צום רײניקן, און באַזאַלצן ביסטו ניט באַזאַלצט געװאָרן, און געװיקלט ביסטו ניט געװיקלט געװאָרן. /16:5 ניט דערבאַרימט האָט זיך אַן אױג אױף דיר, דיר צו טאָן אײנס פֿון די דאָזיקע, צו האָבן רַחמָנות אױף דיר;און ביסט אַװעקגעװאָרפֿן געװאָרן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, פֿון װעגן דער עקלדיקײט פֿון דײַן לײַב, אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן. /16:6 און איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ דיר, און האָב דיך געזען זיך װעלגערן אין דײַן בלוט, און איך האָב געזאָגט צו דיר אין דײַן בלוט: לעב!יאָ, איך האָב געזאָגט צו דיר אין דײַן בלוט: לעב!/16:7 װאַקסעדיק װי די שפּראָצונג פֿון פֿעלד האָב איך דיך געמאַכט, און ביסט געװאַקסן, און ביסט גרױס געװאָרן, און געקומען אין שענסטער שײנקײט;די בריסט זײַנען געװען געפֿורעמט, און דײַנע האָר האָט געשפּראָצט, נאָר נאַקעט און הױל ביסטו געװען. /16:8 בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ דיר, און האָב דיך געזען, ערשט דײַן צײַט איז די צײַט פֿון ליבשאַפֿט;און איך האָב אױסגעשפּרײט מײַן ברעג קלײד איבער דיר, און צוגעדעקט דײַן נאַקעטקײט;און איך האָב דיר געשװאָרן, און בין אַרײַן אין אַ בונד מיט דיר, זאָגט גאָט דער האַר, און ביסט געװאָרן מײַנע. /16:9 און איך האָב דיך אַרומגעװאַשן מיט װאַסער, און האָב אָפּגעשװענקט דײַן בלוט פֿון דיר, און האָב דיך באַזאַלבט מיט אײל. /16:10 און איך האָב דיך אָנגעקלײדט אין געשטיקטן געװאַנט, און דיך באַשוכט מיט תַּחַש-פֿעל, און באַװיקלט דײַן קאָפּ מיט לײַנען, און באַדעקט דיך מיט זײַד. /16:11 און איך האָב דיך באַצירט מיט צירונג, און אָנגעטאָן אָרעמבענדער אױף דײַנע הענט, און אַ האַלדזבאַנד אױף דײַן האַלדז. /16:12 און איך האָב אָנגעטאָן אַ נאָזרינג אױף דײַן נאָז, און אױרינגען אין דײַנע אױערן, און אַ שײנע קרױן אױף דײַן קאָפּ. /16:13 און האָסט זיך אָנגעצירט אין גאָלד און זילבער, און דײַן קלײד איז געװען לײַנען, און זײַד, און געשטיקט געװאַנט;זעמלמעל, און האָניק, און אײל האָסטו געגעסן, און ביסט זײער שײן געװאָרן, און האָסט זיך געפּאַסט פֿאַר מלוכה. /16:14 און דײַן שם איז אַרױס צװישן די פֿעלקערדורך דײַן שײנקײט, װאָרום זי איז געװען פֿאַרפֿול, דורך מײַן פּראַכט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף דיר, זאָגט גאָט דער האַר. /16:15 אָבער האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן שײנקײט, און האָסט מזנה געװען אױף דײַן שם, און אױסגעגאָסן דײַן זנות אױף יעטװעדער דורכגײער;זײַנס איז עס געװען. /16:16 און האָסט גענומען פֿון דײַנע קלײדער, און דיר געמאַכט געפֿלעקטע בָמות, און מזנה געװען אױף זײ;װאָס אַזױנס איז ניט געשען, און װעט ניט זײַן. /16:17 און האָסט גענומען דײַנע שײנע זאַכן, פֿון מײַן גאָלד און פֿון מײַן זילבער װאָס איך האָב דיר געגעבן, און האָסט דיר געמאַכט בילדער פֿון אַ מאַנספּאַרשױן, און מזנה געװען מיט זײ. /16:18 און האָסט גענומען דײַנע געשטיקטע קלײדער, און האָסט זײ באַדעקט;און מײַן אײל און מײַן װײַרױךהאָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ. /16:19 און מײַן ברױט װאָס איך האָב דיר געגעבן, זעמלמעל, און אײל, און האָניק, מיט װאָס איך האָב דיך געשפּײַזט, האָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ, פֿאַר אַ געשמאַקן רֵיח;אַזױ איז דאָס געװען, זאָגט גאָט דער האַר. /16:20 און האָסט גענומען דײַנע זין און דײַנע טעכטערװאָס דו האָסט מיר געבאָרן, און האָסט זײ געשלאַכט פֿאַר זײ צום עסן. װינציק איז דיר געװען דײַן זנות, /16:21 האָסטו נאָך געשאָכטן מײַנע קינדער, און זײ אַװעקגעגעבן, אַז דו האָסט זײ מקריבֿ געװען צו זײ. /16:22 און אין אַלע דײַנע אומװערדיקײטן און דײַן זנותהאָסטו ניט געדאַכט אָן די טעג פֿון דײַן יוגנט, װען דו ביסט געװען נאַקעט און הױל, זיך װעלגערנדיק אין דײַן בלוט. /16:23 און עס איז געװען: נאָך אַל דײַן שלעכטיקײט –װײ, װײ דיר, זאָגט גאָט דער האַר –/16:24 האָסטו דיר געבױט אַ געװעלבונג, און דיר געמאַכט אַ הױכן אָרט אױף איטלעכן מאַרק. /16:25 אױף יעטװעדער עק װעג האָסטו דיר געבױט דײַן הױכן אָרט, און האָסט פֿאַראומװערדיקט דײַן שײנקײט, און צעשפּרײט דײַנע פֿיס פֿאַר יעטװעדער דורכגײער, און געמערט דײַן זנות. /16:26 און האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון מצרַיִם, דײַנע שכנים די גרױסלײַביקע, און האָסט געמערט דײַן זנות, מיך צו דערצערענען. /16:27 און זע, איך האָב אױסגעשטרעקט מײַן האַנט אױף דיר, און האָב געמינערט דײַן אױסקומעניש, און דיך איבערגעגעבן אױף דעם באַראָט פֿון דײַנע פֿײַנט, די טעכטער פֿון די פּלִשתּיםװאָס האָבן זיך געשעמט װעגן דײַן שענדלעכן װעג. /16:28 און דו האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון אשור, װײַל דו האָסט זיך ניט געקענט אָנזעטן, און האָסט מזנה געװען מיט זײ, און ביסט פֿאָרט ניט זאַט געװאָרן. /16:29 און האָסט געמערט דײַן זנותמיט דעם לאַנד פֿון קרעמער, מיט כַּשׂדים, און אױך דערמיט ביסטו ניט זאַט געװאָרן. /16:30 װי שװאַך איז דײַן האַרץ, זאָגט גאָט דער האַר, אַז דו האָסט געטאָן אַל דאָס דאָזיקעאַזױ װי עס טוט אַן אַרצי-זונה, /16:31 מיט װאָס דו האָסט געבױט דײַן געװעלבונגאױף יעטװעדער עק װעג, און דײַן הױכן אָרט האָסטו געמאַכטאױף יעטװעדער מאַרק;ביסט צו מאָל ניט געװען װי אַ זונהצו שפּאָטן פֿון אַבי װאָסער לױן. /16:32 דו װײַב נואפֿטע װאָס נעמט פֿרעמדע אָנשטאָט איר מאַן, /16:33 אַלע זוֹנות גיט מען אַ געשאַנק, און דו האָסט געגעבן דײַנע געשאַנקעןצו אַלע דײַנע ליבהאָבער, און זײ אונטערגעקױפֿט צו קומען צו דירפֿון רונד אַרום, אין דײַן זנות. /16:34 און בײַ דיר איז געװען קאַפּױר װי בײַ אַנדערע װײַבער, מיט װאָס דו ביסט נאָכגעלאָפֿן, און נאָך דיר איז מען ניט נאָכגעלאָפֿן, און װאָס דו האָסט געגעבן לױן, און דיר איז קײן לױן ניט געגעבן געװאָרן;יאָ, קאַפּױר ביסטו געװען.  /16:35 דרום הער, דו זונה, דאָס װאָרט פֿון גאָט:/16:36 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל דײַן שמוציקײט האָט זיך אױסגעגאָסן, און דײַן שאַנד איז אַנטפּלעקט געװאָרןאין דײַן זנות מיט דײַנע ליבהאָבער, און מיט אַלע דײַנע אומװערדיקע אָפּגעטער;און פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַנע זין װאָס דו האָסט זײ געגעבן –/16:37 דרום זע, איך זאַמל אײַן אַלע דײַנע ליבהאָבערװאָס דו האָסט זיך געחנדלט צו זײ, און אַלע װאָס דו האָסט ליב, מיט אַלע װאָס דו האָסט פֿײַנט;און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אַרום דיר פֿון רונד אַרום, און װעל אַנטפּלעקן דײַן שאַנד פֿאַר זײ, און זײ װעלן זען דײַן גאַנצע שאַנד. /16:38 און איך װעל דיך משפּטן מיט דעם משפּטפֿון נואפֿטעס און בלוטפֿאַרגיסערינס;און איך װעל ברענגען אױף דירבלוט פֿון גרימצאָרן און פֿאַרדראָס. /16:39 און איך װעל דיך איבערגעבן אין זײער האַנט, און זײ װעלן צעשטערן דײַן געװעלבונג, און אײַנװאַרפֿן דײַנע הױכע ערטער;און זײ װעלן דיר אױסטאָן דײַנע קלײדער, און צונעמען דײַנע שײנע זאַכן;און זײ װעלן דיך לאָזן נאַקעט און הױל. /16:40 און זײ װעלן אַרױפֿברענגען אױף דיר אַ געזעמל, און זײ װעלן דיך פֿאַרשטײנען מיט שטײנער, און דיך צעהאַקן מיט זײערע שװערדן. /16:41 און זײ װעלן פֿאַרברענען דײַנע הײַזער אין פֿײַער, און טאָן אױף דיר אַ משפּט פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל װײַבער;און איך װעל דיך מאַכן אױפֿהערן זײַן אַ זונה, און װעסט אױך קײן לױן מער ניט געבן. /16:42 און איך װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן אױף דיר, און אָפּטאָן װעט זיך מײַן פֿאַרדראָס פֿון דיר, און איך װעל מיך שטילן, און מער ניט צערענען. /16:43 װײַל דו האָסט ניט געדאַכט אָן די טעג פֿון דײַן יוגנט, און האָסט מיך דערערגערט מיט אַלעם דאָזיקן, דרום אָט פֿאַרגעלט איך אױך דײַן װעג אױף דײַן קאָפּ, זאָגט גאָט דער האַר. אָדער האָסטו דען ניט געטאָן די דאָזיקע שענדלעכקײטצו אַלע דײַנע אומװערדיקײטן?/16:44 זע, יעטװעדער װערטלזאָגער װעט זיך װערטלען אױף דיר, אַזױ צו זאָגן: װי די מוטער אַזױ איר טאָכטער. /16:45 ביסט אַ טאָכטער פֿון דײַן מוטערװאָס האָט זיך געמיאוסט מיט איר מאַן און אירע קינדער, און ביסט אַ שװעסטער פֿון דײַנע שװעסטער, װאָס האָבן זיך געמיאוסט מיט זײערע מאַנען און זײערע קינדער;דײַן מוטער איז געװען פֿון חֵת, און דײַן פֿאָטער אַן אמורי. /16:46 און דײַן גרעסערע שװעסטער איז געװען שומרון, װאָס איז געזעסן אױף דײַן לינקער זײַט, זי מיט אירע טעכטער;און דײַן קלענערע שװעסטערװאָס איז געזעסן אױף דײַן רעכטער זײַט, איז געװען סדום מיט אירע טעכטער. /16:47 ניט צו מאָל אין זײערע װעגן ביסטו געגאַנגען, און װי זײערע אומװערדיקײטן געטאָן;אין אַ קורצער װײַל ביסטו געװאָרןפֿאַרדאָרבענער פֿון זײ אין אַלע דײַנע װעגן. /16:48 אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב דײַן שװעסטער סדום, זי מיט אירע טעכטער, האָט געטאָן װי דו מיט דײַנע טעכטער האָסט געטאָן!/16:49 זע, דאָס איז געװען די זינד פֿון דײַן שװעסטער סדום:שטאָלצקײט, זעטיקײט מיט ברױט, און רויִקע שלװהאיז געװען בײַ איר און בײַ אירע טעכטער, און די האַנט פֿון דעם אָרימאַן און דעם אבֿיוןהאָט זי ניט אױפֿגעהאַלטן. /16:50 און זײ זײַנען געװען האָפֿערדיק, און האָבן געטאָן אומװערדיקײט פֿאַר מיר;דרום האָב איך זײ אָפּגעראַמט, אַז איך האָב דאָס געזען. /16:51 און שומרון האָט אַ העלפֿט פֿון דײַנע זינד ניט געזינדיקט;און דו האָסט געמערט דײַנע אומװערדיקײטן מײן פֿון זײ, און האָסט גערעכטפֿאַרטיקט דײַנע שװעסטערמיט אַלע דײַנע אומװערדיקײטן װאָס דו האָסט געטאָן. /16:52 דרום טראָג אױך דו דײַן שאַנד, װאָס דו האָסט געמשפּט דײַנע שװעסטער;דורך דײַנע זינד װאָס דו האָסט געטאָן מער אומװערדיק פֿון זײ, װערן זײ גערעכטער פֿון דיר;דרום אױך דו שעם זיך, און טראָג דײַן שאַנד, װאָס דו רעכטפֿאַרטיקסט דײַנע שװעסטער. /16:53 און איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון סדום און אירע טעכטער, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון שומרון און אירע טעכטער, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דײַנע געפֿאַנגענע צװישן זײ;/16:54 כּדי זאָלסט טראָגן דײַן שאַנד, און זיך שעמען פֿאַר אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן, אַז דו ביסט זײ געװאָרן אַ טרײסטונג. /16:55 און דײַנע שװעסטער סדום און אירע טעכטערװעלן זיך אומקערן צו זײער פֿריִערדיקן שטאַנד, און שומרון און אירע טעכטער, װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿריִערדיקן שטאַנד, און דו און דײַנע טעכטער –װעט זיך אומקערן צו אײַער פֿריִערדיקן שטאַנד. /16:56 און איז ניט סדום דײַן שװעסטערגעװען אַ גערײד אין דײַן מױל, אין דעם טאָג פֿון דײַן שטאָלץ, /16:57 אײדער דײַן שלעכטיקײט איז אַנטפּלעקט געװאָרן, װי אין דער צײַט פֿון דער לעסטערונגפֿון די טעכטער פֿון ארם, און פֿון אַלע אירע אַרומיקע, די טעכטער פֿון די פּלִשתּים, װאָס פֿאַראַכטן דיך פֿון רונד אַרום?/16:58 דײַן שענדלעכקײט און דײַנע אומװערדיקײטן –דו װעסט זײ טראָגן, זאָגט גאָט.

/16:59 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:יאָ, איך װעל טאָן מיט דיר אַזױ װי דו האָסט געטאָן, װאָס דו האָסט פֿאַראַכט די שבֿועה, צו פֿאַרשטערן דעם בונד. /16:60 אָבער איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן בונד מיט דיראין די טעג פֿון דײַן יוגנט, און װעל דיר אױפֿשטעלן אַן אײביקן בונד. /16:61 און װעסט זיך דערמאָנען דײַנע װעגן, און זיך שעמען, װען דו קריגסט דײַנע שװעסטער, די גרעסערע פֿון דיר מיט די קלענערע פֿון דיר;און איך װעל זײ דיר געבן פֿאַר טעכטער, אָבער ניט פֿון װעגן דײַן בונד. /16:62 און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בונד מיט דיר, און װעסט װיסן, אַז איך בין יהוה;/16:63 כּדי זאָלסט זיך דערמאָנען און זיך שעמען, און מער אַ מױל ניט עפֿענען פֿון װעגן דײַן שאַנד, װען איך בין דיר מכפּר אױף אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן, זאָגט גאָט דער האַר.


/17:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /17:2 מענטשנקינד, ראָט אַ רעטעניש, און גיב אַ משל אױף דעם הױז פֿון ישׂראל, /17:3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דער גרױסער אָדלערמיט פֿליגלען גרױסע, מיט פֿלעדערן לאַנגע, מיט פֿעדערן פֿול, װאָס האָט אַלערלײ פֿאַרבן, איז געקומען צום לבֿנון, און גענומען דעם שפּיץ פֿון צעדערבױם. /17:4 דאָס אױבערשטע פֿון זײַנע ריטלעך האָט ער אָפּגעריסן, און האָט עס געבראַכט אין אַ לאַנד פֿון סָוחרים;אין אַ שטאָט פֿון האַנדלסלײַט האָט ער עס אײַנגעזעצט.

/17:5 און ער האָט גענומען פֿון דעם זאָמען פֿון לאַנד, און האָט עס אײַנגעפֿלאַנצט אין אַ זאָמענדיק פֿעלד, געבראַכט לעבן װאַסער אַ סך;װי אַ װערבע האָט ער עס אײַנגעזעצט. /17:6 און עס האָט געשפּראָצט, און איז געװאָרן, אַן אױסגעשפּרײט װײַנשטאָק, נידעריק אין װוּקס;כּדי זײַנע צװײַגן זאָלן זיך קערן צו אים, און זײַנע װאָרצלען זאָלן זײַן אונטער אים;און עס איז געװאָרן אַ װײַנשטאָק, און אַרױסגעבראַכט שטענגלעך, און אַרױסגעלאָזט צװײַגן.

/17:7 און עס איז געװען אַן אַנדער גרױסער אָדלערמיט פֿליגלען גרױסע און פֿעדערן פֿיל;ערשט דער דאָזיקער װײַנשטאָקהאָט אױסגעבײגט זײַנע װאָרצלען צו אים, און אױסגעשטרעקט זײַנע צװײַגן צו איםפֿון די בײטן פֿון זײַן פֿלאַנצונג, כּדי ער זאָל אים אָנטרינקען;/17:8 הגם אין אַ גוטן פֿעלד, לעבן װאַסער אַ סך, איז ער געפֿלאַנצט געװען, צו לאָזן צװײַגן, און צו טראָגן פֿרוכט, צו װערן אַ פּראַכטיקער װײַנשטאָק. /17:9 זאָג: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:צי װעט ער באַגליקן?װעט ניט אַרױסרײַסן יענער זײַנע װאָרצלעןאון זײַן פֿרוכט אָפּהאַקן, ער זאָל פֿאַרטריקנט װערן, אַלע בלעטער פֿון זײַן שפּראָצונג זאָלן פֿאַרטריקנט װערן?און ניט מיט אַ גרױס מאַכט און ניט מיט פֿיל פֿאָלקװעט ער אים אױספֿליקן מיט זײַנע װאָרצלען. /17:10 און איז ער שױן אײַנגעפֿלאַנצט, צי װעט ער באַגליקן?פֿאַר װאָר, װי דער מזרח-װינט רירט אים אָן, װעט ער טרוקן פֿאַרטריקנט װערן;אױף די בײטן פֿון זײַן שפּראָצונגװעט ער פֿאַרטריקנט װערן.

/17:11 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/17:12 זאָג אַקאָרשט צו דעם װידערשפּעניקן געזינדל:װײסט איר ניט װאָס די דאָזיקע זײַנען?זאָג: אָט איז געקומען דער מלך פֿון בָבֿל קײן ירושלים, און האָט גענומען איר מלך און אירע האַרן, און זײ געבראַכט צו זיך קײן בָבֿל. /17:13 און ער האָט גענומען אײנעם פֿון קיניגלעכן שטאַם, און האָט געשלאָסן מיט אים אַ בונד, און אים געבראַכט אונטער אַ שבֿועה, און די פּנֵי פֿון לאַנד האָט ער צוגענומען;/17:14 כּדי עס זאָל זײַן אַ שָפֿלע מלוכה, זיך ניט צו דערהײבן;צו היטן זײַן בונד, כּדי זי זאָל באַשטײן. /17:15 אָבער ער האָט װידערשפּעניקט אָן אים, צו שיקן זײַנע שלוחים קײן מצרַיִם, אַז מע זאָל אים געבן פֿערד און פֿיל פֿאָלק. זאָל ער באַגליקן?זאָל אַנטרונען װערן דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע?זאָל ער פֿאַרשטערן דעם בונד, און אַנטרונען װערן?/17:16 אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב ניט אין דעם אָרט פֿון דעם מלךװאָס האָט אים צום מלך געמאַכט, װעמעס שבֿועה ער האָט פֿאַראַכט, און װעמעס בונד ער האָט פֿאַרשטערט –בײַ אים אין בָבֿל װעט ער שטאַרבן!/17:17 און ניט מיטן גרױסן חיל און מיטן פֿיל געזעמלװעט פּרעה אים בײַשטײן אין מלחמה, װען מע שיט אָן אַן ערדװאַל און מע בױט אַ באַלעגער-מױער, צו פֿאַרשנײַדן נפֿשות אַ סך;/17:18 װײַל ער האָט פֿאַראַכט די שבֿועה, צו פֿאַרשטערן דעם בונד, און אָט האָט ער געגעבן זײַן האַנט, און האָט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע, װעט ער ניט אַנטרונען װערן. /17:19 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַזױ װי איך לעב, מײַן שבֿועה װאָס ער האָט פֿאַראַכט, און מײַן בונד װאָס ער האָט פֿאַרשטערט –אױב איך װעל עס ניט פֿאַרגעלטן אױף זײַן קאָפּ!/17:20 און איך װעל פֿאַרשפּרײטן אױף אים מײַן נעץ, און ער װעט געפֿאַנגען װערן אין מײַן פּאַסטקע, און איך װעל אים ברענגען קײן בָבֿל, און װעל זיך משפּטן מיט אים דאָרטןפֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט אָן מיר. /17:21 און אַלע זײַנע אַנטלאָפֿענע אין אַלע זײַנע מחנות, זײ װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און די געבליבענע װעלן אױף אַלע װינטן צעשפּרײט װערן;און איר װעט װיסן אַז איך יהוה האָב גערעדט.

/17:22 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:און איך אַלײן װעל נעמען פֿון הױכן צעדערשפּיץ, און װעל עס אײַנזעצן;פֿון זײַנע אױבערשטע ריטלעך װעל איך אַ יונגס אָפּרײַסן, און איך אַלײן װעל עס אײַנפֿלאַנצןאױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרג. /17:23 אױף דעם הױכן באַרג פֿון ישׂראל װעל איך עס אײַנפֿלאַנצן, און עס װעט טראָגן צװײַגן, און ברענגען פֿרוכט, און װערן אַ פּראַכטיקער צעדערבױם;און אונטער אים װעלן רועןאַלע פֿױגלען פֿון אַלערלײ פֿליגלען;אין שאָטן פֿון זײַנע צװײַגן װעלן זײ רוען. /17:24 און אַלע בײמער פֿון פֿעלד װעלן װיסןאַז איך יהוה האָב דערנידערט דעם הױכן בױם, דערהױכט דעם נידעריקן בױם, פֿאַרטריקנט דעם פֿײַכטן בױם, און געמאַכט בליִען דעם פֿאַרטריקנטן בױם;איך יהוה האָב גערעדט און האָב געטאָן.


/18:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /18:2 װאָס איז מיט אײַך װאָס איר זאָגט דאָס דאָזיקע װערטל אין לאַנד פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן:

די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן, און די צײן פֿון די קינדער זײַנען הײַליק?

/18:3 אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב מע װעט מער בײַ אײַך זאָגן דאָס דאָזיקע װערטל אין ישׂראל! /18:4 זעט, אַלע נפֿשות זײַנען מײַנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז מײַנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן.

/18:5 און אַז אַ מאַן איז אַ צדיק, און ער טוט רעכט און גערעכטיקײט; /18:6 אױף די בערג האָט ער ניט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער ניט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער ניט פֿאַראומרײניקט, און צו אַ פֿרױ אין איר אומרײנקײט גענענט ער ניט; /18:7 און קײן מענטשן קריװדעט ער ניט, פֿאַרמשכּונטס בײַ אים פֿאַר אַ חובֿ קערט ער אום, גזלה גזלט ער ניט; זײַן ברױט גיט ער דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן דעקט ער צו מיט אַ בגד; /18:8 אױף צינדזן גיט ער ניט, און מערונג נעמט ער ניט, פֿון אומרעכט קערט ער אָפּ זײַן האַנט; אמתע גערעכטיקײט טוט ער צװישן מאַן און מאַן; /18:9 אין מײַנע חוקים גײט ער, און מײַנע געזעצן האָט ער געהיט, צו טאָן דעם אמת – ער איז אַ צדיק; לעבן װעט ער לעבן, זאָגט גאָט דער האַר.

/18:10 אָבער אַז ער האָט געבאָרן אַ זון אַ רױבער, אַ בלוטפֿאַרגיסער, װאָס טוט דעם ברודער אײנס פֿון די דאָזיקע, /18:11 הגם ער אַלײן האָט אַלע די דאָזיקע ניט געטאָן; װאָרום דער האָט יאָ געגעסן אױף די בערג, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער פֿאַראומרײניקט; /18:12 דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון האָט ער געקריװדעט, גזלות האָט ער געגזלט, אַ משכּון קערט ער ניט אום, און צו די אָפּגעטער האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן; אומװערדיקײט האָט ער געטאָן, /18:13 אױף צינדזן האָט ער געגעבן, און מערונג האָט ער גענומען – זאָל ער בלײַבן לעבן? ער װעט ניט לעבן; אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָט ער געטאָן, מוז ער טײטן געטײט װערן, זײַן בלוט זאָל זײַן אױף אים.

/18:14 און אָט האָט ער געבאָרן אַ זון װאָס האָט צוגעזען אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אײַנגעזען, און ער טוט ניט אַזױנס; /18:15 אױף די בערג האָט ער ניט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער ניט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער ניט פֿאַראומרײניקט, /18:16 און קײן מענטשן האָט ער ניט געקריװדעט; אַ משכּון האָט ער ניט גענומען, און גזלה האָט ער ניט געגזלט; זײַן ברױט האָט ער געגעבן דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן האָט ער צוגעדעקט מיט אַ בגד; /18:17 פֿון אָרימאַן האָט ער אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט, צינדזן און מערונג האָט ער ניט גענומען, מײַנע געזעצן האָט ער געטאָן, אין מײַנע חוקים איז ער געגאַנגען – ער װעט ניט שטאַרבן פֿאַר די זינד פֿון זײַן פֿאָטער; לעבן װעט ער לעבן. /18:18 זײַן פֿאָטער, װײַל דריקן האָט ער געדריקט, גזלה פֿון ברודער האָט ער געגזלט, און װאָס ניט גוט האָט ער געטאָן צװישן זײַן פֿאָלק, איז, אָט איז ער געשטאָרבן פֿאַר זײַן זינד. /18:19 און איר זאָגט: פֿאַר װאָס לײַדט ניט דער זון פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער? אָבער דער זון האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט, אַלע מײַנע געזעצן האָט ער געהיט און זײ געטאָן; לעבן דאַרף ער לעבן. /18:20 דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן; אַ זון זאָל ניט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער, און אַ פֿאָטער זאָל ניט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן זאָל זײַן אױף אים, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן זאָל זײַן אױף אים.

/18:21 און דער שלעכטער, אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געטאָן, און ער היט אַלע מײַנע געזעצן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט ניט שטאַרבן. /18:22 אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן אים ניט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן גערעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער לעבן. /18:23 טו איך דען באַגערן דעם טױט פֿון דעם שלעכטן? זאָגט גאָט דער האַר, און ניט אַז ער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַנע װעגן, און לעבן?

/18:24 און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט – אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן װאָס דער שלעכטער האָט געטאָן טוט ער, זאָל ער דען בלײַבן לעבן? אַלע זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן ניט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, פֿאַר זײ מוז ער שטאַרבן. /18:25 און איר זאָגט: ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט. הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון ישׂראל, איז דען מײַן װעג ניט ריכטיק? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען ניט ריכטיק. /18:26 אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַנע גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער דערפֿאַר שטאַרבן; פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, מוז ער שטאַרבן. /18:27 און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, ראַטעװעט ער זײַן נפֿש. /18:28 װײַל ער האָט זיך אַרומגעזען, און האָט זיך אומגעקערט פֿון אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט ניט שטאַרבן. /18:29 און דאָס הױז פֿון ישׂראל זאָגט: ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט. זײַנען דען מײַנע װעגן ניט ריכטיק, הױז פֿון ישׂראל? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען ניט ריכטיק. /18:30 דרום װעל איך איטלעכן לױט זײַנע װעגן אײַך משפּטן, הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר. קערט צוריק און קערט אײַך אום פֿון אַלע אײַערע פֿאַרברעכן, און זאָל עס אײַך ניט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד. װאַרפֿט אַראָפּ פֿון אײַך אַלע אײַערע פֿאַרברעכן װאָס איר האָט פֿאַרבראָכן מיט זײ, און מאַכט אײַך אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ געמיט; נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון ישׂראל? װאָרום איך באַגער ניט דעם טױט פֿון דעם װאָס שטאַרבט, זאָגט גאָט דער האַר; דרום קערט אײַך אום, און בלײַבט לעבן.


/19:1 און דו הײב אױף אַ קלאָג אױף די פֿירשטן פֿון ישׂראל, /19:2 און זאָלסט זאָגן:

װי איז דײַן מוטער אַ לײבינטע געװען!צװישן לײבן האָט זי געהױערט, צװישן יונגלײבןהאָט זי אירע יונגע דערצױגן. /19:3 און זי האָט אױפֿגעבראַכט אײנעם פֿון אירע יונגע, אַ יונגלײב איז ער געװאָרן;און ער האָט זיך אױסגעלערנט רױב פֿאַרצוקן, מענטשן האָט ער געגעסן. /19:4 האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף אים פֿעלקער –אין זײער גרוב איז ער געכאַפּט געװאָרן;און זײ האָבן אים מיט רינגעןקײן לאַנד מצרַיִם געבראַכט. /19:5 און זי האָט געזען אַז אומזיסט האָט זי געהאַרט, פֿאַרלאָרן איז איר האָפֿונג, האָט זי װידער גענומען אײנעם פֿון אירע יונגע, פֿאַר אַ יונגלײב האָט זי אים געמאַכט. /19:6 און ער איז אומגעגאַנגען צװישן לײבן, אַ יונגלײב איז ער געװאָרן;אום ער האָט זיך אױסגעלערנט רױב פֿאַרצוקן, מענטשן האָט ער געגעסן. /19:7 און ער האָט געמערקט זײערע פּאַלאַצן, און פֿאַרװיסט זײערע שטעט;און דאָס לאַנד מיט איר פֿולקײט איז חרובֿ געװאָרןפֿון דעם קָול פֿון זײַן ברילן. /19:8 האָבן זיך פֿעלקער אַ לאָז געטאָן אױף אים, רונד אַרום פֿון די מדינות, און אױסגעשפּרײט אױף אים זײער נעץ –אין זײער גרוב איז ער געכאַפּט געװאָרן. /19:9 און זײ האָבן אים אַרײַנגעטאָן אין אַ שטײַג מיט רינגען, און אים געבראַכט צו דעם מלך פֿון בָבֿל;אים געבראַכט אין פֿעסטונגען, כּדי זײַן קָול זאָל ניט געהערט װערן מעראױף די בערג פֿון ישׂראל.

/19:10 דײַן מוטער איז – צוגלײַכנדיק – געװען װי אַ װײַנשטאָקבײַ װאַסער געפֿלאַנצט;פֿרוכטיק און צװײַגהאַפֿטיקאיז ער פֿון פֿיל װאַסער געװען. /19:11 און ער האָט געהאַט שטאַרקע שטאָקן, פֿאַר צעפּטערס פֿון געװעלטיקער;און זײַן װוּקס האָט זיך אױפֿגעהױבןפֿון צװישן געדיכטענישן, און ער האָט זיך אָנגעזען מיט זײַן הײך, מיט די פֿיל צװײַגן זײַנע. /19:12 אָבער ער איז אױסגעריסן געװאָרן מיט גרימצאָרן, צו דער ערד איז ער אַנידערגעװאָרפֿן געװאָרן;און דער מזרח-װינט האָט פֿאַרטריקנט זײַן פֿרוכט, צעבראָכן און פֿאַרטריקנט געװאָרןזײַנען זײַנע שטאַרקע שטאָקן, אַ פֿײַער האָט אים פֿאַרצערט. /19:13 און אַצונד איז ער אין מדבר געפֿלאַנצט, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און דאָרשטיקײט. /19:14 און אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון זײַן צװײַגנשטאָק, זײַן פֿרוכט האָט עס פֿאַרצערט, און ניטאָ אין אים אַ שטאַרקער שטאָק, אַ צעפּטער צום געװעלטיקן.

אַ קלאָגליד איז דאָס, און געבליבן צום קלאָגליד.

/20:1 און עס איז געװען אין זיבעטן יאָר, אין פֿינפֿטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל צו פֿרעגן בײַ גאָט, און זײ זײַנען געזעסן פֿאַר מיר. /20:2 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /20:3 מענטשנקינד, רעד צו די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: פֿרעגן בײַ מיר זײַט איר געקומען? אַזױ װי איך לעב, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! זאָגט גאָט דער האַר. /20:4 װילסטו זײ משפּטן? װילסטו משפּטן, מענטשנקינד? לאָז זײ װיסן די אומװערדיקײטן פֿון זײערע עלטערן. /20:5 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אין דעם טאָג װאָס איך האָב אױסדערװײלט ישׂראל, און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און האָב זיך געלאָזט דערקענען צו זײ אין לאַנד מצרַיִם, האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, אַזױ צו זאָגן: איך בין יהוה אײַער גאָט. /20:6 אין יענעם טאָג האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ אַרױסצוציִען פֿון לאַנד מצרַיִם אין אַ לאַנד װאָס איך האָב אױסגעזוכט פֿאַר זײ, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער. /20:7 און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאַרפֿט אַװעק איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײַנע אױגן, און מיט די אָפּגעטער פֿון מצרַיִם זאָלט איר אײַך ניט פֿאַראומרײניקן; איך בין יהוה אײַער גאָט. /20:8 אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר, און זײ האָבן ניט געװאָלט צוהערן צו מיר; זײ האָבן ניט אַװעקגעװאָרפֿן איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײערע אױגן, און די אָפּגעטער פֿון מצרַיִם האָבן זײ ניט פֿאַרלאָזן; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין לאַנד מצרַיִם. /20:9 אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען געװען צװישן זײ, װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זיך געלאָזט דערקענען צו זײ, זײ אַרױסצוציִען פֿון לאַנד מצרַיִם. /20:10 און איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצרַיִם, און האָב זײ געבראַכט אין דער מדבר. /20:11 און איך האָב זײ געגעבן מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זײ געלאָזט װיסן, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ. /20:12 און אױך מײַנע שבֿטים האָב איך זײ געגעבן, צו זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן זײ, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך יהוה הײליק זײ. /20:13 אָבער דאָס הױז פֿון ישׂראל האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר אין דער מדבר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט ביז גאָר; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ אין דער מדבר, כּדי זײ צו פֿאַרלענדן. /20:14 אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿאַר זײערע אױגן. /20:15 נאָר איך האָב אױך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ ניט צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער; /20:16 װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים, אין זײ זײַנען זײ ניט געגאַנגען, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; נײַערט נאָך זײערע אָפּגעטער איז געגאַנגען זײער האַרץ. /20:17 אָבער מײַן אױג האָט זײ געשױנט, זײ ניט אומצוברענגען, און איך האָב ניט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג אין דער מדבר. /20:18 און איך האָב געזאָגט צו זײערע קינדער אין דער מדבר: אין די חוקים פֿון אײַערע עלטערן זאָלט איר ניט גײן, און זײערע געזעצן זאָלט איר ניט היטן, און מיט זײערע אָפּגעטער זאָלט איר אײַך ניט פֿאַראומרײניקן. /20:19 איך יהוה בין אײַער גאָט; אין מײַנע חוקים גײט, און מײַנע געזעצן היט, און טוט זײ. /20:20 און מײַנע שבֿטים האַלט הײליק, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן אײַך, כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך יהוה בין אײַער גאָט. /20:21 אָבער די קינדער האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ ניט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ ניט געהיט זײ צו טאָן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין דער מדבר. /20:22 אָבער איך האָב אומגעקערט מײַן האַנט, און איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל ניט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זײ אַרױסגעצױגן. /20:23 הגם איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ צו פֿאַרשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און זײ צו צעװאַרפֿן אין די לענדער; /20:24 װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ ניט געטאָן, און מײַנע חוקים האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט, און נאָך די אָפּגעטער פֿון זײערע עלטערן זײַנען געװען זײערע אױגן. /20:25 און איך אױך האָב זײ געגעבן חוקים ניט גוטע, און געזעצן װאָס זײ זאָלן ניט קענען לעבן דורך זײ; /20:26 און איך האָב זײ געלאָזט זיך פֿאַראומרײניקן מיט זײערע אָפּפֿערגעשאַנקען, מיט אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט; כּדי איך זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך בין יהוה.

/20:27 דרום רעד צו דעם הױז פֿון ישׂראל, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: דערמיט אױך האָבן אײַערע עלטערן מיך געלעסטערט, װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן מיר. /20:28 װאָרום אַז איך האָב זײ געבראַכט אין דאָס לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ עס צו געבן, איז װוּ נאָר זײ האָבן געזען אַ הױך בערגל, און װוּ נאָר אַ געדיכטן בױם, האָבן זײ דאָרטן געשלאַכט זײערע שלאַכטאָפּפֿער, און זײ האָבן דאָרטן געבראַכט די דערצערענונג פֿון זײער קרבן, און דאָרטן געמאַכט זײער געשמאַקן רֵיח, און דאָרטן געגאָסן זײערע גיסאָפּפֿער. /20:29 און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס באַטײַט „די בָמָה״? – װאָס איר מאַכט זיך נאַריש דאָרטן; דרום רופֿט מען איר נאָמען „בָמָה״ ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

/20:30 דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: איר פֿאַראומרײניקט אײַך אױף דעם שטײגער פֿון אײַערע עלטערן, און נאָך זײערע אומװערדיקײטן זײַט איר פֿאַרפֿירט, /20:31 און אַז איר ברענגט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, אַז איר מאַכט דורכגײן אײַערע קינדער דורכן פֿײַער, פֿאַראומרײניקט איר אײַך מיט אַלע אײַערע אָפּגעטער ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איך זאָל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך, הױז פֿון ישׂראל? אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! /20:32 און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען װעט קײן מאָל ניט זײַן; װאָס איר זאָגט: מיר װעלן זײַן אַזױ װי די אומות, אַזױ װי די משפּחות פֿון די לענדער, צו דינען האָלץ און שטײן.

/20:33 אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב ניט מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן, װעל איך קיניגן אױף אײַך!/20:34 און איך װעל אײַך אַרױסציִען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, װאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ, מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן. /20:35 און איך װעל אײַך ברענגען צום מדבר פֿון די פֿעלקער, און װעל זיך משפּטן מיט אײַך, פּנים-אל-פּנים. /20:36 אַזױ װי איך האָב זיך געמשפּט מיט אײַערע עלטערןאין מדבר פֿון לאַנד מצרַיִם, אַזױ װעל איך זיך משפּטן מיט אײַך, זאָגט גאָט דער האַר. /20:37 און איך װעל אײַך מאַכן דורכגײן אונטער דער רוט, און װעל אײַך ברענגען אין דער פֿאַרקניפּונג פֿון בונד. /20:38 און איך װעל אױסרײניקן פֿון אײַך די װידערשפּעניקער, און די װאָס ברעכן אָן מיר;פֿון דעם לאַנד פֿון זײער פֿרעמדשאַפֿטװעל איך זײ אַרױסציִען, אָבער אױף דער ערד פֿון ישׂראלװעלן זײ ניט קומען;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /20:39 און איר הױז פֿון ישׂראל, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:גײט דינט איטלעכער זײַנע אָפּגעטער, אַזױ װי איר װילט ניט צוהערן צו מיר;אָבער מײַן הײליקן נאָמען זאָלט איר מער ניט פֿאַרשװעכןמיט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, און מיט אײַערע אָפּגעטער. /20:40 װאָרום אױף מײַן הײליקן באַרג, אױף דעם הױכן באַרג פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר, דאָרטן װעט דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצןמיר דינען אין לאַנד; דאָרטן װעל איך זײ באַװיליקן, און דאָרטן װעל איך פֿאַרלאַנגען אײַערע אָפּשײדונגען, און אײַערע ערשטגאָבן, מיט אַלע אײַערע געהײליקטע זאַכן. /20:41 דורך אַ געשמאַקן רֵיח װעל איך אײַך באַװיליקן, װען איך צי אײַך אַרױס פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדערװאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ;און איך װעל געהײליקט װערן דורך אײַךאין די אױגן פֿון די אומות. /20:42 און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך ברענג אײַך אױף דער ערד פֿון ישׂראל, אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אײַערע עלטערן. /20:43 און איר װעט דאָרטן דערמאָנען אײַערע װעגן, און אַלע אײַערע מעשׂים, װאָס איר האָט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײ, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײןפֿון װעגן אַלע אײַערע בײזן װאָס איר האָט געטאָן. /20:44 און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך טו מיט אײַך פֿון מײַן נאָמען װעגן, ניט לױט אײַערע שלעכטע װעגן, און לױט אײַערע פֿאַרדאָרבענע מעשׂים, איר הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר.


/21:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/21:2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים אַקעגן דָרום, און רעד צום דָרום, און זאָגט נבֿיאות אױף דעם װאַלד פֿון פֿעלד אין דָרום;/21:3 און זאָלסט זאָגן צום װאַלד פֿון דָרום:הער דאָס װאָרט פֿון גאָט: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך צינד אָן אין דיר אַ פֿײַער, און עס װעט פֿאַרצערן אין דיר איטלעך פֿײַכטן בױםאון איטלעך טרוקענעם בױם;די פֿלאַמפֿײַער װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן, און אַלע פּנימער פֿון דָרום ביז צפֿוןװעלן אָנגעברענט װערן דערפֿון. /21:4 און אַלע לײַבער װעלן זען, אַז איך יהוה האָב זײ אָנגעצונדן;זי װעט ניט פֿאַרלאָשן װערן.

/21:5 האָב איך געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, זײ זאָגן אױף מיר: איז ער ניט אַ משלים-זאָגער? /21:6 איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/21:7 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו ירושלים, און רעד צו די הײליקטומען, און זאָג נבֿיאות אױף דער ערד פֿון ישׂראל. /21:8 און זאָלסט זאָגן צו דער ערד פֿון ישׂראל:אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך קום צו דיר, און איך װעל אַרױסציִען מײַן שװערד פֿון איר שײד, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן רָשע. /21:9 װײַל איך װיל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן רָשע, דרום װעט אַרױסגײן מײַן שװערד פֿון איר שײדאױף אַלע לײַבער פֿון דָרום ביז צפֿון. /21:10 און אַלע לײַבער װעלן װיסןאַז איך יהוה האָב אַרױסגעצױגןמײַן שװערד פֿון איר שײד;זי װעט זיך מער ניט אומקערן. /21:11 און דו מענטשנקינד, זיפֿץ;מיט ברעכעניש פֿון לענדן און מיט ביטערקײטזאָלסטו זיפֿצן פֿאַר זײערע אױגן. /21:12 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר;אױף װאָס זיפֿצסטו?זאָלסטו זאָגן: אױף דער הערונג װאָס קומט:און איטלעך האַרץ װעט צעגײן, און אַלע הענט װעלן שלאַף װערן, און איטלעך געמיט װעט באַטריבט װערן, און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער. זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט גאָט דער האַר.

/21:13 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/21:14 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן:אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זאָג:אַ שװערד, אַ שװערד איז געשאַרפֿט, און איז אױך געשליפֿן;כּדי צו שעכטן אַ שעכטונג איז זי געשאַרפֿט, /21:15 כּדי צו האָבן אַ בליץ איז זי געשליפֿן –װײ, עס פֿאַרגײט דער שטאַם פֿון מײַן זון! –זי פֿאַרלענדט דעם גאַנצן בױם. /21:16 און מע האָט זי געגעבן צו שלײַפֿן, אױף צו נעמען אין פֿױסט;זי איז געשאַרפֿט, די שװערד, און זי איז געשליפֿן, זי צו געבן אין האַנט פֿון דעם טײטער. /21:17 שרײַ און יאָמער, דו מענטשנקינד, װאָרום זי איז אױף מײַן פֿאָלק, זי איז אױף אַלע פֿירשטן פֿון ישׂראל;איבערגעענטפֿערט צום שװערד זײַנען זײ מיט מײַן פֿאָלק;דרום שלאָג אױפֿן לענד. /21:18 װאָרום ער װעט געפּרוּװט װערן; און װי נאָך!אַז זי פֿאַרלענדט דעם שטאַם, ער זאָל גאָר ניט זײַן, זאָגט גאָט דער האַר. /21:19 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און קלאַפּ אַ האַנט אױף אַ האַנט, און זאָל די שװערד פֿאַרטאָפּלט װערן דרײַפֿאַכיק;דאָס איז די שװערד פֿאַר די װאָס דאַרפֿן דערשלאָגן װערן, די שװערד פֿאַר דעם גרױסן װאָס דאַרף דערשלאָגן װערן, װאָס רינגלט זײ אַרום. /21:20 כּדי דאָס האַרץ זאָל צעגײן, און צו מערן די שטרױכלונגען, האָב איך אױף אַלע זײערע טױערןגעבראַכט דעם שרעק פֿון שװערד;װײ, זי איז צו בליצן געמאַכט, צו שעכטונג געשאַרפֿט. /21:21 פֿאַרנעם זיך רעכטס, פֿאַרקער זיך לינקס, װוּהין דײַן שאַרף איז געקערט!/21:22 און איך אױך װעל קלאַפּן אַ האַנט אױף אַ האַנט, און װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן;איך יהוה האָב גערעדט.

/21:23 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/21:24 און דו מענטשנקינד, מאַך דיר צװײ װעגן, פֿאַר דעם שװערד פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל צו קומען;פֿון אײן לאַנד זאָלן זײ בײדע אַרױסגײן. און אַ װעגװײַזער שטעל אױף;בײַם אָנהײב װעג צו דער שטאָט שטעל אים אױף. /21:25 מאַך אַ װעג פֿאַר דער שװערדצו קומען אױף רַבָה פֿון די קינדער פֿון עמון, און אױף יהוּדה אין ירושלים באַפֿעסטיקט. /21:26 װאָרום דער מלך פֿון בָבֿל שטעלט זיךבײַ דער שײדונג פֿון װעג, בײַם אָנהײב פֿון בײדע װעגן, צו טרעפֿן מיט כּישוף;ער שאָקלט מיט פֿײַלן, ער פֿרעגט בײַ דעם תּרפֿים, ער קוקט אין אַ לעבער. /21:27 אין זײַן רעכטער האַנט איז דער גורל אױף ירושליםאָנצושטעלן שטורעמבעק, צו עפֿענען דאָס מױל מיט רציחה, אױפֿצוהײבן דעם קָול אין געשרײ, צו שטעלן שטורעמבעק אױף די טױערן, אָנצושיטן אַן ערדװאַל, צו בױען אַ באַלעגער-מױער. /21:28 און בײַ זײ װעט עס זײַןװי אַ פֿאַלשער כּישוף אין זײערע אױגן;װאָכן אױף װאָכן האָבן זײ נאָך!אָבער דאָס מאַכט דערמאָנען די זינד, אַז זײ זאָלן געכאַפּט װערן.

/21:29 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײַל איר האָט געמאַכט דערמאָנען אײַערע זינד, װען אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, אַזױ אַז אײַערע זינד װײַזן זיך אַרױסאין אַלע אײַערע מעשׂים –װײַל איר זײַט דערמאָנט געװאָרן, װעט איר מיט דער האַנט געכאַפּט װערן. /21:30 און דו רָשע פֿאַרשװעכטער, דו פֿירשט פֿון ישׂראל װאָס זײַן טאָג איז געקומעןאין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג, /21:31 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַװעק די הױב! און אַראָפּ די קרױן!דאָס איז ניט מער דאָס!דאָס נידעריקע דערהײבן, און דעם הױכן דערנידערן!/21:32 אַ חורבן, אַ חורבן, אַ חורבן װעל איך עס מאַכן;יאָ, דאָס װעט מער ניט זײַן, ביז עס קומט דער װעמען עס געהערט, און איך װעל עס אים געבן. /21:33 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות און זאָלסט זאָגן:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַראױף די קינדער פֿון עמון, און אױף זײער לעסטערונג;און זאָלסט זאָגן: שװערד, דו געצױגענע שװערד, צו שעכטונג געשליפֿן, צום אױסהאַלטן, כּדי בליציק צו זײַן –/21:34 בעת מע זעט װעגן דיר פֿאַלשקײט, בעת מע װאָרזאָגט װעגן דיר ליגן –דיך צו לײגן אױף די העלדזערפֿון רשָעים פֿאַרשװעכטע, װאָס זײער טאָג איז געקומען, אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג! –/21:35 קער זי אום אין איר שײד! –אין דעם אָרט װוּ דו ביסט געשאַפֿן געװאָרן, אין דעם לאַנד פֿון דײַן אָפּשטאַמונג, װעל איך דיך משפּטן. /21:36 און איך װעל אױסגיסן אױף דיר מײַן כּעס; –מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן גרימצאָרן װעל איך בלאָזן אױף דיר, און איך װעל דיך געבן אין דער האַנט פֿון מענטשן פֿייִשע מײַנסטערס אױף אומצוברענגען. /21:37 צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז װעסטו זײַן;דײַן בלוט װעט זײַן אין מיטן לאַנד;װעסט מער ניט געדאַכט װערן;װאָרום איך יהוה האָב גערעדט.

/22:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/22:2 און דו מענטשנקינד, װילסטו משפּטן, װילסטו משפּטן די בלוטיקע שטאָט?טאָ לאָז זי װיסן אַלע אירע אומװערדיקײטן. /22:3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דו שטאָט װאָס פֿאַרגיסט בלוט אין איר מיט, כּדי איר צײַט זאָל קומען, און מאַכט בײַ זיך אָפּגעטער, אומרײן צו װערן, /22:4 מיט דײַן בלוט װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן, האָסטו זיך פֿאַרשולדיקט, און מיט די אָפּגעטער װאָס דו האָסט געמאַכט, ביסטו אומרײן געװאָרן, און האָסט דערנענטערט דײַנע טעג, און ביסט געקומען צו דײַנע יאָרן;דרום האָב איך דיך געגעבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער, און צו שפּאָט בײַ אַלע לענדער. /22:5 נאָנטע און װײַטע פֿון דיר װעלן שפּאָטן פֿון דיר, דו מיטן אומרײנעם נאָמען, דו פֿילטומלדיקע. /22:6 זע, די פֿירשטן פֿון ישׂראל, איטלעכער לױט זײַן אָרעם, זײַנען אין דיר געװען כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן. /22:7 פֿאָטער און מוטער האָט מען גרינגגעשאַצט אין דיר, קעגן פֿרעמדן האָט מען זיך באַגאַנגען מיט רױב אין דײַן מיט, אַ יתום און אַן אלמנה האָט מען געקריװדעט אין דיר. /22:8 מײַנע הײליקײטן האָסטו פֿאַראַכט, און מײַנע שבֿטים האָסטו פֿאַרשװעכט. /22:9 רכילות-טרײַבער זײַנען געװען אין דירכּדי בלוט צו פֿאַרגיסן;און אױף די בערג האָט מען געגעסן בײַ דיר:שענדלעכקײט האָט מען געטאָן אין דײַן מיט. /22:10 דעם פֿאָטערס שאַנד האָט מען אַנטפּלעקט אין דיר, אַן אומרײנע אין איר אָפּזונדערונג האָט מען געשענדט אין דיר. /22:11 און איטלעכער מיט זײַן חבֿרס װײַבהאָט אומװערדיקײט באַגאַנגען, און איטלעכער האָט זײַן שנורפֿאַראומרײניקט, מיט שענדלעכקײט, און איטלעכער האָט זײַן שװעסטער, די טאָכטער פֿון זײַן פֿאָטער, געשענדט אין דיר. /22:12 שוחד האָט מען גענומען אין דיר כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן, צינדזן און מערונג האָסטו גענומען, און באַריסן דײַנע חבֿרים דורך רױב, און אָן מיר האָסטו פֿאַרגעסן, זאָגט גאָט דער האַר.

/22:13 דרום זע איך האָב געקלאַפּט מײַן האַנטװעגן דײַן אומערלעכן געװין װאָס דו האָסט געמאַכט, און אױף דײַן בלוטיקײט װאָס איז אין דיר געװען. /22:14 װעט דײַן האַרץ באַשטײן, צי װעלן דײַנע הענט שטאַרק זײַן, אין די טעג װאָס איך רעכן זיך מיט דיר?איך יהוה האָב גערעדט, און װעל טאָן. /22:15 און איך װעל דיך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און װעל דיך צעװאַרפֿן אין די לענדער, און איך װעל פֿאַרלענדן דײַן אומרײנקײט פֿון דיר. /22:16 און װעסט פֿאַרשװעכט װערן דורך זיך אַלײןפֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער, און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה.

/22:17 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/22:18 מענטשנקינד, דאָס הױז פֿון ישׂראל זײַנען מיר געװאָרן צו פּסולת, זײ אַלע זײַנען קופּער און ציןאון אײַזן און בלײַ אין דעם שמעלצאױװן;פּסולת פֿון זילבער זײַנען זײ. /22:19 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײַל איר זײַט אַלע צו פּסולת געװאָרן, דרום זעט, איך זאַמל אײַך אײַן אין ירושלים. /22:20 אַזױ װי מע זאַמלט אײַן זילבער און קופּעראון אײַזן און בלײַ און צין אין אַ שמעלצאױװן, צו בלאָזן דערױף פֿײַער, כּדי צו צעשמעלצן, אַזױ װעל איך אײַך אײַנזאַמלןאין מײַן כּעס און אין מײַן גרימצאָרן, און װעל אײַך אַרײַנלײגן און צעשמעלצן. /22:21 יאָ, איך װעל אײַך צונױפֿקלײַבן, און װעל בלאָזן אױף אײַך מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן צאָרן, און איר װעט צעשמאָלצן װערן דרינען. /22:22 אַזױ װי זילבער װערט צעשמאָלצן אין אַ שמעלצאױװן, אַזױ װעט איר צעשמאָלצן װערן דרינען;און איר װעט װיסן אַז איך יהוההאָב אױסגעגאָסן מײַן גרימצאָרן אױף אײַך.

/22:23 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/22:24 מענטשנקינד, זאָג צו איר:ביסט אַ לאַנד װאָס איז ניט גערײניקט, ניט באַרעגנט געװאָרן אין טאָג פֿון צאָרן. /22:25 דער בונט פֿון אירע נבֿיאים אין איר מיטאיז װי אַ ברומיקער לײב װאָס פֿאַרצוקט רױב;נפֿשות האָבן זײ פֿאַרצערט, שאַצן און טײַערע זאַכן נעמען זײ צו, אירע אלמנות האָבן זײ געמערט אין איר. /22:26 אירע כּהנים האָבן פֿאַרבראָכן קעגן מײַן תּורה, און פֿאַרשװעכט מײַנע הײליקײטן;צװישן הײליק און אומהײליק האָבן זײ ניט אָפּגעשײדט, און צװישן רײן און אומרײן האָבן זײ ניט צו װיסן געטאָן, און פֿון מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרהױלן זײערע אױגן, און איך בין פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן זײ. /22:27 אירע האַרן צװישן אירזײַנען װי װעלף װאָס פֿאַרצוקן רױב;צו פֿאַרגיסן בלוט, אומצוברענגען נפֿשות כּדי צו געװינען געװין. /22:28 און אירע נבֿיאים האָבן זײ אָנגעשמירט טינק;זײ זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן זײ ליגן. זײ זאָגן: „אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר״, װען גאָט האָט ניט גערעדט. /22:29 דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געדריקט מיט געװאַלט, און געגזלט גזלה, און דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון האָבן זײ געקריװדעט, און דעם פֿרעמדן האָבן זײ געדריקט מיט אומרעכט. /22:30 און איך האָב געזוכט צװישן זײ אַ מאַןװאָס זאָל אַרומצאַמען אַ צאַם, און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם בראָך פֿאַרן לאַנד, אַז איך זאָל עס ניט אומברענגען;אָבער איך האָב ניט געפֿונען. /22:31 דרום האָב איך אױסגעגאָסן אױף זײ מײַן צאָרן;מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן גרימצאָרן האָב איך זײ פֿאַרלענדט:זײער װעג האָב איך פֿאַרגאָלטן אױף זײער קאָפּ, זאָגט גאָט דער האַר.


/23:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /23:2 מענטשנקינד, עס זײַנען געװען צװײ פֿרױען, טעכטער פֿון אײן מוטער. /23:3 און זײ האָבן מזנה געװען אין מצרַיִם; אין זײער יוגנט האָבן זײ מזנה געװען; דאָרטן זײַנען זײערע בוזעמס געדריקט געװאָרן, און דאָרטן האָט מען געקװעטשט זײערע מײדלשע בריסט. /23:4 און זײערע נעמען זײַנען געװען: די גרעסערע – אָהלָה, און איר שװעסטער – אָהליבֿה. און זײ זײַנען געװאָרן מײַנע, און האָבן געבאָרן זין און טעכטער. און זײערע נעמען: שומרון איז אָהלָה, און ירושלים איז אָהליבֿה.

/23:5 און אָהלָה האָט מזנה געװען הינטער מיר, און האָט געגלוסט צו אירע ליבהאָבער, צו די אַשורים, קריגסלײַט אָנגעטאָן אין בלאָען, דוכּסים און פֿירשטן, שײנע יונגען אַלע, ריטער װאָס רײַטן אױף פֿערד. /23:6 און זי האָט אַװעקגעגעבן איר זנות אױף זײ, געקליבענע זין פֿון אשור אַלע; און אַלע צו װעמען זי האָט געגלוסט, האָט זי זיך פֿאַראומרײניקט מיט אַלע זײערע אָפּגעטער. /23:8 און איר זנות מיט מצרַיִם האָט זי ניט פֿאַרלאָזן, װאָרום זײ זײַנען מיט איר געלעגן אין איר יוגנט, און זײ האָבן געדריקט אירע מײדלשע בריסט, און אױסגעגאָסן זײער זנות אױף איר. /23:9 דרום האָב איך זי איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון אירע ליבהאָבער, אין דער האַנט פֿון די זין פֿון אשור, װאָס זי האָט צו זײ געגלוסט. /23:10 זײ האָבן אַנטפּלעקט איר שאַנד; אירע זין און אירע טעכטער האָבן זײ צוגענומען, און זי האָבן זײ מיטן שװערד געטײט; און זי איז געװאָרן אַ צונעמעניש בײַ װײַבער. אַזױ האָט מען געטאָן אַ משפּט אױף איר.

/23:11 און איר שװעסטער אָהליבֿה האָט דאָס געזען, אָבער זי איז געװען פֿאַרדאָרבענער אין איר געלוסט פֿון יענער, און אין איר זנות מער פֿון דער זנות פֿון איר שװעסטער. /23:12 צו די זין פֿון אשור האָט זי געגלוסט, דוכּסים און פֿירשטן, קריגסלײַט אָנגעטאָן פּראַכטיק, ריטער װאָס רײַטן אױף פֿערד, שײנע יונגען אַלע. /23:13 און איך האָב געזען אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן – אײן װעג בײַ זײ בײדן. /23:14 און זי האָט נאָך געמערט איר זנות, װאָרום זי האָט געזען מענער אױסגעקריצט אױף דער װאַנט, בילדער פֿון כַּשׂדים געצײכנט מיט רױטער פֿאַרב /23:15 אָנגעגורט מיט גאַרטלען אױף זײערע לענדן, מיט אַראָפּגעהאַנגענע טורבאַנען אױף זײערע קעפּ, מיטן אױסזען פֿון עלטסטע אַלע – די געשטאַלט פֿון די זין פֿון בָבֿל, װאָס כַּשׂדים איז דאָס לאַנד פֿון זײער געבורט. /23:16 און זי האָט צו זײ געגלוסט, װי אירע אױגן האָבן זײ דערזען, און זי האָט געשיקט שלוחים צו זײ קײן כַּשׂדים. /23:17 און די זין פֿון בָבֿל זײַנען צו איר געקומען צום ליבשאַפֿטגעלעגער, און זײ האָבן זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער זנות; און זי איז אומרײן געװאָרן פֿון זײ, ביז איר זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ. /23:18 און אַז זי האָט אַנטפּלעקט איר זנות און אַנטפּלעקט איר שאַנד, האָט מײַן זעל זיך אָפּגעעקלט פֿון איר, אַזױ װי מײַן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון איר שװעסטער. /23:19 און זי האָט נאָך געמערט איר זנות, זיך צו דערמאָנען אָן די טעג פֿון איר יוגנט, װען זי האָט מזנה געװען אין לאַנד מצרַיִם. /23:20 און זי האָט געגלוסט צו זײערע קעפּסמענער, װאָס פֿלײש פֿון אײזלען איז זײער פֿלײש, און אױסגוס פֿון פֿערד איז זײער אױסגוס. /23:21 און דו האָסט געבענקט נאָך דער שענדלעכקײט פֿון דײַן יוגנט, װען מע האָט געדריקט אין מצרַיִם דײַנע בריסט פֿון װעגן דײַן יונגן בוזעם.

/23:22 דרום, אָהליבֿה, האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך דערװעק אױף דיר דײַנע ליבהאָבער, די װאָס דײַן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ, און איך װעל זײ ברענגען אױף דיר פֿון רונד אַרום:/23:23 די זין פֿון בָבֿל, און אַלע כַּשׂדים, פּקוד און שוֹעַ און קוֹעַ, אַלע זין פֿון אשור מיט זײ, שײנע יונגען, דוכּסים און פֿירשטן אַלע, עלטסטע און באַרופֿענע, רײַטער אױף פֿערד אַלע. /23:24 און זײ װעלן קומען אױף דיר אין אַ מחנה, מיט רײַטװעגן און רעדער, און מיט אַ געזעמל פֿעלקער;מיט פּאַנצער און שילד און קיװערװעלן זײ זיך אױסשטעלן קעגן דיר רונד אַרום;און איך װעל איבערגעבן פֿאַר זײ דעם משפּט, און זײ װעלן דיך משפּטן מיט זײערע משפּטים. /23:25 און איך װעל אָנטאָן אָן דיר מײַן פֿאַרדראָס, און זײ װעלן זיך באַגײן קעגן דיר מיט גרימצאָרן;דײַן נאָז און דײַנע אױערן װעלן זײ אָפּשנײַדן, און דײַן איבערבלײַב װעט דורכן שװערד פֿאַלן;דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן זײ אַװעקנעמען, און דײַן איבערבלײַב װעט פֿאַרצערט װערן אין פֿײַער. /23:26 און זײ װעלן דיר אױסטאָן דײַנע קלײדער, און צונעמען דײַנע שײנע זאַכן. /23:27 און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון דיר דײַן שענדלעכקײט, און דײַן זנות פֿון לאַנד מצרַיִם אָן, און װעסט ניט אױפֿהײבן דײַנע אױגן צו זײ, און מצרַיִם װעסטו מער ניט דערמאָנען. /23:28 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך גיב דיר אין דער האַנט פֿון די װאָס דו האָסט פֿײַנט, אין דער האַנט פֿון די װאָס דײַן זעל האָט זיך אָפּגעעקלט פֿון זײ. /23:29 און זײ װעלן זיך באַגײן קעגן דיר מיט שׂנאה, און װעלן צונעמען דײַן גאַנצע מי, און װעלן דיך איבערלאָזן נאַקעט און הױל;און אַנטפּלעקט װערן װעט דײַן זונהשע נאַקעטקײט, און דײַן שענדלעכקײט, און דײַן זנות. /23:30 דאָס װעט מען טאָן צו דיר, פֿאַר דײַן נאָכלױפֿן נאָך די פֿעלקער, און װײַל דו האָסט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײערע אָפּגעטער. /23:31 אין דעם װעג פֿון דײַן שװעסטער ביסטו געגאַנגען, דרום װעל איך געבן איר כָּוס אין דײַן האַנט. /23:32 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דעם כָּוס פֿון דײַן שװעסטער װעסטו טרינקען, דעם טיפֿן און דעם ברײטן;װעסט װערן צו געלעכטער און צו שפּאָט;ער איז פֿול ביזן ראַנד. /23:33 װעסט מיט שיכּרות און קומער זיך אָנפֿילן, מיט דעם כָּוס פֿון שרעק און דערשרעקעניש, מיט דעם כָּוס פֿון דײַן שװעסטער שומרון. /23:34 און װעסט אים טרינקען און אױסזופּן, און װעסט זײַנע שערבלעך צעקנאַקן, און דײַנע בריסט װעסטו רײַסן;װאָרום איך האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר. /23:35 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר, און מיך אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקן, דרום טראָג דו אױך דײַן שענדלעכקײט און דײַן זנות.

/23:36 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, װילסטו משפּטן אָהלָה און אָהליבֿה? טאָ דערצײל זײ זײערע אומװערדיקײטן. /23:37 אַז זײ האָבן מזנה געװען, און בלוט איז אױף זײערע הענט, און מיט זײערע אָפּגעטער האָבן זײ מזנה געװען, און אַפֿילו זײערע קינדער װאָס זײ האָבן מיר געבאָרן, האָבן זײ איבערגעגעבן צו זײ פֿאַר אַ שפּײַז. /23:38 נאָך דאָס האָבן זײ געטאָן צו מיר: זײ האָבן פֿאַראומרײניקט מײַן הײליקטום אין דעם אײגענעם טאָג, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט. /23:39 און אַז זײ האָבן געשאָכטן זײערע קינדער צו זײערע אָפּגעטער, זײַנען זײ געקומען אין מײַן הײליקטום אין דעם אײגענעם טאָג עס צו פֿאַרשװעכן; יאָ, אָט אַזױ האָבן זײ געטאָן אין מײַן הױז. /23:40 און איר האָט אױך געשיקט נאָך מענער װאָס זײַנען געקומען פֿון דער װײַט, װאָס װי אַ שָלִיח איז צו זײ געשיקט געװאָרן, אַזױ זײַנען זײ געקומען; די פֿאַר װעמען דו האָסט זיך געװאַשן, געפֿאַרבט דײַנע אױגן, און זיך אָנגעצירט מיט צירונג. /23:41 און ביסט געזעסן אױף אַ פּראַכטיקן בעט, מיט אַ געגרײטן טיש דערבײַ, און מײַן װײַרױך און מײַן אײל האָסטו אַרױפֿגעשטעלט דערױף. /23:42 און דער קָול פֿון אַ צופֿרידענעם געזעמל איז געװען בײַ איר; און צו די מענטשן פֿון גרױסן עולם זײַנען נאָך געבראַכט געװאָרן די סבֿאער פֿון דער מדבר, און זײ האָבן אָנגעטאָן אָרעמבענדער אױף זײערע הענט, און אַ שײנע קרױן אױף זײערע קעפּ. /23:43 האָב איך געזאָגט אױף דער אַלט געװאָרענער אין ניאוף: טרײַבט מען נאָך איצט אױך זנות מיט איר? מיט איר? /23:44 װאָרום מע איז געקומען צו איר אַזױ װי מע קומט צו אַ פֿרױ אַ זונה; אַזױ איז מען געקומען צו אָהלָה און אָהליבֿה די שענדלעכע װײַבער. /23:45 אָבער גערעכטע מענער, זײ װעלן זײ משפּטן מיט דעם משפּט פֿון נואפֿטעס און דעם משפּט פֿון בלוטפֿאַרגיסערינס; װאָרום נואפֿטעס זײַנען זײ, און בלוט איז אױף זײערע הענט.

/23:46 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:מע װעט אַרױפֿברענגען אױף זײ אַ גרױס געזעמל, און זײ מאַכן צו שױדער און צו רױב. /23:47 און פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער װעט זײ דאָס געזעמל, און זײ צעהאַקן מיט זײערע שװערדן;זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן זײ הרגען, און זײערע הײַזער װעלן זײ אין פֿײַער פֿאַרברענען, /23:48 און איך װעל פֿאַרשטערן שענדלעכקײט אױסן לאַנד. און אַלע װײַבער װעלן אַ מוסר נעמען, און װעלן ניט טאָן אַזױ װי אײַער שענדלעכקײט. /23:49 און מע װעט פֿאַרגעלטן אײַער שענדלעכקײט אױף אײַך, און די זינד פֿון אײַערע אָפּגעטער װעט איר טראָגן, און איר װעט װיסן אַז איך בין גאָט יהוה.


/24:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אין נײַנטן יאָר, אין צענטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, אַזױ צו זאָגן: /24:2 מענטשנקינד, פֿאַרשרײַב דיר דעם נאָמען פֿון דעם טאָג, גענױ דעם הײַנטיקן טאָג; דער מלך פֿון בָבֿל האָט זיך אָנגעזעצט אױף ירושלים גענױ אין הײַנטיקן טאָג. /24:3 און גיב דעם װידערשפּעניקן געזינדל אַ משל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:

שטעל צו דעם טאָפּ, שטעל צו, און גיס אױך אָן װאַסער אין אים;/24:4 זאַמל אײַן זײַנע שטיקער אין אים;איטלעך גוט שטיק, דעם דיך, און די שולטער;מיט געקליבענע קנאָכנס פֿיל אָן. /24:5 געקליבענע שאָף זאָלסטו נעמען, און לײג אױך אָן בײנער אונטער דעם;מאַך זידן זײַן זידונג, אַפֿילו זײַנע בײנער זאָלן צעקאָכט װערן אין אים.

/24:6 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײ די בלוטיקע שטאָט, דער טאָפּ װאָס זײַן קױט איז אין אים, און זײַן קױט איז פֿון אים ניט אַרױס!שטיקערװײַז, שטיקערװײַז נעם עס אַרױס;ניט געװאָרפֿן װערן זאָל צו מאָל גורל דערױף. /24:7 װאָרום איר בלוט איז אין איר מיט, אױף אַ גלאַטן פֿעלדז האָט זי עס אַרױפֿגעטאָן;זי האָט עס ניט געגאָסן אױף דער ערד, צו פֿאַרדעקן דערױף שטױב. /24:8 כּדי אױפֿצוברענגען דעם גרימצאָרן, כּדי צו נעמען נקמה, האָב איך אַרױפֿגעטאָן איר בלוט אױף אַ גלאַטן פֿעלדז, אַז עס זאָל ניט פֿאַרדעקט װערן. /24:9 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײ די בלוטיקע שטאָט!איך אױך װעל גרױס מאַכן דעם הױפֿן. /24:10 מער דאָס האָלץ, צינד אָן דאָס פֿײַער, צעגענץ דאָס פֿלײש, און קאָך דאָס געקעכטס, אַז די בײנער זאָלן צעברענט װערן. /24:11 און לאָז אים שטײן אױף זײַנע קױלן אַ לײדיקן, כּדי ער זאָל דערהיצט װערן, און זײַן קופּער זאָל צעברענט װערן, און צעשמאָלצן װערן זאָל אין אים זײַן אומרײנקײט, זײַן שמוץ זאָל פֿאַרלענדט װערן. /24:12 די כּוחות האָט ער פֿאַרמאַטערט, אָבער זײַן פֿיל שמוץ גײט פֿון אים ניט אַרױס –דער געשטאַנק פֿון זײַן שמוץ. /24:13 פֿון װעגן דײַן שענדלעכער אומרײנקײט, װײַל איך האָב דיך גערײניקט, און ביסט פֿון דײַן אומרײנקײט ניט רײן געװאָרן, װעסטו מער ניט רײן װערן, ביז איך באַרו מײַן גרימצאָרן אױף דיר. /24:14 איך יהוה האָב גערעדט;עס געשעט, און איך װעל עס טאָן. איך װעל ניט נאַכלאָזן, און ניט שױנען, און ניט חרטה האָבן;לױט דײַנע װעגן און לױט דײַנע מעשׂיםטוט מען דיך משפּטן, זאָגט גאָט דער האַר.

/24:15 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/24:16 מענטשנקינד, זע, איך נעם אַװעק פֿון דירדי גלוסטונג פֿון דײַנע אױגן דורך אַ שלאַק, אָבער זאָלסט ניט קלאָגן און ניט װײנען, און אַ טרער זאָל בײַ דיר ניט גײן. /24:17 זיפֿץ שטילערהײט;קײן טױטנטרױער זאָלסטו ניט מאַכן;דײַן קאָפּדעק בינד אָן אױף דיך, און דײַנע שיך זאָלסטו אָנטאָן אױף דײַנע פֿיס, און זאָלסט ניט פֿאַרדעקן די אױבערשטע ליפּ, און דאָס ברױט פֿון מענטשן זאָלסטו ניט עסן.

/24:18 און איך האָב גערעדט צו דעם פֿאָלק אין דער פֿרי, און אין אָװנט איז מײַן װײַב געשטאָרבן. און איך האָב געטאָן אין דער פֿרי אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן. /24:19 האָט דאָס פֿאָלק צו מיר געזאָגט: װילסטו אונדז ניט זאָגן, װאָס באַטײַט דאָס דאָזיקע פֿאַר אונדז, אַז דו טוסט אַזױ? /24:20 האָב איך צו זײ געזאָגט: דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/24:21 זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך פֿאַרשװעך מײַן הײליקטום, דעם שטאָלץ פֿון אײַער מאַכט, די גלוסטונג פֿון אײַערע אױגן, און די שמאַכטעניש פֿון אײַער זעל;און אײַערע זין און אײַערע טעכטערװאָס איר האָט איבערגעלאָזן, װעלן דורכן שװערד פֿאַלן. /24:22 און איר װעט טאָן אַזױ װי איך האָב געטאָן:די אױבערשטע ליפּ װעט איר ניט פֿאַרדעקן, און ברױט פֿון מענטשן װעט איר ניט עסן. /24:23 און אײַערע קאָפּדעקן װעלן זײַן אױף אײַערע קעפּ, און אײַערע שיך אױף אײַערע פֿיס;ניט איר װעט קלאָגן און ניט איר װעט װײנען;און איר װעט אײַנגײן פֿאַר אײַערע זינד, און קרעכצן אײנער צום אַנדערן. /24:24 און יחֶזקאל װעט אײַך זײַן פֿאַר אַ צײכן;אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, װעט איר טאָן. אַז דאָס װעט געשען, װעט איר װיסןאַז איך בין גאָט יהוה. /24:25 און דו מענטשנקינד, פֿאַר װאָר, אין דעם טאָג װאָס איך נעם אַװעק פֿון זײ זײער פֿעסטונג, די פֿרײד פֿון זײער שײנקײט, די גלוסטונג פֿון זײערע אױגן, און דעם באַגער פֿון זײער זעל, זײערע זין און זײערע טעכטער, /24:26 אין יענעם טאָג װעט קומען צו דיר אַן אַנטרונענער, דאָס צו מאַכן הערן אין דײַנע אױערן. /24:27 אין יענעם טאָג װעט דײַן מױל געעפֿנט װערן צום אַנטרונענעם, און װעסט רעדן, און מער ניט שטום זײַן;און װעסט זײ זײַן פֿאַר אַ צײכן;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/25:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/25:2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די קינדער פֿון עמון, און זאָג נבֿיאות אױף זײ. /25:3 און זאָלסט זאָגן צו די קינדער פֿון עמון:הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט דעם האַר:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל דו האָסט געזאָגט אַהאַ!אױף מײַן הײליקטום, װאָס עס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן, און אױף דער ערד פֿון ישׂראל, װאָס זי איז פֿאַרװיסט געװאָרן, און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה, װאָס זײ זײַנען אין גלות אַװעק, /25:4 דרום זע, איך גיב דיך צו די קינדער פֿון מזרח פֿאַר אַ ירושה, און זײ װעלן באַזעצן זײערע לאַגערדערפֿער אין דיר, און מאַכן אין דיר זײערע װױנונגען;זײ װעלן עסן דײַן פֿרוכט, און זײ װעלן טרינקען דײַן מילך. /25:5 און איך װעל מאַכן רַבָה פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון קעמלען, און די קינדער פֿון עמון פֿאַר אַ הױעראָרט פֿון שאָף;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.

/25:6 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל דו האָסט געפּאַטשט מיט דער האַנט, און געקלאַפּט מיטן פֿוס, און זיך געפֿרײט אין אַל דײַן פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, װעגן דער ערד פֿון ישׂראל, /25:7 דרום זע, איך האָב אױסגעשטרעקט מײַן האַנט אױף דיר, און איך װעל דיך מאַכן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער, און װעל דיך פֿאַרשנײַדן פֿון די אומות, און װעל דיך אונטערברענגען פֿון די לענדער;איך װעל דיך פֿאַרטיליקן, און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה.

/25:8 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל מואָבֿ און שֵׂעִיר האָבן געזאָגט:זע, אַזױ װי אַלע פֿעלקער איז דאָס הױז פֿון יהוּדה, /25:9 דרום זע, איך עפֿן דעם רוקן פֿון מואָבֿ פֿון די שטעט, פֿון זײַנע שטעט בײַ זײַן עק, דאָס שײנע לאַנד בית-ישימות, בַעַל-מעון, און קִריָתַים, /25:10 אין אײנעם מיט די קינדער פֿון עמון –פֿאַר די קינדער פֿון מזרח, און איך װעל עס זײ געבן פֿאַר אַ ירושה, כּדי די קינדער פֿון עמוןזאָלן מער ניט געדאַכט װערן צװישן די פֿעלקער. /25:11 און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף מואָבֿ, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.

/25:12 אַזױ האָט געזאָגט דער האַר:װײַל אדום איז זיך באַגאַנגען מיט נקמה-נעמונגאַקעגן דעם הױז פֿון יהוּדה, און זײ האָבן זיך שולדיק פֿאַרשולדיקט, און זיך נוקם געװען אָן זײ, /25:13 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף אדום, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, און װעל זי מאַכן אַ װיסטעניש פֿון תֵּימָן ביז דדָן;דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן. /25:14 און איך װעל ברענגען מײַן נקמה אױף אדוםדורך דער האַנט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ װעלן טאָן צו אדוםלױט מײַן כּעס און לױט מײַן גרימצאָרן;און זײ װעלן שפּירן מײַן נקמה, זאָגט גאָט דער האַר.

/25:15 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל די פּלִשתּים זײַנען זיך באַגאַנגען מיט נקמה, און האָבן נקמה גענומען מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, אומצוברענגען, פֿון אײביקער שׂנאה, /25:16 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך שטרעק אױס מײַן האַנט אױף די פּלִשתּים, און װעל פֿאַרשנײַדן די כּרֵתים, און װעל אונטערברענגען דעם איבערבלײַבפֿון דעם באָרטן פֿון ים. /25:17 און איך װעל טאָן אױף זײ גרױסע נקמותמיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך ברענג מײַן נקמה אױף זײ.

/26:1 און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/26:2 מענטשנקינד, װײַל צור האָט געזאָגט אױף ירושלים:אַהאַ! צעבראָכן איז די טיר פֿון די אומות, צו מיר גײט עס איבער;איך װעל פֿול װערן פֿון דעם חורבן. /26:3 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך קום אױף דיר, צור, און װעל אױפֿברענגען אױף דיר פֿיל פֿעלקער, אַזױ װי דער ים ברענגט אױף זײַנע װעלן. /26:4 און זײ װעלן צעשטערן די מױערן פֿון צור, און אײַנװאַרפֿן אירע טורעמס;און איך װעל אָפּשאָבן איר ערד פֿון איר, און װעל זי מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז. /26:5 אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט זי זײַןאין מיטן פֿון ים;װאָרום איך האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר;און זי װעט זײַן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער. /26:6 און אירע טעכטערשטעט װאָס אין פֿעלדװעלן מיטן שװערד אױסגעהרגעט װערן;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.

/26:7 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך ברענג אױף צור נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, פֿון צפֿון אַהער, דעם מלך פֿון מלכים, - מיט פֿערד, און מיט רײַטװעגן, און מיט רײַטער, און אַן אײַנזאַמלונג, און פֿאָלק אַ סך. /26:8 דײַנע טעכטערשטעט אין פֿעלדװעט ער מיטן שװערד אױסהרגען;און ער װעט מאַכן אַרום דיר אַ באַלעגערמױער, און אָנשיטן אַרום דיר אַן ערדװאַל, און אױפֿשטעלן קעגן דיר אַ שילד. /26:9 און זײַנע מױערברעכער װעט ער אָנשטעלןאַקעגן דײַנע מױערן, און דײַנע טורעמס װעט ער צעברעכןמיט די העק זײַנע. /26:10 פֿון דער פֿילקײט פֿון זײַנע פֿערד, װעט דיך זײער שטױב פֿאַרדעקן;פֿון גערױש פֿון רײַטער, און רעדער און רײַטװעגן, װעלן ציטערן דײַנע מױערן, װען ער קומט אין דײַנע טױערן, װי מע קומט אין אַן אײַנגעבראָכענער שטאָט;/26:11 מיט די קלױען פֿון זײַנע פֿערדװעט ער צעטרעטן אַלע דײַנע גאַסן;דײַן פֿאָלק װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען. און דײַנע שטאַרקע זײַלשטײנערװעלן צו דער ערד נידערן. /26:12 און זײ װעלן ראַבעװען דײַן פֿאַרמעג, און רױבן דײַן סחורה;און זײ װעלן צעשטערן דײַנע מױערן, און דײַנע גלוסטיקע הײַזער װעלן זײ צעברעכן;און דײַנע שטײנער און דײַנע האָלצן און דײַן ערדװעלן זײ אין מיטן װאַסער אַהינטאָן. /26:13 און איך װעל מאַכן אױפֿהערןדעם טומל פֿון דײַנע געזאַנגען, און דער קָול פֿון דײַנע האַרפֿןװעט מער ניט געהערט װערן. /26:14 און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז, אױף אױסשפּרײטן נעצן װעסטו זײַן;װעסט מער ניט אָפּגעבױט װערן;װאָרום איך יהוה האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר.

/26:15 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו צור:פֿאַר װאָר פֿון דעם קלאַפּ פֿון דײַן פֿאַלן, װען דערשלאָגענע קרעכצן, װען הרוּגים װערן געהרגעט אין דיר, װעלן ציטערן די אינדזלען. /26:16 און נידערן פֿון זײערע טראָנעןװעלן אַלע פֿירשטן פֿון ים, און זײ װעלן אױסטאָן זײערע מאַנטלען, און זײערע געשטיקטע קלײדער װעלן זײ אַראָפּציִען;ציטערניש װעלן זײ אָנטאָן, אױף דער ערד װעלן זײ זיצן, און אױפֿציטערן װעלן זײ אַלע רגע, און באַנומען װערן פֿון װעגן דיר. /26:17 און זײ װעלן אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג, און װעלן זאָגן צו דיר:װי ביסטו אונטערגעגאַנגען, דו באַזעצטע בײַ ימען, דו גערימטע שטאָט, װאָס איז געװען שטאַרק אױפֿן ים, זי און אירע באַװױנער, װאָס האָבן געװאָרפֿן זײער שרעקאױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד !/26:18 אַצונד ציטערן די אינדזלעןאין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן;יאָ, די אינדזלען װאָס אין יםזײַנען דערשראָקן פֿון דײַן אױסלאָזן. /26:19 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װען איך מאַך דיך אַ פֿאַרװיסטע שטאָט, װי שטעט װאָס װערן ניט באַװױנט, װען איך ברענג-אױף דיר דעם תּהָום, און די גרױסע װאַסערן װעלן דיך באַדעקן, /26:20 װעל איך דיך נידערן מיט די גענידערטע אין גרוב, מיט דעם פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן, און איך װעל דיך באַזעצן אין אונטערערד, װי די חורבֿות פֿון פֿאַרצײַטן, מיט די גענידערטע אין גרוב, כּדי דו זאָלסט ניט באַזעצט װערן;און איך װעל געבן פּראַכט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.

/26:21 פֿאַר אַ שרעקעניש װעל איך דיך מאַכן, און װעסט מער ניט זײַן, און װעסט געזוכט װערן, און מער ניט געפֿונען װערן אױף אײביק, זאָגט גאָט דער האַר.

/27:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/27:2 און דו מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף צור, /27:3 און זאָלסט זאָגן צו צור, װאָס זיצט בײַ די אײַנגאַנגען פֿון ים, װאָס האַנדלט מיט פֿעלקער אין אינדזלען פֿיל:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:צור, דו האָסט געזאָגט:איך בין פֿאַרפֿול אין שײנקײט. /27:4 אין האַרצן פֿון די ימען זײַנען דײַנע געמאַרקן, דײַנע בױערס האָבן דײַן שײנקײט פֿאַרפֿולט. /27:5 פֿון ציפּרעסן פֿון שׂנירהאָבן זײ דיר אַלע ברעטער געבױט;צעדער פֿון לבֿנון האָבן זײ גענומעןצו מאַכן מאַסטן פֿאַר דיר. /27:6 פֿון אײכנבײמער פֿון בשןהאָבן זײ דײַנע רודערס געמאַכט;דײַן דעק האָבן זײ געמאַכטפֿון עלפֿנבײן מיט בוקסנהאָלץפֿון די אינדזלען פֿון די כִּתּים. /27:7 לײַנען מיט שטיקערײַ פֿון מצרַיִםאיז דײַן זאַגל געװען, דיר צו זײַן פֿאַר אַ פֿאָן;בלאָ און פּורפּל פֿון די אינדזלען פֿון אֵלישָהאיז דײַן איבערדעק געװען. /27:8 די באַװױנער פֿון צידון און אַרוַדזײַנען דיר רודערערס געװען;דײַנע קלוגע לײַט, צור, זײַנען אין דיר געװען, זײ זײַנען דײַנע שיפֿפֿירער געװען. /27:9 די עלטסטע פֿון גבֿל און אירע קלוגע לײַטזײַנען אין דיר געװען דײַנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער;אַלע שיפֿן פֿון ים מיט זײערע שיפֿלײַטזײַנען אין דיר געװען, צו האַנדלען דײַן האַנדל. /27:10 פָּרַס און לוד און פּוּט זײַנען אין דײַן חיל געװען, דײַנע לײַט פֿון מלחמה;פּאַנצער און קיװער האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אין דיר, זײ האָבן דיר שײנקײט געגעבן. /27:11 די זין פֿון אַרוַד און חֵילֵךאױף דײַנע מױערן רונד אַרום, און די גַמָדיםזײַנען אין דײַנע טורעמס געװען;זײערע שילדן האָבן זײ אױפֿגעהאַנגעןאױף דײַנע מױערן רונד אַרום;זײ האָבן דײַן שײנקײט פֿאַרפֿולט. /27:12 תַּרְשִיש איז דײַן סוֹחר געװען, פֿון װעגן דער פֿילקײט פֿון אַלערלײ גוטס;מיט זילבער, אײַזן, צין, און בלײַ, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. /27:13 יָוֶן, תּובֿל, און מֶשֶך, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען;נפֿשות פֿון מענטשן און קופּערנע כּליםהאָבן זײ דיר אין האַנדל געגעבן. /27:14 פֿון דעם הױז פֿון תּוגַרמֶהפֿערד און רײַטער און מױלאײזלעןהאָט מען פֿאַר דײַנע סחורות געגעבן. /27:15 די זין פֿון דדָן זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען;פֿיל אינדזלען זײַנען געװען די סחורה פֿון דײַן האַנט;הערנער פֿון עלפֿנבײן און עבנהאָלץהאָבן זײ דיר אָפּגאָב געבראַכט. /27:16 ארם איז דײַן סוֹחר געװען, פֿון װעגן פֿיל געשעפֿטן דײַנע;מיט גאַרפֿונקל, פּורפּל, און שטיקערײַ, און פֿײַנלײַנען, און קאַרעלן, און רובין, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. /27:17 יהוּדה און דאָס לאַנד פֿון ישׂראל, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען;װײץ פֿון מנית, און זיסװאַרג, און האָניק און אײל, און באַלזאַם, האָבן זײ דיר אין האַנדל געגעבן. /27:18 דמשׂק איז דײַן סוֹחר געװען, צוליב די פֿיל געשעפֿטן דײַנע, פֿון װעגן דער פֿילקײט פֿון אַלערלײ גוטס, אין װײַן פֿון חֶלבון, און װײַסער װאָל. /27:19 וְדָן און יָוֶן האָבן געגעבן געשפּינס פֿאַר דײַנע סחורות;שמידאײַזן, קאַנײל, און געװירצראָרזײַנען געװען אין דײַן האַנדל. /27:20 דדָן האָט געהאַנדלט מיט דיראין טײַערע בגדים צום רײַטן. /27:21 עַרָבֿ און אַלע פֿירשטן פֿון קֵדר, זײ זײַנען די סָוחרים פֿון דײַן האַנט געװען;אין לעמער, און װידערס, און בעק, דערין זײַנען זײ דײַנע סָוחרים געװען. /27:22 די האַנדלסלײַט פֿון שבֿא און רַעמָה, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען;מיטן בעסטן פֿון אַלערלײ בשׂמים, און מיט אַלערלײ טײַער געשטײן, און גאָלד, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. /27:23 חרן און כַּנֵה און עדן, די האַנדלסלײַט פֿון שבֿא –אשור איז װי דײַן תַּלמיד אין האַנדל געװען. /27:24 זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען אין פּראַכטצײגן, אין בלאָע מאַנטלען און שטיקערײַ, און אין קאַסטנס מיט פֿאַרביקע טוכן, פֿאַרבונדן מיט שטריק, און באַפֿעסטיקט – אױף דײַן מאַרק. /27:25 די שיפֿן פֿון תַּרְשִישהאָבן דיר דײַן האַנדל געבראַכט. און האָסט זיך אָנגעפֿילט, און ביסט זײער שװער געװען, אין האַרץ פֿון די ימען. /27:26 אין גרױסע װאַסערןהאָבן דיך דײַנע רודערערס געבראַכט;דער מזרח-װינט האָט דיך צעבראָכןאין האַרצן פֿון די ימען. /27:27 דײַן גוטס און דײַנע סחורות, דײַן האַנדל, דײַנע שיפֿלײַט, און דײַנע שיפֿפֿירער, דײַנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער, און די הענדלער פֿון דײַן האַנדל, און אַלע דײַנע מלחמה-לײַט װאָס אין דיר, און מיט אַל דײַן געזעמל װאָס אין דײַן מיט, װעלן אַרײַנפֿאַלן אין האַרצן פֿון די ימען, אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן. /27:28 פֿון דעם װײגעשרײ פֿון דײַנע שיפֿפֿירערװעלן שטורעמען די אינדן. /27:29 און נידערן װעלן פֿון זײערע שיפֿןאַלע װאָס האַלטן אַ רודער;די שיפֿלײַט, אַלע שיפֿפֿירער, װעלן אױף דער ערד בלײַבן שטײן. /27:30 און זײ װעלן מאַכן הערן זײער קָול װעגן דיר, און שרײַען װעלן זײ ביטער;און זײ װעלן אַרױפֿטאָן שטױב אױף זײערע קעפּ, אין אַש װעלן זײ זיך קײַקלען. /27:31 און מאַכן אַ פּליך װעלן זײ נאָך דיר, און אָנגורטן זאַקקלײדער װעלן זײ, און װײנען װעלן זײ אױף דיר מיט אַ ביטער געמיט, אַ קלאָגעניש אַ ביטערע. /27:32 און אין זײער יאָמער װעלן זײ אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג, און קלאָגן װעלן זײ אױף דיר:װער איז װי צור געװעןפֿאַראַנקערט אין מיטן פֿון ים!/27:33 װען דײַנע סחורות פֿלעגן פֿון די ימען אַרױס, האָסטו פֿיל פֿעלקער אָנגעזעט;מיט דײַן פֿיל גוטס און דײַן האַנדלהאָסטו רײַך געמאַכט די מלכים פֿון דער ערד. /27:34 אַצונד אַז דו ביסט צעבראָכן פֿון די ימען, אין די טיפֿענישן פֿון די װאַסערן, אַז דײַן האַנדל און אַל דײַן געזעמלזײַנען געפֿאַלן אין דײַן מיט, /27:35 װערן אַלע באַװױנער פֿון די אינדזלעןבאַנומען איבער דיר, און זײערע מלכים שױדערן אַ שױדער;זײער פּנים איז צערודערט. /27:36 די סָוחרים צװישן די פֿעלקערשמוצערן אױף דיר;אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרןאון ביסט אױף אײביק ניטאָ.

/28:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/28:2 מענטשנקינד, זאָג צו דעם פֿירשט פֿון צור:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן, און דו האָסט געזאָגט: אַ גאָט בין איך, די זיצונג פֿון געטער טו איך זיצןאין האַרצן פֿון די ימען;און ביסט דאָך אַ מענטש און ניט אַ גאָט, נאָר האָסט געמאַכט דײַן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אַ גאָט:/28:3 ביסט דאָך מער חכם פֿון דניאלן, קײן פֿאַרבאָרגעניש האָט מען פֿון דיר ניט פֿאַרהױלן!/28:4 מיט דײַן גרױס חכמה און מיט דײַן שׂכלהאָסטו דיר אָנגעשאַפֿט אַ פֿאַרמעג, און אָנגעשאַפֿט גאָלד און זילבער אין דײַנע אוֹצרות. /28:5 מיט דײַן גרױס חכמה, מיט דײַן האַנדל, האָסטו געמערט דײַן פֿאַרמעג!און דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן דײַן פֿאַרמעג. /28:6 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײַל דו האָסט געמאַכט דײַן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אַ גאָט, /28:7 דרום זע, איך ברענג אױף דיר פֿרעמדע, די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער;און זײ װעלן אַרױסציִען זײערע שװערדןאױף דײַן שײנער חכמה, און זײ װעלן פֿאַרשװעכן דײַן גלאַנץ. /28:8 אין גרוב װעלן זײ דיך נידערן, און דעם טױט פֿון אַ דערשלאָגענעם װעסטו שטאַרבן, אין האַרצן פֿון די ימען. /28:9 װעסטו דען זאָגן פֿאַר דײַן טײטער:אַ גאָט בין איך?װען אַ מענטש און ניט אַ גאָט װעסטו זײַןאין דער האַנט פֿון דײַן דערשלאָגער. /28:10 דעם טױט פֿון אומבאַשניטענע װעסטו שטאַרבן, דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;װאָרום איך האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר.

/28:11 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/28:12 מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף דעם מלך פֿון צור, און זאָלסט זאָגן צו אים:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַ געצירקלטער זיגלרינג ביסטו געװען, פֿול מיט חכמה און פֿאַרפֿול אין שײנקײט. /28:13 אין עדן דעם גאָרטן פֿון גאָט ביסטו געװען;אַלערלײ טײַער געשטײן איז דײַן צודעק געװען;רובין, טאָפּאַז, און דימענט, גאָלדשטײן, אָניקל, און יאַשפּיז, סאַפּירשטײן, גאַרפֿונקל, און שמאָראַק, און גאָלד, דײַנע געפּײַקלטע און געלעכלטע אַרבעט, זײַנען אין טאָג פֿון דײַן באַשאַפֿן װערןגעװען אָנגעברײט אין דיר. /28:14 אַ כּרובֿ אַ ברײטשירעמענדיקער ביסטו געװען;און איך האָב דיך אַרױפֿגעזעצט, ביז דו ביסט אױף גאָטס הײליקן באַרג געװען;צװישן פֿײַערשטײנער ביסטו אומגעגאַנגען. /28:15 גאַנץ ביסטו געװען אין דײַנע װעגן, פֿון דעם טאָג פֿון דײַן באַשאַפֿן װערן, ביז אומרעכט איז געפֿונען געװאָרן אין דיר. /28:16 דורך דײַן גרױס האַנדלשאַפֿטהאָט מען דיך אָנגעפֿילט אינעװײניק מיט רױבונג, און ביסט זינדיק געװאָרן;דרום האָב איך דיך פֿאַרשװעכט פֿון גאָטס באַרג, און דיך אונטערגעבראַכט, דו שירעמענדיקער כּרובֿ, פֿון צװישן די פֿײַערשטײנער. /28:17 דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן דײַן שײנקײט, האָסט פֿאַרדאָרבן דײַן חכמה איבער דײַן גלאַנץ;האָב איך דיך אױף דער ערד געװאָרפֿן, פֿאַר די מלכים דיך געגעבן, צו קוקן אױף דיר. /28:18 דורך דײַנע פֿיל זינד, מיט דעם אומרעכט פֿון דײַן האַנדל, האָסטו פֿאַרשװעכט דײַנע הײליקטומען;דרום האָב איך געמאַכט אַרױסגײן פֿון דיר אַ פֿײַערװאָס האָט דיך פֿאַרצערט, און איך האָב דיך געמאַכט צו אַש אױף דער ערד, פֿאַר די אױגן פֿון אַלע װאָס זעען דיך. /28:19 אַלע װאָס קענען דיך צװישן די פֿעלקערװערן באַנומען איבער דיר;אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן, און ביסט אױף אײביק ניטאָ.

/28:20 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/28:21 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו צידון, און זאָג נבֿיאות אױף איר;/28:22 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום אױף דיר, צידון, און איך װעל געערלעכט װערן צװישן דיר;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך טו אַ משפּט אין איר, און איך װעל געהײליקט װערן אין איר. /28:23 און איך װעל אָנשיקן אױף איר פּעסטאון בלוט אין אירע גאַסן, און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיטפֿון דער שװערד װאָס אױף איר פֿון רונד אַרום;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה. /28:24 און מער װעט ניט זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראלאַ שטעכיק װילדגעװעקס, און אַ שמאַרציקער דאָרן, פֿון אַלע זײערע אַרומיקע װאָס פֿאַראַכטן זײ;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין גאָט יהוה.

/28:25 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װען איך זאַמל אײַן דאָס הױז פֿון ישׂראלפֿון די אומות װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן ציװשן זײ, װעל איך געהײליקט װערן דורך זײאין די אױגן פֿון די פֿעלקער;/28:26 און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערדװאָס איך האָב געגעבן צו מײַן קנעכט, צו יעקבֿן. און זײ װעלן זיצן אױף איר אין זיכערקײט, און זײ װעלן בױען הײַזער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער;יאָ, זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, װען איך טו אַ משפּט אױף אַלעװאָס פֿאַראַכטן זײ פֿון רונד אַרום זײ;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה זײער גאָט.


/29:1 אין צענטן יאָר, אין צענטן חודש, אין צװעלפֿטן טאָג פֿון חודש איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/29:2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו פּרעה דעם מלך פֿון מצרַיִם, און זאָג נבֿיאות אױף אים, און אױף מצרַיִם אין גאַנצן;/29:3 רעד, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום אױף דיר פּרעה, מלך פֿון מצרַיִם, דער גרױסער קראָקאָדיל, װאָס הױערט אין זײַנע טײַכן, װאָס זאָגט: מיר געהערט מײַן טײַך, און איך האָב אים מיר געמאַכט. /29:4 און איך װעל אַרײַנטאָן רינגען אין דײַנע קינבאַקן, און װעל באַהעפֿטן די פֿיש פֿון דײַנע טײַכן אָן דײַנע שופּן;און איך װעל דיך אױפֿברענגען פֿון דײַנע טײַכן, מיט אַלע פֿיש פֿון דײַנע טײַכןװאָס װעלן אָן דײַנע שופּן באַהעפֿט זײַן. /29:5 און איך װעל דיך אַװעקװאַרפֿן אין מדבר, דיך מיט אַלע פֿיש פֿון דײַנע טײַכן;אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעסטו זיך װאַלגערן, ניט אױפֿגעזאַמלט און ניט אױפֿגעקליבן װעסטו װערן;צו דער חיה פֿון דער ערד, און צום פֿױגל פֿון הימל, האָב איך דיך געגעבן פֿאַר אַ שפּײַז. /29:6 און אַלע באַװױנער פֿון מצרַיִם װעלן װיסןאַז איך בין יהוה;װײַל זײ זײַנען געװען אַ שטעקן פֿון ראָר, פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל. /29:7 אַז זײ האָבן דיך אָנגענומען אין האַנט, פֿלעגסטו זיך צעשפּאַלטן, און זײ דעם גאַנצן אַקסל צערײַסן;און אַז זײ האָבן זיך אָנגעלענט אױף דיר, פֿלעגסטו זיך צעברעכן, און זײ די גאַנצע לענדן לײמען.

/29:8 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך ברענג אױף דיר אַ שװערד, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר מענטשן און בהמות. /29:9 און דאָס לאַנד מצרַיִם װעט זײַן װיסט און חרובֿ, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה;װײַל ער האָט געזאָגט: דער טײַך געהערט מיר, און איך האָב אים געמאַכט. /29:10 דרום זע, איך קום צו דיר, און צו דײַנע טײַכן, און װעל מאַכן דאָס לאַנד מצרַיִם פֿאַר חורבֿות, אַ חרובֿ װיסטעניש, פֿון מִגדול ביז סוֵנֵה, און ביז דעם געמאַרק פֿון כּוּש. /29:11 ניט דורכגײן װעט אַ פֿוס פֿון אַ מענטשן אין איר, און ניט אַ פֿוס פֿון אַ בהמה װעט דורכגײן אין איר, און זי װעט ניט זײַן באַװױנט פֿערציק יאָר. /29:12 און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד מצרַיִםאַ װיסטעניש צװישן פֿאַרװיסטע לענדער, און אירע שטעט, צװישן חרבֿע שטעט, װעלן זײַן אַ װיסטעניש פֿערציק יאָר;און איך װעל צעשפּרײטן מצרַיִם צװישן די פֿעלקער, און װעלן זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער.

/29:13 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:צום סָוף פֿון פֿערציק יאָר, װעל איך אײַנזאַמלען מצרַיִםפֿון די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין. /29:14 און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מצרַיִם, און װעל זײ צוריקקערן קײן לאַנד פַּתרוס, אין דעם לאַנד פֿון זײער אָפּשטאַמונג;און זײ װעלן דאָרטן זײַן אַ שָפֿלע מלוכה. /29:15 די שָפֿלסטע פֿון די מלוכות װעט זי זײַן, און זי װעט זיך מער ניט איבערנעמען איבער די פֿעלקער;און איך װעל זײ פֿאַרמינערן, ניט צו געװעלטיקן איבער די פֿעלקער. /29:16 און זײ װעלן מער ניט זײַן דעם הױז פֿון ישׂראלפֿאַר אַ פֿאַרזיכערונג װאָס מאַכט דערמאָנען זינד, װען זײ קערן זיך נאָך זײ;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין גאָט יהוה.

/29:17 און עס איז געװען אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/29:18 מענטשנקינד, נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿלהאָט געמאַכט זײַן חיל דינען אַ שװערן דינסט אַקעגן צור;איטלעכער קאָפּ איז אױסגעקראָכן, און איטלעכער אַקסל איז אָפּגעריבן;און שׂכַר האָט ער ניט געקראָגןפֿאַר זיך און פֿאַר זײַן חיל פֿון צורפֿאַר דעם דינסט װאָס ער האָט געדינט אַקעגן איר. /29:19 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:זע, איך גיב נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל דאָס לאַנד מצרַיִם, און ער װעט אַװעקטראָגן איר שפֿע, און רױבן איר זאַקרױב, און ראַבעװען איר רױב;און דאָס װעט זײַן דער שׂכַר פֿאַר זײַן חיל. /29:20 פֿאַר זײַן לױן װאָס ער האָט אום דעם געדינט, האָב איך אים געגעבן דאָס לאַנד מצרַיִם, װײַל זײ האָבן געאַרבעט פֿאַר מיר, זאָגט גאָט דער האַר.

/29:21 אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן שפּראָצןדעם האָרן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, און דיר װעל איך געבן אַן אָפֿן מױל צװישן זײ;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/30:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/30:2 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:יאָמערט: װײ איבער דעם טאָג!/30:3 װאָרום נאָנט איז דער טאָג, יאָ, נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט;אַ טאָג פֿון װאָלקן, די שטראָפֿצײַט פֿון די פֿעלקער װעט עס זײַן. /30:4 און אַ שװערד װעט קומען אױף מצרַיִם, און אַ ציטערניש װעט זײַן אין כּוּש, װען דערשלאָגענע פֿאַלן אין מצרַיִם;און מע װעט אַװעקנעמען איר שפֿע, און אירע גרונטפֿעסטן װעלן צעשטערט װערן. /30:5 כּוּש, און פּוּט, און לוד, און אַלע געמישטע פֿעלקער, און כּוּבֿ, און די קינדער פֿון דעם לאַנד פֿון בונד, װעלן מיט זײ דורכן שװערד פֿאַלן.

/30:6 אַזױ האָט גאָט געזאָגט:פֿאַלן װעלן אױך די אונטערלענער פֿון מצרַיִם, און נידערן װעט איר שטאָלצע מאַכט;פֿון מִגדול ביז סוֵנֵה װעלן זײ פֿאַלן דורכן שװערד אין איר, זאָגט גאָט דער האַר. /30:7 און זײ װעלן פֿאַרװיסט זײַן צװישן פֿאַרװיסטע לענדער, און זײַנע שטעט װעלן זײַן צװישן חרבֿע שטעט. /30:8 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך מאַך אַ פֿײַער אין מצרַיִם, און אַלע אירע העלפֿער װעלן צעבראָכן װערן. /30:9 אין יענעם טאָג װעלן שלוחים אַרױסגײן פֿון איר אין שיפֿן, אױפֿצושרעקן כּוּש די זיכערע;און אַ ציטערניש װעט זײַן בײַ זײ װי אין טאָג פֿון מצרַיִם;װאָרום זע, עס קומט!

/30:10 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:איך װעל אױך פֿאַרטיליקן דעם המון פֿון מצרַיִם, דורך דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל. /30:11 ער און זײַן פֿאָלק מיט אים, די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער, װערן געבראַכט אומצוברענגען דאָס לאַנד;און זײ װעלן אַרױסציִען זײערע שװערדן אױף מצרַיִם, און װעלן אָנפֿילן דאָס לאַנד מיט דערשלאָגענע. /30:12 און איך װעל מאַכן די טײַכן אַ טריקעניש, און װעל איבערענטפֿערן דאָס לאַנדאין דער האַנט פֿון שלעכטע;און איך װעל פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד מיט איר פֿולקײט, דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;איך יהוה האָב גערעדט.

/30:13 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:איך װעל אױך אונטערברענגען די אָפּגעטער, און װעל פֿאַרשטערן די געצן פֿון נוֹף;און קײן פֿירשט װעט מער ניט זײַן פֿון לאַנד מצרַיִם;און איך װעל מאַכן אַ מורא אין לאַנד מצרַיִם. /30:14 און איך װעל פֿאַרװיסטן פַּתרוס, און װעל מאַכן אַ פֿײַער אין צועַן, און טאָן אַ משפּט אין נוא. /30:15 און איך װעל אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף סין, דער פֿעסטונג פֿון מצרַיִם;און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם המון פֿון נוא. /30:16 און איך װעל מאַכן אַ פֿײַער אין מצרַיִם;דרײען אין װײטאָג װעט זיך דרײען סין, און נוא װעט אײַנגעבראָכן װערן, און אױף נוֹף װעלן קומען פֿײַנט בײַ טאָג. /30:17 די יונגעלײַט פֿון אוֹן און פּי-בֶסֶת װעלן דורכן שװערד פֿאַלן, און זײ װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן. /30:18 און אין תַּחפַּנחֵס װעט אױפֿהערן דער טאָג, װען איך צעברעך דאָרטן די יאָכשטאַנגען פֿון מצרַיִם;און איר שטאָלצע מאַכט װעט פֿאַרשטערט װערן אין איר;זי אַלײן װעט אַ װאָלקן באַדעקן, און אירע טעכטערשטעט װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן. /30:19 און איך װעל טאָן אַ משפּט אין מצרַיִם;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.

/30:20 און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין זיבעטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/30:21 מענטשנקינד, איך האָב צעבראָכן דעם אָרעםפֿון פּרעה דעם מלך פֿון מצרַיִם, און זע, ער איז ניט פֿאַרבונדן געװאָרןצו ברענגען אַ רפֿואה דורך אַרױפֿטאָן אַ װיקלבאַנד, אים צו פֿאַרבינדן, ער זאָל װערן שטאַרקצו האַלטן אַ שװערד. /30:22 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום צו פּרעה דעם מלך פֿון מצרַיִם, און װעל צעברעכן זײַנע אָרעמס, דעם געזונטן, און דעם צעבראָכענעם;און איך װעל מאַכן אַרױספֿאַלן די שװערד פֿון זײַן האַנט. /30:23 און איך װעל צעשפּרײטן מצרַיִם צװישן די פֿעלקער, און װעל זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער. /30:24 און איך װעל שטאַרקן די אָרעמס פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל. און װעל געבן מײַן שװערד אין זײַן האַנט;און איך װעל צעברעכן די אָרעמס פֿון פּרעהן, און ער װעט קרעכצן פֿאַר איםקרעכצן פֿון אַ דערשטאָכענעם. /30:25 און איך װעל שטאַרקן די אָרעמס פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און די אָרעמס פֿון פּרעהן װעלן אַראָפּפֿאַלן;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך גיב מײַן שװערד אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זײ אױסשטרעקן קעגן לאַנד מצרַיִם. /30:26 און איך װעל צעשפּרײטן מצרַיִם צװישן די פֿעלקער, און װעל זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/31:1 און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין דריטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/31:2 מענטשנקינד, זאָג צו פּרעה דעם מלך פֿון מצרַיִם, און צו זײַן המון:צו װעמען גלײַכסטו זיך אין דײַן גרױסקײט?/31:3 זע, אשור איז געװען אַ צעדער אין לבֿנון, מיט שײנע צװײַגן, און שאָטנדיקן געװעלד, און הױך אין װוּקס;און צװישן געדיכטענישן איז געװען זײַן שפּיץ. /31:4 װאַסער האָט אים אױפֿגעצױגן, דער תּהָום האָט אים אױפֿגעבראַכט;זײַנע שטראָמען, זײ פֿלעגן גײןרונד אַרום זײַן פֿלאַנצונג, און זײַנע גראָבנס האָט ער צעשיקטצו אַלע בײמער פֿון פֿעלד. /31:5 דרום איז זײַן װוּקס געװען העכערפֿון אַלע בײמער פֿון פֿעלד, און זײַנע צװײַגן האָבן זיך געמערט, און זײַנע ריטער זײַנען לאַנג געװאָרן, פֿון פֿיל װאַסער בײַ זײַן אױסװאַקסן. /31:6 אין זײַנע צװײַגן האָבן גענעסטאַלע פֿױגלען פֿון הימל, און אונטער זײַנע ריטער האָבן געבאָרןאַלע חיות פֿון פֿעלד;און אין זײַן שאָטן פֿלעגן זיצןאַלע גרױסע פֿעלקער. /31:7 און ער איז שײן געװען אין זײַן גרױסקײט, אין דער לענג פֿון זײַנע צװײַגן;װאָרום זײַן װאָרצל איז געװעןבײַ װאַסער אַ סך. /31:8 די צעדערן אין גאָרטן פֿון גאָטהאָבן אים ניט פֿאַרטונקלט;ציפּרעסן זײַנען ניט גלײַך געװעןצו די צװײַגן זײַנע;און פּלאַטאַנענבײמער זײַנען ניט געװעןאַזױ װי די ריטער זײַנע;קײן בױם אין גאָרטן פֿון גאָטאיז ניט גלײַך געװען צו אים אין זײַן שײנקײט. /31:9 שײן האָב איך אים געמאַכטמיט זײַנע פֿיל צװײַגן, און אים האָבן מקנא געװעןאַלע בײמער פֿון עדן װאָס אין גאָרטן פֿון גאָט. /31:10 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:װײַל דו ביסט געװען הױך אין װוּקס;און ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן, און זײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן זײַן הײך, /31:11 דרום װעל איך אים געבן אין דער האַנטפֿון דעם מאַכטיקסטן פֿון די פֿעלקער;רעכענען װעט ער זיך רעכענען מיט אים;פֿאַר זײַן שלעכטיקײט טו איך אים פֿאַרטרײַבן. /31:12 און אים שנײַדן אָפּ פֿרעמדע, די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער, און זײ װאַרפֿן אים אַװעק;אױף אַלע בערג און אין אַלע טאָלןפֿאַלן זײַנע צװײַגן, און זײַנע ריטער ליגן צעבראָכןאין אַלע גראָבנס פֿון דער ערד;און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערדנידערן פֿון זײַן שאָטן, און פֿאַרלאָזן אים. /31:13 אױף זײַן געפֿאַלענעם שטאַם רוען אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און אױף זײַנע ריטער זײַנען אַלע חיות פֿון פֿעלד;/31:14 כּדי קײן בײמער בײַם װאַסערזאָלן זיך ניט גרײסן מיט זײער װוּקס, און ניט אױסשטרעקן זײער שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן;און עס זאָלן ניט שטײן אין זײער הײך זײערע מאַכטיקע, אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער;װאָרום זײ אַלע זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן צום טױט, צו דער אונטערשטער ערד, צװישן די קינדער פֿון מענטשן, צו די גענידערטע אין גרוב. /31:15 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אין דעם טאָג װאָס ער האָט גענידערט אין אונטערערד, האָב איך געמאַכט טרױערן, האָב איך צוגעדעקטדעם תּהָום װעגן אים, און איך האָב פֿאַרמיטן זײַנע טײַכן, און פֿאַרהאַלטן געװאָרן זײַנען די גרױסע װאַסערן; און איך האָב געמאַכט פֿינצטער װעגן אים דעם לבֿנון, און אַלע בײמער פֿון פֿעלד האָבן געחלשט װעגן אים. /31:16 מיט דעם הילך פֿון זײַן פֿאַלןהאָב איך אױפֿגעשטורעמט די פֿעלקער, װען איך האָב אים געמאַכט נידערן אין אונטערערדמיט די גענידערטע אין גרוב. און זיך געטרײסט אין דער אונטערשטער ערדהאָבן אַלע בײמער פֿון עדן, די געקליבנסטע און בעסטע פֿון לבֿנון, אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער. /31:17 זײ אױך האָבן מיט אים גענידערט אין אונטערערד, צו די דערשלאָגענע פֿון שװערד –די װאָס זײַנען זײַן אָרעם געװען, װאָס זײַנען געזעסן אין זײַן שאָטן צװישן די פֿעלקער. /31:18 צו װעמען אַזױנס גלײַכסטו זיך אין כּבֿוד און אין גרױסקײטצװישן די בײמער פֿון עדן?אָבער װעסט גענידערט װערן מיט די בײמער פֿון עדןאין דער אונטערשטער ערד;צװישן אומבאַשניטענע װעסטו ליגן, מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד;ער, פּרעה, און זײַן גאַנצער המון, זאָגט גאָט דער האַר.


/32:1 און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר, אין צװעלפֿטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/32:2 מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף פּרעהדעם מלך פֿון מצרַיִם, און זאָלסט זאָגן צו אים:צו אַ יונגלײב פֿון די פֿעלקער האָסטו זיך געגליכן;און ביסט געװען װי אַ קראָקאָדיל אין די ימען, און האָסט זיך געפּליושקעט אין דײַנע טײַכן, און מיט דײַנע פֿיס האָסטו די װאַסערן צעמישט, און צעקױטיקט זײערע טײַכן. /32:3 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דרום װעל איך אױסשפּרײטן אױף דיר מײַן נעץ, מיט אַן אײַנזאַמלונג פֿון פֿיל פֿעלקער, און זײ װעלן דיך אױפֿברענגען אין מײַן פֿאַנגנעץ. /32:4 און איך װעל דיך אַװעקװאַרפֿן אױף דער ערד, אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעל איך דיך אַװעקשלײַדערן;און איך װעל מאַכן רוען אױף דיר אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און װעל אָנזעטן מיט דיר אַלע חיות פֿון דער ערד. /32:5 און איך װעל אַהינטאָן דײַן פֿלײש אױף די בערג, און װעל אָנפֿילן די טאָלן מיט דײַן װערעמדיקײט. /32:6 און איך װעל אָנטרינקען דאָס לאַנד מיט דײַן אײטער, מיט דײַן בלוט ביז די בערג;און די גראָבנס װעלן אָנגעפֿילט װערן מיט דיר. /32:7 און װען איך לעש דיך אױס, װעל איך צודעקן די הימלען, און װעל פֿינצטער מאַכן זײערע שטערן;די זון, זי װעל איך מיט אַ װאָלקן פֿאַרדעקן, און די לבֿנה װעט ניט לײַכטן איר ליכט. /32:8 אַלע ליכטיקע ליכטער אין הימל, זײ װעל איך מאַכן פֿינצטער איבער דיר, און איך װעל געבן אַ חושך אױף דײַן לאַנד, זאָגט גאָט דער האַר. /32:9 און איך װעל פֿאַראומערן דאָס האַרץ פֿון פֿיל פֿעלקער, װען איך ברענג דײַן בראָך צװישן די פֿעלקער, אין לענדער װאָס דו קענסט זײ ניט. /32:10 און איך װעל מאַכן באַנומען װערן װעגן דיר פֿיל פֿעלקער, און זײערע מלכים װעלן שױדערן אַ שױדער װעגן דיר, װען איך פֿאָך מײַן שװערד פֿאַר זײער פּנים;און זײ װעלן ציטערן אַלע רגע, איטלעכער פֿאַר זײַן לעבן, אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן. /32:11 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:די שװערד פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעט קומען אױף דיר. /32:12 דורך די שװערדן פֿון גיבורים װעל איך מאַכן פֿאַלן דײַן המון;די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער זײַנען זײ אַלע;און זײ װעלן פֿאַרװיסטן דעם שטאָלץ פֿון מצרַיִם, און פֿאַרטיליקט װערן װעט איר גאַנצער המון. /32:13 און איך װעל אונטערברענגען אַלע אירע בהמות פֿון לעבן די פֿיל װאַסערן;און זײ װעט מער ניט צעמישן אַ פֿוס פֿון אַ מענטשן, און קלױען פֿון אַ בהמה װעלן זײ ניט צעמישן. /32:14 דענצמאָל װעל איך מאַכן אָפּשטײן זײערע װאַסערן, און זײערע טײַכן װעל איך װי בױמל מאַכן גײן, זאָגט גאָט דער האַר, /32:15 װען איך מאַך דאָס לאַנד מצרַיִם אַ װיסט און װיסטעניש, אַ לאַנד אָן איר פֿולקײט, װען איך שלאָג אַלע װױנער אין איר;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.

/32:16 אַ קלאָגליד איז דאָס, און קלאָגן װעט מען עס;די טעכטער פֿון די פֿעלקער װעלן עס קלאָגן;אױף מצרַיִם און אױף איר גאַנצן המון װעלן זײ עס קלאָגן, זאָגט גאָט דער האַר.

/32:17 און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/32:18 מענטשנקינד, יאָמער אױף דעם המון פֿון מצרַיִם, און מאַך זײ נידערן –זי מיט די טעכטער פֿון מאַכטיקע פֿעלקער, אין דער אונטערשטער ערד, מיט די גענידערטע אין גרוב. /32:19 פֿון װעמען ביסטו בעסער?נידער אַראָפּ, און װער געלײגט מיט די אומבאַשניטענע. /32:20 צװישן דערשלאָגענע פֿון שװערד זאָלן זײ פֿאַלן;צו דער שװערד איז זי איבערגעגעבן געװאָרן;שלעפּט זי אַראָפּ מיט איר גאַנצן המון. /32:21 די שטאַרקסטע גיבורים װעלן רעדןפֿון אים מיט זײַנע העלפֿער פֿון מיטן דער אונטערערד;זײ האָבן גענידערט, זיך געלײגט, די אומבאַשניטענע, דערשלאָגענע פֿון שװערד. /32:22 דאָרטן איז אשור מיט איר גאַנצן געזעמל –רונד אַרום איר אירע קבֿרים;אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד –/32:23 װאָס אירע קבֿרים זײַנען פֿאַרלײגט אין די עקן פֿון גרוב, און איר געזעמל איז רונד אַרום איר קבֿר;אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד, װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן אַ שרעקאין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. /32:24 דאָרטן איז אֵלֶם מיט איר גאַנצן המוןרונד אַרום איר קבֿר;אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד, װאָס האָבן גענידערט אומבאַשניטענעאין דער אונטערשטער ערד, װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעקאין לאַנד פֿון די לעבעדיקע, און זײ טראָגן זײער שאַנדמיט די גענידערטע אין גרוב. /32:25 צװישן דערשלאָגענע האָט מען איר אַ געלעגער געגעבןמיט איר גאַנצן המון;רונד אַרום איר אירע קבֿרים;אַלע אומבאַשניטענע, דערשלאָגן פֿון שװערד;װײַל זײער שרעק איז געװען אָנגעװאָרפֿןאין לאַנד פֿון די לעבעדיקע, דרום טראָגן זײ זײער שאַנדמיט די גענידערטע אין גרוב;צװישן געשלאָגענע זײַנען זײ געלײגט געװאָרן. /32:26 דאָרטן איז מֶשֶך, תּובֿל מיט איר גאַנצן המון;רונד אַרום איר אירע קבֿרים;אַלע אומבאַשניטענע, דערשלאָגן פֿון שװערד;װײַל זײ האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעקאין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. /32:27 און די געפֿאַלענע פֿון די אומבאַשניטענעװעלן ניט ליגן מיט די גיבוריםװאָס האָבן גענידערט אין אונטערערד מיט זײערע כּלי-מלחמה, און זײערע שװערדן האָט מען געלײגט אונטער זײערע קעפּ;װאָרום זײערע זינד זײַנען אױף זײער געבײן, װײַל דער שרעק פֿון די גיבוריםאיז געװען אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. /32:28 אױך דו װעסט צװישן אומבאַשניטענע צעבראָכן װערן, און ליגן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד. /32:29 דאָרטן איז אדום, אירע מלכים און אַלע אירע פֿירשטן, װאָס זײַנען בײַ אַל זײער גבֿורהגעלײגט געװאָרן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד;מיט אומבאַשניטענע ליגן זײ, און מיט די גענידערטע אין גרוב. /32:30 דאָרטן זײַנען די פֿירשטן פֿון צפֿון אַלע, און אַלע צידונים, װאָס האָבן גענידערט מיט דערשלאָגענע;בײַ אַל זײערע אָנשרעק דורך זײער גבֿורה זײַנען זײ פֿאַרשעמט;און זײ ליגן אומבאַשניטענע מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד, און טראָגן זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב. /32:31 זײ װעט פּרעה זען, און װעט זיך טרײסטן אױף זײַן גאַנצן המון, די דערשלאָגענע פֿון שװערד –פּרעה מיט זײַן גאַנצן חיל, זאָגט גאָט דער האַר. /32:32 װאָרום איך טו װאַרפֿן מײַן שרעקאין לאַנד פֿון די לעבעדיקע;און ער װעט געלײגט װערן צװישן אומבאַשניטענע, מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד –פּרעה מיט זײַן גאַנצן המון, זאָגט גאָט דער האַר.


/33:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /33:2 מענטשנקינד, רעד צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איך ברענג אַ שװערד אױף אַ לאַנד, און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד נעמט אַ מאַן פֿון צװישן זיך, און זײ מאַכן אים פֿאַר זײער װעכטער, /33:3 און ער זעט די שװערד קומען אױפֿן לאַנד, און ער בלאָזט אין שופֿר, און װאָרנט דאָס פֿאָלק, /33:4 און דער הערער הערט דעם קָול פֿון שופֿר, און ער לאָזט זיך ניט װאָרענען, און די שװערד קומט, און נעמט אים צו, װעט זײַן בלוט זײַן אױף זײַן קאָפּ. /33:5 דעם קָול פֿון שופֿר האָט ער געהערט, און ער לאָזט זיך ניט װאָרענען, װעט זײַן בלוט זײַן אױף אים; װאָרום אַז ער לאָזט זיך װאָרענען, װאָלט ער זײַן נפֿש געראַטעװעט. /33:6 אָבער אַז דער װעכטער זעט די שװערד קומען, און ער בלאָזט ניט אין שופֿר, און פֿאָלק װערט ניט געװאָרנט, און די שװערד קומט, און נעמט צו פֿון זײ אַ נפֿש, איז ער צוגענומען געװאָרן פֿאַר זײַנע זינד, אָבער זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דעם װעכטערס האַנט. /33:7 און דו מענטשנקינד, אַ װעכטער האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל, אַז װען דו װעסט הערן פֿון מײַן מױל אַ װאָרט, זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מיר. /33:8 אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: דו שלעכטער, שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט ניט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון זײַן װעג, װעט ער, דער שלעכטער, שטאַרבן פֿאַר זײַנע זינד, און זײַן בלוט װעל איך פֿון דײַן האַנט מאָנען. /33:9 אָבער אַז דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן פֿון זײַן װעג, זיך אומצוקערן פֿון אים, און ער האָט זיך ניט אומגעקערט פֿון זײַן װעג, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַנע זינד, און דו האָסט דײַן נפֿש מציל געװען.

/33:10 און דו מענטשנקינד, זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל: איר זאָגט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, אונדזערע פֿאַרברעכן און אונדזערע זינד זײַנען אױף אונדז, און דורך זײ גײען מיר אײַן, און װי קענען מיר לעבן? /33:11 זאָג צו זײ: אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אױב איך באַגער דעם טױט פֿון דעם שלעכטן, נײַערט אַז דער שלעכטער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַן װעג, און לעבן! קערט אײַך אום, קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן; און נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון ישׂראל?

/33:12 און דו מענטשנקינד, זאָג צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק: די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן װעט אים ניט מציל זײַן אין טאָג פֿון זײַן פֿאַרברעך, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן, דורך איר װעט ער ניט געשטרױכלט װערן אין דעם טאָג װאָס ער קערט זיך אום פֿון זײַן שלעכטיקײט; און דער װאָס איז אַ גערעכטער, קען דערפֿאַר ניט בלײַבן לעבן אין דעם טאָג װאָס ער זינדיקט. /33:13 אַז איך זאָג אױף דעם גערעכטן: לעבן װעט ער לעבן, און ער פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, װעלן אַלע זײַנע גערעכטיקײטן ניט דערמאָנט װערן, און פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, דערפֿאַר װעט ער שטאַרבן. /33:14 און אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, און ער קערט זיך אום פֿון זײַנע זינד, און טוט רעכט און גערעכטיקײט; /33:15 אַז דעם משכּון קערט דער שלעכטער אום, די גזלה באַצאָלט ער, אין די געזעצן פֿון לעבן גײט ער, ניט צו טאָן קײן אומרעכט – װעט ער געװיס לעבן, ער װעט ניט שטאַרבן. /33:16 אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, װעלן אים ניט דערמאָנט װערן; רעכט און גערעכטיקײט טוט ער, לעבן װעט ער לעבן. /33:17 און די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק זאָגן: ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט, װען זײער אײגענער װעג איז ניט ריכטיק. /33:18 אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער שטאַרבן דערפֿאַר. /33:19 און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער דערפֿאַר לעבן. /33:20 און איר זאָגט: ניט ריכטיק איז דער װעג פֿון גאָט; איטלעכן לױט זײַנע װעגן משפּט איך אײַך, הױז פֿון ישׂראל.

/33:21 און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אונדזער גלות, אין צענטן חודש, איז געקומען צו מיר אַן אַנטרונענער פֿון ירושלים, אַזױ צו זאָגן: די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן. /33:22 און די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף מיר אין אָװנט אײדער דער אַנטרונענער איז אָנגעקומען; און ער האָט געעפֿנט מײַן מױל אײדער ער איז אָנגעקומען צו מיר אין דער פֿרי; און מײַן מױל איז געבליבן אָפֿן, און איך בין מער ניט שטום געװען.

/33:23 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/33:24 מענטשנקינד, די װאָס זיצן אין די דאָזיקע חורבֿותאױף דער ערד פֿון ישׂראל, זאָגן, אַזױ צו זאָגן:אײנער איז געװען אבֿרהם, און ער האָט געאַרבט דאָס לאַנד, און מיר זײַנען פֿיל, איז אונדז דאָס לאַנד אװדאי געגעבן געװאָרן פֿאַר אַ ירושה. /33:25 דרום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:מיטן בלוט עסט איר, און אײַערע אױגן הײבט איר אױף צו אײַערע אָפּגעטער, און בלוט פֿאַרגיסט איר, און דאָס לאַנד װילט איר יַרשען?/33:26 איר זײַט געשטאַנען אױף אײַער שװערד, איר האָט געטאָן אומװערדיקײט, און אײנער דעם אַנדערנס װײַב האָט איר פֿאַראומרײניקט, און דאָס לאַנד װילט איר יַרשען?/33:27 אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַזױ װי איך לעב, אַז די װאָס אין די חורבֿות װעלן דורכן שװערד פֿאַלן, און דער װאָס אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אים גיב איך צו די חיות, אים צו פֿאַרצערן, און די װאָס אין די פֿעסטונגען און אין די הײלןװעלן פֿון פּעסט אױסשטאַרבן. /33:28 און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש, און פֿאַרשטערט װערן װעט איר שטאָלצע מאַכט, און די בערג פֿון ישׂראל װעלן זײַן װיסט אָן אַ דורכגײער. /33:29 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך מאַך דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש, פֿאַר אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן.

/33:30 און דו מענטשנקינד, די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק רעדן פֿון דיר, ביז די װענט, און אין די אײַנגאַנגען פֿון די הײַזער, און אײנער רעדט מיטן אַנדערן, איטלעכער מיט זײַן ברודער, אַזױ צו זאָגן:קומט אַקאָרשט, און הערט, װאָס איז דאָס װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון גאָט;/33:31 און זײ קומען צו דיר װי אַ צונױפֿקום פֿון פֿאָלק;און זײ זיצן פֿאַר דיר, װי כּלומרשט מײַן פֿאָלק, און זײ הערן צו דײַנע װערטער, אָבער זײ טוען זײ ניט;װאָרום מיט זײער מױל װײַזן זײ ליבשאַפֿט, בעת נאָך זײער גײַציקײט גײט זײער האַרץ. /33:32 און זע, ביסט בײַ זײ װי אַ ליבעלידלפֿון אײנעם װאָס האָט אַ שײן קָול, און שפּילט גוט;און זײ הערן צו דײַנע װערטער, אָבער זײ טוען זײ ניט. /33:33 אָבער װען עס קומט – זע, עס קומט –װעלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.


/34:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/34:2 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די פּאַסטוכער פֿון ישׂראל;זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ, צו די פּאַסטוכער:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײ, די פּאַסטוכער פֿון ישׂראלװאָס האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן!דאַרפֿן ניט די פּאַסטוכער די שאָף פֿיטערן?/34:3 דאָס פֿעטס עסט איר אױף, און מיט דער װאָל באַקלײדט איר זיך, די פֿעטע טוט איר שעכטן;די שאָף פֿיטערן טוט איר ניט. /34:4 די שלאַפֿע האָט איר ניט געשטאַרקט, און די קראַנקע האָט איר ניט געהײלט, און די צעבראָכענע האָט איר ניט אַרומגעבונדן, און די פֿאַרשטױסענע האָט איר ניט אומגעקערט, און די פֿאַרלאָרענע האָט איר ניט געזוכט, און מיט געװאַלט האָט איר געװעלטיקט איבער זײ, און מיט האַרטיקײט. /34:5 און זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און געװאָרן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל זײ זײַנען צעשפּרײט געװען. /34:6 האָבן געבלאָנדזשעט מײַנע שאָף אױף אַלע בערג, און אױף איטלעכן הױכן בערגל;און איבערן גאַנצן געזיכט פֿון דער ערדזײַנען צעשפּרײט געװאָרן מײַנע שאָף, און ניט געװען קײן פֿרעגער און קײן זוכער.

/34:7 דרום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:/34:8 אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, פֿאַר װאָר, װײַל מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו רױב, און מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו שפּײַזפֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און מײַנע פּאַסטוכער האָבן ניט נאָכגעפֿרעגט אױף מײַנע שאָף, און די פּאַסטוכער האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן, און מײַנע שאָף האָבן זײ ניט געפֿיטערט, /34:9 דרום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:/34:10 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום צו די פּאַסטוכער, און װעל מאָנען מײַנע שאָף פֿון זײער האַנט, און װעל זײ אָפּשאַפֿן פֿון פֿיטערן שאָף, און די פּאַסטוכער װעלן מער ניט פֿיטערן זיך אַלײן;און איך װעל מציל זײַן מײַנע שאָף פֿון זײער מױל, און זײ װעלן מער ניט זײַן זײ צו שפּײַז. /34:11 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אָט בין איך, און איך װעל נאָכפֿרעגן אױף מײַנע שאָף, און איך װעל זײ אױפֿזוכן. /34:12 װי אַ פּאַסטוך זוכט נאָך זײַן סטאַדעאין דעם טאָג װאָס ער איז צװישן זײַנע שאָף די צעשפּרײטע, אַזױ װעל איך נאָכזוכן מײַנע שאָף;און איך װעל זײ מציל זײַן פֿון אַלע ערטערװאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן אַהיןאין דעם טאָג פֿון װאָלקן און נעבל. /34:13 און איך װעל זײ אַרױסציִען פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד;און איך װעל זײ פֿיטערן אױף די בערג פֿון ישׂראל, בײַ די שטראָמען, און אין אַלע װױנערטער פֿון לאַנד. /34:14 אױף אַ גוטער פֿיטערונג װעל איך זײ פֿיטערן, און אױף די הױכע בערג פֿון ישׂראל װעט זײַן זײער לאָנקע;דאָרטן װעלן זײ הױערן אין אַ גוטער לאָנקע, און אַ פֿעטע פֿיטערונג װעלן זײ זיך פֿיטערןאױף די בערג פֿון ישׂראל. /34:15 איך װעל פֿיטערן מײַנע שאָף, און איך װעל זײ מאַכן הױערן, זאָגט גאָט דער האַר. /34:16 די פֿאַרלאָרענע װעל איך אױפֿזוכן, און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אומקערן, און די צעבראָכענע װעל איך אַרומבינדן, און די קראַנקע װעל איך שטאַרקן, און די פֿעטע און די שטאַרקע װעל איך פֿאַרטיליקן;מיט גערעכטיקײט װעל איך זײ פֿיטערן. /34:17 און איר מײַנע שאָף, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זעט, איך משפּט צװישן אַ לאַם און אַ לאַם, די װידערס און די בעק. /34:18 װינציק אײַך װאָס די בעסטע פֿיטערונג פֿיטערט איר אײַך, אַז דעם איבערבלײַב פֿון אײַער פֿיטערונגצעטראַמפּלט איר מיט אײַערע פֿיס?און װאָס אָפּגעשטאַנען װאַסער טרינקט איר, אַז דאָס איבעריקע צעקױטיקט איר מיט אײַערע פֿיס?/34:19 און מײַנע שאָף פֿיטערן זיךאױף װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעטראַמפּלט, און טרינקען װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעקױטיקט.

/34:20 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט צו זײ:אָט בין איך, און איך װעל משפּטןצװישן דעם פֿעטן לאַם און דעם מאָגערן לאַם. /34:21 װײַל מיט דער זײַט און מיטן אַקסל שטופּט איר, און מיט אײַערע הערנער שטױסט איר, אַלע שלאַפֿע, ביז איר האָט זײ צעשפּרײט דערױסן, /34:22 דרום װעל איך העלפֿן מײַנע שאָף, און זײ װעלן מער ניט זײַן צו רױב;און איך װעל משפּטן צװישן אַ לאַם און אַ לאַם. /34:23 און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ אײן פּאַסטוךװאָס װעט זײ פֿיטערן – מײַן קנעכט דוד;ער װעט זײ פֿיטערן, און ער װעט זײ זײַן צום פּאַסטוך. /34:24 און איך יהוה װעל זײ זײַן צום גאָט, און מײַן קנעכט דוד אַ פֿירשט צװישן זײ;איך יהוה האָב גערעדט. /34:25 און איך װעל זײ שליסן אַ בונד פֿון שלום, און װעל פֿאַרשטערן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און זײ װעלן זיצן אין מדבר אין זיכערקײט, און שלאָפֿן אין די װעלדער. /34:26 און איך װעל מאַכן זײ און רונד אַרום מײַן באַרגפֿאַר אַ בענטשונג;און איך װעל מאַכן נידערן דעם רעגן אין זײַן צײַט;געבענטשטע רעגנס װעלן דאָס זײַן. /34:27 און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן זײַן פֿרוכט, און די ערד װעט געבן איר געװעקס;און זײ װעלן זײַן אױף זײער ערד אין זיכערקײט;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך צעברעך די שטאַנגען פֿון זײער יאָך, און װעל זײ מציל זײַן פֿון דער האַנטפֿון די װאָס אַרבעטן מיט זײ. /34:28 און זײ װעלן מער ניט זײַן אַ רױב פֿאַר די פֿעלקער, און די חיה פֿון לאַנד װעט זײ ניט פֿאַרצערן;און זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, און קײנער װעט ניט שרעקן. /34:29 און איך װעל זײ אױפֿשטעלן אַ פֿלאַנצונג פֿאַר אַ שם, און עס װעלן מער ניט זײַן אין לאַנדאױסגעגאַנגענע פֿון הונגער, און זײ װעלן מער ניט טראָגןדי שאַנד פֿון די פֿעלקער. /34:30 און זײ װעלן װיסןאַז איך יהוה זײער גאָט בין מיט זײ, און זײ, דאָס הױז פֿון ישׂראל, זײַנען מײַן פֿאָלק, זאָגט גאָט דער האַר. /34:31 און איר זײַט מײַנע שאָף;די מענטשנשאָף פֿון מײַן פֿיטערונג זײַט איר;און איך בין אײַער גאָט זאָגט גאָט דער האַר.


/35:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/35:2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו באַרג שֵׂעִיר, און זאָגט נבֿיאות אױף אים;/35:3 און זאָלסט זאָגן צו אים:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום צו דיר, באַרג שֵׂעִיר, און װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דיר, און װעל דיך מאַכן אַ װיסט און װיסטעניש. /35:4 דײַנע שטעט װעל איך חרובֿ מאַכן, און דו װעסט אַ װיסטעניש זײַן;און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה. /35:5 װײַל בײַ דיר איז געװען אַן אײביקע שׂנאה, און האָסט איבערגעענטפֿערט די קינדער פֿון ישׂראלאין דער מאַכט פֿון שװערד, אין דער צײַט פֿון זײער בראָך, אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג, /35:6 דרום, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אַז צו בלוט װעל איך דיך מאַכן, און בלוט װעט דיך נאָכיאָגן;פֿאַר װאָר, אײגן בלוט האָסטו פֿײַנט געהאַט, דרום זאָל בלוט דיך נאָכיאָגן. /35:7 און איך װעל מאַכן באַרג שֵׂעִירפֿאַר אַ װיסט און װיסטעניש, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אים גײער און קומער. /35:8 און איך װעל אָנפֿילן זײַנע בערג מיט זײַנע דערשלאָגענע;דײַנע הײכן, און דײַנע טאָלן, און אַלע דײַנע גראָבנס –דערשלאָגענע פֿון שװערד װעלן פֿאַלן אין זײ. /35:9 אײביקע װיסטענישן װעל איך דיך מאַכן, און דײַנע שטעט װעלן ניט װידערקערן;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /35:10 װײַל דו האָסט געזאָגט:״די בײדע פֿעלקער און די בײדע לענדער װעלן מײַנע װערן, און מיר װעלן זײ יַרשען, ״הגם גאָט איז דאָרט געװען, /35:11 דרום, אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט דער האַר, אַז איך װעל טאָן אַזױ װי דײַן צאָרן און װי דײַן קנאהװאָס דו האָסט באַװיזן, פֿון דײַן שׂנאה צו זײ;און איך װעל באַװוּסט װערן צװישן זײ, װען איך װעל דיך משפּטן. /35:12 און װעסט װיסן אַז איך יהוה האָב געהערטאַלע דײַנע לעסטערונגען װאָס דו האָסט געזאָגטאױף די בערג פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן:פֿאַרװיסט זײַנען זײ געװאָרן, אונדז זײַנען זײ געגעבן געװאָרן צו שפּײַז. /35:13 און איר האָט זיך געגרײסט קעגן מיר מיט אײַער מױל, און האָט געמערט קעגן מיר אײַערע װערטער;איך האָב געהערט. /35:14 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װען די גאַנצע ערד פֿרײט זיך, װעל איך דיך מאַכן אַ װיסטעניש. /35:15 אַזױ װי דו האָסט זיך געפֿרײטאיבער דער נחלה פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, פֿאַר װאָס זי איז װיסט געװאָרן, אַזױ װעל איך טאָן צו דיר;אַ װיסטעניש װעסטו װערן, באַרג שֵׂעִיר, און גאַנץ אדום אין גאַנצן;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/36:1 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאותאױף די בערג פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן: בערג פֿון ישׂראל, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט. /36:2 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל דער פֿײַנט האָט אױף אײַך געזאָגט: אַהאַ!אױך די אײביקע הײכן זײַנען אונדז צו ירושה געװאָרן. /36:3 דרום זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל און באַװײַל מע האָט אײַך פֿאַרװיסטאון אײַנגעשלונגען פֿון רונד אַרום, כּדי איר זאָלט װערן אַ ירושהפֿאַר די איבעריקע פֿעלקער, און איר זײַט געקומען אױף דעם גערײד פֿון צינגער, און דער באַרײדערײַ פֿון מענטשן, /36:4 דרום איר בערג פֿון ישׂראל, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט דעם האַר:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַרצו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן, און צו די װיסטע חורבֿות, און צו די פֿאַרלאָזענע שטעט, װאָס זײַנען געװאָרן צו רױב און צו שפּאָטבײַ די איבעריקע פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום –/36:5 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:פֿאַר װאָר, אין דעם פֿײַער פֿון מײַן צאָרןהאָב איך גערעדט װעגן די איבעריקע פֿעלקער, און װעגן אדום אין גאַנצן, װאָס האָבן געמאַכט מײַן לאַנד זיך פֿאַר אַ ירושה, מיט שִׂמחה פֿון גאַנצן האַרצן, מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, כּדי עס צו פֿאַרטרײַבן צוליב רױב. /36:6 דרום זאָג נבֿיאות איבער דער ערד פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, אין מײַן כּעס און אין מײַן גרימצאָרן האָב איך גערעדט, װײַל די שאַנד פֿון די פֿעלקער האָט איר געטראָגן. /36:7 דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:איך הײב אױף מײַן האַנט, אױב די פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום אײַך, זײ גופֿא, װעלן ניט טראָגן זײער שאַנד!/36:8 און איר, בערג פֿון ישׂראל, װעט געבן אײַערע צװײַגן, און טראָגן אײַער פֿרוכט, פֿאַר מײַן פֿאָלק ישׂראל;װאָרום זײ זײַנען נאָנט צו קומען. /36:9 װאָרום אָט קום איך צו אײַך, און איך װעל זיך קערן צו אײַך, און איר װעט באַאַרבעט װערן, און פֿאַרזײט װערן. /36:10 און איך װעל מערן אױף אײַך מענטשן, דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצן;און די שטעט װעלן באַזעצט װערן, און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן. /36:11 און איך װעל מערן אױף אײַך מענטשן און בהמות, און זײ װעלן זיך מערן און פֿרוכפּערן;און איך װעל אײַך באַזעצן װי אין אײַערע פֿריִערדיקע צײַטן, און װעל אײַך באַגיטיקן מער װי אין אײַער אָנהײב;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה. /36:12 און איך װעל מאַכן אומגײן אױף אײַך מענטשן, מײַן פֿאָלק ישׂראל;און זײ װעלן דיך אַרבן, און װעסט זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה, און װעסט זײ מער ניט װידער פֿאַרװאַרפֿן.

/36:13 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:װײַל מע זאָגט צו אײַך:אַ מענטשנעסערין ביסטו, און אַ פֿאַרװאַרפֿערין פֿון פֿעלקער ביסטו געװאָרן. /36:14 דרום װעסטו מענטשן מער ניט עסן, און דײַנע פֿעלקער װעסטו מער ניט פֿאַרװאַרפֿן, זאָגט גאָט דער האַר. /36:15 און איך װעל דיך מער ניט מאַכן הערןדי שאַנד פֿון די פֿעלקער, און די חרפּה פֿון די אומותװעסטו מער ניט טראָגן, און דײַנע פֿעלקער װעסטו מער ניט מאַכן שטרױכלען, זאָגט גאָט דער האַר.

/36:16 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/36:17 מענטשנקינד, דאָס הױז פֿון ישׂראל זיצנדיק אױף זײער ערד, האָבן זײ זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער װעגאון מיט זײערע מעשׂים;אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון אַן אָפּגעזונדערטער פֿרױאיז געװען זײער װעג פֿאַר מיר. /36:18 און איך האָב אױסגעגאָסן אױף זײ מײַן גרימצאָרןפֿאַר דעם בלוט װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אין לאַנד, און װײַל מיט זײערע אָפּגעטער האָבן זײ עס פֿאַראומרײניקט. /36:19 און איך האָב זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און זײ זײַנען צעװאָרפֿן געװאָרן אין די לענדער;לױט זײער װעג און לױט זײערע מעשׂיםהאָב איך זײ געמשפּט. /36:20 און אַז זײ זײַנען געקומען צו די פֿעלקערװאָס זײ זײַנען געקומען אַהין, האָבן זײ פֿאַרשװעכט מײַן הײליקן נאָמען, אַז מע האָט אױף זײ געזאָגט:דאָס פֿאָלק פֿון גאָט זײַנען די דאָזיקע, און פֿון זײַן לאַנד קומען זײ אַרױס. /36:21 און איך האָב געשױנט מײַן הײליקן נאָמען, װאָס דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט אים פֿאַרשװעכטצװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין.

/36:22 דרום זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:ניט פֿון אײַערט װעגן טו איך, הױז פֿון ישׂראל, נײַערט פֿאַר מײַן הײליקן נאָמען, װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן די פֿעלקערװאָס איר זײַט געקומען אַהין. /36:23 און איך װעל הײליקן מײַן גרױסן נאָמען, װאָס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן די פֿעלקער, װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן זײ;און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, זאָגט גאָט דער האַר, װען איך װער געהײליקט דורך אײַך פֿאַר זײערע אױגן. /36:24 און איך װעל אײַך צונױפֿנעמען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע לענדער, און אײַך ברענגען אױף אײַער ערד. /36:25 און איך װעל שפּריצן אױף אײַך רײנע װאַסער, און איר װעט רײן װערן;פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן און פֿון אַלע אײַערע אָפּגעטערװעל איך אײַך רײניקן. /36:26 און איך װעל אײַך געבן אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ געמיט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון אײַער לײַב, און װעל אײַך געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש. /36:27 און מײַן גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און װעל מאַכן אַז אין מײַנע חוקים זאָלט איר גײן, און מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן און טאָן. /36:28 און איר װעט זיצן אין דעם לאַנדװאָס איך האָב געגעבן אײַערע עלטערן, און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום גאָט. /36:29 און איך װעל אײַך העלפֿן פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן, און איך װעל רופֿן צו דער תּבֿואה, און װעל זי מערן, און װעל ניט געבן אױף אײַך קײן הונגער. /36:30 און איך װעל מערן די פֿרוכט פֿון בױם, און די װאַקסונג פֿון פֿעלד, כּדי איר זאָלט מער ניט אױסשטײןדי חרפּה פֿון הונגער צװישן די פֿעלקער. /36:31 און איר װעט זיך דערמאָנען אײַערע שלעכטע װעגן, און אײַערע מעשׂים װאָס זײַנען ניט גוט געװען, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײןאיבער אײַערע זינד און איבער אײַערע אומװערדיקײטן. /36:32 ניט פֿון אײַערט װעגן טו איך, זאָגט גאָט דער האַר;זאָל דאָס באַװוּסט זײַן צו אײַך;זײַט אין בושה און שעמט אײַך פֿאַר אײַערע װעגן, איר הױז פֿון ישׂראל.

/36:33 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אין דעם טאָג װאָס איך רײניק אײַך פֿון אַלע אײַערע זינד, װעל איך באַזעצן די שטעט, און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן. /36:34 און דאָס פֿאַרװיסטע לאַנד װעט באַאַרבעט װערן, אָנשטאָט װאָס עס איז געװען אַ װיסטענישפֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן דורכגײער. /36:35 און מע װעט זאָגן:דאָס דאָזיקע לאַנד דאָס פֿאַרװיסטעאיז געװאָרן װי דער גאָרטן פֿון עדן, און די שטעט די חרבֿע און פֿאַרװיסטע און צעשטערטעזײַנען באַפֿעסטיקטע באַזעצט. /36:36 און װיסן װעלן די פֿעלקערװאָס װעלן איבערבלײַבן רונד אַרום אײַך, אַז איך יהוה האָב אָפּגעבױט די צעשטערטע ערטער, האָב באַפֿלאַנצט דאָס פֿאַרװיסטע;איך יהוה האָב גערעדט און װעל טאָן. /36:37 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אױך דערין װעל איך זיך לאָזן דערבעטןפֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, זײ צו טאָן:איך װעל זײ מערן מענטשן װי שאָף. /36:38 װי די הײליקע שאָף, װי די שאָף פֿון ירושלים אין אירע יום-טובֿים, אַזױ װעלן זײַן די חרבֿע שטעט פֿול מיט מענטשנשאָף;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/37:1 די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף מיר, און ער האָט מיך אַרױסגעטראָגן מיט דעם גײַסט פֿון גאָט, און האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אין מיטן פֿון דעם טאָל, און ער איז געװען פֿול מיט בײנער. /37:2 און ער האָט מיך פֿאַרבײַגעפֿירט פֿאַרבײַ זײ רונד אַרום, ערשט זײ זײַנען געװען זײער פֿיל איבערן טאָל, און פֿאַר װאָר, זײ זײַנען געװען זײער פֿאַרטריקנט. /37:3 און ער האָט צו מיר געזאָגט:מענטשנקינד, קענען די דאָזיקע בײנער לעבעדיק װערן?האָב איך געזאָגט: גאָט דו האַר, דו װײסט דאָך. /37:4 האָט ער צו מיר געזאָגט: זאָג נבֿיאות צו די דאָזיקע בײנער, און זאָלסט זאָגן צו זײ:איר טרוקענע בײנער, הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:/37:5 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר צו די דאָזיקע בײנער:זעט, איך ברענג אַרײַן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן. /37:6 יאָ, איך װעל געבן אױף אײַך אָדערן, און װעל אַרױפֿטאָן אױף אײַך פֿלײש, און אַרױפֿציִען אױף אײַך אַ הױט, און אַרײַנגעבן אין אײַך אַן אָטעם, און איר װעט לעבעדיק װערן;און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.

/37:7 און איך האָב נבֿיאות געזאָגטאַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן;און עס איז געװאָרן אַ גערױש, װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט;ערשט אַ גערודער, און די בײנער האָבן גענענט בײן צו זײַן בײן. /37:8 און איך האָב געזען, ערשט אָדערן זײַנען אױף זײ, און פֿלײש איז אַרױפֿגעװאַקסן, און אַ הױט האָט זיך אַריבערגעצױגן אױף זײ פֿון אױבן, נאָר קײן אָטעם איז אין זײ ניט געװען. /37:9 האָט ער צו מיר געזאָגט:זאָג נבֿיאות צו דעם אָטעם, זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו דעם אָטעם:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:פֿון די פֿיר װינטן קום, דו אָטעם, און הױך אַרײַן אין די דאָזיקע הרוּגים, אַז זײ זאָלן לעבעדיק װערן.

/37:10 און איך האָב נבֿיאות געזאָגטאַזױ װי ער האָט מיר באַפֿױלן, און דער אָטעם איז אין זײ אַרײַן, און זײ זײַנען לעבעדיק געװאָרן;און זײ האָבן זיך געשטעלט אױף זײערע פֿיס, אַ זײער זײער גרױסע מחנה. /37:11 און ער האָט צו מיר געזאָגט:מענטשנקינד, די דאָזיקע בײנער, זײ זײַנעןדאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל;זע, זײ זאָגן:פֿאַרטריקנט זײַנען אונדזערע בײנער, און פֿאַרלאָרן איז אונדזער האָפֿונג;פֿאַרשניטן זײַנען מיר. /37:12 דרום זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך עפֿן אײַערע קבֿרים, און װעל אײַך, מײַן פֿאָלק, אױפֿברענגען פֿון אײַערע קבֿרים. און אײַך ברענגען אױף דער ערד פֿון ישׂראל. /37:13 און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך עפֿן אײַערע קבֿרים, און װען איך ברענג אײַך אױף, מײַן פֿאָלק, פֿון אײַערע קבֿרים, /37:14 און איך װעל אַרײַנגעבן מײַן גײַסט אין אײַך, און איר װעט לעבעדיק װערן;און איך װעל אײַך באַרוען אױף אײַער ערד;און איר װעט װיסן אַז איך יהוההאָב גערעדט און געטאָן, זאָגט יהוה.

/37:15 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /37:16 און דו מענטשנקינד, נעם דיר אײן האָלץ, און שרײַב אָן אױף אים: פֿאַר יהוּדה, און פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל זײַנע חבֿרים; און נעם דיר אײן האָלץ, און שרײַב אָן אױף אים: פֿאַר יוסף – דער האָלץ פֿון אפֿרַיִם, און פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל זײַנע חבֿרים; /37:17 און גענען זײ דיר אײנעם צום אַנדערן אין אײן האָלץ, אַז זײ זאָלן װערן אײנס אין דײַן האַנט. /37:18 און אַז די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק װעלן זאָגן צו דיר, אַזױ צו זאָגן: װילסטו אונדז ניט זאָגן װאָס די דאָזיקע זײַנען דיר? /37:19 רעד צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זעט, איך נעם דעם האָלץ פֿון יוסף װאָס אין דער האַנט פֿון אפֿרַיִם, און די שבֿטים פֿון ישׂראל זײַנע חבֿרים, און איך װעל זײ צוטאָן צו אים אין אײנעם מיט דעם האָלץ פֿון יהוּדה, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן האָלץ, און זײ װעלן װערן אײנער אין מײַן האַנט. /37:20 און די העלצער װאָס דו װעסט אױף זײ שרײַבן, זאָלן זײַן אין דײַן האַנט פֿאַר זײערע אױגן. /37:21 און רעד צו זײ:

אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך נעם צונױף די קינדער פֿון ישׂראלפֿון צװישן די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען אַװעק אַהין, און איך װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון רונד אַרום, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד. /37:22 און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײן פֿאָלק אין לאַנד, אױף די בערג פֿון ישׂראל, און אײן מלך װעט זײַן בײַ זײ אַלעמען צום מלך;און זײ װעלן מער ניט זײַן אין צװײ פֿעלקער, און װעלן מער ניט צעטײלט װערן װידער אין צװײ מלוכות. /37:23 און זײ װעלן זיך מער ניט פֿאַראומרײניקןמיט זײערע אָפּגעטער, און מיט זײערע אומװערדיקײטן, און מיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן;און איך װעל זײ העלפֿן פֿון אַלע זײערע װױנערטערװאָס זײ האָבן געזינדיקט אין זײ, און איך װעל זײ רײניקן;און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום גאָט. /37:24 און מײַן קנעכט דוד װעט זײַן אַ מלך איבער זײ, און אײן פּאַסטוך װעט זײַן בײַ זײ אַלעמען;און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ גײן, און מײַנע חוקים װעלן זײ היטן און זײ טאָן. /37:25 און זײ װעלן זיצן אױף דעם לאַנדװאָס איך האָב געגעבן צו מײַן קנעכט, צו יעקבֿן, װאָס אײַערע עלטערן זײַנען געזעסן דערין;און זײ װעלן זיצן דערױף, זײ, און זײערע קינדער, און זײערע קינדסקינדער ביז אײביק;און מײַן קנעכט דוד װעט זײ זײַן אַ פֿירשט אױף אײביק. /37:26 און איך װעל זײ שליסן אַ בונד פֿון שלום –אַן אײביקער בונד װעט עס זײַן מיט זײ;און איך װעל זײ באַזעצן, און זײ מערן, און װעל מאַכן מײַן הײליקטום צװישן זײ אױף אײביק. /37:27 און מײַן רוּונג װעט זײַן איבער זײ;און איך װעל זײ זײַן צום גאָט, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק. /37:28 און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך יהוה הײליק ישׂראל, װען מײַן הײליקטום װעט זײַן צװישן זײ אױף אײביק.


/38:1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:/38:2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו גוֹגן אין לאַנד מָגוג, דעם אױבערפֿירשט פֿון מֶשֶך און תּובֿל, און זאָג נבֿיאות אױף אים;/38:3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום צו דיר, גוֹג, דו אױבערפֿירשט פֿון מֶשֶך און תּובֿל. /38:4 און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן, און װעל אַרײַנטאָן רינגען אין דײַנע קינבאַקן, און װעל דיך אַרױסציִען מיט דײַן גאַנצן חיל, פֿערד און רײַטער, פּראַכטיק אָנגעטאָן אַלע, אַ גרױס געזעמל, מיט פּאַנצערס און שילדן, װאָס האַלטן שװערדן אַלע. /38:5 פָּרַס, כּוּש, און פּוּט מיט זײ, אַלע מיט שילדן און קיװערס. /38:6 גוֹמר, און אַלע אירע מחנות, דאָס הױז פֿון תּוגַרמֶה, די עקן פֿון צפֿון, און אַלע זײערע מחנות –פֿיל פֿעלקער מיט דיר. /38:7 ברײט דיך אָן און זײַ אָנגעברײט, דו און אַלע דײַנע געזעמלעןװאָס זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום דיר, און זײַ בײַ זײ אָפּגעהיט. /38:8 אין פֿיל טעג אַרום װעסטו באַפֿױלן װערן, אין סָוף פֿון די יאָרן װעסטו קומען אױף אַ לאַנדװאָס איז אומגעקערט פֿון שװערד, װאָס איז אײַנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער –אױף די בערג פֿון ישׂראל. װאָס זײַנען געװען אַ שטענדיקע װיסטעניש;אָבער עס איז אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון די פֿעלקער, און זײ זיצן אין זיכערקײט אַלע. /38:9 און װעסט אַרױפֿגײן װי עס קומט אַ געװיטער, װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד װעסטו זײַן, דו און אַלע דײַנע מחנות, און פֿיל פֿעלקער מיט דיר. /38:10 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן דיר אַרױפֿקומען זאַכן אױפֿן האַרצן, און װעסט טראַכטן אַ בײזע טראַכטונג. /38:11 און װעסט זאָגן:איך װעל אַרױפֿגײן אױף דעם לאַנד פֿון אָפֿענע שטעט, איך װעל קומען אױף די רויִקע װאָס זיצן אין זיכערקײט, װאָס זיצן אַלע אָן אַ מױער, און ניטאָ בײַ זײ ריגל און טױערן;/38:12 צו רױבן זאַקרױב, און צו ראַבעװען רױב, צו לײגן דײַן האַנט אױף חורבֿות באַזעצטע, און אױף אַ פֿאָלק אײַנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער, װאָס האָט אָנגעשאַפֿט פֿי און פֿאַרמעג –די װאָס זיצן אױפֿן נאָפּל פֿון דער ערד. /38:13 שבֿא, און דדָן, און די סָוחרים פֿון תַּרְשִיש, און אַלע אירע יונגלײבן, װעלן זאָגן צו דיר:קומסטו זאַקרױב צו רױבן?האָסטו אײַנגעזאַמלט דײַן געזעמל רױב צו ראַבעװען?זילבער און גאָלד אַװעקצוטראָגן?פֿי און פֿאַרמעג אַװעקצונעמען?פֿיל זאַקרױב צו רױבן?

/38:14 דרום זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו גוֹגן:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָגװאָס מײַן פֿאָלק ישׂראל זיצט אין זיכערקײט, װעסטו זיך דערװיסן. /38:15 און װעסט קומען פֿון דײַן אָרט, פֿון די עקן פֿון צפֿון, דו, און פֿיל פֿעלקער מיט דיר, רײַטער אױף פֿערד אַלע, אַ גרױס געזעמל, און חיל אַ סך. /38:16 און װעסט אַרױפֿגײן אױף מײַן פֿאָלק ישׂראלװי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד –אין סָוף פֿון די טעג װעט דאָס זײַן –און איך װעל דיך ברענגען אױף מײַן לאַנד, כּדי די אומות זאָלן מיך דערקענען, װען איך װער געהײליקט דורך דיר, גוֹג, פֿאַר זײערע אױגן.

/38:17 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:דו ביסט דאָך דער װאָס איך האָב אָנגעזאָגטאין פֿריִערדיקע טעג דורך מײַנע קנעכטדי נבֿיאים פֿון ישׂראל, װאָס האָבן נבֿיאות געזאָגט אין יענע טעג, יאָרן נאָכאַנאַנד, אַז איך װעל דיך ברענגען אױף זײ. /38:18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, אין דעם טאָג װאָס גוֹג קומט אױף דער ערד פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר, װעט אױפֿגײן מײַן גרימצאָרן אין מײַן נאָז. /38:19 און אין מײַן פֿאַרדראָס, אין דעם פֿײַער פֿון מײַן צאָרן האָב איך גערעדט:אױב אין יענעם טאָג װעט ניט זײַןאַ גרױסע ציטערניש אױף דער ערד פֿון ישׂראל!/38:20 און ציטערן װעלן פֿאַר מיר די פֿישן פֿון ים, און דער פֿױגל פֿון הימל. און די חיה פֿון פֿעלד, און יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד;און צעשטערט װערן װעלן די בערג, און אײַנפֿאַלן װעלן די פֿעלדזטרעפּ, און יעטװעדער מױער װעט צו דער ערד פֿאַלן. /38:21 און איך װעל רופֿן קעגן אים אױף אַלע מײַנע בערג אַ שװערד, זאָגט גאָט דער האַר;אײנעמס שװערד װעט זײַן קעגן אַנדערן. /38:22 און איך װעל זיך משפּטן מיט אים, מיט פּעסט און מיט בלוט;און אַ פֿלײציקן רעגן, און האָגלשטײנער, פֿײַער, און שװעבל, װעל איך מאַכן רעגענען אױף אים און אױף זײַנע מחנותאון אױף די פֿיל פֿעלקער װאָס מיט אים. /38:23 און איך װעל געגרײסט װערן און געהײליקט װערן, און איך װעל זיך לאָזן דערקענען פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.


/39:1 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף גוֹגן, און זאָלסט זאָגן:אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זע, איך קום צו דיר, גוֹג, דו אױבערפֿירשט פֿון מֶשֶך און תּובֿל. /39:2 און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן, און דיך פֿירן, און װעל דיך אױפֿברענגען פֿון די עקן פֿון צפֿון, און דיך ברענגען אױף די בערג פֿון ישׂראל. /39:3 און איך װעל אַרױסשלאָגן דײַן בױגן פֿון דײַן לינקער האַנט, און דײַנע פֿײַלן װעל איך פֿון דײַן רעכטער האַנט מאַכן אַרױספֿאַלן. /39:4 אױף די בערג פֿון ישׂראל װעסטו פֿאַלן, דו, און אַלע דײַנע מחנות, און די פֿעלקער װאָס מיט דיר;פֿאַר אַלערלײ געפֿליגלטע רױבפֿױגלעןאון די חיות פֿון פֿעלד, האָב איך דיך געגעבן צו שפּײַז. /39:5 אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעסטו פֿאַלן, װאָרום איך האָב גערעדט, זאָגט גאָט דער האַר. /39:6 און איך װעל אָנשיקן אַ פֿײַער אױף מָגוג, און אױף די װאָס זיצן אױף די אינדזלען אין זיכערקײט;און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה. /39:7 און מײַן הײליקן נאָמעןװעל איך באַװוּסט מאַכן צװישן מײַן פֿאָלק ישׂראל, און איך װעל מער ניט לאָזן פֿאַרשװעכט װערןמײַן הײליקן נאָמען;און די פֿעלקער װעלן װיסןאַז איך יהוה בין הײליק אין ישׂראל. /39:8 זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט גאָט דער האַר;דאָס איז דער טאָג װאָס איך האָב אָנגעזאָגט. /39:9 און די באַװױנער פֿון די שטעט פֿון ישׂראל װעלן אַרױסגײן, און װעלן ברענען און הײצןמיט װאַפֿן און שילדן און פּאַנצערס, מיט בױגנס און מיט פֿײַלן, און מיט האַנטשטעקנס און מיט שפּיזן, און זײ װעלן ברענען פֿײַער דערמיט זיבן יאָר. /39:10 און זײ װעלן ניט נעמען האָלץ פֿון פֿעלד, און ניט האַקן פֿון די װעלדער, נײַערט מיטן װאַפֿן װעלן זײ ברענען פֿײַער;און זײ װעלן באַראַבעװען זײערע באַראַבעװער, און באַרױבן זײערע רױבער, זאָגט גאָט דער האַר.

/39:11 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך געבן גוֹגן אַן אָרט פֿאַר אַ קבֿר אין ישׂראל, דעם טאָל פֿון די דורכגײער צום מזרח פֿון ים; און עס װעט פֿאַרשפּאַרן די דורכגײער דעם װעג; און מע װעט דאָרטן באַגראָבן גוֹגן און זײַן גאַנצן המון, און מע װעט עס רופֿן גֵי-הַמוֹן-גוֹג. /39:12 און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעט זײ באַגראָבן זיבן חדשים נאָכאַנאַנד, כּדי צו רײניקן דאָס לאַנד. /39:13 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד װעט זײ באַגראָבן; און זײ װעט זײַן פֿאַר אַ שם דער טאָג װאָס איך װער געערלעכט, זאָגט גאָט דער האַר. /39:14 און שטענדיקע לײַט װעט מען אָפּשײדן װאָס װעלן דורכגײן דורכן לאַנד, צו באַגראָבן מיט די דורכגײער די װאָס זײַנען געבליבן אױפֿן געזיכט פֿון לאַנד, כּדי עס צו רײניקן – צום סָוף פֿון זיבן חדשים װעלן זײ עס דורכזוכן. /39:15 און אַז די דורכגײער װעלן דורכגײן דורכן לאַנד, און עמעצער װעט דערזען אַ בײן פֿון אַ מענטשן, װעט ער אױפֿשטעלן דערבײַ אַ צײכן, ביז די באַגרעבער װעלן אים באַגראָבן אין גֵי-הַמוֹן-גוֹג. /39:16 און הַמוֹנה װעט אױך זײַן דער נאָמען פֿון אַ שטאָט. אַזױ װעלן זײ רײניקן דאָס לאַנד.

/39:17 און דו מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:זאָג צו אַלערלײ געפֿליגלטע פֿױגלען, און צו אַלע חיות פֿון פֿעלד:זאַמלט אײַך אײַן, און קומט;קלײַבט אײַך אױף פֿון רונד אַרוםצו מײַן שלאַכטונג װאָס איך שלאַכט פֿאַר אײַך, אַ גרױסע שלאַכטונג אױף די בערג פֿון ישׂראל, און איר װעט עסן פֿלײש, און טרינקען בלוט. /39:18 פֿלײש פֿון גיבורים װעט איר עסן, און בלוט פֿון פֿירשטן פֿון דער ערד װעט איר טרינקען;װידערס, לעמער, און בעק, אָקסן, געשטאָפּטע פֿון בשן אַלע. /39:19 און איר װעט עסן פֿעטס צו זאַט, און װעט טרינקען בלוט צום שכּור װערן, פֿון מײַן שלאַכטונג װאָס איך האָב געשלאַכט פֿאַר אײַך. /39:20 און איר װעט זיך זעטן בײַ מײַן טיש מיט פֿערד און רײַטער, מיט גיבורים און אַלערלײ מלחמה-לײַט, זאָגט גאָט דער האַר. /39:21 און איך װעל געבן מײַן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער, און אַלע פֿעלקער װעלן זען מײַן משפּט װאָס איך האָב געטאָן, און מײַן האַנט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף זײ. /39:22 און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעט װיסןפֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער, אַז איך בין יהוה זײער גאָט. /39:23 און די פֿעלקער װעלן װיסן, אַז דורך זײערע זינד איז אין גלות אַװעק דאָס הױז פֿון ישׂראל, פֿאַר װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, און איך האָב פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ;און איך האָב זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד אַלע. /39:24 לױט זײער אומרײנקײט און לױט זײערע פֿאַרברעכןהאָב איך געטאָן מיט זײ, און פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ. /39:25 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:אַצונד װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ, און װעל דערבאַרימען דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל;און איך װעל זיך אָננעמען פֿאַר מײַן הײליקן נאָמען. /39:26 און זײ װעלן טראָגן זײער שאַנד, און זײער גאַנצע פֿעלשונג װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, װען זײ זיצן אױף זײער ערד אין זיכערקײט, און קײנער שרעקט זײ ניט;/39:27 װען איך קער זײ צוריק פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער פֿון זײערע פֿײַנט, און װעל געהײליקט װערן דורך זײפֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות. /39:28 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה זײער גאָט, װען איך פֿאַרטרײַב זײ צו די אומות, און װעל זײ דערנאָך אײַנזאַמלען אױף זײער ערד;און איך װעל פֿון זײ מער ניט איבערלאָזן דאָרטן. /39:29 און איך װעל מער ניט פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ, װאָרום איך האָב אױסגעגאָסן מײַן גײַסטאױף דעם הױז פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר.


/40:1 אין פֿינף און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אונדזער גלות, אין אָנהײב יאָר, אין צענטן טאָג פֿון חודש, אין פֿערצנטן יאָר נאָך דעם װי די שטאָט איז געשלאָגן געװאָרן, גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג, איז געװען אױף מיר די האַנט פֿון גאָט, און ער האָט מיך אַהין געבראַכט. /40:2 אין זעונגען פֿון גאָט האָט ער מיך געבראַכט קײן ארץ-ישׂראל, און ער האָט מיך אַראָפּגעלאָזט אױף אַ זײער הױכן באַרג, און אױף אים איז געװען אַזױ װי דאָס געבױ פֿון אַ שטאָט, אין דָרום. /40:3 און ער האָט מיך אַהין געבראַכט, ערשט דאָרטן איז אַ מאַן װאָס זײַן אױסזען איז אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון קופּער, און אַ פֿלאַקסענע שנור איז אין זײַן האַנט, און אַ מעסטשטאַנג; און ער שטײט אין טױער. /40:4 און דער מאַן האָט צו מיר גערעדט: מענטשנקינד, זע מיט דײַנע אױגן, און מיט דײַנע אױערן הער, און לײג צו דײַן האַרץ צו אַלץ װאָס איך װײַז דיר, װאָרום כּדי דיר צו װײַזן ביסטו געבראַכט געװאָרן אַהער; דערצײל אַלץ װאָס דו זעסט צו דעם הױז פֿון ישׂראל.

/40:5 און זע, אַ מױער איז געװען דרױסן פֿון דעם הױז רונד אַרום; און אין דער האַנט פֿון דעם מאַן איז געװען אַ מעסטשטאַנג פֿון זעקס אײלן, איטלעכע פֿון אַן אײל מיט אַ האַנטברײט; און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט פֿון דעם בנין, אײן שטאַנג, און די הײך אײן שטאַנג.  /40:6 און ער איז געקומען צו אַ טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף זײַנע טרעפּ, און האָט אָפּגעמאָסטן די שװעל פֿון דעם טױער, אײן שטאַנג די ברײט – די אײן שװעל, אײן שטאַנג די ברײט. /40:7 און איטלעכער אַלקער איז געװען אײן שטאַנג די לענג, און אײן שטאַנג די ברײט, און צװישן די אַלקערס פֿינף אײלן; און די שװעל פֿון דעם טױער לעבן דעם פֿירהױז פֿון טױער פֿון אינעװײניק איז געװען אײן שטאַנג. /40:8 און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס פֿירהױז פֿון טױער פֿון אינעװײניק, אײן שטאַנג. /40:9 און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס פֿירהױז פֿון טױער, אַכט אײלן, און זײַנע טירזײַלן, צװײ אײלן; און דאָס פֿירהױז פֿון טױער איז געװען פֿון אינעװײניק. /40:10 און די אַלקערס פֿון דעם טױער צו מזרח זײַנען געװען דרײַ פֿון דער זײַט, און דרײַ פֿון דער אַנדער זײַט; אײן מאָס פֿאַר זײ דרײַען, און אײן מאָס פֿאַר די טירזײַלן פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. /40:11 און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט פֿון דעם טױעראײַנגאַנג, צען אײלן; די לענג פֿון טױער, דרײַצן אײלן. /40:12 און אַן אַרומצאַם איז געװען פֿאַר די אַלקערס, אײן אײל פֿון דער זײַט , און אײן אײל אַרומצאַם פֿון דער אַנדער זײַט; און די אַלקערס זײַנען געװען זעקס אײלן פֿון דער זײַט, און זעקס אײלן פֿון דער אַנדער זײַט. /40:13 און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער, פֿון דעם דאַך פֿון אײן אַלקער צו דעם אַנטקעגנדיקן דאַך, פֿינף און צװאַנציק אײלן די ברײט; אַן עפֿענונג קעגן אַן עפֿענונג. /40:14 און ער האָט געמאַכט די טירזײַלן זעכציק אײלן, ביז אױף די טירזײַלן פֿון הױף אין די טױערן רונד אַרום. /40:15 און פֿון דער פֿאָדערזײַט פֿון דעם אײַנגאַנגטױער ביז דער פֿאָדערזײַט פֿון דעם אינעװײניקסטן פֿירהױז פֿון טױער איז געװען פֿופֿציק אײלן. /40:16 און שמאָלע פֿענצטער זײַנען געװען אין די אַלקערס, און אין זײערע טירזײַלן, אינעװײניקצו צום טױער רונד אַרום, און אַזױ אין די געװעלבן; און פֿענצטער רונד אַרום אינעװײניקצו; און אױף די טירזײַלן טײטלבײמער.

/40:17 און ער האָט מיך געבראַכט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, ערשט דאָרטן זײַנען קאַמערן, און אַ פֿלאַסטערונג איז געמאַכט אין הױף רונד אַרום; דרײַסיק קאַמערן אױף דער פֿלאַסטערונג. /40:18 און די פֿלאַסטערונג איז געװען בײַ דער זײַט פֿון די טױערן אַקעגן דער לענג פֿון די טױערן – די אונטערשטע פֿלאַסטערונג. /40:19 און ער האָט אָפּגעמאָסטן די ברײט, פֿון פֿאַר דעם אונטערשטן טױער ביז פֿאַר דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון אױסנװײניק, הונדערט אײלן, אין מזרח און אין צפֿון.

/40:20 אױך דעם טױער פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו צפֿון, האָט ער אױסגעמאָסטן, זײַן לענג און זײַן ברײט. /40:21 און זײַנע אַלקערס זײַנען געװען דרײַ פֿון דער זײַט און דרײַ פֿון דער אַנדער זײַט; און זײַנע טירזײַלן און זײַנע געװעלבן אַזױ װי די מאָס פֿון דעם ערשטן טױער; פֿופֿציק אײלן זײַן לענג, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. /40:22 און זײַנע פֿענצטער, און זײַנע געװעלבן, און זײַנע טײטלבײמער, אַזױ װי די מאָס פֿון דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח; און אױף זיבן טרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען אין אים; און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען פֿאַר זײ. /40:23 און אַ טױער צום אינעװײניקסטן הױף איז געװען קעגן טױער צו צפֿון, און צו מזרח; און ער האָט אָפּגעמאָסטן פֿון טױער צו טױער הונדערט אײלן.

/40:24 און ער האָט מיך געפֿירט צו דָרום, ערשט דאָרטן איז אַ טױער צו דָרום; און ער האָט אָפּגעמאָסטן זײַנע טירזײַלן און זײַנע געװעלבן אַזױ װי יענע מאָסן. /40:25 און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים, און אין זײַנע געװעלבן רונד אַרום, אַזױ װי יענע פֿענצטער; פֿופֿציק אײלן די לענג, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. /40:26 און זיבן טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג, און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען פֿאַר זײ; און ער האָט געהאַט טײטלבײמער, אײנעם פֿון דער זײַט, און אײנעם פֿון דער אַנדער זײַט, אױף זײַנע טירזײַלן. /40:27 און אַ טױער איז געװען צום אינעװײניקסטן הױף אַקעגן דָרום; און ער האָט אָפּגעמאָסטן פֿון טױער צו טױער אַקעגן דָרום הונדערט אײלן.

/40:28 און ער האָט מיך געבראַכט צום אינעװײניקסטן הױף דורך דעם טױער פֿון דָרום, און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער פֿון דָרום אַזױ װי יענע מאָסן. /40:29 און זײַנע אַלקערס, און זײַנע טירזײַלן, און זײַנע געװעלבן, זײַנען געװען אַזױ װי יענע מאָסן; און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים, און אין זײַנע געװעלבן רונד אַרום; פֿופֿציק אײלן די לענג, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. /40:30 און געװעלבן זײַנען געװען רונד אַרום; די לענג איז געװען פֿינף און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿינף אײלן. /40:31 און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף צו, און טײטלבײמער זײַנען געװען אױף זײַנע טירזײַלן; און אַכט טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג.

/40:32 און ער האָט מיך געבראַכט אין דעם אינעװײניקסטן הױף אַקעגן מזרח, און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער אַזױ װי יענע מאָסן. /40:33 און זײַנע אַלקערס, און זײַנע טירזײַלן, און זײַנע געװעלבן, זײַנען געװען אַזױ װי יענע מאָסן; און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים, און אין זײַנע געװעלבן רונד אַרום; די לענג פֿופֿציק אײלן, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. /40:34 און זײַנע געװעלבן זײַנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף צו, און טײטלבײמער זײַנען געװען אױף זײַנע טירזײַלן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט; און אַכט טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג.

/40:35 און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם טױער פֿון צפֿון, און האָט אָפּגעמאָסטן אַזױ װי יענע מאָסן – /40:36 זײַנע אַלקערס, און זײַנע טירזײַלן, און זײַנע געװעלבן; און פֿענצטער זײַנען געװען אין אים רונד אַרום; די לענג פֿופֿציק אײלן, און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן. /40:37 און זײַנע טירזײַלן זײַנען געװען צום אױסנװײניקסטן הױף צו, און טײטלבײמער זײַנען געװען אױף זײַנע טירזײַלן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט; און אַכט טרעפּ זײַנען געװען זײַן אַרױפֿגאַנג.

/40:38 און אַ קאַמער איז געװען, מיט איר אײַנגאַנג אין די טירזײַלן פֿון די טױערן; דאָרטן זאָל מען אָפּשװענקען דאָס בראַנדאָפּפֿער. /40:39 און אין דעם פֿירהױז פֿון טױער זײַנען געװען צװײ טישן פֿון דער זײַט, און צװײ טישן פֿון דער אַנדער זײַט, צו שעכטן אױף זײ דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שולדאָפּפֿער. /40:40 און אױף אײן זײַט פֿון דרױסן, װי מע גײט אַרױף צום אײַנגאַנג פֿון צפֿון-טױער, זײַנען געװען צװײ טישן, און אױף דער אַנדער זײַט פֿון דעם פֿירהױז װאָס צום טױער צװײ טישן. /40:41 פֿיר טישן פֿון דער זײַט, און פֿיר טישן פֿון דער אַנדער זײַט, בײַן זײַט פֿון טױער – אַכט טישן װאָס אױף זײ זאָל מען שעכטן. /40:42 און פֿיר טישן פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, פֿון געהאַקטע שטײנער, די לענג אַן אײל און אַ האַלב, און די ברײט אַן אײל און אַ האַלב, און די הײך אַן אײל, װאָס אױף זײ זאָל מען אַװעקלײגן די כּלים װאָס מע שעכט מיט זײ דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שלאַכטאָפּפֿער. /40:43 און האָקן פֿון אײן האַנטברײט זײַנען געװען באַפֿעסטיקט אינעװײניק רונד אַרום; און אױף די טישן האָט געזאָלט זײַן דאָס פֿלײש פֿון דעם קרבן. /40:44 און דרױסן פֿון דעם אינעװײניקסטן טױער זײַנען געװען קאַמערן פֿאַר די װעכטער אין דעם אינעװײניקסטן הױף װאָס בײַן זײַט פֿון צפֿון-טױער, און זײער פֿאָדערזײַט איז געװען צו דָרום; אײנע בײַן זײַט פֿון מזרח-טױער מיט דער פֿאָדערזײַט צו צפֿון. /40:45 און ער האָט צו מיר געזאָגט: די דאָזיקע קאַמער װאָס איר פֿאָדערזײַט איז צו דָרום, איז פֿאַר די כּהנים װאָס היטן די היטונג פֿון הױז. /40:46 און די קאַמער װאָס איר פֿאָדערזײַט איז צו צפֿון, איז פֿאַר די כּהנים, װאָס היטן די היטונג פֿון מזבח; דאָס זײַנען די קינדער פֿון צָדוק, די פֿון די קינדער פֿון לֵוי װאָס גענענען צו גאָט, אים צו דינען.

/40:47 און ער האָט אױסגעמאָסטן דעם הױף, די לענג הונדערט אײלן, און די ברײט הונדערט אײלן, פֿירעקעכדיק; און דער מזבח איז געװען פֿאַרן הױז.

/40:48 און ער האָט מיך געבראַכט צום פּאָליש פֿון דעם הױז, און האָט אָפּגעמאָסטן די טירזײַלן פֿון דעם פּאָליש, פֿינף אײלן דער זײַט, און פֿינף אײלן פֿון דער אַנדער זײַט; און די ברײט פֿון דעם טױער, דרײַ אײלן פֿון דער זײַט, און דרײַ אײלן פֿון דער אַנדער זײַט. /40:49 די לענג פֿון דעם פּאָליש צװאַנציק אײלן, און די ברײט עלף אײלן; און מיט טרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען צו אים; און זײַלן זײַנען געװען לעבן די טירזײַלן, אײנער פֿון דער זײַט, און אײנער פֿון דער אַנדער זײַט.


/41:1 און ער האָט מיך געבראַכט צום הֵיכל, און האָט אָפּגעמאָסטן די טירזײַלן, זעקס אײלן די ברײט פֿון דער זײַט, און זעקס אײלן די ברײט פֿון דער אַנדער זײַט – די ברײט פֿון דעם געצעלט. /41:2 און די ברײט פֿון דעם אײַנגאַנג צען אײלן, און די זײַטן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿינף אײלן פֿון דער זײַט, און פֿינף אײלן פֿון דער אַנדער זײַט. און ער האָט אָפּגעמאָסטן זײַן לענג, פֿערציק אײלן, און די ברײט, צװאַנציק אײלן.

/41:3 און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק, און האָט אָפּגעמאָסטן די טירזײַלן פֿון דעם אײַנגאַנג, צװײ אײלן, און דעם אײַנגאַנג, זעקס אײלן, און די ברײט פֿון דעם אײַנגאַנג, זיבן אײלן. /41:4 און ער האָט אָפּגעמאָסטן זײַן לענג, צװאַנציק אײלן, און די ברײט, צװאַנציק אײלן, פֿאַר דעם הֵיכל; און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס איז דער קדשֵי-קָדשים.

/41:5 און ער האָט אָפּגעמאָסטן די װאַנט פֿון דעם הױז, זעקס אײלן, און די ברײט פֿון אַ זײַטקאַמער, פֿיר אײלן, רונד אַרום הױז פֿון אַלע זײַטן. /41:6 און די זײַטקאַמערן זײַנען געװען אַ קאַמער איבער אַ קאַמער, דרײַ און דרײַסיק מאָל; און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער װאַנט װאָס צום הױז פֿאַר די זײַטקאַמערן רונד אַרום, כּדי זיך צו האַלטן דעראָן, און זײ זאָלן זיך ניט האַלטן אָן דער װאַנט פֿון הױז. /41:7 און װאָס העכער און העכער אַלץ ברײטער זײַנען געװאָרן רונד אַרום די זײַטקאַמערן; װאָרום דער אַרומבױ פֿון הױז איז געגאַנגען העכער און העכער רונד אַרום הױז; דרום האָט דאָס הױז געהאַט אױבן מער ברײטקײט; און אַזױ איז מען אַרױף פֿון דער אונטערשטער רײ צו דער אײבערשטער דורך דער מיטלסטער. /41:8 און איך האָב געזען אַז דאָס הױז האָט געהאַט אַ דערהײכונג רונד אַרום; די גרונטפֿעסטן פֿון די זײַטקאַמערן זײַנען געװען אַ פֿולער שטאַנג פֿון זעקס אײלן בײַם געלענק. /41:9 די גרעב פֿון דער אױסנװײניקסטער װאַנט פֿון די זײַטקאַמערן איז געװען פֿינף אײלן; און װאָס איז געלאָזט געװאָרן פֿרײַ צװישן די זײַטקאַמערן װאָס בײַם הױז. /41:10 און צװישן די קאַמערן, איז געװען צװאַנציק אײלן די ברײט, רונד אַרום הױז פֿון אַלע זײַטן. /41:11 און די אײַנגאַנגען פֿון די זײַטקאַמערן זײַנען געװען צו דעם פֿרײַ געלאָזטן אָרט צו, אײן אײַנגאַנג צו צפֿון, און אײן אײַנגאַנג צו דָרום; און די ברײט פֿון דעם פֿרײַ געלאָזטן אָרט איז געװען פֿינף אײלן רונד אַרום.

/41:12 און דער בנין װאָס איז געװען פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט אין דער זײַט קעגן מערבֿ, איז געװען די ברײט זיבעציק אײלן, און די װאַנט פֿון דעם בנין פֿינף אײלן די גרעב רונד אַרום, און זײַן לענג נײַנציק אײלן.

/41:13 און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס הױז, הונדערט אײלן די לענג, און דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און דעם בנין מיט זײַנע װענט, הונדערט אײלן די לענג; /41:14 און די ברײט פֿון דער פֿאָדערזײַט פֿון דעם הױז און פֿון דעם אָפּגעזונדערטן אָרט צו מזרח, הונדערט אײלן. /41:15 און ער האָט אָפּגעמאָסטן די לענג פֿון דעם בנין פֿאַר לענג פֿון דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, װאָס אױף זײַן הינטערשטער זײַט, און זײַנע באַלקאָנען פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, הונדערט אײלן.

און דער הֵיכל, דער אינעװײניקסטער אָרט, און די פֿאָדערהײַזער פֿון הױף, /41:16 די שװעלן, און די שמאָלע פֿענצטער, און די באַלקאָנען רונד אַרום זײ דרײַען, אַקעגן די שװעלן, זײַנען געװען באַטאָװלט מיט האָלץ רונד אַרום און פֿון דער ערד ביז די פֿענצטער – און די פֿענצטער זײַנען געװען פֿאַרדעקט – /41:17 ביז איבערן אײַנגאַנג, און ביז דעם אינעװײניקסטן הױז, און אױסנװײניק, און אױף דער גאַנצער װאַנט רונד אַרום, אינעװײניק און אױסנװײניק, לױט אַ מאָס. /41:18 און עס איז געװען געמאַכט מיט כּרובֿים און טײטלבײמער, און אַ טײטלבױם צװישן אַ כּרובֿ און אַ כּרובֿ; און צװײ פּנימער האָט געהאַט איטלעכער כּרובֿ, /41:19 מיט דעם פּנים פֿון אַ מענטשן קעגן אַ טײטלבױם פֿון דער זײַט, און דעם פּנים פֿון אַ יונגן לײב קעגן אַ טײטלבױם פֿון דער אַנדער זײַט; געמאַכט אױפֿן גאַנצן הױז רונד אַרום. /41:20 פֿון דער ערד ביז איבערן אײַנגאַנג זײַנען די כּרובֿים און די טײטלבײמער געװען געמאַכט; דאָס גלײַכן אױף דער װאַנט פֿון הֵיכל. /41:21 און די בײַשטידלעך פֿון הֵיכל זײַנען געװען פֿירעקעכדיק; און די פֿאָדערזײַט פֿון דעם הײליקטום איז געװען אין אױסזען אַזױ װי די זעונג.

/41:22 און דער מזבח איז געװען פֿון האָלץ, דרײַ אײלן הױך, און זײַן לענג צװײ אײלן; אי זײַנע װינקלען צו אים, אי זײַן לענג, און זײַנע װענט, פֿון האָלץ. און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס איז דער טיש װאָס פֿאַר גאָט.

/41:23 און צװײ טירן זײַנען געװען צום הֵיכל און צום הײליקטום. /41:24 און צװײ פֿליגלען האָבן די טירן געהאַט, צװײ דרײעדיקע פֿליגלען, צװײ אין אײן טיר, און צװײ פֿליגלען אין דער אַנדערער. /41:25 און אױף זײ, אױף די טירן פֿון דעם הֵיכל, זײַנען געװען געמאַכט כּרובֿים און טײטלבײמער, אַזױ װי זײ זײַנען געמאַכט געװען אױף די װענט; און אַ הילצערן באַלקנדעכל איז געװען פֿאָרנט פֿון פּאָליש פֿון אױסנװײניק. /41:26 און שמאָלע פֿענצטער און טײטלבײמער זײַנען געװען פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, אױף די זײַטן פֿון פּאָליש, און אױף די זײַטקאַמערן פֿון דעם הױז און די באַלקנדעכלעך.


/42:1 און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף אױפֿן װעג צו צפֿון, און האָט מיך געבראַכט צו די קאַמערן װאָס אַקעגן דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און װאָס אַקעגן דעם בנין, צו צפֿון, /42:2 צו דער פֿאָדערזײַט, הונדערט אײלן די לענג, מיט דעם אײַנגאַנג אין צפֿון, און פֿופֿציק אײלן די ברײט, /42:3 אַקעגן די צװאַנציק אײלן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, און אַקעגן דער פֿלאַסטערונג פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף, מיט אַ באַלקאָן קעגן אַ באַלקאָן אין דריטן שטאָק. /42:4 און פֿאַר די קאַמערן איז געװען אַ גאַנג, צען אײלן די ברײט אינעװײניקצו, אַ װעג פֿון אײן אײל; און זײערע אײַנגאַנגען זײַנען געװען צו צפֿון. /42:5 און די אױבערשטע קאַמערן זײַנען געװען קירצער – װײַל די באַלקאָנען האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ – פֿון די אונטערשטע און פֿון די מיטלסטע אין דעם בנין. /42:6 װאָרום דרײַגאָרנדיק זײַנען זײ געװען, און זײ האָבן ניט געהאַט קײן זײַלן אַזױ װי די זײַלן פֿון הױף, דרום איז אָפּגענומען געװאָרן, לגַבי די אונטערשטע און די מיטלסטע, פֿון דעם באָדעם. /42:7 און די מױער װאָס דרױסן אַקעגן די קאַמערן, צו דעם אױסנװײניקסטן הױף צו, פֿאָרנט פֿון די קאַמערן, איר לענג איז געװען פֿופֿציק אײלן. /42:8 װאָרום די לענג פֿון די קאַמערן װאָס צום אױסנװײניקסטן הױף צו איז געװען פֿופֿציק אײלן; אָבער זע, פֿאַר דעם טעמפּל איז געװען הונדערט אײלן. /42:9 און אונטער די דאָזיקע קאַמערן איז געװען דער אײַנגאַנג פֿון מזרח, אַז מע איז געקומען צו זײ פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף. /42:10 אין דער ברײט פֿון דער מױער פֿון הױף צו מזרח, פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און פֿאַר דעם בנין, זײַנען געװען קאַמערן, /42:11 מיט אַ װעג פֿאַר זײ; אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון די קאַמערן װאָס צו צפֿון, אַזױ װי זײער לענג, און אַזױ װי זײער ברײט, מיט אַלע זײערע אַרױסגאַנגען, און אַזױ װי זײערע אײַנריכטונגען; און אַזױ װי זײערע טירן, /42:12 אַזױ אױך זײַנען געװען די טירן פֿון די קאַמערן װאָס צו דָרום; אַ טיר איז געװען אין אָנהײב פֿון דעם װעג, דעם װעג װאָס גלײַך פֿאַר דער מױער, אַקעגן מזרח, װי מע קומט אין זײ אַרײַן.

/42:13 און ער האָט צו מיר געזאָגט: די קאַמערן פֿון צפֿון און די קאַמערן פֿון דָרום װאָס פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, דאָס זײַנען די הײליקע קאַמערן, װאָס די כּהנים װאָס זײַנען נאָנט צו גאָט, זאָלן דאָרטן עסן די הײליקסטע הײליקײטן; דאָרטן זאָלן זײ אַװעקלײגן די הײליקסטע הײליקײטן, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שולד-אָפּפֿער, װאָרום דער אָרט איז הײליק. /42:14 אַז זײ גײען אַרײַן, די כּהנים, זאָלן זײ ניט אַרױסגײן פֿון דעם הײליקטום אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, נײַערט זײ זאָלן אַפֿריִער אַװעקלײגן דאָרטן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, װאָרום זײ זײַנען הײליק; און זײ זאָלן אָנטאָן אַנדערע קלײדער, און גענענען אין דעם הױף װאָס פֿאַרן פֿאָלק.

/42:15 און אַז ער האָט געענדיקט די מעסטונגען פֿון דעם אינעװײניקסטן הױז, האָט ער מיך אַרױסגעפֿירט דורך דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח, און ער האָט עס אָפּגעמאָסטן רונד אַרום. /42:16 ער האָט אָפּגעמאָסטן די מזרח-זײַט מיט דעם מעסטשטאַנג, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום. /42:17 ער האָט אָפּגעמאָסטן די צפֿון-זײַט, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג רונד אַרום. /42:18 ער האָט אָפּגעמאָסטן די דָרום-זײַט, פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג. /42:19 ער האָט זיך אומגעדרײט צו מערבֿ-זײַט, און האָט אָפּגעמאָסטן פֿינף הונדערט שטאַנגען מיט דעם מעסטשטאַנג. /42:20 אױף פֿיר זײַטן האָט ער עס אָפּגעמאָסטן; עס האָט געהאַט אַ מױער רונד אַרום, די לענג פֿינף הונדערט, און די ברײט פֿינף הונדערט כּדי אָפּצושײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן.


/43:1 און ער האָט מיך צוגעפֿירט צו דעם טױער – דעם טױער װאָס איז געװען געקערט צו מזרח. /43:2 ערשט די פּראַכט פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען פֿון דעם װעג פֿון מזרח, און זײַן קָול איז געװען אַזױ װי דער קָול פֿון גרױסע װאַסערן, און די ערד האָט אױפֿגעלוכטן פֿון זײַן פּראַכט, /43:3 און דאָס אױסזען פֿון דער זעונג װאָס איך האָב געזען, איז געװען אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען װען איך בין געקומען צו צעשטערן די שטאָט; און די זעונגען זײַנען געװען אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר; און איך בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. /43:4 און די פּראַכט פֿון גאָט איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז דורך דעם טױער װאָס זײַן פֿאָדערזײַט איז געװען צו מזרח. /43:5 און אַ װינט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך געבראַכט אין דעם אינעװײניקסטן הױף, ערשט די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז. /43:6 און איך האָב געהערט רעדן צו מיר פֿון הױז, און אַ מאַן איז געשטאַנען לעבן מיר. /43:7 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דאָס איז דער אָרט פֿון מײַן טראָן, און דער אָרט פֿון מײַנע פֿוסטריט, װאָס איך װעל דאָרטן רוען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל אױף אײביק; און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעלן מער ניט פֿאַראומרײניקן מײַן הײליקן נאָמען, זײ און זײערע מלכים, מיט זײער זנות, און מיט די פּגָרים פֿון זײערע מלכים אױף זײערע בָמות; /43:8 מיט זײער שטעלן זײער שװעל לעבן מײַן שװעל, און זײער בײַשטידל לעבן מײַן בײַשטידל, מיט בלױז אַ װאַנט צװישן מיר און צװישנז זײ; און זײ פֿלעגן פֿאַראומרײניקן מײַן הײליקן נאָמען מיט זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן, װאָס דרום האָב איך זײ פֿאַרלענדט אין מײַן צאָרן. /43:9 אַצונד װעלן זײ דערװײַטערן פֿון מיר זײער זנות, און די פּגָרים פֿון זײערע מלכים, און איך װעל רוען צװישן זײ אױף אײביק.

/43:10 דו מענטשנקינד, דערצײל דעם הױז פֿון ישׂראל װעגן דעם הױז, כּדי זײ זאָלן זיך שעמען מיט זײערע זינד; און זאָלן זײ נאָכמעסטן דעם פּלאַן. /43:11 און אַז זײ װעלן זיך שעמען מיט אַלץ װאָס זײ האָבן געטאָן, מאַך זײ װיסן דאָס געמעל פֿון דעם הױז און זײַן געשטעל, און זײַנע אױסגאַנגען און זײַנע אײַנגאַנגען, און אַלע זײַנע געמעלן, און אַלע זײַנע געזעצן, יאָ, אַלע זײַנע געמעלן, און אַלע זײַנע דינים, און שרײַב אױף פֿאַר זײערע אױגן, כּדי זײ זאָלן אָפּהיטן אַל זײַן געמעל און אַלע זײַנע געזעצן, און זײ טאָן.

/43:12 דאָס איז דער דין פֿון דעם הױז: זײַן גאַנצער געמאַרק אױפֿן שפּיץ באַרג רונד אַרום זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט. זע, דאָס איז דאָס געזעץ פֿאַר דעם הױז.

/43:13 און דאָס זײַנען די מאָסן פֿון דעם מזבח אין אײלן – איטלעכע אײל אַן אײל מיט אַ האַנטברײט; דער גרונט אַן אײל, און אַן אײל די ברײט, און זײַן ראַנד בײַ זײַן ברעג רונד אַרום אײן שפּאַן; און דאָס איז דאָס אונטערגעשטעל פֿון מזבח. /43:14 און פֿון דעם גרונט אױף דער ערד ביזן אונטערשטן אָפּשפּרונג צװײ אײלן, און די ברײט אײן אײל; און פֿון דעם קלענערן אָפּשפּרונג ביזן גרעסערן אָפּשפּרונג פֿיר אײלן, און די ברײט אַן אײל. /43:15 און דער פֿײַעראָרט פֿיר אײלן, און פֿון דעם פֿײַעראָרט און אַרױף צו פֿיר הערנער. /43:16 און דער פֿײַעראָרט צװעלף די לענג אױף צװעלף די ברײט, פֿירעקעכדיק אין זײַנע פֿיר זײַטן. /43:17 און דער אָפּשפּרונג פֿערצן די לענג אױף פֿערצן די ברײט, אױף זײַנע פֿיר זײַטן; און דער ראַנד רונד אַרום אים אַ האַלבע אײל; און דער גרונט צו אים אַן אײל רונד אַרום; און זײַנע טרעפּ געקערט צו מזרח.

/43:18 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: דאָס זײַנען די געזעצן פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער װערט געמאַכט, כּדי אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער, און צו שפּרענגען אױף אים בלוט. /43:19 זאָלסט געבן צו די כּהנים פֿון שבֿט לֵוי װאָס זײַנען פֿון דעם זאָמען פֿון צָדוק, די װאָס זײַנען נאָנט צו מיר צו דינען, זאָגט גאָט דער האַר, אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. /43:20 און זאָלסט נעמען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר הערנער, און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג, און אױף דעם ראַנד רונד אַרום; און זאָלסט אים רײניקן, און מכפּר זײַן אױף אים. /43:21 און זאָלסט נעמען דעם אָקס, דאָס זינדאָפּפֿער, און מע זאָל אים פֿאַרברענען אין אַ באַשטימטן אָרט פֿון הױז, דרױסן פֿון הײליקטום. /43:22 און אױפֿן צװײטן טאָג זאָלסטו מקריבֿ זײַן אַ ציגנבאָק אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און מע זאָל רײניקן דעם מזבח, אַזױ װי מע האָט גערײניקט מיטן אָקס. /43:23 אַז דו ענדיקסט רײניקן, זאָלסטו מקריבֿ זײַן אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער, און אַ װידער פֿון שאָף אָן אַ פֿעלער. /43:24 און זאָלסט זײ גענענען פֿאַר גאָט, און די כּהנים זאָלן אַרױפֿװאַרפֿן אױף זײ אַלץ, און זײ אױפֿברענגען פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט. /43:25 זיבן טעג זאָלסטו מאַכן אַ ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער איטלעכן טאָג; אױך אַ יונגן אָקס, און אַ װידער פֿון שאָף, אָן אַ פֿעלער, זאָל מען מאַכן. /43:26 זיבן טעג זאָל מען מכפּר זײַן אױפֿן מזבח, און אים רײניקן און אים הײליקן. /43:27 און אַז מע װעט ענדיקן די טעג, איז, פֿון אַכטן טאָג און װײַטער זאָלן די כּהנים מאַכן אױפֿן מזבח אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אײַערע פֿרידאָפּפֿער, און איך װעל אײַך באַװיליקן, זאָגט גאָט דער האַר.


/44:1 און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט אױפֿן װעג צום אױסנװײניקסטן טױער פֿון דעם הײליקטום װאָס איז געװען געקערט צו מזרח, און ער איז געװען פֿאַרשלאָסן. /44:2 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: דער דאָזיקער טױער זאָל זײַן פֿאַרשלאָסן, עס זאָל ניט געעפֿנט װערן, און קײנער זאָל דורך אים ניט אַרײַנגײן, װאָרום יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל איז אַרײַנגעגאַנגען דורך אים, דרום זאָל ער זײַן פֿאַרשלאָסן. /44:3 דער פֿירשט, װײַל ער איז אַ פֿירשט, ער מעג זיצן דרינען צו עסן ברױט פֿאַר גאָט; דורכן פֿירהױז פֿון טױער זאָל ער אַרײַנגײן, און דורך אים זאָל ער אַרױסגײן.

/44:4 און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם טױער פֿון צפֿון צו דער פֿאָדערזײַט פֿון הױז, און איך האָב געזען, ערשט די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון גאָט; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. /44:5 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, לײג צו דײַן האַרץ, און זע מיט דײַנע אױגן, און מיט דײַנע אױערן הער, אַלץ װאָס איך רעד מיט דיר װעגן אַלע געזעצן פֿון דעם הױז פֿון גאָט, און װעגן אַלע זײַנע דינים; און זאָלסט צולײגן דײַן האַרץ צו דעם אײַנגאַנג פֿון דעם הױז מיט אַלע אױסגאַנגען פֿון דעם הײליקטום. /44:6 און זאָלסט זאָגן צו די װידערשפּעניקע, צו דעם הױז פֿון ישׂראל: אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: גענוג אײַך פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן, הױז פֿון ישׂראל, /44:7 מיט אײַער ברענגען פֿרעמדגעבאָרענע, אומבאַשניטענע אין האַרצן און אומבאַשניטענע אין פֿלײש צו זײַן אין מײַן הײליקטום, כּדי עס צו פֿאַרשװעכן – מײַן הױז, װען איר זײַט מקריבֿ מײַן שפּײַז, דאָס פֿעטס און דאָס בלוט; און זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן בונד, צו אַלע אײַערע אַנדערע אומװערדיקײטן. /44:8 און איר האָט ניט געהיט די היטונג פֿו מײַנע הײליקײטן, און האָט אײַך זײ געמאַכט פֿאַר היטער פֿון מײַן היטונג אין מײַן הײליקטום.

/44:9 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: קײן פֿרעמדגעבאָרענער, אומבאַשניטן אין האַרצן און אומבאַשניטן אין פֿלײש, זאָל ניט אַרײַנקומען אין מײַן הײליקטום – קײן פֿרעמדגעבאָרענער װאָס צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /44:10 נײַערט די לוִיִים װאָס האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, װען די ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, די װאָס האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר נאָך זײערע אָפּגעטער, זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; /44:11 און זײ זאָלן זײַן משרתים אין מײַן הײליקטום, געשטעלטע בײַ די טױערן פֿון הױז, און משרתים פֿון דעם הױז; זײ זאָלן שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער און דעם שלאַכטאָפּפֿער פֿאַרן פֿאָלק, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר זײ, זײ צו באַדינען. /44:12 װײַל זײ פֿלעגן זײ באַדינען פֿאַר זײערע אָפּגעטער, און פֿלעגן זײַן דעם הױז פֿון ישׂראל פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד, דרום האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט װעגן זײ, זאָגט גאָט דער האַר, אַז זײ זאָל טראָגן זײער זינד; /44:13 און זײ זאָלן ניט גענענען צו מיר צו טאָן כּהן-דינסט צו מיר, און צו גענענען צו אַלע מײַנע הײליקײטן, צו די הײליקסטע הײליקײטן; און זײ זאָלן טראָגן זײער שאַנד, און זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן. /44:14 און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר היטער פֿון דער היטונג פֿון הױז, פֿאַר אַל זײַן דינסט, און פֿאַר אַלץ װאָס דאַרף געטאָן װערן אין אים.

/44:15 אָבער די כּהנים פֿון שבֿט לֵוי, די קינדער פֿון צָדוק, װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון מײַן הײליקטום, װען די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר, זײ זאָלן גענענען צו מיר, מיר צו דינען, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר מיר, מקריבֿ צו זײַן צו מיר דאָס פֿעטס און דאָס בלוט, זאָגט גאָט דער האַר. /44:16 זײ זאָלן קומען אין מײַן הײליקטום, און זײ זאָלן גענענען צו מײַן טיש מיר צו דינען, און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג. /44:17 און עס זאָל זײַן, אַז זײ גײען אַרײַן אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, זאָלן זײ אָנטאָן פֿלאַקסענע קלײדער, און װאָל זאָל ניט אַרױפֿקומען אױף זײ, װען זײ דינען אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, אָדער אינעװײניק. /44:18 פֿלאַקסענע קאָפּדעקן זאָלן זײַן אױף זײערע קעפּ, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײערע לענדן; זײ זאָלן זיך ניט אָנגערטן מיט אַ שװיציקער זאַך. /44:19 און אַז זײ גײען אַרױס אין דעם אױסנװײניקסטן הױף – אין דעם אױסנװײניקסטן הױף צום פֿאָלק, זאָלן זײ אױסטאָן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, און זײ אַװעקלײגן אין די הײליקע קאַמערן, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, כּדי זײ זאָלן ניט מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק מיט זײערע קלײדער. /44:20 און זײער קאָפּ זאָלן זײ ניט גאָלן, און לאַנגע האָר זאָלן זײ ניט פֿאַרלאָזן; צװיקן זאָלן זײ אַרומצװיקן זײערע קעפּ. /44:21 און װײַן זאָל קײן כּהן ניט טרינקען, װען זײ גײען אַרײַן אין דעם אינעװײניקסטן הױף. /44:22 און אַן אלמנה און אַ גרושה זאָלן זײ זיך ניט נעמען פֿאַר װײַבער, נאָר בלױז יונגפֿרױען פֿון דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; אָבער די אלמנה װאָס איז אַן אלמנה פֿון אַ כּהן, מעגן זײ נעמען. /44:23 און זײ זאָלן מײַן פֿאָלק לערנען צװישן הײליקן און אומהײליקן, און זײ מאַכן װיסן צװישן רײנעם און אומרײנעם. /44:24 און בײַ אַ שטרײַטזאַך זאָלן זײ שטײן צו משפּטן; מיט מײַנע משפּטים זאָלן זײ אים משפּטן; און מײַנע דינים און מײַנע געזעצן אין אַלע מײַנע יום-טובֿים זאָלן זײ היטן, און מײַנע שבתים זאָלן זײ האַלטן הײליק. /44:25 און צו אַ טױטן מענטשן זאָל ער ניט צוגײן צו װערן אומרײן; נאָר בלױז אָן אַ פֿאָטער, און אָן אַ מוטער, און אָן אַ זון, און אָן אַ טאָכטער, אָן אַ ברודער, און אָן אַ שװעסטער װאָס האָט נאָך ניט געהאַט קײן מאַן, מעגן זײ זיך פֿאַראומרײניקן. /44:26 און נאָך זײַן רײניקונג זאָל מען אים צײלן זיבן טעג. /44:27 און אין דעם טאָג װאָס ער קומט אין הײליקטום, אין דעם אינעװיניקסטן הױף, צו דינען אין הײליקטום, זאָל ער מקריבֿ זײַן זײַן זינדאָפּװער, זאָגט גאָט דער האַר. /44:28 און דאָס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה: איך בין זײער נחלה; און קײן אײגנטום זאָלט איר זײ ניט געבן אין ישׂראל: איך בין זײער אײגנטום. /44:29 דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שולדאָפּפֿער, דאָס זאָלן זײ עסן; און איטלעכער חרם אין ישׂראל זאָל געהערן צו זײ. /44:30 און דאָס ערשטע פֿון אַלע ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ, און איטלעכע אָפּשײדונג פֿון װאָס עס איז, פֿון אַלע אײַערע אָפּשײדונגען, זאָל געהערן צו די כּהנים; אױך דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן צום כּהן, כּדי צו מאַכן רוען אַ ברכה אױף דײַן הױז. /44:31 קײן געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס פֿון עופֿות און פֿון בהמות זאָלן די כּהנים ניט עסן.


/45:1 און אַז איר װאַרפֿט אױס דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד, הײליק צו גאָט; די לענג פֿינף און צװאַנאַציק טױזנט שטאַנגען די לענג, און די ברײט צען טױזנט; דאָס זאָל זײַן הײליק אין דעם גאַנצן געמאַרק רונד אַרום. /45:2 פֿון דעם זאָל זײַן פֿאַר דעם הײליקטום פֿינף הונדערט אױף פֿינף הונדערט, פֿירעקעכדיק פֿון אַלע זײַטן; און פֿופֿציק אײלן אַ פֿרײַער פּלאַץ דערצו רונד אַרום. /45:3 און פֿון דער דאָזיקער מאָס – פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און צען טױזנט די ברײט – זאָלסטו אָפּמעסטן, אַז דרינען זאָל זײַן דאָס הײליקטום, די הײליקסטע הײליקײט. /45:4 הײליק פֿון דעם לאַנד איז דאָס; פֿאַר די כּהנים, די באַדינער פֿון הײליקטום, װאָס גענענען צו דינען גאָט, זאָל עס זײַן; און עס זאָל זײ זײַן אַן אָרט פֿאַר הײַזער, און אַ הײליקער אָרט צום הײליקטום. /45:5 און פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און צען טױזנט די ברײט, זאָל זײַן פֿאַר די לוִיִים די באַדינער פֿון הױז, זײ צום אײגנטום, פֿאַר צװאַנציק קאַמערן. /45:6 און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט זאָלט איר מאַכן פֿינף טױזנט די ברײט, און די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג; פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל זאָל עס זײַן. /45:7 און פֿאַר דעם פֿירשט, פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג, און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, און אַקעגן דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, מערבֿ-זײַט צו מערבֿ, און פֿון מזרח-זײַט צו מזרח, און אַ לענג אַזױ װי אײנער פֿון די חלקים, פֿון דעם מערבֿ-געמאַרק ביז דעם מזרח-געמאַרק /45:8 פֿון דעם לאַנד; דאָס זאָל אים זײַן צום אײגנטום אין ישׂראל; און מײַנע פֿירשטן זאָלן מער ניט קריװדען מײַן פֿאָלק, נײַערט דאָס לאַנד זאָל מען געבן צו דעם הױז פֿון ישׂראל, לױט זײערע שבֿטים.

/45:9 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: גענוג אײַך, איר פֿירשטן פֿון ישׂראל! אומרעכט און רױב טוט אָפּ, רעכט און גערעכטיקײט טוט, נעמט אַראָפּ פֿון מײַן פֿאָלק אײַערע רדיפֿות, זאָגט גאָט דער האַר. /45:10 ריכטיקע װאָגשאָלן, און אַ ריכטיקע אֵיפֿה, און ריכטיקע בת, זאָל בײַ אײַך זײַן. /45:11 אַן אֵיפֿה און אַ בת זאָל זײַן אין מאָס: אַ בת זאָל האַלטן אַ צענטל פֿון אַ חומר, און אַן אֵיפֿה אַ צענטל פֿון אַ חומר; לױטן חומר זאָל זײַן זײער מאָס. /45:12 און דער שקל זאָל זײַן צװאַנציק גֵרֶה; צװאַנציק שקל, פֿינף און צװאַנציק שקל, צען, און פֿינף שקל, זאָל אײַך זײַן די מָנֶה.

/45:13 דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן: אַ זעקסטל אֵיפֿה פֿון אַ חומר װײץ, און אַ זעקסטל אֵיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר װײץ, און אַ זעקסטל אֵיפֿה זאָלט איר געבן פֿון אַ חומר גערשטן. /45:14 און דער דין פֿון אײל – אײל איז אױפֿן בת – איז אַ צענטל בת פֿון אַ כָּוֹר, װאָס איז צען בת – אַ חומר; /45:15 װאָרום צען בת איז אַ חומר. און אײן לאַם פֿון די שאָף פֿאַר צװײ הונדערט, פֿון די לאָנקעס פֿון ישׂראל; פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן אױף זײ, זאָגט גאָט דער האַר.

/45:16 דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל געבן די דאָזיקע אָפּשײדונג צו דעם פֿירשט אין ישׂראל. /45:17 און אױך דעם פֿירשט זאָלן זײַן די בראַנדאָפּפֿער, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס גיסאָפּפֿער, אין די יום-טובֿים, און אום ראש-חודש, און אין די שבתים, אין אַלע פֿײַערטעג פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל; ער זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס פֿרידאָפּפֿער, מכפּר צו זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון ישׂראל.

/45:18 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָלסטו נעמען אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער, און זאָלסט רײניקן דאָס הײליקטום. /45:19 און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער, און אַרױפֿטאָן אױף דעם בײַשטידל פֿון דעם הױז, און אױף די פֿיר װינקלען פֿון דעם אָפּשפּרונג פֿון מזבח, און אױף דעם בײַשטידל פֿון דעם טױער פֿון דעם אינעװײנקסטן הױף. /45:20 און אַזױ זאָלסטו טאָן אין זיבעטן טאָג פֿון חודש, פֿון װעגן איטלעכן װאָס פֿאַרזעט, און פֿון װעגן דעם װאָס טוט אױס נאַרישקײט; אַזױ זאָלט איר מכפּר זײַן אױפֿן הױז. /45:21 אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן בײַ אײַך פּסח, אַ יום-טובֿ זיבן טעג; מַצות זאָל געגעסן װערן. /45:22 און דער פֿירשט זאָל מאַכן אין יענעם טאָג פֿאַר זיך און פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער. /45:23 און די זיבן טעג פֿון יום-טובֿ זאָל ער מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט, זיבן אָקסן און זיבן װידערס, אָן אַ פֿעלער, אַ טאָג – די זיבן טעג; און אַ ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער אַ טאָג. /45:24 און אַ שפּײַזאָפּפֿער זאָל ער מאַכן, אַן אֵיפֿה צו אַן אָקס, און אַן אֵיפֿה צו אַ װידער, און אײל אַ הין צו אַן אֵיפֿה. /45:25 אין זיבעטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש, אום יום-טובֿ, זאָל ער מאַכן אַזױ װי די דאָזיקע, די זיבן טעג; אַזױ דאָס זינדאָפּפֿער, אַזױ דאָס בראַנדאָפּפֿער, און אַזױ דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און אַזױ דאָס אײל.


/46:1 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: דער טױער פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף װאָס איז געקערט צו מזרח, זאָל זײַן פֿאַרשלאָסן די זעקס אַרבעטטעג, נאָר אין טאָג פֿון שבת זאָל עס געעפֿנט װערן, און אין טאָג פֿון ראש-חודש זאָל ער געעפֿנט װערן. /46:2 און דער פֿירשט זאָל אַרײַנגײן דורכן פֿירהױז פֿון טױער פֿון דרױסן, און זאָל שטײן בײַ דעם בײַשטידל פֿון טױער, און די כּהנים זאָלן מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער, און זײַן פֿרידאָפּפֿער, און ער זאָל זיך בוקן אױף דעם שװעל פֿון טױער, און אַרױסגײן; אָבער דער טױער זאָל ניט פֿאַרשלאָסן װערן ביזן אָװנט. /46:3 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל זיך בוקן פֿאַר גאָט אין אײַנגאַנג פֿון יענעם טױער, אין די שבתים, און אום ראש-חודש. /46:4 און דאָס בראַנדאָפּפֿער װאָס דער פֿירשט זאָל מקריבֿ זײַן צו גאָט אין טאָג פֿון שבת, איז זיבן שעפּסן אָן אַ פֿעלער, און אַ װידער אָן אַ פֿעלער; /46:5 און אַ שפּײַזאָפּפֿער אַן אֵיפֿה צו אַ װידער, און צו די שעפּסן אַ שפּײַזאָפּפֿער לױט דער גאָב פֿון זײַן האַנט; און אײל אַ הין צו אַן אֵיפֿה. /46:6 און אין טאָג פֿון ראש-חודש: אַ יונגער אָקס אָן אַ פֿעלער, און זעקס שעפּסן, און אַ װידער; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ זײַן. /46:7 און אַן אֵיפֿה צו דעם אָקס, און אַן אֵיפֿה צו דעם װידער, זאָל ער מאַכן אַ שפּײַזאָפּפֿער, און צו די שעפּסן אַזױ װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײל אַ הין צו אַן אֵיפֿה. /46:8 און אַז דער פֿירשט קומט, זאָל ער אַרײַנגײן דורכן פֿירהױז פֿון טױער און דורך אים זאָל ער אַרױסגײן. /46:9 אָבער אַז דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד קומט פֿאַר גאָט אין די יום-טובֿים, זאָל דער װאָס גײט אַרײַן דורכן צפֿון-טױער זיך צו בוקן, אַרױסגײן דורכן דָרום-טױער, און דער װאָס גײט אַרײַן דורכן דָרום-טױער, זאָל אַרױסגײן דורכן צפֿון-טױער; ער זאָל זיך ניט אומקערן דורך דעם טױער װאָס ער איז דורך אים אַרײַנגעגאַנגען, נאָר אַנטקעגן זיך זאָל ער אַרױסגײן. /46:10 און דער פֿירשט זאָל זײַן צװישן זײ: װען זײ גײען אַרײַן, זאָל ער אַרײַנגײן, און װען זײ גײען אַרױס, זאָלן זײ אַרױסגײן אין אײנעם. /46:11 און אין די יום-טובֿים און אין די פֿײַערטעג זאָל דאָס שפּײַזאָפּפֿער זײַן אַן אֵיפֿה צו אַן אָקס, און אַן אֵיפֿה צו אַ װידער, און צו די שעפּסן לױט דער גאָב פֿון זײַן האַנט; און אײל אַ הין צו אַן אֵיפֿה.

/46:12 און אַז דער פֿירשט װעט מאַכן אַ פֿרײַװיליקן קרבן, אַ בראַנדאָפּפֿער, אָדער אַ פֿרידאָפּער, אַ פֿרײַװיליקן קרבן צו גאָט, זאָל מען עפֿענען פֿאַר אים דעם טױער װאָס איז געקערט צו מזרח, און ער זאָל מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער און זײַן פֿרידאָפּפֿער, אַזױ װי ער מאַכט אין טאָג פֿון שבת, און אַרױסגײן; און מע זאָל פֿאַרשליסן דעם טױער נאָך זײַן אַרױסגײן.

/46:13 און אַ שעפּס אַ יאָריקן אָן אַ פֿעלער זאָלסטו מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער איטלעכן טאָג צו גאָט; פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן זאָלסטו עס מאַכן. /46:14 און אַ שפּײַזאָפּפֿער זאָלסטו מאַכן צו אים פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, אַ זעקסטל פֿון אַן אֵיפֿה, און אײל אַ דריטל הין צו באַשפּריצן דאָס זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער צו גאָט; אײביקע געזעצן אױף תּמיד. /46:15 זײ זאָלן מאַכן דעם שעפּס, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס אײל, פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער.

/46:16 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: אַז דער פֿירשט װעט געבן עמיצן פֿון זײַנע זין אַ מתּנה, איז דאָס זײַן נחלה, זאָל עס בלײַבן בײַ זײַנע זין; דאָס איז זײער אײגנטום פֿאַר אַ נחלה. /46:17 אָבער אַז ער װעט געבן אַ מתּנה פֿון זײַן נחלה צו אײנעם פֿון זײַנע קנעכט, זאָל עס צו אים געהערן ביז דעם יאָר פֿון פֿרײַלאָזונג, און זיך אומקערן צום פֿירשט; בלױז װאָס ער גיט פֿאַר אַ נחלה צו זײַנע זין, זאָל בלײַבן בײַ זײ. /46:18 און דער פֿירשט זאָל ניט נעמען פֿון דעם פֿאָלקס נחלה, זײ צו קריװדען פֿון זײער אײגנטום; פֿון זײַן אײגנטום זאָל ער געבן אַ נחלה צו זײַנע זין; כּדי מײַן פֿאָלק זאָל ניט צעשפּרײט װערן איטלעכער פֿון זײַן אײגנטום.

/46:19 און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם אײַנגאַנג װאָס בײַן זײַט טױער צו די הײליקע קאַמערן פֿאַר די כּהנים, װאָס זײַנען געװען געקערט צו צפֿון, ערשט דאָרטן איז געװען אַן אָרט אין װינקל צו מערבֿ. /46:20 און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס איז דער אָרט װאָס די כּהנים זאָלן דאָרטן קאָכן דאָס שולדאָפּפֿער און דאָס זינדאָפּפֿער, װוּ זײ זאָלן באַקן דאָס שפּײַזאָפּפֿער, כּדי ניט אַרױסצוטראָגן אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, צו מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק.

/46:21 און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף, און האָט מיך פֿאַרבײַגעפֿירט פֿאַרבײַ די פֿיר װינקלען פֿון הױף, ערשט אַ הױף אין אַ װינקל הױף, אַ הױף אין אַ װינקל הױף. /46:22 און אין די פֿיר װינקלען פֿון הױף זײַנען געװען אײַנגעשלאָסענע הױפֿן, פֿערציק די לענג, און דרײַסיק די ברײט; אײן מאָס בײַ זײ פֿירן אין די װינקלען. /46:23 און אַ צײל שטײנער איז געװען רונד אַרום אין זײ, רונד אַרום בײַ זײ פֿירן, און קיכן געמאַכט אונטער די צײלן רונד אַרום. /46:24 און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס איז די קאָכשטוב װאָס די באַדינער פֿון הױז זאָלן דאָרטן קאָכן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון פֿאָלק.


/47:1 און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט צו דעם אײַנגאַנג פֿון הױז, ערשט װאַסער גײט אַרױס פֿון אונטער דער שװעל פֿון הױז, צו מזרח, װאָרום די פֿאָדערזײַט פֿון הױז איז געװען צו מזרח; און דאָס װאַסער האָט אַראָפּגענידערט פֿון אונטן, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז, אין דָרום פֿון מזבח. /47:2 און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורכן צפֿון-טױער, און האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורך דרױסן, צו דעם אױסנװײניקסטן טױער, אױף דעם װעג װאָס איז געקערט צו מזרח; ערשט װאַסער פֿליסט אַרױס פֿון דער רעכטער זײַט.

/47:3 װי דער מאַן איז אַרױסגעגאַנגען צו מזרח מיט אַ מעסטשנור אין זײַן האַנט, אַזױ האָט ער אָפּגעמאָסטן טױזנט אײלן, און האָט מיך דורכגעפֿירט דורכן װאַסער – װאַסער ביז די קנעכלעך. /47:4 און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט, און האָט מיך דורכגעפֿירט דורכן װאַסער – װאַסער ביז די קני. און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט, און האָט מיך דורכגעפֿירט דורך װאַסער ביז די לענדן. /47:5 און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט – אַ טײַך װאָס איך האָב ניט געקענט אַריבערגײן, װאָרום דאָס װאַסער איז געװען הױך, אַ װאַסער צום שװימען, אַ טײַך װאָס איך האָב ניט געקענט אַריבערגײן. /47:6 און ער האָט צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד? און ער האָט מיך געפֿירט, און האָט מיך געבראַכט צום ברעג פֿון טײַך.

/47:7 װי איך בין צוריקגעקומען, ערשט בײַם ברעג טײַך זײַנען פֿיל בײמער פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט. /47:8 און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס דאָזיקע װאַסער גײט אַרױס צו דער מזרח-געגנט, און װעט אַראָפּנידערן אין דעם פּלױן, און אַז עס װעט אַרײַן אין ים, אין דעם ים פֿון דומפּיקע װאַסער, װעט דאָס װאַסער געזונט װערן. /47:9 און עס װעט זײַן, יעטװעדער לעבעדיקע באַשעפֿעניש װאָס ער װידמענט, װעט אָפּלעבן אומעטום װוּ די טײַכן װעלן קומען, און פֿיש װעלן זײַן זײער פֿיל, װײַל די דאָזיקע װאַסערן קומען אַהין, כּדי עס זאָל געהײלט װערן און אָפּלעבן אַלץ װוּהין דער טײַך װעט קומען. /47:10 און עס װעט זײַן, פֿישערס װעלן שטײן בײַ אים פֿון עֵין-גֶדי און ביז עֵין-עֶגלַיִם; אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט עס זײַן; פֿון אַלערלײ מינים װעלן זײַן זײערע פֿיש, אַזױ װי די פֿיש פֿון ים-הגדול, זײער פֿיל. /47:11 אָבער זײַנע זומפּן און זײַנע װאַסערגריבער װעלן ניט געזונט געמאַכט װערן; פֿאַר זאַלץ זײַנען זײ אָפּגעגעבן. /47:12 און בײַ דעם טײַך װעלן אױסװאַקסן אױף זײַן ברעג, פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט, אַלערלײ בײמער צום עסן; זײער בלאַט װעט ניט פֿאַרװעלקט װערן, און זײער פֿרוכט װעט ניט אױסגײן; אַלע חודש װעלן זײ צײַטיקן, װײַל זײערע װאַסערן, זײ גײען אַרױס פֿון הײליקטום; און זײער פֿרוכט װעט זײַן צום עסן, און זײער בלאַט פֿאַר אַ רפֿואה.

/47:13 אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: דאָס איז דער געמאַרק, װי איר זאָלט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד צו די צװעלף שבֿטים פֿון ישׂראל, מיט צװײ חלקים פֿאַר יוסף. /47:14 און איר זאָלט עס אַרבן אײנער אַזױ װי דער אַנדערער, װאָרום איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אײַערע עלטערן; און דאָס דאָזיקע לאַנד זאָל אײַך פֿאַלן פֿאַר אַ נחלה. /47:15 און דאָס איז דער געמאַרק פֿון דעם לאַנד: אין צפֿון-זײַט, פֿון ים-הגדול דורך חֶתלון ביז מע קומט קײן צדָד; /47:16 חַמת, בֵרוֹתֶה, סִברַיִם װאָס צװישן דעם געמאַרק פֿון דמשׂק און דעם געמאַרק פֿון חַמת; חַצַר-הַתּיכון װאָס בײַם געמאַרק פֿון חַוְרָן. /47:17 און דער געמאַרק פֿון ים אַהער זאָל זײַן חַצַר-עֵינון בײַם געמאַרק פֿון דמשׂק, און אין צפֿון צו צפֿון איז דער געמאַרק פֿון חַמת. דאָס איז די צפֿון-זײַט. /47:18 און די מזרח-זײַט זאָלט איר מעסטן צװישן חַוְרָן און דמשׂק און גִלעָד, און צװישן דעם לאַנד פֿון ישׂראל, בײַם ירדן, פֿון דעם געמאַרק ביז דעם מזרח-ים. דאָס איז די מזרח-זײַט. /47:19 און די דָרום-זײַט צו דָרום איז פֿון תָּמָר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿות-קדוש, ביז צום טײַך, ביז צום ים-הגדול. דאָס איז די דָרום-זײַט צו דָרום. /47:20 און די מערבֿ-זײַט איז דער ים-הגדול, פֿון דעם געמאַרק ביז אַקעגן װוּ מע קומט קײן חַמת. דאָס איז די מערבֿ-זײַט.

/47:21 און אַז איר װעט אײַך צעטײלן דאָס דאָזיקע לאַנד לױט די שבֿטים פֿון ישׂראל, /47:22 איז, זאָלט איר עס אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו אײַך, און צו די פֿרעמדע װאָס װױנען צװישן אײַך, װאָס האָבן געבאָרן קינדער צװישן אײַך; און זײ זאָלן בײַ אײַך זײַן אַזױ װי אײַנגעבאָרענע צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; גלײַך מיט אײַך זאָל זײ פֿאַלן אַ נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. /47:23 און עס זאָל זײַן, צװישן דעם שבֿט װאָס דער פֿרעמדער װױנט בײַ אים, דאָרטן זאָלט איר געבן זײַן נחלה, זאָגט גאָט דער האַר.


/48:1 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די שבֿטים: פֿון צפֿון-עק לעבן דעם װעג פֿון חֶתלון ביז מע קומט קײן חַמת, חַצַר-עֵינון בײַ דעם געמאַרק פֿון דמשׂק צו צפֿון, לעבן חַמת. און עס זאָל זײַן פֿון מזרח-זײַט צו מערבֿ פֿאַר דָן, אײן חלק. /48:2 און לעבן דעם געמאַרק פֿון דָן, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, אָשר, אײן חלק. /48:3 און לעבן דעם געמאַרק פֿון אָשר, פֿון מזרח-זײַט און ביז מערבֿ-זײַט, נפֿתּלי, אײן חלק. /48:4 און לעבן דעם געמאַרק פֿון נפֿתּלי, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, מנשה, אײן חלק. /48:5 און לעבן דעם געמאַרק פֿון מנשה, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, אפֿרַיִם, אײן חלק. /48:6 און לעבן דעם געמאַרק פֿון אפֿרַיִם, פֿון מזרח-זײַט און ביז מערבֿ-זײַט, ראובֿן, אײן חלק. /48:7 און לעבן דעם געמאַרק פֿון ראובֿן, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, יהוּדה, אײן חלק.

/48:8 און לעבן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, זאָל זײַן די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט אָפּשײדן, פֿינף און צװאַנציק טױזנט שטאַנגען די ברײט, און די לענג אַזױ װי אײנער פֿון די חלקים, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט. און דאָס הײליקטום זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. /48:9 די אָפּשײדונג װאָס איר װעט אָפּשײדן צו גאָט, זאָל זײַן די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און די ברײט צען טױזנט. /48:10 און פֿאַר די דאָזיקע, פֿאַר די כּהנים, זאָל די הײליקע אָפּשײדונג זײַן: צו צפֿון פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און צו מערבֿ צען טױזנט די ברײט, און צו מזרח צען טױזנט די ברײט, און צו דָרום פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג; און דאָס הײליקטום פֿון גאָט זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. /48:11 דער געהײליקטער טײל זאָל זײַן פֿאַר די כּהנים פֿון די קינדער פֿון צָדוק װאָס האָבן געהיט מײַן היטונג, װאָס האָבן ניט אַװעקגעבלאָנדזשעט, װען די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, אַזױ װי די לוִיִים האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט. /48:12 און עס זאָל זײַן אַן אָפּשײדונג פֿאַר זײ פֿון דער אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד – אַ הײליקײט פֿון הײליקײטן, לעבן דעם געמאַרק פֿון די לוִיִים. /48:13 און פֿאַר די לוִיִים, אַקעגן דעם געמאַרק פֿון די כּהנים, פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג, און די ברײט צען טױזנט; איטלעכע לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט, און די ברײט צען טױזנט. /48:14 און זײ זאָלן דערפֿון ניט פֿאַרקױפֿן, און מע זאָל ניט אױסבײַטן, און ניט איבערגעבן דאָס ערשטע פֿון דעם לאַנד, װאָרום עס איז הײליק צו גאָט.

/48:15 און די פֿינף טױזנט װאָס בלײַבן אין דער ברײט, פֿאַר לענג פֿון די פֿינף און צװאַנציק טױזנט, דאָס זאָל זײַן װאָכעדיק, פֿאַר אַ שטאָט צום װױנען, און פֿאַר אַ פֿרײַען פּלאַץ; און די שטאָט זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. /48:16 און דאָס זײַנען אירע מאָסן; צפֿון-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און דָרום-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און פֿון מזרח-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און מערבֿ-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט. /48:17 און אַ פֿרײַער פּלאַץ זאָל זײַן צו דער שטאָט: צו צפֿון צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו דָרום צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו מזרח צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און צו מערבֿ צװײ הונדערט און פֿופֿציק. /48:18 און װאָס בלײַבט איבער אין דער לענג, אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, צען טױזנט צו מזרח, און צען טױזנט צו מערבֿ – דאָס װאָס איז אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג, זאָל דער אײַנקום דערפֿון זײַן פֿאַר ברױט פֿאַר די אַרבעטער פֿון דער שטאָט. /48:19 און די װאָס אַרבעטן אין דער שטאָט, זאָלן עס באַאַרבעטן – פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל. /48:20 די גאַנצע אָפּשײדונג, פֿינף און צװאַנציק טױזנט אױף פֿינף און צװאַנציק טױזנט; פֿירעקעכדיק זאָלט איר אָפּשײדן די הײליקע אָפּשײדונג מיט דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט.

/48:21 און דאָס איבעריקע זאָל זײַן פֿאַר דעם פֿירשט; פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג און פֿון דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט, אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט פֿון דער אָפּשײדונג ביז דעם געמאַרק צו מזרח, און צו מערבֿ אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט ביז דעם געמאַרק צו מערבֿ, אַקעגן די חלקים, פֿאַר דעם פֿירשט; און די הײליקע אָפּשײדונג מיט דעם הײליקטום פֿון הױז זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם. /48:22 און דאָס אײגנטום פֿון די לוִיִים, און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט, זאָל זײַן אין מיטן פֿון דעם װאָס פֿאַרן פֿירשט; צװישן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה און צװישן דעם געמאַרק פֿון בנימין זאָל זײַן פֿאַר דעם פֿירשט.

/48:23 און די איבעריקע שבֿטים: פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, בנימין, אײן חלק. /48:24 און לעבן דעם געמאַרק פֿון בנימין, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, שמעון, אײן חלק. /48:25 און לעבן דעם געמאַרק פֿון שמעון, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, יִשׂשָׂכָר, אײן חלק. /48:26 און לעבן דעם געמאַרק פֿון יִשׂשָׂכָר, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, זבֿולון, אײן חלק. /48:27 און לעבן דעם געמאַרק פֿון זבֿולון, פֿון מזרח-זײַט ביז מערבֿ-זײַט, גָד, אײן חלק. /48:28 און לעבן דעם געמאַרק פֿון גָד, אין דָרום זײַט צו דָרום, זאָל דער געמאַרק זײַן פֿון תָּמָר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿות-קָדֵש, ביזן טײַך, ביז צום ים-הגדול. /48:29 דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו די שבֿטים פֿון ישׂראל, און דאָס זײַנען זײערע אײַנטײלונגען, זאָגט גאָט דער האַר.

/48:30 און דאָס זײַנען די אױסלאָזן פֿון דער שטאָט: פֿון צפֿון-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט שטאַנגען אױפֿן מאָס; /48:31 און די טױערן פֿון דער שטאָט זאָלן זײַן אױף די נעמען פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל; דרײַ טױערן צו צפֿון: דער טױער פֿון ראובֿן, אײנער; דער טױער פֿון יהוּדה, אײנער; דער טױער פֿון לֵוי, אײנער. /48:32 און צו מזרח-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט, און דרײַ טױערן: דער טױער פֿון יוסף, אײנער; דער טױער פֿון בנימין, אײנער; דער טױער פֿון דָן, אײנער. /48:33 און אין דָרום-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט אױפֿן מאָס, און דרײַ טױערן: דער טױער פֿון שמעון, אײנער; דער טױער פֿון יִשׂשָׂכָר, אײנער; דער טױער פֿון זבֿולון, אײנער. /48:34 מערבֿ-זײַט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט; זײערע טױערן דרײַ: דער טױער פֿון גָד, אײנער; דער טױער פֿון אָשר, אײנער; דער טױער פֿון נפֿתּלי, אײנער. /48:35 רונד אַרום, אַכצן טױזנט. און דער נאָמען פֿון דער שטאָט זאָל זײַן פֿון יענעם טאָג: יהוה – איז – דאָרטן.